יום שלישי, 13 ביולי 2010

א טאטע בימי בין המצרים

א טאטע בימי בין המצרים / טאג בוך שאץ מאץ

איך האב שוין געמיינט אז די סעריע פון טאטע'ס במעגל השנה איז שוין פארטיג און מ'קען שוין מאכן א בורא נפשות רבות, ביז דערווייל זאגן זיי די חברה אז בין המצרים זאל איך אויך אויסטרעפן עפעס טעמעס פון וואס צו רעדן בנוגע א טאטע בימי בין המצרים,

אין אמת'ן אריין אז מ'טראכט אריין פשוט אין די עברי טייטש אין אזא חודש ווי חודש מנחם אב וואס איז טייטש "אב"?
אב איז טייטש א טאטע.... שטעלט זיך די פראגע מילא חודש ניסן ווען מ'זיצט מיט די קינדער ביים סדר, אדער חודש תשרי ווען ס'איז א ירח האיתנים ס'איז דא דערין אזויפיל ימים טובים וואלט זיך מער געפאסט ס'זאל הייסן אב – א טאטע, פונקט אזא אומוטיגע חודש אזא טרויעריגע זמן ווי אב זאל טראגן דעם נאמען אב – א טאטע?

נאר וואשע דען, לאמיר דאס ממשיל זיין צו א געווענדליכע טאטע וואס האט א שטוב מיט קינדער, וויפיל צייט גיבט ער באמת אוועק פאר זיינע קינדער יעדן טאג ווען ער איז צוזאמען מיט זיי, נישט קיין סאך, אמת?, דא איז מען פארנומען מיט די ביזנעס, דא האט מען נישט קיין נערוון נאך א שווערן טאג, און דא איז מען סתם אזוי פארטון מיטן בלעק בערי, קיצור משבת לשבת איז נישטא קיין סאך שעות וואס מ'איז צוזאמען מיט די קינדער,

וואס טוט זיך אבער אז דאס קינד איז אראפגעפאלן און זיך שטארק צוקלאפט און ליגט נעבאך אין שפיטאל צוגעבינדן און באנדאזשירט, אוודאי וועט דער טאטע זיצן שעות לאנג נעבן קינד'ס בעטל און נישט אוועק טרעטן, און צומאל קען מען אפזיצן אין שפיטאל נעבן קינד גאנצע נעכט עס קען זיך ציען לאנגע טעג און וואכן ביז דאס קינד ווערט נישט אויסגעהיילט פולקאם, ס'איז נישט קיין חילוק ביים טאטן צו איז וואכן אדער שבת, ער זיצט דארט און טרעט נישט אוועק, ווייל ווי קען מען דען איבערלאזן אליינס א קינד אין שפיטאל אין אזא מצב, דוקא דא ביים בעטל אין שפיטאל ווען דער טאטע איז נישט אינדערהיים אויף א געווענדליכן אופן דא איז ניכר און ס'דערקענט זיך זיין חלק טאטע,

טייערע ברודער! דאס איז חודש אב, ווען אידישע קינדער האבן געכאפט אזא קלאפ און מ'איז צובראכן אויף שברי שברים, דייקא דא זיצט דער טאטע דער אב הרחמים דער אבינו מלכינו מיט אונז צוזאמען נעבן אונזער קראנק בעטל און טרעט נישט אפ פון אונז, ווען מיר זיצן תשעה באב אויף דער ערד און קלאגן אויפן חורבן הבית, זיצט כביכול מיט אונז צוזאמען טאקע דארט אויפן נידריגן ערד און וויינט מיט אונז מיט ס'איז חודש אב - טאטע, והשתא דאתית להכא איז דאך פשוט מן השכל אז ס'איז רעכט אין חודש "אב" צו שרייבן וועגן א טאטע...

עס איז זייער שווער צו זאגן פאר א טאטן ער זאל איבער געבן פאר זיין קינד די צער החורבן און די ווייטג וואס אט די טרויעריג טעג ברענגען מיט זיך, בו בזמן וואס דער טאטע אליין ווייסט נישט און שפירט נישט קיין שום צער ויגון אויפן חורבן הבית..., דערפאר מראשית כזאת הודעת אז דער טאטע מוז ארבעטן אויף זיך צו שפירן עטוואס דעם צובראכנקייט און די חסרון הקודש והמקדש און נאכער קענען איבער געבן פאר די קינדער, איך וועל עס צוטיילן אין צוויי קודם פראקטיש און נאכדעם אביסל במחשבה,

קודם די פראקטישע וועג פון מרגיש זיין דעם חסרון און דעם חורבן הבית איז צו וויסן וואס דער בית המקדש איז געוועהן און דערנאך אביסל פארשטיין דעם ועכשיו שחסרנו כל אלה, לערנען מס' מדות איז א שיינע לימוד וואס מאכט טראכטן אביסל וואס פארא געשטעל דער בית המקדש איז געוועהן און וויפיל חכמה און הפלא'דיגע פרטים ס'איז געוועהן אין יעדן ווינקל פונעם בית המקדש, די פרקים אין מס' יומא, מס' פסחים, וואס רעדן פון עבודת הקודש והמקדש דאס איז מעורר א בענקעניש און א תשוקה צו וועלן נאכמאל זוכה זיין צום דעם בית המקדש, עס איז דא א סעריע ספרים אויף אידיש מיטן נאמען אשרי עין ראתה, ווי ער לייגט אראפ אין פארם פון א מעשה די ימים טובים וואזוי מ'געפינט זיך אין בית המקדש, ווען מ'ליינט דאס שפירט מען זיך ממש ווי מ'איז א חלק פון עלי' לרגל, ווען א טאטע קען דאס ליינען און איבער שמועסן מיט זיין קינד איז נישט שייך קיין בעסערע וועג וויאזוי מסביר צו זיין דעם חסרון הבית.

עס איז לעצטנס ארויס געקומען א סי - די וואס הרב פריעדמאן פון סיגעיט האט ארויס געגעבן מיטן נאמען והראינו בבנינה, עס איז דא צו באקומען אין אלע ספרים געשעפטן דאס איז מער ווייניגער א שפאציר אינעם בית המקדש באגלייט מיט אסאך געפיל און תוכן, איך אליין האב דאס דורך געקוקט גלייבט'ס מיר רבותי ס'איז מיר ממש געקומען טרערן אין די אויגן ער לייגט אראפ די המשכה פונעם הר המורי' ווי עס איז פארוואנדלט געווארן אין א הר הבית, ביזן חצר המקדש, ער ברענגט דיר אריין אינעם עזרת נשים מיט אזא קאמפיאטערייזד טרי-די, ער גייט נענטער און נענטער, ער פארט דורך אלע שטובער און ווינקלען פונעם מייעסטעטישן הייליגן בנין, ביז ער קומט שוין צום מזבח באגלייט מיט פסוקים פון שיר השירים הבאנו המלך חדריו בין האולם למזבח ביזן היכל וקדשי קדשים באגלייט מיט אזא הרגש אז מ'שפירט ממש יעדע ריר פונעם ביהמ"ק, איך וואלט גע'עצה'ט יעדן איד וואס האט א טראפ געפיל צום בית המקדש זאל זיך נעמען די צייט און דאס דורך טון, און איך בין מבטיח (אן אפענע הבטחה פון שאץ מאץ...) אז ער וועט אנדערשט זאגן איכה ישבה בדד.

דאס איז פשוט פראקטיש אז מ'לערנט עניני הבית האט מען א געפיל דערצו, ווידער איז דא די חלק המחשבה דאס איז זיך מתעמק צו זיין וואס דער בית המקדש האט געמיינט פאר אונז און וואס דאס מיינט אז מיר האבן דאס נישט, איך האב אמאל געהערט פון הראש ישיבה ר' משה גרין שליט"א ווי ער האט אראפ געגעבן א ביאור אויף דעם באקאנטן ווארט וואס צדיקים האבן געזאגט אז ס'שטייט אין שו"ע אז א ירא שמים זאל מקונן זיין אויפן חורבן, פרעגט זיך גלייך די פראגע פארוואס נאר א ירא שמים דארף קלאגן אויפן חורבן, האבן צדיקים געזאגט ווען איינער איז נישט קיין ירא שמים דארף ער קלאגן אויפן אייגענעם חורבן..., אמת ס'איז א שארפע ווערטל אבער דא ליגט באהאלטן א טיפע אמת זאגט דער ראש ישיבה, ווייל דער בית המקדש איז געוועהן דער מקום ווי יעדער איד איז נתעלה געווארן ברוחניות און ווען א איד איז ארויף צום ביהמ"ק האט ער באקומען פרישע כוחות צו קענען דינען השי"ת און אנגיין מיט עבודת ד', יעצט אז דו שטייסט אין אזא מצב ווי דיין רוחניות איז עשר מעלות אחורנית איז דאס נאר צוליב דעם וואס דו האסט נישט דעם ביהמ"ק וואס זאל דיר הייבן ברוחניות, דערפאר ווען צדיקים האבן געזאגט אז ווען א מענטש איז נישט קיין ירא שמים דארף ער קלאגן אויפן אייגענעם חורבן איז נישט פשט אז ער דארף נישט קלאגן אויפן חורבן הבית, נאר ער דארף קלאגן אויפן אייגענעם חורבן ווייל זיין אייגענעם חורבן איז נאר צוליב דעם גרויסן חורבן הבית, בערך דאס איז דער תוכן וואס כ'האב געהערט פונעם ראש ישיבה,

יעצט ווען א מענטש מאכט זיך אזא חשבון אז דער גאנצע רוחניות'דיגע ירידה, די שווערע ניסיונות, די שווערקייטן ביים לערנען, דאס איז זיין קינד פאלט דורך ביים פארהער, דאס אז ס'איז אים אזוי שווער מכוון צו זיין כוונות פשוטות ביים דאווענען, דאס אז ער האט אזא שוואכע הרגשה צו יעדע מצוה, דאס אז ער שפירט זיך אזוי רחוק פון אלקית און פון העכערקייט, איז אלעס נאר צוליב דעם חסרון הרוחני וואס דער בית המקדש האט אמאל צוגעשטעלט און היינט עס איז נישטא, מיט אזא מחשבה ווערט דאס הארץ גענוג צובראכן אז א מענטש זאל שפירן א טעם אין דעם איכה ישבה בדד, ס'איז גארנישט לעול ולמשא די פאר שעה וואס מ'זאגט די קינות לת"ב, און דאס איז שוין א געפיל וואס מ'קען איבער געבן פאר די קינדער,

די עכטע בין המצרים פאנגט זיך אן ר"ח אב וואס ציט זיך ביז נאך ת"ב ביי חצות, דאס איז קלאר אז דעם טאטנס אומדערעקטע התנהגות איז עושה רושם אויף די קינדער נישט נאר די דיבורים וואס מ'רעדט צו זיי, קינדער שפירן און זענען גוט מרגיש אז דער טאטע האט נישט קיין געדולד צו די גאנצע מעשה די ניין טעג איז אים סתם א אפקומעניש אויב ער ברענגט עס ארויס אויף זייער א נעגעטיווע אופן, אמת קיינער האט נישט ליב צו זיין דיפרעסד און בעצבות, קיינער האט נישט ליב די טרויעריגע טעג, אבער אפי' ווען מ'האט נישט קיין געדולד צו די טעג און צו די באגרענציטע זאכן וואס די ניין טעג ברענגען מיט טאר מען דאס נישט ארויס ברענגען נעגעטיוו, פאקטיש לערנען די קינדער די הלכות אין חדר פון זיך נישט וואשן, פון נישט טוישן די וועש וכו' וכו', ממילא אפי' ס'מאכט זיך אז דער טאטע האט א היתר איבער זיך וואשן אדער טוישן קליידער זאל דאס זיין בצנעה נישט במעמד ובידיעות די קינדער, זיי דארפן דאס נישט וויסן, ס'טאר נישט זיין א סתירה די חדר מיטן היים,

ביי זייערע אסאך מענטשן איז דער מנהג אז שבת נחמו זענען זיי אין די לופטן, מ'זיכט זיך אויף וויקאציעס, מ'פארט אויס אין סיי וועלכן ווינקל מ'קען נאר, פארשטייט זיך אז מ'קען נישט פארן אין ערגעץ אן פלאנירן פון פאראויס, דאס מיינט צו זאגן אז די פלענער פון שבת נחמו ווערן געמאכט אין די טעג פון בין המצרים פון פאר ת"ב, דא קען א קינד צוזעהן פון די זייט ווי זיין טאטע מאמע ארבעטן מיט פלייס און התלהבות צום גרויסארטיגע וויקאציע אין די סאמע ניין טעג, פארשטייט זיך דאס האט די פארקערטע עפעקט אויפן קינד, דעריבער אז עלטערן ווילן מאכן וויקאציע פלענער לכבוד שבת נחמו איז כדאי עס מאכן בצנעה עכ"פ נישט אין די אויגן פונעם קינד און נישט מיט אזא ברען און התלהבות.

שבת חזון, איז פון די הייליגסטע שבתים אין יאר, ווי דער תפארת שלמה זאגט אין פ' דברים רב לך שבת בעמק הבכא, א שבת בעמק הבכא איז גאר הויעך אויף א מדריגה גבוה, ווי אויך שטייט פון ר' צדוק הכהן מלובלין אז וויבאלד תשעה באב איז יום לידת משיח, און דער זוה"ק זאגט אז כל ברכאן דלעילא ותתה הייבט זיך אן פון שבת, קומט אויס אז שבת חזון איז דער טאג וואס קומט אראפ אורו של משיח, אינטרעסאנט אז אין מונקאטש פלעגט מען נישט זינגען ממקומך ביי שחרית נאר צוויי מאל א יאר שמחת תורה און שבת חזון (אפשר צוליב דעם ווייל אין דעם שבת הייבט זיך שוין אן אורו של משיח),

פארשטייט זיך אז ווען א מענטש ווייסט דאס אז דער שבת איז גאר העכער פון אלע אנדערע שבתים און נישט נידריגער ווערט דער שבת אויסגעניצט מיט אביסל מער מחשבה דיבור ומעשה, מיט אפאר קאטילעך תהלים, און מיט אביסל מער לערנען, און מיט אביסל מער פארברענגען מיט די קידנער, צו פארציילן מדרשים פון כבודו של ירושלים, מ'מוז נישט דוקא פארציילן פרטים פונעם חורבן, מ'קען אבער פארציילן די שיינקייט פון ירושלים ווי די מדר' פארציילט די קלוגשאפט פון אנשי ירושלים, די שיינקייט פון בית המקדש, די הפלא'דיגע עבודת הקרבנות, וויאזוי די נביאים האבן פאראויס געזאגט דעם חורבן און קיינער האט זיך נישט צוטון געמאכט, (איך גיב פשוט די איידיע ווי מ'קען זיך צוברייטערן)

ערב תשעה באב
ערב ת"ב איז זייערע א שווערע טאג, נאך חצות טאר מען נישט געהעריג לערנען, מ'קען נישט שפאצירן, מ'איז אנגעצויגן ווייל מ'גייט פאסטן, מ'דארף זיך אביסל מסדר זיין, וואס צו טון און וויאזוי דעם טאג אוועק צו שטעלן, נאך מנחה עסט מען די סעודת המפסקת, דא איז פארהאן א מקום ווי א טאטע קען מחנך זיין אפי' זיינע קליינע קינדער צום ערנסקייט פונעם זמן, סוף כל סוף איז דאס זיצן אויף דער ערד און עסן דעם איי מיט אש א מילתא דתמי' וואס גייט אריין טיף אין זכרון פון א קינד, און דא קען דאס קינד באמערקן צו דאס איז ביים טאטן א ערנסטע זאך צו סתם א דשאק, אז דער טאטע זעצט זיך אראפ אויף דער ערד און טראכט ביי זיך איך בין יעצט ווי א אבל וואס האט פארלוירן זיין נאנטע קרוב, אזוי זעץ איך מיר אראפ כהאבל וואס האט פארלוירן זיין קרוין ירושלים, גלייבסט מיר אז אפי' אזא קליינע מחשבה קען טוישן א מענטש מקצה אל הקצה,

ליל תשעה באב
שטייט פון ר' פנחס'ל פון קאריץ אז א שמייכל ליל תשעה באב איז א סכנה, מענטשן כאפן זיך נישט און מ'קען זיך פארלירן מיט א געלעכטער וואס לפי' דער הייליגער קאריצער איז דאס ממש א סכנה, נו ווער ווויל זיך דען אריין לאזן אין סכנות?, ליל תשעה באב האט דאך שוין כביכול געזאגט אין מדבר אז ס'וועט זיין א נאכט א בכי' לדורות, דער נוסח אליין איז שוין מעורר צו א בכי' לדורות, בליל זה יבכיון וילילו בני.... זכור ד' מה הי' לנו... אוי תרחם ציון כאשר אמרת... השיבנו ד' אליך ונשובה חדש ימינו כקדדדדם....

מ'מיינט אז קינדער באמערקן נישט דאס געלעכטער און דאס ביטול צום גאנצן תשעה באב, אבער נישט נאר אלץ די קינדער דארף מען טראכט נאר פשוט פאר דיר אליין, די באוויסטע פראגע צפית לישועה וועט געפרעגט ווערן פאר יעדן איינעם, און וואס וועט זיין דיין ענפער?, כאטש איינמאל א יאר זאל דער צפית לישועה האבן עפעס א שטיקל האפט, סוף כל סוף וויל דאך יעדער זוכה זיין צו דעם ותחזנה עינינו בשובך לציון צו קענען מיטהאלטן מיט גרויסן אור וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, זאגט אבער דער זוה"ק אין פי' בשלח (זייט מיר נישט חושד אז איך לערן זוהר ס'ווערט פשוט אראפ געברענט אין חק לישראל פ' מסעי....) קול צפיך נשאו קול יחדיו ירננו, זאגט דער זוהר הק' קול צפיך נשאו קול ווער עס הייבט אויף זיין קול און קלאגט אויפן חורבן, איז זוכה צו וואס דער פסוק זאגט ווייטער יחדיו ירננו, ער וועט זעהן די שמחה פון שבות ציון, אנדערע זאגן נאך שארפער אז ווער ס'קלאגט נישט דער איז נישט זוכה, ס'איז דא ספרים וואס לייגן דאס אראפ גאר ביטער אז מ'וועט קומען אהין און אלעס וועט זיין בשמחה יעדער וועט טאנצן און שפרינגען, נאר איין איד וועט שטיין אין די זייט און נישט מיטהאלטן די שמחה ער וועט אפי' נישט זעהן געהעריג די גאנצע פאראד, ווער איז דאס, דאס איז דער אינו מתאבל על ירושלים... א פחד נורא,
פאר דו שיקסט ארויס דיין טעקסט מעסעדש תשעה באב ביינאכט שטעל דיך אפ א רגע, אפשר איז כדאי בכלל אויסצולעשן דעם סעל במשך די קינות,

די עיקר נסיון ווערט ווען מ'בלייבט שמועסן תשעה באב ביינאכט נאך קינות ווייל פון א שמועס וווערט פארשלעפט אין א געלעכטער, בעסער צו נעמען א מדרש אדער אפי' אויף אידיש טייטש עפעס מדרשים ומעשיות פונעם חורבן און דאס ליינען, אפי' די מדרשים וואס מ'לערנט יאר יערליך עכ"ז איז עס יעדעס יאר מעורר ווי ירמי' הנביא איז געגאנגען אויף קברי אבות איינרייסן פאר אידישע קינדער וכו' וכו'..., מ'קען לערנען נ"ך די קאפיטלעך פון ירמי' ווי אזוי ער האט נביאה געזאגט פאר כלל ישראל, אדער גאר אהיים גיין און נישט בלייבן שמועסן מיט חבירים, ס'איז בכלל נישט קיין זמן פון פארברענגען,

תשעה באב
תשעה באב צופרי האט דאך שוין זיינע הלכות, פון נישט וואשן די הענט, און זיך נישט מאכן די פיאות, אבער דאס דארף מען געדענקען אז געווענדליך האט דאס פאסטן מער מיטן קאפ ווי מיטן נישט עסן, אז דער קאפ לויפט אגאנצע צייט אוי די קאווע אוי די פרישטאג דעמאטץ פאסט מען 10 מאל שווערער, פאקטיש גייט דורך גאנצע טעג אין יאר וואס א מענטש עסט נישט פאר 1 אזייגער און ער שפירט נישט גארנישט ווייל זיין קאפ איז אים נישט ביים עסן, אויב איז דער קאפ ביים עסן פאסט מען שווער, מ'טאר נישט טראכטן פון עסן און פון פאסטן,

לגבי ברענגען קינדער אין שול איז דאך שוין אזוי אז וויבאלד דאס ווייב פאסט אויך זיכט מען איר אביסל גרינגער צו מאכן, עכ"ז דארף מען זעהן אז די קינדער זאלן נישט שטערן אנדערע פון זאגן קינות, און נישט ארום לאכן אין ביהמ"ד, עכ"פ ער זאל מרגיש זיין אז היינט איז א טרויעריגע טאג, מ'מאכט אים נישט די פיאות און ער עסט נישט קיין נאש, נישט עסן נאש תשעה באב איז א שטארקע חינוך פאר די קינדער, אויסצולערנען אז היינט פאסטן די טאטעס און ער פאסט פון נאש, ער עסט געזונטע עסן וואס גיבט כח אבער נישט קיין נאש,

די עצם קינות נעמט נישט אזוי לאנג מ'קען עס אויסהאלטן, און דא איז אויך שייך וואס מיר האבן געשריבן ביי ליל ת"ב, דאס ביסל צפית לישועה פון אגאנץ יאר זאל מען נישט פארפאטשקענען, מענטשן מיינען וואס איז דען שוין א קליינע לאך א קליינע שמועסל א נארישע טעקסט מעסעדש תשעה באב ביי די קינות, די פראבלעם איז אז דא הייבט זיך עס אן און עס ציט זיך גאר ווייט, עס איז דא א פירוש פונעם חוות דעת אויף מגילת איכה זאגט ער דארט אויפן פסוק טמאתה בשולי' לא זכרה אחריתה ותרד פלאים, לכאורה ווי איז געשעהן די ירידה פון כלל ישראל אז די פסוק איז מעיד אז ותרד פלאים, זאגט ער למשל איינער גייט אין מאראסט אין די עקן פון זיין הויזן ווערט אים פארשמירט, אויב קומט ער אהיים און פיצט עס גלייך אפ איז דאך גוט, אבער אויב לאזט ער דאס אזוי פאר לאנגע טעג און וואכן דאן קען מען עס שוין נישט פיצן, זאגט דער חוות דעת (פארגעסט נישט דער חוות דעת איז געוועהן א למדן... א לומדיש ווארט...) טמאתה בשולי' די שולים זענען געווארן פארשמירט און ווייל לא זכרה אחריתה מ'האט נישט געקוקט אויפן אחרית דאס האט גורם געוועהן א ותרד פלאים אידן זענען געפאלן פלאים,

א פחד פון א ווארט, איך מיין אז ס'איז שטארק נוגע היינטיגע צייטן, מ'איז מזלזל אין קלייניקייטן און לא זכרה אחריתה מ'קוקט נישט וואס איז דער גורם, און דער סוף איז ותרד פלאים כלל ישראל פאלט אין אזעלעכע ירידות, (איך מיין מיך אליין אויך....) אונז דארף מיר זיין די סעמפל פאר אונזערע קינדער, איך געדענק ווי עטליכע יאר בין איך געוועהן תשעה באב ביינאכט אין סאטמארע ביהמ"ד אויף ראדני אלץ גאר יונגע יונגערמאן, ווי מ'האט געזאגט איכה אין פאליש, איין יאר האט ר' משה הענדלער פארגעזאגט, איין יאר האט ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער פארגעזאגט, ביידע מיטגעמאכטע אושוויץ אידן זיי האבן געזאגט דעם איכה מיט אזא צובראכנקייט און וויפיל מאל זיך געשטיקט פון טרערן, עפעס נאר די אושוויץ אידן מעגן קלאגן אויפן חורבן?, אונז טאר מען דען נישט קלאגן אויפן חורבן?.

אמת די ביינער טוען ווי פון זיצן אויף דער ערד, אבער מיין פראגע איז וויאזוי האבן דאס די עלטערע אידן יא געקענט דורך מאכן, איך געדענק אלץ קינד די עלטערע אידן זענען געזעצן ממש אויף די הוילע ערד און געוויינט כמים הפוגות, איך וואס איך זיך אויף א 11 אהאלב אינטשיגע תשעה באב בענקל און ממש איך קען נישט איינזיצן אלעס טוט מיר וויי...., ווייזט אויס אז יענע אידן האבן אפי' נישט געוויסט אז זיי זיצן אויף דער ערד די חורבן איז זיי ממש געשטאנען פאר די אויגן,

תשעה באב נאכמיטאג
ס'איז א זמן וואס מ'דארף הרג'נען צייט...., דאס בעסטע ווען מ'קען זיך אנגרייטן עפעס מלחמה ביכער צו ליינען, וויסן אביסל פון די צרות פון אונזערע זיידעס און באבעס, ווי אויך אביסל קעיר נעמען פון די קינדער, סוף כל סוף פאסט דאך דאס ווייב אויך, לגבי מאכן נוי סוכה תשעה באב נאכמיטאג מיט די קינדער שמעתי פון א דיין אז כאטש ס'איז נישט קיין לכתחילה אבער צו האלטן די קינדער רואיג איז עס יא א לכתחילה, (אויף למעשה זאל זיך יעדער אליינס פרעגן) די עיקר האלטן פאר די אויגן אז מ'טאר נישט מסיח דעת זיין פון אבילות, און טון וואס שטייט אין שו"ע,

דער תשעה באב'דיגע מנחה איז א טעם בפני עצמו, מ'לייגט תפילין, מ'זאגט די השלמה פון צופרי, ס'איז זייער אייגנארטיג ס'האט זיך עפעס זיין טעם, דאס איז שוין אביסל ממתיק דעם תענית אז מ'גייט שוין באלד אויספאסטן..., נאך מנחה ותפילין דר"ת ווארט מען צו מעריב, ווי מ'לייגט שוין אויס אויף די טישן מזונות צום אויספאסטן, (ווען איך בין געוועהן א קינד האבן מיך די טאטעס נישט געלאזט נעמען קיין קעיק ביים אויספאסטן... זאג נאר יונגעלע דו האסט געפאסט?.... אלץ נקמה אקציע בין איך מיך נוקם אין יעדן יונגל וואס נעמט קעיק ביים אויספאסטן און איך פרעג אים זאג נאר דו האסט געפאסט היינט?......)

דער עיקר איז מ'זאל פועלן די גאולה, ווי דער הייליגער קדושת לוי (אדער ר' מרדכי'לע נאדבורנה איך געדענק נישט פונקטליך ווער) האט אמאל געטראפן א בחור, פרעגט ער אים בחור וואס טוסטו?, זאגט ער אים אז ער עסט טעג, נו אז דו עסט טעג אפשר עסטו אויף די ניין טעג....

ס'זאל שוין זיין א מנחם אב, וינחם אותנו, ותחזנה עינינו,