יום חמישי, 19 באוגוסט 2010

א טאטע ביי א שמחה – קידוש

א טאטע ביי א שמחה – קידוש
דאס יאר פון אונזער ערשטע ארטיקל א טאטע ביים שבת טיש ביז יעצט איז שוין ב"ה פאראיבער בכי טוב, ווי מיר האבן געשריבן עפ"י בקשת חברינו היקרים איבער די טעמעס פון זיין א טאטע דורכאויס די ימים טובים, איצט האמיר ערהאלטן פילע פארלאנגען זיך צו נעמען איבער די טעמע פון א טאטע ביי א שמחה, וחפץ ד' בידינו תצליח בסייעתא דשמיא,

איצט שטעלט זיך נאר די פראגע פון ווי זאל מען אנהייבן, מיר גייען נישט אנהייבן פון די חתונה, ווארט, תנאים, באווארפן, ווייל אונזער קעפל איז דאך "א טאטע ביי א שמחה" און ביי די אייגענע חתונה איז ער דאך נישט קיין טאטע (אפשר אין ישיבה איז ער געוועהן א טאטע בחור.. אבער מיר רעדן פון א עכטע טאטע), דעריבער וועלן מיר אנהייבן ביי די שמחה פון געבורט און דערנאך גיין צום אפשערן, בר מצוה, און אזוי ווייטער.

צדיקים טייטשן וישישו בשמחה, א שמחה וואס מ'מאכט זאל זיין טאקע בשמחה וטוב לב, צומאל מאכט זיך אז א מענטש איז טאקע זוכה צו א שמחה אבער ווען די שמחה ווערט געפראוועט איז עס שלא בשמחה, זאגט דער פסוק וישישו בשמחה מ'זאל פרייליכערהייט מאכן די שמחה, דאס איז דער עיקר תפקיד פון א בעל שמחה, אז זיין שמחה זאל געפראוועט ווערן ריכטיג בשמחה, און זיך נישט לאזן אוועק שלעפן פון די טרדות הזמן.

ווען א איד איז זוכה צום געבורט פון א געזונט קינד, איז דאס א שמחה עצומה, און מ'דארף דאס נעמען אויף די מחשבה אז דאס איז כלו טובת ד', און נישט קלערן אז דאס איז בלויז די סדר העולם און דרך הטבע, דער דרכי היצר איז אלעס צו מאכן דרך טבע און מאכן דעם מענטש פארגעסן אז יעדע אטעם איז א טובה פון קב"ה ועל כל נשימה ונשימה תהלל ק"ה, ממילא ראשית דבר גלייך נאכן געבורט פון זיין געזונט לעכטיג קינד איז א איד שולדיג א שבח והודאה פאר קודשה ב"ה, די מעשה איז נאר אז די מציאת הזמן והמקום איז גורם אז ווען א מענטש האלט דא אז זיין ווייב האט אין א מזל'דיגע שעה געהאט א קינד איז מען טרוד מיט אסאך טרדות און די בהלה מאכט פארגעסן א מענטש ווי ער שטייט, קודם איז ער מיד פון די שלאפלאזע נאכט (און אמאל מער ווי א נאכט) פון זיין אין שפיטאל ביים געבורט, דערנאך ווערט מען טרוד מיט צוטיילן די קינדער, ווי אויך צוגרייטן די שמחה אליין, רופן מענטשן וכדומה, און דאס מאכט פארגעסן פון דעם עיקר אז מ'איז שולדיג א שבח והודאה על כל החסד אשר עשית,

א איד א בעל השגה האט מיר געזאגט אז זיין שכן האט געהאט א קינד הערשט 10 יאר נאך די חתונה, דער שכן איז געוועהן א בעל יכולת ער האט זיך געלאזט וואוילגיין, פארשטייט זיך ער האט געגעבן א גרויסן קידוש און געטיילט גרויס געלט פאר צדקה, קיצור געמאכט א טראסק, האט דער איד דער בעל השגה מיר געזאגט ער מאכט זיך א חשבון מה דאך דער שכן האט געווארט 10 יאר אויף א קינד מאכט ער אזא טראסק און טוט אלע פעולות אין די וועלט ארויס צו ברענגען זיין שמחה, איך וואס איך האב געהאט מיין קינד בלויז נאך איין יאר על אחת כמה וכמה דארף איך זיין בשמחה פיל מער ווי יענער.... אז מ'מאכט אז חשבון איז די מעשה גאר אנדערשט.

ס'וואלט געוועהן א גוטע זמן דעם ערשטן שבת נאך די לידה צו ווידמען לכה"פ איינמאל מסיים צו זיין תהלים אלס א שבח והודאה ווייל אז מ'באשטומט דעם ערשטן שבת פאר א שבח והודאה איז דאס א שטיקל צוריקהאלט פון ווערן אפגעשטופט, במשך דעם שבת קען מען אלץ טרעפן א זמן פון צוויי שעה אויסצוזאגן תהלים, תהלים איז נישט בלויז א געבעט תהלים איז א שבח והודאה,
הרב ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א פארציילט: אז ווען ער איז געוועהן א בחור אין א"י און געהאט פראבלעמען זיך ארויסצודרייען פון דינען ביי די דארטיגע מיליטער האט ער געטון די עצה הידוע פון זיך משוגע מאכן, ער איז אזוי געגאנגען אהין צואמען מיט זיין פאטער ע"ה און למעשה האבן זיי אים צום סוף באפרייט, אנקומענדיג אהיים איז ער פארשטייט זיך געוועהן פארמאטערט פון אזא שווערע איבערלעבניש האט ער זיך געוואלט גיין אראפ לייגן כאפן א דרימל, האט אים זיין פאטער געזאגט יוסף חיים! דו ביסט געווארן באפרייט יעצט גיי זאג אויס תהלים אלס א שבח והודאה!!!,
כמו כן דארף א איד וואס איז זוכה צו מאכן א שמחה נעמען די פאר מינוט צו זאגן א שבח והודאה ווי רש"י זאגט שאינך כפוי טובה.

די עיקר צומישעניש ווערט ווען אלעס פאלט ארויף אויפן קאפ פונעם טאטן און מ'ווערט טרוד, הן צוטיילן די קינדער, זיי אוועק שיקן אין זייערע אכסניא'ס, באגלייטן און צוהעלפן די יולדות, און צוגרייטן די שמחה, בנוסף פון די טאג טעגליכע טרדות, לכן מוז מען זיך צו דעם אלעם אביסל מסדר זיין, צו אויף פאפיר, צו אין די מחשבה, וואס מ'דארף ערלעדיגן היינט און מארגן, אסאך מאל דריקט דער מח אז מ'דארף מסדר זיין אסאך זאכן און מ'ווייסט נישט ווי אנצוהייבן, אבער ווי נאר מ'שרייבט אלעס אראפ זעהט מען אז ס'איז נישט געפערליך מ'קען אלעס גאנץ פיין מסדר זיין, (מיר גייען נישט שרייבן וויאזוי מ'באהאנדלט א שוואכע יולדות וואס אירע גיסטעס זענען עולה ויורד.....) די עיקר איז זיך צו האלטן מסודר,

איך וויל מיך אפשטעלן אויף א נקודה וואס ווערט בזמנינו שטארק אפגעשוואכט ס'ווערט אזוי קאמערשול, דאס איז רופן מענטשן בזמן שמחה, צו מודיע זיין איבער די מז"ט, צו איינלאדענען באקאנטע צו די שמחה, איך באקום אסאך מאל טעקסט מעסעדשעס מזל טוב איטס א באוי....., א רגע, אויב בין איך גענוג נאנט צו דיר אז דו האלסט אז ס'איז כדאי מיך מבשר צו זיי די בשורה איבער דיין בן זכר, דאן רוף מיר אויפן טעלעפאן אדער זיך מיר אפיר אין ביהמ"ד און זאג מיר פערזענדליך די גוטע בשורה און איך וועל דיר ווארעם צוריק אנוואונטשן מזל טוב, ווידער אויב בין איך נישט גענוג נאנט צו דיר אז דו זאלסט זיך שפירן פאר א פליכט אויפצוהייבן א טעלעפאן און קאלן, צו וואס שיקסטו מיר בכלל א טעסט?...., דער טעקסט נעמט אוועק דעם גאנצן געפיל און נאנטקייט פון איין מענטשן צום צווייטן, וויפיל מער טעם האט דאס ווען איינער רופט אן זיין חבר, ברודער, שוואגער, האלאו א גוטן דעיס איז דוד ס'קומט מיר א מזל טוב,
אה! מזל טוב, וואס?,
א אינגל, ב"ה,
ב"ה ב"ה, די וויפלטע קע"ה?,
די פיפטע, קעניינעהארע, ב"ה,
יא ב"ה געזונטערהייט אי"ה אויף שמחות,
נאר אויף שמחות זאלסטו מיך רופן, כל טוב בשורות טובות,
אידן וואונטשן זיך ברכות בשמחה ובטוב לב אהין און צוריק א אידישע ברכה גייט נישט לאיבוד, ווידער דער טעקסט מעסעדש הרג'עט אלעס אפ און לייגט אוועק אין די זייט אזויפיל אידישע ברכות, ס'איז ממש א שאד...

אפגערעדט אז ס'שטייט אין מאור עינים פ' ויצא אז ווען א איד איז מבשר א גוטע בשורה ווערט נתלבש אין אים א ניצוץ פון אלי' הנביא, א פחד פון א לשון וזל"ק כי באמת איש המגיד בשורה טובה נתלבשה בו בחי' ניצוץ אלי' ממש כי הוא המבשר כל הבשורות טובות שבעולם רק שמתלבש במגיד ההוא, שפעטער זאגט ער וזל"ק וגם האיש שנתבשר הבשורה נכנס בו הניצוץ אלי' בקרבו, ונרחבה דעתו ג"כ יוכל לדבק אל הבורא ית' עכל"ק, סך הכל אז דער מבשר איז א שלוח פון אלי' הנביא און באקומט א כח פון אלי' הנביא, און דער וואס הערט דאס באקומט אויך א ניצוץ פון אלי' הנביא, נו נעמט מען אזעלכע גוטע מתנות און הייליגע ניצוצת און שליחות'ער פון אלי' הנביא און מ'ווארפט אים אריין אין א בעלק בערי?, ס'איז א עכטע שאדן אויף דעם.

די זעלבע זאך איז ווען מ'טוט רופן דורך א טעקסט מעסעדש א באקאנטן זאל ערשיינען צו די שמחה איז דאס א טויטע רוף, דער סעלפאן געט א דריזל און ס'קומט ארויף א טעקסט פון מיין בעסטע חבר וואס שיקט ארויס די זעלבע טריקענע מעסעדש פאר אלע זיינע באקאנטע, און האלב באקאנטע, וכמו באקאנטע, אדער סתם גאסן גריסער, און אפי' גאר נאנטע משפחה מיטגלידער, יעדע באקומט דעם זעלבן טריקענעם נוסח, "יו אר אינווייטעט טו מיי קידוש דיס שאבעס אין ספינקא שול", אמת, ס'איז גאנץ באקוועם מ'שיקט ארויס א טעקסט פאר אלע קאנטאקטס און מ'ווייסט זיכער אז יענער האט דאס באקומען ס'נעמט נאר איין מינוט און אראפ א עול פון קאפ, אבער דאך ווען מ'הייבט אויף א טעלעפאן און מ'רופט יענעם אן האט דאס גאר א אנדערן טעם,
האלו משה? דא רעדט יענקל איך מאך קידוש דעם שבת,
אה! (משה ווייזט ארויס זיין פרייד) מזל טוב!, אסאך נחת, ביי דעי און ביי אלע, ווי איז דער קידוש?
אין ספינקא,
(וועלכע?.......) גוט, אי"ה אויף שמחות, שכוח פאר רופן, ביי,
ווי אנדערשט קומט משה אן צו די שמחה נאך אזא טעלעפאן קאל פון יענקל, די קשר צווישן די צוויי מענטשן זענען אסאך שטערקער ווי פריער, און דער קשר ווערט נאך מער און מ'פרייט זיך צוזאמען מער ווי פריער, ווידער ווען א חבר, ברודער, קרוב, וואס קומט צו א שמחה בלויז דורך א טעקסט מעסעדש איז ער געקומען קאמערשול, נישט מתוך פערזענדליכע געפיל, ס'איז א טויטע מעשה אן קיין טראפ געפיל, אבער גיי פיקס די וועלט... לכה"פ כאטש זאל מען וויסן אז מ'הרג'ט אפ מענטשליכע געפילן, מ'ווערט פארוואנדלט אין קאמפיאטער ראבאטן וואס קומען און גייען, אנע ברעקל הארץ און געפיל, (כאטש וואס איך בין מודה אז די האלבע גוטע פריינד וועמען מ'איז נישט גענונג נאנט צו רופן פערזענדליך ווידער א טעקסט איז יא א שטיקל וועג, אדער נאכן רופן פערזענדליך זאל דער טעקסט דינען פאר א דערמאנונג, עכ"ז איז נישט קיין מהלך צו רופן נאנטע און גוטע פריינד בלויז דורך א טעקסט).

קידוש
לאמיר אנהייבן צו די עצם שמחה מיטן בת תחילה, סוף כל סוף זאגן דאך חז"ל בת תחילה סימן יפה לבנים, יעדע זאל טון אזויווי זיין מנהג ומנהג אבותיו, אדער צו געבן קידוש שבת קודש אדער גאר אינמיטן די וואך ביי קריאת התורה, אבער הכל מודים אז מ'קען נישט סתם אזוי אפכאפן אזא שמחה, צדיקים האבן מפקיד געוועהן אויב מ'האט פארפאסט א קידוש זאל מען דאס משלים זיין צב"ש מ'גיבט א נאמען יו"כ, זאל מען געבן קידוש שבת, כדי צו האבן די געלעגנהייט ווען אידן זאלן וואונטשן ברכות לרוב,

געווענדליך קומען די נאנטע בני המשפחה אויך צום דאווענען שחרית אינעם ביהמ"ד ווי דער בעל שמחה מאכט דעם קידוש, אויב דער ביהמ"ד איז א קליינע ביהמ"ד איז כדאי פארן בעל שמחה צו קומען גענוג פרי איינצוטיילן די זיץ פלעצער פאר זיינע געסט זיי זאלן זיך נישט אראפ זעצן אויף פלעצער ווי אנדערע מתפללים זיצן יעדע וואך, ס'מאכט זיך אלץ עטליכע פלעצער ווי מ'קען פלאצירן די געסט דארף דער בעל שמחה קעיר נעמען אז מ'זאל זיך טאקע דארטן זעצן און נישט צונעמען מקומות קבועות, ווי אויך דארף דער בעל שמחה האלטן קאפ אויב ס'איז דא א פעטער אדער א נאנטע קרוב המשפחה וואס האלט זיך א בעל תפלה אים צו געבן דעם כיבוד (א שטייגער ווען שאץ מאץ איז א קרוב...), אדער איינער וואס ווערט מכובד דורך אן עלי' אים צו געבן אן עלי', (מאך נישט צופיל הוספות ווייל דאס גייט אויף די נערוון...).

ויקרא שמה בישראל שרה שפרינצא בת.... בעבור... לחופה ומעש"ט ונאמאהאאאאאר אמן... מזל טוב! מזל טוב!, וויאזוי הייסט די בעבי?, (וואס איז דיין חילוק? איך לאך אלץ ווען סתם מענטשן פרעגן א בעל שמחה וויאזוי הייסט דער בעבי?, וואס איז דיר א חילוק וויאזוי דעי מיידל הייסט?, מילא א משפחה מיטגליד וויל דאך וויסן ער מוז דאס פארציילן אינדערהיים פארן ווייב, אבער דו? וואס אין דיר א נפק"מ?.... אקעי, באלד וועט מען זאגן אז איך לאך אפ פון מנהגי ישראל),
למען האמת שטייט אין תשובות והנהגות פון הגאון הראב"ד ירושלים שליט"א (ח"ב סי' קל"ב) צוויי טעמים איבער דעם קידוש שבת, איינס זאגט ער איז פונקט ווי ביי א פדיון הבן שטייט ס'זאל זיין מיט א פירסום אז ער איז נפדה געווארן די זעלבע זאך איז ביי קריאת השם, וויבאלד א מענטש איז זיין נאמען און זיין גאנצע בריאה דעריבער דארף דאס זיין מפורסם, און די צווייטע טעם איז משום סעודת הודאה, אז די יולדת איז ארויס פון די לידה געזונטערהייט, (דא איז ער אויך מעורר אז מ'זאל נישט מאכן קיין טייערע קידושים ווייל ס'איז מעורר עין הרע'ס וכו')

דער אמת איז אז דער גאנצע קידוש געדויערט נישט מער ווי א שעה אדער אביסל מער, דעריבער איז לדעתי נישט כדאי זיך משוגע צו מאכן מיט גרויסע אויסברענגעריי מיט געלט פארשווענדענישן, מענטשן עסן זיך אן אומזיסט און ס'שטערט די אמת'ע סעודת שבת, מ'האט שפעטער חרטה, צו וואס פעלט עס אויס?, בכלל איז טשאלענט ביי א קידוש א נייע זאך וואס איז אלט קוים אפאר יאר, אדרבה פרעגט'ס ענק נאך ביי סיי וועלכע מענטש וואס געדענקט עפעס מער פון 20 יאר צוריק, צו ס'איז געוועהן אזא זאך א קידוש מיט טשאלענט, אמת, מ'פלעגט געבן ביי א קידוש קוגל מיט געפילטע פיש אבער נישט קיין טשאלנט,

ס'איז א ווייטאג און ס'איז בכלל נישט קיין אידישע מנהג זיך אנצוטרינקען מיט שארפע משקאות שבת ביים קידוש, און דא זעהט מען נאך היינטיגע צייטן בעלי שמחה האלטן א פלעשל שארפע משקה און כאילו ס'איז גאר א מצוה מן המובחר גיסט מען אן דעם עולם מיט משקאות וואס מאכט פארלירן דעם באלאנס, און איין כוס שלעפט דאס צווייטע און די תוצאות איז קענטליך, ס'איז נישט אידיש ס'איז נישט ערליך, אידן האבן זיך קיינמאל נישט אנגעשיכור'ט שבתים, ס'איז דא זמנים וואס מ'האט אין אלע דורות געטרינקען, ווי פורים, שמחת תורה, ביי חתונות, אבער שבת? איז קיינמאל נישט געוועהן אזא זאך פון טרינקען משקה המשכר,
(דער דברי ישראל ממאזדיץ שרייבט פ' וירא אויפן מדר' אין לך שבת ושבת שאין קורין בפרשתו של לוט, אז וויבאלד אידן זענען זיך מורה היתר צו טרינקען גרויסע כוסות יי"ש אין שבת, מוז מען זיי ווארענען יעדן שבת בפרשת לוט, זיי זאלן נישט ווערן שיכור ווי לוט אין שבת....) אסאך מומחים טענה'ן אז דאס שטערט טייל מאל שלום בית פון מענטשן און ס'צוברעכט שטובער ווייל וואס פארא פנים האט א טאטע פאר זיין קינד ווען א קינד אהיים שבת צופרי אנגעיאשקנט (מ'דארף נישט קיין שלום בית מומחה דערצו ס'איז פשוט שכל), פארוואס זאל ארויס קומען א מכשול פון דיין שמחה, צו וואס מוז מען זיך זיכן נייע התחכמות'ער, וואס איז שלעכט אזא קידוש ווי אמאל?

דער עיקר איז דאך די ברכות וואס מענטשן וואונטשן, נעם אן די ברכות וואס אידן וואונטשן, און אלס בעל שמחה וואונטש צוריק מיט הארץ און געפיל, א בעל שמחה האט דאך א כח צו וואונטשן (פרעג אלע בדחנים....), און אויף דעם איז כדאי צו לייגן דעם דגוש, א איד וואס האט זיך מטריח געוועהן צו קומען צו דיין שמחה דארף מען דאס שעצן און זיך באדאנקען, איך וואלט געזאגט אז דאס איז מסתמא די שווערסטע זאך ביי א שמחה אינזינען צו האבן יעדן יחיד וואס האט זיך באטייליגט אין דיין שמחה, אסאך מאל גייען מענטשן אוועק פון א שמחה מיט א שווער געפיל, איך האב מיך מטריח געוועהן צו קומען צו זיין קידוש און ער מאכט זיך ניטאמאל וויסנדיג פון מיר?, דעריבער דארף מען פראבירן צו לייגן א דגוש אויף די יחידים וואס האבן זיך מטריח געוועהן צו קומען צו דיין שמחה, און זיך באדאנקען און ווייזן אז מ'איז דאנקבאר אז יענער האט זיך מטריח געוועהן צו קומען צו דיין שמחה.

זייער אסאך מאל מאכט זיך דורכפעלער ביי א שמחה, למשל מ'האט באשטעלט איין זאך און ס'איז נישט אנגעקומען, איינע פון די משפחה האט נישט געברענגט וואס דו האסט אים געבעטן, דו האסט אים למשל געהייסן פאר שבת ברענגען א גלאז פאר קידוש און יענער האט פארגעסן, מ'קען ווערן מלא תערומות אויף יענעם (און מ'קען זיין אפי' 100 פראצענט גערעכט) עכ"ז דארף מען זיך קענען באהערשן און מקבל זיין באהבה, חז"ל זאגן אדם ניכר בכוסו בכיסו ובכעסו זאגט מיר א קלוגער איד אז א בעל שמחה האט אלע דריי ס'איז כיסו ס'קאסט אים געלט, ס'איז כוסו ער טרינקט ער עסט למעלה מן המדה, ס'איז בכעסו ער ווערט עמאשענול (כעס מיינט נישט דוקא ווען ער ווערט גערעגט, כעס קען מיינען פשוט זיין געפיל איז שטארק יעצט) זיינע געפילן זענען העכער און שטערקער ווי געווענדליך,

אט יעצט איז דער זמן ווי א מענטש ווערט דערקענט, און טאקע ביי א שמחה דארטן קען איך כאפן דעם תוך תוכיות פון א מענטש, צומאל האב איך א בליק אויף איינעם אלס איש פשוט מאד אבער ביי זיין שמחה זעה איך זיינע מידות און זיין באנעמונג ווי ער רעכנט זיך מיט יעדן יחיד ווי ער איז נישט מקפיד אויף די אלע שטערונגען פשוט איך כאפ התפעלות פון דעם מענטש, ווידער זייער אסאך מאל איז ממש להיפך, מענטשן וועמען איך האב געהאלטן פאר חשוב'ע וואוילע אידן אבער איצט ווען איך קוק אים אן ביי זיין שמחה זעה איך אז דער יוד איז ל"ע גארנישט מיט גארנישט, ער האט נישט קיין ברעקל מדות, ער האט אין זיך אזא שלעכטן נאטור, ער קערט נישט פאר א צווייטן ער רעכנט זיך נישט מיט א צווייטן, בעת ווען ער איז טרוד אין די שמחה כאפט ער נישט וואס ער טוט און ער האט נישט אזוי דעם קאפ צו בלאפן און צו האלטן זיין מאסקע ווי געווענדליך און ס'קומט ארויס זיינע נישט גוטע מדות אין די עפנטליכקייט, פארדעם זאג איך מ'דארף זיך היטן מ'זאל נישט פארלירן דעם מח אפי' ביי א שמחה,

כ'האב געזעהן א טייטש וזכינו לקבל וכו' מתוך רוב שמחה, די אויתיות וואס זענען בתוך "שמחה" איז "מח" מ'זאל האבן דעם מח בעת רוב שמחה, און קענען פראווענען א שמחה ווי א איד, דעם אשר בחר בנו מכל העמים זאל ארויסשרייען פון דיין שמחה, און דער יעצטיגע שמייכל זאל זיך נישט אפטון פון דיר ביז ווען דו וועסט זעהן דיין טאכטער אונטער די חופה ועד בכלל, ויה"ר אז מ'זאל טאקע מאכן שמחות בשמחה וישישו בשמחה, און מגדל זיין דעם טאכטער לבעל תורה ולחופה ולמעש"ט, זי זאל וואקסן א ערליכע אידישע מאמע, און א געזונטע אלטע באבע, ביז 120 יאר,