יום רביעי, 12 במאי 2010

אויפן ריכטיגן וועג איז געפינט מען אלעס - שבועות

אויפן ריכטיגן וועג איז געפינט מען אלעס

זייער שווער האבן די לאנדסלייט אויפגענומען די שלעכטע בשורה אז די שכינות'דיגע מדינה וועלכע האט דעם גרעניץ ממש הארט לעבן דעם גרעניץ פון אונזער לאנד האט ביטערליך אטאקירט מיט א הייסע אטאקע די גרעניץ שטאט שיקנדיג מיט דעם א קלארע צייכן אז ער איז גרייט אויף א קריג און ער רישט זיך אויף א מלחמה, און וואס א קריג מיינט און וואס דאס ברענגט מיט זיך האבן די מענשטן גאר גוט געוויסט, מיט די לעצטע בשורה איז קלאר געווארן אז רוב ארבעט'ס פעאיגע מענטשן העכער 25 יאר וועל זיך מוזן אריין ריקן אין מליטער דינסט, וואס דאס וועט זיין א דירעקטע גורם פון שוואכע עקענאמיע צוליב ווייניג מענטשליכע ארבעטס קראפט אין לאנד, און אוודאי וועט דאס אויך מיינען אז פיל מענטשן וועלן אומקומען ל"ע אויפן שלאכט פעלד.

אינעם הויפט קאבינעט זיצן שוין די הויכראנגיגע מיליטערישע פירער וואס טראגן שוין א רייכן היסטאריע מיט פילע אויסצייכענונגען אויף זייער הארץ, און מ'פארהאנדלט מיט מאפעס אויף די ווענט וועלכע סטראטעגיע צו נעמען און ווי אהין מ'זאל גיין און וואס איז די בעסטע פלאן אנידער צו שלאגן דעם שונא, דער קעניג זעלבסט צוליב דעם וויכטיגקייט פון אזא זיצונג וויבאלד ס'הערש אזא סכנה אויף זיין לאנד האט זיך אויך פערזענדליך באטייליגט און מיטגעהאלטן די פארהאנדלונגען פון די גענערלער,

ווען די מליטערישע גענעראלן האבן פארבירט אויסצוארבעטן דעטאלן און פלענער פונעם קריג, איז אויפגעקומען די ברענעדיגע פראגע אז ווען מ'שלעפט אהין צום שלאכט פעלד אזא גרויסן מיליטער פון ווי נעמט מען עסן און קליידונג ובעיקר פרישע געווער אין די צייט וואס מ'וועט זיין אזוי ווייט פון די הויפט שטאט און אזוי ווייט פון די גרויסע מאגאזינען, דא האט דער קעניג אליין גענומען דאס ווארט און געזאגט אז ער האט ביי זיך סודות המלוכה וואס ער האט קיינמאל נישט ארויס געגעבן און מיטגעטיילט מיט אנדערע, אז ער ווייסט ווי עס זענען פארהאן אין די טיפע וועלדער אויפן וועג נאנט צום שלאכט פעלד באהאלטן אוצרות מיט עסן און קליידונג, טאקע צוליב דעם צוועק אז אויב ס'וועט זיך מאכן אזא מלחמה זאל זיין איבעראל אוועק געלייגט גענוג צו קענען שפייזן אלע סאלדאטן און קענען אנגיין ווייטער מיטן קריג אומגעשטערט,

נו אז דער קעניג זאגט אז ס'איז דא גענוג האט מען אנגעהויבן צו גיין מיט דעם סטראטעגיע וויסנדיג אז עסן קליידונג און געווער מוז נישט זיין א באזונדערע טראספארט ווארום ס'איז דא אונטערוועגנס גענוג אוצרות, דער קעניג האט אנגעצייכנט אויף די מאפע בערך ווי זיי זענען באהאלטן און אויף דעם וועג האט מען אוסגעארבעט א מהלך וויאזוי צו פירן דעם קריג און ווי צו מאשירן פאראויס.

נאכדעם וואס אלע באשטעטיגטע פלענער זענען פארטיג געווארן און די מיליטער מיט אלע זעלנער האט זיך פארזאמלט און מושטירט און טרענירט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום שלאכט פעלד, צופיל איבריגע עסן און קליידונג האט מען נישט מיטגענומען וויסנדיג אז אונטערוועגנס איז דא גענוג, די מעשה איז אבער געוועהן אז מיט אזא גרויסן פאלק איז דאס גיין אהין פארשפלעפט געווארן און ס'האט געדוירט לענגער ווי מ'האט געטראכט, די וועטער איז געוועהן קאלט, און עסן איז למעשה נישט געוועהן, מ'איז שוין אויפן וועג עטליכע טעג און די סאלדאטן פאלן ממש אום פון קעלט און הונגער, ווי קען מען געפינען עסן דא אינעם טיפן וואלד, עטליכע האבן גענומען די שטארקייט און מ'טרעט צו צום הויפט גענעראל און מ'זאגט אים אז דער מצב טויג נישט, ס'איז נישטא קיין עסן און קיין קליידונג,

דער גענעראל שטייט פארווינדערט דער קעניג האט דאך מיר בפי' געזאגט אז אונטערוועגנס איז דא אוצרות מיט עסן און קליידונג, ווי איז מעגליך אזא זאך אז איר האט גארנישט געפינען?, לאמיר נאכמאל אפיר נעמען די מאפע לאמיר זעהן ווי געפינען מיר זיך יעצט און ווי זענען די אוצרות, ווייל דאס איז זיכער אז אויפן ריכטיגן וועגן איז דא גרייטע אוצרות פון קליידונג און עסן, און אויב מ'טרעפט נישט גארנישט איז א סימן אז מיר זענען נישט אויפן ריכטיגן וועג, וכן הוה, זיי האבן באמערקט אז זיי זענען אביסל פארקראכן פונעם וועג און דערפאר האבן זיי גארנישט געטראפן צו עסן,

הנמשל מובן, יעדע מענטש יעדע נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט צו א שווערע ביטערע מלחמה, דער יצר אטאקירט מיט אלע כוחות, בראתי יצה"ר בראתי תורה תבלין, מיר שלאגן צוריק מיט די תורה, א מענטש גייט ארויס אין די גאס מ'האנדלט מ'מאכט געשעפטן מ'איז אויסגעשטעלט טאג טעגליך אויף מלחמת היצר, תורה דאס איז די מלחמה קעגן אים, האט דאך אבער א מענטש די שטערקסטע דאגה, אויב נאר תורה פון ווי וועל איך לעבן, פון ווי קען איך אויסקומען, דערפאר האט קב"ה געגעבן תרי"ג מצות ווי יעדע מצוה האט זיך זיין סגולה, איין מצוה ברענגט קינדער, איין מצוה ברענגט פרנסה, איין מצוה איז א סגולה פאר געזונט, די תורה ומצות זענען ארום גענומען מיט אורך ימים בימינה ובשמאלו עושר וכבוד, אויב מ'גייט אויפן דרך התורה איז נישטא וואס צו דאגה'ן ווייל אויפן וועג וועט מען טרעפן די אוצרות, אויב ח"ו מ'טרעט אוועק פון די תורה דאן איז מען שוין נישט פארזיכערט אז מ'וועט טרעפן די אוצרות, נאר מער אויב טרעפט מען נישט די אוצרות איז א סימן אז מ'איז נישט אויפן ריכטיגן וועג א שטייגער ווי דער גענעראל וואס זעהט אז ער איז נישט אויפן וועג אדאנק דעם וואס ער געפינט נישט די אוצרות.

המשל והנמשל עפ"י היהודי הק' מפארשיסכא זי"ע

מ'קען צולייגן א קליינע הוספה, ווען ס'קומט יו"ט שבועות זאגט די גמ' הכל מודים בעצרת בעינן נמי לכם ווייל יום שנתנה תורה, פרעגן דאך אלע די קושיא פונקט פארקערט אז ס'איז יום שנתנה בו תורה דארף מען ווען מער לערנען נישט עסן?, לפי הענין פארשטייט מען גוט, ווייל אז מ'גייט אויפן דרך התורה ווארטן דאך אפ די אוצרות, קומט אויס שבועות איז דער טאג וואס א מענטש איז זיך מקבל צו גיין אויפן דרך התורה והמצות, ס'איז א קבלת התורה מחדש בכל שנה ושנה, דעמאטס איז דער זמן וואס דער מענטש באקומט די הבטחה אז יא ס'ווארט דיך אפ די אוצרות אונטערוועגנס, נו איז טאקע רעכט אז שבועות איז דער זמן וואס בעינן נמי לכם,

שטייט טאקע פון החיד"א פארוואס ביי קבלת התורה זעהט מען איז אלעס דריי, אוריין תלתאי לעם תלתאי בירחא תלתאי וכו', ווייל סגולת התורה איז אויך דריי, אורך ימים בימינה ובשמאלו עושר וכבוד, איז דא דריי אורך ימים, עושר און כבוד, ווי דער הייליגע טריסקער מגיד האט געזאגט שבועות ביינאכט רבוש"ע ווילסט אידן זאלן מארגן מקבל זיין די תורה, ביי קבלת התורה איז געוועהן נאך ביזת הים און ביזת מצרים, אלע חולים זענען נתרפא געווארן, האט דער טריסקער מגיד ממשיך געוועהן רבש"ע אז אידן וועלן זיין געזונט ווי לייבן און רייך וועט מען קענען מקבל זיין די תורה, עכ"פ לפי זה איז דער בעינן נמי לכם גאר א תנאי....

איצט די זעלבע רייען אויפן גראם

(ניגון כל זמן די נשמה איז דא)
וסימנך –ערשטע פאל,
"הויכע פאל,
=דריטע פאל
--די כח פון תורה צו פארשטיין מער,
פון יוד הק' נאך זאגן במילין יקירין,
א מלך האט געשיקט זיין מיליטער,
א גרויסע מלחמה אנצופירן,
--זיי האבן געמוזט אדורך פארן,
א גרויסע מדבר א וועג א ווייטן,
דער מלך האט דאס גענומען אין זכרון,
וויאזוי צו שפייזן און קליידן אלע סאלדאטן,
--ער האט צוגעגרייט אוצרות ביז גאר,
פון אלע מיני עסן און קליידער,
אנגעצייכנט אויף א מאפע קלאר,
אז מ'וועט גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג מיט א סדר,
"אויף וועלכן פלאץ ליגט די אוצרות גרייט,
יעדע זאך קלאר באשטומט,
פארשריבן מיט א פונקטליכקייט,
מ'זאל אלעס טרעפן ווען דארטן מ'קומט,
"אבער מיט אמאל זיי בלאנזען ארום,
און טרעפן גארנישט צוגעשטעלט,
שוואכערהייט זיי פאלן אום,
פון גרויס הונגער און שטארקע קעלט,
"דער גענעראל נעמט די מאפע אין דער האנט,
ס'מוז זיין אז מ'זעמיר נישט אויפן גוטן וועג,
ווייל אויפ'ן ריכטיגן וועג איז אלעס קראנט,
מ'וואלט געטראפן די גוטע אוצרות אויפן וועג,
=כל זמן די וועג איז גלייך, טרעפן מען דארט פון אלעם גוטן,
מיט קלארע סימנים יעדע זאך, אונטערוועגנס אינדערמיטן,

--דער נמשל פארשטייט מען יעצט,
אז מ'טראכט אריין מסתמא,
דער באשעפער דער מלך על כל הארץ,
שיקט מענטשן אריין צו א מלחמה,
--דער מלחמת היצר מיט די נשמה,
זייער א לאנגע שווערע וועג,
מ'קריכט אריין אין א מדבר שממה,
אסאך יארן וואכן און טעג,
"טאמער מ'גייט אויפ'ן דרך התורה,
באזארגט אונז דערצו דער הייליגע יוצר,
פון ווי מ'וועט לעבן דארף מען נישט האבן מורא,
ווייל ביי יעדע מצוה טרעפט מען א אנדערע אוצר,
"ווייל אויפ'ן ריכטיגן וועג בדעת ובתבונה,
איז עס קיינמאל קיין דבר האבוד,
אורך ימים בימנה,
ובשמאלו עושר וכבוד,
"אויב מ'קריכט חלילה אוועק איז נורא ואיום,
מ'זעהט נישט די אוצרות פונעם רבון עלם,
נאר דרכי' דרכי נועם,
וכל נתיבותי' שלו',
=כל זמן די וועג איז גלייך, טרעפן מען דארט פון אלעם גוטן,
מיט קלארע סימנים יעדע זאך, אונטערוועגנס אינדערמיטן,

יום שני, 3 במאי 2010

א פרייע מענטש אדער א קנעכט? - שבועות

א פרייע מענטש אדער א קנעכט?

כאפט'ס אים!!!! לויפט'ס אים נאך!!!
הערט זיך א געשריי אינמיטן די ברענעדיגע מלחמה צווישן די פארצויזן און די רוסן, אט די מלחמה וואס האלט שוין אן עטליכע יאר האט שוין אפגעקאסט שווערע טויזנטער קרבנות פון ביידע זייטן און ביז דערווייל זעהט מען נאך נישט קיין ענדע, ביידע זייטן קעמפן מיט אלע כוחות פארביטערטעהייט, מ'האלט אין איין פאנגען סאלדאטן איינער פונעם צווייטן, ווי יעדע געפאנגענע סאלדאט ווערט גלייך געקייטלט און צוגעבינדן און אוועק געפירט באוואכט מיט א שווערע וואך ער זאל ניטאמאל טראכטן פון אנטלויפן.

אין איין צופרו זענען די סאלדאטן אריין געקומען צום הויכן אפיציר מיט א אינטרעסאנטע געשעניש, אז אין די פארגאנגענע נאכט האט מען געכאפט א געוויסע סאלדאט וואס האט זיך אנטזאגט פון זיך לאזן ארויף לייגן די קייטלעך און ער פארלאנגט גאר אז ער וויל רעדן צום אפיציר פריוואט אליין, דער אפיציר גיבט ארויס דעם באפעל, ברענגט'ס אים אהער,

מ'ברענגט אריין דעם פריש געפאנגענעם סאלדאט צום אפיציר, דער אפיציר מיט די גרויסע וואנצן באטראכט דעם נייעם ארעסטאנט מיט טיפע בליקן און פרעגט אים, איך הער זאגן אז דו לאזסט דיך נישט קייטלען צו קען איך אפשר וויסן דער טעם דערפון?, זאגט דער נייע געפאנגענע יא אדוני האפיציר, זייט וויסן איך בין גאר אנדערשט ווי אלע אנדערע ארעסטאנטן וואס זענען פארכאפט געווארן דורך די מיליטער, זיי אלע זענען געכאפט געווארן צו דינען אין דעם מיליטער געצווינגענעהייט נישט פון זייער אייגן ווילן, דעריבער אז מ'האט זיי געכאפט מוז מען זיי צובינדן די הענט אז זיי זאלן נישט וועלן אנטלויפן, ווידער איך בין אנדערשט, מיין טאטע און בעיקר מיין מאמע זענען געוועהן געטרייע דינסטן פאר דעם קעגן זייטיגע קעניגרייך און איך בין בין מסכים אריין צוקומען דינען אין מיליטער מיט מיין אייגענעם ווילן, דעריבער איז גאר א איבריגע זאך מיך צוצובינדן מיינע הענט, ווייל איך בין אייביג גרייט צו זיין א קנעכט סיי ווען, אפי' אן קייטלעך.

דאס האט דוד המלך געזאגט אני עבדך בן אמתך, איך בין א געטרייע קנעכט - א זון פון א דינסט וואס דאס עבדות ליגט מיר אין די טבע, דעריבער איז עס פון די איבריגע זאכן מיך איינצובינדן, על כן, פתחת למוסרי, מאך אויף דעם שטריק...,
(עפ"י ס' פרי הארץ לפ' החודש)

סך הכל זעהן מיר, אז ס'איז דא צוויי מיני עבדים, ס'איז דא א עבד וואס איז א עבד געצווינגענעהייט אז מ'דארף אים בינדן, ווידער איז דא א עבד וואס איז א עבד פרייוויליג, ווייל ער איז אזוי געבוירן מיט אזא אטמאספער, דעריבער זאגט די משנה אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, ווער איז דער ריכטיגע בן חורין א פרייע עבד, דער וואס איז א עוסק בתורה - דער איז א פרייער עבד.

קען זיין דערפאר זאגט די מדרש בעפאר קבלת התורה נתקנאו בהם אומה"ע מה ראו אלו להתקרב, די גוים האבן מקנא געוועהן אידישע קינדער מיט זייער גרויסארטיגע מתנה – די תורה הק', האט קב"ה געזאגט הביאו לי ס' יוחסין כשם שמביאין בני, אהער מיטן יוחס בריוו, לפי הנזכר איז זייער פארשטענדליך ווייל ווען איינער איז געבוירן געווארן ביי א טאטן א עבד אדער א מאמע'ן א דינסט ער איז גאר א פרייוויליגע עבד אים דארף מען נישט בינדן, אזא עבד שרייט ארויס פון זיך אליין נעשה ונשמע אמרו כאחד,
און עס פארמאכט די מיילער פון די גוים וואס טענה'ן כלום כפית עלינו ההר?, צו האט מען דען אויף אונז געלייגט א בארג?, אפשר ווען מ'זאל ווען לייגן איבער אונז א בארג וואלט מיר אויך געהאלטן די תורה און געזאט נעשה ונשמע ווי די אידן, ס'איז אבער נישט אזוי, ווייל אונז אידן פאלגן מיר די תורה אפי' אומגעצווינגען מחמת אונזער טבעית פון די אבות הק', און דאס כפיית ההר איז נאר לפחד דעלמא, ווידער דער גוי להבדיל ער קען טון מצות "נאר געצווינגענעהייט" דעריבער איז דאס קיין טענה לגמרי.

דאס איז די כוונה פונעם יו"ט שבועות, יעדע יו"ט האט עפעס א מצוה וואס בינד אן דעם מענטש צום יו"ט, פסח איז דא פסח מצה מרור און בל תאכל חמץ, סוכות איז דא א סוכה מיט ד' מינים, משא"כ שבועות איז נישטא קיים שום ספעציעלע מצוה וואס בינדט אראפ א איד צום יו"ט, הוא הדבר אשר דברנו, שבועות איז דער זמן וואס יעדע איד ווייזט ארויס אז ער איז א עבד פרייוויליג מ'דארף נישט האבן קיין שום מצוה וואס זאל אים צובינדן, מ'דארף נישט קיין שום קייטל אויף די הענט, נאר בלב שלם שרייטס מען אויס, אנא עבדא דקודשה ב"ה דסגינא קמי' ומקמי' דיקר אורייתא.....

איצט כמעט די זעלבע רעיין אויפן גראם,

(ניגון שמרה נפשי)
--א קעניג האט א מלחמה געטון פירן,
געכאפט דעם צווייטנס סאלדאטן און אפיצירן,
זיי פארשפארט און געשטעלט שומרים ביי די טירן,
רופט זיך אן איינער איך בין דאך דעם קעניג'ס קנעכט,
מיין מאמע איז געוועהן דא א דינסט טעג און נעכט,
מ'דארף מיך נישט היטן און באהאנדלען שלעכט,

--שמרה נפשי,
דוד המלך בעט ביים בורא ברוך הוא,
צו דינען דעם באשעפער איך האב די ברירה,
הושע עבדך,
בן אמתך,
פתחת למוסרי,

"מיין מאמע איז געוועהן א דינסט,
ס'איז אינגאנצן אימזיסט,
מיך איינצובינדן מיט גרויסע שטריקן,
חנינו ד',
יעדע שוועריקייט געב א נעם,
וועל איך זיך צום באשעפער אייביג בוקן,

(הויכע פאל פון תורה הקדושה)
אוי אוי אוי תורה הקדושה,
התחננו בבקשה,
קומט'ס לערנען א בלאט אויף בלאט, אוי אוי
באשעפער נעם אוועק,
די שטריקן די שווערע זעק,
וועלן מיר לערנען צו יעדע צייט,

(שמרה נפשי)
--צום הייליגן יו"ט שבועות,
מיר קומען מיט אזא מציאות,
א יו"ט אן קיין מצוה באזונדער,
בלויז תורה ותפלה,
מיט מידי דאכילה,
אנדערשט ווי יעדן יו"ט אזא ווינדער,

--מיט א תפלה אבינו מלכינו,
טאטע והאר עינינו,
והאר עינינו בתורתיך,
הושע עבדך,
לבינו במצותיך,
הבוטח אליך,

"אוי חנינו ד',
יעדע צער יעדע קלעם,
נעם אוועק מכל מקום,
עפן יעדע שטריק,
גענוג שוין גענוג,
כי אליך אקרא כל היום,

"שבועות מ'קען זיך טרעפן,
אלע שטריקן מ'געט א עפן,
בלויז איין שטריק ולא ידום,
יעקב חבל נחלתו,
ככל משפטו וחקתו,
כי אליך אקרא כל היום


(הויכע פאל פון תורה הקדושה)
אוי אוי אוי תורה הקדושה,
התחננו בבקשה,
קומט'ס לערנען א בלאט אויף בלאט, אוי אוי
באשעפער נעם אוועק,
די שטריקן די שווערע זעק,
וועלן מיר לערנען צו יעדע צייט,


רבותי! אט דעם שבועות האבן מיר די הכרה אז, "אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה" מיר זענען פרייוויליגע עבדים מיטן עוסק זיין בתורה וירושת אבותינו.

יום ראשון, 2 במאי 2010

צמאה לך - לג בעומר

אוי בר יוחאי!! נמשכת אשריך, שמן ששון מחבריך.....

אלע ל"ג בעומר ניגונים האט איין קאליר, און אזא שמעק פון פריש געוואקסענע ביימער מיט אזא אנפאנג זומער טעם,

אוי ואמרתם כה לחי....
אשריכם אשריכם, אשריכם ישראל.....

און פיל מקומות פירט מען זיך צו זינגען צמאה לך נפשי, די טעם דערפון איז מיר נישט זיכער אבער די צדיקים ואדמורי"ם געפינען כסדר טעמים איבערן זינגען צמאה דוקא ביום ל"ג בעומר, ס'איז דא וואס זאגן אז די רמז דערפון איז ווייל כמה לך "בשרי", בשרי ר"ת 'רבן 'שמעון 'בר 'יוחאי,

דאס מאל לאמיר דאס מסביר זיין אביסל אויפן גראם,

(בניגון צמאה לך - בעלזא)
ל"ג בעומר במה דברים אמורים,
שטייט אין מד' שיר השירים,
מעשה באשה אחת,
א פרוי איז געוועהן, ליידער נישט זוכה געוועהן, צו האבן קינדער מיט נחת,

--נאך 10 יאר האבן זיי געפרענט ר' שמעון וויפיל איז די שיעור,
האט ער געזאגט אז ער זאל זיך שיידן פון איר,
אבער איין זאך האט ער געזאגט פאר זיי ביידן,
אזוי ווי ביי די חתונה איז געוועהן, א סעודה מיט פריידן,
די זעלבע סעודה איידער מ'גייט זיך שיידן,

"ביי די סעודה האט זיך דער מאן אנגעטרינקען מיט וויין,
ער האט געזאגט ווען איך געזעגן מיך מיט דיר אין דעם זמן,
די חשובסטע זאך וואס דו זעהסט דא אין הויז,
קענסטו נעמען ווען דו גייסט צו דיין טאטען ארויס,
"ווען ער איז איינגעשלאפן האט זי פאר די באדינער'ס געטון זאגן,
מען זאל אים אזוי שלאפערדיגעהייט אויפן בעט אהיים טראגן,
ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער געפרעגט וואס גייט דא פאר,
זאגט זי איך קען דאך נעמען דעם חשובסטן זאך האסטו געזאגט קלאר,

*אהוי און דו ביסט ביי מיר די חשוב'סטע זאך,
זענען זיי אריבער צו רשב"י גלייך,
ווי רשב"י האט דאס פון זיי געהערט,
מיט א תפלה צום הימל ער האט זיך געקערט,
אז ס'איז אזא אהבה צווישן זיי,
שיק זיי א בן זכר ווייל זיי זענען אזוי געטריי,
ביז א יאר איז געוועהן א קינד יונג און ניי,
*אהוי פירט אויס דער מדרש מה דאך איין מענטש זאגט פארן צווייטן,
די ביזט פאר מיר די חשובסטע זאך האט ער ישועה א גרייט'ן,
יודישע קינדער זאגן דאך יעדן טאג מיט אזא פעסטע החלטה,
אין לנו מלך אלא אתה,
אפי' בארץ צי' ועיף,
מ'האלט זיך פעסט און שטייף,
הייליגע באשעפער מיר האבן דיר ליב בכל לב,

*אהוי און מ'זאגט צמאה צמאה לך נפשי,
נאר צו דיר קודשה בריך הוא
כמה כמה לך בשרי,
יחד כולם הודו הימליכו ואמרו,
אידישע קינדער אזויפיל יארן ווארטן דאך,
כי מחכים אנחנו לך,
נעם אונז ארויס פון דעם גלות יאך,

*אהוי שוש תשיש ותגל עקרה,
ירושלים הייסט עקרה מיט ווערטער קלארע,
וקיבוץ בניה בתוכה
ווען איז מען שוין צו דעם זוכה,
ס'זאל שוין זיין רנו עקרה זיך אמת'דיג פרייען,
כי בשמחה תצאון,
בשובה ונחת תושעון,

"כן בקודש חזיתך,
בביאת מלכא משיחא,
ועריכת נר לבן ישי משיחך,
לראות עזך וכבודך,


זעה מיר דאך בפירוש מתוך דברי רשב"י אז ווען איינער זאגט פאר א צווייטן דברי אהבה פועל'ט ער א ישועה, איז דאך אוודאי ווען אידן זאגן דאס לאבינו שבשמים אחותי רעיתי, אין לנו מלך אלא אתה, און בלויז צו דיר צמאה לך נפשי, קען מען דאך זיכער אלעס פועלן ביים באשעפער.

לכן אין אזא טאג ווי ל"ג בעומר יומא דהילולא דרבן שמעון בר יוחאי, איז רעכט אז מ'זינגט "צמאה לך נפשי" און אט אזוי פועלן פאר אידן בני, חיי, ומזוני רויחא,

צאתכם לשלום, פאר די אידן וואס פארן קיין מרון אויסצופועל'ן אלעס גוט'ס,

בואכם לשלום, פאר די אלע אידן וואס בלייבן דא זאלן אריין באקומען כל מיני השפעות,

אוי בארץ צי' ועיף בלי מים......
.