יום שלישי, 10 במאי 2011

א טאטע ביי א שמחה / אפשערן / ט.ב. שאץ מאץ

א טאטע ביי א שמחה / אפשערן / ט.ב. שאץ מאץ

ענדליך לאזט זיך שוין דער שאץ מאץ הערן...

רבותי איך שפיר אז איך מוז צום ערשטן מאכן א שטיקל התנצלות פארן נישט שרייבן קיין "טאטע ארטיקלען" אין די לעצטע תקופה, פשוט ווייל איך בין געוועהן זייער פארנומען לעצטנס מיט די ארבעט, אבער איצט איז אביסל רואיגער קען איך מיר א קער געבן צו די באשרייבונגען,

מן הדין וואלט איך קודם געדארפט שרייבן אין די סעריע פון "א טאטע ביי א שמחה" די רייע פון א שלום זכר - וואכט נאכט - ברית, ווייל נאך די פאריגע קידוש ארטיקל וואס איז געוועהן מטעם בת תחילה איז יושר אז גלייך דערנאך קומט דער זכר – ברית – וואכט נאכט ארטיקל, אבער אזויווי דער זכר ארטיקל איז עפ"י חשבון זייער א גרויסער, צוליב די פילע פרטים וואס א זכר – וואכט - נאכט – ברית אנטהלאט אין זיך וועל איך מיר ענדערשט זיך נעמען קודם צום אפשערן, און אי"ה עוד חזון מיט די צייט זיך צוריק קערן צום זכר – ברית ארטיקל,

ובזה החלי בע"ה:
א אפשערן איז א שטארק עמאציאנעלע צייט פאר א טאטע און פאר א מאמע, מ'זעהט בחוש א קינד וואס איז אפי' נאר איין טאג פאר די דריי יאר ווי קלוג דאס קינד זאל נישט זיין און ווי שטארק די טאטע מאמע זאלן אים ליב האבן, דאך א טאג נאכן אפשערן באקומט דאס קינד סאך מער רעספעקט אין די אויגן פון די עלטערן, די מציאות ווייזט אז יעצט נאך די 3 יאר קוקן זיי אן דאס קינד א מענטש, א קינד אן קיין פיאות איז א בעבי, און מיט פיאות איז ער א מענטש צום טיש, מ'כאפט זיך אליין נישט די גאנצע שפראך צום קינד ווערט געטוישט א טאג נאכן אפשערן, איך האב עס אליין געזעהן ביי מיינע אייגענע 4 אפגעשוירענע יוגלעך קע"ה און אויך ביי אנדערע קרובים וידידים אז דאס קינד באקומט א רעספעקט אין די אויגן פון די ארומיגע נאכן באקומען פיאות, פאר די פיאות האלט אים יעדער פאר א קליינע בעבי און איצט שוין נישט, מ'זאגט אים שוין נישט קום שיין מאך א זיצי.... ער איז שוין גרויס.

כדי צו גיין אין א געהעריגע סדר מוז מען קודם מאכן א שטיקל סדר, עס זענען דא צוויי זאכן אין די אפשערן חגיגה,
א) איז דא א זמן פון פירן א קינד אין חדר און לערנען מיט אים די א' ב', וואס אזוי ווערט געפסקנט אין רמ"א (יו"ד סי' רמ"ה) אז ווען א קינד ווערט דריי יאר פירט מען אים אין חדר אריין צו לערנען די אותיות התורה, וואס פארשטייט זיך אליין אז דאס פירן אין חדר ווערט באגלייט מיט די אלע מנהגים שונים מיט שמירת הילד פון יעדע דבר טמא, און ווי אויך אז א קינד וואס ווערט דריי יאר איז מען מחנך מיט מצות און מ'טוט אים אן א קאפל מיט ציצית,

ב) איז דא א צווייטע טייל פון די חגיגה, דאס איז די אפשערן די האר און מאכן פיאות פארן קינד, דאס האט באמת נישט קיין שיייכות דוקא מיטן ווערן דריי יאר, ווי מ'זעהט טאקע אז מאנכע פירן זיך צו שערן דייקא ל"ג בעומר אפי' דאס קינד איז נאך צווי און אהאלב יאר, און הערשט שפעטער ווען דאס קינד איז שוין דריי יאר פירט מען אים אין חדר מיט די אלע מנהגים און מ'לערנט מיט אים א' ב', ווייל די קפידה איז אז מ'זאל נישט לערנען מיט א קינד א' ב' פאר ער ווערט דריי יאר עפ"י קבלה געבויט אויפן מדר' (פ' קדושים) שלש שנים יהי' לכם ערלים, אז פאר די דריי יאר איז א בחי' פון ערלה און הערשט נאכדעם איז פרי קודש דאס קינד ווערט מוקדש צו לערנען תורה, מ'קען אפי' שערן שפעטער ווי די דריי יאר אויך ווי למשל ספירה בין המצרים וואס דאן טוט מען אן א קאפל צו די דריי יאר און פיאות מאכט מען הערשט ווען דער זמן איז מוכשר,

למעשה האט מען אבער ביי אסאך חסידים יא צוזאמען געשטעלט די צוויי זאכן דאס אפשערן מיטן פירן דאס קינד אין חדר צוזאמען אין איין טאג, די חסידישע טעם איז ווייל ס'זאגט זיך אנדערשט א' ב' מיט פרישע פיאות, ווי דער בעלזא רב מהר"י זי"ע האט געזאגט אמאל פאר א אויפגעקלערטע איד וואס האט זיך געגרויסט אז זיינע קינדער קענען לערנען גוט כאטש זיי זענען געוועהן מאדערן אנע פיאות, "א חוצפה צו לערנען גמ' תוס' אן פיאות"..., א' ב' זאגט זיך שענער מיט פרישע פיאות, אין עטרת ישועה שטייט דעם רמז אז מ'זאל אפשערן דוקא ווען מ'ווערט דריי יאר נישט פריער און נישט שפעטער, ווייל מ'זעהט אז די תורה שרייבט דאס ווארט "והתגלח" מיט א גרויסע ג', דאס איז א רמז אז ביי די דריי יאר שערט מען זיך אפ,

(דער בעל בית'שע טעם איז ווייל ס'איז פראקטישער צוזאמען צו שטעלן דאס חדר פירן מיט די אפשערן אין איין טאג, ס'שפארט צייט און געלט דער טאטע מוז נישט פעלן צוויי טאג פון די ארבעט, ווי אויך די פעמעלי געדערינג וואס ווערט געפראוועט לכבוד דעם אפשערן איז באקוועמער ווען ס'איז אין איין טאג, איך רעד שוין נישט אז די פיקטשער ווי דער זיסע אפשערן יונגל לעקט די האניג איז אסאך שענער ווען ס'איז יעצט מיט די פריש געווארענע נייע פיאות....)

אויב אזוי לאמיר טאקע אנהייבן מיטן סדר היום פון אזא צוזאמען שטעל א אפשערן מיטן חדר פירן, סדר היום? אפשר גאר סדר הלילה, ס'איז דאך דא אזא נייע מנהג אמעריקא אז מ'רופט צוזאמען די משפחה מיטגלידער א נאכט פארן אפשערן כדי אלע פעטער'ס וואס ארבעטן שווער זאלן אויך נעמען א טייל אין די שמחה, מ'מאכט א פארטי פון כל מיני מטעמים כדי להראות את כל העמים והשרים את רוב גדלו ואת כבוד עושרו און ביי די ביינאכט פארברענג שערט מען אויך אפ דאס קינד און מ'טיילט די פענסי פעקלעך פאר די קאזנס (די מער פלעינע פעקלעך דאס טיילט מען אין חדר פאר די קלאס...), א מורה הוראה האט מיר געזאגט אז עטליכע האבן אים שוין געפרעגט צו מ'מעג טאקע שערן ביינאכט ווייל אפשר איז דא א חשש מטעם האריה"ק נישט צו שערן ביינאכט, ווען דער מורה הוראה האט געפרעגט צו וואס מוז מען שערן דווקא ביינאכט איז געקומען די אנטווארט וואס הייסט פארוואס ער מאכט דאך א צערעמאניע מיט א ברייטן סאפער פאר די משפחה און דערפאר וויל ער שערן ביינאכט, איז מיין פראגע אפשר זאל איך ווידמען אפאר שורות פאר דעם סדר הלילה אויך?, זאל איך רעדן? נע ס'גוט אזוי, ס'איז גענוג אז איך האב עס דערמאנט מיט א ביטול... (ביסט א מבין אויף דעם שאץ?...)

די לאנג ערווארטענע טאג וואס מ'גייט שוין אפשערן און מאכן פיאות פאר דעם זיסן קינד קומט שוין אן, מ'האלט שוין נאך עטליכע וואכן וואס טאג איין טאג אויס חזר'ט שוין יעדער מיטן קינד, מושי ווען גייסטו האבן פיאות? מאנטאג נאך שבועות! זאגט דאס קינד מיט זיין זיסן קעלכל, אמת מושי גייט האבן פיאות און טיילן פעקעלעך?...., יא! אוודאי!, וויפיל מאל מ'חזרט עס איבער מיטן קינד זעהט מען אלץ ווי יעדעס מאל שיינט אים אויף די אויגן אז ענדליך גייט ער שוין זיין דער מיטל פונקט פון די עטענשאן ווען "ער" גייט באקומען פיאות, און "ער" גייט טיילן פעקלעך, פארשטייט זיך אז א נאכט בעפאר דארף מען גיין שלאפן צייטליך, כדי מארגן זאל ער נישט זיין איבערמיד,

דער טאג איז דא, דער טאטע שטייט אויף פרי, כי קדוש היום לאדונינו, א ענין אזויווי שבועות פארטאג'ס איז א עת רצון פאר קבלת התורה, וויבאלד היינט גייט דאס קינד אריין לתורה שטייט מען אויף אביסל פריער (כ"כ ברוקח וביעב"ץ), ווי אויך ס'זאל זיין אביסל צייט צו זאגן אפאר אידישע דיבורים, אפאר קאפיטלעך תהלים און געבן צדקה, א תפלה מיט א שבח והודאה צוזאמען, אנגעהויבן ביי ברכת התורה, ונהי' אנחנו וצאצאינו כלנו יודעי שמך ולומדי תורתך לשמה, ביי אהבה רבה צו בעטן והאר עינינו בתורתיך, און צום סוף דאווענען אפאר קאפיטלעך תהלים פשוט א שבח והודאה אז דו האסט א געזונט לעכטיג קינד וועלכער מ'גייט באלד אפשערן און מאכן פיאות, ביסט דאך שולדיג פארן באשעפער א הכרת הטוב, ס'איז דאך א מתנת חינם, נישט יעדער האט צו דעם די זכי',

ס'איז געוועהן אידן וואס האבן אפי' געפאסט אין אזא טאג באגלייט מיט א תפלה אז דאס קינד זאל שטייגן בתורה וביר"ש (כ"כ ביסוד יוסף פרק כ"ט ובקב הישר פרק ע"ב), שטייט אין ספרים אז אויב מ'פאסט נישט זאל מען כאטש זיך אויסלייזן מיט געלט און פארטיילן דאס געלט פאר עניים בני תורה, די עיקר איז צו האלטן קאפ אז ס'איז א גרויסער טאג, ווי די ראשונים כמלאכים שרייבן אז ס'איז ממש ווי מ'איז מקרב א קרבן ווייל מ'ברענגט אריין דאס קינד תחת כנפי השכינה,

שמירה אויפן קינד גייט שוין אן פון צופרי ביים אויפשטיין, דאס מיינט אז מ'דארף אכט געבן אז דאס קינד זאל נישט לויפן צום פענסטער קוקן אויף די גאס, און זאל נישט קוקן אויף קיין פרעמדע ווייבער און אפי' היימישע משפחה מיטגלידער שאינם טהורים לו, (וואס די הלכה איז ביי א אייגענע מאמע בימי..... דארף א שאלת חכם).

מ'קומט אהיים נאך שחרית מאכט מען גרייט דאס קינד אליין צום אפשערן, (ר' ישראל דוד הארפענעס שרייבט אין זיין ספר אז מ'האט געפרעגט מרן מהריט"ב מסאטמאר זי"ע וועגן שערן ביינאכט האט ער גענפערט אז אים האט מען געשוירן בייטאג און ס'איז נישט כדאי משנה צו זיין), קודם איז דא א קפידה אז א קינד וואס לערנט א' ב' זאל זיין גענצליך זויבער פון יעדע שמוץ ממילא איז דא א חיוב אים אפצובאדן פאר ער גייט אין חדר, דערפאר איז ראטזאם אז דאס באדן זאל זיין נאכן אפשערן די האר ווייל נאכן אפשערן פליט האר פון אלע זייטן איז דא א מקום ווי צו קענען ניצן א וואנע אפצווואשן דאס קינד,

ווען מ'גרייט צו דאס קינד צום אפשערן איז כדאי אפצוטיילן די צוויי זייטן וואס מ'וויל ס'זאל זיין פיאות און צוזאמען נעמען מיט א קליפ אדער מיט א גומי בענדל כדי אז ווען מ'שערט אפ די לאנגע האר זאל מען זעהן וועלעכס ס'איז האר און וועלכעכס ס'איז פיאות, מ'זעצט דאס קינד אויפן בענקל (ס'איז גוט אז מ'קען אויסשטעלן דאס קינד זאל זיצן אין די הייעך למשל אויף פיר סטול'ס איינס אינעם צווייטן אזוי קומט אויס אז דאס קינד זיצט הויעך מוז מען זיך נישט אזוי בייגן אים צו שערן) מ'איז מכבד צום ערשט די חשוב'ע אידן מיט א שער, מ'הייבט אן פארנט ביים מקום התפילין און אזוי גייט מען ווייטער און ווייטער ביז מ'זעהט שוין די פיאות געמאכט,

אה ממש א נייע צורה, קוק אן ווי שיין און ווי לעכטיג, מ'זעהט בחוש ווי דאס ערשטע טאג ממש די שכינה רוהט אויף די צורה פון א פריש אפגעשוירענע קינד, מ'וואשט אפ דאס קינד מ'מאכט אים שיין די פיאות, און יעצט קען מען טרינקען לחיים און וואונטשן מזל טוב, באגלייט מיט א הארציגע ברכה אז דאס קינד זאל אויסוואקסן א אלטער איד א ת"ח ויר"ש,

מ'נעמט אפיר דעם טלית און מ'פאקט איין דאס קינד און ויסעו, מ'נעמט מיט אביסל לחיים מיט מזונות, מיט דעם האניג קיכל וואס איז אויף געשריבן דעם לאנגן פסוק און "מ'פירט דאס קינד אין חדר אריין" דער טאטע הייבט אויף דאס קינד מיטן טלית... איי די טאטישע געפילן ווערן צונומען... געלויבט השי"ת מ'פירט שוין דאס קינד אין חדר אריין... ווי גליקליך איז א טאטע אין אזא מאמענט, און ווי גליקליך איז א מאמע אין אזא מאמענט, די געפילן שטורעמען אין הארץ גייענדיג אויפן וועג צום חדר אריין, לאז די געפילן ארבעטן... טרייב נישט אוועק דיינע געפילישע מחשבות ס'איז געזונט פארן גוף און פארן נפש צו ווערן מרוגש אין אזא זמן...

ווער קומט מיט?, ווער נישט, די ברודער'ס פונעם אפשערן יונגל זיכער, ווער נאך? קליינע שוועסטער'ס אפשר אויך, זאלן זיי זעהן דעם חדר וויאזוי מ'פרייט זיך אז א יונגל לערנט שוין א' ב', זאלן זיי זעהן וויאזוי ער לעקט האניג און מיטהאלטן די גאנצע שמחה, אבער סתם אנצוברענגען א גאנצע משפחה מיט מומעס און קאזנס איז סתם נישט קיין עסק, בכלל אפי' באבעס פונעם קינד איז קלאר נישט אויסגעהאלטן צו קומען בעת....... און וועלכע מאמע / שוויגער וועט דען הויעך דערציילן אירע חשבונות ווען מ'לאנדנט איר צו קומען צו אן אפשערן קומט מען אזוי אין יעדן מצב ווייל מ'האט דאך זיי איינגעלאדנט צו קומען, מ'דארף זעהן צו מאכן די איינליידענונג מיט שכל, ווען דער טאטע דער אבי הבן לאדנט זיין שווער און זיין טאטן צום אפשערן פון זייער אייניקל זאל מען נישט בפי' רופן די ווייבער נאר אריין ווארפן א ספק בלשון אז איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי די מנהג איז אבער אמאל אמאל קומען פרויען אויך אבער בעיקר איז די אפשערן געמאכט פאר די מענער, דער טאטע און דער שווער וועלן גוט כאפן דעם מעסעדש און אויב ס'איז שלא בזמן זאלן די וויבער זיך קענען ארויס דרייען און נישט אנקומען,

אה די וויכטיגסטע זאך איינצופאקן האמיר פארגעסן, א דידשטעל קעמערע צו כאפן בילדער און קליפס פון די גאנצע מאורע, איך פיל זיך נאריש אויב איך רייס אראפ אזא היינט געווארענע נארמאלע זאך ווי פיקטשער'ס, איך וויל אבער יא רעדן פון פיקטשער'ס אבער פון א צווייטן פערספעקטיוו און ציטירן א שטיקל וואס איך האב געזעהן באשריבן וואס א באוויסטע שרייבער האט געשריבן אין א"י גלייך נאך פסח שנת תשס"ט נאך די גרויסע מעמד "קידוש החמה" ווי אידן האבן מיט התרגשות געזאגט די ברכה אויף די זון, וואס הכל מודים דאס איז א זמן און מצב וואס קומט פאר בלויז איינמאל אין 28 יאר ס'איז ביי יעדן געוועהן א מרוגש'דיגע מעמד, שרייבט דער שרייבער זיינע געפילן ווען ער איז אדורך געגאגען די גאסן אין בני ברק יענעם ערב פסח צופרי ווי ער האט געזעהן אין אלע ווינקלען אידן מיט אזא הרגש זאגן די מזמורים און קאפיטלען, אבער אויך האט ער געזעהן צו יעדע געזעמל מענטשן ווי עס שטייען אין די זייט פאטאגראפירער און מאכן בילדער און פלעשן מיט די קעמערעס אפצוכאפן דעם מעמד, שטעלט ער זיך אפ און טראכט וואס טוט זיך יעצט אינעם הארץ פון דעם פאטאגראפירער?, זייער פשוט, ער שטייט לעבן די מרוגש'דיגע אידן און ציט זיך ארויס פון די הרגש און זאגט, נע איך בין נישט יעצט פון די מרוגש'דיגע אידן איך בין גאר אינדרויסן און איך כאפ זיי אפ אויף מיין קעמערע...

איר כאפט וואס דא טוט זיך? דאס שטיין און מאכן א בילד ביי א מעמד מורגש איז ווי איינער וואס ציט זיך ארויס פון דער הרגש און פונעם מציאות הזמן און מאכט א בילד, (איך האב אלץ די זעלבע הרגשה ווען איינער כאפט א בילד בשעת א לוי', ס'איז ממש אזוי, יעדער ארום איז דא מיטן קאפ אראפ מ'קלאגט אויף מתו מוטל לפניו, ווידער דער פאטאגראפירער ער ציט זיך ארויס פון די ארויסגעלאזטע קעפ און פון די טרויער און ער שטייט דא און ער מאכט א בילד....)

לענינינו, בשלמא ווען סתם איינער פון די ברודער'ס אדער זייטיגע משפחה מיטגלידער מאכט א בילד החרשתי, אבער אז די אייגענע מאמע פון דאס קינד זאל שטיין און מאכן בילדער יעדע צוויי סקונדעס?, איז קלאר אז זי ציט זיך ארויס פון דער הרגש'דיגע מינוטין כדי צו מאכן א בילד, איך פארשטיי נישט, ס'איז דיין קינד וואס דו האסט דיך געפלאגט מיט אים, דו האסט אים אליינס געבוירן, דו האסט אים געהאלטן אויף די האנט די לעצטע דריי יאר, האסט אים געלערנט גיין, געלערנט רעדן, איינגעשריבן אין חדר, און יעצט ביי זיין אפשערן דער מרוגש'דיגע זמן וואס איז איינמאל אין זיין לעבן, אנשטאט זיך איינצוהערן ווי שיין ער זאגט א' ב', און צוקוקן ווי דאס בחנ'טע יונגל לעקט די האניג און קישט די ציצית און מיטשפירן די חשקות התורה והמצות, לייגט מען אוועק אלע הייליגע הרגישים אין די זייט און מ'האקט בילדער, איר פארשטייט מיין נקודה?, איך האק נישט אויף קיין פיקשטער'ס, מיך באדערט די אום אינטערעסע פון די מאמע'ס, (שוין שאץ האט שוין געטראפן וואס אראפ צו רייסן....)

דאס קינד ווערט ארויף געזעצט אויפן רבינ'ס שויס (מקורו איז אין פסוק כאשר ישא האומן את היונק ואנכי תרגלתי לאפרים קחם על זרועותיו), דער רבי נעמט אפיר דעם א – ב צעטל און הייבט אן, יענקלע זאג שיין, אלף, ווען דאס קינד איז פאלגזאם מה טוב ומה נעים, ווען נישט האט שוין דער מלמד זיינע טריקס פון מאכן זאגן דאס קינד, ביטע זיי געדולדיג ער איז סך הכל א דריי יעריג יונגל דאס גאנצע עטענשאן ארום אים די זיידעס מיט די באבע'ס מאכט אים שווער צו זאגן, לאז אים זיך בארואיגן אפאר מינוט און צום סוף וועט ער זאגן, אפי' ווען נישט קען מען זיך פארלאזן אויף שומע כעונה, און שפעטער אינדערהיים וועט דער טאטע מיט אים זאגן, מ'וועט לייגן א קליינע קענדי ביים עק פאפיר און זאגן אז ווען מ'קומט אן דארט צום סוף פון אלע א – ב מעג מען עס אויפעסן....

דאס קינד זאגט שיין אלף בית גימל דלת, הי, אזוי ביזן סוף און צוריק צו וועגס, תיו, שין, ריש, קיף, צדיק, דערנאך איז דא די פסוקים וואס מ'זאגט תורה צוה, שמע ישראל, המלאך הגואל, און די ערשטע פסוק ויקרא, און דערנאך לייגט מען ארויף די האניג אויף די אותיות א' מ' ת' און מ'געט דאס קינד צו לעקן צו ווייזן אז די תורה איז זיס, יעצט קומט פאר די לאנג ערווארטע האניג לעקעריי..., ס'איז דא מנהגים צו ברענגען א האניג קיכל מיט דעם לאנגן פסוק אין ישעי' (נ' ד') ארויף געשריבן דערויף און דאס קינד זאל דאס אפליינען און טועם זיין פון דעם, פון ראשונים שטייט גרויסע ענינים אויף דעם, ס'מאכט פתחית הלב ודבש וחלב תחת לשונך, (די ספרים שרייבן אז ביי דעם מוז מען געבן פארן קינד צו עסן אפי' בע"כ און נגד רצונו פונעם קינד, עי' בס' טל אורות על ל"ט מלאכות דף ע"א, אין מגדל עוז להיעב"ץ ווי ער האט אן ארוכות וועגן אפשערן איז ער זיך מתרעם פארוואס מענטשן לאזן נאך פון די הייליגע מנהגים, און שרייבט אז איינער וואס האלט איין די אלע מנהגים וועט זעהן הצלחה אין די קינדער)

ווען מ'ענדיגט איז א מנהג מ'טרינקט לחיים כדי מקיים צו זיין וואס שטייט אין ספרים אז מ'מאכט א שמחה אין דעם טאג, ווי אויך שטייט פון יעב"ץ אז די משתה גדול וואס אברהם אבינו האט געמאכט ביום הגמל את בנו איז געוועהן ווען יצחק אבינו איז געווארן דריי יאר אלט, ענדליך צו דעם שטייט אין רבינו בחיי אויפן פלאץ (פ' וירא), (אויב מ'מעג צולייגן א רמז קען מען אפשר מרמז זיין ויעש אברהם משתה גדול ביום הגמ"ל את בנו, ה' איז א רמז אויף בן חמש למקרא, ג' איז א רמז אויף די דריי יאר, און מ"ל איז א רמז אויף די מילה), די אלע ארומיגע וואונטשן הארציגע ברכות אז דאס קינד זאל אויסוואקסן לתורה וליר"ש, און מ'זיכט זיך צו נעמען א ברכה פון א ערליכע איד ס'איז דאך אויך זיין יום הלדת און ס'שטייט בשם המגיד מזלאטשוב זי"ע אז אין א יום הולדת בעט מען פון א צדיק א ברכה אויף ארוכות ימים,

דערנאך פירט מען זיך אז דאס קינד טיילט ממתקים פאר די קינדער פון קלאס, עס איז כדאי צו וויסן אז בעצן די מנהג פון טיילן פעקלעך האט נישט אזא מקור ווי די אנדערע מנהגים, כאטש מענטשן מיינען אז דאס טיילן די פעקלעך איז ביהרוג ואל יעבור..., ווען מ'גרייט זיך ארויס צו גיין נהוג העולם צו געבן א טיפ פארן מלמד.... מ'פאקט אים צוריק איין אין טלית ווייל צומאל דרייען זיך די גוים אין האל צווישן די חדרים, און מ'גייט אהיים, די מנהגי שמירה גייט אן אגאנצן טאג, ס'זענען דא וואס זענען מקיל נאכן זאגן די א – ב אז ס'איז שוין נישט אזוי הארב ווי פריער,

עס איז ראטזאם צו שאפן גענוג אקאפאציע פארן קינד כדי אים צו האלטן גענוג ביזי ביז ביינאכט כדי ער זאל נישט לויפן צום פענסטער ווי מ'קען זעהן גוים, און מ'דארף האלטן א וואכזאם אויג פון די קרובים און קאזנס מיידלעך אדער נשים וואס קומען אין שטוב ער זאל נישט קוקן, ס'זענען דא אידן וואס זענען זיך נוהג צו טראגן די קינדער אין מקוה אריין, איך געדענק נאך עד היום ווי מיין טאטע האט מיך גע'טובל'ט ווען איך בין געווארן דריי יאר אלט...., איך זיך נאך א מקור דערויף אדרבה אז איינער טרעפט זאל ער דאס אנצייכענען און מזכה זיין דעם רבים, (אפשר מטעם קבלת התורה איז געוועהן כבסו שמלותם א ענין פון טהרה).

דער עיקר איז מ'זאל זוכה זיין צו זעהן נחת פון די קינדער און זיין אזוי גליקליך מיטן קינד ביי די בר מצוה ווי גליקלעך מ'איז מיט אים איצט ביים אפשערן, און שטייגן בתורה וביר"ש מיט געזונט און נחת, עד ביאת הגואל, וישישו בשמחה מ'זאל מאכן אידישע שמחות מתוך שמחה מיט גרינגע געמיטער און שווערע טעשער....