יום חמישי, 29 באפריל 2010

טאטע זאג שוין ווער דו ביסט!!!! (ר"ה)

טאטע זאג שוין ווער דו ביסט!!!!

די אלע שאצונגען און איבערגעטריבענע שמועות איבער פרינץ זאמאסקי'ס פארמעגן האט נישט געהאט דאס מינדעסטע שייכות צו די אמת'ע ווירקליכקייט, ווייל פאקטיש איז פרינץ זאמאסקי געוועהן דער איינציגע יורש פון זיין גרויסן פאטער וועלכע האט געקעניגט איבער עטליכע גרויסמאכן אין די געגענט, וואס נאך פיל מלחמות און שלאכטן האט ער זיך ערווארבן צו א אומשאצבארע פארמעגן פון גאלד זילבער, דימאנטן, און גאר ווערדפולע שטיקער, און צוגאב פון טויזנטער שאף און רינדער מיט הונדערטער מיליטערישע פערד, וואס איז אייביג געשטאנען גרייט פאר די מלוכה צוועקן.

גאר אנדערשט איז אבער געוועהן דער יעצטיגע פרינץ זאמאסקי - דער הערשער פון בעהמען, ער האט קיינמאל נישט געזיכט דעם פאבליקום, און אייביג געשטאנען ווייט פון יעדן געפעכט מיט זיינע ארומיגע שכינים, אפי' די ברייטע גרויסארטיגע באלן און מאלצייטן וואס פלעגן אמאל זיין א אפטע ערשיינונג אין קעניגליכן פאלאץ איז אין די יעצטיגע צייטן געוועהן אייגעצויגן און אלעס אויף א שטילע פארנעם, פרינץ זאמאסקי האט געטראגן א כאראקטער ווי א ציווילע בירגער און נישט געזיכט זיך צו ווייזן און זיך גרויסהאלטן מיט זיין הערשאפט און פארמעגן,
אויסער איינמאל אין יאר ווען עס איז אויסגעפאלן דעם יארטאג פון די קעניגרייך פלעגט זיך דער קעניג ארויף זעצן אויף זיין שטול, און אלע סאלדאטן האבן אדורך מאשירט מיט גרויס פאראד און כבוד.

די בירגער פונעם גאנצן לאנד האבן געשפירט אז דער הערשער איז א נאבעלע און באזעסענע מענטש א זאטער וואס פארשטייט דעם הונגעריגן, און צוליב זיין נאכגעביגקייט האט ער געמינערט די גרויסע שטייערן און קאפ צאל פון די בירגער, און פארמערט בענעפיטן פאר גרויס און קליין, אין אזא הערשאפט האבן זיך אלע איינוואוינער געשפירט פארזיכערט און רואיג, כאטש מ'האט דעם קעניג ווייניג געזעהן אין פאבלוק צוליב זיין צוריק געצויגנקייט האבן זיי פארשטאנען אז ער איז געטריי און איבער געגעבן.

א פינטעלע זארג האט זיך געדרייט ביי יעדן אין הארצן וויסנדיג אז דער פרינץ שעפט נישט קיין נחת פון זיינע זון, זיינע זון זענען געוועהן דאס פארקערטע פון אים, ווי גוט און באשיידן דער טאטע איז געוועהן זענען די קינדער געוועהן מהיפך להיפך, אויפרייסעריש און הארטנעקיג און מיט אזא שטייפקייט פלעגן זיי ארום רייטן אין די גאסן און שלעכט'ס טון פאר די אומשולדיגע איינוואוינער, מענטשן האבן זיך אפי' געווינדערט ווי קומט צו אזא גוטע און באשיידענע טאטע אזעלכע ווילדע שלעכטע קינדער.

וואס א טאג שפעטער זענען זיי געווארן ערגער און ערגער, ווען די עוולות זענען נאך געוועהן קליין און פארהעלטנמעסיג האט מען נאך געקענט פארדעקן און מכפר זיין, אבער די נאכאנאדע ברוטאלע פירונגען האט שוין נישט געלאזט שטיין פון די זייט מיט פארלייגטע הענט, דער סוף דבר איז אבער געוועהן ווען אין איין נאכט האט מען זיי געכאפט ביי די האנט מיט א ריזיגע גניבה, ווען זיי האבן זיך איינגעבראכן אין די קעניגליכע באנק ווי עס ליגן באהאלטן די ווערפולע אוצרות פון אלע שרים און הארן.

דער נידריגע שריט פון די קעניגליכע קינדער האט אויסגערופן ביי די געזעץ געבער'ס א שטארקע פראבלעם, דא מוז מען פארסירן דעם געזעץ פונעם לאנד, ווידער פון די צווייטע זייט ווי קען מען מצער זיין דעם באליבטן הערשער, באין ברירה האבן זיך די שופטים צוזאמען געזעצט און מיט א איינשטומיגע החלטה באשטומט אז דער קנס וועט זיין איינצוזעצן די קינדער אין א תפיסה פאר עטליכע יאר.

דאס איינזעצן די קינדער אונטער די שווערע שטאלענע גראטעס האט שטארק אפעקטירט דעם קעניג'ס געפיל און זיין אפנקייט צום באפעלקערונג, כאטש וואס ביז איצט איז ער נישט געוועהן דער גאסן קעניג נאר זיך געלעבט שטיל ביי זיך אין פאלאץ אבער יעצט מיט די ווייטאגליכע פאקט אז זיינע קינדער זענען פארשפארט אין תפיסה איז נאך געוועהן פיל ערגער און דער קעניג האט זיך ממש פארשפארט אין זיינע צימערן.

די קינדער אליין וואס זענען געזעסן אין תפיסה האבן אויך נישט געלעקט קיין האניג, ווי א טאג, געווויסע צייטן זענען געוועהן איבער זיי שוווערע און שטרענגע הארן וואס האבן זיין אונטערדריקט מיט אלע ערליי מיטלען, אבער אין טייל טעג זענען זיי געפירט געוווארן דורך גאנץ גוטע און איבערגעגעבן הארן וואס האבן געזיכט זייער וואוילזיין.

אזוי זענען דורך געלאפן עטליכע וואכן וואס די צייט האט גורם געוועהן אז די קינדער האבן צוביסלעך פארגעסן זייער אמאליגן לעבן, און די תפיסה לעבן איז געווארן א חלק פון זייער רוטינע סדר החיים, ויהי היום זיי זיצן אזוי אין זייער קעמערל און שמועסן צוזאמען ווי קיינמאל בעפאר, פלוצלינג עפנט זיך דער טיר און א מענטש ווערט אריין געשטופט אין זייער קעמערל און דער טיר פארמאכט זיך אונטער אים, זיי קוקן און שטוינען אויף וואס ארויף האט מען זיי דא צוגעשטעלט א נייעם שכן, א זאך וואס איז נישט געטון געווארן ביז יעצט.

אבער צו זייער שרעקליכע ווינדער און שטוינונג האבן זיי נאך א האלבע שטונדע אנפלעקט אז דער ניי געקומענע איז נישט קיין צווייטער נאר זייער אייגענע טאטע!!! דער הערשער פונעם לאנד!!!, מיט אפענע מיילער זענען זיי געזעסן ארום נישט וויסנדיג ווי אנצוהייבן פרעגן זייערע פראגן וואס ער זיכט דא און צוליב וואס האט מען אים איינגעזעצט אונטער אזעלכע שווערע דיקע ווענט.

דער טאטע האט זיך נישט געלאזט ווארט און האט זיי געזאגט, אז זינט זיינע קינדער זענען געווארן פארשפארט אין תפיסה האט ער מער נישט געקענט אנגיין מיט זיין טאג טעגליכן לעבן, ס'איז נישט דורך א מינוט אין טאג וואס ער זאל נישט טראכטן פון זייער שיקזאל, צוזענדיג אז מער וועט ער סייווי נישט האבן קיין נארמאלע גליקלעך לעבן האט ער בסוד סודות זיך אויסגעקויפט מיט גרויס געלט מ'זאל אים אריין לייגן אין תפיסה צוזאמען מיט זיינע קינדער, כאטש זאל איך נישט זיין איינזאם אליין אין פאלאץ האט דער טאטע געקלאגט, ענדערשט וועל איך זיצן אין תפיסה מיט מיינע קינדער ווי איידער הערשן אין קעניגליכן פאלאץ אליין.... האט דער טאטע אויסגעפירט מיט ביטערנישט.

אזוי זיצט זיך דער אויסגערופענע באליבטע פרינץ זאמאסקי אין תפיסה אונטער שווערע אומשענדן בלויז מיט די איינע סבה צו זיין נאנט מיט זיינע קינדער, די קינדער זענען צוריסן געוווארן פאר צער צוזענדיג ווי טאג טעגליך איז מען מבזה מיט אלע מיני דערנידערונגען זייער באליבטע טאטע, אבער אויפן שטרענגע באפעל פונעם טאטן טארן זיי נישט ארויס רעדן א ווארט, בלייבט זיי נאר איבער דאס ליידן און שווייגן, אדער זיך אויסוויינען באהאלטענעהייט ווען קיינער זעהט נישט.

דער יאר - טאג פון די קעניגרייך האט זיך דערנענטערט, די קינדער האבן זיך דערמאנט ווי שיין אין יענעם טאג פלעגט זיין יאר יערליך ווען דער טאטע דער קעניג פלעגט זיך ארויס זעצן מיט זיינע שענסטע מלוכה קליידער און אלעס האט אדורך מאשירט מיט אזא כבוד המלכות, און דא זיצט דער טאטע אין תפיסה צוזאמען מיט זיי נאר צולב זייער זינד, וואס א טאג נענטער איז דער ווייטאג געווארן גרעסער, די ליפן זענע שוין געוועהן צוביסן פון גרויס ווייטאג אז זיי מוזן גאר שווייגן.
אבער אין די פרימארגן פון דעם גרויסן טאג ווען די זון האט אויפגעשיינט, די קינדער האבן געזעהן זייער באליבטע טאטע בשפל המצב זיצן לעבן זיי, האבן זיין אויסגעשאסן מיט א געוויין..... טאטע!!!! גענוג! זאג שוין אויס ווער דו ביסט..... מיר קענען נישט מער.....

הנמשל מובן, דער מלך מלכי המלכים דער טוב ומטיב לכל, דער מכין בשר לכל בריותיו, דער בורא ומנהיג לכל הברואים, אין לו משיגי הגוף, מ'האט אפי' נישט קיין השגה אין זיין גרויסקייט, מ'קען אים נישט זעהן כי לא יראנו האדם וחי, דער קשה לכעוס ונח לרצות, ער האט קינדער, כלל ישראל בני ק'ל חי,

ומפני חטאינו זיצן מיר אין גלות מחמת אונזער חטאים מוזן מיר אפקומען גלות פאר א באשטומטע צייט, זאגט אבער כביכול, במסתרים תבכה נפשי, און די שכינה הק' זאגט ארד עמהם איך גיי מיט אין גלות צוזאמען מיט די אידן, כלל ישראל זעהט נעבאך טאג טעגליך ווי מ'טרעט אויף כבוד שמים, די כבוד פון די היי' שכינה ווערט דערנידערט אויף א שרעקליכן אופן, מ'מוז נעבאך לידן און שווייגן, קיין סאך צו טון איז נישטא.

ס'קומט אבער דער טאג פון ראש השנה, אוי זה היום תחילת מעשיך, א טאג וואס כביכול זיצט אייביג על כסא המלוכה וכל באי עולם יעברון לפניו כבני מרון, און אנטשאט אזא מלך עליון זאל זיצן בכבודו של עולם בירושלים עיר קדשך, איז נעבאך שכינתא בגלותא, דאס הארץ ווערט צוריסן פון צער און ווייטג, אז מיר קענען שוין נישט מער שטיל זיין,

מיר שרייען ארויס טאטע!!!! זאג שוין ווער דו ביסט!!! נעם דיך אן פאר דיין כבוד,

אוי וידע כל פעול כל אתה פעלתו, ויבין כל יציר כל אתה יצרתו.

המשל והנמשל מפי השמועה מהרב אפרים וואקסמאן שליט"א בתוס' ביאור

איצט די זעלבע געדאנק אויפן גראם
(מיוסד אויפן גראם פון הרב וואקסמאן מיט עטליכע שיניום)

וסימנך
-- ערשטע פאל,
"צווייטע פאל
*דריטע פאל
^פערדע פאל

(ניגון: ניין טאטע ניין – אייזיק האניג)

--ונתנה תוקף קדושת היום,
דער הייליגע טאג עד שמו רום,
ראש השנה ווי גרויס איז דער שעה,
אזי מלך שמו נקרא,

--א מלך האט געהאט צוויי זון,
זיי זענען ארויס אין די וועלט געשעפטן צו טון,
זיי האבן נישט געטון זייער התחייבות,
זיי האבן זיך אריין געלאזט אין גניבות,

"ביז מען האט זיי נעבאך געכאפט,
אין א שווערע תפיסה זיי פארשקלאפט,
געפיינגט אן קיין אויפהער,
ס'איז זיי געוועהן זייער שווער,

"מ'האט זיי שטארק געשלאגן,
ביז איינע האט פארן צווייטן געטון זאגן,
קוק ווי אונז זעמיר אריין געפאלן,
מיט די ערגסטע קרימינאלן,

--איין טאג האבן זיי געזעהן,
עפעס אין תפיסה איז געשעהן,
מ'ברענגט אריין א אלטע מענטש מיט קייטן אויף דער האנט,
זיין פנים איז זיי באקאנט,

-זיי לויפן צו באלד,
נעמען זיך שרייען אוי געוואלד,
זיי זעהן אז דאס איז זייער טאטע דער קעניג פונעם לאנד,
מאכט מיט דעם גרויסן שאנד,

"דער טאטע זאגט ווען כ'האב געהערט ווי איר זענט,
האב איך שלאפן נישט געקענט,
און איך האב מיר אויסגעקויפט מיט געלד,
ביז מען האט מיר אריין געשטעלט אין תפיסה פארשטעלט,

"איך בעט ענק מיינע טייערע זון,
זאגט'ס נישט אויס ווער איך בין,
זיי האבן נעבאך געמוזט צוזעהן דעם גרויסן צער,
ווי מ'איז מבזה דעם טאטן עד אין לשער,

*ס'פלעגט זיין איין טאג אין יאר,
וואס איז געוועהן ביים מלך א שמחה ביז גאר,
דער טאג וואס ער איז געווארן דער מלך אין דעם לאנד,
אלע מינטסטארן פלעגט מען אדורך פירן,
די סאלדאטן פלעגן מאשירן,
ס'פלעגט זיך פרייען דער מלך מיט זיינע גוטע פריינד,

^האבן די קינדער צו זיך געטראכט,
היינטיגן טאג פלעגט דאך ביים טאטן זיין אזא פראכט,
און ביז דערווייל זיצט ער אין תפיסה אצינד,
און פארוואס איז דאס געשעהן,
אז מ'קען זיין שיינקייט נישט זעהן,
אלעס נאר צוליב אונזער גרויסע זינד,

"זענען זיי געלאפן ווי דער טאטע איז געליגן,
געוויינט און געשריגן,
טאטע טאטע די מוזסט,
שוין זאגן ווער דא ביסט,

--דער טאטע איז אבינו שבשמים,
און דער זון איז הבן יקיר לי אפרים,
ומפני חטאינו גלינו,
אין דעם תפיסה ישבנו גם בכינו,

--האט דער באשעפער געזאגט ס'איז מיר כדאי,
אין גלות מיט מיינע קינדער צוזאמען מיט זיי,
דער באשעפער זיצט אויך אין תפיסה,
אוי שכינתא בגלותא,

"און אונז דארפן דאס כסדר זעהן אזוי,
ווי מ'טרעט אויף כבוד שמו,
אויפן כבוד פון זיין הייליגע תורה,
ס'איז דאך ממש איום ונורא,

"ס'פארשטערט דאך די גאנצע הוד,
און כסדר בעט מען גלה כבוד,
אבער דער באשעפער באהאלט זיינע כתרים,
און וויינט במסתרים,

*אבער ווען ס'קומט ר"ה דער גרויסער טאג,
יעדעמ'ס מעשים לייגט מען אויף וואג,
א טאג וואס איז זה היום תחילת מעשיך,
מ'כאפט זיך אז דער מלך זיצט אויף דער ערד,
יעדע'נס מנוחה ווערט צושטערט,
און מ'בעט און מ'שרייט ובכן תן כבוד ה' לעמך,

^טאטע מיר קענען עס נישט צו קיקן,
ווי מ'טיט דיין כבוד אונטער דריקן,
ווייז שוין דיין גרויסקייט איבער די וועלט,
טאטע טאטע די מוזסט,
שוין זאגן ווער דא ביסט,
אז דו האסט אלעס אויף געשטעלט,

"וידע כל פעול,כי אתה פעלתְו,
ויבין כל יציר, כי אתה יצרתְו,
מיר בעטן אלע אויף אמאל, אחת שאלתְי,
והשב ישראל לדביר, בירושלים קרתא,


אמן ואמן

א טאטע אין יו"ט חנוכה

א טאטע אין יו"ט חנוכה / ט.ב. שאץ מאץ


הכנות לחנוכה
פון ווי הייבט מען אן?, פארשטייט זיך פון די הכנות, אה חנוכה, אזא זיסע ווארעמע יו"ט, א יו"ט וואס ווארמט אן די ביינער אין די קאלטע ווינטער נעכט, די אכט טעג חנוכה האבן דאך אזא אייגנארטיגע שמעק, די ניגונים די נוסחאות אלעס איז אזא געמיש פון וואכעדיגע רוחניות, ס'אידעך נישט קיין יו"ט וואס די איסור עשיית מלאכה שיידט אפ די מענטשהייט פון די וואכעדיגע וועלט, ס'איז אכט טעג וואס די ארבעט גייט אן געהעריג מ'לויפט אין די געשעפטן און דאך איז חנוכה....

דעריבער וואלט זיך געזאגט אז אין חנוכה דארף זיין מער הכנה ווי סתם א יו"ט, בשלמא פסח, שבועות, סוכות, בלויז דאס פייף פונעם שבת פייפער אליין ברענגט אריין דעם מענשט אינעם יו"ט אריין, מ'פארט נישט, מ'ארבעט נישט, די יו"ט'דיגע ברכו פונעם חזן ברענגט אריין אין הארץ א געפיל און א רושם פונעם יו"ט, אזוי אז אפי' מיט ווייניג הכנה קען מען צוגיין צום יו"ט'דיגן קידוש און דאך שפירן אז ס'איז יו"ט, ווידעראום חנוכה קומט מען אהיים פון די ארבעט און גלייך מיט די ארבעט'ס רושם צינד מען אן דעם אור הגנוז... ס'איז עפעס פון דרום צו צפון מיט אזא ווייטן אפשייד,
נמנו וגמרו אז ס'פאדערט זיך הכנה יעדע נאכט באזונדער צו צוגיין צו די חנוכה לעכט מיט עטוואס פירוד און אפשייד פון די ארבעט, און עטוואס דערהויבנקייט פון די ימי המעשה און עולם העשי' צום נר מצוה ואורות הגנוזות.

(אין תפארת שלמה שטייט אז חנוכה דארף האבן מער הכנה ווי סתם א יו"ט, ער פארענפערט מיט דעם דעם ב"י'ס קושיא, אז די ערשטע טאג כאטש ס'איז נישט געוועהן א נס, מאכט מען זיך א כלי להכנה מקבל צו זיין דעם אור פון אלע אנדערע נעכט חנוכה, ווי אויך אין באר משה להרה"ק ר"מ מקאזניץ איז ער מאריך אז די ברען פון די אור חנוכה ווענט זיך לויט די הכנה,
כאטש וואס ס'שטייט אין ישמח ישראל אז חנוכה איז מצותו מפתח ביתו מבחוץ, חנוכה קען מען צוקומען אפי' מ'איז מבחוץ אינדרויסן אן קיין שום הכנה עיי"ש, דאך איז כדאי דאס ביסל הכנה מרגיש צו זיין אפס קצהו פון דעם אור הגנוז דעם פינק וואס ליגט באהאלטן אין יעדן איד)

אין אופני הכנה איז שווער צו זאגן פונקטליך וואס מ'דארף טון, אבער ס'איז קלאר אז יעדע ביסל הכנה וואס טאטע טוט ווערט דערשפירט דורך די קליינע ריינע נשמה'לעך פון די זיסע קינדער וואס האבן אזוי ליב דעם יו"ט חנוכה,

איך וואלט געזאגט אז כאטש מענטשן האבן א מסורת אבות און גלייכן צו טון וואס זיי האבן געזעהן ביי די טאטעס, און מכח דעם וואס ער גלייבט אזוי אין מסורת אבות וויל ער נישט זיין פרומער פון זיין טאטן און וויל נישט צולייגן קיין שום הוספה מדילי', אבער היינטיגע צייטן איז אנדערשט, היינט איז א זמן וואס מ'מוז מוסיף זיין ענינים און פרומקייטן והידורים כאטש מ'האט דאס נישט געזעהן ביים טאטן, דיין טאטע האט נישט קיין אינטענעט דו יא (והא ראי' אז דו ליינסט דעם ארטיקל....) דארפסטו האבן מער הידורים פון דיין טאטן, א גרעסערע חתן מנורה האסטו?.... אפי' גרעסער פון דיין טאטן'ס..., נו פארוואשע זאל מען נישט זיין גרעסער מיט נאך זאכן, אויב דיין טאטע גייט נישט אין מקוה פאר חנוכה לעכט שאדט נישט אז דו זאלסט יא גיין, עכ"פ די ערשטע נאכט לכה"פ ווי יעדן ערב יו"ט ווען מ'גייט פאר די ערשטע טאג יו"ט אין מקוה, אז דיין טאטע זינגט נאר 5 צו 10 מינוט פון די האלבע שעה זמירות, שאדט נישט מוסיף צו זיין נאך און נאך זמירות, מ'דערלייגט נישט פון מוסיף זיין סיי וועלכע הידור אין א יו"ט.

בנוגע הכנות יעדע נאכט קען א מקוה זיין א שטארקע טרייב קראפט און א הבדלה פונעם עולם העשי' ביז צו די חנוכה לעכט, פאקטיש נאך א מקוה פילט מען זיך אפי' בגשמיות פריש, פשוט מ'ווערט פריש פון פיזישע מידקייט, אויסער די חלק הרוחני וואס א מענטש שפירט זיך העכער נאך א מקוה, קומט נאך צו דאס אז די קינדער זעהן דעם טאטן מיט נאסע פיאות אהיים קומען נאך מעריב צו חנוכה לעכט צינדן, דאס גיבט זיי דעם מעסעדש חברה דא קומט עפעס פאר... דאס איז נישט סתם א לעכט געצינדעכטס...., דער טאטע גייט אין מקוה די מצוה ברענט אין אים!!!,

אויב דער טאטע דרייווט אהיים יעדע נאכט פון די ארבעט קען מען אינטערוועגנס הערן א שיעור פון עיניני חנוכה, די אויסוואל איז גרויס קע"ה, אויב זיצט מען אין א קאר, טרעין, באס, געפירט דורך א דרייוער, קען מען נעמען א ספר'ל אפי' א ליקוט און זעהן איינס צוויי גוטע ווערטער אויף חנוכה יעדע נאכט, אז נישט כאטש צווישן מנחה ומעריב אריין קוקן אין א ספר בין גברא לגברא מעניני דיומא, בני יששכר, זרע קודש, דברי חיים, צו דברי יואל, צו סיי וועלכע ספר וואס מ'שפירט א טעם דערון, דאס איז פארן טאטן אליין געזאלין ער זאל אליינס זיין אין די מצוה און האבן עטוואס שייכות צו די נירות חנוכה, ווייל אז דער טאטע האט די מינדעסטע שייכות מיט הדלקת הנירות שפירט דאס שוין אטאמאטיש זיין קינד,

ווער רעדט נאך א טאטע וואס האט שוין גרעסערע קינדער און זיי אליין לערנען שוין אין חדר אין ישיבה מגודל קדושת אור חנוכה, און דאס קינד אליין שפירט שוין א שטיקל טעם אינעם צינדן, וואס פארא פנים האט דעם טאטנס צינדן בעת ער אליין איז קאלט ווי אייז און דער זון איז שוין א בר הכי און א בעל מדריגה ביים צינדן.... דאכט זיך ס'איז גארנישט קיין געשמאקע טעם,
מיין ר"י ז"ל פלעגט זאגן אז דער יצה"ר פון אמעריקא איז זיך נישט אפצושטעלן א רגע, גיי, לויף, פלי, און קום, טיים איז מאני, נאר טראכט נישט...., דער בעל דבר פארלייגט כוחות מ'זאל אלעס טון נאר זיך נישט אפשטעלן א רגע מיט התבונונות, און דאס איז די ערשטע תפקיד פון א טאטע בימי חנוכה, צו זאגן פאר זיין אייגענעם הו הא "סטאפ", לייגן א האלד אויף דעם גרויסן כף הקלע פון אמעריקא, און נעמען עטליכע מינוטן פאר זיך, פאר מיין נשמה, זיך צו צוגרייטן צום חנוכה לעכט צינדן, (שטייצעך דעם שווארצן בערי לייגן אויף וויקאציע פאר א שטונדע).

אין אסאך מקומות האט מען זיך נוהג געוועהן אנצוטון בגדי שבת צום צינדן, איך גלייב אז בגדי שבת איז א שטארקע געפיל און מצב פאר די גאנצע שטוב ווען מ'זעהט דעם טאטן אנטון דעם שטריימל בעקיטשע, (למען האמת, ביי מיין טאטן אין שטוב איז מען נישט געגאנגען קיין בגדי שבת צו חנוכה לעכט, אבער מן השמים איז מיר אויסגעקומען אז מיין חתונה נישט מער געדאכט איז אויסגעפאלן יום ה' לשבוע אור ליום כ"ב כסלו, איז די ערשטע נאכט חנכה געוועהן זונטאג נאכט, זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך, האב איך געהאט א שטריימל מחמת שבע ברכות, דאנארשטאג איז געוועהן מוצאי שבע ברכות האב איך נאך אלס געהאט דעם שטריימל, פרייטאג צונאכטס און מוצש"ק ווייטער א שטריימל, נו אז כ'האב שוין גאנץ חנוכה געהאט א שטריימל האב איך מיר אנגעטון דעם שטריימל זאת חנוכה זונטאג נאכט אויך, ומן אז ועד היום הזה צינד איך מיטן שטריימל)
זייענדיג אמאל חנוכה ביי מיין גרויסן ברודער אין שטוב, האב איך געזעהן ווי ער טוט אן בלויז זיין בעקטישע צום צינדן, ס'איז מיר זייער געפאלן כ'האב הנאה געהאט פון דעם בייפאל, סיי ס'הייסט נישט משנה געוועהן ממסורת אבות, און סיי ס'איז מוסיף געוועהן א טעם און א הידור צו חנוכה, דאכט זיך אז ס'איז גאנץ א שיינע איינפיר זיך אנטון א בעקטישע לכבוד חנוכה...

אויב נישט די בעקיטשע כאטש אנטון דעם שבת'דיגן גארטל, צו וואס זאל מען צינדן די הייליגע חנוכה לעכט מיט אזא דינעם מנחה מעריב גארטל... מ'דארך מאכן כאטש עפעס א שינוי פון סתם א קר"ש שעל המטה ליינען.

הדלקת המנורה
די שיינע חתן מנורה איז אויסגעפיצט ער ליגט שוין גרייט אויפן קליינעם נר מצוה טישל און ווארט גרייט מ'זאל אים אנצינדן, לאמיר זיך פארשטעלן דעם בילד ווי די קינדער שטייען ארום מיט שפאנונג און ווארטן דער טאטע זאל צורעכט מאכן זיין מנורה, קומט זיך דער טאטע מיט עטליכע גלעזלעך פון נר מצוה מ'געט אזא ברעך אראפ דעם קעפל און ויסעו מ'איז גרייט...... יאלא.... מ'קען שוין זאגן ברוך...
עה נעה.... רבותי! ס'האט נישט קיין פנים, ס'איז נישט קיין חינוך...

וואס יא?, ווי שוין געשריבן אין די פאריגע ארטיקלען דארף די ימים טובים און די מצות זיין מערקבאר און ס'דארף זיין קארילפול מיט זאכן וואס ווערט אריין געקריצט אין זייער מח מיט אהבה און טעם מיט געשמאק צו יעדן דבר מצוה, ווי אנדערשט איז ווען א טאטע קומט אהיים מיט די נאסע פיאות און נעמט ארויס א גרויסן שטיק קאטן, (נישט די פיצי קאטן באלס נאר די גרויסע שטיק) און ציפט אראפ דערפון אביסל און הייבט אן צו דרייען קנויטן, ס'ווערט א מערכה פון קנויטן געדרייעכטס, מ'פסקנט וועלכע קנויט איז גוט און וועלכע נישט (פארשטייט זיך די קינדער זענען די גדולי הפוסקים...) איי ואת"ל דיינע קנויטן ברענען נישט אזוי שיין, וואסא חילוק, מיינסט מ'דארף אין הימל דיינע שיינע פלעמעלעך?, מ'דארף פון דיר דיינע אייגענע פעולות וואס דו טוסט און פלאגסט דיך לכבוד חנוכה, מ'דארף אין הימל דיין דרייען קנויטן...., מ'דארף דיין מחשבה און מעשה וואס מ'לייגט אריין אין א מצוה, צו ס'ברענט שיין צו נישט איז דיר נישט נוגע,

נאכדעם וואס דער קנויט איז שוין אינעווייניג גיסט מען אריין דעם אויל, איי א פחד וויפיל כוונות און יחודים איז דא ביים גיסן דאס אויל, נישט אימזיסט האבן צדיקים געזאגט אז דער קדושת לוי וואלט ווען אויסגעגאסן ס'גאנצע אויל, (אני כשלעצמי צינד דוקא אין מיין מנורה זעלבסט, איך האב פיינט די געלעזלעך וואס מ'לייגט ארויף אויפן מנורה ווייל דאס הייסט נישט געצינדן אין א זילבענע מנורה, ס'איז אפשר געצינדן אין גלאזענע גלעזלעך..., אבער נישט יעדער מנורה איז געמאכט און אויסגעשטעלט אזוי, פערצופאל מיין מנורה איז דא אזעלכע לעכער אז קען מען צינדן אינעווייניג גוט און באקוועם) די אויל איז יעצט אינעווייניג און מ'מען אנצינדן דעם וואקסענעם שמש אין זאגן דעם לשם יחוד.

יש שנוהגים קודם צו זאגן דעם לשם יחוד און נאכדעם אנצינדן דעם לעכט - שמש, ויש שנוהגים קודם אנצוצינדן און מיטן ברענעדיגן לעכט זאגט מען דעם לשם יחוד, (הגה: וכן אני נוהג), כאטש ס'איז דא היינט א אויסוואל פון זאגער'ס מיט שיינע דיזיינטע בלעטער ווי מ'קען געפינען אלע לשם יחוד'ס מיט די נוסח הברכות, דאך האט מער טעם און מער רושם פאר די קינדער ווען מ'מישט אויף א דיקן סידור (א שטייגער ווי מיין טאטנס אלטן יעב"ץ סידור) און דארטן זאגט מען דעם לשם יחוד, ס'איז נאך א פעולה אינעם ערנסקייט פונעם זמן, ס'מאכט עס מער אפציעל ווען מ'נעמט א דיקן סידור מער ווי נעמען אזא איינצעלענעם בלעטעל אדער א דינעם קונטרס און זאגן דערון דעם נוסח.

דער וואקסענעם לעכט האט דאך אזויפיל חן, סיי ווען מ'וויל אפמשל'ן א אלטע לעכט מאלט מען אים אפ אין א געלן קאליר מיט די ארפאגערינטע טראפן צו די זייט ווייל דאס איז די ארגינעלע קאליר, נו פארוואשע זאל איך צודעקן דעם בא'חנ'ט לעכטל מיט זילבער?..... לאמיר אים לאזן ארגינעל...,
ס'איז דא מנהגים שונים, אסאך מנהגים איז צו נעמען דעם שמש וואס מ'צינדט אן און דאס בלייבט דער שמש יענע נאכט, ווידער אסאך פירן זיך צו האבן א שמש פון אויל און נאכן צינדן ווערט דער וואקסענע שמש – אנצינדער אויסגעלאשן, אבער הכל מודים אז מ'מאכט א ברכה מיטן שמש אין די הענט, נו פארוואשע זאל מען זיך אויסקלויבן דאס קלענסטע סייז לעכטל?.... איז דען נישט מער כבוד צו מאכן א להדליק נר חנוכה מיט א שעשה נסים אויף אביסל א גרעסערע וואקסענעם לעכטל?....
(אוי איז געוועהן געלעכטערס אין מקוה איד'ס שטיבל פאר א יאר ערב חנוכה ווען אני הקטן האב זיך אויסגעקליבן א וואקסענעם לעכטל...., דער מקוה איד האט גלייך געזעהן מיט וואס פארא סחורה ער האט דא צו טון, היות איך האב אים אפגעפסל'ט כמעט אלע לעכט מיטן אויסרייד אז רוב לעכט זענען צו קליין, מיטאמאל זאגט ער מיר ער האט עפעס פאר מיר, ער איז אריין אין די בעק קלאזעט און ארויס געברענגט 2 גרויסע וואקסענע לעכט שריים פון די יו"כ'דיגע עמוד לעכט....., די קלענערע פון זיי האב איך גענומען און באשלאסן אז ס'איז פיין....., דער עולם ארום האט זיך פיין אונטער געשמייכלט... אבער איך האב געהאט א שמחת חנוכה מיט אזא גראבן לעכט אין די האנט האט זיך געזאגט א להדליק נר חנוכה מיט א שעשה נסים אזש די ווענט האבן געציטערט.... מיט אט דעם לעכטל האב איך געצינדן יעדע נאכט מיין שמש פון אויל, און זאת חנוכה האב איך אים געלאזט אויסברענען ווי ער האט טאקע געברענט ביז צופרי.....)
(דער שאץ ארבעט אויף אלע פראנטן...., גיין אין מקוה, אנטון א בעקיטשע, אוועק ווארפן די גלעזלעך, דרייען קנויטן, ניצן א דיקן וואקסענעם לעכט, א גראבן יעב"ץ סידור, ס'לעבט זיך דא......)

ויהי נועם ד' אלקינו עלינו וגו' כוננהו....., מ'איז שוין גרייט, די קינדער זענען דא, די קינדער'ס מנורה'ס זענען שוין אויך גרייט, איצטער זאגט מען אזא נא! נא! מ'זעהט צו יעדער איז שוין דא, און מ'הייבט אן מיט א ברען אויפן חנוכה נוסח ברוך..... אהההההתה..... וכו',
זייט וויסן אז ס'שטייט אין יסוד יוסף אז די מלאכי מעלה קומען אראפ פון אויבן זעהן ווי אידן מאכן די ברכה להדליק נר חנוכה...., יא, ווי דו מיט דיין וואקסענען לעכטל זאגט שעשה ניסים מיט א שמחה, דאס איז א גדולה פאר די מלאכים און זיין קומען דאס זעהן!!!

דער טאטע דארף צינדן קודם און נאכדעם די קינדער (ס'איז אזוי להלכה מער אויסגעהאלטן), ווי אויך דארף דער טאטע זיכער מאכן אז די מנורה'ס פון די קינדער זענען צוגעגרייט כדת וכראוי, די קאלירדיגע לעכט זענען אריין געשטעקט געהעריג אין די קינדערישע מנורות, (אויב די לעכער פון די קינדער מנורות זענען צו ברייט קען מען זיי אנפילן מיט קלעי הנקראי פלעי דאו און דערנאך אריין שטופן זייערע לעכטל אינעווייניג) אייייי הנירות הללו אנו מדליקין...... על נסיך... ועל ישועתיך..... דאס נייע פלעמל הייבט אן צו שפרינגען מיט אזא פרישקייט כאילו ער טאנצט אונטער פון שמחת היום,

איצטער כאפ א בליק אויפן זייגער פון ווען די האלבע שעה הייבט זיך אן....., יעצט קענען די קינדער צינדן (במקום שנוהגים אז די קינדער צינדן אליין) ווארט אויס זייער צינדן, לאז יעדן מאכן א ברכה להדליק נר חנוכה און דערנאך קען מען זינגען מעוז צור וכו' הזמירות הנהוג, ס'איז שיין ווען דער טאטע קען זיצן מיט די קינדער ארום זיין מנורה און זינגען זמירות לחנוכה, מ'קען זינגען וואס קומט אונטער די האנט, אבי מ'זינגט לכבוד חנוכה שקבועה רבותינו להלל והודאה,

די האלבע שעה ווערט שיין אנגעפילט מכל מיני זמירות שבעולם (וועלכע ניגונים צו זינגען אויפן וועלכן פיוט האט אונזער קאלעגע לחיים ולברכה מייסד געוועהן א באזונדערע אשכול אין היכל הנגינה, עיי"ש ותמצא נחת). ווען מ'ענדיגט די האלבע שעה מאכט מען זיכער אז די מנורה איז מסודר אויף א פלאץ ווי די גאנץ קליינע וועלן דאס נישט אומווארפן, איינמאל ס'איז שוין דורך די האלבע שעה מוז ער שוין מער נישט ליגן דווקא ביים טיר פון דיינונג רום, ער קען ליגן אויפן טיש מער פארזיכערט, יעצט קען מען טועם זיין בסעודת הרשות פון די פאנקעס, דאונאטס, אדער לאטקעס, לכבוד חנוכה.

שפילן דריידל
שפילן דריידל מיט די קינדער איז זייער א געשמאקע זאך, דא איז אויך גולטיג די כלל אז מ'מוז נישט דוקא אנהאלטן מסורת אבות מיט די געים'ס און די שפיל וויאזוי דאס גייט צו, מ'קען שפילן וויאזוי מ'וויל, און מיט וואס מ'וויל, צו אספערין קענדיס, ניסלעך, צו פעניס אדער גאר דיימס, אדער זאזא'ס...., פערצופאל פלעגט מען ביי אונז שפילן דריידל זייער שפאנענד און ציענד פאר די קינדער, דהיינו, אז ס'איז דא א באנק מיט אסאך (למשל) קענדיס, יעדע שפילער באקומט 6 צו 8 קענדיס, און די שפיל הייבט זיך אן, מ'בעט פונעם באנק א מספר למשל מוישי הייבט אן ער בעט 4 קענדיס פון באנק, מ'דרייט מיטן דריידל און מ'קוקט ווי ער פאלט,
נ' איז א גרויסע נישט – גארנישט,
ג' באקומט ער דאס גאנצע וואס ער האט געבעטן 4 קענדיס,
ה' האלב פון זיין פארלאנג 2 קענדיס,
ש' שטעלט ער אריין מדילי' אין באנק 4 שטיק לפי זיין בקשה,

קומט אויס אז ווען איינער בעט א פארלאנג ביים דרייען דאס דריידל איז ער אויף א ריסק צו פארלירן אדער געווינען, און אזוי דרייט זיך דער מזל, ביי איינעם שיינט די מזל מיט אסאך גימלעך, און ביי איינעם דרייט זיך די מזל פארקערט מיט אסאך ש'ס, און צומאל ווערט דער עושר א יורד, און דער יורד א עושר, לדעתי איז דאס א שטארק מוסר לעקציע און א היפשע וועג ווייזער אויס צולערנען די קינדער וויאזוי דאס לעבן דרייט זיך ווי א גלגל החוזר, היינט פארדינט מען, מארגן דערלייגט מען, און צומאל פארקערט היינט דערלייגט מען און מינוט שפעטער פארדינט מען...., ווי אויך אז מ'זאל האלטן קאפ נישט צו בעטן פון באנק אזא מספר וואס איז מער ווי זיין אייגענע פארמעגן, ווייל אויב אין פאל ל"ע ער וועט חלילה באקומען א שין וועט ער מוזן באצאלן ס'גאנצע מספר וואס ער האט פארגעלייגט, (א שטארקע לעסאן אין ביזנעס...)
דאס אז דער טאטע שפילט אליין מיט איז בכלל זייער א גוטע פילינג פאר די קינדער און ס'ברענגט א נאנטקייט, ווען האט נאך דאס קינד א געלגענהייט אז זיין טאטע שפילט מיט אים מיט א שפיל, ווייל מיינסטנס טאטע זיצן נישט אויפן פלאר מיט די קינדער און שפילן נישט העם העם מיט די קארעלעך..., יעצט יא.

חנוכה געלט
קינד און קייט ווייסט פון דעם זיסן ווארט "חנוכה געלט", פורים, כאטש וואס מ'גייט נאך געלט מבקר עד ערב האט זיך נאכנישט איינגעגעבן דעם נאמען "פורים געלט", פארוואס?, מיין מאמע זז"ג (פון פאריגן דור) זאגט מיר אז דאס איז בכוונה אזוי געווארן, ווייל געווענדליך געפאלן די גוי'שע חגאות אין די זעלבע צייט ווי להבדיל חנוכה, און היות זיי האבן אזא נארישע מנהג צו געבן מתנות, ובעיקר פאר די קינדער ווי מ'רעדט זיי איין אז דער יוזל קומט באישון לילה און ברענגט די מתנה פון הימל...., ער בכבודו ובעצמו לייגט עס אנידער אונטערן בעט אין חלום...., איז געוועהן א שטארקע קפידה במקומינו אלס חקות הגוי נישט צו געבן מתנות אין די טעג, צו מאכן א צווישנשייד פון די גוים, און פון דעם איז נשתרבב געווארן די מנהג צו געבן "חנוכה געלט",

זייער אסאך זאגן אז בזמנינו דארף מען מער נישט חושש זיין אויף די אלע ענינים וויבאלד די הבדל איז סייווי גרויס צווישן אידן און להבדיל די גלויביגע גוים, און מ'קען צוריק גיין צו מתנות, עכ"ז האלט איך אז געלט האט מער חשיבות ווי א מתנה, ראשית א מתנה איז נאר איינמאל א הנאה, ווידער געלט איז דא א הנאה צוויי מאל, איינס ביים באקומען די געלט, און צוויי ביים קויפן עפעס מיט די געלט, ווען א קינד קלויבט זיך צוזאם געלט כדי צו קויפן עפעס, איז דאס א עקסטרעמע הנאה פיל מער ווי ווען ער באקומט אליינס א מתנה,

שנית נישט אלץ קען מען צוטרעפן וועלכע מתנה צו קויפן, וואס איז פאסיג און וואס וועט צוטרעפן צום פונקט, ווידער מיט געלט פארשפארט מען דעם קאפ וויי, און זיי אליין קויפן זיך וואס זיי האבן ליב, אדער שפרן זיך צום נעקסטן געלעגנהייט צו האבן גענוג געלט צו קענען קויפן א גרעסערע זאך, אזא זאך וואס ער וואלט נישט באקומען אין איין חנוכה, קען ער קויפן מיט עטליכע חנוכה'ס צוזאמען.

קיצור די קינדער האבן זיך צוזאמען געקליבן געלט "חנוכה געלט" דארף דער טאטע שטיין אויף די וואך וואס מ'קויפט מיטן געלט, און אויך אויסלערנען די קינדער אז מ'קען אוועק לייגן געלט, אין א קאסע, ס'זאל זיך פארמערן ברוב הימים,
וויזוי גייט נאר דעי ניגון?... מיין זיידע און מיין באבע!!! האבן מיר געגעבן חנוכה געלט.... האב איך געקויפט א דריידל די שענסטע אויף די וועלט.....

סעודת חנוכה – פארטיס
וויפיל טינט און וויפיל קי בארד קענפלעך זענען שוין געדריקט געווארן איבער די טעמע פון "חנוכה פארטי'ס", טיפיקל שאץ אראפ צו רייסן די נארישע זינלאזע פארטיס, אבער ניין, נישט דאס איז מיין ציל דא, הגם ס'האט באמת נישט קיין פשט ווען איך מוז זיצן ביי א חנוכה פארטי הערן ווי מיין שוועגערן ליינט אויס א גראם אויף מיין ב"ב, וואס לויטעט איבער איר דורכפאל פון א צובראכענע קערידש....., נעבאך...., ליידיגע קעפ, ליידיגע מוחות, זיי פראבירן זייער פוסטקייט ארויף צו ווארפן אויף די מענער זיי זאלן ווערן אריין געשלעפט אין די שטותים והבלים, אבער אונז וויל מיר נישט פארקריכן פונעם קעפל "א טאטע אין יו"ט חנוכה" און אויב ווילן מיר שרייבן איבער חנוכה פארטיס וואלט דער קעפל געדארפט זיין "א מאמע אין יו"ט חנוכה", נאר וואס?, מ'קען נישט פיקסן די וועלט, אויב דער מצב איז אזוי דארף דער טאטע מיטגיין אינגאנצן,

קודם דארף דער טאטע זיכער מאכן אז די קינדער עסן געהעריג בעפאר מ'גייט ארויס צום חנוכה פארטי, כאטש ס'איז דא גרייט דארט במקום הפארטי א סעודה, דאך זאלן די קינדער עסן פון פריער מכח צוויי סיבות איינס דארט קען מען נישט קאנטרעלירן די קינדער צו זיי עסן צו נישט, און א קינד אן עסן איז נישט מן הישוב (צומאל מיט עסן אויך נישט....) און צוויי אז מ'עסט פון פריער זענען די קינדער מער רואיג ווען זיי קומען אן דארט, איי וועסטו פרעגן צו וואס שרייבן מיר דאס פאר טאטן אינעם טאטנס טאג בוך חנוכה?, איז די תירוץ ווייל די פרוי איז ביזי מיט איר סאלאט אדער גראם וואס זי דארף טראגן צום פארטי ממילא האט זי נישט קיין צייט צו געבן צו עסן פאר די קינדער, וועסטו עס שיינערהייט טון....

וויאזוי די מנהגים ביים חנוכה פארטי זעלבסט איז ווייס איך נישט, ווייל אין יעדע מקום פירט מען זיך אנדערשט, דער עיקר אז מ'זאל האלטן א אויג אויף די חברה מ'זאל זיך נישט צוזאם כאפן און פארמיידן קריגערייען צווישן די חברה....

בעיקר קען מען און מ'דארף לייגן א דגוש אז די חנוכה זאלן ווערן אויסגעטייטשט אויפן תורה'דיגן וועג, אז די לעכט זענען הייליג ווער עס קוקט אריין אין די לעכט באקומט הייליגע אויגן, און מיט די חנוכה לעכט ווערט נשפע א רוח ממרום צו פארשטיין בעסער דאס לערנען,

כי נר מצוה ותורה אור,

א טאטע חודש תשרי פערדע טייל

א טאטע חודש תשרי 4'דע טייל

מ'שטיי מיר אצינד חוה"מ סוכות צווישן די ערשטע טעג און די צווייטע טעג סוכות, איך ווייס נישט וויפיל מענטשן קומען אהער אן צו ליינען אין די חוה"מ טעג, פשוט ווייל מ'איז נישט אין די ימי המעשה מ'ליגט נישט אין די קאמפיאטער וועלט, ממילא גלייב איך אז נישט צופיל וועלן זיך אומגעקוקן אויף מיינע כתבי ידות על הקי בארד,
"בלעקבעריס" זאת נחמתי.... ווייל אפי' איינער איז נישט אין די ימי המעשה און ארבעט נישט אין אפיס מיטן קאמפיאטער וועט ער אויפן שווארץ בערי זעהן אז שאץ האט א חידוש..... וחברא וחברא אית לי' איבער צו געבן פאר די נישט בלעקבערי האבער'ס אז דער שרייבער שרייבט ווייטער ווי א טאטע'לע..... אפי' אין סאמע חול המועד....

ב"ה די ערשטע טעג זענען פאראיבער שיין און פיין, איצט דארף מען זיך גרייטן צו די צווייטע טעג, הושענא רבה, שמיני עצרת, און שמחת תורה, ווען מ'רעדט פון אזעלכע פארנומען 3 טעג, איז זייער שווער צו געבן כללים פאר גאנצן כלל, אין דער צייט וואס יעדער פירט זיך מיט זיינע מנהגים שונים לפי זיין מסורה און זיין חסידות און איינס איז ווייט פונעם אנדערען כרחוק מזרח ומערב, און ווען מ'דארף נאך אין די שטארק פארנומענע טעג זיין א טאטע פאר קינדער איז כמעט נישט מעגליך צו געבן קיין עצה כללית,
עכ"ז אי אפשר בלא כלום, עפעס מוז מען דאך יא, וועל מיר זיך מוזן מצמם זיין צו א קו און א מהלך.

הושענא רבה
הושענא רבה היייבט זיך באמת אן ביינאכט צו ביים קויפן די הושענות, בינדן מיט לולב בלעטער, ווי אויך ליינען משנה תורה (וואס איז נישט איינגעפירט אין אלע קרייזן) אבער תהלים בליל הושענא רבה איז א מנהג בכל תפוצות ישראל (ראי' לזה די באזונדערע יה"ר פון ליל הושענא רבה) ס'באדערט מיך ווען איך זעה אינגעלייט דרייען זיך ארויס פון תהלים זאגן הו"ר ביינאכט מיט א תי' אז מ'איז מיד, (נו וודאי איז ער מיד, נאכן בארדענען 4 טעג חוה"מ וואלט איך אויך געוועהן מיד) א פלא, דוקא דעי אידן וואס קענען בלייבן אויף ביז פארטאג'ס ווייל זיי ווילן אנהייבן תהלים הערשט נאך חצות זיי קענען זיין צוריק הו"ר צופרי צייטליך צום דאווענען, ווידער די וואס יאגן זיך אהיים פרי ביינאכט ווייל זיי זענען מיד זיי קענען זיך אויס נישט אויסרישן צום דאווענען צייטלעך....
איין מינוט ווי בין איך דא פארפארן.... לאמיר צוריק אריין גיין אין מס' הטאטע....
א טאטע וואס האט שוין א גרעסערע יונגל, דארף אים אויסלערנען הו"ר ביינאכט צו זאגן עטוואס תהלים, א ספר, א יום, 20 קאפיטלעך, עפעס תהלים.

הו"ר צופרי, היות ס'איז א היפש לענגערע דאווענען, זאל מען זיכער מאכן אז די קינדער עסן פארן דאווענען צו דער זעט, און רוב מקומות ווערט מען פארטיג הו"ר בערך 12 – 1 דאס דאווענען, ווידער אין סאטמאר ענדיגט מען גאר גאר שפעט, איז וויכטיג אז (א סאטמארע) זאל אלע צרכי יו"ט (וואס דער טאטע דארף טון) צוגרייטן פאר מ'גייט אין שול, למשל צוגרייטן די לעכט, די קינדער פענער / ס"ת, הקפות'לעך, ווייל אז נישט ווערט א בהלה פארן זמן אז השם ישמרינו (פארשטייט זיך אז מיט א נאטיץ צעטעל וואלט אלעס געוועהן מסודר, אבער חוה"מ שרייבן??, אפשר א נאטיץ אויפן סעל יש לצדד...)

מ'קען באלוינען די קינדער, אז די קינדער וועלן דאווענען שיין וועלן זיי קענען באקומען גלייך נאך הלל די רינגעלעך פונעם לולב... (איר וועט נישט גלייבן וואס פארא מציאה דאס איז פאר זיי....) און ווער ס'וועט זאגן שיין הושענות וועט אפשר קענען באקומען עפעס פון די ד' מינים נאכן דאווענען, אדער דעם אתרוג, (אפשר גאר דעם פיטום...) אדער דעם לולב (אפאר בלעטער, ווייל דאס איבריגע לייגט מען אוועק אויף שריפת חמץ) אדער די שמעקעדיגע הדסים... מ'זאגט נאך נישט אויס ווער ס'באקומט וואס.....
(איך בין זיך נוהג אייביג אז ווען איך בין מבטיח לייג איך אלס אריין א אפשר, ווייל אז נישט קען מען האבן טענות, האסט אליין געזאגט......)

שמיני עצרת שמחת תורה
כאטש וואס די צווייטע טעג סוכות פארברענגען אידן מיטן טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה, דארף מען אבער נעמען אין קענטעניס אז די קינדער נעמען א גרויסע טייל אין אזא יו"ט, אין אלע דורות ווי מ'מאכט נאר אויף א ספר, א מעשה ביכל, זעהט מען אז שמח"ת האט מען געמאכט א עסק מיט די קינדער,
קלענער שול'ן זענען בדרך כלל בעסער אויסגעשטעלט פאר קלענער קינדער ס'איז דא עקסטערע רינגען ווי די קינדער קענען זיך אויסטאנצן און זיך אויסהוצקען, ווי אויך איז א קלענער שול מער אזא משפחה די קינדער קענען זיך שוין גוט פון אגאנץ יאר און שמח"ת טאנצן מען זיך גוט אויס צוזאמען, אויך קען זיך דער טאטע אליין זיך לעבעדיג מאכן מיט די קינדער אין א קלענערע שול, און מ'קען אפי' ברענגען גאנץ קליינע קינדער זעהן ווי מ'טאנצט מיט די תורה.

ווידער א גרויסע שול וואס ווערט געפירט דורך רבי'שע הקפות, אפשר פאר גרעסערע קינדער איז דאס אינטרעסאנט, אבער א גרויסע פילע שול איז נישט אויסגעשטעלט פאר קליינע קינדער, און אפי' די גרעסערע קינדער וואס האבן א אינטרעסע אין די גרויסע הקפות איז דאס נאר מיט די חוש הראי' (אפשר מיט די הענט אויך, ווארום זיי פאטשן ווען דער רבי גיי פארביי נעבן זיי...) אבער פיזיש טאנצן זיי נישט, ס'איז קלאר אז אפי' גרעסערע יונגלעך האבן ליב הקפות ווי זיי קענען טאנצן אליין, ממילא לדעתינו מוז מען דאס אביסל אויסגראדן.

איז אזוי, שמיני עצרת איז בדרך כלל נישט מעגליך צו צוטיילן און טאנצן אויף ביידע חתונות, אדער מאכט מען גרויסע הקפות אדער קליינע הקפות, ווידער שמח"ת ביינאכט איז שוין יא מעגליך צו מאכן אלע ביידע ווייל בדרך כלל איז מען מאריך מיט די הקפות שמח"ת לענגער אדער מ'פאנגט אן שפעט ממילא איז דא א מעגליכקייט צו מאכן ביידע, מ'קען זיך קלויבן א שול סיי ווי (שמח"ת קען ען טאנצן איבעראל קיינער פרעגט נישט קיין קשיות) דארט ווי די קינדער זענען באקוועם (אדער דארט ווי ס'ווייב קען צוברענגען דאס קליינע) און מאכן זיכער אז די קינדער זאלן זיך אויסגעבן לכבוד התורה מיטן גאנצן ברען.

א קליינע נקודה פאר איינע וואס האט אויך מיידלעך אין שטוב, אז ס'איז כדאי צו טאנצן הקפות אין אזא שול ווי ס'איז דא א גוטע וויאו און מ'קען געהעריג אראפ קוקן פון די ווייבער שול צו די מענער שול, פאקטיש גייען נישט די מיידלעך אין שול סתם אזוי, אבער שמח"ת האבן זיי א עקסטערע הנאה אהיים צו קומען און זאגן זיי האבן געזעהן טאטי טאנצן מיט די תורה פון די ווייבער שול.... ווי אויך אויב האבן זיי געזעהן זייער ברודער יענקי טאנצן מיט א בעבי תורה... און טאטי האט אויפגעהויבן זייער בעבי לייבי און געטאנצן צוזאמען, (איך זאג אז א גוטע ווייבער שול איז וויכטיג פאר די טעכטער, ס'איז באמת וויכטיג פאר דאס ב"ב אויך זאל זי אויך קענען זעהן ווי אירע קיואוט יונגלעך טאנצן הקפות, אבער דאס האט דאך שוין נישט צו טון מיט א טאטע אין חודש תשרי.......).
(עטליכע יאר צוריק האבעך געטראפן ביי די הקפות א חבר פון ישיבה ער וואוינט ערגעץ אויסער די שטאט, איך פרעג אים ווי האסט דא אריין געבלאנדשעט? כ'האדיך שוין נישט געזעהן א גוטע פאר יאר, זאגט ער מיר אז ער איז דא אויף יו"ט אין שטאט און זיין פרוי האט אים געזאט ער זאל אהער קומען טאנצן מיט די קינדער ווייל דא איז דא א גוטע ווייבער שול אזוי וועט זי קענען גוט זעהן....)

קינדער האבן ליב פארשינדענע ערליי הקפות, דעריבער אז מ'ווידמענט א שטיק צייט ארום צו גיין זעהן אנדערע קהילות ווי מ'טאנצט איבעראל אנדערשט איז דאס שטארק קאלירפול פאר די קינדער, (קען זיין דו האסט נישט קיין געדולד, אדער אז דו האלסט אז דער רב פלוני איז א ליידיגייער... מאכט נישט אויס, די הקפות זענען שיין גיי אריין אהין מיט די קינדער.....)

דאס וויכטיגסטע זאך זיך צו פארשפארן עגמת נפש איז זיך אפצושמועסן מיטן ב"ב געהעריג 3 מאל (ווי חז"ל זאגן ביים עומר מעגל זה מעגל זה מעגל זה) קיין טעלעפאנען איז נישטא און מ'קען ווערן נערוועז אויף טויזנט, מאך זיכער ווען דו שמועסט אפ מיטן ווייב א פונקטליכע זמן א פונקטליכע פלאץ ווי מ'גייט זיך טרעפן ווי זי ברענגט דעם קליינעם צו די הקפות, מארסי ביי פען 8 אזייגער? מארסי ביי פען 8 אזייגער? מארסי ביי פען 8 אזייגער?..... אז נישט ווערט א מיספארשדענדעניש נאכן ווארטן א האלבע שעה קומט זי אן זי זאגט אז זי האט געמיינט 8:30 אדער פארקערט זי ווארט א האלבע שעה אומזיסט, אדער קומט זי אינגאנצן נישט ווייל זי ווארט אויף לי ביי פען אנשטאט מארסי ביי פען....,
הגם דאס האט באמת צו טון מיט שלום בית אבער די מציאות איז אז ווען מ'לייגט נישט קיין דגוש אויף אזא פונקטליכע אפשמועס ליידן צום סוף די קינדער דערפון... כידוע לי"ח.

שמחת תורה בייטאג
פאר די אלע וואס ליידן פון ערב שבת חנוכה דיסארדער... (עי' מיין ארטיקל ערב שבת חנוכה דיסארדער) שמח"ת בייטאג קומט דאס ארויס אויף א שטערקערע אופן..., ס'איז דא חיובים פאר זיך און פאר די קידנער, מ'דארף עולה זיין, ליינען אין הערן די קריאה פון 3 חתנים, כל הנערים, ס'טוט זיך...., די פרעשור ווערט זייער שטארק,
נא וואס טוט מען?, איך גלייב אז יעדער האט שוין מסתמא א אויסגעטרעטענע מהלך וואס און וויאזוי ער פירט זיך, אבער הכל מודים אז ס'מוז זיין א מהלך, מ'מוז האבן א פלאן וואס מ'גייט טון, וויאזוי, און ווי,

ווער ס'דאוונט לכתחילה אין א קלענערע שול דער האט דאך לגמרי נישט קיין פראבלעם, דא הייבט ער אן דא ענדיגט ער דא איז ער עולה דא זענען זיינע קינדער עולה, דא ברענגט מען דעם קליינעם צו כל הנערים, דא מאכט ער קידוש, דא הערט ער ליינען, און דא דאוונט ער מוסף, די פראבלעמען מאכן זיך נאר ביי דיע וואס דאווענען אין די גרויסע שולן און מ'צוהאקט דעם סדר אויף פיצלעך, די קינדער זענען עולה פארן דאווענען, ער דאוונט, ער מאכט קידוש, ער נעמט זיין קליינעם עולה זיין דעם כל הנערים, ער הערט ליינען הערשט נאכדעם טאנצט ער די הקפות, און דאוונט מוסף, הקיצור א צופארענעם סדר, לדעתי איז דאס נישט קיין עסק, הן ס'איז בעצם נישט מסודר, והן אז לפי הסודר והמחזור איז עס נישט מסודר, איך פארשטיי אז עולה זיין פארן דאווענען האט מען געמאכט כדי צו פארגרינגער'ן דעם טרעפיק, אבער איך טראכט אייביג צו מיר, וואס איז דאס דעס עולה זיין יעצט?, בשלמא נאכן דאווענען נאך די הקפות מ'איז עולה און מ'ליינט איבער און איבער, גוט אזוי איז דאך די נארמאלע סדר יעדן שבת ויו"ט אז נאך אתה הראת ליינט מען, נאר שמח"ת טאנצט מען הקפות פארן ליינען און ווען מ'ליינט שוין ליינט מען איבער, און יעצט בין "איך" עולה, אבער פארן דאווענען? וואסי יעצט?, סתם אזוי מ'ליינט מ'ליינט איבער און איבער איך פיל עפעס ס'מאכט נישט קיין סענס....

דאס ערשטע וואס מ'דארף צו וויסן ווער ס'האט קינדער אז שמח"ת בייטאג טאר מען נישט אויפשטיין שפעט, איך וואלט אראפ געשטעלט אזא סדר פאר איינעם וואס דאוונט אין א גרויסע שול, שטיי אויף צייטלעך, כאפ א שטילע מנין בערך 9:30 הייב אן שחרית, הלל, אתה הראת, 7 הקפות ארום דעם בלעמער, און ליינען עולה זיין זיך מיט די קינדער, מיטן כל הנערים אינאיינעם, (אויב מ'האט שוין א גרעסערע קינד קען מען אים שיקן אויפיקן דאס קליינע צו כל הנערים) הער דא חתן תורה, חתן בראשית, חתן מפטיר זאגן די הפטורה, נאך די הפטורה ביסטו פטור, ווילסטו קענסטו יעצט דאווענען מוסף אז נישט עוד היום גדול...., יעצט איז די זייגער בערך 11, קען מען מאכן קידוש רואיג מיט די קינדער, עסן עפעס א נארמאלע שטיקל עסן (קרויט לאז פאר שפעטער...) דו ביסט רואיג, די קינדער זענען רואיג, יעצט קען מען גיין צו די גרויסע הקפות, און דארטן זיך פלאצירן.

נאך די גרויסע הקפות קען מען דאווענען מוסף (אויב האט מען נישט געדאוונט פריער) און מ'קען עסן א סעודה געזונטערהייט (מיט קרויט), און זיין צוריק צייטלעך צו נעילת החג, נאכאמאל יעדער קען טון וואס ער וויל און וואס ער האט ליב, אבער ווי פריער געזאגט מוז מען זיין באשטומט וואס מ'וויל און וואס מ'גייט טון,

ווען מ'ווארפט נאש אין שול גרייט אן א בעד פאר דיין זון, ער זאל זיך אריין לייגן די סחורה אין בעג, קודם אז ער זאל האבן ווי צו האלטן די סחורה, ווייל אז נישט קען די בכיות זיין זייער גרויס אז ער האט שוין כמעט געהאט נאך דריי קענדיס און ס'איז ארויסגעפאלן פון זיין הענט...., און נאכדעם דארף ער א בעג אז ער זאל נישט עסן אלע זיסקייט אין איין טאג, זאג אים אז מ'קען דאס האלטן פאר די נעקסטע פאר וואכן צו עסן יעדן טאג איינס, איך ווער פשוט דיזי צו זעהן אזויפיל נאש און קענדיס מיט זאזא'ס אין איין קינד'ס האנט, אוועק נעמען קען איך נישט, אבער מדחה זיין קען מען, מ'קען אים קאנוויסן אז ער זאל דאס אנגרייטן אויפן עתיד, איינמאל א קינד איז מחליט אז נישט אלעס איז פאר היינט איז שוין גרינגער מעביר צו זיין די סחורה.....

במשך די יו"ט דארף מען בכלל זיין באמת בשמחה, (די גר"א האט געזאגט אז שמחת יו"ט איז די שווערסטע מצוה) און ווייזן פאר די קינדער אז מ'פרייט זיך מיט די תורה, מ'פרייט זיך אז מ'איז א איד, די זיסע ברכה וואס ווערט געזאגט טויזנטער מאל שמח"ת "אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו" דאס איז אונזער שמחה און יעצט איז די זמן וואס מיר גיבן דאס ארויס פון הארץ, ווי שלעכט גייט פאר א גוי וואס האט נישט קיין טעם פון זיין לעבן וכו' וכו'.....

ווען מ'רעדט פון אמת'ע שמחה, איז דא א קבלה פון היייליגן ר"ר מילך (דער קאמארנה ברענגט עס ועוד) אז די צווייטע טעג סוכות זאל מען נישט טרינקען קיין משקה המשכר ביז נאך די הקפות בייטאג צוליב וזר על יתערב בשמחתינו, הגם ס'איז באמת מסתמא א מנהג דורי דורות אז מ'טרינקט שמח"ת ווייל ווען נישט וואלט מען נישט מתקן געוועהן צו טוישן דעם דוכענען פון מוסף צו שחרית, אבער אלס א טאטע פון קינדער דארף מען האבן דעת, און מיטן טרינקען אלקעהאלישע געטראנקען קען מען פארלירן דעם דעת און די צורה פון א טאטן צו זיינע קינדער, וואס ווי פארשטענדליך אז א טאטע טרינקט זיך אן און צופירט זיך מיטן נכנס יין יצא סוד דאס איז עושה רושם אויף די קידנער זייער נישט גוט, ווילסט טרינקען זייער גערן, נאך די הקפות, אדאר אגאנץ יאר, בשעת די הקפות האב אמת'ע שמחה, דו זאלסט טאנצן, נישט די אלקעהאל זאל טאנצן אין דיר....

מוצאי שמחת תורה, איז א מנהג ישראל צו זאגן פאר די קינדער צוריק אין חדר אריין.........

א מקור ביטע?......

א גוט קוויטל

א טאטע חודש תשרי דריטע טייל

א טאטע חודש תשרי דריטע טייל / ט.ב. שאץ מאץ

צווישן יו"כ און סוכות, אַה! אזעלכע לעכטיגע טעג, דער הייליגער חת"ס האט מחמת גרויס שמחה וחדוה זיך נישט געקענט מצמצם זיין צו לערנען זיינע שיעורים קבועים האט ער אין די טעג מחבר געוועהן זיינע שירי קודש פון גרויס דביקות.

קיינער איז נישט היינט אין אזא מדריגה, אבער לכה"פ העכער פון אגאנץ יאר איז מען דאך זיכער, ריין ציכטיג ווייס, אראפ מיטן פעקל חטאים, דאס ניי יאר שמעקט נאך פון פרישקייט, איז דאך זיכער א זמן וואס נויטיגט זיך די ריכטיגע הכנה, הן לערנען הלכות, והן זיך צוגרייטן צו זיין א טאטע פאר די קינדער יו"ט סוכות,

בויען די סוכה האמיר שוין גערעדט בארוכות (אין חודש תשרי צווייטע טייל), אבער נוי סוכה דאס איז זיכער א חלק וואס געהערט צו די טעג פון צווישן יו"כ און סוכות, דא איז אויך גולטיג די כלל וואס מיר האבן געשריבן "א טאטע ביים סדר" ווי מיר האבן מסביר געוועהן אז א יונגערמאן וואס וויל אנהייבן פירן א סדר טיש און דערזעהט זיך מיט א ליידיגן סדר טיש זאל ארבעטן צוביסלעך, קויפן עכטע זילבער שטיקער יעדעס יאר איינס, נישט פאלשע זילבער אלעס אויף איינמאל עיי"ש ותמצא נחת, ווען א יונגערמאן האט א אייגענע סוכה און וויל דאס אויסצירן שיין, אויב טויג ער אדער זיין בני בית צו מאכן שיינע שטערן'ס און נוי סוכה, זאל ער ענדערשט גיין צוביסלעך צולייגן יעדעס יאר נאר און נאך, וואס ברוב הימים וועט ער זיך דערזעהן מיט א פולע סוכה פון אייגן געמאכטע נוי סוכה, וואס וועט אים געבן א עונג יו"ט, ווי אויך וועט עס געבן א שטופ פאר די ווייב און קינדער צו מאכן נאך שיינע זאכן אנצופילן די סוכה,

ווידער אויב מ'קויפט נוי סוכה און מ'פאקט אן די סוכה דערמיט ווייל מ'מיינט אז די סוכה מוז זיין פיל אפי' דאס ערשטע יאר, סיי ס'קאסט אסאך געלט, און סיי ס'ברענגט נישט צו עכטע אייגענע שמחת יו"ט עכ"פ זיכער נישט די זעלבע שמחה ווי ווען מ'זעהט א סוכה פיל מיט אייגן געמאכטע זאכן, אזוי אויך ווען קינדער מאכן אייגענע זאכן אפי' ס'איז אין זיינע אויגן נישט אזוי שיין, אבער ביים קינד'ס אויגן איז דאס יא שיין, זיי מייחד א באזונדער פלאץ אין די סוכה פון זיינע / זייערע נוי סוכה, אז זיי זאלן האבן א שמחת יו"ט יעדעס מאל זיי קומען אריין אין די סוכה און זעהן זייערע נוי סוכה הענגען.

בכלל איז שענער היימיש געמאכטע נוי סוכה ווי פארטיגע געקויפטע סוכה, וואס איז נוי סוכה? הידור מצוה, וועמענס הידור? דיינס צו לודמיר?, חוץ המעשה וואס ס'שטעכט מיר אין די אויגן ווען איך קום אריין אין אידישע סוכות איך זעה ווי די גאנצע סוכה איז באצירט מיט שטעכעדיגע קראצמעך בליטשעדיגע זאכן, אפשר דער ברייטער עולם ווייסט פונקטליך וויאזוי די חברה באצירן זיך אויס די שטובער אויף קראצמעך, אבער די אלע וואס האבן עס שוין יא געזעהן ווייסן אז די גלויביגע גוים באצירן זיך אויס זייערע היייזער מיט די שטעכעדיגע נוי (קראצמעך) סוכה לכבוד זייערע חגאות און געטשקעס, איך קען נישט זאגן אז ס'איז א עוולה ח"ו וואס אידן טוען מיט די נוי סוכה, אבער מיין געפיל לאזט עס נישט ניצן... (קען זיין ס'איז מיין אייגענע געפיל),

בשעת'ן הענגען די נוי סוכה קען מען ווי מער אריין מישן די קינדער, סטעפלען, קלעבן, הענגען, ווי מער זיי נעמען א טייל אין די סוכה אלץ מער געפיל האבן זיי צו די סוכה, ווען א קינד לייגט עפעס – קלעבט עפעס נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, פאר דו גייסט שרייען אויף אים, מאך זיכער אז די שכנים הערן נישט אונטער כאטש דו ביסט ארום גענומען מיט 4 ווענט אבער די חוש השמיעה ארבעט געהעריג דורך די דינע סוכה ווענט..., צוקלאפ נישט דאס קינד'ס חשק צו די סוכה,

ווען די גאסן זענען פיל מיט ארבע מינים טישלעך, קען מען זיך מאכן צייט ארום צו גיין קויפן פסול'ע / כשר'ע ד' מינים פאר די קינדער, אני כשלעצמי האב אזא נערוו אז קיינער זאל נישט צורירן מיינע ד' מינים (חוץ דעם פראבלעם פון קנין לקטן דעם ערשטן טאג סוכות, הין און צוריק כידוע) דעריבער קויף איך א באזינדער סעט פאר די משפחה, און מיין עלסטע טראגט דאס אין שול צו די נענועים, אויף דעם סעט שני זענען די קינדער בעל בית, זיי קלויבן דאס, איך גיי מיט אויף די גאס און מ'קלויבט א כשר'ע אתרוג (כשר נישט הדר) א כשר'ע לולב, הדסים ערבות, וואס אין די זעלבע צייט לערנען זיי זיך צו די הלכות וועלכעס איז כשר און וויאזוי מ'קוקט ד' מינים באגלייט מיט א געבוירענע געפיל צו די מצוה, איך מיין אז ס'איז א מנהג טוב, איך הייס קיינעם נישט נאכטון מיין מנהג, נישט יעדער האט די איבריגע פאר דאללאר, אבער גיין חול המועד האלטן אדער צו שיקן די קינדער אויף א נארישע פלעי איז דא געלט, יא?, אפאר דאללאר פאר א מצוה שאדט נישט....
(סימיר גוט, דער שאץ לייגט צו נאך א הוצאה צום יו"ט ליסט.... איך בין אבער פעיר און יושר'דיג איך נעם אראפ די הוצאה פון קויפן פארטיגע נוי סוכה.... זעמיר אויסגעגליכן?...)

בכלל איז אינטרעסאנט פאר קינדער צו זעהן אלע מיני צורות פון אתרוגים, קליינע, גרויסע, קרומע, און שיפע אתרוגים, מיינע קינדער ווילן אלס גיין צו א געוויסן אתרוג סוחר וואס האט אויסגעשטעלט אלע מיני פאני אתרוגים, פשוט ס'איז אינטרעסאנט דאס צו זעהן און האבן א השגה פון אזא אתרוג גרויס ווי א מעלוינע כדעת ר' עקיבא...

שמחת יו"ט איז עפ"י הלכה, דעריבער איז א טאטע מחיוב צו קויפן און געבן מתנות פאר די ווייב אין קינדער, וואס צו קויפן פארן ווייב.... לאז איך פאר א צווייטן, קויפן פאר די קינדער איז א וויכטיגע זאך און ס'איז גוט בגשמיות אויך, פאקטיש איז יו"ט ליידיגע טעג ווען די קינדער גייען נישט אין חדר / סקול און ווען א קינד גייט ליידיג.... בעסער מ'רעדט נישט, דעריבער איז וויכטיג אינזינען צו האבן פאר יו"ט איינצוקויפן מתנות פאר די קינדער, וואס אין איין וועגס וועלן זיי פארברענגען די יו"ט טעג מיט די מתנה, מ'קען קויפן פאר יונגלעך ליין ביכער, פאר מיידלעך א נייע דאלי, פאר די קליינע יונגלעך א נייע קארעלע, (נו אוודאי א מיידל א דאלי און פאר א יונגל א קאר, האסט שוין געזעהן פארקערט?, א יונגל מיט א דאלי און א מיידל מיט א קאר?, אפי' ווען יא דער יונגל האלט דעם דאלי עפעס אזוי נישט עכט אזוי אום רחמנות'דיג ער כאפט אים ביים קאפ ביים פיס ציט אים די האר...., מיידלעך האלטן אייביג די דאלי ווי עכטע בעבי'ס.... קיינמאל נישט מיטן קאפ אראפ אדער ביי די האר....)
דאס קויפן די מתנות דארף זיין פאר יו"ט, אבער דאס טיילן די מתנות בעצם דארף זיין אין יו"ט אליין.

ערב סוכות
איז זייער א אנגעצויגענע טאג, נישט ווי אנדערע ערב'ס וואס מ'טוט נישט גארנישט, נאר מ'טוט באמת יא, מוז מען סך הכל צוקומען צו א ליסטע אין א נאטיץ ביכל אראפ צו שרייבן אלע זאכן וואס צו ארלעדיגן היינט, מ'דארף קויפן דאס און דאס, מ'דארף נאך ענדיגן די סוכה, מ'דארף בינדן דעם לולב, ועוד ועוד, ווען די ליסטע איז אפגעשריבן ווערט די פרעשור קלענער,
איין זאך קען מען אראפ נעמען פון די ליסטע, דאס איז א שינת צהרים...., כ'האב געפינען שטיין אין עטליכע ספרים אז פונקט ווי מ'עסט נישט סמוך לחשיכה כדי מ'זאל עסן דעם ערשטן כזית אין די סוכה לתאבון, אזוי אויך זאל מען נישט שלאפן ערב סוכות כדי אז די שינה בסוכה ביינאכט זאל זיין לתאבון...., איך שרייב עס ווייל ס'איז א חידוש....

בינדן דעם לולב איז אויך א זמן וואס מ'קען אריין מישן די קינדער, מיטן מאכן רינגעלעך... ובפרט אז מ'נעמט אזא רינגלע וואס זיי האבן אליין געמאכט איז דאס ווערד פארן קינד כל הון דעלמא, ווי אויך דארף מען פאר יו"ט זיך מסדר זיין די פאטענטן וויאזוי מ'וויל די ד' מינים זאלן זיך האלטן פריש, מאכן זיכער די שלאק ארבעט, און אלע צוגעהערן צו סוכות נאך פארן זמן הדלקה"נ.

סוכות
קינדער האבן געווענדליך זייער באשטומטע פלאץ ביים טיש וואך איין וואך אויס, ווי דאס קינד לייגט לייגט זיין האנט, זיין לעפל, זיין טעללער, אין א סוכה איז שוין די מעשה גאר אנדערשט, די טיש איז קליין, די פלאץ איז קליין, די טיש איז שמאל, אלע קינדער זיצן אויף א באנק אנשטאט באזונדערע בענקלעך, די גאנצע זיצעריי איז אנדערשט, דעריבער קען אויסברעכן א מחלוקה צווישן די קינדער, איך וויל זיצן דא, אבער איך בין עלטער איך דארף זיצן דא....., אין אזא מצב איז שווער צו מאכן סדר ווייל אלע שכנים האלטן מיט און הערן זיך צו צום קינדער כאר...., דעריבער א טאטע וואס האלט אז ס'קען געשעהן אזא פאנטשער מיט זיינע קינדער, זאל פון פריער קלאר מאכן יעדנ'ס באשטומטע פלאץ, יענקי זיצט דא, הערשי דא, און רייזי דא,

אויך דארף מען נעמען אין חשבון היות די טיש איז סוכה איז קלענער קען מען נישט האלטן אלעס אויפן טיש ווי יעדן שבת ווייל ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר אלעם, ווי אויך איז דא די קפידה נישט צו האלטן קיין ליידיגע כלים נאכן עסן אין די סוכה, פארדעם איז כדאי אייצושפאנען די קינדער זאלן טראגן און ברענגען אריין און ארויס במשך די גאנצע צייט, יעדעס קינד מיט זיין פאסטן, קינדער האבן זייער ליב א סדר, מושי דו ביסט דער גבאי פון די גרעיפ דשוס, און לייבי דו ביסט די גבאי פון די פיש טעללערס.... און אזוי ווייטער.

בכלל דארף דער טאטע אריין ברענגען א שטימונג אין די סוכה אז די סוכה האט א קדושה ס'איז הייליג מ'טאר נישט שרייען און לאכן הויעך אין די הייליגע סוכה, די הייליגע אישפוזין זענען דא און מ'דארף זיין זייער וואויעל, אויסער דעם וואס ס'ברענגט אריין אמונה צו גלייבן אין זאכן וואס מ'זעהט נישט, העלפט דאס אז די קינדער זאלן זיך אויפירן בעסער און רואיגער נישט מטעם שטרענגקייט נאר מרצונם לרצון עליון.

לישב בסוכה, מ'דארף לייגן געוויכט אז מ'מוז עסן א כזית נאכן לישב בסוכה אן קיין הפסק, קינדער שלא צריך לאמו דארפן עסן בסוכה און מקפיד זיין נישט צו עסן חוץ לסוכה, דאס ברענגט אריין א קינד "לעול" המצות צו טראגן דעם עול אז ער קען נישט עסן ווי ער וויל, סתם כאפן א נאש, ער עסט נאר אין די סוכה, (איך זאג שטענדיג פאר די מענטשן וואס זיכן זיך צו באפרייען פון די אזוי גערופענע פרעשור פון קיום המצות, אז א מאס פרעשור איז באשערט פאר א מענטש ביזסטו דאס מקבל מתוך המצות הרי טוב, אז נישט וועט מען דיר נאכגעבן אנדערע פרעשור'ס פון הימל.... האלאו ס'איז א אפענע משנה.... כל המקבל עול תורה מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ וכו' וכו'),

א טאטע וואס שאקלט לולב ואתרוג זיבן טעג סוכות, און צייגט מיט דעם ווי די מדרש זאגט דידן נצח דער לולב ווייזט אויף נצחון הדין, פארוואס זאל מען נישט דעם ערשטן טאג אביסל מקדים זיין מיט א זריזות און ווייזן חביבות המצוה צום ערשטן מאל, וואס פארא פנים האט א שהחיינו אויף א לולב געכאפטערהייט סוכות צופרי ווען דער עולם דאוונט שוין אין שול אין גרויסן און ער שאקלט יעצט ווייל ער דארף א קאווע, ערליכע אידן זענען אויפגעשטאנען צום נץ שאקלען לולב, איך געדענק אלץ קינד מיין טאטע פלעגט מיר וועקן פארטאג'ס צום לולב שאקלען, איך בין אויפגעשטאנען געזאגן ברכת התורה געשאקלט לולב, און דערנאך האט מען געלערנט משניות סוכה...., היינט שטיי איך אויף פרי דעם ערשטן טאג סוכות אן א זייגער מיט אזא הרגש פונקט ווי צו א' סליחות, ס'איז מיר געבליבן איינגעבאקן אלץ א פשטות אז דעם ערשטן טאג סוכות שטייט מען אויף פרי... (היינט וואלט מען געזאגט אז א טאטע וואס וועקט אויף די קינדער צום נץ פייניגט זיינע קינדער.....) איך זאג נישט אז מ'מוז אויפשטיין צום נץ, אבער פריער מיט א שעה צוויי ווי סתם א שבת איז זיכער כדאי, דאס גייט דאך אריין טיף אין זייערע נשמות, ער זעהט ווי דער טאטע האט ליב א מצוה מיט דעם וואס ער שטייט אויף פריער צו קענען שאקלען מיטן לולב און אתרוג,
מיט א פריע אויפגעשטייעכטס זאגט זיך זיכער שטערקער דעם.... שהחיינו וקיימנו והגענו...... לזמן הזה....
דרום..... צפון..... מעלה...... מטה...... ס'ווערט אזוי אויסגעמישט די שמעק פונעם לולב און אתרוג מיט די סכך און די סוכה....., באגלייט מיט אזא תשרי פארטאגס ווינטל...., איצט קען מען גיין טרינקען א קאווע.....
ביסט מיד?, מ'קען שלאפן נאכמיטאג....
די מאמע פון הגאון ר' משה שטרענבויך שליט"א פלעגט זאגן ווער ס'האט רחמנות אויף די קינדער און וועקט זיי נישט אויף פרי איז גאר אן אכזר....

די סעודות יו"ט, פירט דאך שוין יעדער וויאזוי ער וויל, מ'זינגט, מ'זאגט, צוויי טעג יו"ט קען מען זיך אויסקלויבן א מעשה און צוטיילן אויף 4 חלקים און יעדע סעודה ממשיך זיין מיט די פארזעצונג, דאס מאכט זייער געשפאנט די קינדער, באלד גייט שוין טאטי דערציילן "די מעשה", די מעשה בה' הידועה....,
סעודות יו"ט איז מעיקרא דדינא בשר ויין דעריבער איז כדאי צו לייגן די אלע מיני טינקערייען מיט די דיפס אין די זייט כדי צו לאזן פלאץ פאר פלייש.

בדרך כלל ווערט יו"ט אויסגעניצט פאר משפחה וויזיטן, ווי מ'גייט זיך באזיכן איינער דעם צווייטן ברודער'ס צו שוואגער'ס וכו' וכו', דארף מען צולייגן מחשבה כאטש דער באזיך איז טאקע גאר א געשמאקע און א בא'טעמט'ע פארברענג צווישן די ערוואקסענע, דארף מען האלטן א אויג אויף די קינדער וויאזוי זיי פארברענגען דארט, צו זיי קריגן זיך נישט מיט די קאזנס, נישט איבערדרייען ביי יענעם אין שטוב און בכלל זאלן זיי נישט ווערן לאנג ווייליג.

חול המועד
אוי חול המועד! חול המועד!, וואס מיינט חול המועד?, וואס הייסט וואס, חול המועד האלטן, ניין,
קיינער וויל נישט דא איבערדרייען די וועלט, אבער דאס איז גזירת אמעריקא אז מ'מוז גיין חול המועד האלטן, מ'זיכט זיך אויס א פלאץ ווי צו גיין, און מ'גייט און מ'פארט, מ'שלעפט זיך, מ'פאקט זיך מיט די פעקלעך עסן, מ'פלאגט זיך אגאנצן טאג, און דאס ערגסטע איז נאך ווען דער טאטע הערט סוף טאג פון די קינדער מעעעהה!!! ס'איז גארנישט געוועהן אינטרעסאנט......, מעעעההה! ס'איז גארנישט געוועהן קיין פאן....., נאך אזא צוריקהער קען מען ממש פלאצן, וואס איז די עצה?, וואס קען מען טון ס'זאל יא זיין אינטרעסאנט?

ראשית מוז מען נישט גיין יעדן טאג, מ'דארף אראפ שטעלן א יסוד אז מ'גייט נישט יעדן איינציגן טאג, אזוי ארום ווען מ'גייט יא האט עס מער חשובות, שנית, קען מען יעדע נארישע זאך מאכן אינטרעסאנט פאר די קינדער, א טאטע קען מאכן יעדע נארישע קאר אויפן הייוועי אינטרעסאנט, קינדער! דארטן זעהט מען אזא טראק, עטץ זעהט'ס?, אין יענע טראק איז דא אסאך עפעלעך, דעי טראק טראגט עס צו אלע פרוכט סטאר'ס..., יענע אנדערע טראק איז א וואל מארט טראק, עטץ זעהט'ס?, אה! יעצט קען מען זעהן אויבן אויפן הימל א ערעפלעין האלט אינמיטן אראפ פארן....,

א קינדער גארטען מלמד האט מיר מגלה געוועהן אז ער האט א סוד צו מאכן אפי' א נארישע הארסי רייד אינטרעסאנט פאר די קינדער, בשעת ער גייט מיט די קינדער אויפן רייד חזר'ט ער מיט זיי, קינדער! אמת אונז האמיר יעצט פאן?...., איך אליין האב דאס אויספראבירט ווען איך בין געוועהן אין א פארק חוה"מ פון גליטשער'ס און סווינגס, און די קינדער האבן געגליטשט און געסווינגען האבעך בשעת מעשה געחזר'ט מיט די קינדער, אמת אונז האמיר יעצט פאן? ס'איז אזוי גוט... א מחי'...., און זיי זענען געוועהן צופרידן ביזן הימל....

מ'דארף נישט גיין צו הררי אררט אז די קינדער זאלן זיין צופרידן, קינדער קענען זיין צופרידן מיט קלייניקייטן, מ'דארף נאר וויסן וויאזוי, מ'קען מאכן די סטעטן איילענד פערי פאר די מערסטע אינטרעסאנט'סטע טרופ, ווען מ'לייגט זיך אריין אין אנדערע שיך, אז מ'שמועסט און מ'שילדערט פאר די קינדער יעדע שיף וואס פארט פארביי מיט אלע מיני פארבן,
איינער וואס האט א גרעסערע קאר קען איינפאקן די קינדער בייקס און צופארן צו א פארק, און די קינדער זאלן ארום רייסן מיט די בייקס, קינדער! מ'גייט דא קענען פליען מיט די בייקס ווי עכטע קארס....,
אלעס ווענדט זיך אינעם טאטן אליין, דער טאטע איז בכח זיינע קינדער זאלן זיין פרייליך און גליקליך מיט א נישטיגקייט, ווייל נישט האצקעריי מאכט זיי צופרידן.

א טאטע מיט אביסל גרעסערע קינדער, קען יעדן חוה"מ צופרי גיין דאווענען צוזאמען מיט די קינדער, לערנען אביסל מיט זיי אפי' נאר פאר 15 מינוט אין קהל'ס סוכה נאכן דאווענען, ער קען זיך אויספאנטשן א גוטע זאך פון די ווענדינג מאשין, (אויספאנטשן איז איינע פון די גרעסטע תאוות פון א קינד...) ביינאכט קען מען מיט די קינדער ארום לויפן צו רבי'שע טישן, אפשר פאר דיר איז עס נישט אינטרעסאנט אבער פאר זיי יא, סך הכל מ'קען באמת אנפילן די טעג נארמאל און צופרידן, מ'דארף נאר צולייגן אביסל מחשבה.

באמת קומט דא צו נאך א גרויסן פרק פון הושענא רבה און שמחת תורה, איך וועל עס מוזן שרייבן און משלים זיין, אין די נאנטע טעג, (איך וועל נישט מאכן קיין באזונדערע אשכול "חודש תשרי חלק 4", נאר איך וועל עס דא צולייגן מיט א תגובה...)

ביז דערווייל האט'ס מיר א שמחת יו"ט לזמן שמחתינו,

נ.ב. אדרבה אז איינער האט גוטע נקודות וואס ער האלט אז ס'קען זיין נוצבאר זאל עס מוסיף זיין און דער ציבור וועט נהנה זיין

א טאטע חודש תשרי 2'טע טייל

א טאטע חודש תשרי 2'טע טייל / ט.ב. שאץ מאץ

עשרת ימי תשובה – יום כיפור

ברוך השם די ערשטע טייל – א טאטע אין חודש תשרי, וואס האט אנטהאלטן פונקטן פאר טאטע'ס בנוגע ר"ה, האט געהאט א גוטן אפקלאנג און מיר האבן צוריק געהערט פון פיל צופרידענע ליינער'ס אז ס'האט זיי ארויס געהאלפן אין זייער סדר היום,
די אלע הגהות און תגובות איז א דירעקטע בקשה און א פארלאנג אז מיר זאלן שרייבן ווייטער, כאטש אין די אנגעשטרענגטע בין כסא לעשור טעג, ווען דער שלאק איז האלב געבויעט און פון די די' מינים איז נאר דא איין און אהאלב מינים, דאך וועלמיר זיך אפרייסן צייט און שרייבן בין גברא לחפצא אפאר נקודות מיט א שאציגן אפשאץ, וואס קען צוניץ קומען פאר טאטעס "חודש תשרי – עשי"ת און יו"כ".

עשרת ימי תשובה זענען היפש אנגעצויגענע טעג ס'איז דא אסאך צו טון, און די עיקר פרעשור איז ווי געשמועסט די חיובים וואס "מ'מוז", מ'מוז ערלעדיגן די סוכה, מ'מוז ערלעדיגן ד' מינים, מ'מוז ערלעדיגן אנדערע צרכי החג, ממילא האט מען פרעשור און ווען ס'איז דא פרעשור איז דער קאפ נישט מיושב, און מ'קען טון נישט מיושב'דיגערהייט גרייזן וואס קען אפעקטירן די קינדער,

ראשית קען מען זיך מאכן א נאטיץ, זאכן וואס מ'דארף היינט טון, א נאטיץ וואס מ'דארף טון מארגן, ווייל ווען מ'זעהט זאכן אראפ געשריבן זעהט מען אז די ליסטע איז נישט אזוי גרויס און געפערליך ס'איז בדוק ומנוסה, די עיקר פרעשור קומט ווייל די זאכן ליגן אויפן קאפ און מ'וויל נישט פארגעסן משא"כ ווען דאס ליגט אויפן פאפיר דריקט עס נישט אזוי אויפן קאפ,

ווען מ'בויעט די סוכה איז זייער א גוטע געשמאקע געלגענהייט אריין צו ברענגען די גאנצע משפחה אין די ארבעט אין די ליבשאפט צו די מצוה, קינדער אפי' קלענער קענען טון פארשידענע ארבעט, האלטן די האמער, האלטן די שרויפן, אהער ברענגען דעם דרילער, אנכאפן די פלעסטיק, מ'קען אפי' הייסן צוויי 10 יעריגע קינדער צו שלעפן א פענל פון א סוכה וואנט, אדער שלעפן א טו ביי פאור,

אני הקטן בין זיך נוהג אז איך נוץ פאר סכך בעמבא שטעקעלעך, כאטש ס'איז נישט אזוי באקוועם הן דאס ארויף לייגן און הן דאס אראפ נעמען און צוזאמען פאקן, איך וואלט אפשר געטוישט צו די אנדערע מעט'ס (הגם איך האב עס נישט ליב אזא גאנצע נעץ, ס'איז לבי נוקף פאקטיש איז דאס א כלי וואס מ'קען זיך אויסציען אויף דעם שלאפן, איך פארשטיי ס'איז 100 פראצענט כשר ס'האט השגחות פון אלע רבנים, אבער וויזוי פלעגט דער קאמינקא רב זאגן? איך דארף נישט קיין כשר'ע ציצית די האלב אפגעריסענע ציצית וואס מ'זאל דארפן מכשיר זיין מיט אזא פסק אז יעצט איז עס נאך כשר, איך דארף געהעריגע ציצית...., איך זאג אויך אזוי, איך דארף נישט קיין כשר'ע סכך מיט א הכשר וואס זאל מיר טרעפן א היתר אז ס'איז כשר, איך דארף נארמאלע סכך און פארטיג....) דאס הארץ ערלויבט מיר נישט אוועק צו נעמען דאס נחת פון מיינע קינדער, ווייל ווען איך שטיי אויפן לייטער שטייען די קליינטשיגע ארום דעם לייטער און יעדער נעמט איין שטעקעלע און מ'הייבט עס אויף און גיבן עס מיר איבער אין די האנט אז איך זאל יעצט ארויף לייגן זיין שטעקלע, און איך לייג טאקע ארויף יעצט זיין שטעקעלע, און מיט זיין שטעקלע ווערט א סוכה, א עכטע סוכה (נישט אזא קליינע ווי מ'מאכט אין חדר / סקול,
נו פרעג איך ענק, איז נישט אזא נחת ווערט אלע געלטער?

ווען די סכך איז שוין געלייגט קען מען דן זיין בהלכה מיט די קינדער צו די סוכה איז שוין כשר, ס'איז שוין צלתה מרובה צו נישט?, די קינדער הייבן אן במלחמתו של תורה ס'איז דא צופיל לעכער, או נאו ס'איז דא מער סכך ווי לעכער...., הקיצור זאלן זיי זיין די דיינים וואס זענען מכשיר די סוכה, פשוט זיי אריין צו שלעפן אין די מצוה אריין, און שטייציך ארויס ברענגען אז ווען נישט מושי העלפט מיך היינט לייגן די סכך וואלט מען נישט געקענט מאכן אזוי שנעל די סוכה.

ערב יום כיפור
סדר הכפרות, איז היפש אינטרעסאנטליך און וויכטיג פאר גרעסערע קינדער מיט צוהאלטן די סדר השחיטה, כיסו הדם וכל המסתעף, כאטש די קינדער האבן שוין געשלאגן כפרות צום גדלי', דאך קען מען זיי מיטנעמען צו די ערב יו"כ כפרות וואס ווערט נאכגעפאלגט מיט א זה התרנגול ילך "לשחיטה", די רושם פון די שחיטה איז גאר גאר שטארק,

כאטש וואס ערב יו"כ איז א אנגצויגענע טאג (מיר האבן דאס ברייט מבאר געוועהן אין "ערב שבת חנוכה דיסארדער") ס'איז א טאג וואס מ'טוט נישט קיין סאך, נאר ס'איז עפעס אנדערשט ווי א געהעריגע טאג בנוסף צו עטליכע חיובים וואס "מ'מוז" איז דא א שטארקע אנגעצויגנקייט, דאס בעסטע איז ווי געזאגט אויבן, מאכן א צעטל, וואס דארף איך היינט טון, שלאגן כפרות, עסן א סעודה, רופן עלטער פעטער בערקאו, טראגן מחזורים אין די שול'ן (איך טראג מחזורים אין 3 עקסטערע שול'ן, כל נדרי, שחרית, מוסף,....) גיין אין מקוה, זיך לאזן שמייסן מלקות, דאווענען מנחה – על חטא, גיין צו די באבעס, עסן א צווייטע סעודה, ועוד, אז די ליסטע איז פארשריבן ווערט די קאפ וויי פארמינערט,

די ערשטע סעודה לדעתי זאל מען עסן וואס פריער, מ'איז סייווי אויפגעשטאנען פרי שלאגן כפרות, מ'ענדיגט דאווענען, מ'ערלעדיגט אפאר זאכן און אויף 10:30 קען מען זיך וואשן (אפי' פריער), ווייל אז מ'עסט פרי עסן די קינדער מיט געהעריג, און אפי' פאר זיך אליין מ'האט פלאץ פאר נאך א סעודה, בשעת די סעודה חזר'ט מען מיט די קינדער אז היינט איז א מצוה צו עסן אפי' איינער וואס פאסט נישט יו"כ, אויך איז גוט צו באטאנען אז די יעצטיגע סעודה איז א זמן וואס קען מכפר זיין אויף אלע אנדערע סעודות פון אגאנץ יאר וואס איז נישט געוועהן כהוגן, אויב מ'האט אפגעכאפט א ברכה אדער נישט געבענטשט, מיט די היינטיגע סעודה אז מ'מאכט שיין ערליך א ברכה און מ'בענטשט שיין ווערט דאס מכופר, דאס איז א שטארקע נקודה פאר די קינדער, בשעת די סעודה קען מען אויך פארציילן די מעשה פון יונה הנביא, אדער אנדערע מעשיות פון בעלי תשובה ועניני תשובה,

נאך די סעודה אז ס'איז דא צייט (מ'האמיר דאך אנגעפאנגען פרי) קען מען זיך אראפ לייגן פאר א וויילע צו האבן א רואיגן קאפ ביינאכט צו כל נדרי, ס'איז קלאר אז דאס ערנסקייט דארף זיך דערקענען אין שטוב קינדער זאלן שפירן אז ס'קומט א פארטיגן טאג, באימה ויראה, אפי' מ'שפירט נישט און מ'איז נישט דערביי ארויס צו געבן א אימה זאל מען עכ"פ רעדן דערפון אז ס'הערשט א פחד אין די גאנצע וועלט און צדיקים האבן זיך ממש געפלאגט צו עסן אין אזא טאג נאר ווייל ס'איז א מצוה עכט האבן זיי נישט געקענט עסן פון גרויס פחד וכו' וכו'.

בענטשן די קינדער איז א מס' פאר זיך, ס'איז באמת זייער זייער זייער זייער אן עמאציאנאלע מאמענט און אויך די סאמע הייליגסטע רגעים וואס א מענטש האט, זייער אסאך עלטערן פראבירן איבער צו קומען זייערע געפילן און באגראבן דאס טיף אין הארץ, ס'איז נישט גוט, א טאטע דארף עפענען זיינע געפילן אין אזא מינוט, פאקטיש ווען א קינד שפירט זיין טאטנס האנט אויף זיין קאפ, און דאס קינד ווייסט דער טאטע בענטשט אים יעצט אז ער זאל וואקסן א ערליכע איד ווערט ער מלא רגש, (אונז אלע היינטיגע טאטעס געדענקען דאס גוט ווען מיר זענען געוועהן קינדער) און אז דאס קינד זעהט נאך אז דער טאטע לייגט נאך צו א קרעכטס און א טרער שניידט דאס אריין טיף טיף און זיין נשמה, דאס איז עלעקטריק פאר א קינד אויף א גאנץ לעבן, מ'לעבט דאך היינט אין א וועלט וואס אלעס איז פארטעמט אן קיין ברעקל געפיל, די קינדער די טאטעס אלעס איז פלי פלוי, לאמיר אויסניצן דאס ביסל געפיל וואס איז נאך געבליבן ביי אונז צווישן א טאטע אין זיינע קינדער לטוב.

קומט דען נישט פון זיך אליין א טרער? ווען א טאטע זעהט פאר זיך א תפלה ישימך אלקים וגו' יה"ר וכו' ויתן ד' בלבכם אהבתו ויראתו וכו' שלא תחטאו, ותהי' חשקכם בתורה ובמצות....., אוי הייליגע באשעפער העלף מיר מיין זיסער משה'לע זאל מצליח זיין אין חדר...., ער זאל זיין א ערליכע איד אן קיין חשבונות..... ער זאל מיר שאפן אביסל נחת...... און אוודאי נישט קיין צער...., ווי לעב מיר היינט? ס'איז דאך א מבול אין די גאס, קינדער ווייסן אז דער טאטע בעט יעצט פאר זיי, א טרער יעצט פארשפאָרט טרערן שפעטער.....

איך מוז מיך אפשטעלן מיט א נקודה, ס'איז דא אסאך עלטערן וואס ניצן טאקע אויס אט די מינוטין פאר א פערזענדליכע מוסר דרשה פארן קינד, איך האב נישט קיין מיינונג צו איז גוט צו נישט יעדע טאטע קען זיך אליין מחליט זיין וואס ער וויל לפי זיין קינד'ס מצב און קשר צו אים, ס'איז אבער דא אסאך טאטע'ס וואס פארלאנגען קבלת טובות בשעת מעשה, לויט מיין מיינונג איז דאס נישט אזוי גוט, טאקע ווייל דער זמן איז אזוי הייליג און די געפילן זענען אזוי גרויס הייס אים נישט טון א זאך וואס ער קען דורך פאלן, זאג אין נאר אזא זאך וואס ער קען איינהאלטן און מ'קען אים נישט נאכגיין, למשל אז מ'הייסט אים זיך מקבל זיין יעדן טאג צו זאגן א קאפיטל תהלים, איז גוט, ווייל דאס קינד ווייסט אז דער טאטע קען אים נישט נאכקוקן צו ער טוט עס צו נישט, ממילא אויב פארגעסט ער איין טאג קען ער גלייך מארגן צוריק גיין צו די קבלה טובה, משא"כ אז דער טאטע הייסט אים זיך מקבל זיין נישט צו פארפאסן זמן קר"ש אז דער טאטע קען דאס באמערקן יעדן טאג טויג נישט ווייל איין טאג ער פארשלאפט קען ער שוין נישט צוריק גיין צו די קבלה טובה און ער פילט אז ער האט דא צובראכן ממש א תקיעת כף היות ער האט זיך דאס מקבל געוועהן ערב יו"כ פארנאכטס נאך זיין טאטנס ישימך, איר פארשטייט?, איך בין דא אביסל מקצר אבער איך גלייב אז דער עולם פארשטייט אפי' ווען מ'רעדט קורץ.

א טאטע מעג זיך איבער בעטן מיט די גאנצע הויז געזונד, און אוודאי דאס ווייב, ס'מעג זיין ברבים (חוץ אז א מענטש שפירט אז דאס איבערגעבעטכס מיטן ווייב מוז זיין ווען קיינער האלט נישט מיט....) א טאטע מעג איבער בעטן זיין חתן ש"ס (איבער בעטן די תורה הייבט זיך נישט אן אין שול מיט די ספר תורה) האסט א ש"ס אינדערהיים וויפיל האסטו אים באמת געניצט?, הייליגע גמרא! זיי מיר מוחל! איך האף אז מהיום והלאה וועל איך דיר ניצן מער!, יא, אזא שריט איז מער ווי אלע מיני חינוך מעטאדן פון די וועלט.

יום כיפור
כאטש א טאטע וויל נישט ברענגען קלענערע קינדער אין שול, אבער צום איבערבעטן די תורה קען ער ברענגען א קלענער קינד וואס פארשטייט שוין אביסל אז היינט איז עפעס אויסטערליש ווען אלע טאטעס זענען ווייס אנגעטון, ער זאל הערן דעם שהחיינו און אהיים גיין נאך כל נדרי,

בכלל כאטש איך בין אקעגן ברענגען קינדער אין שול אבער ווען ס'קומט יו"כ מאך איך א פתח שין, ווייל דאס מאל פאסטן די ווייבער אויך און זיי האבן נישט קיין כח צו בעבי סיטן, נו וואשע זאל איך טון, דער טאטע מוז אביסל קער נעמען. קען מען נישט הייסן קינדער זאלן לגמרי נישט קומען אין שול מוז דער טאטע זיין דער וואס האלט א אויג אויף זיי,
די כללים פון ר"ה איז גולטיג יו"כ אויך, קינדער דארפן עסן נארמאל צו די זעט און נארמאלע מאכלים, דער טאטע דארף באטאנען פאר די קינדער אז היינט ווען אלע טאטעס פאסטן מוזן זיי אויך פאסטן מיט עפעס, ער גייט נישט היינט עסן סתם אלע מיני קאלירטע נאש, נאר וועפער'ס, פרעצל, פאטעיטא טשיפס, פאפ קארן, אזעלכע נארמאלע זאכן, אבער ס'דארף זיין גענוג עסן ער זאל האבן וואס צו קייען און וואס צו טון, אפי' מיט וואס צו שפילן, אדער צו ליינען.

איך וויל דערמאנען א מעשה וואס האט פאסירט ביי ר' אהרן טשערנאבילער זי"ע, אמאל ביים טיש האט א אייניקל א קליין קינד געוויינט, איז דער צדיק צוגעגאנגען בכבודו ובעצמו און בארואיגט דאס קינד פון זיין געוויין, פאר די חסידים האט דאס ארויסגערופן גרויס ווינדער, האט ער זיי געזאגט, ס'שטייט אין פסוק וכל בניך לימודי ד', דער באשעפער כביכול לערנט זיך פון אונז, אז אונז זעמיר געטריי צו אונזערע קינדער איז ער געטריי צו זיינע קינדער.... ע"כ.

א פחד פון א מעשה, אין דעם הייליגן טאג יו"כ ווען יעדער זאגט זאגט צענדליגע מאל "אבינו מלכינו" טאטע! טאטע!....., יונגערמאן ביטע זיי אויך א געטרייע טאטע, אז א קינד מוטשעט טאטי איך דארף..... איך דארף אהין איך דארף אהער (וואס לאכסטו?, פון ווי ווייסטו וואס איך מיין מיטן "איך דארף"......) זאל דער טאטע ארויס ווייזן דאס מערסטע געדולד וואס איז שייך, כאטש דו פאסט היינט און די נערוון זענען געשפאנט, חלילה זיך צו בייזערן יו"כ אויף א אייגן קינד סתם ווייל דאס קינד נערווירט, דו מוטשעסט אויך דעם טאטן אין הימל היינט פאר ישועות, ביים קינד איז זיין פעקעלע פונקט אזוי חשוב ווי דיין מארגעטדש....

דאס איבער גיין דעם מחזור מיטן קינד פאר יו"כ איז וויכטיג כדי צו וויסן וואס מוז ער זאגן און וואס נישט, א טאטע קען מאכן פשרות, ער מוז נישט דאווענען אלע 5 שמו"ע, זאל ער אבער מיטזאגן ווידוי על חטא מיטן חזן, ווי אויך כתר איז וויכטיג ער זאל זאגן אלע כתר'ס ווייל יו"כ איז כתר יתנו לך א הייליגע מאמענט 4 מאל כיל"ח, ביי מנחה קען מען אים הייסן נעמען אביסל מנוחה, כדי צו האבן א פרישן חשק צו נעילה,

דאס פאלן כורעים איז א געשמאק עסק פארן קינד, מ'גרייט אן פלעסטיק'ס, האנטוכער, מ'פאלט, מ'בוקט זיך, ס'איז לעבעדיג, אבער אין די זעלבע צייט זאגן (פון פריער) אז דאס איז געוועהן א חלק פון די עבודה אין ביהמ"ק צו פאלן כורעים זיך מבטל געמאכט פארן באשעפער כעפרא דארעא...., וואס בין איך קעגן באשעפער, גארנישט, א שטיק ליים.

טאטעס וואס די קינדער זיצן לעבן זיי דארפן וויסן אז זייערע קליינע נישט דורך געטראכטע זאצן וואס פליסן ארויס בין פיוט לפיוט אדער בין גברא לגברא, מאכט זייער אסאך אויס אויפן קינד בפרט אין די הייליגע טעג, אז א טאטע דריקט זיך אויס מיט התפעלות אויף א שיין ווארט, אויף א נוסח, אויך א אויסדריק פון פיוט, צו סתם א נארמאלע ענרסטע סעיטמענט, וועט דאס דער קינד געדענקען לעלמי עד אז זיין טאטע האט אזוי און אזוי געזאגט מיטן קיטל אנגעטאהן, די זעלבע איז פארקערט אז דער טאטע זאגט א חוזק, א נארישע זאך, א פוסטע נייעס, וועט דאס זיין קינד געדענקען לעלמי עד אז זיין טאטע האט יו"כ מיטן "קיטל" געזאגט אזוי און אזוי מיט אזא ביטול, פארגעסט נישט דער קיטל איז א בגד וואס דרייט אן דאס קינד פאר אסאך מער אינטרעסע ווי סתם אזוי, ראי' לזה פסח ביינאכט, איינע פון די טעמי הקיטל איז אז די קינדער זאלן זעהן א שינוי אינעם טאטן וועלן זיי הערן וואס ער זאגט ווייל אלעס ווערט זיין א חידוש, זייט'ס נישט מזלזל אין ענקער השפעה.

מוצאי יום כיפור
בת קול יוצאת לך אכול בשמחה את לחמך, מ'דארף זיין בשמחה פרייליך, אמת די קינדער זענען צולאזט פון אגאנצן טאג, אבער דער ווינט דארף זיין פרייליך, אויב וויל מען אז די קינדער זאלן גיין שלאפן גלייך נאכן אויספאסטן, פארוואס זאל מען נישט מאכן א רקידה איידער מ'גייט אין בעט אריין, מ'מעג שוין זינגען ושמחת...., ס'אידעך א בפירושע בת קול לך אכול בשמחה את לחמך....

ווידער אז א איד איז מהדר צו טון עפעס אין די סוכה מוצאי יו"כ, מוז עס זיין על תנאי "בשמחה", שריי נישט, רעג דיך נישט אז א קינד ברענגט דיר נישט דעם האמער אין די סעקונדע...., און אויך מוזסטו נישט אויפוועקן דעם שכן מיט דיין דרילער...., אויב קענסטו נישט בויען א סוכה מוצאי יו"כ ע"י שמחה, לערן ענדערשט א משנה אין מס' סוכה מיט די קינדער, און נאכער שיק זיי שלאפן,

איך געדענק אז אלס קינד האט מיך מיין גרויסער ברודער פארטרויעט מיט א סוד אז שפעט ביינאכט מוצאי יו"כ נאכן אויספאסטן מאכט מיין טאטע א סעודה און נאר די גרויסע מענטשן קענען זיין דארט, איך געדענק נאך ווי היינט אז ס'האט מיר געבאדערט וואס הייסט דאס איך קען נישט זיין דארט?, אנדערע מעגן און איך נישט, עד כדי כך אז אויף דעם ארויף האב איך איינגעפירט אז ביי מיר איז נישטא קיין אויספאסטן, מ'מאכט הבדלה, און מ'וואשט זיך גלייך צו א סעודה (ס'איז אפי' באקוועמער אויפן מאגן צו עסן א נארמאלע סעודה ווי איידער קודם קעיק מיט קאפי און שפעטער אפאר שעה א סעודה) אזוי אז די קינדער זאלן קענען מיט עסן און זיין צוזאמען פריילעך בשמחה את לחמך.

מיר זאגן די זעלבע זאך דא ווי מיר האט געשריבן ערגעץ אנדערשט, מ'מוז נישט טון פונקטליך וואס איך שרייב פאר, איך בין נישט קיין ראשון און נישט קיין אחרון, קוים א תחתון....
די עיקר איז מ'זאל אריין לייגן מחשבה, און טראכט וואס מ'קען טון, און וואס מ'זאל טון, און וואס מ'טוט....

א גמר חתימה טובה
שאץ ומאץ

א טאטע חודש תשרי ערשטע טייל

א טאטע חודש תשרי א' / ט.ב. שאץ מאץ

במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה, מוצאי נאך דעם שבת ארטיקל איז געקומען דעם פארלאנג פון עטליכע ליינערס צו שרייבן די זעלבע טעמע וואס איז נוגע חודש תשרי, נקודות און פונקטן וואס קענען זיין נוצבאר פאר טאטעס אין חודש תשרי.

דער מציאות ווייזט אז חודש תשרי טאקע אין די זמנים פון ירח האיתנים ווען אלעס איז אנגעצויגן, קען א טאטע משפיע זיין פאר זיינע קינדער אסאך מער ווי אייביג הן לטוב והן לרעה ח"ו, לטוב איז דאך פשוט אריין צו ברענגען א חשקות אין מצות ומעש"ט, און לרעה קען זיין ווען מ'איז אנגעצויגן אויף די קינדער און מ'גיבט דאס ארויס אויף א שלעכטן אופן קען דאס משפיע זיין אויף שלעכט, ווי מיר וועלן דאס מסביר זיין מער בארוכות,

מיר ווילן אנפאנגען מיט ר"ה, נאכער א באזונדערע ארטיקל וועגן יו"כ און סוכות,
די הכנה לר"ה דארף זיין מיט די מחזורים פאר די קינדער וואס דאווענען שוין, דורך גיין מיט זיי דעם מחזור וואס זיי זאלן יא זאגן און וואס נישט, געבן א שטיקל השגה וויאזוי ס'גייט צו דאס דאווענען, ווי מ'זאגט און ווי מ'זינגט, מ'דארף זיי געבן צו זינגען און צו זאגן...., ווי אויך די באדייט פון די וויכטיגע פיוטים, למשל לקל עורך דין, ונתנה תוקף, אבינו מלכינו, וכדומה.

יעדער פארשטייט אז א טאטע איז אנגעצויגן חודש תשרי, די פרעשור איז אין די לופטן בגשמיות וברחניות, בגשמיות פשוט ווייל דער סדר היום איז אנדערשט, ס'איז דא א לאנגע דאווענען, מ'עסט די סעודה שפעט, און ס'איז דא אסאך חיובים און ווען א מענטשן האט אויפן קאפ זאכן וואס ער "מוז" טון ווערט ער אנגעצויגן און נישט רואיג, וברוחניות דריקט אויפן מח דעם אימת הדין, טיף אין הארץ איז דא א היפשע פחד מה יולד יום, ווער ווייסט וואס מ'שרייבט אים פאר אין דעם יום הדין והנורא דאס הארץ פלאטערט, און ווען א מענטש איז אונטער פרעשור קען ער טון זאכן וואס ער טוט נישט נארמאל, דעריבער דארף זיין א זהירות יתירה לגבי א טאטע פאר זיינע קינדער,

א קינד טאר נישט שפירן אז זיין טאטע איז סתם נערוועז, קינדער זענען זייער גוט מרגיש צו דעם טאטנס אנגעצויגנקייט איז מחמת אימת הדין צו סתם פרעשור, ווייל ווען א טאטע שרייט אויף א קינד זיי שטיל דארט!!! ווייסט דאס קינד אז דאס איז סתם א ווילדע געשריי, ווידער אז דער טאטע שרייט ששששש! קינדער היינט מוז מען זיין וואויל ווייל אלע מצות לייגט מען היינט אויפן וואגשאל!!!, שפירט דאס קינד אז דער טאטע ציטערט פונעם יום הדין, (דאס איז נאר א משל, די נקודה פארשטייט איר מתסמא גוט) אוודאי פאר מענטשן וואס האבן באמת א פחד הדין איז דאס נישט שווער זיך ארויס צו געבן אזוי, ווידער אז ס'איז נאר דא די אייגענע פרעשור מוז מען ארבעטן אויף זיך אז די פרעשור זאל זיך נישט אויסגיסן אויף די קינדער.

דאס גייט אריין אינעם גדר פון "מפסידי החינוך" איך זעה עס אויף זייער אסאך יונגעלייט וואס האבן נישט קיין געדולד צו דעם חודש תשרי נאר צוליב די אומזיסטע דרוק וואס זיי האבן באקומען אין די קינדער יארן פון זייערע טאטעס, ס'איז באמת א ווייטאג צו הערן פון יונגעלייט וואס זאגן אזא אומבאטעמ'טע סעיטמענט "איך וויל איינשלאפן א' סליחות און אויפשטיין מוצאי שמחת תורה", נעבאך..... אנשטאט אויפצועסן יעדע מינוט פון אזא זיסע חודש מיט א ברייטן אפעטיט, האט מען נישט קיין געדולד צו די גאנצע מעשה, פארוואס זאל מען אזוי מחנך זיין די קינדער?.

לאמיר אייך אריין פירן אין א שטוב מוצאי יו"כ ביים אויספאסטן, דער טאטע אזא 55 יעריגע איד, עסט אביסל האניג לעקאך און קוקט אריין שטילערהייט אין זיין יו"כ מחזור און איז מעיין אין א תורה אויף בראש השנה יכתבון, דער זון א 15 יעריגע בחור פערצופאל א פיין בחור א כלי, ער קוקט יעצט אריין אין א ליקוט פון שיינע תורות אויף סוכות און צוקייט א שטיקל קאקאש קעיק און טרינקט צו א קאווע, דער זון בליקט ארויס צו טאטן און זעהט ווי ער קוקט זיך אזוי אין זיין מחזור וואס איז אויפגעמישט "בראש השנה יכתבון" פרעגט ער דעם טאטן, טאטי? די קענסט נאך אפי' קוקן אין דעם מחזור?, ס'איז דאך שוין מוצאי יו"כ מ'איז שוין פארטיג מיט ביידע מחזורים, גענוג געוועהן אלעס האט דאך א שיעור...., דער טאטי קוקט אים אן מיט אזא מינע קען זיין מיין זון האט אפשר רעכט, ער ווייסט אים אפי' נישט וואס צו ענפערן.

יעצט לאמיר פארשטיין וואס איז באמת די חילוק פונעם טאטן מיטן זון, זייער פשוט, דער טאטע שפירט די הייליגע טעג א נאנטקייט מיטן באשעפער, אים איז גוט יעדע מינוט פון דאווענען, ווייל ער שפירט אזא אהבה און אזא נאנטשאפט צו אבינו שבשמים, דעריבער אפי' ווען דער יו"כ איז פארביי בענקט ער זיך נאך די גוטע זיסע מינוטין און דאס מאכט אז ער קוקט אפי' ביים אויספאסטן א טייטש אין זיין יו"כ מחזור מיט אזא בענקעניש, ווידער דער זון כאטש וואס ער איז א פיין בחור אבער ער האט נאכנישט דעגרייכט צו די מדריגה פון שפירן אז יעדע מינוט פון דאווענען איז א אוצר פון אהבה צום בוכ"ע, פארדעם פרייט ער זיך אז דער טאג איז שוין פארביי, כאטש וואס ער דאוונט פיין און ערליך, אבער אז ס'איז שוין פארטיג בענקט ער זיך מער נישט צוריק.

דאס איז די נקודה וואס א טאטע דארף טראכטן חודש תשרי, ואני קרבת אלקים לי טוב, ס'איז מיר באמת גוט יעדע מינוט פון חודש תשרי ווען מיר אידן בנים למקום טוען מצות ד' און מ'גיבט אוועק שעות לתפלה, ווייל אין די מינוטין פון תפלה שמועסן מיר זיך אויס מיטן ק'ל חי ווי א קינד צו זיין טאטן, אז מ'האט אזא כוונה ווערט די זייטיגע פרעשור פארמינערט און מ'קוקט מיט א אנדערע בליק אויף דעם ר"ה, מ'ווערט רואיגער, און אז מ'איז רואיגער קען מען שוין רעדן צו קינדער, די קינדער אליין פארשטייען זייער גוט וואס דאס מיינט מ'פארשרייבט יעדן איינעם אין א בוך ווער ס'וועט מצליח זיין היינטיגע יאר און ווער חלילה נישט.

ר"ה ביינאכט
די ערשטע נאכט ר"ה איז א וויכטיגע פרק פאר די קינדער, הן דאס וואונטשן לשנה טובה, ווי אויך די זיסע קארטלעך וואס ליגט אונטער די חלה דעקל, דא פאדערט זיך אסאך עטענשאן יעדעס קינד לויט זיין עלטער, גלייך נאך קידוש קען זיך דער טאטע ארום שפילן מיט די לשנה טובה קארטלעך, די סימנים איז א מס' פאר זיך, דער טאטע זאל קענען מסביר זיין וואס דאס מיינט א זיסע יאר, עפל אין האניג (אונז האמיר א מאמר עפל אין האניג במדור מדי שבת בשבתו – ידיעות התורה) מ'קען ביים עפל מרחיב הדיבור זיין מיט שיינע ענינים,

מ'עסט א קאפ פון א פיש ווייל מיר זאלן זיין א קאפ, וואס מיינט דאס א קאפ, מ'קען מסביר זיין אז יעצט אין גלות זעמיר נישט קיין קאפ, יעדע גוי קען טון מיט אונז וואס ער וויל, אבער בימות המשיח וועלן אידן זיין די קאפ פון די וועלט, און די גרויסע היינטיגע גוים וועלן זיין אונזערע משרתים, יא דער פרעזידענט וועט וואשן אונזערע פלאר'ס...., די זעלבע קען מען שאפן ביאורים און ממתקים אויף אלע אנדערע סימנים וואס קען זיין לפי דעת די קינדער.

שטייט פון צדיקים אז אין מס' ר"ה איז דא 4 פרקים אין יו"ט ר"ה איז פארהאן 4 סעודות, ס'איז א סגולה פאר א גוט יאר צו לערנען ביי יעדע סעודה איין פרק משניות, ווער ס'האט אביסל גרעסערע אדער פארשטענדליכע קינדער קען נעמען א משנה צוויי און מסביר זיין, ווי למשל דעם אופן וויאזוי מ'האט מודיע געוועהן אמאליגע צייטן בזמן שבית המקדש הי' קיים פאר אלע שטעט אז מ'האט מחדש געוועהן דעם חודש, אדער וויאזוי די עדות זענען געקומען זאגן אז זיי האבן געזעהן א לבנה, מ'קען מסביר זיין וויאזוי די לבנה ארבעט יעדע חודש ווערט ער פארשווינדן אויף א האלבע טאג וכו' וכו',

ראש השנה בייטאג
דא וואלט איך מקדים געוועהן א וויכטיגע הקדמה, אז כאטש אגאנץ יאר ברענגט מען קינדער אין שול אין סיי וועלכן עלטער, פארוואשע נישט, זאל זיך די בעל הבית'ע אביסל אויסרוען, אבער ר"ה איז בהחלט נישט אזוי, (זאלן זיך אלע ווייבער צוריק גיין קיין מצרים....) ר"ה טאר א קינד וואס דאוונט נישט געהעריג קומען אין שול. פארטיג, אן קיין טענה'רייען....., ווען די גדולי הפוסקים זענען אזויפיל מזהיר אויף נישט שטערן כוונות המתפללים איז דאס אויף ר"ה אסאך שטרענגער, א קינד וואס דאוונט נישט געהעריג שטערט די אנדערע מתפללים מיט זיין שפילן און ארום לויפן, די ווייבער זאלן מיר מוחל זיי מוזן נישט דאווענען, להלכה מוזן זיי אפי' נישט הערן קיין שופר בלאזן ס'איז א מצות עשה שהזמן גרמא, פיין גייסט הערן שופר בלאזן מסכים, אבער דאס איז קלאר אז בעבי סיטן איז זייער ארבעט היינט ר"ה אן קיין תירוצים, אפי' פאר די קינדער וואס גייען געווענדליך שבת אין שול, אבער ר"ה קען ער נישט זיין אין שול נאר אויב דאוונט ער כאטש א חלק פון דאווענען און קען איינזיצן שעות מיט געדולד, חוץ צו תקי"ש מטעם חינוך קען מען האלטן די קינדער אין שול און דערנאך אהיים שיקן.

ליתר שאת לאמיר מעתיק זיין דעם לשון פון מטה אפרים (סי' תקפ"ט סי' ד') כיון שהקטנים פטורים אין להביא לביהכ"נ תנוקת בעת תקי"ש שקרוב שיבלבלו דעת השומעים ואם אי אפשא להניחם בבית יקחו הנשים בביהכ"נ שלהם כיון שהנשים פטורים מן הדין ומ"מ אותם קטנים שהגיע לחינוך מצוה להביאם ולאיים עליהם שיטו אוזן לקול שופר כדי לחנכם במצות, עכ"ל:
דאס איז שוין תקי"ש א מצות עשה דאורייתא, תפלה זענען די קינדער און ווייבער אסאך ווייניגער מחיוב.

העי וואסי געשעהן מיט דעם שאץ? ער איז אביסל ארויס פון די ליניע דא, איך וועל מיך מסביר זיין, אגאנץ יאר איז אויך א קילקול אז מ'ברענגט קינדער אין שול, ס'איז ניגוד הפוסקים וההלכה, אבער מ'מוז פארשווייגן וואס זאל מען טון מ'קען נישט קעגן שטיין די רחמנות פאר די אשת חיל, און מ'נעמט די קינדער בעבי סיטן אין שול, כאטש וואס ס'איז לגמרי נישט אויסגעהאלטן ס'איז גורם אזי קינדער וואקסן אויף מיט אזא קוק אויפן שול ווי ס'איז א שפיל פלאץ און א פארברענג ארט,
עס האט מיר פארציילט ר' הערשל קאהן ני"ו (פון רופא חולים) אז אלס קינד איז ער געוועהן א היפש ביסל לעבעדיג (ס'קוקט נישט אויס אויף אים היינט אלס זעלטענע באזעסענע רואיגע געשטעל....), און ער איז ארום געלאפן אין די ווינע שול כדרכם של קינדער, דער ווינער רב ר' יונתן שטייף זצ"ל, האט אים אפיר גענומען און ארויף געטראגן צום ארון קודש און געוויזן קוק זעהסט דא איז די ארון קודש פון די הייליגע ס"ת, דאס איז א הייליגע שול, דא איז נישט קיין פלאץ ארום צו לויפן, פארשטייט זיך אזא הנהגה איז עושה רושם אויף א קינד,

ס'איז גענוג ביטער מיט אונזער ציבור אז מ'שפירט נישט קדושת ביהמ"ד אגאנץ יאר, א דירעקטע תוצאה פון ברענגען די קינדער אין שול ווען זיי דאווענען נאך נישט, (איי פארוואס שרייב איך נישט אפן מ'זאל זיי נישט ברענגען אגאנץ יאר, וועט דאך עולם מיך אראפ רייסן אזויווי ביי די פלעסטיק טישטוכער) אבער די הייליגע טעג ווען ס'מוז קומען א מעסעדש פאר די קינדער אז די תפלות פון די הייליגע טעג איז א העכערע זאך ווי סתם א תפלה, זיי דארפן וויסן און שפירן אז דאס איז נישט קיין געווענדליכע שבת ויו"ט נאר מיט אפאר שטונדן לענגער, איז בהכרח אז מ'מוז מאכן אזא החלטה נישט צו ברענגען אין שול קיין קינדער וואס דאווענען נישט.
(אקעי...... צו דיר רעד איך נישט, דו דאוונסט דאך סייווי אין א גרויסע שול ווי דו האסט נישט קיין זיץ פארן קליינעם)

איך געדענק ווען איך בין געוועהן א קינד האט מיר מיין טאטע ארויס געשיקט נאך אשרי העם יודעי תרועה זיך צו גיין שפילן, (אונזער שול האט געהאט א הויף), און מיר געווינקען איך זאל צוריק קומען שפעטער, איך בין טאקע צוריק געקומען שפעטער מיין טאטע האט מיר געהייסן זאגן די גרויסע אויתיות ונתנה תוקף, ותשובה ותפלה וצדקה , וכו', (מסתמא האט ער געוויסט אז איך וועל זיין שטיל אין שול אליין...)

קינדער האבן ליב צו הערן טעמי המצות, א טעם פארוואס מ'שרייט המלך, א טעם פארוואס מ'האט א קיטל, די 10 טעמים פון תקי"ש, ועוד, פארשטייט זיך אז די טעמים זענען געמאכט געווארן צו זאגן ביי די הכנה למצוה, צו ביי די סעודה אדער בעפאר יו"ט,

די קינדער וואס זענען שוין יא אין שול און דער טאטע האט אנגעצייכנט וואס ער דארף זאגן און וואס נישט, דארף האבן אביסל באשעפטיגונג אויך בשעת ווען ער זאגט נישט, צו פעקלעך צועסן וכדומה (נארמאלע זאכן נישט קיין געפאטשקעטע נאש) א קינד וואס איז הונגעריג איז נערוועז און אומגעדולדיג, ביי פויזע זאלן די קינדער געהעריג עסן, נישט סתם כאפן א שטיקל קעיק, נאר א עסן עפעס וואס זעטיגט, אזא עסן וואס דאס קינד עסט געווענדליך פאר לאנטש.

ווידער די קינדער וואס בלייבן אינדערהיים און קענען נאר אביסל דאווענען, דארפן וויסן וואס זיי דארפן זאגן, ווי אויך דארף מען שאפן פאר די קינדער וואס בלייבן אינדערהיים היפש באשעפטיגונג, צו נייע ליין ביכער, אדער געימס וכדומה אז זיי זאלן לאזן די מאמע צו די בעבי סיטער במנוחה דאווענען אביסל, און זיי אליין זאלן נישט קריכן אויף די גראדע ווענט פאר ליידיגיין.

קינדער וואס דאווענען שוין דאס גאנצע שמו"ע און האבן נישט קיין כח צו שטיין דעם לאנגן מוסף ר"ה זאלן ענדערשט זיך אראפ זעצן און ווארטן אויף תקי"ש ביי די ברכות פון מלכיות זכרונות שופרות, ווי איידער אפצוכאפן שמו"ע אויפאמאל אין נאכער זיך אראפ זעצן, ווייל שופר דארף זיין דוקא ביי מלכיות זכרונות שופרות נאך די ברכה, און אפי' אזא קינד וואס דאוונט אסאך קען מען נאכגעבן נישט צו זאגן יעדן יוצר ופיוט, למשל די פיוטים צווישן כתר וכדומה, ער זאל וויסן אז ער מוז נישט, זייער אסאך קינדער ווען זיי ווייסן אז זיי מוזן נישט זאגן וועלן זיי ענדערשט יא זאגן ווי איידער ווען ער ווייסט אז ער "מוז" זאגן, א חיוב טוט זיך שווערער ווי א רצון כידוע לי"ח.

ס'איז באמת דא אסאך מער וואס צו רעדן, מיין שרייבן איז נאר א בחי' פון תן לחכם ויחכם עוד, איך בין נאר די הקדמה, יעדער קען זיך אליין'ס טראכטן וועלכע חלק און פעולה ס'איז גוט לטובת זיינע קינדער במשך חודש תשרי, דער עיקר איז אז ס'דארף זיין מחשבה, ווייל רוב פעולות און נישט גוטע שריט גשעהט ווען מ'האט נישט קיין מחשבה, אז מ'לייגט צו מחשבה וועלכע שריט צו טון אז ס'זאל זיין גוט כלפי די קינדער איז שוין א שריט לטובה.

מיר האפן ממשיך צו זיין נאך אן ארטיקל איבער יו"כ וסוכות אי"ה, אז די צייט וועט ערמעגליכן


באקומען אין אישי א האלבע שעה נאכן ארויף לייגן דעם ארטיקל
הערות און הוספות,
א' נאטורליכע אנגעצויגנקייט שאט נישט, עס איז געזונט פארן קינד צו וויסן אז דאס לעבן איז אמאל אנגעצויגן, בפרט מכח יראת שמים,
ב' ער"ה סליחות הנקרא זכור ברית בכלל נישט דערמאנט
ג' לשנה טובה ווינטשן פאר ערליכע אידן, אור עלטערן, וכו' וויאזוי דאס דארף קארדאנירט ווערן מיט די קינדער, און די הבנה וואס מען דארף זיי געבען דערין,
הוספה א' בכלל נישט דערמאנט די באטאג סעודת ר"ה, און דער נאכמיטאג, כד הוינא טליא, האט מיין טאטע זז"ג נישט געלאזט שפילן פארוויילן ר"ה אויף א צולאזטן אופן, איך בין געווארן אביסל עלטער האט ער מיך בדרכי נועם געטשעלענדזשט צו זאגן אסאך תהלים, און פארשטיין געגעבן אז ר"ה שפילט מען נישט, שלאפט מען נישט, באזוכט מען נישט וכו',
לעבענ'ס וויכטיג בכלל פאר א יום טוב, מיט יונגלעך פון 9-10 ומעלה לערנען הל' החג אינווייניג אביסל פאר יו"ט, עס גיט זיי א רעספעקט פארן יו"ט (עס איז א זאך וואס האט א הלכות), פארן שו"ע (דארט איז דער מקור פון אלס וואס מען טוט), און פאר זיך אליין (איך טוה נישט ווי א בהמה ווייל יעדע טוט), ביז מען קומט צו א פאוינט אז א קינד אז בעיסיק הלכות מוזן געקאווערט ווערן פאר יעדען זמן מסויים.בכל אופן יישר כח, כוח"ט

ע"כ הודעה פרטי מהרוצה בעילום שמו

א', איז גערעכט 100 פראצענט, און דאס האב איך טאקע געזאגט, די אנגעצויגנקייט זאל זיין א אמת'ע נישט קיין פאלשע, עיין בדברינו למעלה.

ב', ערה ר"ה זכור ברית, וואס איז שייך צו רעדן, פון וועלכע עלטער מ'שטייט שוין אויף פארטאג'ס?, אדער סתם פונעם עצומו של יום?, כ'ווייס נישט וואס ער מיינט דא....

ג', אה דאס איז טאקע א שטארקע מערכה, ווען מ'גייט צו די זיידעס באבעס, אריין געבן אביסל רעספעקט פארן דור הקודם אפי' מ'האט יונגע זיידעס, דאך האבן זיי געזעהן מער ערליכע אידן ווי אונז, אין מטה אפרים שטייט אז מ'וואונטשט זיך ביי זקנים לשנה טובה, איז משמע אז יעדע עלטערע איד האט א כח און קען וואונטשן, און יעדע קען אריין לייגן הבנה אין זיינע זכות אבות,

צום הוספה א', וועגן די בייטאג סעודה גראדע האב איך יא בארירט די בייטאג סעודה מיטן שרייבן וועגן משניות מס' ר"ה, אבער ער האט דא א שטארקע נקודה, קינדער דארפן וויסן אז ר"ה איז נישט קיין סתם פיקניק, כי קדוש היום לאדונינו, מ'באָרדערט נישט ארום היינט, מ'איז נישט צולאזט, יעדע בריאה איז היינט אונטער פחד ואימה ומאימת הדין נפשי תבחיל, מ'שפאצירט נישט ארום אין די גאסן ווי חוה"מ נאכמיטאג, און דא איז טאקע דער מקום ארונטער צו רייסן (ווייטער רייסט ער....) די מנהג בורות פון שפאצירן איש ואשתו מיט אלע קינדער און רינדער צו תשליך יו"ט ר"ה נאכמיטאג, ר"ה איז יעדע מינוט טייער, יעדע מינוט ברענט, אפי' דער בריסקער רב זצ"ל וואס פלעגט אייביג זיצן מיט א ספר אבער ר"ה האט ער ניטאמאל געוואלט זאגן תורה, נאר גלייך נאך די סעודה געלאפן אין ביהמ"ד און געזאגט תהלים, יונגערמאן ווילסט גיין צו תשליך הארצן גערן, כאפ די קינדער לויף (מוזט נישט לויפן דוקא...) צום וואסער זאג די תפלות און תחינות (ווי ס'שטייט אין די אלטע מחזורים דיזע תפלה זאגט מען מיט גרויסע כוונה....) און צוריק אין ביהמ"ד צום תהלים, וואס איז דעי שפאצירעכטס דא?

פונקט אזויווי יעדער פארשטייט אז ר"ה מאכט אויס יעדן דיבור, און מ'לייגט אפי' א דגוש אויף די סימנים מיט די יהי רצון'ס, פונקט אזוי דארף ער וויסן צו לייגן א דגוש אויף זיינע דברים בטלים...., אויב נישט פאר דיר כאטש פאר דיינע קינדער, זאלן זיי וויסן אז ר"ה רעדט מען נישט ארום ווי סתם א טאג, און אז מ'שרייבט שוין דערמאנט ער מיך אז מיין טאטע פלעגט טאקע קאנטראלירן די נאש ר"ה און אוודאי יו"כ מ'האט נישט געגעסן סתם נאש אין די וועלט אריין, אלעס איז געוועהן מיט א חשבון.

דאס וואס ער שרייבט אז ס'איז לעבנס וויכטיג צו לערנען הלכות החג, דא שטויס איך מיר אן אין א פראבלעם, היות די מלמדים אין חדר פראבירן צו לערנען אלעס, ממילא ווי נאר איך הייב אן צו רעדן וועגן הלכות זאגן זיי די חברה אז זיי ווייסן שוין אלעס דער רבי האט דאס שוין געזאגט אין חדר, אפי' ס'איז אוודאי פארהאן זאכן וואס דער רבי האט נישט געזאגט, ווייס איך דאך נישט וועלכע זאכן ער האט פארפאסט, (ווי יענער בדחן וואס האט געזאגט, זאגטס מיר וועלכע דשאק עטס האט'ס נאך נישט געהערט און דאס וועל איך ענק זאגן....), דעריבער איז שווער צו געבן א כלל וויאזוי מ'רעדט וועגן הלכות, וואס יא, ווי מיר האבן געשריבן אויבן איז אינטרעסאנט פאר קינדער טעמי המצוה דא קען מען שוין אריין ווארפן די הלכות דרך אגב'דיג,

דאס איז א טאטע דארף לערנען די הלכות מאן דכר שמי'????....
.

יום שלישי, 27 באפריל 2010

א טאטע ביים שבת טיש

א טאטע ביים שבת טיש / טאג ביך – שאץ מאץ

רבו עלי חבירי איך זאל שרייבן אן ארטיקל כאטש איך האב אינגאנצן נישט געקלערט צו שרייבן איבער דעי נושא און אפי' נישט צו שרייבן בכלל, אבער אז דערוילעם וויל הערן וועל איך שרייבן, איך האב באמת געהאלטן נאך מיין פארהער ארטיקל אז איך גיי מאכן א סיום אויף די טאג ביכער, הדרן עלך ודעתן עלך טאג ביך לא תנשי וכו' וכו', און פארטיג, אבער ווען מ'רעדט פון שבת איז די מעשה אנדערשט, ביי שבת לייג איך אלע חשבונות אין די זייט, היות איך האלט מיך א שטיקל מחותן מיטן שבת, איך פלאן ארויס צו געבן א ספר אויף עניני שבת (פרעג נישט קיין דעטאלן ס'איז נאך א סוד...), ממילא ווען ס'קומט צו רעדן פון שבת אינטרעסירט מיך נישט קוק יא קוק נישט, מגיב יא מגיב נישט, איך שרייב און פארטיג.

א טאטע ביים שבת טיש!!!

לאמיר צוטיילן די ווערטער,
א טאטע,
און א שבת טיש,
קודם דארף מען זיין א טאטע, און דערנאך דארף זיין א שבת טיש....

וויאזוי איז מען א טאטע?, דאס פארדינט זיך א באזונדערע ארטיקל (איך פלאן אפשר, ווייטער פלאנט ער...., טו שוין למעשה..., צו שרייבן אן ארטיקל חינוך מהו) מבואר בארוכות וואס דאס מיינט א טאטע, ווייל א טאטע איז נישט דער וואס די העכסטע געוואקסן אין שטוב אדער דער וואס האט די שטערקסטע מוסקלען..., א טאטע מיינט א טאטע, א טאטע פון קינדער.... וכו' וכו',
ואם תמצא לומר אז א גאנצע וואך איז נישטא אפי' קיין צייט צו זיין א טאטע, (ער אידאך פארנומען מיטן בלעקבערי...) דא קומט די צווייטע ווארט פון אונזער קעפל "שבת טיש",

ס'טייטש אזוי, מיין קעפל איז א קושיא מיט א תירוץ, די קושיא איז, א טאטע?!!!!!,
די תירוץ איז "ביים שבת טיש", אז דו ווילסט זיין א טאטע קענסטו זיין א טאטע, וויאזוי? דורך דעם שבת טיש.
(א לומדות פון א קעפל, ניין?)

צדיקים טייטשן לעשות את השבת לדורותם, שבת קען מען מאכן דורות, דער שבת האט א כח צו מאכן דעם קשר פון א טאטן צו א קינד, גאנץ א פיין ווארט, ניין?, מ'קען אבער צולייגן א שטיקל קנייטש צום ווארט, אין דעם זעלבן פסוק פאר לעשות את השבת שטייט ושמרו בני ישראל את השבת, ושמרו איז א לשון פון ווארטן אזוי ווי ואביו שמר את הדבר, זאגן צדיקים ושמרו בני ישראל זאלסט ווארטן און ארויס קוקן אויפן שבת מיט א האף און א בענקעניש,
קומט אויס לפי זה אזוי, אויב ווילסטו מקיים זיין דעם לעשות את השבת "לדורותם" זיין א טאטע פאר קינדער דורך די שבת טישן, מוז זיין "ושמרו", מ'מוז ארויס קוקן און ווארטן אויפן שבת, מתי יבא לידי ואקיימנה, נישט אנעמען די שבת'דיגע סעדות לעול ולמשא, נאר עס האלטן פאר א געשמאקע און בא'טעמט'ע עסק.

אקעי, מ'וואַרט, ס'איז שוין מיטוואך מ'זאגט שוין דעם קליינעם לכו נרננה (ביים יום רביעי) דער שבת באָבּלט שוין, איצט וואס זענען די הדרכות וואס מ'דארף וויסן בעפאר שבת,
ראשית וואלט איך געלייגט א שטארקע דגוש בכל חומר הדין אויפן שלאפן פרייטאג נאכמיטאג...., ס'איז קלאר אזוי געוועהן דער מנהג ביי צדיקים, ביי חסידים, און ביי אלע אונזערע זיידעס, אז פרייטאג נאכמיטאג האט מען זיך אראפגעלייגט, דער מנח"א אין דברי תורה ברענגט בשם צדיקים (המגיד ממעזריטש) אז זיי האבן זיך געווינדערט אז ס'ווערט נישט דערמאנט אין די תורה אלס א מצות עשה מן התורה דאס שלאפן פרייטאג נאכמיטאג, ער איז מאריך צו ס'האט א מקור צו נישט, אבער דאס איז א קלארע הוכחה אויב מ'קען אפי' זאגן אזא זאך מיינט דאס זיכער אז ס'איז באמת א מנהג קדוש, די גרעסטע ראי' אז ס'איז וויכטיג ווייל מ'זעהט די מעשה היצר וואס לאזט נישט שלאפן פרייטאג נאכמיטאג, אייביג לאזט ער שלאפן וויפיל מ'וויל נאר פרייטאג נאכמיטאג נישט....

איך מוז זאגן אז דאהי אין אמעריקא איז דער מנהג קדוש שטארק נאכגעלאזט, ווייל אין אלע אנדערע מדינות אין א"י אדער אין אייראפא איז דאס געבליבן א שטארקע זאך, און מ'האלט דאס אן בתוקף עוז, בכלל אין א"י איז דער ערב שבת חצות א דעד ליין פאר אסאך מלאכות ביי זייער אסאך אידן, דאהי איז דאס ענין פון ערב שבת חצות אינגאנצן נישט קיין מציאות.

איך זעה איצט אין די זומער חדשים דער עולם קומט צו קבלת שבת האלב טויט און האלב לעבעדיג, אין די צייט וואס איך ווייס קלאר אז רוב פון די האלב טויטע אידן האבן געהאט גענוג צייט צו שלאפן פרייטאג נאכמיטאג,

דאס איז לכאורה די גרעסטע שטער, פאר א נארמאלע שבת טיש, אז דער טאטע איז מיד..... איז ער נישט קיין טאטע, הייבט זיך נישט אן אונזער גאנצע קעפל "א טאטע ביים שבת טיש" ס'איז אפשר א שבת טיש ס'איז אבער נישט "א טאטע", אז מ'איז מיד איז מען נערוועז, אז מ'איז מיד האט מען נישט קיין געדולד, און די גאנצע טיש איז עפעס א נערווירנדע עסק, (שמעתי פון גאב"ד וויען שליט"א אז זיין טאטע דער סאמבעטהעלי רב זצ"ל פלעגט זיך לייגן יעדן פרייטאג נאכמיטאג כדי צו האבן דעם קלארן קאפ צום שבת טיש, אויב אין די ווינטער פרייטאג'ס איז נישט געוועהן קיין צייט, האט ער זיך אראפ געלייגט נאכן דאווענען קבלת שבת פאר א האלבע שעה).

רבותי שלאפטס!!!!!!!!, וועקט'ס ענק נישט אויף!!!!!,
(לכה"פ א שעה צוויי)

איצט ביסטו שוין אויסגעריהט, האסטו שוין געדולד צו גיין אין ביהמ"ד, דו ביסט נישט נערוועז אויף'ן קבלת שבת בעל תפלה, (אהא! לכבוד עצמו הוא דורש.... דער שאץ איז פשוט אנגעצויגן פון די פסקים וואס דערוילעם האקט אין אים אריין נאך זיין אויסגעצויגענע קבלת שבת ביים ברעטל.....) מ'האט געדולד צו די קינדער, דער בלעקבערי איז אויסגעלאשן, מ'קען זיך אומקוקן וויאזוי די קינדער זעהן אויס, ווייל אגאנצע וואך ווען זיי רעדן צו דיר קוקט מען דאך נאר אראפ צום מאשין, איצט קען מען זיי קוקן גלייך אין פנים.....

א וויכטיגע זאך אינעם חלק ושמרו צווישן די הכנות פאר שבת איז דער "טועמיה'" וואס דער טועם זיין מאכלים איז א שטארקע הכנה פארן טאטן צום שבת טיש, אויסער דעם וואס טועמי' איז א גרויס ענין כמבואר בספרים, איז דאס מסגול צו זיין זאט און רואיג, די חשבון איז פשוט, ווייל אין א געווענדליכע וואכן טאג עסט מען עפעס פאר לאנטש און פאר סאפער, אבער פרייטאג איז דער סקעדשול צומישט, אויב איז עס ווינטער עסט מען נישט קיין לאנטש געהעריג און ווען מ'קומט אהיים 7'נע פון שול איז מען גוט הונגעריג, אויב איז עס זומער איז מען שוין טויט הונגעריג, און ווען מ'איז הונגעריג ארבעט נישט די מח נארמאל, ווער רעדט נאך פון האבן געדולד, קומט אויס ביסטו ווייטער נישט קיין טאטע,

מענין לענין, פארשטייט זיך אז ווען מ'עסט יא טועמי'ס זאל מען עסן נאר אזעלכע זאכן וואס שלעפט נישט אראפ דעם מענטש צו מאכן מיד, די מציאות איז אז סטארטש שלעפט אראפ דעם מענטש (מיר וועלן רעדן פון דעם שפעטער) דעריבער איז קוגל מיט פערפל נישט קיין מסוגל'דיגע מאכל פאר טועמי', דאס בעסטע וואלט געוועהן א שטיקל פיש, אדער א טעלער זופ און פלייש, ס'מאכט זאט, און ס'שלעפט נישט אראפ דעם מענטש צו א מידעקייט,
הגה: וכן אני נוהג.

כדי א טאטע זאל שפירן א טעם אין שבת, קען מען טון קלייניקייטן וואס דאס מאכט א מענשט זאל פילן ער האט א שייכות צום שבת, ס'איז דא זייער אסאך מענטשן וואס שפירן אז דער שבת רעדט נישט צו זיי, זיי שפירן אז ס'איז עפעס נישט מער ווי סתם א וואכן טאג, טייערע חבירים מ'קען שפירן קדושת שבת מיט ממש קלייניקייטן,

א) ווען א מענטש איז מחליט און מקבל אויף זיך צוויי דריי זאכן וואס דאס זאל ווערן זיין אויפגאבע יעדן ערב שבת חק ולא יעבור ביהרג ואל יעבור, וועט ער שוין גלייך שפירן א חילוק, למשל אז מ'איז זיך מקבל יעדן ערב שבת צו מאכן אליין דעם בעט, מסדר זיין די לייט'ס אין הויז, אדער אנגרייטן דעם שבת'דיגן טישטוך וכדומה, זיינע מלאכות מוז אבער זיין די אייגענע פעולה וואס מ'טוט אליין יעדע וואך אן א אויסנאם נישט דורך שלוחים, פונקט ווי א מענטש פילט ווען ער האט עפעס געטון פאר יענעם אז האט ער דורך דעם צו יענעם א קשר, די זעלבע איז ווען מ'טוט אליין עפעס פארן שבת שפירט מען שוין גלייך א קשר מיטן שבת, (ס'איז נישט מדריגות מיר רעדן פון זאכן וואס ברענגט פשוט א לייכטע קשר און א שייכות צום שבת)

ב) "לכבוד שבת קודש", ווען מ'גייט אין גראסערי און מ'פאקט אן דעם וועגעלע מכל טוב, און מ'געט א טראכט אפי' נאר פאר איין סקונדע "לכבוד שבת קודש" שפירט מען גלייך א קשר צום שבת, דער חזון איש האט געזאגט באחרית ימיו אז ער בענקט זיך צוריק צו די צייטן ווען ער האט געקענט אליין גיין איינקויפן לכבוד שבת נישט אזויווי היינט ווען ס'ווערט געטון דורך די שטוב מענטשן, גייסט אריין אין בעקעריי קלויבסט דיר אויס א גלאנציגע שטאקיגע (ראפאגאש) חלה, טראכט ביי דיר ווען דו לייגסט עס אריין אין בעג "לכבוד שבת", איר האט נישט קיין השגה וויפיל אזא קליינע מחשבה'לע ברענגט אריין א שייכות און א קשר מיט א געפיל צום שבת.

פאר די יונגעלייט וואס האבן ליב צו פאטשעקענען אין קאך ביי די טעפ צו צולייגן טעם און צוגעהערן צו מאכלי שבת איז אויך גולטיג די זעלבע זאך, אמת די כוונה איז אז די מאכל זאל זיין גוט און געשמאק, אבער ווען דו גיסט אריין די תבלין צו דעם פעפער טראכט א רגע די איינע ווארט "לכבוד שבת".... מיט אזא קליינע כוונה באקומט מען א היפשע קשר און א געפיל צום שבת, און נאכדעם וועט שוין דער סעודת שבת זיין נאנטער צו דיין הארץ, אז מ'ווערט א שטיקל מחותן מיטן שבת וועט דער סעודה שוין נישט זיין קיין פלעינע וואכעדיגע סאפער, מ'מוז נישט זיין קיין קאזניצער מגיד צו שפירן א טעם אין שבת, יעדע פשוט'ע איד קען שפירן אפי' א קליינע חילוק פון שבת ביז דערוואכן, דורך די אויבנדערמאנטע און אזעלכע ענדליכע פעולות, טעמו וראו כי טוב,

דאס איז די הקדמה צו זיין "א טאטע ביים שבת טיש", ווייל אן האבן ביי זיך דעם חילוק פון שבת ביז דערוואכן ביסטו סתם "א טאטע ביים טיש", דאס ווארט "שבת" קענסטו ארויס נעמען...

ווען מ'רעדט פון זיין א טאטע ביים שבת איז איז באמת שווער צו געבן כלליות'דיגע כללים פארן יעדן טאטן באזונדער, ווייל יעדנס קינדער זענען אנדערשט, (זיי געראטן דאך אין איינעם... ניין?) איינעמס קינדער זענען רואיגע און געלאסענע, ווידער א צווייטנס קינדער זענען ווילדע און נישט איינזיצעדיג, דעריבער איז באמת נישט שייך צו עצה'נען דעם ווילדן שטוב די זעלבע ווי דער געלאסענע שטוב, אונז וועל מיר פראבירן אראפ צו שטעלן בלויז אזעלכע יסודות וואס זענען שוה לכל נפש.

אסאך טאטע'ס (ווי אויך מאמע'ס) האבן א פרעשור פון די שבת טיש, ווייל זיי שפירן אז דער טיש ארבעט זיך נישט אויס ווי זיי ווילן, זיי זענען געוואוינט פון זייער יוגנט עכ"פ אזוי זעהט ער אויף די אלע געמאלענע בילדער פון די קינדער ביכלעך און פון די בילדער וואס די קינדער ברענגען אהיים פון חדר וואס מאלן אראפ א שבת טיש ווי אלע קינדער זיצן שיין ביין טיש, און דער טאטע אויבן אן, און אלע מאכלים זענען מסודר אויפן טיש, ביז דערוויל זעהט ער ביי זיך אז זיין שבת טיש איז עפעס נישט אזוי ווי די בילדער, די קינדער לויפן אים ארום, דער טיש איז נישט מסודר, ס'גיסט זיך, ס'דרייט זיך, אז ער וויל זאגן א תורה זענען אים די קינדער נישט אינטרעסירט, ווערן מאנכע טאטע'ס צובראכן דערפון הלמאי וואס איז מיין פראבלעם, פארוואס זעהט נישט אויס מיין שבת טיש ווי דער פיקטשער?,

טייערע טאטע'ס! מ'דארף נישט זיין געקלאפט, די קינדער וועלן ווערן אביסל עלטער זעצן זיי זיך אראפ און ווערן אביסל געלאסענער אלעס קען זיין מסודר, אבער אן א פרעשור, ווייל אז נישט וועלן זיי געדענקען די שבת טישן פאר א פרעשור'דיגע מצב,
ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז א טיש דארף זיין וויאזוי דו האסט דיך מצייר געוועהן, א שבת טיש דארף זיין א געשמאקע אנגענעמע סביבה פאר די טאטע, מאמע, און אלע קינדער אין יעדן עלטער צוגלייך, אמאל איז עס דורך זמירות, דורך דברי תורה, דורך מעשיות, דורך משלים, אדער דורך סתם שמועסן, אפי' שמוסערייען פון הבלים, (ווי מיר וועלן דאס מבאר זיין במשך דעם ארטיקל)

צום איבערקער פון א שבת טיש וואלט איך געזאגט א מאדנע זאך, (איך האף אז די ווייבער ליינען נישט די ארטיקל) א פלעסטיק קאפ מיט א פלעסטיק טעלער אויף א פלעסטיק טישטוך גיסט זיך...., ווידער א גלאזענע טעלער מיט א גלאזענע גלעזל אויף א סחורה'נע טישטוך גיסט זיך נישט.... (חוץ אז דו שטפסט עס אראפ בידים אבער ס'איז לכתחילה נישט אויסגעשטעלט צום אויסגיס) מיין ראט וואלט געוועהן מ'זאל די נארישע פלעסטיק טישטוכער אוועק לייגן, און ניצן גלאזענע כלים צום עסן אויף א סחורה'נע טישטוך, וועט די גאנצע טיש באקומען א נייע צורה....

זמירות שלו עליכם, אשת חיל, אזמר בשבחין, זינגט דאך יעדער וויאזוי זיין טאטע האט געטון, מיט זייערע מנהגים, דאך דארף זיין ראל'ס און געזעצן אין שטוב, אז דו באשטומסט אז דיינע יונגלעך פון כתה ה' און העכער מוזן מיטזינגען דארף דאס זיין א חוב, אבער נישט מיט פרעשור, דער טאטע זאל זינגען גענוג שטארק אז דער קינד זאל ווערן מיטגעשלעפט, איי דו קענסט נישט זינגען, נישט געמאכט, שרייען אגאנצע וואך אויפן גוי קענסט דאך יא?, דאן שריי אויך די זמירות, א טאן ארויף א טאן אראפ נישט קיין חילוק, מאך א גרודער....

קידוש, איז דער קלימאקס פון א קינד'ס קינדער יארן, יעדעס קינד געדענקט אלע זיינע שפעטער יארן זיין טאטנ'ס קידוש, פשוט ווייל ביי קידוש האט מען אים אויסגעלערנט נאך פון קליינערהייט אז מ'דארף זיין שטיל און אויסהערן דעם טאטנ'ס קידוש, קומט אויס אז דער זמן פון קידוש איז א זמן וואס ער איז שטיל, אויב דער טאטע מאכט א דראמאטישע קידוש גייט דאס אריין אין זיינע ביינער, כאפ נישט אפ דעם קידוש (אפי' ביסט זייער הונגעריג) צו אויס די ווערטער אוי זכרון למעעעעעעשה בראאאאאאשית (האב אינזיון וואס שטייט פון אריה"ק אז דאס איז א בקשה אויף א זכרון, יא זכרון איז א וויכטיגע זאך) ברוך אתה השם אוי! מקדיייייייייש הַהַהַהַהַשַשַשַשַשַבָּבָּאאָאָאָאָההתתתת......

בכלל איז א שטארקע ענין צו מאכן קידוש אויף וויין, אסאך פוסקים האלטן אז אונזערע גרעיפ דשוס איז געהעריג מבושל מילא איז דא מיט דעם א פראלבעם מיט קידוש (עכ"פ א הידור מצוה זיכער נישט), די איינע גלעזל וויין שאדט זיכער נישט, ס'איז דא היינט פיל לייכטע וויינען מיט נידריגע פראצענט אלקעהאל מ'קען זיך קלויבן א גוטן וויין וואס אויף דעם זאל מען קידוש מאכן, ס'איז גוט פאר חינוך אז קינדער זעהן ווי דער טאטע מאכט קידוש אויף וויין (וואס נאר דער טאטע טרינקט און נישט זיי ווייל זיי טרינקען נאר גרעיפ דשוס) ס'איז עפעס אזא חשובות וואס קינדער קוקן ארויף, גייי ברענג פון פרידידשער טאטי'ס וויין...
(פונקט היינט אנה לידי, איך האב געטראפן אין ס' ילקוט סופר א מדרש, ששה דברים העושה אותן אוכל פירותיהם בעולם הזה והקרן קימת לו לעוה"ב די מד' זאגט איינס פון די זאכן זענען "מקדש על היין בערבי שבתות".... קרן קימת בעוה"ז - ווי שלעכט קען שוין זיין א כוס וויין, אבער והקרן קימת לעוה"ב, דאכט זיך ס'לוינט...)

איך ווייס נישט פארוואס אבער אגאנצע וואך ווען איך וואש מיך די הענט נט"י לייג איך נישט די האנטוך אויף די פלייצע, אבער שבת עפעס אזוי האט איך מיר איינגעפירט מבית אבא אז איך לייג א האנטוך אויף די פלייצע ביים וואשן זיך, כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז אזא הנהגה איז עושה רושם אויף די קינדער, איך האב עס הערשט באמערקט ווען איך האב געזעהן אפאר יאר צוריק מיין קליינע 3 יעריגע שלעפט זיך דעם האנטוך אויף די פלייצע און שטופט א בענקל צום סינק זיך צו וואשן פונקט ווי אלע גרויסע, דערנאך האב איך שוין באמערקט ווי אלע גרעסערע זכרים אין די רייע שלעפן זיך אלע האנטוכער אויף די פלייצע אן מאכן דערפון א תורה שלימה, כ'האב הנאה געהאט...., ס'איז גוט, אז ס'טוט זיך, ס'לעבט זיך, ווייל יעדע זאך וואס לעבט זיך און דרייט זיך אין א אידישע שטוב איז גוט פאר חינוך.

מיט די נאסע הענט אין די הייעך שרייט מען הויעך (כאטש אגאנצע וואך זאגט מען שטיל, לכל הפחות שבת זאל מען זיין א חסיד) אשר קדשנו במצותיו וצונו עעעהההההל נטילת ידיייייםם......, נא נא אהא..... נו עה....., מ'וויזט מ'דרייט אהער און אהין, מ'ווינקט מיט די פינגער מ'זאל ברענגען דעם שבת קודש מעסער, אזוי אז ס'זאל זיך פארמערן די נא נא'ס ווי מער, (איך לאך.... ווייל לעצטנס ווען איך וואש מיר פרייטאג צונאכט'ס רופט זיך אן מיין 2 יעריגע קוים וואס ער רעדט נא! נא!, ער ווייסט שוין אויך וואס קומט.....) מיינסט אומזיסט זאגט די וועלט נא מאך המוציא?!

מ'שניידט אויף דעם חלה (כמנהג האר"י פאר זיך און די פרוי צוזאמען) דא דארף מען מגלה זיין א סוד, פאר די אלע וואס האבן גרעסערע שטובער און דארפן צומאל מאכן סיי וועלכע הכרזה, אז די בעסטע צייט איז יעצט...., יעדער האט זיך געוואשן מ'ווארט דער טאטע זאל זיי שניידן מוציא'ס און מ'קען נישט אויסרעדן אידאך שטיל...., יעצט קען דער טאטע וואס האט שוין טועם געועהן פונעם מוציא מכריז זיין וואס ער וויל, צו ר"ה ביינאכט אז ער וויל אז יעדער זאל הערן מארגן איז תקיעות שופר 12:30 פונקטליך.... צו סיי וועלכע מעסעדש וואס דער טאטע וויל אז אלע קינדער זאלן הערן אן א אויסנאם קען מען יעצט זאגן, יעצט איז שטיל, יעצט רעדט נישט קיינער אויס, רעד און רוף אויס דיינע ווערטער.
(איינער זאגט מיר אז דער לאנג יעריגע מנהל בית רחל ר' בנימין הערש פלעגט טאקע זאגן די דרשות פאר די מיידלעך צווישן גאל ישראל אין די שמו"ע ווען די מיידלעך קענען נישט רעדן און יעדער איז שטיל אויסצוהערן וואס ער זאגט.... אויב ס'איז אמת, איז עס א בייפאל....)

מ'עסט א כזית חלה לכבוד שבת קודש במשנה לחם וקידוש רבה, דא ווילן מיר מדגיש זיין א הדגשה, איינער האט זיך אפגערעדט אין דעם דערנעבנדע אשכול אז ער ווייסט נישט פארוואס? ווען ער וויל אזוי שטארק פארברענגען ביי די סעודה מיט די קינדער אבער נאך די זופ פאלט ער אריין אין טעללער א מידער,
אהובי ידידי איך האב א עצה פאר אייך און פאר אסאך אנדערע, די פאקט איז אז דער סיסטעם פון אונזערע שבת מאכלים האבן זיך אביסל געטוישט, ס'איז געווארן לעצטנס א גרויסע הרחבה פון כל מיני דיפס, עד כדי כך אז די פיש סוחרים צייגן אן אז דער עולם קויפט ווייניגער פיש ווי אמאל, (אפשר נעמט מען זיך צום פיש סוחר'ס טאג ביך?....) דער מציאות איז א צו עסן אט די אלע דיפס ניצט מען היפש אסאך חלה, מ'עסט אסאך מער חלה ווי מ'עסט ברויט ביי א געווענדליכע סעודה אינמיטן די וואך, חלה איז א זאך וואס שלעפט מורא'דיג אראפ א מענטש,
לאמיר דאס מסביר זיין לאגיש, (נישט מיט הערשל מייזליש'נס הסבירים וועגן קארב'ס מיט סטארטש) א דאקטער האט מיר אמאל געזאגט ווען ער מיר געוואלט מסביר זיין די חילוק פון האלוויט מיט ווייס ברויט, נעם ביידע ברויטן און לייג עס אריין אין סינק וואס געשעהט, די ווייסע ווערט נאס און ס'ווערט קלעבעדיג און טייגיק, ווידער די האלוויט ווערט צוברעקלט, די זעלבע זאך דארף מען זיך פארשטעלן געשעט אינעווייניג אין קערפער ווען ס'קומט אריין ווייס ברויט ווערט עס נאס און טייגיק ממילא ווערט שווערער פארן גוף דאס מסדר צו זיין, און דער מענטשליכע סיסטעם ארבעט איבערמידלעך דאס צו פארדייען, און אז דער סיסטעם ארבעט שווער ווערט מען שטארק מיד און אראפגעשלעפט.

קומט אויס אז די פיר פינף סלייסעס חלה וואס מ'טינקט ארום די קאלירפולע טעלער'ס דאס שלעפט אראפ דעם מענטש פאר די נאכט, מיר וואלטן געראטן פאר די וואס ווילן זיין געטרייע טאטעס ביים שבת טיש צו עסן ווי ווייניגער חלה, טינק חלה מיט פיש זאפט (עי' מערכת אידישע תאוות) אפאר טינקעס און פארטיג, מ'מוז נישט אויסטריקענען דעם גאנצן זאפט מיט די חלה, גלייבט מיר ס'איז פיל באקוועמער און רואיגער מיט ווייניג חלה בדוק ומנוסה, אויב זעהט מען אז מ'קען זיך ממש נישט איינהאלטן פון טינקען אין די דיפס, זאל מען זעהן אז די פיש זאל זיין גרייט פאר קידוש, ווייל געווענדליך טינקט מען נאר ווילאנג די פיש איז נישטא, איינמאל מ'עסט שוין פיש לאזט מען אפ די געטינקעריי.

געווענדליך אין יעדע אידישע שטוב איז דא קינדער פון אלע עלטער'ס, קליינע, גרעסערע און גאנץ גרויסע, א עצה טובה צו צוטיילן די עטענשאן אין אפאר חלקים, דהיינו נאך די פיש צו אפי' אינמיטן די פיש (געווענדליך ענדיגט דער טאטע עסן בעפאר די אנדערע ווארום ער באקומט דאך די ערשטע) מאכן א שטיקל הפסקה און אפיר נעמען די גאנץ קליינע מיט זייערע שאלות, וועלכע סדרה גייט די וואך?........ וישב, וואס געווענדליך ענדיגט זיך דער צעטל מיט א ניגון, קען מען זינגען דעם ניגון מיט די גאנצע משפחה און ס'איז פרייליך.

מנהג ישראל איז צו זינגען זמירות צווישן דאס עסן, א זמר א מאכל א זמר א מאכל, ביי צדיקים האט מען קודם געגעסן און נאכדעם געזינגען ווייל עסן אליין איז געוועהן ביי זיי אן עבודה, (דיע וואס מאכן נאך צדיקים און עסן קודם און זינגען נאכדעם זאלן ביטע נאכמאכן אויך זייערע תעניתים משבת לשבת) צדיקים פלעגן זאגן אז דאס האט מען ספעציעל אזוי קובע געוועהן א זמר א מאכל א זמר א מאכל כדי די גאנצע עסן זאל באקומען א שבת'דיגן טעם און מ'זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט און אריין געטון אין ס'עסן,

האלט מיר יעצט נאך די פיש, נאכן פארהערן דעם קליינעם מיט זיין שאלה צעטל, מוז מען דאך זינגען א זמר, כדי ס'זאל זיין א זמר א מאכל, קען מען דא זינגען כל מקדש, בדיעבד קען מען יוצא זיין מיטן ניגון פונעם קליינעם'ס שאלה צעטל.....

אריין מיט די זופ, לעצטנס האב איך מחדש געוועהן אזא חידוש, (ס'באלאנגט באמת נישטא נאר ווי דען זאל איך עס שרייבן) ס'איז דא אזא קבלה פונעם שינאווא רב (כך שמעתי פון ר' יענקעלע מפשעווארסק) אז ווען מ'עסט די זופ זאל מען עסן צוזאמען די זוף מיט די באנדלעך מיט א שטיקל חלה ווייל דאס מאכט א צירוף פונעם שם יב"ק וואס איז ר"ת 'יועך 'בעבעלעך 'קויליטש, לעצטנס ווארפט מען מיר אריין אין טעללער קניידלעך, האב איך געטראכט אז דער שם ווערט בשלימות ממש אין טעללער 'יועך 'בעבעלעך 'קניידל...., ודפח"ח.

נאך די זופ קען מען מאכן נאך א שטיקל הפסקה בעפאר די פלייש, די פאקט איז אז ס'איז שוין כמעט נישטא קיין פלאץ פארן פלייש, וואס דאס איז אויך א שטיקל המשכה פון די דיפס, מי אתם מחליף במי, מ'האט אלץ געוויסט און אזוי ליינט מען אפי' אין די מעשה ביכער אז אידן האבן זיך ממש פארשקלאפט אגאנצע וואך כדי צו האבן אויף שבת א שטיקל פלייש, מעג מען היינטיגע צייטן אזוי מזלזל זיין אין פלייש לכבוד שבת אלץ א תוצאה פון אפאר צוריבענע געפעפערטע מרקחת'ן?....
אבער אויב מ'מאכט א שטיקל הפסקה בעפאר די פלייש קען יא געמאלט זיין אז מ'קען נאך אריין שטופן א שטיקל פלייש ענדערשט ווי פלייש גלייך נאך די זופ, יעצט ביי הפסקה ב' קען מען אויסהערן דעם כתה ב' ג' – ה' ח' יונגל זיין תורה לכבוד שבת, ווי אויך קען דער טאטע צולייגן א קוועטש און א קנייטש, יעצט איז די צייט פאר די ביסל גרעסערע ווייל די קליינע זענען שוין יעצט נישט ביים טיש....

בכלל איז א גוטע זאך ווען יעדעס קינד ווייסט ווען זיין צייט איז, משה'לע ווייסט אז צו אים רעדט מען נאך די פיש, יענקי ווייסט אז צו אים רעדט מען נאך כל מקדש, בערי ווייסט אז צו אים רעדט מען נאך די פלייש, און דער בחור ווייסט אז צו אים רעדט מען פארן בענטשן פאר שיר המעלות, קינדער האבן זייער שטארק ליב א סיסטעם ווען אלעס גיייט ווי א זייגער, ס'מאכט א שטארקע חילוק ווען א קינד ווייסט אז יענע אין יענע מינוטין זענען מיינע ומיוחד פאר מיר, אט דעם כלל זאגן שוין חז"ל כל קבוע כמחצה על מחצה, דהיינו אז ס'איז דא א קבועות מיינט דאס אסאך מער ווי ס'איז טאקע.

דאס אזא טאטע דארף זיין גרייט צום שבת טיש איז לית מאן דפליג, די שאלה איז נאר וואס, יעדע טאטע דארף קענען זיינע קינדער וואס זיי האבן ליב און צו דים דארף ער זיך צוגרייטן, ס'איז דא קינדער וואס האבן ליב משלים, ס'איז דא קינדער וואס האבן ליב ווערטלעך, ס'איז דא קינדער וואס האבן אפי' ליב גימטריאות און רמזים, ס'איז היינט דא א אויסוואל פון אלע מיני ספרים מ'קען טרעפן וואס מ'זיכט, ווי אויך איז דא א אוצר מיט גלינונות (אז די האסט עקסעס צו דעם ארטיקל האסט זיכער עסקעס צו די וועכנטילכע גליונות...) ווי יעדע גליון אויף זיין שטייגער האט חידושים,
די מעשה איז נאר אז נישט אייביג מוז מען זאגן, ס'איז דא עלטערן וואס מיינען אז מ'מוז זאגן תורה, ווייל ער הערט פון אלע חינוך דרשות וואס רעדן פון די שבת טישן וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער, און דער טאטע וויל נעבאך אריין לייגן מטיב כוחו ואונו, און צומאל איז דער זמן אדער דאס קינד נישט מוכשר פאר זיין דברי תורה, ער פראבירט אריין צו צווינגען זיין תורה און דאס האט א פארקערטע אפעקט,
(כ'האב אמאל געהערט פון ר' אפרים וואקסמאן א מאמר "קינדער הערן אלעס און זעהן אלעס, כמעט די איינציגסטע זאך וואס זיי הערן נישט איז וואס מ'רעדט צו זיי".......)
ווילסט אריין לייגן אין דיין קינד?, דיין אייגענע ערליכע גוטע התנהגות אין סיי וועלכע מצב וועט סאך מער עושה רושם זיין אויפן קינד ווי אריין קוועטשט שיינע חת"ס ביים שבת טיש אין א מצב וואס איז ניגוד צו זיין געדולד.

וואס יא, א שיינע מעשה, אדער א שיינע ניגון איז אייביג גאנגבאר, מ'דארף נישט זוכן קיין נייע מעשיות, קליינע קינדער האבן ליב צו הערן אפי' אלטע מעשיות, מיינע קינדער בעטן מיר אייביג טאטי! צייל מיר די מעשה פון די שיסל וואסער....,
חוץ די גרעסער קינדער זיי האבן יא ליב נייע מעשיות, ס'איז דא א סעריע מעשה ביכער וואס הייסט "סיפור לשבת" דאס האט געשריבן יאיר וויינשטאק, עס האלט שוין ביי חלק ז', דארט איז דא זעלטענע אויסוואל פון גוטע אינטרעסאנטע מעשיות באגלייט מיט מינערוויכטיגע פאקטן וואס קען זיין גאר אינטרעסאנט פאר קינדער (צו ליינען סיפור לשבת מוז מען קענען ליינען אביסל העבראיש'ע ווערטער אויך) לעצטנס האט מען איבער געזעצט עטליכע חלקים אויף אידיש מיטן נאמען "בליענדע בלעטער".

אסאך טאטעס ניצן אויס אפאר מינוט פון טיש צו לערנען הל' שבת, זייער א גוטע מנהג, ווייל הלכות איז א דבר השוה לכל נפש, תורות אדער מעשיות איז שווער אראפ צו לייגן מיט די זעלבע שפראך פאר אלע מיני עידשעס, נישט אלעס וואס איז גוט און אינטרעסאנט פאר קליינע איז גוט פארן בר מצוה בחור, ווידער הלכות איז א זאך וואס יעדער דארף און קען וויסן, מ'קען נעמען דעם ס' בית נאמן בישרא' אויף שבת, ס'האט א לייכטע שפראך און מ'קען אפי' פארלערנען פון אינעווייניג, ס'איז הערליך מסודר, אין איין וועגס איז מען מקיים דעם כל השונה הלכות, ווי אויך די גמ' (סוף מגילה) וידבר משה וכו' וכו'.

ווי האלט מען נאר? אה פאר די פלייש, נו א זמר האט מען שוין געזינגען?, וואס קומט יעצט?, מנוחה ושמחה, (כל מקדש האמיר שוין געזינגען פריער, אז נישט לאמיר זינגען יעצט כל מקדש) מ'ברענגט אריין די פלייש מיט די זייטיגע צוגעהערן יעדע איד לויט זיין מנהג, נאך די פלייש, קען מען טיילן גוטע זאכן פאר די קינדער וואס האבן שיין מיטגעזינגען און שיין געזאגט תורה, און רבותי מיר וועלן בענטשן...., נאכן בענטשן קען מען ווידער טיילן גוטע זאכן פאר די קינדער וואס האבן שיין געבענטשט.

א טאטע וואס האט שוין בחורים אין שטוב האט מיר אמאל געפרעגט צו איך האב א עצה פאר אים, היות ער האט שוין בחורים, בדרך כלל די זאכן וואס ער וויל רעדן ביים טיש פאר די קלענער קינדער זענען נישט געמאכט פאר זיי ווייל ער רעדט צו די מער קליינערע קינדער אדער צו די טעכטער, און ער שפירט אז זיי האבן נישט קיין געדולד צום טיש, וואס זאל ער טון?, מיין תשובה איז, ער זאל נאכן בענטשן מאכן א שטיקל באטע פאר די גרויסע יונגלעך און בחורים, מ'געבט פירות מיט ניסלעך און אפי' נאש, און מ'זינגט מ'קען אפי' שמועסן הבלים, דער עיקר איז אז דער אטמאספערע זאל זיין איינגענעם.

ביים ענדיגן שרייבן דעם ארטיקל האב איך באמערט אז אונזער קאלעגע הרב "זיס" האט געשריבן אפאר ווערטער אין זיין אשכול "וויאזוי פירט איר דעם שבת טיש?", וואס ער איז באמת דער מחדש פון שרייבן אין די טעמע, לאמיר ציטירן וואס ער שרייבט כדי צו הערן א שנעלע סך הכל.

הרב זיס שרייבט:
אויב זענען דיינע קינדער קליין, דארפסטו זיך נישט זארגן כי כך דרכה של עולם, עס איז כמעט אוממעגליך צו מאכן א שיינע שבת'דיגע סעודה מיט די קליינטשיגע ארום זיך, האב געדולד ביז זיי וועלן עלטער ווערן און זיי וועלן מיטהאלטן א שיינע שבת'דיגע סעודה, דערווייל פיר עס ווי אזוי עס קומט דיר אויס און מאך נישט קיין עסק דערפון; וואס יא, איך קען דיר געבן עטליכע קליינע עצות:
א) פרייטאג צונאכטס, זעה אז דיינע קליינע (ביז די זעקס יאר) זאלן שלאפן, ווינטער קען מען עס נישט באווייזן, אבער עכ"פ זומער זאלן זיי שלאפן און עס די סעודה צוזאמען מיט דיינע בני-בית רואיגערהייט; ווידער בייטאג אדער אפילו ביינאכט ווען עס איז נישט פאראן די מעגליכקייט אז די קינדער זאלן שלאפן, דאן מאך א שנעלע סעודה... זינג נישט קיין לאנגע ניגונים, זאג א קורץ ווארט, עס אפ און גיי ווייטער, די קינדער דארפן נישט האבן דעם רושם אז א שבת טיש קומט מיט אן איבערקערעניש, מאך עס שנעל און אזוי וועלן עס די קינדער נישט אזוי אויפכאפן... ווען זיי וועלן ווערן עלטער וועסטו אוטומאטיש פירן לאנגע שיינע שבת'דיגע טישן.אויב אבער זענען דיינע קינדער שוין יא עלטער, און אפילו הכי קוקט אזוי אויס ביי דיר די שבת'דיגע סעודות, איז דאס לכאורה א דירעקטע תוצאה פון דאס וואס דו שטרעבסט צו פירן שיינע סעודות און דו צווינגסט עס ארויף באופן מסויימת אויף דיין פאמיליע. דאס הייסט אז דיין פלאן איז צו זינגען שיין און אז די משפחה זאל זיך צושטעלן וכו'... איך קען זיך פארשטעלן אז ווען דו זינגסט א שיין שטיקל און דיין דריי יעריג'ס שרייט "מאמי, רוק אריין מיין בענקל", ווערסטו אנגעצויגן אויפן גאנצן ארום און דו קענסט עס נישט פארנעמען, ווייל דו פראבירסט צו האבן א שיינע שבת'דיגע סעודה, און דא צושטערט ער דיינע פלענער...די עצה דערצו איז, נישט צו שטרעבן אויף גארנישט... זיי נאטראל... אויב דו זעסט פונקט די מצב אז מען קען זינגען, דאס הייסט אז "דו" ביזט אין דעם מצב רוח אז עס וויל זיך אליין זינגען (לאפוקי אז ס'איז דיר פונקט איינגעפאלן ביי קבלת שבת אז דעם ניגון וועל איך אראפלייגן היינט ביי די סעודה), און דו זעסט אז דער רוח אין שטוב לאזט צו אז מען זאל זינגען, דאן זינג כיד ה' הטובה עליך, ווידער אויב ס'קומט אריין א שיין ווארט וואס די קינדער וועלן הנאה האבן, לייג עס אראפ בטוב טעם ודעת און מיט א געשמאק, אבער אויב ביזטו פונקט נישט אין די מאד צו זינגען, ביזט צו באבלאזן, אדער די קינדער שפרינגען ארום און דו זעסט אז דו קענסט נישט, דאן עס אפ און גיי ווייטער...כללו של דבר: א שבת'דיגע סעודה טאר מען נישט פלאנען... עס דארף קומען פון זיך אליין, און עס מוז נישט אלעמאל זיין די זעלבע... אמאל מאכט זיך א שיינע סעודה פול מיט שירות ותשבחות למלך קל חי וקים, און אמאל איז די גאנצע סעודה א שיינע מעשה פאר די קינדער מיט א מוסר השכל, און אמאל איז עס גארנישט... דער עיקר איז אז עס איז נישט געפלאנט...איין זאך קען איך דיר מבטיח זיין, אז ווען דו וועסט נישט פלאנען דיין סעודה און דו וועסט זיך לאזן פירן פונעם מצב ארום, וועסטו זען אז דיינע שבת'דיגע סעודות וועלן באקומען א הערליכן גלאנץ וואס דו קענסט זיך נישט פארשטעלן...

עד כאן דברי הרב זיס:

ברוך שכוונתי, דאס איז א קיצור וואס איך שרייב בארוכות......,

שבת בייטאג
ביז איצט האבן מיר בלויז גערעדט פון פרייטאג צונאכטס, שבת בייטאג איז די מעשה גאר אנדערשט, איך זעה אז זייער אסאך מענטשן שפירן אז שבת בייטאג קען מען זיך מער צוברייטערן ווי פרייטאג צונאכט, מענטשן שפירן עפעס אז פרייטאג צונאכטס איז צו א היייליגע טיש צו רעדן נארישקייטן מיט די קינדער, ממילא האלט מען זיך צוריק צו שמועסן צופיל מיט די קינדער, און ווען א קינד זאגט עפעס א איבריג ווארט קוקט מען שטרענג נו!!! שבת ביים טיש????....
ווידער שבת בייטאג פילט מען זיך פריי און באקוועם צו רעדן כל הבא ליד ולפה.

פארוואס איז דאס אזוי?, די פשוט'ע סברא איז ווייל פרייטאג צונאכטס איז דא טישן פון רבי'ס, און דאס איז גורם אז מ'שפירט אז די ליל שבת טישן זענען הייליגע זמנים, ווידער שבת בייטאג איז נישט אויסגעשטעלט צו רבי'שע טישן שפירט זיך עס ווי א מער פשוט'ע טיש, וואס באמת אליבא חז"ל ופוסקים טראגט די בייטאג סעודה אסאך מער חשובות און ווערד, אז מ'דארף איבער לאזן דעם חשוב'ע חלק עסן פאר בייטאג וכדומה.

לדעתי איז דאס נאר א געפיל אן קיין יסוד, דעריבער אויב א מענטש פילט זיך באקוועם שבת בייטאג צו רעדן סיי וואס, מעג ער זיך פילן פונקט אזוי באקוועם פרייטאג צונאכטס צו רעדן און שמועסן מיט זיינע קינדער סיי וועלכע טעמע, פרייטאג צונאכטס איז נישט הייליגער ווי בייטאג, אדער רעדט מען אייביג, אדער רעדט מען קיינמאל נישט (ח"ו רעדן מיט די קינדער דארף מען אלץ...) נישט אז מ'זאל אויסשטעלן דעם טיש לכתחילה צו רעדן הבלים, די נקודה איז אז ס'איז קיין חילוק ביינאכט צו בייטאג, איר פארשטייט?

חוץ ווען דער טאטע שפירט אז פרייטאג צונאכטס זענען אים די קינדער מיד און אויסגעמוטשעט און בייטאג נישט, האמיר דאך שוין געזאגט אויבן אז מ'דארף שלאפן פרייטאג נאכמיטאג קינד און קייט, אבער עכ"ז אז די קינדער זענען קלארער און רואיגער בייטאג, זאל מען צו זיי רעדן בייטאג און לייגן מער דגוש בייטאג.

די מאכלי שבת שאפט א שטיקל פראבלעם צווישן טאטעס אין קינדער ביי די שבת בייטאג סעודה, פרייטאג צונאכט'ס איז געווענדליך סאפער צייט, עסן די קינדער גערן די שבת מאכלים, ווידער בייטאג איז מען נישט אהער און נישט אהין, די סעודה איז בערך 12:30 ווען דאס קינד איז אויפגעשטאנען 8'ע 9'ע בערך, וואס דעמאטץ מוז מען דאך געבן עפעס צו עסן פאר די קינדער פאר פרישטאג, א קינד וואס האט געגעסן געהעריג פרישטאג קען נישט עסן 12:30 חלה, פיש, אייער, טשאלענט, קוגל, ס'גייט נישט בשום אופן, ס'איז דא טאטעס וואס האלטן פאר א חוב קדוש מחנך צו זיין די קינדער צו מאכלי שבת, און שבת צופרי מאכן זיי דאס מיט א געצווינגענקייט אויף זיי, וואס ס'איז קלאר נישט גערעכט, מ'קען נישט צווינגען א קינד וואס איז שוין זאט צו עסן נאך.

וואס יא, אז מ'וויל די קינדער זאל עסן דוקא די סעודה, מוז מען אכט געבן וואס מ'גיבט זיי צופרי, זיי זאלן זיך נישט צופיל אנפאקן מיט אנדערע שווערע מאכלים נאר אביסל לייכטע מאכלים צו שטילן די הונגער און לאזן פלאץ פאר די סעודה,
נאך א עצה, מ'זאל געבן די מאכלי שבת אויף פרישטאג, מ'קען זיי געבן חלה, פיש, אייער, אפי' טשאלענט, צופרי ווען זיי זענען נאך הונגעריג און אזוי וועלן זיי ווויסן אז דאס איז די מאכלי שבת וואס א איד עסט שבת קודש, (איך קען א משפחה וואס גרייט טאקע אן צויי טשאלענט'ס איינס פאר די קינדער צופרי, און איינס פאר די גרויסע צו די סעודה)

מ'קען רעדן ביי די סעודה פון יארצייטן פון די קומענדיגע וואך אדער די געגענט פון א יארצייט, אנדערע לאזן דאס פאר מלוה מלכה, אויך א גוטע מנהג, וואס מ'וואלט געדארפט רעדן דערפון און מאכן א עקסטערע ארטיקל "א טאטע ביי מלוה מלכה", יעדע טאטע קען זיך מאכן צייט צו זיצן מיט זיינע קינדער מוצאי שבת אין די לאנגע ווינטער'ס פארציילן מעשיות, די עיקר פון די אלע זאכן איז צו מאכן א קשר, אויב די קשר איז שמועסן פון נארישע קינדער'ישע זאכן, שמועסט מיט אים זיינע טעמע'ס ווייל ביי אים איז דאס אזוי אינטרעסאנט פונקט ווי ביי דיר די גרויסע וועלטליכע נייעס.

גוט שבת