יום שני, 20 בספטמבר 2010

עפעס א צודעק האבן מיר יא – יום כיפור


אינעם קעניגליכן הויף רעש'ט זיך שוין די לעצטע פאר וואכן צווישן די שרים אין די מיניסטארן אינערהאלב דעם קעניגליכן פאלאץ, פון ווען ס'איז נאר געקומען די קאמישע מעלדונג אז דער קרוין פרינץ האט זיך אויסגעקליבן א כלה נישט מער און נישט ווייניגער א מיידל פון א פשוט'ע שטוב אן קיין שום היסטאריע און איז ווייט פון האבן עפעס שייכות מיט קעניגליכקייט, פארשטייט זיך אז ס'איז געוועהן א שטיקל בושה פאר די מאנארכיע דער גאנצער שידוך אבער די קעניגליכע הויף זעענדיג זיין אנטשלאסנקייט צו טון דוקא דעם שידוך און נישט עפעס אנדערשט האבן זיי נישט געשטעלט קיין גרויסע ווידערשטאנד, איין זאך האט די קעניגליכע הויף יא געפאדערט אז כאטש קיין בזיון זאל נישט ארויס קומען פון די גאנצע זאך, און אז די כלה זאל ערשיינען צו די חתונה ווי עס פאסט זיך פאר בני מלכים, די שווערסטע פראגע וואס איז געשטעלט געווארן צום קרוין פרינץ איז געוועהן אויב די כלה האט די אלע תכשיטים און פארמאגט די אלע צוגעפאסטע קליידער מיט וואס א כלה פון א קרוין פרינץ דארף האבן אין די טאג פון די חתונה, אבער דער קרוין פרינץ האט געזאגט מיט א פיל מויל אז יא, ער ווייסט קלאר אז זי האט מכל טוב וטוב לויט אלע פארשריפטן פון די מלוכה,

פארשטייט זיך אז די תשובה פונעם קרוין פריץ איז נאר ארויסגעקומען נאכדעם וואס דער קרוין פרינץ אליין האט זיכער געמאכט און געגעבן געלט פאר די כלה איינצוקויפן פון אלע מינים וואס עס פעלט אויס, דער קרוין פרינץ האט געהאט א רואיגן געוויסן אז אלע אירע קליידער זענען מסודר על מכונו וויסנדיג אז ער האט איר געגעבן געלט און די מעגליכקייט צו קויפן אלע זאכן און אפי' געשטאנען על המשמר אז די קליידער זאלן געקויפט ווערן, און אזוי האט זיך דערנעטערט די טאג פון די חתונה, למעשה האט מען זיך אבער געזארגט אין קעניגליכן הויף אז ס'זאל נישט אנקומען צו קיין בזיון האט מען געמאלדן דעם קרוין פרינץ אז ער זאל וויסן אז אין די נאנטע טעג וועלן אריבער גיין א אפציעלע שליחות פון קעניגליכן הויף צו די כלה אין שטוב, פשוט זיכער צו מאכן אז אלע קליידער זענען דא און אלע צורינגען זענען אויסגעפיצט כדת וכראוי,

דער בן מלך האט גוט פארשטאנען דער מצב האט ער שנעל אנגערופן די כלה און געמאלדן אז ס'גייט קומען א אינספעקציע זעהן צו אלעס איז דא, ווי אין א שאק האט זיך די כלה גענומען ארויס שטאמלען פון מויל האלבע ווערטער אז ס'איז דא נישט גוטע נייעס, קוים וואס זי האט פארציילט און ארויס געזאגט די שלעכטע בשורה אז זי איז אריין געפאלן אין שווערע חובות און זי האט געמוזט פארקויפן די צורינגען און די קליידער, דער מצב יעצט כרגע איז אז זי האט נישט גארנישט מיט וואס צו גיין צו די חתונה, ווי א דינער אינמיטן העלן טאג איז געפאלן די בשורה פאר דעם בן מלך אז דא שטייט מען שוין ממש א טאג פאר די חתונה און באלד קומט א אינספעקציע פונעם קעניגליכן הויף און די כלה איז אויסגעליידיגט מכל וכל,

ער האט זיך שנעל גענומען טראכטן פון עפעס א אויסוועג און א עצה וויאזוי מ'זעהט זיך ארויס פון דעם פלאנטער, מיטאמאל רופט ער זיך אן צו די כלה, לאמיר דיר פרעגן איין זאך, דו געדענקסט ווען די האסט איינגעקויפט די קליידער זענען די קליידער געקומען איינגעפאקט אין אזא סחורה'נע האלטער, דו האסט נאך אפשר די סחורה'נע איבערדעק פון די קעניגליכע קליידער, זאגט זי יא, איך האב נאך די אלע צודעקן ביי מיר אין שטוב, גוט, זאגט דער בן מלך, נעם שנעל די סחורה'נע האלטער (גארמען בעג'ס בלע"ז) און פאק עס אן און פיל עס אן מיט שמאטעס ס'זאל אויסזעהן ווי ס'איז באמת דא דארט אריין געלייגט די קליידער, אולי ואולי וועלן זיי גלייבן די אינספעקטארן אז אין די האלטער ליגן טאקע אריין געלייגט די קליידער און זיי וועלן זיין צופרידן מיט דעם אליין,

נאך פילע שרעקיגע מינוטין איז אדורך די איספעקציע פון די משרתי המלך און בחסדי ד' אז ס'איז טאקע אדורך גלאטוג די גאנצע אינספעקציע ווי זיי האבן איר געגלייבט אויפן ווארט אז אין די האלטער'ס ליגן טאקע אריין געפאקט די קענינגליכע קליידער, ווייל די סדר איז דאך אזוי אז סתם קליידער לייגט מען נישט אין אזעלכע האלטער'ס נאר די גאר חשוב'ע קליידער, און אז די סחורה'נע האלטער'ס זענען דא איז משמע אז אונטער דעם ליגט טאקע די געפאדערטע קליידער,
אבער מיינט נישט אז מיט דעם האט זיך דער בן מלך באנגיגט, נאר ער האט פארשטייט זיך שנעל ערלעדיגט אז מ'זאל איינקויפן די ריכטיגע קליידער אזוי אז ביי די חתונה זעלבסט זאל נישט זיין קיין בושות, און ער זאל אנקומען מיט זיין כלה כדת של מלך ובית המלוכה,

הנמשל מובן, די בת מלך די הייליגע נשמה האט זיך משדך געוועהן מיטן פראסטן גוף, דער גוף האט נישט קיין השגה וואס מיינט ג"ע, וואס מיינט רוחני, אבער דער שידוך איז געשלאסן געווארן און דער נשמה מיטן גוף ווערן באשאפן אין א פריש געבוירענע מענטש, די חתונה דארף פארקומען נאך די 120 יאר פון א מענטש ווען די נשמה קומט ארויף אויך יענע וועלט אין ברענגט מיט די אלע קליידער און תכשיטים דאס זענען זיינע מצות ומעש"ט וואס דער גוף האט געטון במשך די צייט,

אזוי לעבט זיך א מענטש זיינע יארן מיט א רואיגקייט ער ווייסט אדער ער מיינט אז זיין גוף טוט טאקע מצות ומעש"ט און ס'וועט זיין גוט, ער מיינט אז זיין באגאש איז פיל מיט תכשיטים און רוחניות'דיגע קליידער, למעשה קומט חודש אלול תשרי מ'לאזט אים מעלדן אז כביכול ופמליא דילי' גייען קומען אויף א באזיך מ'גייט כאפן א בליק וואס טוט זיך אביסל מיט דעם מענטשעלע, דער נשמה ווערט אנגעצויגן ווער ווייסט וואס וועט זיך דא אויסלאזן, ער נעמט אפיר זיין גוף'ל אין איינע פון די עשרת ימי תשובה טעג און כאפט מיט אים א שמועס'ל, זאג נאר ווי האלסטו אויף די וועלט, ס'איז דא מיט וואס צו גיין צום טיש?, עפעס תורה? עפעס מצות? די האסט ביי דיר די אלע קליידער און תכשיטים?

דער גוף זאגט כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב געהאט א שווער יאר, חובות, דער יצה"ר האט מיר פאר חובות'ט, דאס ביסל מצות וואס איך האב יא געהאט האט ער צוגענומען פון מיר כדרכו של החיצונים וואס כאפן צו די מצות וואס ווערן געטון אנע תשובה, איך שטיי יעצט כרגע בעירום ובחוסר כל, איך האב נישט גארנישט, דער נשמה וויל ממש וויינען, אוי וויי וואס וועט דא זיין ס'קומט אזא טאג ווי יום כיפור די שלוחים גייען קומען זעהן וואס טוט זיך, און געוואלד בושה תכסה פנינו וואס וועל איך טון דא?

זאגט דער נשמה גוט איך האב א עצה, ווייסט דאך אז לאחר מאה ועשרים ווען ס'קומט די חתונה איז דא אזא סחורה'נע צודעק דאס איז דער טלית מיטן קיטל וואס דאס דעקט אזוי איבער דעם גוף וואס האט מקיים געוועהן די אלע מצות, דהיינו דעי סחורות זענען דעם צודעק פאר די עכטע קליידער, כאפ שנעל דעם טלית און קיטל וויקל דיך איין אין דעם ס'וועט אויסזעהן ווי מ'שטייט שוין גרייט צו געבן דעם דין וחשבון און מ'קען שוין ברענגען די קליידער – מצות ומעש"ט וואס דער גוף האט געזאלט טון, אפשר אזוי וועט שוין זיין א שטיקל המתקה און די מלאכי מעלה וועלן דאס אדורך לאזן,

און אט אזוי מיט אזא פנים שטייען מיר כל נדרי ביינאכט, ווי דער הייליגער ישמח משה האט געזאגט אין א דרשה כל נדרי, מורי ורבותי פונקט אזוי ווי מיר שטייען איצט מיטן טלית און קיטל פונקט אזוי וועט מען שטיין פארן בי"ד של מעלה און אפגעבן דין וחשבון אויף אלע מעשים, און ס'איז צום האפן אז די הצלה פורתא וועט אדורך גיין און דער דין וועט ארויסגיין לטובה,

מיינט אבער נאך נישט אז ס'איז פארטיג ס'געשעפט, ניין, הערשט יעצט דארף מען גיין איינקויפן די מצות – קליידער, אזוי אז ווען ס'וועט קומען די חתונה אז אחר מאה ועשרים זאל נישט זיין קיין בושות, פארדעם גליך נאך יו"כ נעמט מען זיך צו די סוכה און מ'כאפט מען אריין נאך און נאך מצות, כדי צו זיין גרייט צו די חתונה הגדולה, און מ'זאל קענען אנקומען צו שמחת בית השואבה און זאגן מיט א פיל מויל אשרי ילדתינו שלא ביישה את זקנתינו, אדער כאטש אשרי זקנתינו שכפרה את ילדתינו,

האטס מיר אלע א גמר חתימה טובה אלע אידן,

ולנו בושת הפנים - כאטש איין דריי מיטן פנים

א געדאנק אויף ראש השנה
דער געריכט זאל איז פיל געפאקט מיט מענטשן מקצה אל הקצה א ריזיגע פאבליקום איז געקומען מיטהאלטן די אויסגאנג פונעם לאנג פארצויגענע קעיס וואס האט שוין עטליכע מאל געפירט צו די רעש'יגע קעפלעך פון די מידיע, עס רעדט זיך פון א קלאגע קעגן איינעם מר. קלאדין וואס די פראקורן קלאגן אים איבער א שרעקליכן מארד וואס אויסגעפירט געווארן ווען א יונגע מענטש איז אומגעברענגט געווארן אויף א א שרעקליכע אופן, די לעצטע האלב יאר זענען געברענגט געווארן פארן געריכט גאר אסאך קראנטע אינפארמאציע און היפש קלארע באווייזן אז קלאדין האט טאקע געהאט א האנט אין דעם מארד.

מר. קלאדין האט גוט פארשטאנען זיין מצב און דערפאר זייענדיג א פארמעגליכע מענטש האט ער געדינגען איינע פון די אויסגערופנסטע און טייערסטע אדוואקאטן אין לאנד מיטן נאמען מר. פייערבאול, פייערבאול האט פראבירט דאס מערסטע וואס איז מעגליך צו פארטיידיגן זיין קליענט, יעדע עדות וואס איז ערשינען אויפן סטענד איז געווארן אויסגעפרעגט מיט צומישטע פראגן דורך פייערבאול כדי צו שאפן ספיקות אין די שטארקייט פון זיין עדותשאפט, אזוי איז די לאנגע פראצעס פארצויגן געווארן צו לאנגע חדשים,

עס האלט שוין דא אז אלע באווייזן זענען שוין געברענגט געווארן צום ריכטער'ס טיש יעצט איז נאר ערווארטעט אז דער אדוואקאט פייערבאול זאל געבן זיין לעצטע רעדע צו פארטיידיגן זיין קליענט מר. קלאדין, אבער צום גרויס ווינדער פון אלע פארזאמלטע שטעלט זיך אויף פייערבאול און אנשטאט ער זאל געבן זיין ברייטע רעדע אויפצוקלערן די ריכטער אז קלאדין אין ריין פון יעדן אומשולד אדער כאטש פראבירן ממתיק צו זיין אז ער זאל נישט באשטראפט ווערן מיט אזא הארבן עונש האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט אז ער האט נארוואס באקומען א ידיעה אז ס'קומט צו פארן איינער א עדות מיט קראנטע באווייזן וואס וועט קלאר צייגן דעם אומשולד פון קלאדין, נאר לויטן חשבון וואלט ער שוין געדארפט זיין דא אין געריכט זאל ווייזט אויס אז ער האט זיך פארשפעטיגט וועלן מיר מיטן רשות פונעם ריכטער ווארטן א וויילע ביז מיין עדות וועט ערשיינען,

א שטילע שפאנונג הערשט אינעם געריכט זאל, און ווען מ'הערט נאר עפעס קראץ ביי די טיר דרייען זיך אלע קעפ האסטיג אויס צום טיר זעהן צו דער עדות קומט, אזוי לויפן אדורך א שעה צוויי שעה דריי שעה, און דער שטימונג ווערט מער און מער אנגעצויגן און יעדע וויילע ווען מ'הערט נאר עפעס ריקט זיך אין די אונטערשטע טייל פונעם געריכט זאל דרייען זיך אלע קעפ אהין צו זעהן אויב דער לאנג ערווארטעטע עדות איז נישט פארצופאל אנגעקומען, ענדליך נאך 4 שעה ווארטן ווען אלעמענס געדולד האט שוין געפלאצט האט דער ריכטער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן און אריין געגעבן א פארציע פאר פייערבאול, איך פארשטיי נישט די גאנצע שפיל דא, דו ביסט דאס דער אויסגערופענע לויער וואס שם'ט אין די גאנצע שטאט און אזוי מאכסטו משגוע דעם גאנצן סיסטעם?!!!

פייערבאול האט זיך נישט פארלוירן ווייזט אויס אז אויף דעם מאמענט האט ער געווארט, און ער הייבט אן מיט א דראמאטישע טאון, געערטע ריכטער איך האב פראבירט צו פארטיידיגן מיין קליענט במשך די גאנצע צייט פונעם פראצעס, איך האב פראבירט מיט אלע כוחות אפיר צו זיכן זיין אומשולד אבער צו זיין שלעכט מזל זענען אבער די באווייזן צו שטארק קעגן אים, דעריבער האב איך פראבירט צו גיין פון א אנדערע וועג איך האב געזאגט אז איך האב קלארע באווייז אז קלאדין איז נישט שולדיג און ס'דארף באלד אנקומען די באוויין, צו האט איר נישט געזעהן הויכגעשעצטע ריכטער ווי יעדע פאר מינוט האבן זיך אלע קעפ געדרייט צום טיר קוקנדיג פון ווי וועט קומען דער גוטע באווייז?, אויב וואלטן אלע מענטשן דא געהאלטן אז קלאדין איז 100 פראצענט שולדיג וואלט זיך קיינער נישט געדרייט צו די טיר מיט א נייגער ווארום אלע ווייסן דאך קליפ און קלאר אז קיין אנדערע מעשה איז נישטא און קלאדין איז דער רוצח ותו לא ס'איז נישט שייך צו זאגן פארקערט, דאס אז מענטשן זענען געזעסן דריי שעה און געווארט און געקוקט מיט אנגסט צו שאפן עפעס א אומשולד אויף קלאדין איז די גרעסטע ראי' אז דער גאנצער עולם דא איז מסופק אין זיין שולד און דער ציבור איז נישט 100 פראצענט זיכער אין זיין שיקזאל....

א הילכיגע קלאטשעריי האט אפגעקלינגען אין געריכט זאל פון גרויס התפעלות ווי אזא געניטע לויער ווי פייערבאול האט באוויזן צו נעמען דעם גאנצן געריכט זאל און באהערשן איבער זייער מח מטיל צו זיין א ספק אין די שטארקע קלאגע קעגן קלאדין, דער ריכטער זעלבסט איז אויך געוועהן אין א שאק אבער גלייך האט ער געזאגט אז ביז 15 מינוט קומט ער ארויס מיט זיין ענגילטיגן פסק,

דער קלאפ מיטן האמער האט אלעמען שטיל געמאכט און יעדנס אויער איז אנגעשפיצט נישט צו פארפאסן א ווארט פונעם ריכטער וואס וועט אורטיילן דעם לאנג ערווארטע פסק, צו יעדנס ווינדער האט דער ריכטער מיט קורצע שארפע ווערטער ערקלערט אז ער באשולדיגט מר. קלאדין אין ערשטע קלאסיגע מארד און זיין שטראף וועט זיין לעבנלענגליכע טורמע אונטער גאר שווערע אומשטענדן...,
די שאק איז נאך געוועהן אין די לופטן אבער דער ריכטער האט ווייטער ממשיך געוועהן, כאטש מר. פייערבאול דער אדוואקאט האט געמאכט א גוטן ארבעט מיטן אריין ברענגען א ספק אין אלעמען מיט זיין העכסט געלונגענעם שפיל וויל איך אבער עפעס מגלה זיין, במשך די גאנצע צייט פון זיין שפיל די פאר שעה וואס מ'האט כלומרשט געווארט אויף זיין נישט געברענגטע עדות ווען אלעמענס אויגן זענען כסדר געוועהן געוואנדן צום טיר, האב איך גוט באטראכט אלע פארזאמלטע און איך האב באמערקט אז אין הכי נמי יעדער האט זיך געדרייט צו די טיר האפנדיג אז עפעס א אומשולד וועט אונטער קומען, אבער מר. קלאדין אליין איז געזעסן פארשטייפט די גאנצע צייט און במשך די גאנצע 3 – 4 האט ער זיך קיינמאל נישט אויסגעדרייט צו די טיר, וואס דאס ווייזט קלאר אן אז ער אליין ווייסט אז זיין שולד איז אמת ווייל אויב וואלט ער געהאלטן אז ער איז אומשולדיג וואלט ער אויך מיטגעשלעפט מיטן נייגער צו זעהן אפשר דאך וועט אפיר קומען זיין אומשולד פון ערגעץ, אויב אזוי איז ביי מיר קלאר זיין שולד,
פאליציי! טראגטס אים תפיסה אריין!!!!!

דער נמשל פארשטייען אלע, ראש השנה ווען כל באי עולם יעברון כבני מרון, ס'קומט פאר א גרויסע געריכט אין הימל מ'איז דן יעדעס איד אויף זיינע מעשים, אלעס ווערט אפגעמאסטן און אפגעוואויגן אינעם כף מאזנים, זיצן די קטיגורים מיט די סניגורים מלאכים ושרפים ופמליא של מעלה אבער דער קיטרוג איז נעבאך זייער גרויס, מ'ברענגט נעבאך ארויף פעק און זעק פון אידישע חטאים וואס איז געטון געווארן דעם פארלאפענע יאר, רופט זיך אן א סניגור אז ער האט א גוטע לימוד זכות וואס וועט זיכער איבערדרייען אלע מקטריגים לטובה, נו אלע מלאכים שרפים ווארטן שוין אויף דעם גוטן מליץ יושר, יעדע וויילע קוקן אלע מיט גרויסע אויגן אה ווען ברענגט מען שוין די גוטע מליצה ישרה אויף כלל ישראל,

דא אליין האט דער סניגור א פתחון פה קעגן אלע מטריגים, איר זעהט דאך קלאר אז אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צו דעם מליץ טוב, אזי דאך א קלארע ראי' אז איר גלייבט אז ס'איז ערגעץ דא און ס'איז זיכער פארהאן מליצות טובות פאר אידישע קינדער, אויב אזוי ווי קען מען אזוי זיכער פארשרייבן חלילה א שלעכטע גזירה אויף אידן,

זייער פיין, אבער דאס איז נאר ווען דער בעל דין אליין דרייט זיך אויך דעם קאפ במשך די גאנצע געריכט, עכ"פ כאטש איינמאל דרייט ער דעם קאפ לתשובה, דעמאטץ קען מען אנצייגן אז דער בעל דין אליין האלט אויך אז ער איז אומשולדיג, אבער אויב די גאנצע צייט איז ער פארשטייפט ער דרייט נישט אויס דעם פנים לד'.... אוי געוואלד לך ד' הצדקה ולנו בושם הפנים מה נאמר ומה נדבר,

אזוי ווי עס ווערט דערציילט אז דער הייליגע קדושת לוי האט געזאגט סליחות האט זיך אריין געפאקט דעם קאפ אין שטענדער ביי ולנו בושת הפנים און געבליבן אזוי פאר צוויי שעה און נישט ארויס גענומען דעם קאפ מחמת בושה צו כביכול, אוי מה נענה אנן אבתרי' לאמיר כאטש האבן די איין מינוט'קעלע בושה צום באשעפער ולנו בושת הפנים נאר פאר איין רגע, וועט שוין עטוואס בעסער זיין....