יום רביעי, 30 ביוני 2010

א טאטע אין די זומער חדשים, קעמפ, קאנטרי,

א טאטע אין די זומער חדשים, קעמפ, קאנטרי, / ט.ב. שאץ מאץ

התנצלות: לכבוד דעם היימישן דשורנאל האב איך מיר גענומען אין די האנט אריין צו שרייבן וואס פריער עפעס אן ארטיקל מ'זאל נישט זאגן איך בין סתם א נאה דורש און נישט קיין נאה מקיים, אין די צייט וואס איך האב אזויפיל געבעטן מ'זאל מאכן א דשורנאל זאל איך נישט שרייבן אליין עפעס דשורנאל'דיג?, איך האב ערהאלטן פילע בקשות צו שרייבן עפעס א א טאטע ארטיקלן לכבוד'ן זומער, אבער ס'האט מיר נישט געטריבן צו שרייבן ביז היינט ווען איך האב באקומען א מעסעדש פון די הויכע פענסטער אז דשורנאל איז א ריאלעטעיט, אה אז מ'האלט שוין דא קען מען נישט שטיל בלייבן, האב איך מיר צוזאמען געקליבן און ויסעו, מ'פארט אריין אין זומער,

אמת דער זומער האט זיך שוין אנגעפאנגען און אפשר איז שוין שפעט צו שרייבן אזא ארטיקל אבער די וועלט זאגט בעסער איינמאל ווי קיינמאל, א טאטע אין זומער קען מען צוטיילן אין פיר חלקים,
1) איינוואוינער אין שטאט זומער אבער זיי האבן קינדער אין קעמפ,
2) איינוואוינער פון קאנטרי און האבן אויך קינדער אין קעמפ,
3) וואוינען אין שטאט און האבן נישט קיין קינדער אין קעמפ,
4) וואוינען אין קאנטרי און האבן נישט קיין קינדער אין קעמפ,

פאר די אלע פיר קאטעגאריעס איז דא פיל וואס צו רעדן איך וויל עס נישט צוטיילן אין פיר עקסטערע ארטיקלען איך וועל פראבירן צו שרייבן אין איין ארטיקל זאכן וואס קענען זיין נוגע פאר יעדן איינעם און במשך דעם גאנצן ארטיקל וועט זיין נקודות ווי יעדער פון די פיר וועט זיך טרעפן דאס פלאץ און ארויס נעמען זאכן וואס איז נוגע,
אבער לאמיר אנפאנגען מיט אייניגע ווערטער פאר נומבער איינס - א טאטע וואס בלייבט אין שטאט און שיקט אוועק די קינדער אין קעמפ, בלייבט ער מיט א האלבע משפחה אין שטאט, צומאל שפירן די עלטערן אז די קינדער וואס בלייבן אין שטאט ווערן באזייטיגט און האבן נישט די אלע בענעפיטן וואס די גרויסע קינדער האבן, און דעריבער פראבירט מען זיי צו מאכן העפי און צו פארגיטיגן, די כלל פון דעם איז איין זאך, קינדער דארפן נישט קיין גרויסע פרייזעס און קיין גרויסע מתנות, זיי דארף איין זאך "עטענשאן" פון א טאטע און פון א מאמע, מ'קען קויפן א טייערע געים און דער ווערד דערפון איז אסאך ווייניגער ווי א נארישע ראקער בעלאן (6 שטיק פאר א דאללאר ביי וואט עי בארגן....) וואס דער טאטע בלאזט אים אויף און שיסט עס ארויף מיטן קינד צוזאמען און מ'לויפט עס כאפן, אט די נארישע בעלאן וואס דער טאטע בלאזט מיט אים צוזאמען איז מער ווערד ווי דער טייערע געים וואס ווערט געגעבן פאר קינד מיט אזא מינע האסטו א טייערע געים גיי שפיל דיך און שטיי מיר נישט אונטער די פיס....

און דאס איז שייך אויך ביי א טאטן פון קאנטרי וואס זיינע גרויסע זענען אין קעמפ און די קליינע זענען מיט אים, און ער קומט ארויס סוף וואך מיט מתנות פאר די קינדער, די מתנה מוז נישט זיין קיין טייערע און קיין גרויסע, ס'דארף אבער זיין עפעס וואס זאל אים אינטרעסירן, יעדער קען זיין אייגן קינד, דער טאטע קען אפי' קויפן א מין פאזל אדער דומה לזה וואס דער קינד אליין קען עס נאך נישט אליין שפילן און צוזאמען שטעלן נאר מיטן הילף פונעם טאטן / מאמען, דאס איז אים אסאך אינטרעסאנטער ווען ער קען האבן די פאר מינוט וואס זיין טאטע שפילט נאר מיט אים,

מ'דארף געדענקען אז פאקטיש אין א פארנומענע שטוב מיט קינדער פון יעדע עלטער אין די רייע איז שווער צו געבן פאר יעדן באזונדער עטענשאן, אבער זומער היות ס'איז צוטיילט די גרויסע זענען אין קעמפ זיי קען מען געבן עקסטער עטענשאן (ווי מיר וועלן באלד שרייבן) און די קליינע וואס זענען דא דערנעבן קען מען געבן באזונדער עטענשאן, און מ'קען פיל אויפטון אין די זומער חדשים, א קליינע דוגמא איז אזא פראבלעם וואס מיר האבן בארירט אינעם שבת ארטיקל אז א טאטע האט א פראבלעם צו טרעפן א אייניגע שפראך פאר אלע קינדער פון יעדן עלטער ווי אויך איז באמת שווער צו טרעפן א טעמע וואס איז אייניג אינטרעסאנט פאר אלע קינדער פון יעדן עלטער, אבער זומער היות ס'איז צוטיילט די משפחה די יונגערע מיט די עלטערערע איז באמת גרינגער פארן טאטן צו פירן די שבת טישן, ער לייגט זיך אריין אין די קליינע שיך און מ'רעדט זאכן וואס איז אינטרעסאנט נאר פאר קליינע,

זיצנדיג אין שטאט אגאנץ זומער קען זיך אריין גנב'נען א געדאנק אז יעדער איז אויף וויקאציע נאר איך נישט און איך מוז דאס משלים זיין ערגעץ ווי, און דאס ברענגט צו אז שטאט'ישע מענטשן זאלן וועלן ארום לויפן אהער און אהין, די זונטאג'ס זאל ווערן א קייט פון נסיעות, און צומאל זענען די שבתים א עת רצון צו אנטלויפן אין א גלות בתוך גלות ביי עפעס א מחותן'ס א קרוב'ס האלבע שטוב אין זיין צובראכענע כאטקע אין די הרי הקאנטרי..., ראשית מ'טאר זיך נישט לאזן פארפירן פון די אלע מחשבות מ'דארף מחליט זיין אז די שטאט איז די בעסטע קאנטרי, די אלע לאוזער'ס שטופן זיך ארויס אין קאנטרי צו די פליגן און סקאנקס און מאכן אונז פריי די לופט, ס'איז מחי' די שטאט ס'איז דא פארקינג, ס'איז דא פלאץ אין שול, קיינער מוטשעט נישט און פארטיג, מ'דארף זיך דאס אזוי לאנג איינרעדן ביז מ'גלייבט אין דעם אליין....

אויב וויל מען עפעס געבן א טריעט פאר די קינדער קען מען אין סתם א גרינעם מאנטאג נאכמיטאג צוזאמען פאקן אלע בייקס אין קאר און פארן ערגעץ צו א שטילע פארק און זיך אויסבארדענען דארט, און עסן סענדוויטשעס און טרינקען דרינקס און מ'פארט אהיים, (עני וועי עסן רוב קינדער אין די קאנטרי'ס סענוויטשעס ווען די טאטעס זענען אין שטאט.... איך זעה עס בחוש די רוח פון די נשים אין קאנטרי איז אראפ צו ווארפן פון זיך יעדע עול, דער טאטע איז אין שטאט מוז מען נישט קאכן קיין סאפער, מ'געט סענוויטשעס פאר די קינדער, מ'זיצט אין די רונדע און מ'פלוידערט און ווען ס'יונגל מוטשעט זאגט מען אים מוישי גיי נעם א פאקסי פון פריזער און שפיל דיך שיין.... און ווען דער טאטע קומט ארויס סוף וואך הערט ער א באריכט אז מוישי איז געפערליך צולאזט אגאנצע וואך.... נו אוודאי פארוואס דען נישט?...)

מ'קען יעדע קלייניקייט מאכן אינטרעסאנט, (איך האב עס געשריבן אין מיין חול המועד ארטיקל) ווען מ'פארט סיי ווי קען מען יעדן שטות מאכן אינטרעסאנט, מ'קען אויסרופן "קינדער אונז גיי מיר באלד זעהן א ריזיגע וואסער אפשר איז דא דארט שיפן", ווער גייט קענען טרעפן דארט א שיף?, אונז גיי מיר ארויף פארן אויף א בריק...., ס'ארבעט וואונדערבאר די קינדער וועלן מיטן גאנצן עקסייטעמענט אויסשרייען טאטי איך זעה דארט א שיף, און אלע קינדער ווי מיר א כאר וועלן אויסשרייען (בנוסח א פאליס! א פאליס!....) א שיף! א שיף! א שיף! שיף!, יעדע ריר קען זיין אינטרעסאנט, יעדע טראק וואס פארט פארביי קען זיין אינטרעסאנט, קינדער! דעי טראק טראגט עפלעך צו אלע סטארס, דעי טראק טראגט טאמעיטאס מיט פיקל צו אלע סטאר'ס אא"ו,

די געדאנק איז פשוט זיך אריין צו לייגן אין זייערע עמעדשינעשאנס, און צולייגן קאפ עס צו מאכן אינטרעסאנט, ווייל אזעלכע קלייניקייטן איז פיל מער ווערט און ס'שטעלט פיל מער צופרידן די קינדער ווי אלע טייערע אויספלוגן און טרופ'ס, איינער וואס בלייבט אין שטאט קען מיט אזעלכע קליינקייטן מאכן אז זיין קינד זאל זיין פיל מער צופרידן ווי די קינדער אין קאנטרי, פארשטייט זיך אז ס'איז מיט די ריכטיגע הכנה, מ'קען נישט מחליט זיין היינט בו ביום אקעי מ'פארט יעצט אין פארק, דאס דארף מען אויסבעטן און צוגרייטן אפאר טאג פריער אז אויב גייט מען זיין וואויל גייט מען אפשר גיין צו א פארק, און אויב יעדער גייט שלאפן פרי גייט מען אפשר גיין ערגעץ א שיינע פלאץ, פשוט צו האלטן די אינטערעסע פון די קינדער,

יעצט לאמיר זיך נעמען די זאכן וואס זענען נוגע מער ווייניגער פאר אלע מיני טאטעס צוגלייך, שטייצעך די ק"י'לע און מאסני'ער איינוואוינער וואס זיצן נישט אין גלות קאנטרי / קעמפ איז דער גאנצער ארטיקל נישט נוגע, זיי קענען שוין צומאכן דעם אשכול (חוץ אז זיי ווילן ליינען שאץ מאץ פארוושע נישט)

וויקענדס - פרייטאג
דער סדר העולם איז אז די מענער פארן ארויס סוף וואך אין די קאנטרי'ס צו די בני המשפחה, ווי מ'האט אביסל איבריג צייט, די זעלבע איז גולטיג פאר די מענטשן וואס בלייבן אין שטאט אז אין די זומער וואכן זענען דא אין די וויקענדס מער צייט ווי סתם א פרייטאג שבת זונטאג, ס'איז אסאך מאל ממש ווייטאגליך וויפיל טייערע צייט ס'ווערט פארלוירן אין די זומער וויקענדס וואס קען אויסגעניצט ווערן לטוב, איך רעד נישט יעצט פון זיצן איבער די גמ' גאנץ פרייטאג שבת זונטאג, איך רעד פון אויסניצן לתועלת זיך זיין ווייב און זיינע קינדער,

לאמיר אנהייבן אזא פרייטאג, איך האב א שטארקע פראגע וואס ערגעבעט מיך שוין יארן לאנג, איך זיץ שוין אין קאנטרי שוין 12 יאר צום גוטן מיין פראגע איז יעדן פרייטאג "ווי איז דער עולם"? דער פארקינג לאט איז פיל, דער ביהמ"ד איז ליידיג, דער סווימינג פול איז ליידיג, שלאפן שלאפט מען נישט ווייל פרייטאג צונאכטס אין ביהמ"ד איז דער עולם טויט מיד, אויב אזוי ווי יא?, ווי איז דער עולם? וואס טוט מען אין אזא ריזיגע פרייטאג נאכמיטאג?

ס'איז קלאר אז פארפאטשקענען א פרייטאג נאכמיטאג איז מעשה יצר ממש, יעדן ערליכן איד וואס איך האב נאר געקענט פלעגט זיך אראפ לייגן פרייטאג נאכמיטאג, ס'איז אזוי מקובל פון צדיקים, ס'איז דא אין דעם כוונות פשוטות אויך, מ'זאל זיין אויסגערוהט צו די סעודת שבת מ'זאל האבן א אויסגערוהטן גוף צום ליל שבת (פונקט אזוי ווי מ'האט קובע געוועהן נר איש וביתו משום שלום בית האט מען קובע געוועהן מ'זאל כאפן א דרימל ערב שבת) למעשה איז דאס כאפן א דרימל ערב שבת כמעט פארגעסן געווארן ביי רוב ציבור, לדעתי איז דאס מעשי יצר פונקט ווי ס'שטייט אין ספרים אז דער יצה"ר פראבירט צו מאכן מחלוקת ערב שבת כדי צו צושטערן דעם שלום בית לכבוד שבת וואס שבת דארף ווען זיין דער טאג פון שלום ואחוה זעהט מען אז דער יצה"ר פראבירט אויסצוניצן די אנגעצויגענע מינוטין פון ערב שבת צו מאכן מחלוקת (איך האב יעצט נישט דעם מקור אבער איך האב עס 100 פראצענט געזעהן אין א ספר), די זעלבע ווערט מיטן שלאפן ערב שבת איינער וואס שלאפט ערב שבת, איז זיין קבלת שבת אנדערשט, זיין סעודת שבת אנדערשט און זיין שלום בית גאנץ ליל שבת אנדערשט, און איינער וואס שלאפט נישט ערב שבת איז זיין קבלת שבת אנע טעם, זיין סעודה אן א טעם זיין שלום בית אנע טעם,

כהיום יום איז 99 פראצענט איינוואוינער פון די קאנטרי איינוואוינער שוין דא אינדרויסן פרייטאג 2 אזייגער נאכמיטאג, און די זעלבע זאך איז ביי די שטאט'ישע מענטשן 99 פראצענט עולם איז שוין פארטיג מיט די ארבעט אין די פריע נאכמיטאג שטונדן, יעצט איז מיין פראגע צו די אלע מענטשן, פון 2'ע 3'ע נאכמיטאג ביז 8 אזייגער ביינאכט וואס טוסטו די אלע שעות אין אזא ריזיגן נאכמיטאג? איך הייס דיך נישט מעביר סדרה זיין, איך הייס דיך נישט לערנען חומש רש"י מיט אלע מפרשים, איך הייס דיך איין זאך לייג דיך אראפ פאר א האלבע שעה אדער א שעה.... ס'איז אזוי שווער צו טון?

סך הכל איז מען זיך אביסל מסדר זיין דעם טאג, האבן א סדר פון 3'ע ביז 4'ע טו איך דאס, און שפעטער בין איך מעביר סדרה, און באלד גיי איך אין מקוה, וועט מען קלאר זעהן אז ס'קומט אריין א ברכה אין די צייט, מ'קען אזויפיל אויפטון און אריין כאפן אין אזא פרייטאג נאכמיטאג, עד אין לשער,

לגבי די קינדער איז שווער צו זאגן פונקטליך וואס צו טון לגבי שלאפן פרייטאג נאכמיטאג, ס'איז דא מענטשן וואס קענען באשטיין די קינדער זאלן גאנץ ערב שבת ארום הוצקענען און ביים זמן זאל ער איינשלאפן ביז צופרי, אסאך עלטערן ווילן יא אז די קינדער זאלן שלאפן נאכמיטאג און זיין אויף ביי די סעודה אזוי ס'זאל זיין בניך כשתולי זיתים סביב, יעדער קען מחליט זיין וויאזוי מ'וויל, אבער ס'איז קלאר אז ס'דארף זיין אין דעם א מהלך יעדע וואך די זעלבע, מ'קען נישט איין וואך באשליסן די קינדער מוזן שלאפן און איין וואך באשליסן אז ניין די קינדער זאלן גיין שלאפן ביים זמן, וואס מ'טוט זאל זיין רוטין יעדע וואך די זעלבע, וואס יא, אויב פירט מען איין די קינדער זאלן גיין שלאפן ביים זמן קען מען מאכן א קליינע סעודה'ניו ביים זמן, די קינדער זאלן מאכן קידוש אויף א קליין בעכער עסן א שטיקל חלה מיט פיש, אדער זיפ און פלייש און שלאפן גיין, ווייל קינדער ווילן נישט זיין אינדרויסן פון בילד, זיי ווילן זיין א חלק פון די סעודה, און דאס טרייבט זיי צו וועלן אויפבלייבן שפעט כאטש זיי זענען נישט געשלאפן נאכמיטאג און צום סוף שלאפן זיי איין מיט די קליידער אויפן קאוטש, ממילא מיט א קליינע ערב שבת סעודה איז אלעס מסודר,

שבתים
ווי געשריבן אויבן איז אין די זומער חדשים פיל גרינגער צו טרעפן א טעמע א מעשה וואס צו דערציילן פאר די קינדער ביים טיש ווארום די עלטערע קינדער זענען נישט אינדערהיים קען מען דאך רעדן איין שפראך און איין מין טעמע, מ'קען אפיר זיכן לייכטע מדרשים, דערציילונגען פון צדיקים, קינדערישע ניגונים וכדומה, אמת פרייטאג צונאכטס איז כמעט נישט במציאות אין די שפעטע זומער מאריך צו זיין ביי די שבת סעודות, אבער בייטאג איז פיל לייכטער און באקוועמער מאריך צו זיין מיט די סעודה, צו זינגען א לידל אדער דערציילן א מעשה,

איך מוז מיטייטל דעם עולם וואס די באקאנטע אויסגאבע "מעלות" האט געשריבן אין די לעצטע פאר חדשים אין זייערע סעריע פון שבת טישן, א געדאנק וואס האט מיר ממש צובראכן אויף שברי שברים, ער לייגט אראפ אז יעדע טאטע מוז זיך צוגרייטן חומר וואס צו רעדן ביים טיש פאר זיינע קינדער ווייל דאס איז זיין אויפגאבע אלץ טאטע, ער לייגט אראפ א משל ווי א מאן האט זיך געוואשן צום שבת סעודה ער הייבט אויף זיין חלה דעקל און טרעפט דארט אפאר מצות, ער ווינקט אזוי פאר זיין פרוי נא?, דהיינו ווי זענען די שיינע ראפאגאש בארכעס? זי זאגט אים אז זי איז געוועהן זייער ביזי זי האט נישט געהאט קיין צייט צו מאכן חלות, גוט ער פארשטייט, באלד קומט אריין די פיש לכבוד שבת, ס'קומט אריין א טעלער טונא פון א קען, ער פרעגט איר וואס גייט פאר דעם שבת?, זי פארענפערט זיך אז זי איז געוועהן זייער אפגעמוטשעט און געהאט א שווערע וואך האט זי נישט געהאט די מעגליכקייט צו קאכן פיש,
פארשטייט זיך אליין אז די פרוי איז נישט גערעכט, דיין אויפגאבע איז צו קאכן און צושטעלן סעודת שבת און ס'איז נישטא קיין תירוצים, די זעלבע איז מיטן טאטן זיין אויפגאבע איז צו רעדן צו זיינע קינדער און צו פארציילן עפעס א מעשה, אדער זינגען א ניגון לכבוד שבת מיט די קינדער, דאס אז ער האט געארבעט שווער אגאנצע וואך און ער האט נישט קיין צייט איז לגמרי נישט קיין תירוץ, ווייל אויב תירוצים האט דיין ווייב אויך תירוצים נישט צו מוזן קאכן יעדן שבת..... ודו"ק כי עמוק הוא,
גלייבטס מיר אז די ווערטער האבן מיר געשטאכן טיף טיף, ווייל וויפיל מאל טראכט מען אוי איך האב נישט קיין כח דעי וואך שוין נעקסטע וואך וועל איך שוין עפעס דערציילן און עפעס זאגן, להוי ידוע קיין תירוצים ארבעטן נישט, ס'איז מיין תפקיד און פארטיג,

די זעלבע גרויסע פראגע וואס מיר האבן געפרעגט פריער וואס טוט מען אין אזא ריזיגן פרייטאג נאכמיטאג פרעג איך אויף שבת נאכמיטאג, וואס טוסטו אין אזא ריזיגע שבת נאכמיטאג, די סעודת שבת ווערט גענדיגט צום שפעטסטן 2:30 מ'שלאפט 3 שעה איז שוין 5:30, אקעי ווילסט זיך אויסדרייען אויף די לינקע זייט פאר נאך א שעה איז שוין 6:30..., דער זמן הדלקת הנירות ומנחה איז דאך 8:00 וואס טוט מען מיט אזא ריזיגן נאכמיטאג?,
פארוואס זאל מען נישט נעמען אזא נאכמיטאג און מאכן א עונג שבת מיט די קינדער, אויפשניידן אביסל מעלוינע, פיטשעס, אביסל ניסלעך און דערציילן א שיינע מעשה פאר די קינדער, אדער פארלערנען אבסיל פרק, ווילסט די קינדער זאלן זיין שטיל מאך אייזקרים קאונס ספעציעל געאייגנט פאר שבת נאכמיטאג ווי מ'וועט אנפאקן דעם קאון מיט אייזקרים און מ'וועט לעקן פאר א 20 מינוט מיט א שטאק שטילקייט..... און דאן וועט דער טאטע דערציילן וואס ער וויל,
ס'איז קיין שום בושה זיך נאך צו פרעגן אין ביהמ"ד ביי חבירים, האסט אפשר א גוטע מעשה פאר מיינע קינדער?... (איך טו עס כסדר, נישט אלץ איז מיין מעשה אוצר אפן פרעג איך מיין שכן ביין ליינען צו ער האט נישט עפעס א גוטע מעשה וואס מ'קען דערציילן... גיי פרעג מיינע שול שכינים....)

און דערנאך קען מען אליין אויסניצן די צייט פאר זיך צו מיטן תהלים, צו עפעס א לייכטע לימוד, אפי' סתם נעמען עפעס א ביכל אדער א תולדות ספר וואס באשרייבן א צדיק אדער א היסטארישע ענין מ'זעצט זיך איבער א שאכטל ניסלעך און מ'ליינט און מ'קויפט זיך איין ידיעות אין די וועלט, סך הכל איז די כוונה איין זאך אויסניצן די צייט נישט סתם ענדיגן אזא פרייטאג שבת און אהיים פארן נאך ליידיגער ווי מ'איז געקומען,

איך האב באקומען א זויערן טעקסט מעסעדש וואס האט זיך געליינט ווי פאלגענד: אויב איז ריטייערן גלייך אזויווי א לאאאאאננננגע שבת נאכמיטאג וויל איך נישט ריטייערן......, זייער א פיינע הלצה, אבער וואס ליגט אונטער דעם טעקסט מעסעדש? ס'ליגט אונטער דעם אז דער שבת נאכמיטאג איז אים לעול ולמשא ער האט נישט דעם געשמאקן רואיגקייט וואס מ'קען אויסניצן צום גוטן פון דעם שבת נאכמיטאג אפי' בעניני גשמי אויב האט ער נישט דעם בלעק בערי ווערט ער ממש משוגע פון די צייט, איך זאג אויף אזא איינעם איין ווארט, נעבאך....

זונטאג
פון זונטאג'ס וויל איך אפי' נישט רעדן, איך זעה ווי מענטשן ווערן פאריקט אין אזא זונטאג, ס'דערמאנט מיך פון א דרשה פונעם מגיד ירושלמי רבי שלום שוואדראן זצ"ל ווי ער לייגט אראפ דעם "סאנדעי" אז ער האט געווארט פארנט פון ביהמ"ד זונטאג צופרי ביז 9 אזייגער ווי דער ערשטע מתפלל האט זיך באוויזן מיט זיין קאר ווי הונטער איר שלעפט זיך צוגעטשעפעט א שיף, ער פרעגט דעם איד וואס איז היינט? זאגט ער וואס הייסט וואס "זונטאג – סאנדעי"!!!!!!...... מ'גייט פארן...., מענטשן לויפן ארום אויף באזיכן, מ'הרג'ט צייט אז ס'גייט א רויעך, נאכמאל ס'איז נישט קיין עבירה מ'קען גיין שפאצירן, שאפינג, באזוכן קרובים ידידים, פארוושע נישט, אבער יעדער פארשטייט אז ס'איז דא א חילוק פון גיין ביז גיין, און פון ארום פארן ביז ארום פארן, איך רעד דא צו חכמים ונבונים והכל מובנים אז מיין נקודה איז מאכטס א לעבן וויפיל מ'וויל אבער בלייבט'ס נארמאל און פארלירט'ס נישט דאס אנושיות.

קעמפ
ווער ס'האט שוין געשיקט קינדער אין קעמפ ווייסט אז ס'איז א איבערלעבעניש סיי פארן טאטן און סיי פארן קינד, ס'הייבט זיך אן מיט די 4 קעמפ ליסט'ס וואס איז איינס מער פארגעשריטן פונעם צווייטן געטייפטע און האנט געשריבענע, מ'איז שוין נערוועז 2 וואכן פריער צו מ'גייט האבן אלעס אין קעמפ, טאטע און מאמע פראבירן זיכער צו מאכן אז אלעס ליגט אין באקס און ס'זאל גארנישט פעלן פארן קינד אין די 8 א האלב זומער וואכן, מ'שיקט די קינדער אוועק אין קעמפ ער זאל זיך אביסל מסדר זיין דארט אויף די אייגענע פיס און זיך אויסלערנען צו ווערן א מענטשן וואס שטייט אויף די אייגענע, (היינט איז אין סטייל אז דו מאמעס גייען אויספאקן די קינדער דעם ערשטן טאג אין קעמפ... איך גיי נישט קאמאנטירן אויף דעם....)

ס'איז אבער דא עטליכע כללים וואס קען צוניץ קומען פאר עלטערן וואס האבן קינדער אין קעמפ, קודם שיקט מען מיט געלט, דאס קינד דארף זיך אליין פירן זיין בוקיפינג און חשבונות ווי ער גיבט אויס געלט, וויפיל ער האט נאך, וויפיל ער קען ספענדן, וויפיל ער גייט אויסגעבן פאר נאש, א טאטע דארף מחנך זיין א קינד צו דעם און יעצט איז דער זמן, פשוט צו פירן און צו לעבן מיט א חשבון, נישט פלי פלוי מ'גיבט אויס געלט ווי ס'גייט און נאך 3 וואכן קאלט מען טאטי איך האב שוין נישט קיין געלט...., דאס בעסטע זאך איז צו זאגן פארן קינד דא האסטו אפאר דאללאר מאך דיר א ביכל און צייכן דיר אן ווען דו קויפסט עפעס וויפיל ס'האט געקאסט און וויפיל געלט דו האסט נאך, דאס איז א חינוך וואס באגלייט די קינדער כל ימי חייו צו לעבן מיט א חשבון,

איך האב געזאגט פאר איין קינד (וויסנדיג אז ער איז אביסל א צופלויגענער און קען זיך נישט באהערשן ווען ס'קומט צו קויפן נאש) אז איך גיב אים געלט אנפאנג זומער וויפיל געלט ער ברענגט צוריק אהיים קריגט ער נאכמאל אזויפיל, דהיינו אויב ברענגט ער אהיים 10 טאללער אויסער דעם וואס דער 10'ער בלייבט זיינס באקומט ער פון מיר נאך א צענער, איך מוז זאגן אז ס'האט געארבעט וואונדערבאר, ער האט אהייים געברענגט סוף זומער אסאך מער געלט ווי איך האב מיך געראכטן, און איך האב מקיים פסק געוועהן און אים צוגעגעגבן אזויפיל, (למעשה האט ער גענומען דאס גאנצע געלט און מיך געקויפט א מתנה א חלה ברעטל צו שניידן מוציא'ס לכבוד ראש השנה, ס'אזי געוועהן א שיינע שריט פון אים אבער ס'איז קלאר אז ס'איז געקומען צוליב דעם אהבה וואס ער האט געשפירט אז איך האב אים געגעבן דעם סכום נגד דעם וואס ער האט אהיים געברענגט).

אין קעמפ איז א זמן וואס מ'קען אויסלערנען קינדער צו שרייבן בריוו'ן, כאטש מ'רעדט אזויפיל אויפן טעלעפאן און 15 מינוט רעדן קאסט ביליגער ווי איין פאסטל סטעמפ עכ"ז איז שרייבן א בריוו א מורא'דיגע זאך, א געשריבענע ווארט האט א כח, ווען א קינד איז זיך מצמצם צו נעמען א פעדער און שרייבן אפאר שורות אויף א פאפיר מאכט דאס עקסערסייז אויף זיין מח מרכז צו זיין אויף א פונקטן, ס'איז מצמצם זיין מח צו שרייבן זיין אייגענע מחשבה און ס'קען אויפטון אויף א קינד'ס מח מורא'דיג, ווייל ס'איז אנגענומען איבעראל די עצה פאר א קינד וואס זיין קאפ פליט אים און ער קען נישט אויסהערן דעם שיעור אז שרייבן איז די בעסטע טעראפי פאר אים,

פארשטייט זיך אז ווען א קינד שרייבט אהיים א בריוו מוז מען אים צוריק שרייבן, מ'האט נישט קיין השגה וואס דאס מיינט פאר א קינד אין קעמפ צו באקומען א בריוו, איך בין לעצטנס געוועהן אין א קעמפ אינמיטן די וואך ביי סאפער ווען דער מנהל האט אויסגערופן די נעמען פון די בריוון, יענקל בערקאוויטש פון כתה ז' א בריוו!!!!, די קינדער האבן ממש געיובל'ט פאר אים און ער אליין איז אויפגעשטאנען ווי א חתן און צוגעגאנגען צום אויבן אן אפנעמען זיין זיסן בריוו וואס זיין שוועסטער האט אים געשיקט אויף א מיידלישן סטעשאנערי...,
א טאטע וואס וויל אמאל זאגן עפעס א מוסר ווארט אדער התחזקות פאר זיין קינד נאר ער טרעפט נישט קיין געלעגנהייט עס צו זאגן קען עס מלבש זיין אין א קעמפ בריוו, א בריוו ליינט מען איבער אין קעמפ לכה"פ 10 מאל, פארן קינד איז דער בריוו א שטיק חיות, ער לייגט דאס אוועק צווישן זיינע טייערסטע ארטיקלען, דער טאטע קען שרייבן ליבליכע ווערטער אויף מאמע לשון, טייערע יענקי איך הער גוטע גריסן פון דיין רבי אז דו לערנסט פלייסיג, איך האף אויך צו הערן אז דו הערסט אויס ביים פארלערנען וכו' וכו'...., דיינע גוטע גריסן פארשאפן נחת פאר טאטי און פאר מאמי וואס ארבעט אגאנץ יאר אזוי שווער נאר פאר דיר....,
איך ווייס אזויפיל אז די אלע בריוו'ן וואס איך האב באקומען זייענדיג 3 יאר מעבר לים אין ישיבה האב איך נאך עד היום הזה אוועק געלייגט און מפסח לפסח קוק איך דאס איבער מיט אזויפיל בענקעניש און געפיל.

באזיכן – פעקלעך
מנהג העולם אז עלטערן שיקן פעקלעך פאר די קינדער אין קעמפ, ווי אויך מ'קומט באזיכן אין קעמפ און מ'ברענגט מיט מכל טוב וטוב מכל הבא ליד, ראשית ס'איז נישט קיין מצוה אפצוקויפן יעדע מין נאש וואס געפינט זיך אין גראסערי און שיקן פארן רחמנות'דיגער קינד וואס איז נעבאך אין גלות און געפינט זיך נישט אינדערהיים, סתם נאש מאכט משוגע די קינדער, אז זיי האבן נאש עסן זיי נישט די געהעריגע עסן פון קעמפ און די מאגן מיטן מח ווערן געפיטערט שלעכט און איז משפיע שלעכט'ס, אויב שיקט מען זאל מען אויסקלויבן אזא זאך וואס מ'ווייסט אז דאס קינד האט זייער ליב, אבער עפעס א היימישע זאך פון דערהיים וואס איז צום הארצן פונעם קינד, אין קינדערגארטן איז אנגענומען ביי די מלמדים (איך האב דאס געהערט פון ר' משה בראווערמאן אויך) אז ווען א מאמען געט א קינד א גאנצע פעקל פאטעיטא טשיפ וואס דאס ווערן צוריסן אויפן באס און צוטיילט מיט די חבירים, ווידער ווען א מאמע גיבט ריסעס א שטיקל קעיק אדער אפי' אביסל פאפקארן אין א בעג וועט דאס קינד אנהאלטן במשך די גאנצע טאג און נישט וועלן ארויסלאזן פון די האנט, פארוואס? ווייל אט די בעג איז א חלק פון זיין היים, דאס איז זיין שטיק היים וואס ער ברענגט מיט אין חדר און האלט עס אין די האנט און וויל נישט זיין היים אויסלאזן א רגע....

א שטיקל היימישע קעיק אדער עפעס א היימישע בילקע איז דער שטיקל היים וואס א קינד קען זיך אנכאפן מיט זיך ווען ער איז אין קעמפ, סתם נאש איז נישטא אין דעם קיין שום געפיל, יא ס'איז אפשר גוט אז דאס קינד זאל פארגעסן פון זיין בענקשאפט פון 10 מינוט ווילאנג ער עסט אויף אלע טשוינג גאמס, אבער ותו לא, און אפי' מ'שיקט יא נאר דאס ביסל נאש און נישט עפעס מער היימליך אז מ'קען צושרייבן 3 שורות צום שבת פעקל האט זיך אלעס געלוינט,
ווי למשל א גוט שבת פאר אונזער חשוב'ע כתה ח' בחור יענקל מאשקאוויטש נ"י וואס לערנט זייער פליייסיג אין קעמפ, מיר האפן צו הערן פון דיר גוטע גריסן, און הערן ווי דו שטייגסט און וואקסט בתורה ויר"ש פון טאטי און מאמי וואס בענקען זיך צו דיר יעדן טאג און אוודאי שבת,
נ.ב. א גריס פון רחל'ע, הערשעלע, און ביילי,
צו איר גלייבט מיר צו נישט א קינד וואס באקומט אפי' אזעלכע דריי פשוט'ע שורות, וועט דאס איבערליינען 10 מאל, און יעדעס מאל ער גייט צו צום באקס נעמען נאך נאש וועט ער עס נאכמאל ליינען מיט געשמאק, טאקע אט די גריס פון הערשעלע און ביילי אוי איז דעס א זיסן געפיל פארן קינד ווען ער דערמאנט זיך זיינע זיסע געשוויסטער, איך רעד שוין נישט אז מ'קען שיקן אמאל א בילד פון די משפחה דאס איז שוין ממש א געפיל ביז צו די נשמה, ווייל א קינד וואס באקומט א בילד אין קעמפ פון דערהיים לייגט דאס ממש צוקאפנס אונטערן קישן אלס סגולה פאר זיסע חלומות.....

ווען עלטערן קומען באזיכן דארפן עלטערן פארשטיין אז דאס קינד נעמט זיך אליינס קעיר פון זיינע זאכן (אט די קומענדיגע שורות איז מער געאייגנט איבער צו געבן פאר די ווייבער) ער מאכט זיך אליינס די פיאות, און קלויבט זיך אליינס זיינע קליידער אנצוטון, ביטע האלטסט אים נישט פאר ביים באזיך אז זיינע פיאות זענען צופלויגן אדער אז זיין הויזן מעטשט נישט מיט די העמעד לאז אים אפ.... זיין שיך מעג זיין שמיציג אין קעמפ, פאקט איז אז א קינד קוקט ארויס זייער שטארק אויף די פאר מינוט ווען זיינע עלטערן קומען אים באזיכן, און יעדעס ווארט וואס זיין טאטע און מאמע זאגן אים אין יענע מינוטן גייען אריין טיף אין די נשמה ווייל היות ער בענקט זיך אהיים איז די יעצטיגע מינוטן די ערפילונג פון זיין בענקעניש, און אז די עלטערן זאגן אים אין די אויסגעבעטענע מינוטין א הערה אויף זיין צופלאטשקעטע פיאות דאן גייט אריין דער מעסעדש טיף אז דער עיקר ביים טאטן און מאמען איז זיינע שיינע פיאות, ווידער אויב זיין טאטע און מאמע ראאגירן נאר אויף זיינע חדר און זיין רבי אויף זיין גוטע התנהגות באקומט דאס קינד דער מעסעדש אז די עיקר איז ביים טאטן ווען ער איז וואויל און גוט, זייער פשוט,

אז דער באנק איז שמיציג אדער צוזאמען געפרעסט, לאז נישט פאלן קיין ווערטער צום קינד, ס'איז נישטא קיין לופט דא, אוי די טוילעט שטינקט דא, וואס ווילסטו פונעם קינד?, ער קען גארנישט העלפן ס'מאכט אים סתם שפירן אז דער טאטע האט נישט ליב זיין באנק און ס'ברענגט אריין אין אים אויך א רצון נישט צו זיין צופרידן פונעם באנק צו פונעם בעט און די צייט וואס ער אליין איז העכסט צופרידן, קיצור רעד נאך נישט אפ צום קינד אויף זיין מצב הגשמי, און נישט אויפן מצב הגשמי פונעם מקום, אויב האסטו א הערה זאג עס פאר די הנהלה,

ווען א קינד רופט אהיים מיט א קאמפלעין אז זיין האנטוך איז פארלוירן אדער אז ער טרעפט נישט זיין שווים הויזן, ביטע ווערט נישט היסטעריש און דרייט נישט איבער די שטאט, ס'איז זייער געזונט פאר קינד זיך אויסצולערנען אליינס זיך א עצה צו געבן, די קעמפ וואכן קענען דינען א שטארקע יסוד פאר א קינד זיך אליין צו ספראווענען אין צייט פון א נויט און ארויסצוקריכן פון די קינדערישע שיך, און די עלטערן קענען צוהעלפן דעם קינד דערצו, און אויך פארקערט זיי קענען נעמען אזא געגלנהייט און פאר'הרג'נען לעולם,

דער עיקר איז אז ד' ישמור צאתנו ובאינו לחיים ולשלום מ'זאל צוריק קומען נאך זומער מיט פרישע כוחות און מער דערהויבן בגשם וברוח ווי פאר מ'איז געפארן, מ'קען דאס זעהן בחוש אז אסאך יונגעלייט ענדיגן א זומער נאכן גוט אויסניצן די זומער וואכן, די נעכט פון זיצן אליין אין די שטאט דורך געשמאקע שפאצירנס מיט חבירים און צוגעלייגטע שיעורים, און די שבתים און וויקענדס מיט עטוואס מער טעם ווי פריער, און לעומת זה איז דא אסאך יונעגלייט וואס ענדיגן דעם זומער מיט א זויערן טעם אין מויל אפגעשחט'ן גאנצע שבתים, ארום געהוצקעט די נעכט אין שטאט אליין, אנשטאט מוסיף צו זיין שיעורי תורה האט מען נאך פארמינערט ווארום ער האט נישט ס'ווייב וואס זאל אים קאנטרילירן צו ער גייט צום שיעור,
ווי זאגט דער פסוק? ראה נתתי לפניך את החיים והמות, אבער ובחרת בחיים למען תחי' אתה וזרעך, זאגט דער אמרי נועם א מענטש מאכט א לעבן, פיין, אבער ס'איז נישט אזא זאךך וואס דו קענסט דיך אויפשטעלן אין ביהמ"ד זיך אויפטון פאר דיינע חבירים הויעך אוי האב איך געמאכט א לעבן נעכטן איך בין געפארן דא און דארט, ווי אויך וואלסטו נישט געוואלט הערן אז דיין קינד האט זיך אזוי אויפגעפירט און געהאקט אזא מין לעבן, משא"כ א חיים של תורה,
ובחרת בחיים זאלסט אויסקלויבן אזא לעבן, למען תחי', אתה, דו אליין זאלסט דיך קענען אויפטון מיט דעם, וזרעך, און דו ווילסט דיינע קינדער זאלן זיך אזוי אויף פירן,

האסט מיר א לעכטיגן זומער
כה תברכו את בני ישראל אמור להם,
כ"ה איז 25 קעגן די 25000 קערעקטערס פונעם ארטיקל

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה