יום שני, 20 בספטמבר 2010

עפעס א צודעק האבן מיר יא – יום כיפור


אינעם קעניגליכן הויף רעש'ט זיך שוין די לעצטע פאר וואכן צווישן די שרים אין די מיניסטארן אינערהאלב דעם קעניגליכן פאלאץ, פון ווען ס'איז נאר געקומען די קאמישע מעלדונג אז דער קרוין פרינץ האט זיך אויסגעקליבן א כלה נישט מער און נישט ווייניגער א מיידל פון א פשוט'ע שטוב אן קיין שום היסטאריע און איז ווייט פון האבן עפעס שייכות מיט קעניגליכקייט, פארשטייט זיך אז ס'איז געוועהן א שטיקל בושה פאר די מאנארכיע דער גאנצער שידוך אבער די קעניגליכע הויף זעענדיג זיין אנטשלאסנקייט צו טון דוקא דעם שידוך און נישט עפעס אנדערשט האבן זיי נישט געשטעלט קיין גרויסע ווידערשטאנד, איין זאך האט די קעניגליכע הויף יא געפאדערט אז כאטש קיין בזיון זאל נישט ארויס קומען פון די גאנצע זאך, און אז די כלה זאל ערשיינען צו די חתונה ווי עס פאסט זיך פאר בני מלכים, די שווערסטע פראגע וואס איז געשטעלט געווארן צום קרוין פרינץ איז געוועהן אויב די כלה האט די אלע תכשיטים און פארמאגט די אלע צוגעפאסטע קליידער מיט וואס א כלה פון א קרוין פרינץ דארף האבן אין די טאג פון די חתונה, אבער דער קרוין פרינץ האט געזאגט מיט א פיל מויל אז יא, ער ווייסט קלאר אז זי האט מכל טוב וטוב לויט אלע פארשריפטן פון די מלוכה,

פארשטייט זיך אז די תשובה פונעם קרוין פריץ איז נאר ארויסגעקומען נאכדעם וואס דער קרוין פרינץ אליין האט זיכער געמאכט און געגעבן געלט פאר די כלה איינצוקויפן פון אלע מינים וואס עס פעלט אויס, דער קרוין פרינץ האט געהאט א רואיגן געוויסן אז אלע אירע קליידער זענען מסודר על מכונו וויסנדיג אז ער האט איר געגעבן געלט און די מעגליכקייט צו קויפן אלע זאכן און אפי' געשטאנען על המשמר אז די קליידער זאלן געקויפט ווערן, און אזוי האט זיך דערנעטערט די טאג פון די חתונה, למעשה האט מען זיך אבער געזארגט אין קעניגליכן הויף אז ס'זאל נישט אנקומען צו קיין בזיון האט מען געמאלדן דעם קרוין פרינץ אז ער זאל וויסן אז אין די נאנטע טעג וועלן אריבער גיין א אפציעלע שליחות פון קעניגליכן הויף צו די כלה אין שטוב, פשוט זיכער צו מאכן אז אלע קליידער זענען דא און אלע צורינגען זענען אויסגעפיצט כדת וכראוי,

דער בן מלך האט גוט פארשטאנען דער מצב האט ער שנעל אנגערופן די כלה און געמאלדן אז ס'גייט קומען א אינספעקציע זעהן צו אלעס איז דא, ווי אין א שאק האט זיך די כלה גענומען ארויס שטאמלען פון מויל האלבע ווערטער אז ס'איז דא נישט גוטע נייעס, קוים וואס זי האט פארציילט און ארויס געזאגט די שלעכטע בשורה אז זי איז אריין געפאלן אין שווערע חובות און זי האט געמוזט פארקויפן די צורינגען און די קליידער, דער מצב יעצט כרגע איז אז זי האט נישט גארנישט מיט וואס צו גיין צו די חתונה, ווי א דינער אינמיטן העלן טאג איז געפאלן די בשורה פאר דעם בן מלך אז דא שטייט מען שוין ממש א טאג פאר די חתונה און באלד קומט א אינספעקציע פונעם קעניגליכן הויף און די כלה איז אויסגעליידיגט מכל וכל,

ער האט זיך שנעל גענומען טראכטן פון עפעס א אויסוועג און א עצה וויאזוי מ'זעהט זיך ארויס פון דעם פלאנטער, מיטאמאל רופט ער זיך אן צו די כלה, לאמיר דיר פרעגן איין זאך, דו געדענקסט ווען די האסט איינגעקויפט די קליידער זענען די קליידער געקומען איינגעפאקט אין אזא סחורה'נע האלטער, דו האסט נאך אפשר די סחורה'נע איבערדעק פון די קעניגליכע קליידער, זאגט זי יא, איך האב נאך די אלע צודעקן ביי מיר אין שטוב, גוט, זאגט דער בן מלך, נעם שנעל די סחורה'נע האלטער (גארמען בעג'ס בלע"ז) און פאק עס אן און פיל עס אן מיט שמאטעס ס'זאל אויסזעהן ווי ס'איז באמת דא דארט אריין געלייגט די קליידער, אולי ואולי וועלן זיי גלייבן די אינספעקטארן אז אין די האלטער ליגן טאקע אריין געלייגט די קליידער און זיי וועלן זיין צופרידן מיט דעם אליין,

נאך פילע שרעקיגע מינוטין איז אדורך די איספעקציע פון די משרתי המלך און בחסדי ד' אז ס'איז טאקע אדורך גלאטוג די גאנצע אינספעקציע ווי זיי האבן איר געגלייבט אויפן ווארט אז אין די האלטער'ס ליגן טאקע אריין געפאקט די קענינגליכע קליידער, ווייל די סדר איז דאך אזוי אז סתם קליידער לייגט מען נישט אין אזעלכע האלטער'ס נאר די גאר חשוב'ע קליידער, און אז די סחורה'נע האלטער'ס זענען דא איז משמע אז אונטער דעם ליגט טאקע די געפאדערטע קליידער,
אבער מיינט נישט אז מיט דעם האט זיך דער בן מלך באנגיגט, נאר ער האט פארשטייט זיך שנעל ערלעדיגט אז מ'זאל איינקויפן די ריכטיגע קליידער אזוי אז ביי די חתונה זעלבסט זאל נישט זיין קיין בושות, און ער זאל אנקומען מיט זיין כלה כדת של מלך ובית המלוכה,

הנמשל מובן, די בת מלך די הייליגע נשמה האט זיך משדך געוועהן מיטן פראסטן גוף, דער גוף האט נישט קיין השגה וואס מיינט ג"ע, וואס מיינט רוחני, אבער דער שידוך איז געשלאסן געווארן און דער נשמה מיטן גוף ווערן באשאפן אין א פריש געבוירענע מענטש, די חתונה דארף פארקומען נאך די 120 יאר פון א מענטש ווען די נשמה קומט ארויף אויך יענע וועלט אין ברענגט מיט די אלע קליידער און תכשיטים דאס זענען זיינע מצות ומעש"ט וואס דער גוף האט געטון במשך די צייט,

אזוי לעבט זיך א מענטש זיינע יארן מיט א רואיגקייט ער ווייסט אדער ער מיינט אז זיין גוף טוט טאקע מצות ומעש"ט און ס'וועט זיין גוט, ער מיינט אז זיין באגאש איז פיל מיט תכשיטים און רוחניות'דיגע קליידער, למעשה קומט חודש אלול תשרי מ'לאזט אים מעלדן אז כביכול ופמליא דילי' גייען קומען אויף א באזיך מ'גייט כאפן א בליק וואס טוט זיך אביסל מיט דעם מענטשעלע, דער נשמה ווערט אנגעצויגן ווער ווייסט וואס וועט זיך דא אויסלאזן, ער נעמט אפיר זיין גוף'ל אין איינע פון די עשרת ימי תשובה טעג און כאפט מיט אים א שמועס'ל, זאג נאר ווי האלסטו אויף די וועלט, ס'איז דא מיט וואס צו גיין צום טיש?, עפעס תורה? עפעס מצות? די האסט ביי דיר די אלע קליידער און תכשיטים?

דער גוף זאגט כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב געהאט א שווער יאר, חובות, דער יצה"ר האט מיר פאר חובות'ט, דאס ביסל מצות וואס איך האב יא געהאט האט ער צוגענומען פון מיר כדרכו של החיצונים וואס כאפן צו די מצות וואס ווערן געטון אנע תשובה, איך שטיי יעצט כרגע בעירום ובחוסר כל, איך האב נישט גארנישט, דער נשמה וויל ממש וויינען, אוי וויי וואס וועט דא זיין ס'קומט אזא טאג ווי יום כיפור די שלוחים גייען קומען זעהן וואס טוט זיך, און געוואלד בושה תכסה פנינו וואס וועל איך טון דא?

זאגט דער נשמה גוט איך האב א עצה, ווייסט דאך אז לאחר מאה ועשרים ווען ס'קומט די חתונה איז דא אזא סחורה'נע צודעק דאס איז דער טלית מיטן קיטל וואס דאס דעקט אזוי איבער דעם גוף וואס האט מקיים געוועהן די אלע מצות, דהיינו דעי סחורות זענען דעם צודעק פאר די עכטע קליידער, כאפ שנעל דעם טלית און קיטל וויקל דיך איין אין דעם ס'וועט אויסזעהן ווי מ'שטייט שוין גרייט צו געבן דעם דין וחשבון און מ'קען שוין ברענגען די קליידער – מצות ומעש"ט וואס דער גוף האט געזאלט טון, אפשר אזוי וועט שוין זיין א שטיקל המתקה און די מלאכי מעלה וועלן דאס אדורך לאזן,

און אט אזוי מיט אזא פנים שטייען מיר כל נדרי ביינאכט, ווי דער הייליגער ישמח משה האט געזאגט אין א דרשה כל נדרי, מורי ורבותי פונקט אזוי ווי מיר שטייען איצט מיטן טלית און קיטל פונקט אזוי וועט מען שטיין פארן בי"ד של מעלה און אפגעבן דין וחשבון אויף אלע מעשים, און ס'איז צום האפן אז די הצלה פורתא וועט אדורך גיין און דער דין וועט ארויסגיין לטובה,

מיינט אבער נאך נישט אז ס'איז פארטיג ס'געשעפט, ניין, הערשט יעצט דארף מען גיין איינקויפן די מצות – קליידער, אזוי אז ווען ס'וועט קומען די חתונה אז אחר מאה ועשרים זאל נישט זיין קיין בושות, פארדעם גליך נאך יו"כ נעמט מען זיך צו די סוכה און מ'כאפט מען אריין נאך און נאך מצות, כדי צו זיין גרייט צו די חתונה הגדולה, און מ'זאל קענען אנקומען צו שמחת בית השואבה און זאגן מיט א פיל מויל אשרי ילדתינו שלא ביישה את זקנתינו, אדער כאטש אשרי זקנתינו שכפרה את ילדתינו,

האטס מיר אלע א גמר חתימה טובה אלע אידן,

תגובה 1:

  1. האלו?
    צו וועמען רעדט איר דא?
    פארוואס רופט זיך קיינער נישט אהן?

    השבמחק