שוין כמעט פארגעסן וויאזוי מ'זעצט זיך אראפ און מ'כאפט אן א בעל מלאכה און מ'צוקלויבט אים זיין סדר היום מיט אלע אירע מעלות וחסרונות אזוי ווי איך פלעג זיך אמאל נוהג זיין אין די אלטע צייטן ווען איך האב געמאכט סדר היום'ס לרחצה א שטייגער ווי א זינגער, א הארדוועיר, א מלמד, א מנהל, א מוכר ספרים, ועוד ועוד, די סבה פארוואס איך האב שוין לאנג נישט געשריבן אזא סדר היום איז ווייל כדי צו שרייבן אזא ארטיקל מוז מען פשוט זיך אריין שטעלן פאר א קורצע תקופה אין זייער שיך און אזוי זיך נעמען שרייבן פון זייער קוק ווינקל, און ביז דערווייל האב איך מיר נישט געזיכט צו ווערן א קאר סערוויס דרייווער אפי' פאר א רגע... ממילא האב איך מיר נישט געקענט זיך זעצן שרייבן איבער א קאר סערוויס ווען איך בין נישט 100 פראצענט דערביי,
וועסטו דאך אוודאי פרעגן, און וואס איז יעצט? האסט אפשר פארלוירן דיין דשאב אז דו ביסט שוין מסכים צו שרייבן וועגן א קאר סערוויס אז דו ווילסט ווערן א דרייוער פאר אפאר טאג?, ניין, קודם כל האב איך אפי' נישט קיין לייסנס איך הייב נישט אן צו וויסן וויאזוי מ'דרייווט א קאר, שנית, איך שרייב דעם ארטיקל נאר צוליב א פארלאנג פון א אישי שרייבער וואס האט מיר געבעטן פערזענדליך צו שרייבן איבער דעם ווייל דער פארלאנג פון היימישע קאר סערוויס ווערט גרעסער, מענטשן זיכן זיך פרנסה און ס'איז יעצט אביסל א הייסע טעמע וואס איז נוגע, דעריבער באין ברירה וועל איך מיר ווערן א קאר סערוויס דרייווער פאר אפאר טאג און שטיין אין זייערע שיך און שרייבן אביסל איבער די טעמע,
וואס הייסט דאס יונגעלייט קלויבן זיך וואס צו ארבעטן? איז דען נישט קאר סערוויס א מלאכה קלה ונקי'? אט די טענה ווערט געהערט און געשריבן לעצטנס צווישן אונזער היימישן עולם, איך האב דאס געזעהן אין די היימישע אויסגאבעס ווי עס זענען געשריבן געווארן ארטיקלען און בריוו'ן דורך שרייבער'ס ווי זיי לייגן אראפ די טענה היתכן יונגעלייט פאסט זיי נישט צו ווערן א קאר סערוויס דרייווער און זיי וועלן זיך ענדערשט דרייען אין די גאסן אן קיין ארבעט, וואס איז שלעכט מיט זיין א קאר סערוויס דרייווער?, לאמיר טאקע זעהן איז טאקע דער קאר סערוויס אזא מלאכה קלה ונקי' ווי איר לייגט דאס אראפ...
א אינטרעסאנטע פאקט זעהט מען אז רוב המון עם האט אסאך מאל ענדערשט ליב צו נעמען א גוי'שע קאר סערוויס קאמפעניס ווי איידער א היימישע, וואס איז טאקע די סבה פארוואס רופט מען קודם דעם גוי?, די טעמים זענען פארשידענע, קודם זייער אסאך מאל ווען מ'נעמט א קאר סערוויס וויל מען ס'זאל זיין מער פריוואט, מ'פארט צו א דאקטאר אדער ענדליכס וואס מ'וויל נישט א היימישער מענטש זאל וויסן פונקטליך ווי מ'גייט,
שנית האב איך מיר אליינס געכאפט, אמאל ווען א ברוקלין קאר סערוויס דרייווער האט מיר געפרעגט, פארוואס יאגן זיך די אידן אלעמאל? אייביג זעה איך מיינע אידישע קאסטומער'ס ווי זיי זענען אונטער געיעג, מ'זאגט מיר דרייווער שנעל שנעל! פעסט פעסט! ראָש די קאר..., זאג איך דעם דריווער זייער פשוט, רוב פלעצער ווי א מענטש קען אנקומען איז אויך מעגליך צו ניצן פאבליק טראנספארטאציע, די סבה פארוואס מ'רופט דיך איז ווייל מ'וויל אקומען שנעלער, אדער ס'איז א לעצטע מינוט'יגע זאך ווען מ'דארף א קאר אויף די רגע, וואס געווענדליך זענען די גוים גרייט אויף די מינוט, ביי חסידים איז דאך דא א חסידישע זייגער...., ממילא וועסטו אייביג נאר טרעפן די מענטשן וואס זענען אונטער געיעג... ס'איז א אמת'ע סברא, א גוי איז רעדי עני טיים און דערפאר רופט מען אין צייט פון נויט דוקא א גוי און נישט א איד,
איך גיי נישט אריין גיין אין די הלכה'דיגן חלק פון שטיצן א איד במקום א גוי, אבער אין פאל וואס מ'ווייסט פריער אז מ'וויל ערגעץ צוגיין, מ'ווייסט פון עטליכע שעה פריער אז מ'דארף האבן א קאר למשל פון וומס"ב קיין ב"פ, פארוואס זאל מען רופן א גוי פאר מ'רופט דעם איד?, איז נישט מער יושר צו שטיצן דיינס א חבר, ס'איז אפי' נישט טייערער, ס'האט באמת נישט קיין תירוץ צו רופן א גוי במקום א איד ווען מ'דערמאנט זיך גענוג פרי (אפי' פון איין מינוט אויפן צווייטן זענען זיי רוב מאל גאנץ פונקטליך), אפגערעדט אז א אידישע דרייווער האט נישט קיין אנגעצינדענע ראדיא, מ'טרעפט נישט דארט קיין אפפאל פון גוי'שע צייטונגען, און מ'איז געהעריג מקיים א מצוה פון וחי אחיך כמך, ווי דער רמב"ם פסקנ'ט אז די גרעסטע מדת הצדקה איז צו שאפן א מענטש פרנסה, ווען דו געסט געלט פאר א היימישע קאר סערוויס האסטו געשטיצט לכל הפחות דריי אידן, דעם היימישן דרייווער, דעם היימישן בעה"ב פון די קאמפעני, און דער היימישע דיספעטשער.
ווער רעדט נאך אז מ'לאזט עפעס איבער אדער מ'פארלירט א חפץ אין א קאר, ביי א גוי קען מען גיין בארן קלאפן, ביי איד איז דאך דא א השבת אבידה, דער דרייווער וועט אייביג זיין בשמחה צו קענען מקיים זיין אזא מצוה,
בדדי הוי עובדא איך האב אמאל איבער געלאזט מיין סעל אין א גוי'שע קאר סערוויס, קיצור ביז ווילאנג איך האב מיך געכאפט און גענומען א צווייטנס סעל און גערופן די קאמפאני האבן זיי זיך פארבינדן מיטן דרייווער און דער דרייווער האט געזאגט יא ער האט עס (גאנץ מענטשליך ער וואלט געקענט זאגן ער זעהט עס נישט און משה זיך מיך) זיי האבן מיר געזאגט אז ער איז שוין אוועק געפארן אבער ער וועט צוריק קומען עס אפברענגען, ער איז צוריק געקומען ביז 5 – 10 מינוט, אבער ער האט מיר געהייסן באצאלן פארן צוריק קומען, איך האב באצאלט ווי א טאטע'לע, אבער איך האב געטראכט אז א איד וואלט עס נישט געטון צו מיר, ער וואלט עס זיכער צוריק געברענגט בחפץ לב, נו פרעג איך אייך, אויב א איד איז יא גרייט צו טון אזא מצוה דארף מען אים נישט עפעס מטיב זיין פארדעם און אים שטיצן לכתחילה,
יעדער ווייסט אז כל הדרכים בחזקת סכנה, מ'זיכט דאך אלע מיני סגולות פאר שמירת הדרך, עס איז פארהאן א אינטרעסאנטע תשובה פון הרב וואזנער שליט"א אין שבט הלוי, ווי איינער האט אים אנגעפערגט אז ער דארף זאגן א דרשה נאך א אומגליק פון א עקסידענט דעריבער פרעגט ער פון הרב וואזנער וואס זאל ער מעורר זיין דעם ציבור, שרייבט אים הרב וואזנער עטליכע זאכן וואס מעורר צו זיין אין איינע פון די זאכן איז אז מענטשן זאלן טון חסד אונטערוועגנס און דאס איז א שמירת הדרך, נו איז דען דא א גרעסערע שמירת הדרך ווי שטיצן א היימישן איד אונטערוועגנס?
ס'קען אמאל זיין אז די היימישע דריווער וועט בעטן א טאללער מער ווי דער גוי, דארף מען אבער אין אכט נעמען, אז דער איד מוז דאווענען, ער מוז בענטשן, ער האט ווייניגער צייט ווי א גוי, ער מוז אריין כאפט אין ווייניגער שעות אזויפיל ארבעט מיט אזויפיל געלט ווי דער גוי,
אקעי אקעי, גיימיר רופן א היימישע קאר סערוויס, האלוי איך קען האבן א קאר...., יא, אין 2 מינוט!,
דא קומט דעם גרויסן אבער, די פאקט שטעלט זיך ארויס אז דעם היימישן דרייווער וועט מען רופן ווען מ'יאגט זיך נישט, און דעם גוי'שן דרייווער וועט מען רופן ווען מ'יאגט זיך יא, נו אז מ'יאגט זיך נישט לאזט מען דעם "היימישן" דרייווער ווארטן אביסל, לאמיר זיך צוביסלעך צוזאמען קלויבן, אראפ ברענגען קודם מיינע קינדער, און באלד וועל איך צוריק גיין ברענגען מיין פעקל און זיך אויסקראצן, כ'האב דאך צייט, און יעצט קען מען זיך נעמען פארן, שטעלט זיך די שאלה ווייל דער דרייווער איז א היימישער מוז ער ליידן?, די מציאות איז אז מיט דעם אויפהאלטן דעם דרייווער ווייל דו יאגסט זיך נישט עסט מען אים אויף זיין צייט, ער קען אין די צייט דרייוון און מאכן געלט, איז דאס יושר?, ער קען נישט בעטן קיין געלט פארן אויפהאלטן אבער שאדן האט ער דערפון, ס'איז פונקט ווי די מדרש זאגט ביי די סדום'ער (אויך ביים דור המבול עפ"י פירוש הגראדער....) ווי יעדער האט גע'גנב'ט נאר פחות משוה פרוטה און דער מענטש איז געבליבן ארעם, ממש אזוי, דער היימישער דרייווער וואס האט איבערן טאג לויטער היימישע קאלס ווי יעדער עסט אים אויף און ציפט אראפ אפאר מינוט פון זיין טייערע צייט דאס קלויבט זיך צוזאמען פון שעות וואס דאס איז א עכטע שאדן,
שוין מסכים גיימיר זיך נעמען יאגן איינס צוויי אריין אין קאר, אפשר לאמיר נאך מקדים זיין דעם דרייווער און אים אפווארטן אויף די גאס נאך פאר ער קומט אן, מסכים, אקעי מאמי! די קאר איז דא לאמיר זיך אריין זעצן אינעם קאר און פארן!
מאנכע מענטשן האלטן אז ווען מ'רופט א קאר סערוויס איז דאס אזוי ווי מ'דיגט זיך אליין א קאר און מ'האט א געוויסע בעלות אויפן קאר נאר אנשטאט איך זאל אליין דרייוון האב איך מיר יעצט א דרייווער, דעריבער שפירט מען זיך באקוועם אנצוצינדן, אויסצולעשן, קוועטשן קעפלעך, ס'אידעך "מיין" קאר...,
רבי איד ניין! ס'איז נישט דיין קאר, ס'איז יענעמס, און דו האסט יעצט נאר די רעכט צו זיצן אין זיין קאר ווייל דו באצאלסט אים ער זאל דיך אפטראגן דארט און דארט..., דריי נישט קיין סטים, עירקאנדישאן, סי די פלעיער, ס'איז יענעם אייגנטום,
ביי א גוי טוט מען נישט געווענדליך די זאכן מ'האט דאך מורא פון חילול ד', אבער א איד מעג מען דאך..., ניין? ס'איז דאך נישט קיין חילול ד', הא?.....
צווישן מיר און דיר ווייסן מיר אלע אז ווען מ'דערזעהט זיך מיט א גרויסע געזונדל און מ'איז מסופק צו דער גאנצער ציבור וועט אריין פיטן אין איין קאר איז די ערשטע אפציע צו רופן א "היימישע" קאר, ווייל מ'ווייסט קלאר אז דער גוי וועט דאך נישט לאזן זיך אריין קוועטשן מער מענטשן ווי דער געזעץ ערלויבט, אבער דער איד ער דאך א היימישער דארטן קען מען זיך אריין קוועטשן וויפיל ס'גייט.., זייט וויסן אז דער געזעץ איז גולטיג פארן איד פונקט ווי פארן גוי, און נאך אפשר ערגער ווייל די לעגאלע קאר סערוויס און טעקסי קאמפעני האבן פארשידענע זאכן וואס ביי זיי איז מותר און ביי אנדערע איז אסור (איך וועל נאך באלד צוריק קומען צו דעם געזעצליכן חלק) אבער דא רעדט מען פון פון א איד מיט א אידיש הארץ וואס וועט נישט אפזאגן די טובה און ער לאזט אריין דעם גאנצן עולם אויפאמאל, נו פארדינט נישט אזא איד מיט אזא לב טוב געהעריג באצאלט און מיט א שטיקל הוספה, פאקטיש האט ער געדרייווט דעם שטיקל וועג מיט א היפשע פחד אין הארץ אז א פאליס זאל אים נישט כאפן און טיקעט'ן דערפאר.
היימישע קאר סערוויס מיינט עפעס געבן היטשעס אומזיסט?, ס'איז נישט ווי דו טראכסט ער אידעך א היימישע, ניין? ער נעמט דאך אויף אסאך מאל מענטשן פאר היטשעס קיין ב"פ, וואס איז יעצט אנדערשט?, ס'איז דא מענטשן וואס מיינען אז ווען מ'נעמט א קאר למשל פון אלד וומס"ב צו ניי וומס"ב און דערנאך גייט מען צוריק קיין אלד וומס"ב, אז דאס איז א לאקעל נסיעה פון אלט וומס"ב ביז אלט וומס"ב, מיט א סטאפ אין ניי וומס"ב, להוי ידוע אז ניין, דאס איז א געהעריגע ראונד טרופ מיט א סטאפ, ווייל אויפן זייגער האט דאס גענומען 20 מינוט, און דאס איז טייער צייט מיט אסאך געז אויסגרעברענט,
ס'דערמאנט מיר א ווערטל מ'פלעגט זאגן אז ווען דו זעהסט א הודעה אין א צייטונג, א היימישע דירה, אין א היימישע געגנט, פאר א היימישע פרייז, מיט א היימישע לענדלאר, ביטע רופט נומ'....., זאלסטו וויסן אז די היימישע געגנט איז גאר ביים עק וומס"ב אדער ביים עק ב"פ, די היימישע דירה איז צוויי אהאלב שטובער אויפן 5'טן פלאן אנע עלעוועיטאר, און די היימישע רענט איז 2 טויזנט דאללער, און דער היימישע לענדלאר וועט דיר נישט געבן קיין סטים ביז ווילאנג ס'איז נישט בילאו זיראו....... אלעס איז היימיש...
לשבחו פון אסאך אידן וואס זענען מקפיד צו נעמען דוקא היימישע דרייווער'ס און זיי רעכענען זיך מיט סיי וועלכע יוצא מן הכלל און מ'צאלט צו אויב האלט מען אויף א דריווער מיט עטליכע מינוט אדער אויב מ'גייט ארויס אפי' פאר א קליינע סטאפ, ס'איז דא אסאך אידן וואס האבן דעם קאפ אויפן פלאץ צו פארשטיין אז דער היימישע קאר איז נישט קיין היטש געבער און מ'דארף זיך רעכענען מיט זיינע פילינגס, אויב דו טראָסט דעם היימישן דרייווער צו שיקן דיין קינד סיי ווי ווייל דו ווייסט אז דער היימישער דרייווער וועט נישט סתם אראפ לייגן די קינדער און זיך אוועק פארן נאר ער וועט זיכער מאכן אז זיי גייען אריין ביזן טיר אינעווייניג, פארוואשע זאלן מען נישט פארשטיין אז אזא טראסט איז ווערד עפעס,
ווער ס'האט א קאר און קען דרייוון וועט מעיד זיין אז דרייוון א קאר איז א זאך וואס מוטשעט געהעריג אפ א מענטש, ס'איז נישט סתם א ארבעט וואס פלעין מ'זיצט אויף א ווייכן פאטעל און מ'דרייט א רעדל אהער און אהין, ניצן די אויגן מיט ישוב הדעת אויפן ראוד שטרענגט שטארק אן דעם מח, זיצן אין טרעפיק איז א זאך וואס מאכט ממש שוואך א מענטש, אפי' דער פאסאנדשיר וואס דרייוט נישט ווערט אויך אפגעמוטשעט פון טרעפיק, און ווען מ'טראכט אז דרייוון איז א שווערע מלאכה מיט אנשטרענגעניש גיבט זיך גרינגער דעם 20'ער פארן היימישן דרייווער,
ווען א דרייווער קומט אן צו א לאקאל מיט א פארשפעטיגונג פון עטליכע מינוט, פאר מ'גייט זיך רעגן אויף אים איז כדאי צו טראכטן אז אפשר האט אים א גארביטש טראק אדער א סקול באס געבלאקט און ער האט נישט געקענט זיך ארויס זעהן פאר 7 מינוט, און ער איז געווארן ביטער נערוועז ווייל די צייט ברענט אים ווען ער ווייסט אז א קאסטומער ווארט אויף אים, און אז דו וועסט שרייען אויף אים וועט ער יעצט ווערן נאך מער נערוועז, און ווען מ'איז נערוועז איז לגמרי נישט קיין סגולה צו דרייון רואיג, פרעג איך אייך איר זיכט זיך צרות?, שריי נישט אויפן דריווער פליז, אפי' דו יאגסט זיך זייער שטארק און ער איז אנגעקומען שפעט.
איצט לאמיר צוריק גיין צום לעגאלן טייל, א קאר סערוויס וואס איז אפציעל לעגאל ביי די שטאטישע באמטע אלץ א טעקסי האט פארשידענע ראגולאציעס וואס זיי זענען אנדערשט ווי א געווענדליכע קאר, (איך קען נישט פונקטליך אלע געזעצן) איינע פון די זאכן איז סיט בעלטס אדער קאר סיט'ס, דאכט זיך מיר אז אין א לעגאלע טעקסי מוז מען נישט האבן קיין קאר סיט פאר א קלענערע קינד, דעריבער ווען מ'זעצט זיך אריין אין א היימישע קאר סערוויס און מ'זעהט דארט א קאר סיט און מ'האט מיט זיך א קלענער קינד פארוואס זאל מען נישט ניצן דעם קאר סיט, דער דרייווער איז דאך נערוועז יעדע מינוט אז א פאליס שטעלט אים אפ מיט א קוויטל פארן נישט ניצן קאר סיטס, די נקודה איז איין זאך ווי איך שרייב אלעמאל, פשוט ניצן מחשבה און טראכטן פון א צווייטן.
א ווארט צום דרייווער אליין, ביסט א היימישע דרייווער, זעה אז דיין קאר זאל טאקע זיין געשמאק און באקוועם פארן פאסאנדשיר, ס'זאל נישט האבן דעם "היימישן" באדייט ווי דער הודעה פון די "היימישע דירה מיט די היימישע רענט..., א קאר דארף זיין זויבער מבית ומבחוץ, אויב דו האסט ליב צו רייכערן ביטע.... זייער אסאך מענטשן ווערן פשוט פאריקט ווען זיי זעהן נאר רויעך אפי' זיי שפירן נישט דעם גערוך, און דא סדארף איך נישט זאגן אז ווען מ'האט פרויען אין קאר איז נישט קיין זמן פון מאכן קינצן און פליען פון איין לעין צום צווייטן זיי ווערן געפערליך היסטעריש...., קיצור פראביר באקוועם צו מאכן דעם קאסטומער ווי ווייט מעגליך אזוי וועסטו באקומען א נאמען פאר א טראסטבארע דרייווער,
וד' ישמור צאתך ובואך מעתה ועד עולם,
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה