מקוה איד סדר היום / סעריע טאג בוך פון שאץ מאץ
ראשית דבר:
עס וואונדערט מיר שוין פון לאנג, פארוואס דארף א מקוה איד זיין א שלאך...
לאו דווקא א שלאך, אבער עפעס נאר די כעניאקישע עלעמענט, כאפט זיך צו צו דעי ארבעט פון זיין א מקוה איד, כ'האב נאכניש געטראפן אין סיי וועלכע מקוה, א בעסערע אינגערמאן, מיטן אריינגעדרייטן בארד אז איין האר שטעקט זיך נישט ארויס, מיט אזא אויסגעביגלטע העמד אז מ'קען זיך צושניידן פון די קראגן, און אזא באקל פאסיק און שפיציגע שיך, אזא איינער נעמט עפעס נישט אן דעם בארימטן פאסטן פון זיין א מקוה איד, פארוואס?, איז דאס עפעס אזא שלעכטע פרנסה, מוז מען טאקע זיין א שלעפער צו זיין א מקוה איד?....
אפשר כאפ מיר א שפאציר, אינעם קליינעם שטיבל לעבן די מקוה, וואס דארטן איז די סטאנציע פונעם מקוה איד, און אביסל מיטהאלטן א טאג טעגליכן באריכט וואס דארט גייט פאר,
צופרו פארטאג'ס בערך 5 ביז 6 קומען אן די גאנץ פרי אויפשטייער, א געמיש פון אלטע אידן מיט אינגע בחורים, די אינגע בחורים וואס לויפן שוין אין ישיבה, און די אלטע וועמען די בעט ווארפט שוין ארויס,
פון 6 אין ווייטער קומען שוין די 50 יעריגע, וואס לפלא האבן זיי אלץ די זעלבע פראגע - ווערטל, מיט א פרישקייט יעדן טאג...
"נא? די מקוה איז נאס?.....
גוט מארגן, אן קיין זארגן,
דאס וואסער איז פיין?....
נעבאך...., נעבאך אויפן מקוה איד, ער מוז דאס הערן יעדן טאג פונדאסניי, שפעטער אביסל קומען שוין די פאריאגטע איגנעלייט, מ'לויפט אין מקוה, מ'כאפט א מנין, נישטא קיין צייט צו גארנישט, צו די גרופע איז אפילו נישטא אויף וועמען צו קוקן,
נאכדעם בערך 10 אזייגער, קומען אן די ריכטיגע חברה, די מענטשן מיט צייט, אוי זענען זיי א סכנה....
מ'געט זיך א רוק אריין אין שטיבל – קלאזעט, פונעם מקוה איד, וויפיל ס'גייט אריין, און מ'שמיסט איבער די נייעס פון די נאכט, אבער בשעת ה'שמיס, רעדט דאך נאר איינער אדער צוויי, און די איבריגע עולם הערט צו צום פארציילער, און ווען איינער הערט צו א שמיס, קען נישט סתם אזוי צו הערן, מ'מוז עפעס טון די הענט מוזן ארבעטן, באטאפט מען די סחורה פונעם קרעמל...,
אזאנע קופקעס, איז אמאל לטובת און אמאל לרעת פונעם מקוה איד, דעריבער קען מען זיך נישט ארויסשטעלן איבער זיי רעדן..., לטובת, אז ס'איז דא קופקע קומען אריין מענטשן און מ'קען לייזן עפעס, און לרעת, ווייל אז איינער וויל עפעס קויפן קען זיין אז די גרויסע קופקע האלט אים צוריק פון קויפן זיין קעמל אדער נעגל שניידער, וועל מיר זיי איבער לאזן דארט כאפן א שטיקל שמיסל....
אמאליגע צייטן, האט א מקוה איד געדארפט זיין ממש א בוך האלטער, געהאט אזא ביכל, ווי יעדן חודש האט מען פארשריבן ווער ס'באצאלט און ווער נישט, א מקוה איד מיט א גוטן זכרון, האט געקענט זיין ביכל אויף אויסעווייניג, ווער ס'האט נאר דורך שפאצירט לעבן אים, האט גלייך באקומען דעם אנטווארט, די ביסטו שוין שולדיג 3 חדשים מקוה געלט, און דו, האסט גאר קרעדיט א האלבן חודש, ס'האט געהאט אזא סיסטעם, מיט אזעלכע קארטלעך, אזוי ווי מיין מאמע'ס רעסעפי האלטער, און אזוי ווי די קארטלעך פון די עליות וואס מ'זעהט נאך היינט צו טאג אין רוב שול'ן, אזוי האט אויסגעזעהן די אמאליגע מקוה קארטלעך,
אבער היינט, וואס ווייסט דער נייער דור, א דרייער צום מקוה ווי אין טרעין סטעישאן און דאס אלעס, מ'צאלט אין די וואנט, מ'ווייזט דעם קארטל צום וואנט, מ'רעדט צו די וואנט, מ'שמייכלט צום וואנט, מ'רעגט זיך אויפן וואנט, און דער וואנט געט א פייף, און מ'איז איינעווייניג,
דארף דאך דער מקוה איד טרעפן א וועג, אז דער עולם זאל אריין שפאצירן אין זיין גרויסארטיגן ווערהאוז גרויס 3 א האלב פיס ביי 4 פיס, מאכט ער דאס שטארק עטרעקטיוו, ער לייגט און הענגט פארשידענע פארביגע מודעות, מאכט סעיל'ס, באגריסט יעדן דורכגייער, פון די פיצי תפיסה פענסטער'ל, אזוי צו רופן דעם עולם און פארדינען זיינע גרייצער.
סך הכל וואס פארקויפט א מקוה איד, גרעיפ דשוס, וויין, ברוינפן, ביר, לעכט, שמן זית –קנויטן, נעגל שניידער, קעמלעך, זייף, שיך בענדלעך, שירעמעס, טעלעפאן קארטעלך פאר לאנג דיסטענס, טעלעפאן בוק'ס אנ"ש, קינדער ביכלעך, גמ"ח טעיפס, מוזיק טעיפס די נייע, קוקיס פאר תיקון, בראנפן גלעזלעך, סידורים, חומשים, זמירות'ער, מחזורים,
פרייטאג - פארקויפט ער, אלטע קוגל (אבערנייט), און עטליכע דיפס, ממינים מינים שונים,
פאר חנוכה - קנויטן, אויל, גלעזלעך, קינדער מנורה'ס, דריידלעך, און מעוז צור'ס,
חודש תשרי - תשליך'ער, הקפה'לעך, לולב האלטער'ס, באזונדערע מחזרוים אויף ר"ה יו"כ, ליקוטים, קלי זום, טאבלעטן צו פאסטן גוט, נוי סוכה טאוולען, קיישלעך, רינגלעך פארן לולב, (ערבות באלאנגט צום שמש נישט צום מקוה איד, און פיל מקומות איז דאס קאמבאנירט צו איין מענטש, דער שמש מיטן מקוה איד),
פאר פורים איז אונזער מקוה איד, א מבין אויף וויין ממש צום שטוינען, ער ווייסט פונקטליך, וועלכעס איז זיס און זויער, וועלכעס איז א טריקענע, וואס האט א טעם פון האלץ, און וואס א טעם פון טשערי, און איז מסביר פאר די נייגעריגע אידן, וועלכע וויין ס'לוינט צו קויפן, און דערוילעם קויפט...., איי דער חילוק איז נאר ביי די ערשטע 3 גלעזלעך וויין, ווייל נאך 3 גלעזלעך שפירט מען שוין נישט א חילוק, צו דער וויין איז טריקן אדער זיס, אבער ווייזט אויס אז מ'דארף מקיים זיין עד דלא ידע, אויך ביים קויפן...
פסח שני - מצות, ל"ג בעומר - פיילן בויגנ'ס, מיט בר יוחאי'לעך, בקיצור דער מקוה איד האט א סדר השנה,
פארוואס א מקוה איד מוז האבן 35 שליסלעך, מיט אזא גרויסן רינג, ווייס איך נישט, נאר ווייזט אויס אז די וועירהואז פון די וויין, די בוילער, די בורות, די פרידשידער, דאס אליין פארמאגן 10 שליסלעך פער יעדע זאך, ווייל אז נישט פארשטיי איך נישט דעם מהלך פונעם גאנצן פאק שליסלעך,
דריי מאל א יאר קומט פאר די מאסן געשערעכטס, ערב פסח, ערב שבועות, ערב ר"ה, (אין סקווירא אויך פ' מקֶץ), צו דעם מאסן געשערעכטס גרייט זיך דער מקוה איד, ווי א קענדי סטאר גרייט זיך פאר פורים, ס'הענגען שוין צעטלעך 2 וואכן פאר פסח, "סגולה קעגן קאפ וויי זיך שערן ערב ר"ח ניסן", דער מקוה איד וויל לינדערן זיין קאפ וויי ערב פסח, זאגט ער אז דער עולם זאל זיך שוין שערן 2 וואכן פריער, גוט...., דערנאך הענגען צעטלעך,
סדר השערן: קינדער פון 4 ביז 6,
טאטע'ס צופרי ביז 10,
בחורים 2 ביז 5,
א סקעדשול ממש ווי דער מאנסי באס,
דער מקוה איד שפאנט איין זיינע קרובים און באקאנטע, זאלן אים צוהעלפן צום מאסן געשערעכט'ס,
ענדליך, מ'שטייט שוין ביים שערן, נאכן ווארטן א שעה אין די ליין, וואס דעי שעה אליין, איז כדאי לעצמו מ'זאל רעדן דערפון, ווייל בשעת מעשה קען מען נישט געהעריג רעדן, ס'רעדט זיך עפעס נישט פליסיג ווען מ'שטייט אזוי אין האל לעבן די מקוה, מיטן בלויזן טלית קטן, ווארטנדיג צו ווערן אפגעגאלט, מ'קוקט זיך אן איינעם דעם צווייטן, און מ'באטראכט וויאזוי דער שערער שערט, ס'פילט האר, ער מענאווערט זיין שער מאשין ווי מיין קאר געים אויפן קאמפיאטער, ס'פליט די מאשין, אהער און אהין, און בינו לבינו מאכט זיך עפעס א ליידיגע קאפ,
בכלל ווען מ'באטראכט די קעפ וואס ווערן געשוירן פאר מיר, איז גאר קאלירפול צו זעהן, איינער מיט א פולן זויבערן קאפ, דער צווייטער קריכן אים שוין ארויס די האר, און דאס ביסל וואס ער האט איז פיל מיט...דענדראפ'ס, און אזוי ביים שערן ווערט דאס נתגלה און אויף געאקערט, דער דריטער איז שוין אינגאנצן ווייס, צום ווינדער אז זיין בארד איז נאך ממש שווארץ, א.א.וו.
ווען מ'זעצט זיך שוין ארויף אויפן שערער'ס לעקטריק טשעיר, זאגט יעדער דעם זעלבן פזמון, "געב אכט אויף מיינע פיאות", כ'האב א קליינע / גרויסע שיעור, (דרך אגב ס'האט א מקור עפ"י הלכה, צו זאגן געב אכט אויף מיינע פיאות, וויבאלד לא תקופו פאת ראשכם איז א לאו, ממילא אז מ'שערט זיך אפ און מ'ווארנט דעם שערער נישט צו פארשניידן, האט מען א חלק אין די מצוה,)
שערן א קאפ, קאסט 5 דאללאר, איך וואלט געזאגט אז פאר שערן אליין קומט זיך נישט קיין 5'ווער, ער האט דען עפעס שטאדירט דערפאר, ער איז עפעס געגאנגען אין קאלעדש דערפאר? צו וואס קומט אים צו פארדינען אויף יעדן קאפ א 5'ווער?, וואס צו יעדע 5 מינוט מאכט ער א קאפ, קומט אויס א שעה 12 מאל 5 איז זעכציג דאללאר, (מעשה חסידישע איד צו ציילן יענעם'ס פארמאעגן...)
העי! סטאפ! וואס ווילסטו, די ווילסט בלייבן מיט קאפ מיט האר פון מקץ ביז מקץ? ניין פונקט פארקערט, כ'וויל זאגן אז עס קומט אים מיט יושר דעם 5'ווער און אפשר נאך מער געלט, אבער נישט פארן שערן אליין, נאר בלויז אנצורירן מיין קאפ, אדער אפי' נאר צו קוקן אויף מיין באקאנטן חבר'ס זויבערן קאפ, קומט זיך פארדעם אליין א 10'נער ביושר, נאר וואדען דער מקוה איד איז דאך א בעל רחמים, קוק אן אן וויאזוי ער זעהט אויס, אזוי נאכגעלאזט, אלעס איז גוט ביי אים, אפי' די הויזן אין שמוציג, אפי' די שווארצע טלית קטן האט עטליכע ווייסע פלעקן, אפי' די קאפל איז שוין מער ווייס ווי שווארץ, איז גוט, ממילא איז ער צופרידן אז נאכן שערן געט מען אים בלויז א 5'ווער, ותו לא.
איין סוד וואס איך וויל נאך דערגיין, איז פון ווי האט דער מקוה איד אזא אוצר פון האטוכער, מילא יעדן טאג, אקעי מ'וואשט דאך, יו"ט דער 2טן טאג האט ער נאך אביסל איבריגע, אבער אזא 3 טעג יו"ט, מיט א שבועות ביינאכט, ווי נעמט מען אזויפיל האנטוכער?, און ווי ליגן זיי אגאנץ יאר?, אפשר דא ליגט דעם סוד פון די סאך שליסלעך....
ס'איז קלאר אז דער מקוה איד האט שווערע ארבעט שטונדן, יעדן ערב שבת ויו"ט, אפי' אזא הושענא רבה, ערב פסח, ערב יו"כ, ווען קיינער האט נישט קיין צייט, זיצט ער אין זיין קעמערל און האנדלט מיט אנגעצויגענע אידן, דאס איז נישט פון די לייכטע זאכן, ווייל שטיין לעבן א אנגעצויגענע איד ערב שבת ויו"ט איז א סכנה, דילן מיט אים, על אחת כמה וכמה,
אפשר איז דאס גאר א בענעפיט, ווייל בשעת ווען יעדער איז אנגעצויגן אינדערהיים, דאס ב"ב שרייט, די קינדער האבן נישט קיין חדר, די הכנות צום שבת ויו"ט זענען גרויס, און ער אונזער מקוה איד, איז זיך אינגאנצן משתלט פון דעי פרעשור, זיצט דא על מי מנוחות, אבער לעמות זה איז אפשר פונקט פארקערט, אינדערהיים האט מען נאר פרעשור פון איין ווייב, מיט עטליכע קינדער, דא אין מקוה איד רעזידענץ, איז דאך דא פרעשור פון אסאך אידן, וואס געבן אויס זייערע ווייבער'ס פרעשור, טאקע דא אינעם קליינעם שטיבל, ווער זאגט אז דאס איז ליכטער ווי די אייגענע פרעשור, בלייב מיר לכאורה, ביי א צריך עיין.
אבער כאפנדיג א שמיס מיט א מקוה איד, זאגט ער מיר אז אלו ואלו מנצחים, די מעשה איז אמת, ס'איז אמת אז אלע אנגעצויגענע אידן, ליידיגן אויס זייער אנגעצויגנקייט טאקע דא אין מקוה שטיבל, אבער דערפאר מיינט נאך נישט אז די פרעשור פודערהיים גייט אוועק, אדרבה, די פרעשור פון ס'ווייב קען מען ווייערן דורך א טעלעפאן אויך, און די פרעשור פון ס'ווייב, ווערט געלייגט מיט א לחץ פון מיטוואך נאמיטאג מוז ער שוין העלפן, ווייל ער איז דאך נישטא פרייטאג נאמיטאג, און פרייטאג גופא, ביז 2 נאכמיטאג פארן עפענען די מקוה, איז ער אונטער הויז ארעסט, ווייל העי, די גייסט דאך באלד נישט דא זיין, זאלסטו בעסער צולייגן א האנט, קומט אויס, אז לא די, די פרעשור פון דערהיים איז גרעסער ווי סתם איינער, קומט נאך צו די פרעשור פון די אנגעצויגענע אידן, וואס גיסן אויס זייער היץ פון א כלי ראשון צו א כלי שלישי, אויף אונזער נעבאכדיגע מקוה איד.....
און א ערנסטע בליק, קען מען זאגן אז קויפן וויין –גרעפ דשוס ביי א מקוה איד, האט מער הידור, ווי אין סיי וועלכע געשעפט, פאר די אלע וואס זענען מקפיד, נישט קידוש צו מאכן אויף וויין וואס א גוי האט געזעהן אפי' דורך א געסילטע באטל, ווייל בדרך כלל ביים מקוה איד, זענען די וויינען פארשטעקט אז דער גוי זאל עס נישט זעהן, (אפשר קומט דא אויך אריין אפאר שליסלעך פונעם גרויסן רינג), משא"כ א גראסערי ווי מ'קויפט גרעיפ דשוס, פאקן אויס די גוים אויף די שעלפס, נישט נאר זיי קוקן דערויף נאר זיין האלטן עס ממש מיט די הענט, ווי אויך אין ליקאר סטאר קומען אריין גוים און זעהן די וויינען, (דאס איז נישט א פראלעם מיט הלכה, ס'איז אבער א חומרא) דעריבער פירן זיך טאקע אסאך אידן, צו קויפן דווקא ביי א מקוה איד אלע וויינען צו קידוש, און דער עיקר צו געדענקען וחי אחיך עמך, ווענדט זיך ווער ס'איז מער אחיך, דער מקוה איד אדער דער גראסערי - ליקער סטאר.
יעצט צום עצם מקוה אליין,
יעדע מענטש, איז יעדן טאג, אין א אנדערע מאאד, אין א אנדערע גוסטע, ראי' לזה ס'איז אפי' פארהאן א מאאד אשכול, ווי יעדער דריקט זיך אויס וואס פארא גוסטע ער איז היינט, במילא, אפי' דער מקוה איד האט ביי זיך אזא פונקטליכע טערמעסטאט, פון ווי ער קען אויסרעכענען יעדן טאג פונקטליך, ס'זאל זיין די בורות די זעלבע גראד היץ פונקטליך יעדן טאג, איז נאך אלץ נישט מעגליך צופרידן צו שטעלן יעדן איינעם יעדן טאג, און אפי' נישט דיר, ווייל דו אליין ביסט דאך נישט אין די זעלבע גוסטע היינט ווי נעכטן, אפי' נעכטן האסטו יא הנאה געהאט פונעם מקוה, האסטו היינט נישט די זעלבע הנאה, ווייל דו ביסטו דאך אין א אנדערע גוסטע היינט, און באמת איז די מקוה די זעלבע הייס ווי נעכטן, דעריבער אנשטאט צו האבן טענות אויפן מקוה איד אז ער מאכט נישט קיין נארמאלע מקוה, בלעים דיין בעבי וואס האט דיך געוועקט ביינאכט...
בנוסף וואלט איך געוואלט צוגעבן א נאמען צום קעמערל פונעם מקוה איד, דער קליינער שטוב זאל הייסן "אבן הטוען" (פאר די וואס ווייסן נישט, אין בית המקדש איז געוועהן א מקום, דער אבן הטוען, ווי יעדער וואס האט פארלוירן אדער געטראפן א חפץ איז אהין געגאנגען, און אזוי ארום האט זיך יעדער געטראפן זיינע חפצים) די השבת אבידה חפצים וואס מ'זעהט אין מקוה שטיבל איז פלאי פלאים, גארלטעך, גלעזער, פעדער'ס בערזלעך, פוד סטעמפס קארד'ס, שליסלעך (געכאפט דעם סוד פון די סאך שליסלעך....), געלט, קרעדיט קארד'ס, קעמלעך בשפע, קאפלעך, היטן, טלית קטן'ס, שטריימלעך, טליתים, און וואס נישט... (כ'מוז מפסיק זיין מיט א מעשה, א ליטוואק איז אמאל געוועהן אין מקוה, האט ביין אנטון האט ער נישט געטראפן זיין טלית קטן, האט ער אנגעפאנגען חוקר זיין, ווער ס'האט עס אים צוגענומען, געדרייט מיטן פינגער, איז דער גנב א פרומער האט ער דאך א אייגענע טלית קטן, צו וואס דארף ער מיינס? איז ער א פרייער צו וואס דארף ער בכלל א טלית קטן?, אלא מאי מוז מען זאגן אז דער גנב איז יע א פרומער, איי ער האט דאך א אייגנס, איך בין דאך אויך א פרומע און איך האב ניט קיין טלית קטן.....)
רעדניג פון די שווערע שעות, וואס א מקוה איד פארמאגט, האט אמאל איינער געטראכט, וויאזוי ס'ווערט שבת אדער יו"ט צופרי א פרישע ווארעמע מקוה?
ס'איז דא סוד אונטער דעם, אז דער מקוה איד פרייטאג צונאכטס נאכן דאווענען אדער נאכן סעודה, קומט דאבל טשעקן, צו די מקוה איז אויסעגליידיגט, און די פרישע וואסער גייט אריין ווארעמערהייט, איינער באצאלט אים דערפאר?, ניין, נאר זאל זיך דער מקוה איד דערוואגן צו מאכן א קאלטע מקוה שבת צופרו, אוי העט ער כאפן פונעם עולם,
זאת ועוד, ווען די דערזעהסט זיך דעם צווייטן טאג יו"ט אנע וויין, ווי איז דער ערשטע אדרעס, דער מקוה איד, ער זאל געבן אפאר פלעשער אויף בארג, צו מ'באצאלט נאך יו"ט, איז שוין א מס' פאר זיך,
און טאמער ביסטו זיס פארשלאפן יו"ט צופרו, און די קומסט אין מקוה 11 אזייגער, און ס'שוין נישטא קיין האנטוכער, ווארט נאר ווארט, וואס דער מקוה איד וועט כאפן ביים ליינען... (ביים דאווענען שוין נישט, ווייל אין ביהמ"ד האלט מען שוין ביי יוצר אור).
היוצא לנו מכל זה, וואס הייסט וואס, געהרג'עט צייט געליינט אן ארטיקל פון שאץ מאץ, ניין, די פינטעלע איז צו פארשטיין, אז דער ציבור'ישע ארבעטער איז אויך א מענטש, מיט נארמאלע געפילן, יא, טאקע אונטער דעם שלאכישן אויסקיק, איז פארהאן א נארמאלע משפחה, א מענטש נישט קיין ראבאט וואס מאכט נישט קיין טעותים, אז מ'שרייט אויף אים הערט ער געהעריג, און עס איז דא א מעגליכקייט אז ס'זאל וויי טון....
ומכאן הקריאה יוצאת אז....
לייגט צו ווייטער וואס מ'וויל..... שוין גענוג געשריבן.....

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה