א טאטע אין פורים / ט.ב. שאץ מאץ
באחד באדר משמיעין על השקלים, אפשר א פשט, באחד באדר אינעם ערשטן טאג אין אדר "משמיעין" לאזט מען זיך הערן "על השקלים" מלשון וואגשאל – משקל,
וואס וועגט מען אפ? בפשטות די שווערע וואג פון די נאש וואס גייט ווערן אויפגעגעסן און אויסגעטיילט במשך דעם חג הפורים...
אפשר נישט???...
איך מיין אז מיטן פורים ארטיקל וועלן מיר שוין פארטיגן בע"ה די סעריע "טאטע ארטיקלען" פון מעגל השנה טאג ביכער פון שאץ מאץ, (ווייל אנגעהויבן האבן מיר פסח, און דערנאך שבת, צו חודש תשרי, חנוכה, און יעצט האלטן מיר ביי פורים און בקרוב ווערט שוין נאכאמאל פסח, גלייבסט נישט? פרעג דיין ווייב....) באחד באדר משמיעין על השקלים מ'וועגט אפ יעדעס ווארט ס'זאל האבן טעם און מ'זאל רעדן אביסל צום חפצא, דברים הנוגעים אל הגוף, ודברים הנוגעים אל הנשמה.... הכל מותרים לך....
איי פורים! פורים!, אזא לוסטיגער פרייליכע געשמאקע יו"ט, א יו"ט וואס יעדער איז אייניג פרייליך, קינדער און טאטעס, מיידלעך און מאמעס, זיידעס און באבעס, ארימעלייט און עשירים, אלעס דרייט זיך מיטן זעלבן שמייכל, ווי נאר די מגילה ענדיגט זיך מיטן הויעכן מגילה אויסריף (די זעלבער תנועה ווי וחמת המלך שככה) ודובר שלום לכאאאההל זרעוהוי.... ווערט אטאמאטיש פרייליך ביי יעדן אויפן הארץ אז מ'וויל זיך אונטער טאנצן אפי' ווען מ'פאסט נאך....
ממש מהיפך להיפך פון תשעה באב, וואס ת"ב ווי נאר מ'ענדיגט דעם טרויעריגן איכה תשעה באב ביינאכט מיטן קינות נוסח השיבינו ד' אליך ונשובה חדש ימינו כקדעעההעעההם.... ווערט פאר יעדן אומעטיג אויפן הארצן, דער עולם צושפרייט זיך אין ביהמ"ד מיט אראפ געלאזטע קעפ אן א גוטע נאכט,
פונקט פארקערט ווערט פורים ביינאכט, יעדער איז אויפגעלייגט און פרייליך און מיטן קאפ ארויף וואונטשט זיך יעדער מיט א הויעך "א גוטן פורים"!!!, (מ'גריסט הויעך אפי' פאר די מענטשן וועמען מ'באגניגט זיך צו גריסן אגאנץ יאר נאר מיט א בלויזע קאפ שאקל...)
פורים איז זייער זייער א פרייליכע טאג, מ'טאר אבער נישט פארמישן די יוצרות, נישט ווערן צו צולאזט און נישט ווערן צו הייליג, מיך באדערט געפערליך ווען א זויערע פיקל איד רעגט זיך אויף א לעבעדיגן בחור'ל, דו בחור! זיי מיר נישט אזוי צולאזט דא! דו ווייסט ס'איז א הייליגע טאג היינט?.... טוט מיר א טובה און פאדרייט מיר נישט די יוצרות, אז א איד וויל זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים פורים איז דאס אוודאי א דבר חשוב, אבער צו לייגן צעטלעך אויפן טיר תענית אסתר ביינאכט 10 אזייגער "ביטע נישט קלאפן ווייל מ'שטייט אויף פארטאג'ס זאגן תהלים" איז א פאדרייטע זאך ס'האט נישט קיין פירוש, ס'איז סתם פאדרייט די יוצרות, תענית אסתר איז טאקע א זמן וואס מ'זאגט תהלים און ס'איז מקובל פאר א עת רצון, אבער פורים איז מען אין אלע דורות געוועהן פרייליך און היפש (כלשון דעם זויערע'ן איד) צולאזט,
די זעלבע זאך איז ווען איינער גייט ארויס פון די גדרים און איז מזיק, אדער פארשעמט אידן, אבער ער פארשעמט פשוט זיך אליין מיט זיין התנהגות איז אויך נישט גוט, עד דלא ידע האט אויך א מאס און א שיעור, דא קומט אריין דער משמיעין על השקלים דער משקל שוקל צו זיין וואס יא און וואס נישט, וויפיל מ'מעג יא זיין צולאזט, און ווי שטארק ערנסט מ'מעג זיין.
ווי שוין געשמועסט אין אונזער חנוכה ארטיקל איז די ערשטע זאך "הכנה" מ'קען נישט צוגיין צום יו"ט פורים אן קיין הכנה, ימים טובים זאגן אלע ספרים ווערט מקודש בבי"ד של מטה, לא כן שבת וואס ווערט מקודש מלמעלה, דעריבער וויבאלד ימים טובים ווערן מקודש מלמטה דארף געטון ווערן פעולות מלמטה מעורר צו זיין קדושת החג, משא"כ שבת קומט דער קדושת שבת אפי' בלא הכנה,
בנוסף צו דעם וואס דער הייליגע בני יששכר איז מגלה אז חנוכה דרייט מען פון אויבן דעם דריידל און פורים דרייט מען פון אונטן דעם גראגער, ווייל חנוכה איז א אתרעותא דלמעלה און פורים איז א אתרעותא דלמטה, דער גאנצע נס פורים איז געשעהן דורך די מעשים פון מענטשן אויף די וועלט, (ע"ד הטבע ווי דער קדושת לוי איז מבאר, מגילה ס'ווערט נתגלה, אסתר די נסים פון הסתר) קומט אויס אז פורים ווענט זיך אסאך אין די פעולות למטה, איז דאך פשוט אז ס'דארף געטון ווערן הכנות און פעולות לצורך החג,
ווען מ'רעדט פון הכנות קען דאס זיין פארשידנס, ראשית, פשוט לערנען די הלכות וואס איז מדינא דגמרא אז מ'דארף לערנען הלכות החג פאר יעדן יו"ט, שנית צו לערנען די מגילה מיט סיי וועלכן פירוש, לעצטנס איז ארויס געקומען א הפלא'דיגע ספר "פירסומא ניסא" (ע"י ידידי הרב צבי ווייס שליט"א) דער ספר פארציילט די מעשה פון פורים מיט אלע פרטים אזש מ'זעהט דארט חידושים נשגבים וואס איז ממש מחי' דעם גאנצן מענטשהייט (צדיקים זאגן אז נקמה איז א רוחניות'דיגע הנאה, און דא ווען מ'זעהט דעם זיסן נקמה אין המן איז ממש א תאוות רוחני...)
מיר רעדן שוין נישט פון אביסל מער געהויבענע אידן מיט אביסל מער העכערקייט וואס קענען לערנען קדושת לוי (די קדושת צום סוף ספר) אויף פורים, צו סיי וועלכע מגידות אדער חסידות, די מציאות איז א אפי' ווען מ'גרייט זיך נישט צו מיט עפעס מעידשער הכנות דאך וועט מען זעהן אז די קריאת המגילה בייטאג איז מיט פיל מער געשמאק און ברען ווי ביינאכט, פארוואס? פשוט ווייל די ביינאכט'יגע קריאה איז א אטאמאטישע הכנה צום בייטאג קריאה, ביינאכט שלעפט אריין די מגילה ליינען און ברענגט אריין דעם מענטשן מיטן גאנצן געפיל צו פורים בייטאג, איצט ווען מ'זאל האבן א הכנה בעפאר יו"ט פורים וואלט אויך דער ביינאכט געוועהן א חלק פונעם יו"ט און אוודאי בייטאג נאך מער,
אין חלק פון קוקן אין ספרים לכבוד פורים, איז פורים אנדערשט ווי אנדערע ימים טובים, סתם א יו"ט ווען א טאטע וויל נאכזאגן א גוט ווארט מוז ער נישט קוקן אין ליקוטים, ער קען נעמען א תפארת שלמה א חתם סופר, א בני יששכר, און ארויס נעמען פון דארט סחורה, פורים אז מ'זיכט גוטע ווערטער אויף די מגילה עפעס גוטע סחורה וואס מ'קען פארקויפן פאר די קינדער, מוז מען אביסל אנקומען צו די ליקוטים זיי האבן שוין געטון דעם דשאב פאר אונז מלקט צו זיין גוטע ווערטער און שיינע טייטשן אויף די מגילה.
תענית אסתר
איז געווענדליך אביסל א אנגעצויגענעם טאג, מענטשן האנדלען זיך איין צרכי פורים, וויין, קליין געלט, שלאך מאנעס צוגעהערן וואס די אשת מפחידי ארדערט אהיים צו ברענגען, במשך דעם טאג זענען דאך די קינדער אינדערהיים, אביסל צולאזט, (אביסל???...) און ס'ווייב אנגצויגן (ס'מוז דאך שטומען די מעטשינג סטיקער פון די שלאוך מאנעס צו די פארשטעלעכטס... אוי א בראך) ווער ס'קען וואלט געוועהן א וויכטיגע זאך צו זיין אינדערהיים פשוט צו האלטן די קינדער אין די ראמען, דאס בעסטע אז מ'קען מאכן א שטיקל סדר היום מיט די קינדער, דהיינו, ארויס געבן ארבעט פאר די קינדער, גיין, קומען, אויף פיקן, ווי אויך צוזאגן א ספעשל גוטע זאך ווער ס'זאגט א האלבע שעה תהלים, היות ס'איז א תענית ציבור לזכר מדרכי הצדיק וואס האט געפאסט אינאיינעם מיט די קינדער, וויבאלד אף הם היו באותו התענית איז זיכער אז תענית אסתר איז עטוואס מחייב די קינדער,
פאר זיך אליין ווער ס'קען נאכן דאווענען שחרית צופרי צולייגן אפאר קאפיטלעך תהלים, ווי אויך אריין קוקן אפאר מינוט אין א ספר, אדער הערן א טעיפ אונטערוועגנס מעניני דיומא איז א שטארקע הכנה,
שיקן די קינדער נאך געלט צו די ארומיגע הייזער איז אויך א גוטע אפציע, (אנדערע ווערן אפשר נערוועז אז מ'קלאפט אין די טיר אבער איך נישט, ווייל איך האב אויך יונגלעך און איך ווייס וואס פאר א ישועה ס'איז אז מ'קען ארויס שיקן א קינד פון דערהיים תענית אסתר)
ביי אונז אינדערהיים האט מען אין א תענית ציבור נישט געמעגט עסן קיין נאש, מיר האבן דאס אלע גוט פארשטאנען, טאטעס פאסטן טאקע אינגאנצן ווייל זיי זענען גרויס און האבן כח, ווידער קינדער וואס האבן נישט קיין כח צו פאסטן מעגן עסן, אבער נאר געזונטע עסן נאש טאר מען נישט עסן, ס'איז זייער א גוטע הנהגה איינצופירן ביי קינדער אראפ צו שטעלן א יסוד אז אין א תענית ציבור עסט מען נישט קיין נאש בפרט תענית אסתר ווען דאס גאנצע הויז איז פיל מיט נאש....
אז מ'האט אליין צייט איז גאנץ גוט ווען מ'קען זיך אביסל אראפ לייגן כאפן א דרימל, אויב נישט פאר זיך אליין כאטש די קינדער זאלן כאפן א דרימל, שלאפן ערב פורים פאר קינדער איז כמעט אזוי וויכטיג ווי דער ערב פסח שלאף, מ'דארף זיכער מאכן אז מ'האט אלעס וואס מ'דארף פון די געשעפטן לכבוד פורים, ווייל רוב רובו געשעפטן זענען פארשפארט פורים, און צומאל קען מען וואנדערן פורים א גאנצע שעה ביז מ'טרעפט א אפענע גראסערי צו קויפן א נארישע פעקל פעמפער'ס...
עס דארף צוגעלייגט ווערן אז היי יאר וואס פורים קומט אויס מוצאי שבת איז פיל גרינגער דעם טאג פאר פורים, ס'איז דא צייט במשך דעם שבת צו רעדן מיט די קידנער מעניני דיומא, און אויס חשבון'ען ווי הויעך די תלי' איז געוועהן, און וויפיל וויין אחשורוש האט געטרינקען, און ווי גרויס די וויידל פון ושתי איז געוועהן..., אפגערעדט אז מ'קען און מ'דארף כאפן א דרימל שבת נאכמיטאג סיי דער טאטע און אוודאי די קינדער.
ליל תענית אסתר
תענית אסתר פארנאכטס טוט מען זיך אן בגדי שבת, און מ'גייט צו מנחה – קריאת המגילה, אסאך פירן זיך צו גיין אין מקוה, (גאנץ א שיינע מנהג פונקט ווי יעדע ערב יו"ט) אויב מ'קען זאל מען גיין אין שול אפאר מינוט פריער מ'זאל האבן צייט צו זאגן א קאפיטל תהלים, און אריין קוקן אין א אידיש ווארט לכבוד פורים, מ'ליינט ויחל, מ'גיבט מחצית השקל, מ'מישט, מ'הייבט האלבע טאלער'ס אהער און אהין, ס'מאכט א גרודער וואס ברענגט אריין א פורים'דיגע שטומונג,
קינדער וואס קענען זיך שוין האלטן שטיל זאלן קומען אין שול, און אוודאי מיט א גראגער אפי' מ'ליינט איבער די מגילה אינדערהיים, כאטש ער הערט נישט אויס ס'גאנצע מגילה זאל ער קומען אין שול, ס'איז א שיינע איבערלעבעניש פאר א קינד ווען ער הערט אלע טאטעס טופענען מיט די פיס ביי יעדן המן, און ער אויך דערלאנגט דעם המן'ען אפאר האקעס ער זאל וויסן איינמאל פאר אלעמאל.... (כמדומה איז טאקע דער לשון המחבר אין שו"ע הלכות מגילה מנהג טוב להביא ילדים)
און די טאטע'ס אליין זאלן אויך נישט נערוועז ווערן פון די האקעריי ווייל ס'איז א מנהג צדיקים וקדושים מקדמת דנא, און מ'טאר נישט זיין קיין אויבער חכם.
ס'איז גוט אריין צו שלעפן קינדער ווי מער אין די מקרא מגילה נישט אין די הבלים פון שיסן קרעקער'ס, (איך זאג עס מיט ווייטאג ווייל מעשה שהי' בדידי הוי, איך לאז געווענדליך נישט מיינע קינדער זיך שפילן מיט די גוי'שע געצייג, למעשה איינמאל נישט באמערקנדיג האט א חבר אינמיטן מגילה ליינען דערלאנגט פאר מיין יונגל א שטריק וואס ווען מ'געט דאס א צו אויס פלאצט דאס אויס מיט א קראך און מיט רויעך, מיין יונגל האט נישט געוואוסט פונקטליך וויאזי דאס ארבעט, און ער האט דאך געוואלט זעהן מיט די אייגענע אויגן דעם קראך, האט ער געגעבן א גוטן שלעפ מיט ביידע הענט אין ס'האט אויפגעפלאצט אין פארנט פון זיין פנים, און ער האט זיך אפגעבריט די אויגן ר"ל, צו מיין מזל איז לעבן מיר געשטאנען א הצלה מעמבער ער האט אים א כאפ געטאהן און גענומען זיינע כלים ובתוכם עפעס א שפריצער און אים אריין געשפריצט אין די אויגן אזא וואסער וואס האט בארואיגט די מעשה, ער זאגט מיר איך האב געהאט מזל אז די אויגן זענען נישט געוועהן נענטער ווייל ווען נישט וואלט געקענט זיין פאטאל ר"ל) איך רעד שוין נישט אז אסאך פייער קראכער'ס מאכן אן א שטיקיגע רויעך, אז ס'שטערט די ארומיגע.
קריאת המגילה שטייט אז ס'דארף זיין ברוב עם, כאטש וואס געוועדליך דאוונט מען אין א קלענערע שול, איז א גוטע חינוך פאר די קינדער אז זיי ווייסן דער טאטע גייט הערן מגילה ליינען אין א גרויסע שול, ביינאכט צו בייטאג זאל מען זיך זוכן א גרעסערע מנין ווי אגאנץ יאר,
פארשטעלן
דער מנהג פון זיך פארשטעלן פורים איז א אלטער מנהג וואס גייט נאך צוריק צו אסאך 100'טער יאר צוריק, מ'געפינט אין אלע ספרים מענטשן פלעגן זיך פורים פארשטעלן כל מיני זאכן, (ס'איז אפי' דא א שאלה צו מ'מעג זיך פארשטעלן בבגדי אשה אין די תשובות ספרים לאיסור ולהיתר) אז א קינד וויל א געוויסע זאך זיך פארשטעלן זאל מען אים לאזן אפי' די מאמע טענה'ט אז ס'איז יאנטשי, ס'איז זיין יו"ט לאז אים זיך פארשטעלן וויאזוי ער האט ליב, צווינג אים נישט ארויף א פארשטעלעכטס וואס ער האט נישט ליב און ס'איז נאר מעטשי פאר די נארישע אויסטרעף פון די סעט מיטן משלוח מנות, חוץ אז מ'וויל זיך פארשטעלן ווי א שטארק גוי'שע זאך איז פארשטענדליך אז א טאטע זאל נישט וועלן לאזן זיין זון זאל זיך פארשטעלן ווי א שחור... ס'איז דא גענוג נארמאלע פארשטעלעכט'צער אויפן מארקעט, דער טאטע זאל נישט אפלאכן פון א קינד וואס ווייזט ארויס געפערליכע אינטערעסע איבער זיין פארשטעלעכטס כאילו דאס איז זיין חתן שטריימל, ווייל ווען דו ביסט געוועהן א קינד האט עס דיר פונקט אזוי שטארק אינטרעסירט, און יעצט איז זיין צייט, די זעלבע זאך איז מיט מיידלעך, זיי האבן זיך זייערע זאכן וואס זיי איז אינטרעסאנט און דער טאטע זאל עס נישט אוועק מאכן, אז זיי ווילן זיין א העלא קיטי צו א כינעזער דאלי זאל זיי געזונטערהייט זיך פארשטעלן מיט דעם,
סעודת פורים של לילה
סעודת פורים שעשאה בלילה לא יצא יד"ח, ס'איז טאקע א שיינע מנהג אז ס'קומט זיך צוזאמען די משפחה און מ'פארברענגט צוזאמען מ'מאכט זיך פרייליך, מ'טאר אבער נישט פארגעסן אז מ'דארף אוועק לייגן כוחות אויף מארגן צו די מצות היום, סיי מיט די סעודה זיך נישט צו פיל אנעסן, און סיי מיטן זיך לייגן שפעט, כדי אויפצושטיין פורים צופרי צייטליך,
יום פורים
פורים צופרי איז איינע פון די השכמות וואס די סימן איז וישכם "אברהם" בבוקר אברהם ר"ת 'איכה – תשעה באב, 'בראשית – שבועות, 'ראש השנה, 'הושענא רבה, 'מגילה, (כ"כ בס' דבש לפי מערכת ה' ובלקוטי מהרי"ח הל' ר"ה), אויפשטיין פרי אין פורים האט אסאך מעלות, היות ס'איז דא פיל מצות היום וואס פארנעמט אסאך צייט דער טאג זאל נישט אדורך לויפן מיט גארנישט,
לאמיר זאגן מ'שטייט אויף בערך 7'נע צייט, מ'קוקט אריין אין א ספר, ווייל ס'שטייט פון קדמונים א מורא'דיגע ענין צו לערנען צווישן די צוויי מגילות היינו צווישן קריאת המגילה ביינאכט און בייטאג, מ'דאוונט במתינות, מ'ליינט מגילה, געווענדליך טרעפט מען שוין אין ביהמ"ד וועמען צו געבן מתנות לאביונים, זאל דאס אבער זיין נאך קריאת המגילה ווארום די שהחיינו וואס מ'זאגט פאר קריאת המגילה גייט ארויף אויף מתנות לאביונים, אז איינער דאוונט אפ פרי, קען ער אהיים קומען צייטליך און שיקן די ב"ב הערן מגילה און די זעלבע צייט בעבי סיטן און זאגן א קאפיטל תהלים אדער קוקן אין א ספר, דא איז אויך שייך די זעלבע כלל פון נעכטן און נאך מער אז די קינדער זאלן מיטהאלטן קריאת המגילה כנזכר לעיל,
סעודת פורים
געווענדליך גייען אינגעלייט עסן סעודת פורים ביים טאטע'ן צו ביי שווער, עכ"ז איז א וויכטיגע זאך, זיכער מאכן אז די קינדער זאלן עסן גלייך צופרי ווען מ'קומט אהיים פון שול און אפשר נאך פריער א געהעריגע פרישטאג אפי' א קליינע סעודה, אין אסאך מקומות האט מען זיך טאקע געפירט צו עסן צוויי סעודות איינס מיטאג און איינס פארנאכט, דאס איז וויכטיג ווייל נאך פאר די קינדער האבן א געלעגנהייט זיך אנצונאשן זאלן זיי עסן נארמאלע עסן צו די זעט, און דא דארף דער טאטע שטיין אויף די וואך אז סיי די מאמע און סיי די קינדער זאלן עסן נארמאל, ווייל אז נישט גייט דער גאנצע טאג מיט נערוועזיטעיט און כאדאראם, פארשטייט זיך אז נאך דעם וואס קינדער עסן געהעריג מעג זיי עסן נאש מכל הבא ליד, איין מאל אין יאר זאלן זיי זיך אנעסן וויפיל ס'גייט עד אשר יצא מאפם..... פורים איז זייער טאג.
משלוח מנות ומתנות לאביונים
אין פסוק שטייט משלוח מנות איש "לרעיהו" פאר א פריינד, ס'איז א מצוה צו שיקן פאר חבירים און ידידים, ס'איז א מכה אשר לא כתב בתורה אז מ'גרייט אן 50 משלח מנות פאר אלע פעטער'ס און עלטער פעטער'ס, מומעס און עלטער מומע'ס, און מ'באפעלט פאר די קינדער ארום צו לויפן די גאנצע שטאט מיט אנגעלאדנטע זעק צו שיקן משלוח מנות פארשוויצטעהייט לזכר פון דעם אכתי עבדי אשחורוש אנן... ממה נפשך האט די עלטער מומע (דהיינו דעם קינד'ס עלטער מומע) אייגענע קינדער וואס שיקן איר צו וואס דארף מען ביום הפורים שיקן, אויב האט יענער נישט קיין אייגענע משפחה איז טאקע א דבר גדול צו שיקן און מ'גלייבט אז די פראצענט פון אזעלכע קרובי וואס האבן נישט ווער ס'זאל זיין שיקן איז נישט אזא גרויסע, אויב איז דאס ענין דוקא ארויף צו גיין צו דעם פעטער קען מען דאס אפי' משלים זיין שושן פורים,
ס'איז א שטארקע חינוך ווען א קינד טראגט א משלח מנות פאר א איד וואס ער ווייסט אז דעיס איז מיין טאטנס משלוח מנות פאר זיין "חבר" לריעהו!, די זעלבע איז מיטן ווייב, קינדער זאלן טראגן פאר איר'ס א חבר'טע אדער א נאנטע באקאנטע, נישט סתם צו משפחה וואס מ'קען זיך נישט אגאנץ יאר, ס'איז נישט ערב יו"כ וואס מ'בעט זיך איבער מיט פארגעסענע פריינד און משפחה...
מ'זאל זיך אויסקלויבן א קליינע ליסטע און געבן מיט א גאנץ הארץ, ענדערשט ווי א לאנגע ליסטע וואס מ'גיבט מיט א שווער הארץ וד"ל.
ווי אויך איז א ענין משום חינוך מחנך זיין סיי די יונגלעך און סיי די מיידלעך צו שיקן אייגענע משלוח מנות פאר זייערע גוטע פריינד און חבירים, פארשטייט זיך א נארמאלע פעקל נישט קיין געפאטשקעטע זאך, די זעלבע זאך איז מיט מתנות לאביונים, גיבט אפאר דיימס און קוואדער'ס פארן קינד ער זאל אויך טיילן פאר די געלט גייערס אין שול, און פאר די מיידלעך אינדערהיים צו געבן פאר די טיר קלאפער'ס, טאטעס זאלן נישט נערוועז ווערן פון די באנטש יונגלעך וואס באלאגערן זיין בינטל קוואדער'ס נאר טיילן בחפץ לב, כל הפושט יד נותנים לו.
מ'מוז נישט געבן גרויס געלט אבער עפעס דארף מען צו געבן טאקע ממש פאר אביונים, (עפ"י הלכה איז מען נישט יוצא מיט קיין מעשר געלט) בדרך כלל זענען דא אין יעדע שטאט די עסקנים וואס מ'ווייסט אז זיי גיבן פאר ארימעלייט אדער שבת פעקלעך, אבער כדי יוצא זיין צו געבן פאר א עני ממש בו ביום, קען מען זיכער יוצא זיין מיט סיי וועלכע ארץ ישראל איד וועלכע זענען דא בשפע אין די גאסן ביום הפורים.
חייב איניש לבסומי
ס'איז זייער א גרויס ענין צו טרינקען וויין פורים פון חז"ל, ראשונים, אחרונים, בנגלה ובנסתר, אבער היות ביסט א טאטע פאר קינדער איז דא אנדערע זאכן פון וואס מ'דארף טראכטן, קודם אז מ'דרייווט מוז מען אוועק לייגן די שליסלעך, געבן פארן ווייב זאל זי האלטן די שליסלעך עד יעבור הוויין, נאכדעם דארף מען זיך אליין גוט קענען, היות חז"ל זאגן אדם ניכר בכוסו בכיסו בכעסו, אויב א מענטש האט א חשש אז נאכן טרינקען וועט ארויס קומען פון זיין מאגן דברים שלא כהוגן זאל ער זיך מונע זיין פון טרינקען, ווייל ווען א טאטע ווערט בגילופין געדענקען דאס די קינדער עד יום האחרון, און אויב חלילה דער טאטע רעדט ווערטער שלא כהוגן איז דאס א געפערליכע דערנידערונג אין די אויגן פון די קינדער, א טאטע קען פארלירן זיין גאנצע טראסט פון זיינע קינדער מיט איין נישט גוטע ווארט אדער נישט גוטע שריט ביום הפורים, ביי זיי איז נישטא קיין תירוץ ער איז שיכור ער מעג אלעס טון, ווי אויך קענען קינדער הערן וואס ארומיגע מענטשן זענען מגיב און דריקן אויס זייער מיינונג אויפן טאטן וואס איז שיכור, דער צודרייטער יענקל האט זיך מיאוס אנגעשכור'ט קוק אים אן דעם משוגענער..., אזעלכע ווערטער איז סם המות אז א קינד זאל הערן ווי א אנדערע זאגט דאס אויפן טאטן,
דעריבער איז דא עטליכע עצות, ווילסט טרינקען? לכתחילה גיי אין ביהמ"ד צו א טיש אדער צו א אסיפת חבירים און דארטן טרינק, דער מציאות איז אז צווישן חבירים אדער אין ביהמ"ד רעדט מען אלץ מער נארמאלערע ווערטער ווי אין דערהיים, ווי אויך די ווייבער זאלן נישט זעהן און ווערן היסטעריש אז דער "מאן" איז אביסל צו לעבעדיג,
ווען מ'טרינקט טאר מען נישט עסן, עסן און טרינקען גייט נישט צוזאמען, אויב טרינקט מען מעג מען נאר עסן די מינימום וויל אויב עסט מען זיך אן ברעכט מען, און ברעכן ברענגט אונטער די גאנצע מאראל, אוודאי נישט עסן קיין צוקער ווי קעיק וכדומה ווייל דאס צומישט דעם מאגן טאטאל,
און צוריק צו פריער, אויב האט א איד אפי' אביסל הכנה פאר פורים דאן קומען ארויס פון זיין מויל גאר אנדערע דיבורים, וויפיל מאל זעהט מען אינגעלייט וואס דרייען דעם קאפ מיט א שטיקל מנות הלוי וואס ער האט געלערנט צוויי טעג פאר פורים, אפי' מ'רעדט שטותים איז עס אבער געשמאקע שטותים ווייל די הכנה פון פורים שפילט אים אין קאפ,
די רגע וואס מ'שפירט אז די וויין הייבט אן צו שפילן דארף מען זיך אריין שטעלן אין א מאוד פון פורים און פון שמחה, טאנצן און זיין פרייליך, ווייל ווען מ'הייבט אן אזוי גייט דאס ווייטער בהמשכה, אויב לאזט מען זיך אראפ ציען קען מען אנקומען צו וויינען און צו עצבות,
קינדער טארן בשום אופן נישט צורירן קיין אלקעהאל, מ'דארף דאס אנזאגן אז ס'איז א סכנה, און מ'שפילט זיך מיט פייער, וואס יא?, בייטאג ביי די סעודה (אויב מאכט מען מיטאג א סעודה) געבן פאר די גרעסערע קינדער א בראנפן גלעזל מיט וויין און מיט דעם זענען זיי יוצא, ווי אויך קען מען געבן א גאנצע קליינע גרעיפ דשוס פלעשל (די זעלבע וואס ליגט אין כמעט יעדע משלח מנות) און געבן פאר יעדן קינד איינס, דאס איז א גרויסע גדולה פאר א קינד, אין די צייט וואס אגאנץ יאר באקומט ער נאר גרעיפ דשוס אין א קאפ ביז די ערשטע ליין... קריגט ער היינט א גאנץ פלעשל, דאס וועט מאכן אז דאס קינד וועט נישט וועלן און נישט טראכטן צו נעמען ערגעץ ווי עכטע וויין,
(איך געדענק אלס קינד מיין יונגערע ברודער זייענדיג אלט 10 יאר איז געוועהן פורים ביי א איד אינדערהיים און געטרינקען א האלבע גלאז בראנפן, ער איז אהיים געקומען שיכור ס'איז געוועהן פחדים נוראים, ער האט געליטן יסורים אויפן מאגן 3 וואכן נעבאך...)
בעצם זיין לעבעדיג און הייפער איז קיין פראבלעם נישט אדרבה מ'דארף זיך גוט אויסטאנצן און זיך משוגע מאכן וויפיל ס'גייט (אבער נישט זאכן וואס איז נגד התורה, דהיינו מזיק זיין עפעס אדער וויי טון א איד), די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן..., דאס אז מ'געט זיך אויס פורים, מ'זינגט זיך אויס, און מ'טאנצט, מ'שפרינגט, מ'וויינט, מ'לאכט, איז געזונט פארן גוף און פארן נפש, צו זיין נארמאל אגאנץ יאר.
ליל פורים
געווענדליך ביינאכט נאך אזעלכע שווערע מצות היום פון משלוח מנות, מתנות לאביונים, סעודת פורים, עד דלא ידע, וויל מען זיך זעהן וואס פריער אין בעט אריין, עכ"ז איז עס נישט כדאי, מ'דארף זיך אנטרינקען מיט אסאך וואסער, און לאזן ס'גאנצע מערכה זיך בארואיגן, נאר אזוי קען מען אויפשטיין צופרי א נארמאלע מענטש אן קיין הענג אווער פון נעכטן, מ'קען זיך אויסשפאצירן אויף די לופט, צו טרינקען וואסער אדער סעלצער, ווייל אלקעהאל טרינקט אויס, ווי אויך האלטן א אויג אויף די קינדער ווי זיי דרייען זיך, ווייל פורים ביינאכט איז א מקום ווי מ'קען זיך פארלירן בגשם וברוח ואכמ"ל.
שושן פורים
געווענדליך איז נישטא קיין חדר, זאל מען מיטנעמען די קינדער אין שול אויב זיי זענען שוין אויף, (די קלענערע קען מען אפשר גאר לאזן שלאפן ביז חצות היום) אויב ס'איז דא א מעגליכקייט זאל מען מיטאג אדער נאכמיטאג צוזאמען נעמען די קינדער און מיט די פורים שריים מאכן א סעודה קטנה און זינגען שושנת יעקב, ס'איז דאך פארט א שטיקל יו"ט היינט ביום ט"ו, זאל מען די געווענדליכע סאפער עסן אין דיינונג רום מיט א ווייסע טישטוך נישט אין קאך מיט א קלארידיגע טישטוך...
אני הקטן האב מיך איינגעפירט אז שושן פורים נעם איך ארויס מיינע קינדער אין ספרים געשעפט און יעדער קלויבט זיך אויס זיין ספר אדער ביכל וואס מ'זאל אים קויפן לכבוד פסח, (ליין מיין יו"ט ארטיקל אז ס'איז א מצוה ושמחת בחגך צו קויפן מתנות פאר די קינדער) און דאס לייגט מען אוועק במסתרים און א טאג פאר פסח נעמט מען דאס ארויס, ווייל דאס איז פסח'דיגע ספרים – ביכער, (די אלע אנדערע קינדער ביכער זענען דאך עכט חמץ מטעם המובן),
העי דו! זוך מיר נישט אויף אין ספרים סטאר שושן פורים, ווייל איך גיי אין א צווייטן שטאט....
אויך נעם איך אפיר די קינדער'ס פושקעס אפצוציילן וויפיל געלט זיי האבן געמאכט במשך דעם פורים,
דער עיקר איז וטוב לב משתה תמיד, איז משמעין על השקלים, שוקל זיין דאס ריכטיגע,
זאג נאר וויפיל געלט האסטו געמאכט היי יאר פורים?
וויפיל? כ'ווייס... 20500 קערעקטער'ס פון שאץ מאץ...

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה