אנגעשטרענגטע סדר היום פון קליינעם רב און קליינע רבי'לע / סעריע טאג ביך'ן פון שאץ מאץ
פארווארט
מיר ווילן קלאר מאכן אינעם פאלגענדן ארטיקל ווילן מיר נישט קיינעם באליידיגן אדער מיינען איינעם פערזענדליך, אדרבה די קליינע רבנים- רבי’לעך-בנשק'לעך זענען טייער און חשוב ביי יעדן איינעם, אבער א פערזענדליכע מיינונג האבן מיר יא איבער די וואס האלטן אז זיי האבן א צוואה פון זייערע אבות הק' אז צו ארבעטן פאר פרנסה איז ביהרוג ואל יעבור,
אדרבה וואויל זענען די בנשק'לעך, שיינע אידן, רבנים, וכו' וואס טוען עפעס פאר פרנסה בדרך כבוד ווי כשרות, הרבצת התורה, מגי' זיין ספרים, לערנען פריוואט ועוד, וואס דאן אויב די פרנסה איז נישט מספיק גענוג, איז נישט פארהאן קיין גרעסערע מצוה ווי צו העלפן אט די אידן מיט זייערע זכות אבות, אבער!!!! די וואס ווילן דאס נישט אייזעהן, און האלטן אז דער ציבור זאל זיך אנשטרענגען לכבודם... זאלן ביטע ליינען זייער אייגענעם סדר היום און זעהן וואסארא פנים זיי טראגן.... אולי ואולי....
סתם צו הרג'נען דעם טאג?
ווענט זיך ווינטער צו זומער....
וואס הייסט? פשוט, ווינטער איז נישט קיין פראבלעם, מ'גייט דאווענען צופרו 9'נע 10'נע 11'ע, מ'קומט אהיים מ'עסט פת שחרית ביז 1'ע - 2'ע, און מ'לאנדט זיך אן אביסל, דרך אגב א רבי עסט נישט און שלאפט נישט און רעגט זיך נישט און פארט נישט אויף וויקעישאן, נאר דאס האט אזא אנדער מין נאמען וואס געט א אנדער קאליר דער רבי איז טועם דער רבי לאנט זיך אן און דער רבי איז שטארק מקפיד אויף יענעם און דער רבי לאזט זיך ארויס אויף מנוחת הנפש...
בקיצור מ'שטייט אויף 4'ע, מ'עסט פרישע אפגעוואשענע טרויבן, מ'קוקט איבער די פאסט, מ'ערלעדיגט 2-3 זאכן, און מ'מוז גיין צו מנחה מעריב, ווערט דאך שוין 6'ע 7'נע וואס נאך אביסל קען מען שוין לויפן אויף שמחות,
דאס איז ווינטער, אבער זומער דארט איז די פראבלעם גרויס ווייל מ'שטייט אויף פונעם שינת צהרים 4'ע - 5'ע און יעצט? וואס? הא? ביז מנחה אידאך דא א גוטע 4 שעה געוואלד וואס טוט מען דא?... תיקו
2 חדשים פאר די יערליכע מלוה מלכה מאכט מען שוין די נויטיגע הכנות, ווי דער מעלינג, גאסט רעדנער, די בילקעס, פיש, קוגל, דער לעילו נשמת וכו' וכו', וואס דאס אליין קאווערט אביסל אנצופילן דעם סדר היום,
אונזער רבי’לע האט אויך א ברייטע ידוע און כל העולם כולו און עולם החרדי, והא ראי' ווייל שטייינדיג ביי כתר קלאדינג זאגט ער פארן מעסטער זיינעם וואס מעסט אם אן א נייע בעקיטשע, אז ער זאל אים געבן פון די בלויע גאלדענע מוסטער אזאנס ווי דער חלמוני רבי פון אשדוד טראגט, פון וואנעט ווייסער? אלא מאי ער האט דאס געזעהן אין..... כל העולם.
צופרו ביי שחרית טרעפט ער אפאר באקאנטע, פראבירט מאכן עטוואס געשעפטן, נישט חלילה אז ער איז א ביזנעס מאן, החושד בכשרים לוקה בגופו, נאר מ'דארף דאך טון עפעס פאר פרנסה, שארט מען זיך צו, צו די געלט האבער'ס, און מ'זאגט נאך א גוט ווארט אויף די סדרה מעניני דיומא פון זיידן זיכרוינעבראכע, כדי דער קאנעקשאן מיטן עושר זאל ווערן שטערקער, אזוי אז ביים מלוה מלכה זאל אריין רעגענען עפעס,
ביים אהיים גיין פון שחרית, זעהט מען בחוש אונזער רבי’לע האט מזל, ווייל ס'האט ממש יעצט אנגעהויבן צו רעגן'ען און נאר ער האט א שורעם ביי די האנט אבער א ברייטס!
די געמוטליכע טריט צוגיסט א רואיגקייט אויף אלע דורכגייער, שאקלנדיג מיט קאפ א גוטן (מארגן אדער טאג) אזוי זייטיג האלב שיף מיט א ענוות חן,
דער מענוי אויף פרישטאג, איז פארשינדארטיג מאנכע האבן ליב בלויז אביסל פארהארטעוועטע ברויט בלע"ז טאסט, מאנכע האבן דוקא ליב א שלימה א ראל בלע"ז כדי צו קענען שניידן מיט א מעסער כהלכת בציעת הפת, אויפן ברויט לייגט מען געווענדליך פיטער אבער מנהג אבותינו צו עסן ביי יעדע סעודה פיש קען מען יוצא זיי מיט טונא אדער לאקס אדער אפי' ווייט פיש, דאנארשטאג פרייטאג און זונטאג עסט מען ממאכלי שבת ביינער פיש,
פארן שינת צהרים נעמט מען די לעצטערע מעשה ביכלעך הנקרא ספרים כמו שיח זקנים, זקנים אתבונן, אבות אבותינו, ממעשיות צדיקים, א ווינדער זיי האבן אזא ברייטע ידוע אין סיפורי צדיקים?, נאכן שינת צהרים מאכט מען די פיאות שיין פשוט זה קלי ואנוהו אבער כקפידת דעם זיידע זיכרוינעבראכע וואס פלעגט צו האלטן פיאות דווקא איבער די גלעזער ס'זאל זיין אילעה גבר עפ"י קבלה,
נאך מנחה מעריב (ווינטער) רופן מען אן א באקאנטע אדער א חתונה געהאטע זון און מ'שמיסט אפ דעם סדר הלילה וועלכע שמחות מ'דארף גיין ער זאל קומען באגלייטן מ'שמיסט אפ אויף 9:30 ביי ויואל משה, רבי’לע קומט אריין צו די חתונה פון זיין מנחה מעריב מתפלל יענקל גרינצווייג פון אונטער אים זיין זון אדער א אלטן בחור אדער גאר א בחור פון חוש אבי נישט אליין מ'קומט אריין און זאל דער באגלייטער נעמט אראפ דעם רעדשעוואלקע און האלט דאס אויפן ארעם אינטרעסאנט אינדערהיים קען דער רעדשוולאקע הענגען געהעריג אויף א הענגער אבער דא מוז ער ליגן אויפן ארעם פונעם באגלייטער, מ'זעצט זיך אויבן אן מ'באגריסט די אנוועזנדע מיט א הענט שאקלעריי און א שמייכל בשעת משעה מורמלט מען זיך עפעס אונטער מ'הערט דאך סייווי נישט מיט די הויכע מוזיק מ'איז אביסל טועם פון די ביינער פיש מ'טרינקט לחיים מ'כאפט א שטיקל שמיסל מיטן שכן אויבן אן אויך א בנש"ק מיט א אויסגעגעמקטע בארד, נו? וויזוי גיי עס לעצטנס מיט די ישיבה? באכהאשעם וואס ס'שייך צו זאגן, באמת זענען זיי נישט פון איין חדר אבער מ'דארף דאך עפעס רעדן, אונזער רבי’לע פרעגט דעם שכן זאג'טס נאר איר פאר נישט אזוי אביסל אויף מנוחת הנפש? דער אנדערע ענפערט יא איך פלאן נאך חמשה עשר צו פארן אויף טאראנטא נאך געלט פון דארט וועל איך אפשר פארן קיין ענגלאנד דארט איז דא עפעס אזא מקום נישט ווייט פון וואסער (לייען ביטש) גאנץ א באקוועם מקום מייין רעבעצן זאגן אז דארט איז ס'בעסטע, וכו' וכו' וכו' מ'איז ממתיק סוד כידוע לי"ח.
דאס טאנצן האלט שוין אינדערמיט ער שיקט דעם זון דער באגלייטער זאל זאגן פארן זינגער זאל אנהייבן ובכן צדיקים ווייל דער זיידע זיכרוינעבראכע פלעגט דאס צו זינגען ביים טאנצן אבער דער זינגער וויל נישט זינגען ובכן צדיקים, דער רבי’לע זאגט מילא דער זינגער זיין טאטע איז נאך געוועהן אן עזות פנים פאר אונז און חעל דיר זאגן ס'האט זיך אים נעבאך נישט גוט אויסגעלאזט קום אים אן דער זינגער דארט אויך מיר א נחת זינגט מיר אזוי דא ביי חתונות נעבאך, זוי ווי זוי מ'הייבט זיך אויף מ'גייט צו צום רינג טאנצן מיטן חתן מ'טאנצט מיטן חתן מיט די מחותנים מ'ענדיגט אבער דער מחותן פארשטייט נישט העיקר חסד מן הספר ער געט נישט ס'געלט אין האנט אריין מ'זעצט זיך נאכאמאל אראפ אפשר יעצט וועט דער מחותן ברענגען די פאר דאלאר, אבער ווייזט אויס דער מחותן מערקט נישט, וואס טוט מען? רבי’לע סודות'ס זיך מיטן באגלייטער מ'באשטומט אה יעצט איז גוט ער שטייט ליידיג דער מחותן לאמיר צו גיין זאגן א גוטע נאכט יעצט וועט ער זיכער געבן,
אומר ושותה מ'גייט צו געשפאנט מ'זאגט א גוטע נאכט מ'פארענפערט זיך כ'וואלט געבליבן נאך לענגער אבער הע הע ננכככככ ס'איז דאך באכהעשעם קעניינעהארע פיל מיט שמחות היינט נאכט מ'האמיר נאך ווי צו גיין היינט, דער גוטמוטיגע מחותן ענפערט יא אבי נאר אויף שמחות א גוטע נאכט.... און גארנישט, ביסט א מבין דער מחותן פארשטייט נישט אויפן ווינק? רבי’לע מיטן באגלייטער הייבן אן גיין צו די טיר שטאטערהייט ווי א פארסטראקטער איד ל"ע אולי וועט דער מחותן נאך לויפן מיטן מתנת יד, דער רבי’לע פרעגט עטליכע מאל זיין באגלייטער נא? דער מחותן קומט אבער ב'לא מיט א אלף, ענדליך ביים ערשטן פיס איבערן שוועל קומט דער מחותן צו לויפן אזוי אומעטיש אוי כ'האט אינגאנצן פארגעסן לייגט אריין די האנט אין טאש (אוי ס'איז בזיונות יעדער זעהט) לייגט אריין אפאר 20'ערס מורמעלט עפעס מיט א האנט שאקלעריי און ויסוע מ'איז אינדרויסן... ווי זאגט דער פסוק? היכי דמי יסורים?....
שטייענדיג אין גאס פרעגט רבי’לע צום באגלייטער זאג נאר די האסט דעם דבר יום ביומו? יא ער נעמט ארויס דעם צוקנייטשטע דבר יום ביומו ווי נאך קען מען גיין היינט? אה איך זעה נאך א חתונה אין קאנקארד גרינפעלד מיט בערקאוויטש ווער איז גרינפעלד פרעגט דער רבי’לע שטייט דא משה יצחק גרינפעלד ענפערט באגלייטער, אה! משה יצחק! כ'קען דאך אים פון ישיבה גיימיר אהין, דא איז אבער די בילד גאר פארקערט שוין ביים טיר פון זאל ווער רבי’לע אנטפאנגען דורך'ן מחותן מיט א ברייטן ברוך הבא אה! אזא זכי' זיך אזוי אנגעשטרענגט צו קומען ממש לכבוד מיר? רבי'לע שמייכלט צוריק מיט א ענוות חן גוטע פריינד קומען אומגערופן, באגלייטער גייט צום זינגער בעט ובכן צדיקים און פאוואשע נישט מ'זינגט ובכן צדיקים רבי'לע טאנצט מיט התלהבות באקומט גלייך דעם מתנת יד אן קיין רמזים ממש א מחי', און מ'גייט אהיים זיך צולייגן צום מארגענדיגן סדר היום...
דאס איז איין טאג, וואס טוט זיך מארגן? ווי האט געזאגט דער קאצקער רבי? נאך אזא טאג ווילסטו ס'זאל זיין נאך א טאג?....
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה