קויפט'ס נאר ביי אידן!!!, ט.ב. שאץ מאץ
שוין נאך א טאג ביך, נו וועמענ'ס?
גיימיר מאכן א כל הנערים אזוי ווי די בדחנים וואס רופן אויס עטליכע פעטער'ס אויפאמאל, גיימיר מאכן א סך הכל פון עטליכע געשעפטן צוזאמען, און גלייכצייטיג ארום שמועסן איבער דעם פראבלעם וואס היימישע סחורים רעדן זיך אפ אז מ'איז נישט מקיים ביי זיי דעם וחי אחיך עמך, צו איז דאס טאקע אזוי אז דער עולם רעכנט זיך נישט מיטן וחי אחיך, אדער סתם מ'ווייסט נישט די פרטים, צו גאר איז דא א חסרון אין דעם "אחיך" דערפאר איז נישטא קיין "וחי".
וויכטיגע דעקלעראציע איבעראל ווי עס שטייט אין דעם ארטיקל איד נעבן גוי זאל מען פון זיך אליין אריין לייגן א "להבדיל", מיר ווילן פשוט איינשפארן קערעקטער'ס....
יעדער ליינער האט שוין אוודאי באגעגענט אין איינע פון די אויסגאבן און זיכער געליינט דארט עטליכע בריוו'ן פון קאסטומער'ס און געשעפטסלייט ווי עס זענען געווארפן געווארן באשולדיגען איינעם אויפן צווייטן, צו אידן גיבן יא סערוויס און גוים גיבן נישט קיין סערוויס צו פארקערט, און פיל קנעפלעך אויפן קי בארד איז שוין געדריקט געווארן איבער די טעמע, בפרט אין די לעצטערע צייטן ווען די עקענאמיע איז נישט מסודר (גאנץ א איידעלע אויסדריק) איז קלאר אז איינקויפן און זיך שפארן ווערט א שטארקע טעמע.
פארשטייט זיך מיר רעדן פון אזעלכע זאכן וואס קענען ווערן געקויפט סיי ביי אידן און סיי ביי גוים, ווי עלעקטעראנישע כלים, ווייבעריש קליידער, קינדער זאכן, וכדומה, צו אפי' הארוועיר וואס מיר האבן שוין אמאל באהאנדלט.
מיר גייען נישט אריין גיין אינעם חלק להלכה אז מ'מוז איינקויפן ביי א איד ווען די פרייז איז נישט מער ווי א שתות א זעקסטל מער דאס מיינט 16.65 פראצענט מער, און נאר אויב דער איד בעט מער ווי א שתות מעג מען איינקויפן ביי א גוי, וואס אט די חשבונות זאל זיך יעדער מאכן אליין זעהן צו ער טרעט נישט אויף די הלכה, אין די זעלבע צייט מעג מען אויך מאכן א חשבון אז פונקט ווי ווען מ'נעמט צוזאמען צדקה פאר א איד א בעל חוב וואס קען נישט באצאלן די שכר לימוד און קעמפ פון זיינע קינדער, און אידן רחמנים גיבן 20, 30 דאללאר, גיבזשע פרנסה און צדקה בדרך כבוד פאר א היימישן איד, וואס מיט 2$ מער וואס דו צאלסט אויף א אייטעם ביסטו מקיים מצות צדקה וואס דער רמב"ם זאגט אז די גרעסטע מדת הצדקה איז שאפן פאר א איד פרנסה, אבער דאס איז שוין נישט מעיקרא דדינא.
עס ווערט געהערט א טענה ביי אסאך מענטשן (וואס ווילן זיך פארענפערן פארוואס זיי קויפן ביי גוים) אז ביים היימישן עולם איז נישטא קיין סערוויס אזוי ווי ביים גוי, לאמיר קודם פארשטיין פון וואס רעדט מען דא און וואס איז דאס וואס מענטשן רופן אן סערוויס, און וויאזוי טייטשן זיי אפ דעס ווארט.
אם תמצא לומר אז סערוויס מיינט סערווירן דעם קאסטומער, איז דאך קלאר אז אין פעלד פון סערווירן טויג דער איד בעסער ווי דער גוי, קודם רעדט דער איד אידיש, און נאכדעם ווייסט ער דאך וואס דער היימישער עולם דארף, וועלכע טעלעפאן איז גוט פאר א שטוב מיט קינדער, און וועלכע פאר הויזן איז גוט פאר קעמפ, וואס דעם גוי קען מען אפי' נישט פרעגן אזאנס, און אוודאי נישט באקומען קיין תירוץ, דער איד וועט וויסן צו זאגן פאר קאסטומער מ'זאל נעמען אט דעי סעט ווייל דאס קויפט יעדער........, דער גוי ווייסט נישט וואס יעדער קויפט, נו מ'לעבט דאך אין א וועלט ווי מ'דארף זיין ווי יעדער, סאו סערוויס מיינט נישט סערווירן.
אם תמצא לומר אז סערוויס מיינט אנעמען א דריטע פארטי טשעק, וועלכע גוי נעמט א טשעק וואס איז נישט אויסגעשטעלט צו זיין קאמפאני?.
אם תמצא לומר אז סערוויס מיינט אז מ'קען האנדלען די פרייזן, גיי האנדל מיט א גוי אין א דיפארטמענט סטאר, ווען דו באקומסט א הנחה קאל מיך....
אם תמצא לומר אז סערוויס מיינט מ'קען שולדיג בלייבן, אנטשולדיגט כאפט א בליק העכער דעם רעדשיסטער אויף די ארויפגעקלעבטע צעטעלעך דארטן ביים אידישן סוחר, איר זעהט דארט וויפיל מענטשן זענען שולדיג געבליבן אפאר דאללאר און גייען דאס אריין ברענגען מארגן.... דער גוי האט ב"ה א ליידיגן רעדשיסטער.
אם תמצי לומר אז סערוויס מיינט באקומען א רעסיט אפי' אן קויפן, ביטע ברענגט מיר א גוי וואס גליייבט אייך אויפן ווארט א יאר נאכן קויפן אז איר האט געקויפט א חפץ און וועט אייך געבן אויף אייער חשבון א רעסיט.
אלא מאי מוז דאך זיין אז איר מיינט סערוויס איז טייטש, ביליגער, אדער סערוויס מיינט מ'קען צוריק ברענגען.
ראשית אויב דער גוי גיבט טאקע ביליגער ווי א שתות האמיר שוין געזאגט קען מען להלכה גיין קויפן ביים גוי, אבער דאס איז נאר נאכדעם ווען איר רעכנט אראפ די הוצאות הדרך פון פאָרן ביזן גוי'שן סטאר און צוריק, אבער באמת איז דאס איין קייט, פארוואס קען דער גוי בעטן ביליגער ווייל ער אליין קויפט אסאך אויפאמאל גיבט אים דער האלסעילער ביליגער, יעצט אז אסאך אידן וועלן קויפן ביים היימישן ציבור וועט ער אליין מוזן האבן א גרויסע סטאק וועט מען אים אויך געבן ביליגער, קומט אויס דאס איז אזא גלגל החוזר וואס מער מ'קויפט ביי אידן וועט עס ווערן ביליגער, וואס ווייניגער מ'קויפט ביי אידן ווערט אלס טייערער.
יעצט לגבי צוריק ברענגען, דאס איז טאקע א גאר אנגעווייטאגטע וואונד וואס מיט וועלכע געשעפט'ס מאן מ'רעדט וועט ער ארויף ברענגען זיין ווייטאג פון צוריק ברענגען, קודם דארף מען וויסן אז א גוי'שע געשעפט וואס איז א ריזיגע געשעפט האט ענדערשט א מעגליכקייט צוריק צו נעמען זאכן וויבאלד עס איז א גרויסע טאפ, ער דערלייגט נישט אזויפיל מיטן צוריק נעמען און האט נישט אזא פראבלעם, אבער א יודישע סוחר וואס איז נישט אזוי גרויס ביי אים מאכט דאך אויס יעדע אייטעם וואס ער פארקויפט ביי אים איז אסאך שווערער צוריק צונעמען.
די מכה פון צוריק ברענגען איז א ממש א מכה אשר לא כתובה בתורה, איך וואלט געזאגט אז די מכה פון צוריק ברענגען איז פארהאן מער ביי די ווייבער שול, ווייל ווען מענער קויפן עפעס איז כמעט נישטא אזא זאך ווי צוריק ברענגען, מ'קויפט א היט מ'קויפט א סוט מ'טראגט עס אהיים און פארטיג, איז אמאל איינעם בייגעפאלן צוריק צו טראגן א היט אדער א סוט, איך ווייס נישט פארוואס אבער ביי די ווייבער איז דאס צוריק טראגן מער עסק ווי דער איינקויפן אליין, עד כדי כך אז א חבר האט זיך מיר אויסגעדריקט אז זיין ווייב וויל זייער שטארק עפעס צוריק טראגן זי האט נאר נישט וואס, מוז זי גיין עפעס איינקויפן כדי צוריק צו טראגן....
דו דארפסט קויף, דארפסט נישט קויף נישט, וואס קויפסטו און טראגסט צוריק?, אמת, ס'מאכט זיך אמאל מ'האט זיך פארעכנט מיט א סייז ס'איז נישט פונקט וואס מ'האט געדארפט און מ'טוישט עס אויף, אבער עמטליך איינצושטעלן דעם סיסטעם פון צוריק טראגן?..., און ווען דער סוחר גיבט א קרום מיט די נאז כאטש ער נעמט עס צוריק הייסט ער א סוחר וואס גיבט נישט קיין סערוויס.
(אפשר ווען מענער וואלט איינגעקויפט אלע צרכי הבית ווי די ווייבער טוען היינט, וואלט זיי אויך געוועהן אזוי צוריק ברענגעדיג ווי די ווייבער....)
מ'לעבט דאך אויף אינוועטארי, דער יוד זעהט ווי דער קאמפיאטער צייגט אז ער האט פארקויפט 12 פאר שטרימפ, נו אז ס'איז פארקויפט קען מען ניצן דאס געלט צום לעבן און דער סוחר קויפט זיך פיש אויף שבת, יעצט מאנטאג נאך שבת ברענגט מען צוריק די 12 פאר שטרימפ פון ווי זאל דער סוחר נעמען געלט צוריק צו געבן פארן קאסטומער, ער האט דאך געקויפט פיש אויף שבת.
און אז ער לעבט אויף אינוועטארי זאגט אים דער קאמפיאטער נאכן פארקויפן אז ס'איז שוין מער נישטא באשטעלט ער נאך, און יעצט נאכן באשטעלן ברענגט מען צוריק די אפגעקויפטע, האט ער יעצט אין סטאק דאפלט סחורה, און בכלל וויאזוי פילט א סוחר ווען מ'ברענגט צוריק א טאפ און מ'טוישט עס איין פאר א סעט גלעזלעך, איז דען דער סטאר א גמ"ח?
הכל מודים אז דער גוי נעמט נאר צוריק ווען עס איז פונקטליך מסודר אין די זעלבע פעקעדש באגלייט מיט א קלארע רעסיט, משא"כ דער איד ער איז דאך א היימישע, אים מוז מען דאך נישט ווייזן קיין רעסיט און מ'מוז עס נישט צוריק פאקן פונקטליך, און מ'קלערט איך בין דאך גוט מיט אים ער וועט מיר מוזן טון די טובה און צוריק נעמען, אטע דא איז דער פארווייטאגטע פראבלעם, זאל דער סוחר זאגן איך נעם נישט צוריק פאר זיינע פאר אויסגעציילטע קאסטומער'ס, וויל ער נישט זיין דער שלעכטע סוחר וואס גיבט נישט קיין סערוויס, מוז ער צוריק נעמען, ס'איז געווארן א מצב אז ביי אידן ברענגט מען צוריק זאכן וואס ביים גוי וואלט מען נישט צוריק געברענגט, און הערשט איז דא א טענה אז ער גיבט נישט קיין סערוויס.
זאל דער צוריק ברענגער מודה זיין על האמת, וואלט איר אראפ גענומען א זאך פון שעלף וואס קוקט נישט אויס ניי?, ניין, אויב האט איר א חשש אז איינער האט דאס שוין געפענט וועט איר נעמען אן אנדערס, אמת?, נו פארוואס זאל עס דער סוחר צוריק נעמען?
א סוחר פון א פרויען קליידער סטאר גיבט א כלל:
א זאך וואס גייט אראפ פון הענגער פארלירט די ווערד, די רגע מ'נעמט א פרויען קלייד און מ'לייגט עס אריין אין א בעג פארלירט עס די גלאטע חן און ווערד, מענטשן כאפן נישט אז ווען מ'טראגט אהיים א קלייד און ס'ליגט אפאר טעג ביי יענעם באקומט די קלייד א שמעק פון יענעמ'ס הויז, (יעדע הויז האט זיך זיין שמעק) נישט חלילה אז ס'איז א שלעכטע גרוך אבער עס איז שוין ווייניגער ווערד ס'איז שוין נישט קנאקעדיג ניי מיטן סטאר גערוך, איינער טראכט אמאל פון דעם?
איך וויל נישט מוציא לעז זיין אויף אידן, אבער א סוחר האט מיר פארציילט אז מיט אפאר יאר צוריק ווען ער האט נאכנישט געהאט קיין קאמפיאטער האט ער נישט געוויסט פונקטליך וואס ער פארקויפט און וואס מ'ברענגט צוריק, אבער איינמאל האט ער זיך געכאפט אויף א קינדער פידשאמע וואס איינער האט צוריק געברענגט אז ער פארקויפט אפי' נישט אט די קאמפאני, און דא קומט אריין א פרוי מיט דעי קאמפאני צוריק ברענגען וואס זי האט כלומר'ש דא געקויפט, דער סוחר זאגט מיר ס'איז אים זייער שווער געוועהן צו זאגן די היימישע פרוי אין פנים אנטשולדיגט איך האב דיר דאס קיינמאל נישט פארקויפט,
צו איז דאס גערעכט?, מעג מען אויסניצן א היימישע סוחר אזוי שטארק? טאקע דערפאר ווייל ער איז א היימישע איד.
זייער אסאך האבן שוין געשריבן אז ווען דער היימישער עולם ברענגט צוריק זאכן אין די דיפארטמענט סטאר'ס איז דאס א חילול ד', די גוים זאגן אז אידן זענען גנבים, מ'ניצט עפעס און מ'ברענגט עס צוריק, און אסאך מענטשן זענען טאקע נתעורר געווארן פון דעי בריוו'ן און מאמרים, און מ'איז זיך מונע נישט צו מאכן קיין חילול ד' און מ'פראבירט נישט צוריק צו טראגן קיין וואל מארט וכדומה, רבותי! לאמיר אייך פרעגן צו איז חילול ד' גולטיג נאר ביי א גוי, און א איד מעג מען דען יא מצער זיין?....
א הארוועיר סטאר פארציילט אז נאך פסח האט אים א פרוי צוריק געברענגט א גרויסן גארביטש קען וואס זי האט גענוצט גאנץ פסח צו האלטן וואסער (ס'איז דא א חומרא אוועק צו לייגן וואסער פון פאר פסח אויף אגאנץ יו"ט כדי צו קענען מבטל מאכן די חמץ פון פריער), דער סוחר האט באמערקט אז מ'האט דאס שוין געניצט, זאגט ער איר אנטשולדיגט מיסיס מיר קענען עס נישט צוריק נעמען ווייל איר האט דאס שוין געניצט, די פרוי קוקט מיט ווינדער און פרעגט איך פארשטייט נישט איך טו דאך דאס יעדעס יאר וואסי יעצט אנדערשט?.....,
א סוחר וואס הערט דאס קען פלאצן.....
יעצט וואס געשעהט, די סוחרים זענען דאך פיינע מענטשן אידן מיט אידישע הערצער, נאר די פאר אויסניצערס אביוזען דעם סיסטעם, און צווינגען די סוחרים צו מאכן שטרענגע רעגולעישאנ'ס, און די נארמאלע מענטשן ליידן, דאס איז נישט ווייל ביי אידן איז נישטא קיין סערוויס (לייען ריטערנס...), נאר דער הכרח האט אזוי גורם געוועהן, פונקט ווי אין מיין גמ"ח ווי איך האב אייביג געקעשט מיינע טשעק'ס האט מיטאמאל געמאכט א גזירה אז ער קעשט נאר ווער ס'האט ליגן אין גמ"ח אזויפיל געלט וויפיל דער טשעק באשטייט, צו וואס, ווייל אייניגע מענטשן האבן אביוזט דעם סיסטעם, און די נארמאלע מענטשן ליידן.
יעצט לאמיר פארשטיין וואס איז טאקע די סיבה פארוואס א היימישע פרוי זעצט זיך ארויף אויף א באס – טרעין- קאר, און גייט איינקויפן קליידער א.ד.ג. אין א גוי'שע געשעפט אין די צייט וואס מ'קען אויך קויפן ביי אידן, איך האב פיל געקלערט און גע'חקר'נט אין דעם ענין, און דער ארויסקום איז ווינדערלעך.
היימישע פרויען ווילן גיין אנגעטון טייער און ביליג, דאס איז טייטש אז די היימישע קליידער סטאר'ס בעטן אסאך געלט פאר יעדן קלייד, אבער אין מאנטהעטן קען מען באקומען פאר ביליגער, באמת קאסטן נישט די זאכן אזוי טייער פאר קיינעם נישט פארן גוי און נישט פארן איד, איי זאל דער היימישע סוחר בעטן ביליג, וועט דאך קיינער נישט קויפן ווייל יעדער קען דאך די ביליגע זאכן און ווער וויל דען גיין ביליג אנגעטון, מוז ער בעטן טייער כדי אז ווען איינער טוט זיך אן מיט די טייערע זאכן ווייסט יעדער אז ס'איז טייער, מ'זיכט דאך אבער ס'זאל נישט קאסטן, פארט מען אריבער צום גוי דארטן קויפט מען גוטע זאכן פאר ביליג וואס יעדער מיינט אז ס'איז טייער און דאס איז אזעלכע זאכן וואס מ'האט נישט געזעהן אין היימישן געשעפט און דערפאר ווייסט נישט דער גאס וויפיל מ'האט באמת באצאלט, מ'מיינט אז מ'האט באצאלט אסאך אבער ביזערווייל איז עס ביליג,
איר כאפט א חשבון?, אלעס דרייט זיך ארום וואס יענער זאגט (יענער זאגט אפי' נישט, ער טראכט אפי' נישט, נאר דו נארישע אידענע מיינסט אז יענער טראכט פון דיין קלייד), גייט מען צום גוי פארוואס, ווייל מ'קויפט זאכן דארט וואס קיינער ווייסט נישט די אמת'ע פרייז, דאס איז אזא פאפעריי מ'פאפט די גאס אז מ'גייט טייער אנגעטון אבער עכט איז עס נישט טייער, (אויב איר האלט 10 יאר נאך די חתונה וועט איר פארשטיין דעם חשבון זייער לייכט)
און נאכדעם הערט זיך א טענה אז גוים זענען מיט 50 פראצענט ביליגער...., איר כאפט?....
זהו אחת, והשנית דאס איז שוין יא א ערנסטע פראבלעם, לאמיר נעמען א פשוט'ע סדר היום פון א היימישע מאמע פון וויליאמסבורג, רוב מאמע'ס האבן איין קליין קינד אינדערהיים וואס גייט נאכנישט אין בית חינוך און בדרך כלל אזא קינד שלאפט אין די פארמיטאג שעה'ן א בייטאג שלאף, יעצט איז דינסטאג צופרי 9:30 די מאמע האט ארויף געלייגט איר קינדערגארטען קינד אויף באס, און זי האט אין פלאן צו גיין היינט קויפן א מלבוש ודומה לזה, זאל זי גיין יעצט? איז נישטא ווי, אלע געשעפטן אין וומס"ג זענען צוגעשפארט זיי עפענען אויף הערשט 11 אזייגער, מוז מען גיין שפעטער, גייט מען ארויף אהיים און מ'נעמט זיך צום סדר היום וואשן וועש קאכן באקן וכו', ווערט שוין 11:30 יעצט עפענען זיך שוין די געשעפטן, פונקט יעצט האט דער קליינער געכאפט א דרימל מ'וויל אים נישט אויפוועקן, ווארט מען אויס ביז דאס קינד שטייט אויף, ווערט שוין 2'ע 3'ע, דארף מען שוין אפווארטן די קינדערגארטען באס וואס קומט אהיים, יעצט ווען די גרויסע זענען נאכנישט אינדערהיים לויפט די מאמע מיטן קערידש און באגלייטונג פונעם קינדערגאטען קינד און מ'גייט איינקויפן,
דאס קליינע קינדערגארטען קינד האט לגמרי נישט קיין געדולד צו גיין שפאצירן נאך א טאג אין בית חינוך אבער מ'גייט, דעם נעקסטן טאג באקומט דער מלמד / טיטשער א קאמפלעין ער זאל טון עפעס ווייל דאס קינד האט נעכטן נישט ביהעיווט אין דאסטער סטאר...., יעצט ווער איז שולדיג?,
קלאר אז שולדיג זענען די סוחרים, ווייל זיי עפענען אויף שפעט די געשעפטן.
אויב גלייבט איר נישט וואס איך זאג אדרבה קוקט'ס ענק אום אויף די גאסן, ווען איז לי עוו. די מערסטע פול מיט מאמע'ס און קערידשעס?, צווישן 3'ע און 4'ע.
ווידער איז דא זייער א גוטע עצה ווען צו גיין איינקויפן, דאס איז טאקע גלייך צופרי גלייך נאכן ארויף לייגן דאס קליינע קינדערגארטען קינד אויפן באס, כאפט מען זיך ארויף און מ'לאזט זיך ארויס קיין ב"פ אדער מאנהעטן, מ'קויפט איין און מ'איז צוריק 2 אזייגער צום באס, און דאס גאנץ קליינע איז איינגעשלאפן זיס אין קערידש, נו א ווינדער אז מ'גייט צו גוים, ווער איז שולדיג?, די סוחרים אליין, מאכט'ס אויף די סטאר'ס פרי, וועלן מער מענטשן קומען איינקויפן ביי ענק.
אידישע סוחרים דארפן וויסן אז טאקע ווייל דער קונה איז א היימישע איד זאלסטו אים צושטעלן פון דאס בעסטע, נישט אזויווי ס'איז געוועהן א איד וואס איז געשטאנען אין א היט סטאר, איז שוין געוועהן באקאנט אז זיינע קרובים באקומען די שוואכסטע היטן, מיט א חשבון אז בשלמא די קאסטומער'ס מוז ער דאך געבן שיינע היטן ווייל אז נישט קומען זיי נישט צוריק, אבער די קרובים זיי "מוזן" דאך קומען אהער נו אז ער מוז קומען מוז ער נישט האבן א שיינע היט, ער קומט דאך נישט צו האבן א שיינע היט, ער קומט דאך נאר צו שטיצן דעם קאזן...., א היימישע סוחר טאר נישט אזוי שפירן, מ'קומט איינקויפן ביי אים ווייל ער איז א היימישע איד, און ווייל ער פארשטייט צום ציבור, מ'קען קויפן דעם זעלבן חפץ ביים גוי אבער מ'קומט צו אים ווייל ער פארשטייט וויאזוי ס'ארבעט און ער וועט מסביר זיין בטוב טעם אויף מאמע לשון, און טאקע דערפאר פרעגט דער איד אזויפיל קשיות ווייל ער קויפט ביי דיר פילט ער זיך באקוועם צו פרעגן אלע זיינע ספיקות און כמו ספיקות.
אויך דארף מען זיך רעכענען מיט די רעגולעישאנ'ס, צ.ב.ש. עטליכע קליידער געשעפטן פאר קינדער און פאר ערוואקסענע האבן אזא פאלעסי אז זיי לאזן אהיים טראגן, אבער ווי נאר ס'מאכט זיך צו דער רעדשיסטער קען יענער שוין נישט צוריק באקומען דאס געלט, מ'באקומט נאר צוריק קרעדיט, לדעתי איז דאס נישט יושר, צו וואס לאזט דער סוחר אהיים טראגן, דאס איז דאך נאר כדי אריין צו נער'ן יענעם אין זאק אריין, ווייל אז מ'טראגט אהיים איז כמעט נישט מעגליך צוריק צו ברענגען בו ביום, ממילא וועט ער שוין מוזן האבן ריוח ווייל ער גיבט נאר צוריק קרעדיט, זאל ער נישט לאזן אהיים טראגן, דער קאסטומער זאל אויספראבירן דא אז ס'געפעלט דיר איז גוט און אז נישט גיי ווייטער.
שטעלט'ס ענק פאר אויב דשי ענד דשי וואלט געהאט אזא ווירטשאפט ווי די אויבנדערמאנטע סטאר'ס, דער עולם וואלט געקויפט סוט'ס אהיים געטראגן, און אויספבראבירט, און אויב ס'וואלט נישט געפאלן קען מען עס צוריק ברענגען און באקומען נאר קרעדיט...., ער וואלט געוועהן א זיכערע געווינער....,
ס'קומט אויס אז יעדער אשת חיל פארמאגט אין בערזל צענדליגע קרעדיט צעטלעך פון כל ערליי געשעפטן, און לעת הצורך שלעפט מען ארויס א קרעדיט צעטל, און דער סוחר ווערט גאר בייז מיטן טענה אז ער שפירט זיך ווי א גמ"ח.
וואס איז יא די עצה, ווייס איך נישט, איך רעד נאר פון די פאקטן, סך הכל האמיר אראפ געריסן ביידע צדדים סיי די סוחרים און סיי די קאסטומער'ס, און דער סך הכל איז אז מ'דארף נאך אלץ קויפן ביי אידן...
נישט נאר קויפן ביי אידן, נאר אויך ליינען ביי אידן, ליינט'ס ענדערטש אידישע ארטיקלען ווי איידער גוי'שע ארטיקלען....

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה