וואס באדייט א מאץ – מו"ץ
שרעקט'ס ענק נישט, מ'קען צומאכן די שולחן ערוך'ס.....
מ'גיימיר נישט לערנען קיין הוראה...
וואס יא? גיימיר ארום רעדן קרעטשמעריש... אפאר פינטעלעך.... פוינט'ס בלע"ז,
פאר וועמען עס שמעקט צו זיין א מו"ץ, מיט וואס דאס שמעקט...
יעדער פארשטייט, אז א מו"ץ דארף שפירן א טעם אין הלכה, איינער וואס האט ליב בלויז פילפול און פשעטלעך, ער וועט לערנט יו"ד, תערובות, בשר וחלב, די שיינע שך'ס מיטן די ט"ז די זיסע פשעטלעך, אבער ותו לא, דעט'ס איט, צו מליחה און טריפות, האט דער מפלפל נישט קיין געדולד, א ביין דא, א לאך דארט, לונג אהער, טחול אהין, קישקע ארויף, קאפ אראפ...., דאס איז נישט עפעס "גוט'ס" פאר א מפלפל,
משא"כ איינער וואס האט ליב הלכה, איז זיך ממש מחי' דוקא מיט דעי מיני הלכות, ער נעמט אפיר א ס' שיחות חולין, מיט בילדער פון בהימות און עופות, ער קוקט און חזר'ט, דעס איז די שדרה, די צלעים, חלב החיצון, בשר הפנימי, יותרת הכבד, שתי כליות, צלע י"ב, בדיקת פנים, (כ'רעד סתם ווערטער כ'אהניש קיין אנונג וואס...),
אבער די פשעטלעך פון בשר וחלב מיט תערובות, איז א גאנצע אפקומעניש פארן בעל הלכה,
אבער אונז העמיר נישט רעדן פון לערנען ממש, אונז העמיר לערן "וועגן" לערנען,
לאמיר חזר'ן די באקאנטע וועלט'ס אויסדריק, "ער קען דעם פיפטע חלק שולחן ערוך", דאס מיינט ער פארשטייט צו האנדלען מיט מענטשן,
האטעץ שוין געהערט פונעם זעקסטן חלק שו"ע?, יא?
די זעסטע חלק שו"ע איז, וויאזוי מ'באגייט זיך צו אום-מענטשן, פארשטאנען?
יעצט לאמיר נאכאמאל איבער חזר'ן, ס'זאל זיין כמונח בכופתא,
5'טע חלק - מיט מענטשן, 6'טע חלק - מיט אומענטשן,
(זייער שנעל געלערנט, צוויי חלקים שו"ע אין א מינוט, הא?)
ווארט'ס, וועטעץ זעהן, אז די 2 חלקים, זענען נאך אפשר גרעסער ווי די אנדערע פיר,
קודם לאמיר לערנען די 5'טע, און נאכדעם די 6'טע,
די ערשטע פיר האמיר שוין געלערנט, יא?
פארהערט אויך?.... נאכניש?
אקעי, לאמיר שנעל איבער חזר'ן שנעל די ערשטע 4, פאר מ'גיימיר צום 5'טן,
לאמיר מעיין זיין אין איין שאלה, וואס האט צו טון מיט אלע ד' חלקי שו"ע,
וזהו: א מענטש האט געבארגט פון א חבר א איי,
דער חבר האט גענומען די איי, און מקדש געוועהן א פרוי,
די פרוי האט געמאכט מיט די איי, א עירוב תבשולין,
עסנדיג די עירוב תבשולין, האט מען געטראפן א בליץ טראפ,
איז די שאלה אזוי:
א) איז די קידושין א קידושין? (אבן העזר)
ב) איז די ערב תבשולין כשר? (או"ח)
ג) וויפיל דארף די חבר צוריק צאלן, א געהעריגע איי, אדער א איי מיט א בליץ טראפ? (חושן משפט)
ד) אויב ער געט אים צוריק א געהעריגע איי, צו איז דאס אפשר ריבית? (יו"ד)
ה) און בכלל וויאזוי כשר'ט מען די טעפל פונעם בליץ טראפ? (נושאי כלים)
העי! כ'האב צוגעזאגט מ'גייט נישט לערנען דא, גוט, צו מאכן די שולחן ערוך'ס,
ארויס נעמען דעם 5'טן חלק, יעדער האט אויף געמישט? גוט,
קודם די הקדמה פארן שו"ע,
ראשית דבר, המו"ץ צריך שיהא כיסים עקומים, בל"א שיפע טאשן, והמחמירים עושים גם החוטם והמצח כפוף (צוקנייטשט), והמחמיר תבוא עליו ברכה,
(באמערקונג: איבעראל ווי ס'שטייט מחבר, מיינט דאס דער מחבר פון די ארטיקל, און רמ"א ר"ת אויסגעטראכטע רשימות מפרשים)
הלכות מאץ
סימן א' סיעף קטן א'
להבין בני אדם הרגילים (נארמאלע מענטשן) בשעת השאלה
זאגט דער מחבר:
א מו"ץ דארף וויסן און פארשטיין, וואס ליגט אונטער די שאלה, ווי מיין רבי פלעגט זאגן, וואס ליגט אונטער די היי, די וועלט טראגט זיך ארום מיט א מעשה, (כ'בין א גוטע פארלערנער, מסביר דעם שו"ע מיט א מעשה, הא?...) איינער האט געפרעגט א שאלה דעם רב, צו מ'מעג טרינקען מילך פאר ד' כוסות, און דער רב האט אים געגעבן א שיינע מטבע, ער זאל זיך גיין קויפן וויין, און געזאגט, אויב וויל ער יוצא זיין ד' כוסות מיט וויין, איז משמע אז ער האט נישט אויף יו"ט קיין פלייש...., דערפאר גיב איך אים גענוג געלט צו קויפן פלייש אויך,
דאס מיינט א דיין וואס פארשטייט, וואס ליגט אונטער די שאלה,
למשל א אינגערמאן פון ק"י אדער מאנסי, קומט וואוינען קיין וומס"ב, און פרעגט דעם מו"ץ א שאלה, צו מ'דארף לייגן א מזוזה אויף א וואק-אין קלאזעט, אדער נישט, זאל דער מו"ץ פארשטיין, אז דא פרעגט ער א שאלה אויף די מעסטער בעד רום.... וויל אין מאנרא מאנסי, איז דאס טאקע די סייז פון א וואק-אין קלאזעט....
נאך א ביישפיל זאגט דער מגן ווייסעכווער,
אז א בחור פון א"י איז דאהי אויף יו"ט, און פרעגט דעם דיין צו ער דארף האלטן יו"ט שני, זאלסטו פארשטיין אז ער בענקט זיך אהיים, זיך אים א היתר אהיים צו קאלן,
מעשה שהי', ערנסט גערעדט, אמאל יום כיפור נאכמיטאג, איז א איד געקומען פרעגן א שאלה הרב פריעדמאן פון לאנדאן, איידעם פון הרב פאדווא זצ"ל, וועגן אויספאסטן אין יו"כ, הרב פריעדמאן האט שטארק געקווענקלט צו ענפערן, האט אים זיין שווער הרב פאדווא געזאגט, אז א איד פרעגט יו"כ צו ער מעג אויספאסטן, פארשטיי אליין אז מ'רעדט פון סכנות נפשות, די מעשה רעדט פאר זיך אליין ווי 10.000 ווערטער,
יעצט צוריק צום מחבר,
ווען א איד פרעגט א שאלה וועגן מילכיג און פליישיג, למשל צו מ'מעג קאכן אין די זעלבע אויבן, סיי מליכיג און סיי פליישיג, פראביר דיך אריין צו לייגן אין זיין מצב, אין הכי נמי, איר זענט טאקע א מאץ, מיט א גרויסע דירה, און א עקסטע אויבן פאר מילכיג, עקסטער פליישיג, עקסטער פאר פארווע, אבער דער אינגערמאן אין די פראדשעקסט אויפן 18'טן פלאר האט דאס נישט...
הגה: זאגט דער רמ"א, אזעלכע שאלות, פון בשר וחלב, זאל מען טאקע פרעגן נאר דעם דיין הרב ....................שליט"א , וואס ער וואוינט טאקע אין בעדפארד גארדענס, ממילא ווייסט ער צו ענפערן אזא שאלה, מיט אייגענע פראקטיק, וכן נוהגין.
סיעף ה'
עס איז נישט קיין בושה פאר א מו"ץ צו זאגן איך ווייס נישט, אדער איך וועל פרעגן א צווייטן, משה רבינו האט אויך געפרעגט, בי די פרשה פון פסח שני, זאגט אבער דער פרי חמרים אין דער זייט, אז דאס איז הני מילי א נארמאלע מענטש, וואס פארשטייט אז איך ווייס נישט, מיינט איך ווייס נישט, אבער א אום-מענטש, עיי' אינעם זעקס'טן חלק שו"ע, דארט ווערט מבואר פארשידענע תירוצים וואס מ'קען ענפערן ווען מ'ווייסט נישט.
סימן לז
סדר מעגל השנה להשואל והנשאל
דאס יאר פאנגט זיך אן מיט ראש השנה, דארף דער דיין גוט דורך לערנען, די הלכות פון אגוזים, ווייל דאס איז פון די מערסטע אקטועלע שאלה אין די טעג, אז ל"ע בעוה"ר איינער פון די בני המשפחה האט בטעות בשוגג אראפ געשליגנען ניס, וואס ווי באקאנט עסט מען נישט קיין ניס אין די טעג פון אלול תשרי, וואס דארף ער צו טון, צו דארף ער ווארטן 6 שעה, אדער גאר דארף ער א כפרה?, דעריבער דארף מען צו קענען גוט די הלכות.
ערב יום כיפור, זאל דער דיין האבן א זמן צעטל גרייט אויפן טיש, ווייל יעדע 2 מינוט גייט מען רופן פרעגן דעם מו"ץ, ביז ווען מ'מעג עסן.... (ביטע נישט ווערן ברוגז אויף די פרעגער...)
בחודש תשרי, ווען דער עולם קויפט ד' מינים, ביטע מאכן יעדע אתרוג פאר א הדר, און יעדע לולב פאר א יופי, דער פשוט'ע אינגערמאן, האט נישט קיין כח ארום צו לויפן צו אלע סוחרים, וואס קוקן דייקא אויף זיין נאז, צו באשטומען די ווערד פונעם אתרוג, איר זאלט נישט קוקן אויף זיין נאז, נאר אויפן אתרוג,
הגה: כל זה לא אמר אלא להדיין, אבער דער שואל, זאל מוחל זיין און געבן א טיפ פארן מאץ, דער דיין איז נישט קיין משרת, און ארבעט נישט און פאבליק סערוויס, וכן נהגין:
חנוכה - פורים, המחמירים שיקן חנוכה געלט, אבער רוב הציבור שיקט נאר פורים געלט צוזאמען מיט די משלוח מנות,
לפני חג הפסח, זאל דער דיין זעהן צו פארגינגערן דעם פראצעדור פון מכירת חמץ, אויף א לייכטן אופן, קריך נישט אריין אין זיינע קישקעס, וויפיל קעבינעט'ס ער האט אין די קאך, און וויפיל קלאזעט'ס אין די בעדרום, וויפיל ער צאלט מארגעטש, וויפיל ער האט געגעבן דאון פעימענט, וויפיל איז זיין פעיראל, וויפיל ער פארדינט אויפן טיש, אונטערן טיש, און ווי האלטן זיינע סטאק'ס, דערלייגט אדער פארדינט, צו ער טרינקט ברוינפן אגאנץ יאר שבת צופרי, (ער מידאך וויסן ברוינפן איז חמץ...), וויפיל הייזער ער האט, וויפיל ס'איז ווערט, וויפיל געהערט צום באנק און וויפיל זיין, (ווייל דער אפגעריסענע גוי וואס קלינט די מקוה, ווי אויך קויפט אפ זיין חמץ, ער וויל אפשר קויפן סטאק'ס און רעילעסטעיט),
הקנין יכול להיות בקולמוס לבד, דער קנין קען זיין מיט א פעדער אליין, ס'מינישט זיין דווקא מיטן גרעסטן גארטל אין גינעס ווארדל אף רעקארד, זאגט אבער די מחבר א וויכטיגע נקודה, ועכשיו נותנים מתנת יד, א טיפ, און מ'וואונטשט א פריילכן כשר'ן פסח,
פאר קאנטרי, איז ראטזאם דער דיין זאל לערנען בלויז 2 מקצועות, איינס איז עירובין, און איינס איז בשר וחלב, עירובין ווייל יעדער דיין אין קאנטרי מוז צושטעלן א כשר'ע עירוב, א קאנטרי אן א עירוב איז ווי א מויל אן א צינג, און בשר וחלב, ווייל דערוילעם ברענגט נאר ארויס אין קאנטרי איין טאפ צו קאכן, און ווען די מענער פארן אריין, פארגעסן די ווייבער צו דער טאפ איז פליישיג אדער מילכיג, דארף דער דיין פסק'נען, לפי ראות עיניו גוט אנקוקן דעם טאפ, און ארויס געבן דער פסק, צו ער איז מילכיג צו פליישיג,
בכל ימי הקיץ מותרים לילך עם בעקיטשע בימות החול, אף אלו שלא הולכים כל ימות השנה, אין אידיש, אין צייטן פון קאנטרי איז מותר צו גיין א טיש בעקיטשע אינדערוואכן, אפי די אלע וואס אגאנץ יאר גייען נישט מיט קיין בעקיטשע אינדערוואכן, ופוק חזו דכך נוהגים ברוב מקומות.
בחודש אלול חייב המו"ץ להשים שופר בתוך כיס הטלית, אף שאינו יכול לתקוע, דער מו"ץ זאל האלטן א שופר אין טלית בייטל אפי' ער איז נישט קיין בעל תוקע, דא זאגט אבער די רמ"א, הגה: ואל יבוש מפני המלעיגים עליו, דהרי הוא משום כבוד התורה, וכן נוהגים,
גם כדאי בכל השנה להחזיק בכיסו זכיכות המגדל (הנקרא לופ) לעזור לו בכל עת מצוא, דער לופ איז א וויכטיגע ארטיקל צו ניצן פארן מו"ץ סיי ווען ווי למשל קוקן לולבים ואתרוגים א.א.וו.
עס איז נישט קיין שום גבורה, און קיין שום קינץ, אויסצו טרעפן נייע איסורים, צו א זאך וואס אידן טוען שוין יארן לאנג, למשל אז אידן טרינקען בראנפן קודם און דערנאך עסט מען מזונות, זאג נישט ביים שיעור כללי, אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן להלכה, מ'טאר עס נישט טון, טרעף נישט אויס קיין נייע איסורים, א איסור אויף פלאשן טוילעט'ס בשבת מאיסור הוצאה בשבת, אדער בלאזן די נאז משום סחיטה בשבת, אדער היסן אדער גרעבסן בשבת, משום השמעת קול וכדומה.
אדרבה כוחו דהיתרא עדיף, טרעף א היתר צו פארן מיט א עלעוויעטאר שבת, טרעף א היתר צו פארשלאפן זמן קר"ש, א היתר אנצוצינדן די סטים – עיר קאנדישאן, א היתר צו טראגן מיטן עירוב, (אפס.... כ'האמיר אויסגעגליטשט..... עירוב האט נישט מיט הלכה....) א היתר זיך צו באשיצן פונעם רעגן שבת אויף א נארמאלע וועג, נישט מיט קיין פארקריפלטע פלעסטיק מעיל'ס, א היתר אויף קאקא קאלא, א היתר אויף האט קאפ'ס, שייטלעך, וואסעריגע ווערעם, גענידלטע אייער, ארעגוויי פלייש, ועוד, געדענק א סוקסעספולע דיין, איז דער מתיר מיט ברייטע פלייצע'ס, נישט ווייל דער עולם זיכט היתרים, נאר ווייל דער מקיל קען, און דער מחמיר קען נישט,
צום שלוס פון פיפטן חלק שו"ע, א ווארט פון פריעדיגע, מ'מעג מקיל זיין, אבער נישט זיין א קל, מ'מעג מחמיר זיין אבער נישט זיין א חמור (אייזל בל"א),
וכל זאת לא אמר רק לאנשים הרגילים, נארמאלע מענטשן, אבל האנשים אינם רגילים, אום נארמאלע מענטשן, להם יש חלק מיוחד הוא חלק ו', המדבר מהם בכל תוקף עוז, וטוב לב משתה תמיד,
סליק חלק ה' הנקרא פיפטע חלק שו"ע,
הדרן עלך הדרן עלך
מ'דארף דאס חזר'ן, ס'וועט זיין שאלות בכתב, און פאר די משיבים פון אלע שאלות, וועלן באקומען א כתב, פון מרן אדמו"ר, צו ווערן א "מאץ"
דעם זעקסטן חלק יבא בעז"ה
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה