יום חמישי, 29 באפריל 2010

טאטע זאג שוין ווער דו ביסט!!!! (ר"ה)

טאטע זאג שוין ווער דו ביסט!!!!

די אלע שאצונגען און איבערגעטריבענע שמועות איבער פרינץ זאמאסקי'ס פארמעגן האט נישט געהאט דאס מינדעסטע שייכות צו די אמת'ע ווירקליכקייט, ווייל פאקטיש איז פרינץ זאמאסקי געוועהן דער איינציגע יורש פון זיין גרויסן פאטער וועלכע האט געקעניגט איבער עטליכע גרויסמאכן אין די געגענט, וואס נאך פיל מלחמות און שלאכטן האט ער זיך ערווארבן צו א אומשאצבארע פארמעגן פון גאלד זילבער, דימאנטן, און גאר ווערדפולע שטיקער, און צוגאב פון טויזנטער שאף און רינדער מיט הונדערטער מיליטערישע פערד, וואס איז אייביג געשטאנען גרייט פאר די מלוכה צוועקן.

גאר אנדערשט איז אבער געוועהן דער יעצטיגע פרינץ זאמאסקי - דער הערשער פון בעהמען, ער האט קיינמאל נישט געזיכט דעם פאבליקום, און אייביג געשטאנען ווייט פון יעדן געפעכט מיט זיינע ארומיגע שכינים, אפי' די ברייטע גרויסארטיגע באלן און מאלצייטן וואס פלעגן אמאל זיין א אפטע ערשיינונג אין קעניגליכן פאלאץ איז אין די יעצטיגע צייטן געוועהן אייגעצויגן און אלעס אויף א שטילע פארנעם, פרינץ זאמאסקי האט געטראגן א כאראקטער ווי א ציווילע בירגער און נישט געזיכט זיך צו ווייזן און זיך גרויסהאלטן מיט זיין הערשאפט און פארמעגן,
אויסער איינמאל אין יאר ווען עס איז אויסגעפאלן דעם יארטאג פון די קעניגרייך פלעגט זיך דער קעניג ארויף זעצן אויף זיין שטול, און אלע סאלדאטן האבן אדורך מאשירט מיט גרויס פאראד און כבוד.

די בירגער פונעם גאנצן לאנד האבן געשפירט אז דער הערשער איז א נאבעלע און באזעסענע מענטש א זאטער וואס פארשטייט דעם הונגעריגן, און צוליב זיין נאכגעביגקייט האט ער געמינערט די גרויסע שטייערן און קאפ צאל פון די בירגער, און פארמערט בענעפיטן פאר גרויס און קליין, אין אזא הערשאפט האבן זיך אלע איינוואוינער געשפירט פארזיכערט און רואיג, כאטש מ'האט דעם קעניג ווייניג געזעהן אין פאבלוק צוליב זיין צוריק געצויגנקייט האבן זיי פארשטאנען אז ער איז געטריי און איבער געגעבן.

א פינטעלע זארג האט זיך געדרייט ביי יעדן אין הארצן וויסנדיג אז דער פרינץ שעפט נישט קיין נחת פון זיינע זון, זיינע זון זענען געוועהן דאס פארקערטע פון אים, ווי גוט און באשיידן דער טאטע איז געוועהן זענען די קינדער געוועהן מהיפך להיפך, אויפרייסעריש און הארטנעקיג און מיט אזא שטייפקייט פלעגן זיי ארום רייטן אין די גאסן און שלעכט'ס טון פאר די אומשולדיגע איינוואוינער, מענטשן האבן זיך אפי' געווינדערט ווי קומט צו אזא גוטע און באשיידענע טאטע אזעלכע ווילדע שלעכטע קינדער.

וואס א טאג שפעטער זענען זיי געווארן ערגער און ערגער, ווען די עוולות זענען נאך געוועהן קליין און פארהעלטנמעסיג האט מען נאך געקענט פארדעקן און מכפר זיין, אבער די נאכאנאדע ברוטאלע פירונגען האט שוין נישט געלאזט שטיין פון די זייט מיט פארלייגטע הענט, דער סוף דבר איז אבער געוועהן ווען אין איין נאכט האט מען זיי געכאפט ביי די האנט מיט א ריזיגע גניבה, ווען זיי האבן זיך איינגעבראכן אין די קעניגליכע באנק ווי עס ליגן באהאלטן די ווערפולע אוצרות פון אלע שרים און הארן.

דער נידריגע שריט פון די קעניגליכע קינדער האט אויסגערופן ביי די געזעץ געבער'ס א שטארקע פראבלעם, דא מוז מען פארסירן דעם געזעץ פונעם לאנד, ווידער פון די צווייטע זייט ווי קען מען מצער זיין דעם באליבטן הערשער, באין ברירה האבן זיך די שופטים צוזאמען געזעצט און מיט א איינשטומיגע החלטה באשטומט אז דער קנס וועט זיין איינצוזעצן די קינדער אין א תפיסה פאר עטליכע יאר.

דאס איינזעצן די קינדער אונטער די שווערע שטאלענע גראטעס האט שטארק אפעקטירט דעם קעניג'ס געפיל און זיין אפנקייט צום באפעלקערונג, כאטש וואס ביז איצט איז ער נישט געוועהן דער גאסן קעניג נאר זיך געלעבט שטיל ביי זיך אין פאלאץ אבער יעצט מיט די ווייטאגליכע פאקט אז זיינע קינדער זענען פארשפארט אין תפיסה איז נאך געוועהן פיל ערגער און דער קעניג האט זיך ממש פארשפארט אין זיינע צימערן.

די קינדער אליין וואס זענען געזעסן אין תפיסה האבן אויך נישט געלעקט קיין האניג, ווי א טאג, געווויסע צייטן זענען געוועהן איבער זיי שוווערע און שטרענגע הארן וואס האבן זיין אונטערדריקט מיט אלע ערליי מיטלען, אבער אין טייל טעג זענען זיי געפירט געוווארן דורך גאנץ גוטע און איבערגעגעבן הארן וואס האבן געזיכט זייער וואוילזיין.

אזוי זענען דורך געלאפן עטליכע וואכן וואס די צייט האט גורם געוועהן אז די קינדער האבן צוביסלעך פארגעסן זייער אמאליגן לעבן, און די תפיסה לעבן איז געווארן א חלק פון זייער רוטינע סדר החיים, ויהי היום זיי זיצן אזוי אין זייער קעמערל און שמועסן צוזאמען ווי קיינמאל בעפאר, פלוצלינג עפנט זיך דער טיר און א מענטש ווערט אריין געשטופט אין זייער קעמערל און דער טיר פארמאכט זיך אונטער אים, זיי קוקן און שטוינען אויף וואס ארויף האט מען זיי דא צוגעשטעלט א נייעם שכן, א זאך וואס איז נישט געטון געווארן ביז יעצט.

אבער צו זייער שרעקליכע ווינדער און שטוינונג האבן זיי נאך א האלבע שטונדע אנפלעקט אז דער ניי געקומענע איז נישט קיין צווייטער נאר זייער אייגענע טאטע!!! דער הערשער פונעם לאנד!!!, מיט אפענע מיילער זענען זיי געזעסן ארום נישט וויסנדיג ווי אנצוהייבן פרעגן זייערע פראגן וואס ער זיכט דא און צוליב וואס האט מען אים איינגעזעצט אונטער אזעלכע שווערע דיקע ווענט.

דער טאטע האט זיך נישט געלאזט ווארט און האט זיי געזאגט, אז זינט זיינע קינדער זענען געווארן פארשפארט אין תפיסה האט ער מער נישט געקענט אנגיין מיט זיין טאג טעגליכן לעבן, ס'איז נישט דורך א מינוט אין טאג וואס ער זאל נישט טראכטן פון זייער שיקזאל, צוזענדיג אז מער וועט ער סייווי נישט האבן קיין נארמאלע גליקלעך לעבן האט ער בסוד סודות זיך אויסגעקויפט מיט גרויס געלט מ'זאל אים אריין לייגן אין תפיסה צוזאמען מיט זיינע קינדער, כאטש זאל איך נישט זיין איינזאם אליין אין פאלאץ האט דער טאטע געקלאגט, ענדערשט וועל איך זיצן אין תפיסה מיט מיינע קינדער ווי איידער הערשן אין קעניגליכן פאלאץ אליין.... האט דער טאטע אויסגעפירט מיט ביטערנישט.

אזוי זיצט זיך דער אויסגערופענע באליבטע פרינץ זאמאסקי אין תפיסה אונטער שווערע אומשענדן בלויז מיט די איינע סבה צו זיין נאנט מיט זיינע קינדער, די קינדער זענען צוריסן געוווארן פאר צער צוזענדיג ווי טאג טעגליך איז מען מבזה מיט אלע מיני דערנידערונגען זייער באליבטע טאטע, אבער אויפן שטרענגע באפעל פונעם טאטן טארן זיי נישט ארויס רעדן א ווארט, בלייבט זיי נאר איבער דאס ליידן און שווייגן, אדער זיך אויסוויינען באהאלטענעהייט ווען קיינער זעהט נישט.

דער יאר - טאג פון די קעניגרייך האט זיך דערנענטערט, די קינדער האבן זיך דערמאנט ווי שיין אין יענעם טאג פלעגט זיין יאר יערליך ווען דער טאטע דער קעניג פלעגט זיך ארויס זעצן מיט זיינע שענסטע מלוכה קליידער און אלעס האט אדורך מאשירט מיט אזא כבוד המלכות, און דא זיצט דער טאטע אין תפיסה צוזאמען מיט זיי נאר צולב זייער זינד, וואס א טאג נענטער איז דער ווייטאג געווארן גרעסער, די ליפן זענע שוין געוועהן צוביסן פון גרויס ווייטאג אז זיי מוזן גאר שווייגן.
אבער אין די פרימארגן פון דעם גרויסן טאג ווען די זון האט אויפגעשיינט, די קינדער האבן געזעהן זייער באליבטע טאטע בשפל המצב זיצן לעבן זיי, האבן זיין אויסגעשאסן מיט א געוויין..... טאטע!!!! גענוג! זאג שוין אויס ווער דו ביסט..... מיר קענען נישט מער.....

הנמשל מובן, דער מלך מלכי המלכים דער טוב ומטיב לכל, דער מכין בשר לכל בריותיו, דער בורא ומנהיג לכל הברואים, אין לו משיגי הגוף, מ'האט אפי' נישט קיין השגה אין זיין גרויסקייט, מ'קען אים נישט זעהן כי לא יראנו האדם וחי, דער קשה לכעוס ונח לרצות, ער האט קינדער, כלל ישראל בני ק'ל חי,

ומפני חטאינו זיצן מיר אין גלות מחמת אונזער חטאים מוזן מיר אפקומען גלות פאר א באשטומטע צייט, זאגט אבער כביכול, במסתרים תבכה נפשי, און די שכינה הק' זאגט ארד עמהם איך גיי מיט אין גלות צוזאמען מיט די אידן, כלל ישראל זעהט נעבאך טאג טעגליך ווי מ'טרעט אויף כבוד שמים, די כבוד פון די היי' שכינה ווערט דערנידערט אויף א שרעקליכן אופן, מ'מוז נעבאך לידן און שווייגן, קיין סאך צו טון איז נישטא.

ס'קומט אבער דער טאג פון ראש השנה, אוי זה היום תחילת מעשיך, א טאג וואס כביכול זיצט אייביג על כסא המלוכה וכל באי עולם יעברון לפניו כבני מרון, און אנטשאט אזא מלך עליון זאל זיצן בכבודו של עולם בירושלים עיר קדשך, איז נעבאך שכינתא בגלותא, דאס הארץ ווערט צוריסן פון צער און ווייטג, אז מיר קענען שוין נישט מער שטיל זיין,

מיר שרייען ארויס טאטע!!!! זאג שוין ווער דו ביסט!!! נעם דיך אן פאר דיין כבוד,

אוי וידע כל פעול כל אתה פעלתו, ויבין כל יציר כל אתה יצרתו.

המשל והנמשל מפי השמועה מהרב אפרים וואקסמאן שליט"א בתוס' ביאור

איצט די זעלבע געדאנק אויפן גראם
(מיוסד אויפן גראם פון הרב וואקסמאן מיט עטליכע שיניום)

וסימנך
-- ערשטע פאל,
"צווייטע פאל
*דריטע פאל
^פערדע פאל

(ניגון: ניין טאטע ניין – אייזיק האניג)

--ונתנה תוקף קדושת היום,
דער הייליגע טאג עד שמו רום,
ראש השנה ווי גרויס איז דער שעה,
אזי מלך שמו נקרא,

--א מלך האט געהאט צוויי זון,
זיי זענען ארויס אין די וועלט געשעפטן צו טון,
זיי האבן נישט געטון זייער התחייבות,
זיי האבן זיך אריין געלאזט אין גניבות,

"ביז מען האט זיי נעבאך געכאפט,
אין א שווערע תפיסה זיי פארשקלאפט,
געפיינגט אן קיין אויפהער,
ס'איז זיי געוועהן זייער שווער,

"מ'האט זיי שטארק געשלאגן,
ביז איינע האט פארן צווייטן געטון זאגן,
קוק ווי אונז זעמיר אריין געפאלן,
מיט די ערגסטע קרימינאלן,

--איין טאג האבן זיי געזעהן,
עפעס אין תפיסה איז געשעהן,
מ'ברענגט אריין א אלטע מענטש מיט קייטן אויף דער האנט,
זיין פנים איז זיי באקאנט,

-זיי לויפן צו באלד,
נעמען זיך שרייען אוי געוואלד,
זיי זעהן אז דאס איז זייער טאטע דער קעניג פונעם לאנד,
מאכט מיט דעם גרויסן שאנד,

"דער טאטע זאגט ווען כ'האב געהערט ווי איר זענט,
האב איך שלאפן נישט געקענט,
און איך האב מיר אויסגעקויפט מיט געלד,
ביז מען האט מיר אריין געשטעלט אין תפיסה פארשטעלט,

"איך בעט ענק מיינע טייערע זון,
זאגט'ס נישט אויס ווער איך בין,
זיי האבן נעבאך געמוזט צוזעהן דעם גרויסן צער,
ווי מ'איז מבזה דעם טאטן עד אין לשער,

*ס'פלעגט זיין איין טאג אין יאר,
וואס איז געוועהן ביים מלך א שמחה ביז גאר,
דער טאג וואס ער איז געווארן דער מלך אין דעם לאנד,
אלע מינטסטארן פלעגט מען אדורך פירן,
די סאלדאטן פלעגן מאשירן,
ס'פלעגט זיך פרייען דער מלך מיט זיינע גוטע פריינד,

^האבן די קינדער צו זיך געטראכט,
היינטיגן טאג פלעגט דאך ביים טאטן זיין אזא פראכט,
און ביז דערווייל זיצט ער אין תפיסה אצינד,
און פארוואס איז דאס געשעהן,
אז מ'קען זיין שיינקייט נישט זעהן,
אלעס נאר צוליב אונזער גרויסע זינד,

"זענען זיי געלאפן ווי דער טאטע איז געליגן,
געוויינט און געשריגן,
טאטע טאטע די מוזסט,
שוין זאגן ווער דא ביסט,

--דער טאטע איז אבינו שבשמים,
און דער זון איז הבן יקיר לי אפרים,
ומפני חטאינו גלינו,
אין דעם תפיסה ישבנו גם בכינו,

--האט דער באשעפער געזאגט ס'איז מיר כדאי,
אין גלות מיט מיינע קינדער צוזאמען מיט זיי,
דער באשעפער זיצט אויך אין תפיסה,
אוי שכינתא בגלותא,

"און אונז דארפן דאס כסדר זעהן אזוי,
ווי מ'טרעט אויף כבוד שמו,
אויפן כבוד פון זיין הייליגע תורה,
ס'איז דאך ממש איום ונורא,

"ס'פארשטערט דאך די גאנצע הוד,
און כסדר בעט מען גלה כבוד,
אבער דער באשעפער באהאלט זיינע כתרים,
און וויינט במסתרים,

*אבער ווען ס'קומט ר"ה דער גרויסער טאג,
יעדעמ'ס מעשים לייגט מען אויף וואג,
א טאג וואס איז זה היום תחילת מעשיך,
מ'כאפט זיך אז דער מלך זיצט אויף דער ערד,
יעדע'נס מנוחה ווערט צושטערט,
און מ'בעט און מ'שרייט ובכן תן כבוד ה' לעמך,

^טאטע מיר קענען עס נישט צו קיקן,
ווי מ'טיט דיין כבוד אונטער דריקן,
ווייז שוין דיין גרויסקייט איבער די וועלט,
טאטע טאטע די מוזסט,
שוין זאגן ווער דא ביסט,
אז דו האסט אלעס אויף געשטעלט,

"וידע כל פעול,כי אתה פעלתְו,
ויבין כל יציר, כי אתה יצרתְו,
מיר בעטן אלע אויף אמאל, אחת שאלתְי,
והשב ישראל לדביר, בירושלים קרתא,


אמן ואמן

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה