ערב שבת חנוכה דיסארדער...
ערב שבת חזון נאכמיטאג, בין איך געגאנען מקיים זיין וואס דער מחבר זאגט ירחץ פניו ידיו ורגליו אין די לאקאלע מקוה אין די הרי הקעטסקילס, באלד ביים טיר האט מיר אנטפאנגען א מודעה מיטן לעדער העד פון אונזער קאנטרי קהילה, אז דעם שבת חזון ערב תשעה באב צופרי וועט מען זיך שטעלן דאווענען שחרית 8:50,
איך פרעג באלד, צען מינוט צו ניין? וואסי?, באלד האבן זיך געלאזט א געזעמל מיט מענטשן מיט ברייטע הסבירים אז אזויווי מ'דארף נאך עסן מילעכיג פאר די שקיעה בערך 10 מינוט נאך אכט, מוז מען דאווענען פריער, איך הייב אן צו פרעגן, איך פארשטיי נישט ווילאנג נעמט צו עסן, א שעה?, גוט לאמיר געבן א שעה צום עסן, קען מען דאך אנהייבן עסן 10 מינוט נאך זיבן, אויב רעכנט מען גאנצע 6 שעה, פון עסן פליישיג מוז מען האבן אפגעגעסן 10 מינוט נאך 1, נו דערפאר דארף מען דאווענען 8:50 ?, אפגערעדט אז ווען מ'שלאפט צווישן פליישיג און מילעכיג מוז מען נישט האבן קיין גאנצע 6 שעה, (ויש לפלפל הרבה בזה)
די אנטווארט אז געוועהן איין זאך, כ'ווייס נישט מ'דארף עסן מילעכיג פריער און שוין, כ'האט מיר דערזעהן מיט אידן וואס האבן צו טון מיט די נערווען, זייער אסאך מענטשן זענען אזוי אז ווען עפעס גייט אנדערשט אינעם סדר היום ווי געווענדליך ווערן זיי משוגע, זיי האבן ממש א דיסארדער...
למשל, ערב שבת חנוכה, (יעצט פארשטייסטו שוין דעם קעפל?) א גרויס פראצענט עולם, ווערט שוין פאריקט צופרי ביים דאווענען, ער יאגט נערוועזערהייט דעם בעל תפלה, וואס הייסט ס'איז ערב שבת חנוכה מ'דארף צינדן די מנורה ס'אישפעט, א האלבע שעה נאך חצות איז די מקוה געפאקט, וואס הייסט ס'איז ערב שבת חנוכה מ'דארף צינדן די מנורה ס'אישפעט, ווער ס'שטייט אים אין וועג כאפט אריין ס'איז ערב שבת חנוכה, מ'דארף צינדן די מנורה ס'אישפעט..., א רגע, לאמיר פארשטיין, ווילאנג נעמט צוגרייטן א מנורה, און ווילאנג נעמט צינדן א מנורה, 5 מינוט 10 מינוט, 15 מינוט, גוט כ'וועל דיר געבן 20 מינוט, צו וואס ווערסטו משוגע ערב שבת חנוכה?, אלא מאי דו האסט א דיסארדער..., א ערב שבת חנוכה דיסארדער..., וואס ווען עפעס גייט אנדערשט אין סדר היום ווערט מען נערוועז...
דער ערב שבת חנוכה דיסארדער קלאפט אויס נישט דוקא ערב שבת חנוכה, נאר אויך אנדערע זמנים אזא איינער ווערט אויך ערב יו"כ גאר מסוכן, באמת איז דער ערב יו"כ א טאג וואס מ'טוט נישט גארנישט, אבער פארן בעל ה'ערב שבת חנוכה דיסארדער איז דאס געפערליך ווייל אלעס גייט אנדערשט ווי נארמאל, מ'שטייט אויף פארטאג'ס מ'שלאגט כפרות, מ'עסט 1 אדער 2 סעדות, מ'דאוונט מנחה פרי א אנדערע מין מנחה ווי געווענדליך, ער דארף זיך געזעגענען פון די עלטערן – זיידעס, טראגן מחזורים אין שול, וואס באמת איז דאס נישט אזא שווערע סדר היום, אבער וויבאלד גארנישט איז נישט נארמאל ווי געווענדליך, ווערט אונזער בעל הדיסארדער זייער צורודערט, אויסער וואס קומט נאך צו די אמת'ע פחד ואימת הדין וואס יעדער יוד האט ערב יו"כ.
ערב פסח איז אויך גאר א שווערע זמן פאר איינער וואס ליידט אויף ערב שבת חנוכה דיסארדער, ערב פסח איז פאר רוב מענער נישטא קיין סאך וואס צו טון, מ'שטייט אויף פארטאג'ס מ'עסט חמץ, מ'פיצט די ציין, מ'פארברענט דעם חמץ, (אין קאך לאזט מען אים נישט אריין), מ'גייט אויף פיקן די מצות, און....... גארנישט, מיט דעם אלעם, אפי' דער בעל ה'ערב שבת חנוכה דיסארדער זאל טאקע נאר האבן אזא סדר היום ערב פסח ותו לא, וועט ער זיין גאר אנגעצויגן, ווייל דער טאג איז אנדערשט ווי געווענדליך, מוז דאווענט פרי, מוז עסן חמץ, מוז פיצן די ציין, מוז פארברענען חמץ, מוז אויף פיקן די מצות, מוז זיך אראפ לייגן שלאפן....
דעריבער וועט א ערב שבת חנוכה דיסארדער ליינדער שוין פון פריער זיך וועלן באקוועמער מאכן און אראפ נעמען דעם שווערן עול פון די אנגעצויגענע טעג וואס גייט אנדערשט ווי נארמאל, למשל ערב שבת חנוכה גופא, וועט ער טאקע דאווענען פרי, גיין פרי אין מקוה, און אנגרייטן די מנורה ליל שישי, אלעס כדי אז דער שווערן סדר היום זאל לייכטער ווערן, ווי אויך סתם א טאג וואס ער ווייסט אז ס'גייט זיין אנדערשט, למשל זיין טאטע מאכט חתונה, וועט ער שוין א וואך פריער אלעס ערלעדיגן אז יענעם טאג זאל זיין במנוחה, א נאכט פאר ערב יו"כ וועט ער שוין טראגן די מחזורים אין שול, צום גדלי' וועט ער שלאגן כפרות, און 2 טעג פאר יו"כ וועט ער זיך געזעגענען פון די זיידעס,
און וואס נאך?, איינער וואס ליידט אויף ערב שבת חנוכה דיסארדער, וועט הענגען א צעטל ערב שבת חזון ערב תשעה באב אז שחרית דאוונט מען 8:50.......

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה