גאָטץ אדער טפשות?!!!...
זאגט'ס נאר איז דאס נאך א טאג ביך ארטיקל???
די ענפער איז: יא און ניין.
ווייל מענטשן שלאגן אונז פאָר, היות מיר האבן שוין באשריבן אינעם פארגאנגענהייט פארשידענע סדר היום'ס און זייערע טאג ביכער, ע"כ בעטן זיי אז מ'זאל זיי אויך באשרייבן, עס זענען געקומען פארלאנגען פון גראסערי'ס, בעקערי'ס, סעילסלייט, כולל יונגעלייט, ועוד, אלע מיט די זעלבע פארלאנג אז מ'זאל זיך נעמען צו זייערע ביינער, דעריבער פאר אלעם ווילן מיר מאכן אן ארטיקל וואס איז אין דעם איז נכלל זייער אסאך מענטשן און ס'מיינט יעדעם, בעיקר ווען עס קומט "אפצושאצ'ן" יענעם'ס ארבעט,
(און דאס איז אין פלאץ אויסצורופן פאר אלע ליינער און חבירים אין די פורם'ס אז ווער עס האט א גוטע בייפאל וועמען צו באשרייבן און וועלכן טאג ביך ער האלט ס'קען זיין אינטרעסאנט קען מיר דאס צושיקן אין אישית, און אויב די צייט וועט ערמעגליכן וועט יענעם'ס סדר היום באשריבן ווערן לויט מיין אפשאץ...)
מיר שטייען אצינד אינמיטן די טיפע קורצע ווינטער טעג, און די לאנגע קאלטע נעכט, ווי יעדער פארעכט זיך דעם ווינטער שאל, וואס בדרך כלל ווערן די ווינטער'דיגע מוצאי שבתים אויסגעניצט פאר פארשידענע פארזאמלונגען, צו דינער'ס אדער אסיפת חבירים, גרויסע און קליינע מסיבות ווערן אפגעראכטן כמעט יעדע מוצאי שבת, ווי עס טרעפן זיך צוזאמען חבירים און באקאנטנע פון יארן פריער, און מ'פארברענגט אינאיינעם.
בדרך כלל ווען יונגעלייט קומען זיך צוזאמען ווערט אלץ דער שמועס געפירט איבער איינע פון די חבירים און באקאנטע וואס האט אין די לעצטערע צייטן זייער מצליח געוועהן, אדער חלילה פארקערט ווען איינע פון די חבירים איז געגאנגען בארג אראפ, די עקסטרעמע הצלחות צווישן חבירים ווערן אלץ אויסגעשמיסט, משא"כ מעסיגע מענטש די אלע וואס האבן נישט מורא'דיג מצליח געוועהן אדער די וואס זענען נישט מורא'דיג דורכגעפאלן פון די חבירים ווערן כמעט נישט דורך געשמועס און צוקייט.
וואס זענען אבער די ווערטער וואס קומען אלץ ארויס פון אזא שמועס, פארשטייט זיך אז מ'וועט ארויס הייבן דעם מוצלח, און משפיל זיין און באנעבאך'ן דעם שלימזל, וואס זאגסטו צו משה'ן?, ער איז גוט, ניין?, ער האט גאטץ ווי משוגע, אריין געטאנצן אין א דירה אריין געטאנצן אין א ביזנעס, קוק אים אן ער איז מצליח נישט נארמאל, ער האלט און איין שפרינגען, און ער שארט גאלד, דו האסט דאס געגלייבט אין ישיבה אז משה וועט דאס מאכן?, ער איז קיינמאל נישט געוועהן אזא חכם, עפעס האט ער זיך אויסגעריבן נאך די חתונה, ניין?.
ווידער דער נישט מוצלח ווערט אויך אדורך געקייט איבער זיינע דורכפעלער, נו, וואס זאגסטו נעבאך צו ארי?, נעבאך, ער זעצט אן רעכטס און לינקס, ווי ער לייגט א פיס שפרינגט אלעס אוועק פון אים, רופט זיך אן א צווייטע מיט שמיסער, וואס ערווארטסטו דען פון אים? שכל קען מען נישט קויפן, ער איז אייביג געוועהן א שוטה און בלייבט ווייטער א שוטה, ער דרייט זיך ארום מיט חלומות פון דא ביז קאנארסי אז ער גייט מאכן געלט, ער טוט נארישע שריט, שפרינגט ווי א צודרייטער און שוטה בלייבט שוטה.
מיר ווילן נישט אריין גיין צו אזא שמועס איז אויסגעהאלטן לויט די הלכות שמירת הלשון, מיר ווילן זיך אבער יא אפשטעלן איבער די מחשבות וואס מענטשן טראכטן איבער די צוויי חבירים משה און ארי, די פשוט'ע מחשבה איז אז משה האט גאטץ און ארי איז א טיפש, צו קלערט איר אז ס'איז דא א חילוק צווישן די צוויי מענטשן?, אויסדריקלעך "ניין", קיין שום חילוק, ביידע זענען די זעלבע שוטים...,
נאר ווען די שטות געלונגט ווערט דאס אנגערופן "גאטץ" און ווען דער טפשות געלונגט נישט הייסט דאס "טפשות", די חילוק צווישן די צוויי איז נאר אביסלע מזל...
דוגמא 1
משה, א יונגערמאן מיט גאטץ, ער איז פיל מיט קוראזש, א סעילסמאן פאר א געוויסע פראדוקט, ער שפאנט אריין צו א פארבריק, וואס בדרך כלל נעמט 7 וואכן צו מאכן אן אפוינמענט ביים מענידשער פונעם פעקטארי, אבער דער משה נעמט זיין גאטץ, קלאפט אריין צו מענידשער אן קיין אפוינטמענט און מיט זיין גאטץ שלאגט ער אים פאר זיין סחורה, און קוק אהער ווי סוקסעספול ער איז, ער מאכט א דיעל מיטן מענידשער אויף טויזנט טאללער א חודש, און גייט זיך ארויס...., פארפאלן דער משה האט גאטץ, ער האקט אריין איין דיל נאכן צווייטן.
די אנדערע זייט מטבע:
ס'איז דא א יונגערמאן מיט נאמען ארי, א טיפש עצום, א סעילסמאן פון א געוויסע פראדוקט, ער שפאנט אריין צו א פארבריק, וואס בדרך כלל נעמט 7 וואכן צו מאכן אן אפוינטמענט ביים מענידשער פונעם פעקטארי, אבער דער ארי דער טיפש מיינט טאקע אז דא איז א ביהמ"ד, קלאפט אריין צום מענידשער אזוי נישט מיר נישט דיר אן קיין אפוינטמענט ווי א טיפש, דער מענידשער וויל אים אפי' נישט אויסהערן, ער גייט ארויס בבושת פנים מיט ליידיגע הענט, האסט געזען אזא נער, וואס מיינט ער אזוי קען מען מאכן ביזנעס, שוטה דער...
סך הכל זענען ארי מיט משה די זעלבע שוטים, נאר פאר משה איז געלונגען דעם שטות און פאר ארי נישט, משה האט געהאט מזל און ארי נישט, איז דערפאר הייסט משה א חכם און ארי א טיפש, נו, איז דא א חילוק צווישן גאטץ און טיפשות?
דוגמא 2
עס איז זונטאג נאכמיטאג אין ישיבת מאירת התורה, נעכטן נאכט האבן די בחורים געמאכט א מסיבת פרידה פאר א חבר א חתן וואס פארט אוועק חתונה האבן מעבר לים, נאך די מלוה מלכה האבן די בחורים געטאנצן (כידוע איז טאנצן פאר בחורים גלייך ווי אלקעהאלישע געטראנקען פאר סתם מענטשן, בחורים קענען ווערן שיכור פון טאנצן אליין...) נאך די מסיבה זענען אייניגע בחורים געוועהן צולאזט, און איינער האט אנגעצינדן א שטיקל פאפיר, דער צווייטער האט צוגעלייגט נאך ביז ס'איז געווארן א שטיקל שריפה, ס'האט זיך גענדיגט מיט רופן פייער לעשער און די חילול ד' (חילול שם פון די ישיבה) איז געוועהן זייער גרויס, יעצט זונטאג גייט פארקומען א וויכטיגע דרשה דורך די מנהל הרב גאלדבארג שליט"א, דער מנהל שפאנט אריין מיט א אנגעצויגענע שטערן, ער איז א פעסטע חכם דער מנהל, ער ווייסט שוין וויאזוי צו האנדלען אין אזעלכע פעלער, ער ווייזט שטארקייט, ער האלט א שטורעמישע דרשה, האלט פאר די בחורים היתכן ס'איז געשעהן אזא זאך, און ענדיגט זיין דרשה מיט פארלייגן די הארבע קנסות און מיט זיין שטארקייט ברענגט ער צוריק ארדענונג אין ישיבה, דער הרב גאלדבארג איז גוט, ניין?, ער פארלירט זיך נישט, ער ווייסט וואס צו טון אין אזא פאל, און מיט אביסל פעסטקייט ווייזט ער זיין חכמה און מאכן סדר אזוי כלאחר יד.
די אנדערע זייט מטבע:
עס איז זונטאג נאכמיטאג אין ישיבת מאירת התורה, נעכטן נאכט האבן די בחורים געמאכט א מסיבת פרידה וכו' וכו' (יעדער קען ליינען די מעשה אינעם פאריגן פאראגראף) יעצט זונטאג גייט פארקומען א וויכטיגע דרשה דורך די מנהל הרב זילבערבארג שליט"א, דער מנהל שפאנט אריין מיט א אנגעצויגענע שטערן, א שוטה פון א מנהל, ער מיינט טאקע מ'קען עפעס פירן 17 יעריגע בחורים ווי א קינדערגארטען, ער שרייט ווי א מטורף, ער האלט פאר די בחורים היתכן ס'איז געשעהן אזא זאך, און ער ענדיגט זיין דרשה מיט פארלייגן די הארבע קנסות, ווי נאר ער לייגט פאר די קנסות הייבט זיך אן א מורמעליי בּאָאָאָאָ...., א בהמה דער הרב זילבערבארג נאך אזא מעשה זאל ער זיין שטיל, ס'איז בעסער ער מאכט זיך אינגאנצן נישט צו טון פון די גאנצע מעשה, ער מיינט טאקע ווייל ער מאכט זיך שטרענג וועט דער עולם מורא האבן פון אים, שוטה דער...
יעצט וואס איז די חילוק פון הרב גאלדבארג מיט הרב זילבערבארג?, קיין חילוק, ביידע די זעלבע שוטים, ווייל צו טוען א געוואגטע שריט איז א טיפשות, נאר, פאר הרב גאלדבארג איז די טיפשות געלונגען, הייסט דאס שטארקייט און גאטץ, און פאר הרב זילבערבארג איז די טיפשות נישט געלונגען בלייבט ער א טיפוש, יענער האט מזל און ער נישט, נו, איז דא א חילוק פון גאטץ ביז טיפשות?.
דוגמא 3
ס'איז שבת שקלים שבת מברכים חודש אדר, לכבוד אזא שיינעם שבת שיקט מען צו צום עמוד אונזער בעל תפלה ר' ראובן, ער גארגלט זיך אויס אז ס'איז א מחי', ביי ממקומך דא איז שוין דער הויעך פונקט, איז אונזער ר' ראובן בייגעפאלן א מורא'דיגע איידיע, ער נעמט זיך זינגען דעם "וכשם שאני מתכסה" פון אייזיק האניג אויף די ווערטער פון ממקומך, פארשטייט זיך אז דאס איז שוין אזא שטיקל וואס דער המון עם קען נישט מיטזינגען, זינגט ער דאס אליין און ס'הילכט אפ זיין קול אז ס'איז א נחת, ער גייט העכער און העכער, ביז ועינינו תראנה דא ווערט שוין דער ניגון שנעלער והטלית... והטלית... יפרוש כנפיו עליהם... ועינינו תראנה...., דער עולם טאנצט אונטער, ימלוך ד' לעולם אלקיך ציון לדור ודור הללוק'ה, דער עולם קען זיך נישט איינהאלטן אפי' אינמיטן חזרת הש"ץ, יעדער דריקט אויס זיין התפעלות פאר זיין שכן איבער דעם געלונגענען בייפאל פון ר' ראובן, פארפאלן ער איז גוט, האסט געהערט דעם ממקומך ווי שיין?
די צווייטע זייט מטבע:
ס'איז שבת שקלים שבת מברכים חודש אדר, לכבוד אזא שבת שיקט מען צו צום עמוד אונזער בעל תפלה ר' שמעון, ער גארגלט זיך אויס אז ס'איז א מחי', אבער, ביי ממקומך דא ווי ס'איז דער הויעך פונקט, איז אונזער טיפש בייגעפאלן אן איידיע, ער נעמט זיך זינגען ווי א נער דעם "וכשם שאני" פון אייזיק האניג, פארשטייט זיך אז דאס איז דאך א שווער שטיקל ממילא איז דער עולם געבליבן שטיל ווי נערנים, ער גארגלט זיך אליין און דערוילעם קען נישט מיטזינגען, נישט נאר דאס, נאר ער מאכט זיך משוגע ער הייבט דער ניגון העכער און העכער, און ביי ועינינו ווערט ער טאטאל פארוקט ער נעמט זיך זינגען דעם לעצטן פאל והטלית והטלית.... ועינינו תראנה..., וואס מיינט ער דער ר' שמעון?, ער מיינט אז דער עולם האט געדולד?..., ימלוך ד' לעולם אלקיך ציון לדור ודור הללוק'ה, דער עולם קען זיך נישט איינהאלטן אפי' אינמיטן חזרת הש"ץ, יעדער דריקט אויס זיין בייזקייט צום שכן, שיגענער דער שמעון..., חזנים זענען נערנים...., ער קען נישט נעמען עפעס א נארמאלע ניגון וואס דער עולם קען מיטזינגען?, נעקסט טיים זאל ער נעמען א ניגון וואס דער עולם קען מיטזינגען וועט ער נישט מוזן זינגען אליין ווי נער...
יעצט וואס איז די חילוק פון ר' ראובן ביז ר' שמעון?, קיין חילוק, ביידע די זעלבע שוטים, ביידע האבן געטון א געוואגטע שריט וואס קען זיך אויסלאזן מיט א דורכפאל, נאר פאר ר' ראובן איז די טיפשות געלונגען און פאר ר' שמעון נישט, ראובן האט געהאט מזל אז דער עולם האט געהאט געדולד הייסט ער בעל תפלה וואס האט גאטס און שמעון האט נישט קיין מזל הייסט ער א טיפש, (אני הקטן השאץ בין שוין געוועהן סיי ראובן און סיי שמעון אינעם זעלבן שול ווען איך האב גענומען ביים עמוד א געוואגטע ניגון, איינמאל האט זיך דער עולם מחי' געוועהן און איינמאל האט דער עולם געשאלטן, און ביים צווייטן מאל האב איך פשוט נישט געהאט קיין מזל), נו, איז דא א חילוק פון גאטץ ביז טיפשות?.
דוגמא 4
אברהם'י א טאלאנטפולע יונגערמאן א קלוגער, ער האט א א שארפן שכל מיט שארפע חושים, ער זיצט אזוי חנוכה ביי זיין שוויגער, און די געשוויסטער זעצן זיך צוזאם אויף א חנוכה פארטי, במשך די נאכט קומען פאר גאנץ אינטרעסאנטע געשענישן פון וואס ער קען אסאך אפלאכן, די פראבלעם איז נאר אז קיינער פון די משפחה טאר נישט וויסן אז ער לאכט אפ פון זיי, פאלט אים ביי א גוטע עצה, ער קען דאך גוט שרייבן, דעם נעקסטן טאג רוקט ער זיך ארויף אויף היימישע קרעטשמע, און שרייבט אפ זיין חנוכה פארטי מיט אלע פרטים און דיקדוקים, און די הונגעריגע ליינער זענען זיך מחי', די גוטע שרייבער'ס זענען גלייך מגיב אז דאס איז פיינע סחורה, און ער זעלבסט פרינט דאס ארויס, און טראגט דאס אהיים צום ווייב, און זי דערקוויקט זיך מיט יעדעס ווארט וואס ער שרייבט און ווי פיין ער צולייגט די משפחה, ווי אויך זעהט זי ווי יעדער בא'שכוח'ט אים אזוי מיט תגובות, ווייל ער איז מורא'דיגע געלונגען און קלוג און ווייסט וויאזוי אראפ צו לייגן אזא ארטיקל.
די צווייטע זייט מבטע:
איציק, א טאלאנפולע יונגערמאן, גאנץ א קלוגער מיט אסאך חושים, זיצט אזוי ביי זיין שוויגער'ס חנוכה פארטי מיט אלע געשוויסטער און מ'פארברענגט, במשך די נאכט זענען פארגעקומען אסאך אינטרעסאנטע געשענישן פון וואס ער קען אסאך אפלאכן, די פראבלעם איז נאר אז קיינער פון די משפחה טאר נישט וויסן אז ער לאכט אפ פון זיי, פאלט אים ביי א עצה, ער קען דאך גוט שרייבן, דעם נעקסטן טאג רוקט ער זיך ארויף אויף היימישע קרעטשמע, און שרייבט אפ זיין חנוכה פארטי מיט אלע פרטים, דער נארישע שרייבער מיינט טאקע אז דער עולם איז אינטרעסירט צו וויסן וואס ס'טוט זיך אפ ביי זיין שוויגער אינדערהיים, קוים אפאר ליינער טוען א טובה און מ'איז מגיב, עטליכע זענען סתם תגובות ווי פרינט ארויס אדער א גרינע סמיילי, דער איציק דער שוטה מיינט אז דא איז אזא מקום ווי יעדער קען זיך אויסגעבן זיין בויך קוועטשעריי, ער זעלבסט האלט דאך אז ס'איז גוט פרינט ער דאס ארויס און טראגט דאס אהיים פארן ווייב, זי נעמט עס גאר אן מיט א ברוגז, און זי טענה'ט אז ער פארשעמט איר משפחה ווען ער צולייגט זיי אויף קרעטשמע, פארפאלן געטון א נארישע שריט.
יעצט וואס איז די חילוק פון אברהם'י ביז איציק?, קיין חילוק, ביידע די זעלבע שוטים, נעמסט א שטות און צולייגסט עס אויפן פארעם פון א ארטיקל, נאר אברהמי האט אביסל מזל אז דער עולם האט ליב זיין ארטיקל ער האט אויך מזל אז זיין ווייב גלייכט דאס ממילא איז ער קלוג און געלונגען, ווידער איציק האט נישט קיין מזל, דער עולם איז נישט נייגעריג וואס ער שרייבט ווי אויך זיין ווייב גלייכט נישט די טעמע, בלייבט ער א טיפש, נו, (צוריק צום קעפל) איז דא א חילוק פון גאטץ ביז טיפשות?.
סך הכל איז אלעס מזל, דער וואס איז מזל'דיג הייסט א חכם, האט גאטץ, שטארק, טאלאנטפול,
און דער וואס האט נישט קיין מזל, איז א טיפש, האט נישט קיין גאטץ, שוואכלינג, און האט נישט קיין כשרונות.
איינער האט געפערעגט דעם גרויסן עושר רייכמאן, צו זיין עשירות איז מזל אדער שכל, האט ער געזאגט 95 פראצענט מזל און 5 פראצענט שכל, און צוגעלייגט ווען איך זאל קענען וואלט איך פארטוישן אויך די 5 פראצענט שכל פאר מזל...
מ'פארציילט אזא מעשה, אז דער "מזל" מיטן "שכל" האבן געהאט א ויכוח וועלכע'ס איז בעסער, צו מזל איז בעסער צו שכל איז בעסער, שכל האט גע'טענה'ט אז מיט חכמה קען מען אנקומען איבעראל, און מזל האט געטענה'ט אז אן מזל העלפט נישט קיין שום חכמה, אזוי האבן זיי געפירט ויכוחים הין און צוריק, ביז זיי זענען אנגעקומען אין א שטאט שפעט ביינאכט, יעדער איז שוין געשלאפן, זיי האבן שוין נישט קיין אכסניא, דארף מען דאך גיין שלאפן דא אויפן גאס, מזל האט דאך נישט קיין שכל, גיבט ער זיך א לייג אויס אינמיטן די גאדער דארטן ווי די קאר'ן פארן און כאפט א דרימל, שכל האט דאך שכל, וויל ער נישט שלאפן דארט ווי די אוטאוי'ס פארן לייגט ער זיך אנידער אויף'ן סייד וואלק כאפן א דרימל.
ויהי בחצי הלילה, א קאר קומט צו פליען אויף 100 מייל א שעה, פליענדיג אזוי זעהט ער איינער ליגט דארט אויסגעצויגן אינמיטן די גאס, ער איז דאך אבער צו שנעל געפארן ער קען זיך שוין נישט אפשטעלן ער וועט חלילה מוזן איבער פארן דעם מזל'ן, אין איילעניש געט ער שנעל א דריי דעם רעדל ארויף אויפן סייד וואלק אויסצוקרויזן דעם מזל, ער פארט ארויף אויפן סייד וואלק און נעבאך צוטרעטן דעם שכל אויף טויט, און מזל איז געבליבן לעבן.....
גאטץ און טפשות האט איין שליסל, "מזל"

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה