א גוטע דירה.... (יום כיפור - סוכות)
גאנץ פראנקרייך פארט אויף רעדער, וואסי?, וואס היייסט, יעדער קאכט זיך מיט דעם אז היינט איז דער אויסגעוועלטע טאג וואס קומט פאר די קעניגליכע חתונה, דער גרויסע מעכטיגע קעניג פרידריך וואס הערשט איבער עטליכע לענדער האט אויסגעקליבן היינטיגן טאג חתונה צו מאכן זיין בת יחידה, מיטן גלונגענעם חתן - הענרי א שטאלצע פרינץ פון זאקסן, קינד און קייט דרייען זיך מיט פענער אין די הענט, יעדע פאר מינוט זעהט מען אדורך מאשירן נאך סאלדאטן מיט מוזיק, די פייערליכע שטימונג ערוועקט יעדעמס הארץ.
די חתונה זעלבסט איז פארגעקומען אינעם קעניגליכן פאלאץ, פאר בלויז גערופענע וויכטיגע עלעמענטן מקורבים למלכות, ווי עס איז סערווירט געווארן קעניגליכע מאלצייטן, דורך סארווירער'ס מיט ווייסע הענטשעך, דער קעניגליכע ארקעסטרא האט פארטויבט די אויערן מיט זייער הילכיגע מוזיק, אויבן אן זיצט דער קעניג מיט זיין משפחה ארום גענומען מיט פרינצן און מיניסטארן, אלעס נעמט א טייל אינעם גרויסן פרייד.
ביים קלימאקס פון די גרויסע באל, ווען מ'האט אויסגערופן אלע מתנות וואס עס גיבן די הויכגעשעצטע שרים פארן נייעם פאר פאלק, איז אויסגערופן געווארן צום לעצט די מתנה וואס דער קעניג אליין גיבט פאר זיין בת יחידה מיט איר נייעם מאן.
ששששששש, דער הויכגעשעצטע קעניג פרידריך גיבט דרשה געשאנק די הערשאפט פונעם געגענט פראווינצא אינאיינעם מיטן פאלאץ און אלע פעלדער און וועלדער ארום, די געפילדער ארום איז געוועהן גאר פייערליך, די חתונה האט זיך גענדיגט אין די פריע פארטאג'ס שעה'ן, דער שיכור'ע פארזאמלטע האבן זיך צושפרייט מיט וואקלדיגע טריט.
אויף צו מארגנס פון די חתונה האט זיך די נייע פאר פאלק געזעגנט פונעם קעניג, און זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין צו זייער נייע וואוינונג, די ערשטע פאר וואכן איז נאך אלעס געוועהן ניי, אלעס איז געפארן על מי מנוחות, אבער ווי נאר די ערשטע פאר וואכן זענען פאראיבער האט זיך ארויסגעשטעלט גאר א אומבא'טעם'טע בילד, דער נייער איידעם פון קעניג איז גארנישט דער פיינער מאן ווי מ'האט געהערט אין די אינפארמאציע, וואס א טאג שפעטער איז ער אלץ געווארן מער קאלטבלוטיג און שלעכט, באגלייט מיט דיקטאטארישע פירונגען, זיינע באפעלן זענען געווארן ברוטאל, און טייל מאל זיך אפילו געוואגט פיזיש אנצוגרייפן די בת מלכה....
די בת יחידה פון קעניג האט זיך פליצלונג דערזעהן מיט א מאן, וואס וואלט ענדערשט געדארפט זיין דער רויבער הויפטמאן ווי איידער א הערשער אין פראווינצא, קיין סאך ברירות האט זי נישט געהאט, ווייל זי האט געלעבט אין גרויס פחד פון איר מאן, ווייל פאר סיי וועלכע קליינע עוולה האט ער געקענט ארויס געבן גאר שטרענגע שטראפן, וואס זיינע באדינער האט אויסגעפאלגט ערליך, ווידער צו שיקן א שליח צום טאטן האט זי אויך נישט געקענט ווייל יעדער מענטש ארום איז געוועהן קאנטראלירט פון איר מאן, דעריבער איז יעדע אויסוועג געוועהן גאר געפארפול.
אין א שיינעם טאג איז אנגעקומען א אפציעלע בריוו פארזיגלט פון קעניגליכן הויז, מיט א מעלדונג אז דער קעניג מיט זיין סוויטע קומען אויף א באזוך קיין פראווינצא, צו כאפן א בליק אויפן פאר פאלק זעהן וויאזוי זיי האבן זיך איינגעארדנט אינעם נייעם פאלאץ, ווי נאר דער איידעם הענרי האט באקומען דעם בריוו, איז אים געווארן קאלט אין די ביינער, וואס וועט זיין אז די טאכטער די בת מלכה וועט פארציילן סודות פון דערהיים און איבערגעבן מיין ווירטשאפט, וועט דאך דער קעניג מיר פארווארפן אויף אייביג.
דער אייידעם הענרי האט זיך דערזעהן אין א דילעמע, ער האט געמאכט א שנעלן באשלוס אז צו ראטעווען זיין לעבן און זיין עתיד מוז ער זיך איבערבעטן מיט זיין ווייב, פון יענעם טאג האט ער זיך פליצלונג געטוישט פון איין ריכטונג צום צווייטן, צום ערשט געקויפט מתנות פאר זיין ווייב, אנגעהויבן צו רעדן שיין מיט דרך ארץ ווי עס פאסט זיך פאר א קעניגליכע קינד, די ווילדע אויסברוכן איז כמעט געוועהן א פארגאנגענהייט.
ויהי היום, מ'הערט שוין פון דערווייטן די גאלאפ פון די קעניגליכע סוויטע, דער איידעם הענרי שטייט ביים פענסטער מיט א ציטער, ער באהאלט זיין שרעק און מיט א פריינדליכן פנים נעמט ער אויף זיין שווער - קעניג, די גאנצע סוויטע שפאצירט אריין אינעם פאלאץ, אלעס איז ציכטיג זויבער, מיט גרויסע כבוד לייגט דער איידעם פאָר זיינע גרויסע אויפטוען אין די געגנט, ווי אויך זיין הערצה וואס ער האט צום בת מלכה, דער קעניג קוועלט פון נחת, און פארברענגט גוט אגאנצן טאג אין אזא אנגענעמע אטמאספערע.
די זון גייט שוין באלד פארביי דער קעניג איז זעטיג און צופרידן, אט גרייט ער זיך שוין אהיים צו פארן, ער גרייט זיך צו אין א זייטיג שטיבל צום וועג, ווי נאר ער איז זיך מסדר אין דעם שטיבל האט די טאכטער אויסגעניצט די געלעגנהייט און אריין אין דעם קליינעם שטיבל און זיך אויסגעגאגסן איר הארץ צום טאטן קעגן איר מאן, זי האט געשילדערט מיט די ערגסטע פארבן וואס פארא שלעכטע הארטע קאלטע מאן ער איז, און זיין שלעכטע באציאונגען צו אלעמען ארום.
דער קעניג האט אויפגענומען די בשורה מיט גרויס ווינדער און צובראכנקייט צוגלייך, פרעגנדיג ווי קען דאס בכלל זיין?, איך האב דאך בייגעוואונט און געזעהן אגאנצן טאג דא וואס פאר א נאבעלע מענטש ער איז, און דא קומסטו מיר פארציילן אז די מעשה איז גאר פארקערט?, יא יא טאטע... וויינט די טאכטער, נאר אין דיין אנוועזנהייט ווייל דו ביסט דא נעבן אים פירט ער זיך אויף מענטשליך, דאס איז דאך נאר לפנים ווי א פורים שפיל, מארגן ווען דו פארסט אהיים איז אלעס צוריק צום אלטן, איך ציטער פשוט פון די מארגענדיגן טאג, ווער ווייסט וואס דער מארגן וועט ברענגען, און דא האט זי זיך פריש אונטערגעוויינט....
דער טאטע דער קעניג, ווערט אבער נישט אזוי שנעל נתפעל, סוף כל סוף איז ער א דורך געטראכטע מענטש, זייענדיג אזויפיל יארן אויף די מאכט אלץ הערשער פון אזויפיל לענדער, רופט זיך אן דער קעניג, מיין ליבע טאכטער, מ'קען נישט זאגן אז דער איידעם הענרי איז טאטאל א דורכפאל, סוף כל סוף ווייסט ער וויאזוי זיך צו פירן, ווייל איך האב דאס אפן געזעהן במשך דעם היינטיגן טאג, די מעשה איז נאר אז ווען ער האט א פרייע האנט דאן טוט ער וואס ער וויל, קומט אויס אז ווען מ'שטייט אים אויפן קאפ איז ער גאר גוט און מענטשליך, דעריבער איז מיין פארשלאג אז אויף ביז דערווייל זאל די נייע פאר פאלק קומען וואוינען אין פאלאץ פון קעניג, צו זיין סמוך ונראה צום קעניג און במשך די צייט וועט זיך דער איידעם צוגעוואוינען וויאזוי מ'פירט אריסטאקראטיש און קלאסיש, און צום סוף וועט מען נאך צוזאמען זעהן פיל נחת.
*****
א פיינע שידוך איז געשלאסן געווארן צווישן דעם גוף און די נשמה, ווען דער מענטש איז באשאפן געווארן האט הקב"ה דער מעכטיגע קעניג געגעבן זיין באליבטע טאכטער די נשמה צום פארגרעבן איידעם דער גוף, דער חתונה איז פארגעקומען פייערליך, און דער טאטע דער קעניג האט אראפ געשיקט דעם נייעם פאר פאלק זאלן גיין וואוינען דא אויף דער וועלט (מכסא כבוד חצבה, לגור בארץ ערבה, להצילה וכו')
דער גוף איז אבער גאר פארגרעבט ער ווייסט נישט וויאזוי מ'באהאנדלט די נשמה און די בת מלכה גייט דורך גאר אסאך צער במשך איז לעבן, זי ווערט נעבאך קאנטראלירט דורך די שלוחים פונעם גוף, זי קען אפי' נישט קיין ווארט ארויס רעדן, און אזוי לעבט זי איינזאם און טרויעריג.
אין א שיינעם טאג ר"ח אלול, קומט א בריוו צו איידעם, אז דער קעניג קומט אויף א באזיך, אינעם צענטן טאג אין תשרי, יום כיפור, קומט דער מלך מלכי המלכים אין שול, ווי מ'איז מכריז עטליכע מאל כתר יתנו לך וכו', דער איידעם – גוף, ציטערט פארן זיין לעבן און ער בעט זיך איבער מיט די בת מלכה – נשמה, ער קויפט איר שיינע געשאנקען און מתנות, נאך אפאר בלטער גמ' עטליכע קאפטלעך תהלים, און הייבט אן צו רעדן שיין און זיך אומקוקן אויף איר.
דער גרויסער טאג קומט אן, דער איידעם – גוף, ווארט אפ דעם קעניג, מיט גרויס כבוד און עהרע, אגאנצן טאג זארגט ער זיך נאר פאר די בת מלכה, ער גיבט זיך אפ נאר מיט די נשמה, כולו רוחני, בלי גשמי אן קיין עסן וויניג שלאפן והנאת עוה"ז, דער טאטע דער אבינו מלכינו קוועלט אן פון גרויס שמחה, מ'זעהט ס'האט זיך אלעס געלוינט, דער שידוך איז א גוטע, ס'איז א פאסיגע פאר.
דאס איז אבער אלעס ביז פארנאכט'ס ווען דער זון שטייט שוין ביים אונטערגאנג, דער קעניג גרייט זיך אהיים צו פארן, ווערט זייער אומעטיג פאר די בת מלכה – נשמה, זי הייבט אן ביטעליך צו וויינען, הייליגע טאטע, דער גוף פייניגט מיר געפערליך, אלעס וואס ער טוט היינט איז נאר לפנים, מארגן גייט ער צוריק צום אלטן, די געוויין ווערט גרעסער פון מינוט צו מינוט, דערפאר זעהט מען ביי נעילה ווי יעדער איד וויינט אן אפי' וויסן פארוואס ער וויינט,
דער קעניג איז מלא רחמים, זאגט ער פאר זיין קינד די נשמה, מיין טייער קינד, ער איז נישט שולדיג ער וואוינט דא אין אזא וועלט, קומט'ס נאר אריבער וואוינען צו מיר אין פאלאץ, ווייל איך זעה אז נעבן מיר איז ער גוט און פיין, דעריבער גלייך ביים זמן מוצאי יו"כ, נעמט מען זיך צו די סוכה, בצלא דמהמנותא פון קב"ה, אזוי אז ווען עס קומט אן דעם ערשטן טאג סוכות, וואס מיר וואוינען ביים קעניג אין פאלאץ, קענען מיר אויסשרייען,
הושענא למענך אלקינו, די ביסטו אונזער טאטע,
(די משל איז מיוסד אויף די יסודות פון המגיד מדובנא, מיט עטליכע אייגענע הוספות)
איצט די זעלבע געדאנק אויפן גראם.
(בניגון מכניסי רחמים)
יו"כ פאר נעילה,
איידער די הייליגע תפלה,
דער דובנער מגיד הייבט אן זיין דרשה אין יענע צייט,
פארוואס ביי נעילה ווערט מען נתעורר צו טרערן,
מיט א משל טוט ער דאס עקלערן,
א מלך האט געהאט א בת יחידה א מושלמת מיט יעדע פרט,
--מ'האט איר משדך געוועהן מיט א זווג הגון,
אוועק געפארן וואוינען ווייט אבער זיי האבן זיך נישט פארטראגן,
דער איידעם האט געפייניגט די בת מלך אין אלע מיניטון,
זי האט געלעבט אין פחד אין שרעק,
זי האט נישט געקענט גיין צום טאטן ווייל ער וואוינט ווייט אוועק,
האט די בת מלך געשוויגן און געליטן,
"איין טאג קומט פונעם מלך א בריוו מיט א שליח,
אז ער וויל קומען איין טאג פאר א באזיך,
דער מלך איז אנגעקומען, דער איידעם האט אויף גענומען דעם גאסט,
און אויך מכבד געוועהן די בת מלך אזוי ווי ס'פאסט,
"דער מלך האט זיך געפרייט און געמאכט א סעודה,
אז דער איידעם איז אזוי מכבד זיין בת יחידה,
ס'גייט שוין אבער דורך דעם טאג דער מלך וויל שוין אהיים גיין,
לויפט די טאכטער אריין צום טאטן מיט א געוויין,
*טאטע טאטע ליבער טאטע,
דאס איז אלעס א שפיל א גלאטע,
מארגן ווען די וועסט נישט זיין דא, לעבן מיר מער,
וועט מיר מיין מאן פייניגן צוריק זייער שווער,,,
--די פרינצעסן די הייליגע נשמה,
וואס קומט ממקום גבוה ורמה,
משדך געוועהן מיט דעם גוף,
און די נשמה אין יעדער צייט,
כסדר זי ליידט,
דער גוף טיילט איר אויס צרות אן א באריף,
"ס'קומט יום הקדוש דער באש' קומט צו גיין,
און דער גוף ווערט פלוצלינג הייליג און ריין,
אגאנצן טאג מכבד די נשמה מיט דעם מהלך,
דער גוף ווערט ממש ווי א מלאך,
"ס'איז א שמחה פאר נורא עלילה,
אבער ווען ס'קומט שוין סוף טאג ביי נעילה,
די נשמה טענה'ט מארגן איז אלעס די זעלבע אין וויינט דעי שעות,
לפני מלך מתרצה בדמעות,
"התשדלו והרבו תחינה,
די נשמה טענה'ט אלעס בלייבט ביים אלטן אן קיין שינו,
פארדעם ווערט מען נתעורר מיט טרערן דאס זענען די תוצאות,
לפני מלך מתרצה בדמעות,
(זינגט לעצטע פאל)
(ניגון הגלה נא)
אבער סוכות ביום חגינו,
קען מען מוסיף זיין לעינינו,
אויף די זעלבע וועג די השקפה,
צום משל אן הוספה,
--ווען דער מלך האט געהערט די בקשה יענע מיניט,
האט ער גענפערט איך זעה דאך אז ווען איך בין דא איז ער דאך יא גוט
אפשר קומט עטץ ביידע אריבער צו מיר אין פאלאץ וואוינען,
ס'וועט זיך אוודאי לוינען,
"פארדעם גראד נאך יו"כ גלייך,
גייט מען אריין אין די סוכה אונטער די סכך,
מאספך ומגרנך ומיקביך,
אין איינעם בחברותא,
אונטער באשעפערס צלא דמהנותא,
ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומיך,
*הגלה נא,
ווען ס'קומט הושענה רבה,
מ'גייט שוין צוריק אהיים נאך דעי גאנצע וואך,
בעט מען הושענה למענך אלקינו,
רבש"ע פאר דיין טאכטער העלף אונז רחם עלינו,
הנשמה לך והגוף פעלך,
*און מ'טאנצט די הקפות איז ידוע פאר אלע,
וויבאלד די נשמה ציט למעלה,
און דער גוף הייבט זיך און שרייט אנן בעינן למהוי לגבי מלכא,
ס'ווערט איינס די נשמה מיטן גוף בעלי',
ס' ווערט א שמחה דאס איז פארקערט פון בכי',
וויבאלד די צוויי זענען צוזאמען און נישט נתחלקה,
"און מ'בעט בשפה ברורה ובנעימה,
ותטיב לנו החתימה,
וזכינו לישב ימים רבים בעבודתך וביראתך,
הגלה נא, הגלה נא,
ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומיך,
טאקע א גוטע דירה......
דירת ארעי..., אבער בצלא דמהמנותא,

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה