וויאזוי ווערט מען א בעל דרשן
צוביסלעך צוביסלעך ווערט פונעם עולם א לייט, דאווענען קען מען שוין, דיינות קען מען שוין אויך, שרייבן קען מען זיכער, איצט דארף מען קענען רעדן....
איידער מ'גייט רעדן וועגן רעדן, בעט איך א בקשה אז נאכדעם וואס יעדער וועט ארויס קומען פון דא א פארטיגע רעדנער, זאל מען נישט איבערלאזן די פאך פון שרייבן, און נאך אלץ שרייבן ווייטער נישט נאר רעדן, (בעיקר מגיב זיין אויף מיינע ארטיקלען) רעדן אליין איז א מעלה, און שרייבן אליין איז אויך א מעלה, אבער ווען עס איז דא אלע ביידע וועט זיכער זיין א שלימות, דעריבער האפן מיר אז מיט די צייט וועט דער עולם קענען סיי רעדן און שרייבן אוודאי,
לערנען רעדן מיינט נישט ווי מ'לערנט א קינד רעדן ביי די 1 יאר, נאר רעדן איז מלשון רעדנער דאס מיינט לערנען וויאזוי מ'ווערט רעדנער'ס – דרשנים,
די וועלט זאגט אז די ערשטע יאר לערנט אויס א טאטע דאס קינד רעדן, און פון דאן און ווייטער האלט דער טאטע און איין זאגן ער זאל זיין שטיל....,
אדער א ענדליכע מאמר, א טאטע לערנט אויס א קינדע רעדן, ווידער א קינד לערנט אויס דעם טאטן שווייגן...,
בקיצור דער עולם זאל רעדן ווי רעדנער'ס נישט ווי קידנער...
מ'פארציילט אויפן לובלינער ר"י רבי מאיר שפירא זצ"ל, אז ער פלעגט מאכן זיינע תלמודים פאר רעדנער'ס, (עטליכע תלמודים זענען נאך דא מיט אונז לאוי"ש ווי הגאון האדיר בעל שבט הלוי שליט"א והגאון גאב"ד מעלבארן – ועכשיו בסיגיעט שליט"א וואס זענען טאקע בארימטע גוטע רעדנערס) איינע פון די וועגן וואס ער האט אויסגעלערנט די תלמודים צו רעדן איז געוועהן (אזוי זאגט מען) אז מ'האט אריין געברענגט דעם תלמוד אין ביהמ"ד מיט צוגעבינדענע אויגן און אזוי מיט פארבינדענע אויגן האט ער געמוזט זאגן די דרשה, צומאל איז די ביהמ"ד געוועהן פיל און צומאל איז ער געוועהן ליידיג, אזוי האט מען זיך אויסגעלערנט איבערצוקומען די אימת הציבור.
סוף כל סוף זענען אלע אקטיווע שרייבער'ס גוטע דענקער'ס, יעדער האט גוטע געדאנקען, שיינע רייעונות, בליציגע איינפאלן, און אפי' א לשון לימודים און א רייכע שפראך, נאר וואס, ער זאגט דאס ארויס אין א ליידיג ביהמ"ד, דער שרייבער זיצט אין בעסמענט אין שיקט עלעקטעראנישע תגובות, ארטיקלען, תורות, דרשות, וכדומה, אבער ארויס צו קומען צום פאבליק איז אים א פראבלעם, איז טייטש איז דא רעדט מען פון מענטשן וואס קענען ווען באמת זיין דרשנים, נאר דער פאבליק האלט זיי צוריק.
אמרתי בלבי אז עס איז כדאי ארום צו שמיסן איבער דעם נושא, מיט אייניגע נאטיצן און נקודות, וואס קען אפשר מאכן דעם ציבור פאר דרשנים, נישט נאר עלעקטעראנישע דרשנים נאר ממש פיזישע דרשנים, וואס רעדן מיט מויל און הענט (באק ציינער אויך), נישט רעדנער'ס פון בלויז 10 פינגער'ס וואס טייפן אויפן הארטן קו בארד.
ראשית דארף זיך מאכן א געלעגנהייט צו רעדן, אבער דאס איז נישט אזוי שווער, פאר יעדן קומט אויס צו מאכן א שמחה, אדער באשיינען א שמחה, וכאן המקום לעורר, פארוואס ווען א איד וואס האט שוין חתונה געמאכט עטליכע קינדער און ווען ער מאכט אמאל חתונה, זאל זיך זיינע חתונה געהאטע קינדער גארנישט אנרופן במשך די שבעת ימי המשתה, מן הדין זאלן זיך די געשוויסטער איינטיילן צווישן זיך אז יעדע נאכט זאל רעדן א אנדערע ביים שבע ברכות, און אז ס'וועט זיין קאמפעטישאן וועט דער עולם פלייסיגער ארבעטן אינעם דרשנות ליין.
נאכדעם מאכט זיך אסאך געלעגנהייטן צווישן חבירים, מ'מאכט א מלוה מלכה, מ'קומט זיך צוזאמען א יומא דפגרא צו א יארצייט פון א צדיק במסיבת רעים, שטעל דיך אויף און זאג א גוט ווארט, ברוב הימים וועסטו שפירן א גרויסע חילוק אין לעבן, ווייל אזא איינער וואס רעדט פאר א ציבור אזא מוח טראכט שוין אנדערשט, און אזא מענטש פירט זיך אנדערשט בגשמיות וברחניות.
גוט, ווילסט איך זאל רעדן?, מסכים, געמיר וואס צו רעדן, גלייבט'ס מיר רבותי (אז דו ביסט א רעדנער קומט זיך דיר א רבותי) דאס איז אויך נישט אזא פראבלעם,
כלל נומ. 1, מ'מוז נישט זאגן אייגנס, אפשר דא אין אידישע וועלט – קרעטשמע מוז אלעס זיין אייגנס און פריש, אבער א רעדנער מוז נישט זאגן אייגנס, פארקערט, אייגנס קען האבן א פארקערטע אפעקט, ווי מיר וועלן דאס מסביר זיין, ווייל נאכזאגן א גוט ווארט איז אלץ גוט, אויב דער צושטעל איז גוט, און אפי' ווען דער צושטעל איז נישט אזוי גוט בלייבט אבער דער גוט ווארט גוט, משא"כ אייגנס סוף כל סוף ווערט א מענטש משוחד אונטער א אייגן ווארט, ווייל ס'איז זיינס האלט ער אז ס'איז מורא'דיג גוט, ס'אידאך אים בייגעפאלן מוז דאך זיין אז דאס איז א גוט'ס, קען זיין פאר דיר אין דיינע אויגן איז דאס גוט, אבער ווער זאגט אין די אויגן פון אנדערע איז דאס אויך גוט, ממילא איז קיין פראבלעם און ס'איז גאר א מעלה ווען מ'זאגט נאך א גוט ווארט וואס מ'האט ערגעץ געזעהן אדער געהערט.
כלל נומ. 2, פארלאז דיך נישט אויפן אייגענעם שכל, אפי' אויב דו ביסט פעסט מיט דיין מיינונג אז דיין אייגענע חידוש איז גוט דו האלסט אז ס'איז ראוי נאכצוזאגן, אבער ווי געזאגט ביסטו משוחד פאר דיין חידוש, פרעג איבער א חבר צו ס'איז טאקע אזא גוט'ס, אפי' ווען מ'וויל נאכזאגן א ווארט וואס איז נישט אייגנס, אמת דעס ווארט וואס דו האסט געזעהן אין ס' אלמוני געפעלט דיר זייער שטארק, קען זיין פאר דיר איז עס א חידוש, פרעג א חבר, אפשר איז עס פאר אנדערע נישט אזוי פעסט, אזוי וועסטו וויסן וואס דער דעת הציבור איז.
כלל נומ. 3, פראביר נישט צו שטארק ס'זאל זיין א געלוגענע דרשה, פאק עס נישט אן מיט צו סאך קריעם, כאטש דו מיינסט אז כדי די דרשה זאל זיין פיל מוזטו נאכזאגן 6, 7, ענינים וואס דו האלסט אז ס'קומט אריין אין די דרשה, ולא נכון הוא, נעם נישט מער ווי איינס צוויי גוטע ווערטער און האלט דיך צו דעם, צוברייטער זיך אויף איין ענין, פראביר נישט אווער צו דאוען די דרשה, (דאס איז הני מילי א דרשה, אבער א שיעור איז אנדערשט ווי מיר וועלן שפעטער צוקומען)
כלל נומ. 4, גרייט אן חומר, נישט נאר ווען דו ווייסט אז דו דארפסט רעדן זאל מען אנהייבן צו זיכן גוטע ווערטער, נאר במשך אגאנץ יאר ווען מ'זעהט א גוט ווארט וואס ס'געפעלט פאר סיי וועלכע ענין, וואס קען אמאל צוניץ קומען, צייכן דיר אן דעס ווארט אין א ביכעלע, אזוי אז ווען מ'איז דיר מכבד מיט א דרשה, נעמסטו ארויס דאס ביכעלע און וועסט טרעפן א אוצר פון ווי צו קלויבן.
כלל נומ. 5, וויסן ווי צו זיכן, מ'דארף האבן א גוטן שמעק אין ספרים ווי מ'קען טרעפן גוטע ווערטער, דאס בעסטע וואלט איך געזאגט איז ליקוטים, קודם כל האט דאך דער מלקט אליין אויך א מיינונג, און אז דער מלקט האט באשלאסן אז ס'איז א גוט ווארט וואס איז ראוי ארויס צו נעמען פון א ספר און אריין לייגן אין זיין ליקוט ספר, קען גאר מעגליך זיין אז ס'איז טאקע גוט,
זאת ועוד, אפי' א ספר על התורה וואס האט צום סוף ליקוטים, זענען געווענדליך די ליקוטים די בעסערע חלק תורות ווי די ספר זעלבסט, קודם ווייל צו זאגן תורה אויף די וואך איז דער מחבר געוועהן אנוס עפ"י הדיבור, אפי' ער איז געוועהן א צדיק וקדוש דאך האט ער "געמוזט" זאגן תורה מדי שבוע בשבוע אויף די סדרה, און אז מ'מוז זאגן איז עס נישט אלץ א קאנקעדיגע ווארט, (עי' בדגל מחנה אפרים פ' בלק אדער פ' פנחס אז מ'געט א התגלות פאר א צדיק אז דעי בחי' דארף אריין גיין אין דעם פסוק, אבער וויאזוי זאגט מען אים נישט ממילא נישט אייביג שטומט דאס ווארט אזוי גוט עיי"ש), משא"כ ליקוטים צום סוף ספר איז דא צוויי מיני תורות, אדער סתם א גוט ווארט אויפן א גמ' אויפן א פסוק אין נ"ך, וואס אט דעס ווארט האט נישט געמוזט געזאגט ווערן נאר ס'איז בייגעפאלן פארן מחבר א גוט'ס, אדער איז דא אין די ליקוטים ווערטער וואס אנדערע ברענגען נאך פון דעם מחבר, נו אז א אנדערע ברענגט דאס נאך מסתמא איז יענעם געפאלן דאס ווארט, איז דאס שוין ווייטער דא א צד צו זאגן אז דאס ווארט איז גוט.
בקיצור מ'האמיר שוין חומר פאר די דרשה, דהיינו איינס צוויי גוטע ווערטער צום ענין, מ'האט עס שוין מסדר געוועהן וועלכעס קומט פריער און וועלעכס קומט נאכדעם, מ'האט עס שוין דורך געשמיסט מיט א חבר, יענער האט באשטעטיגט אז ס'איז גוט, יעצט דארף מען זיך נאר אויפשטעלן און זאגן די דרשה, לאמיר זאגן מ'האלט אינמיטן א שבע ברכות, איז די בעסטע זמן צו זאגן א דרשה בשעת ווען מ'ברענגט אריין די פלייש...., אדער די קוגל ביי מלוה מלכה, דער עולם ווערט דאן פארטון אין טעלער און מ'איז שטיל..., (איי דו בלייבסט הונגעריג, זאג נאר א דרשה אליין מאכט דיר נישט זאט?....)
נעם קוראזש (פון ווי?) הייב אן די דרשה וואס דו האסט דיר צוגעגרייט, געדענק קיינער איז נישט אינטרעסירט צו זעהן דיין דורכפאל, יעדער דא האט זיכער הנאה צו הערן א גוט ווארט, דאס בעסטע ווען דו קענסט אנפאנגען מיט עפעס א הלצה מעניני דיומא, למשל אז בשעת די חתונה איז דער חתן מאיר אראפ געפאלן אויף דער ערד, קענסטו אנפאנגען, כ'האב אזוי געזעהן ביי די חתונה אינמיטן טאנצן ווי דער חתן איז אראפ געפאלן, ס'איז געוועהן א בחי' פון המאיר לארץ...., כ'האב נאר אזוי געטראכט אז נאך דער המאיר לארץ שטייט ולדרים עלי' ברחמים, כ'האב געזעהן די דירה וואס דער חתן האט באקומען צו די חתונה לדרים עלי' ברחמים דארף רחמים ווייל דארטן איז נישטא קיין פלאץ צו פאלן....
ווען מ'פאנגט אן מיט א ווערטל ווערט די לופט אביסל ווייכער, אבער, דריק דיך נישט צו טרעפן עפעס א קארני הלצה ווייל דאן ווערט די גאנצע דרשה פארפאטשקעט, א גוטע רמז א ר"ת אויף די שמחה קען אייביג גיין, אפי' די ר"ת אדער גימ' איז נאר בערך, פארקערט א פאני רמז איז א דשאק על טהרת הקודש, אז מ'הייבט אן מיט דעם איז אלץ גוט, די שטימונג ווערט לייכט, זאג דיין דרשה און קום גלייך צו צום פוינט, פראביר נישט צופיל מסביר זיין, און צום סוף באגריס די אנוועזנדע מיט א אפאר גוטע ווערטער, כבוד האט יעדער ליב, קיינער האט נאך נישט געגעבן קיין פאטש פאר כבוד, ביז ביז... מיר וועלן זוכה זיין ובאו לציון ברנה עוד ישמע בערי יהודה ובחצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה קול אומרו הודו בביאת משיח, אמן...
שכוח שכוח פיין געזאגט....
דאס איז סתם א דרשה ביי א מסיבה של שמחה פון א קרוב אדער א ידיד, צו א מסיבת מרעים, די זעלבע איז ווען מ'איז אליינס א בעל שמחה, כאטש וואס מ'איז אליינס די בעל שמחה איז נאך אלץ נישט קיין חיוב צו זאגן אייגנס, חוץ אז אנדערע באשטעטיגן אז ס'איז גוט, ס'איז באמת וויכטיג א בעל שמחה זאל זאגן אפאר ווערטער, ס'מאכט די שמחה אויסקוקן גאר אנדערשט, סוף כל סוף האט דיר דער באשעפער געגעבן א זכי' צו מאכן א שמחה, צו א ברית צו א בר מצוה, איז דא א מצוה פון מפרסם זיין חסדי ד' ובתוך רבים אהללנו, זאג אפאר ווערטער ס'מוז נישט זיין ווייס איך וואס, אבער אי אפשר בלא כלום, זאג נאך אפי' קלייניקייט מעניני שבח והודאה, און זיי מקיים דעם בתוך רבים אהללנו.
זאגן א שיעור:
דאס איז שוין גאר א אנדערע מס', זאגן א שיעור מיינט נישט א שיעור ווי א מגי"ש אין ישיבה, מ'רעדט למשל שבת ויו"ט אין א ביהמ"ד צו א חבורה פון חבירים, ס'איז נישט אזא שווערע זאך אויב מ'האלט זיך צו די שיטה אז ס'מוז נישט זיין קיין אייגנס, למשל פרקי אבות, מ'קלויבט צוזאמען אפאר גוטע ווערטער וואס איז טרעפליך און געשמאק, ס'איז דא בלעה"ר א שפע פון שיינע ליקוטים אויף פרקי אבות (אני הקטן בין אויך מלקט אויף פרקי אבות דא בתוכיכו במדור מדי שבת בשבתו), ס'איז ראטזאם צו שאפן אפאר מעשה'לעך, דער עולם האט ליב מעשיות, בעיקר אז מ'קען ענדיגן מיט א שיינע מעשה וועט דער עולם דאס געדענקען און בלייבן מיט א גוטן טעם אין מויל.
יו"ט, איז אויך גאנץ א גרינג פעלד, ס'איז דא א שפע פון ספרים אויף יעדן יו"ט, ס'איז נישט אזוי כדאי צו נעמען איין לאנגע דרוש און נאכזאגן, לאו כל מוחא סביל דא, ווייל אסאך מענטשן קומען אן אביסל שפעט צו די דרשה און אז ס'פעלט אים די התחלה פעלט דאך די המשך וועלן זיי נישט אזוי הנאה האבן פון די דרשה, די בעסטע איז אז מ'גרייט זיך צו קטעים, קליינע גוטע ווערטער, אפי' עטליכע קורצע דרושים ס'מעג זיין אביסל לענגערע אבער גענוג אז ס'זאל זיין עטליכע תורות, אזוי קען מען פארן פון איין ווארט צום צווייטן, אז איינער כאפט אויף אלעס איז גוט, אז נישט וועט ער כאטש איינס צו צוויי ווערטער כאפן און ס'וועט אים געפעלן, ווייל סוף כל סוף האט יעדער הנאה פון א אנדערע ווארט יעדן'ס קאפ לויפט אנדערשט.
ס'איז קיין פראבלעם צו זאגן א דרשה מיט א צעטל, מ'ווייזט נישט קיין שום גבורה ווען מ'רעדט אויסעווייניג, יעדער ווייסט סייווי אז דו האסט דיך צוגעגרייט, פארשטייט זיך אז ליינען פון א צעטל ווי מ'זאגט יוצרות לשבת הגדול האט נישט קיין טעם, אבער בליקן אין פאפיר מזמן לזמן איז קיין חסרון.
דאס רעדן אליין, דארף אביסל הדרכה, וואס איז כולל אטעמען דעם טאון און דער בליק, אטעמען איז זייער א וויכטיגע זאך, מ'דארף יעדע פאר מינוט געבן א טיפן אטעם אריין און אנפילן די לינגען צו גיין ווייטער, ווען א מענטש פילט זיך אן די לינגען מיט לופט ארבעט זיין קול און אפי' זיין מוח אסאך בעסער, דאס בעסטע וועג צו אטעמען איז אריינציען מיט די נאז ווי ווייט מ'קען, (וואס ציסטו מיט די נאז, דו רעדטס יעצט?...) ווי אויך ברענגט דער טיפע אטעם א שטארקע רואיגקייט אינעם מענטש וואס דאס פעלט זיך שטארק אויס בשעת א רעדע.
דעם טאון פון די דרשה, איז שווער צו זאגן פונקטלעך ווייל יעדער מענטש האט א אנדערע טאון, ס'איז דא מענטשן וואס רעדן מיט אזא נידריגן טאון, און ס'איז דא מענטשן וואס רעדן מיט אזא הויכע פיטש טאון, ממילא איז שווער צו געבן א כללות'דיגע כלל, אבער איין זאך יא וואס איז נוגע פאר רוב מענטשן, רעד נישט צו נידריג, און רעד נישט צו הויעך, צו נידריג הערט מען נישט, און צו הויעך האבן מענטשן נישט ליב, מ'וועט זאגן וואס שרייט ער דארט דער...., רעדן אין א מיטל טאון, אבער בשעת א מעשה ווען מ'פארציילט קען מען אראפ לאזן דעם טאון ווייל דאס מאכט עס אויסקוקן דראמאטיש...., (מ'שילדערט מיט א נידריגן טאון די מעשה) דער דארפס איד קומט אריין צום רבי'ן דער רבי געט אים אזא רחמנות'דיגן בליק, דער איד לייגט אים פאר זיינע צרה אז דער פריץ וויל אים הרג'נען, (דא הייבט מען אויף דעם טאון) דער רבי געט א געשריי "שבת" שבת קודש....,
אבער צו וויסן איייביג ווי ארויף און ווי אראפ, מוז מען זיין א געלערנטע רעדנער.
צו דעם אלעם דארף מען סייעתא דשמיא ס'זאל געלונגען, ווייל א דרשה איז ווי א טשאלענט.., די רעסעפי איז גוט, מ'האט דאס ארויף געשטעלט ערב שבת אויפן פלאם, אריין געלייגט פעפער און זאלץ, און מיט דעם אלעם דארף עס געלונגען, אמאל איז עס צו וואסעריג, אמאל איז עס פארברענט, און אסאך מאך איז עס פונקט גוט....,
כ'האב אמאל געהערט פון א מגיד, האט ער געזאגט אז בשעת א דרשה הערט דער עולם נאר צוויי זאכן, איינס ווען מ'דערציילט א מעשה, און אויך ווען דער רעדנער זאגט איך גיי שוין ענדיגן..., דאסי פשט אין פסוק והי' אז ס'איז געוועהן, עקב איך האלט שוין ביים סוף, תשמעון דאס הערט מען....,
ס'איז וויכטיג בשעת די דרשה צו שטיין, אפי' מ'זיצט חבירים צוזאמען און דו ביסט מכובד געווארן צו זאגן אפאר ווערטער, שטעל דיך אויף עמוד על רגליך, ווייל דאס מאכט די דרשה זאל זיין אפציעל נישט אזא שמיס וואס דאן קען יעדער שמיסן בשעת מעשה און נישט לייגן געוויכט אויף דיין דרשה, חוץ אז די כוונה איז טאקע דאס אז ס'זאל זיין אזא שמיס'עדיגע שיעור.
לסיומא דמילתא, וויל איך טאקע אריין פירן דעם עולם אין א דרשה, מיט עטליכע התחלה'ס אנפאנג'ס, דער תוכן זעלבסט זאל זיך יעדער אליין צושטעלן, איך וועל נאר געבן דעם אנפאנג און אריינפיר מסודר לויט די א"ב....
א = איידער איך הייב אן, איך וויל צו ערשט זיך באדאנקען, אחי ורעי, אהובי וידידי, אודה לק'ל,
ב = ברשות, בסייעתא דשמיא, ברוך שהחיינו, במקום שאין איש,
ג = געפינט אין די וואכעדיגע סדרה, גמ' זאגט אין מס', גדול המצוה ועושה,
ד = דוד המלך זאגט, דער מדרש זאגט,
ה = העה עהע העם (א היס... אזוי הייבן אן רוב רעדנער'ס...), השם שתפי תפתח, היינטיגן טאג,
ו = וואכעדיגע סדרה, ווען מ'שטעלט זיך אוועק זאגן,
ז = זיידע ז"ל זאגט, זמן שמחה, זייער חשוב פאר מיר צו זאגן,
ח = חשוב'ע פארזאמלטע, חבירי היקרים, חסדי ד' כי לא תמנו,
ט = טייערע אידן, טוב להודות לד', טאטע זז"ג האט געבעטן זאגן אפאר ווערטער,
י = ישמחו השמים, ישתבח שמך לעד מלכינו, יעדער האט דאך שוין אוודאי געהערט,
כ = כל ישרא' יש להם חלק, כבד את אביך טאטע געבעטן,
ל = לחיים לחיים, לאמיר אנפאנגען מיט א ווארט,
מ = מורי ורבותי, מצוה לשמוע דברי חכמים, משמים זוכה צו זאגן, מיין טייערע ידיד האט מיר געבעטן זאגן, מנהג ישראל צו זאגן,
נ = נוסח השבע ברכות, נא נו..., נאך אזא הקדמה פונעם טשערמאן..., נישטא קיין ווערטער אנצוהייבן,
ס = ס'איז מיר א כבוד, ס'האט זיך געמאכט ב"ה אזא זמן, ס'שטייט אין פסוק, סדרה פון די וואך,
ע = עטליכע ענינים, עס שטייט אין רש"י, על שמועות טובות מברכים,
פ = פאריגע וואך אין די סדרה, פונקט קומענדיג אהער האב איך געקלערט, פרשה פון די וואך, פי פתחה בחכמה,
צ = צום ערשטן וויל איך, צוויי וואכן צוריק האט מיר.., צווישן אזעלכע פארזאמלטע,
ק = קודם וויל איך זיך באדאנקען,
ר = ר' מאשקע האט מיר געבעטן איך זאג זיך אויפשטעלן, רעדן פאר אזא ציבור,
ש = שבת הגדול איז א מנהג מ'זאגט, שובה ישראל עד ד' אלקיך, שטייענדיג דא,
ת = תורה הקדושה זאגט, תהלים שטייט,
און יעצט לאמיר הערן וואס אונזערע נייע רעדנער'ס האבן וואס צו זאגן....

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה