אין פעלד פון עסקנות
וואס מיינט א עסקן?
וואס ליגט אונטער די ארבעט פון א עסקן?
וואס זענען בכלל די שווערעקייטן פון א עסקן?
וואס זענען די הנאה'ס פון א עסקן?
און בכלל וואס טוט דער עסקן?
צום אלעם ערשטן מוז איך אנפאנגען מיט דבר צחות (פאר די אלע וואס האבן שוין געלערנט - געליינט מיין מאמר "וויאזוי מ'ווערט א בעל דרשן" ווייסן שוין אז באלד ביים אנפאנג דרשה מוז מען זאגן עפעס א הלצה),
איך האב אמאל געהערט פון א קלוגן איד, האט ער געזאגט איבער דעם וואס אלע אידן זאגן שבת צופרי נאכן ליינען (כ'מיין נישט ממש אלע אידן זאגן, נאר דעי אידן וואס רעדן נישט ביים ליינען זאגן) פאר מוסף דעם באקאנטן מי שבירך וואס אין די אמאליגע שול'ן פלעגן אפי' זיין א קאנטעסט און א קאמפעטישן צווישן די חזנים וועלכע חזן האט א בעסערן מי שבירך, זאגט מען אינעם נוסח "וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה" מען בענטשט זיי מיט אסאך גוטע ברכות הקב"ה "ישלם שכרם" ירפא לכל גופם" "יסלח לכל עונם", וכו' וכו', איין מינוט, ווי ווייט איך קען דעם עוסק בצרכי ציבור איז ער ב"ה געזונט און פריש, צו וואס וואונטש מען אים ירפא לכל גופם ער דארף דען א רפואה????,
די תירוץ איז יא, אויב איז ער א עוסק בצרכי ציבור "באמונה" אן באצאלט, דארף ער רפואה שלימה, עסקנים ביטע גייט'ס אייך אונטערזיכן...
העי, ממש אזוי?, א רפואה שלימה פארן עסקן לשם שמים?,
יא און יא און יא,
ליינט ווייטער וועט איר בעסער פארשטיין צו דארף נישט דער עסקן א רפואה שלימה....
איינער וואס נעמט נישט באצאלט פאר זיין ארבעט צו אים וועט מען אלץ האבן טענות, אנדערשט ווי א באצאלטע ארבעטער וואס באקומט זיין וועידש צו ארבעטן לטובת הציבור וואס צו יענעם וועט מען נישט האבן קיין טענות, אזוי איז דאס אין יעדן פאבלוק ארבעט, צו אין א מוסד צו אין א ישיבה צו אין סיי וועלכע ציבור'ישע אקטיוויטעטן, וועט מען אלץ נאר האבן טענות אויף די נישט באצאלטע עסקנים, מער ווי די באצאלטע ארבעטער'ס.
ס'איז פשוט מיט שכל אז צום באצאלטע מענטש איז דאך נישט שייך צו האבן טענות ער איז דאך סתם א באצאלטע מענטש, אבער דער עסקן ער איז דאך דא צו העפלן די מענטשהייט ער טוט דאך דאס לשם מצוה, נו אזויפיל קען ער נישט טון?
לאמיר אייך געבן א דוגמא, ווען א מענטש דינגט איינעם ער זאל אים ארלעדיגן פערמיט'ס צו בויען א זעקס שטאקיגע הויז, יענער ארבעט עטליכע וואכן אבער אן ערפאלג, ער קומט צוריק מיט ליידיגע הענט ער האט פראבירט אלעסדינג און ס'גייט נישט די שטאט ראט האלט נישט דערביי, צו וועט דען דער דינגער האבן טענות צו זיין שלוח?, ניין, ער ווייסט קלאר אז ער האט באצאלט און מסתמא האט יענער געטון אלעס צו ברענגען גוטע רעזולטאטן ולא עלתה בידו, און אלעס בלייבט מיטן אלטן און מיטן זאגן גם זו לטובה.
ווידער ווי וואלט געוועהן ווען ער בעט זיינס א באקאנטע וואס איז א עפעס שישקע פירער אין די הויכע פענסטער ביי די שטאט ראט, און ער בעט אים א טובה ער זאל אים ערלעדיגן פערמיט'ס פאר א זעקס שטאקיגע הויז, יענער האט פראבירט אלעס צו טון, אפי' צו געבן שוחד, און מיט דעם אלעם האט יענער צו גארנישט דעגרייכט, צו וועט דען דער חבר האלטן אז דער עסקן האט געטון אלעס, ניין, ער וועט אייביג האבן טענות צום עסקן אז ער האט נישט גענוג געטון פאר זיינעט וועגן צו דערליווערן די נויטיגע פערמיט'ס, ער וועט טענה'ן אז ער מאכט זיך צו ביזי מיט אנדערע זאכן און פון אים האט ער פארגעסן, צו סתם ער זיצט זיך דארטן אין זיין שיינעם אפיס און נאר דארט ווי ער מאכט געלט ארבעט ער, בקיצור קיין שום ענפער וועט אים נישט שטיל מאכן פון זיינע טענות צום עסקן, פארוואס?, טאקע ווייל ער האט נישט באצאלט איז ער בארעכטיגט צו האבן טענות, משא"כ ווען א מענטשט באצאלט פילט ער אז יענער ארבעט פאר אים און ווען יענער זאגט אז ס'גייט נישט גלייבט מען אים אויפן ווארט, ווידער ווען איינער ארבעט אימזיסט האט ער קיינמאל נישט יוצא געוועהן,
(בערך אזוי איז אונזער אפשאצונג אין די שדכנות ליין אויך עיי"ש ותמצא נחת)
נו אויב אזוי פרעגט זיך גלייך, קומט זיך נישט א גרויסן רפואה שלימה פארן עסקן וואס נעמט נישט קיין געלט פאר זיין עסקנות, ער ארבעט מיט אלע זיינע כוחות און צום סוף וועט מען נאך אלץ האבן טענות צו אים נישט קיין חילוק וואס ער זאל נאר טון, נו אויב אזוי זינג'טס אלע מיט (די שבת צופרי - ר"ח בענטשן נוסח) וכָהָאההָאל מי שעסקים בצרכי ציבור בְּאֶמִוּוּווונָה, הקדוש ברוך הוא ישלם שכרם, אוי (דא קומט אזא זדוטשוב'ע תנועה מיט א גרויסן אוי) "אוי וירפָּא לכל גופם", וישלח ברכה והצלחה בכל מעשה ידיהם, עם כל ישראל אחיהם, ונאויויוימר אאאמן....
דער מולד וועט זיין...... 36 חלקים נאך 2
ווען? ווען?....
לאמיר לייגן די הלצות אין די זייט (ווי די "מעלות" האט אלץ א "א געלעכטער אין די זייט" דאס מיינט ביטע לייגט'ס די געלעכטער אין די זייט),
איך וואלט צוטיילט די עסקנות ליניע קודם אין צוויי טיילן, אבער כדי צו פארשטיין די צוויי טיילן פון עסקנים, מוז מען קודם פארשטיין וואס איז די סיבה וואס האט געטריבן דעם עסקן צו ווערן א עסקן און ווען האט ער אפגעמאכט אז ער ווערט א עסקן, אט די אפמאך פון ווערן א עסקן איז אויך צוטיילט אין צוויי,
ס'איז דא איין חלק מענטשן וואס זענען פשוט גוטע מענטשן און צו די גוטע מדה פון גוטסקייט זענען זיי אויך גאנץ טעטיג, דאס מיינט אז ווען זיי הערן אז א חבר איז אין שפיטאל אדער איז געדריקט אין געלט, וועט ער גלייך אראנדשירן צווישן די חברים ווער עס קען זיין בייהילפיג מיט דעם באטרעפענדע חבר, און דערצו איז ער אויך טעטיג צו מאכן טיי אוונט'ס, רופן מענטשן, שאפן געלט, רעדן צו עשירים, סך הכל א גוטע מענטש וואס זיין גוטסקייט טרייבט אים צו עסקנות.
ווידער איז דא א צווייטע טייל מענטשן, וואס האבן ליב בעלות, נישט פשט זיי זענען שלעכטע הערצער, נאר זיי האבן ליב צו פירן א רעדל, ער האט ליב צו שטופן דעם עולם ביי א רבי'שע חתונה, ער האט ליב אריין צו גיין אין א טערעטאריע ווי סתם מענטשן קענען נישט אריינגיין, און מיט זיין עסקנות באנד אויפן ארעם מאכט מען אים אויף אלע בערעקאטן, אט דער עסקן – בעלות ליב האבער, וועט לכתחילה נישט זיין פארמישט אין עסקנות פריוואט צו העלפן מענטשן צו מאכן מסיבות וכדומה, נאר וויבאלד ער איז א טעטיגע עסקן ביי גרעסערע מסיבות צו שטופן מענטשן, וועט מען אים אויך רופן צו א טיי אווענט, כאטש צום סוף וועט ער אפשר אפי' עפעס אויפטוען ביי די מסיבה אבער דאס איז נישט זיין עיקר.
פון די אנדערע זייט די כת הראשונה די גוטע מענטשן וואס דאס גוטסקייט טרייבט זיי צו עסקנות, זיי זענען נישט אזוי פאסיג צו דינען אלס סדרנים ביי מסיבות און חתונות, אבער דאך וועט מען זיי רופן צו זיין עסקנים וויבאלד זיי זענען טעטיג,
דעריבער וועט מען זעהן אסאך מאל ביי גרויסע מסיבות דינער'ס אדער חתונות ווי אסאך פארשידענע עסקנים פארמאגן אזא ארעם באנד מיטן סימבאל פון די מסיבה מיט גרויסע ווערטער "סדרן", אויסערליך קוקן טאקע אויס אלע עסקנים אייניג מיט די זעלבע סימבאל, אבער אז מ'וועט זיך איינקוקן וועט מען זעהן אז מאנכע פון די ארעם טרעגער וועלן זיין גאר טעטיג במשך די מסיבה ווי שטופן מענטשן, מאכן גרודער, צייגן מיטן פינגער ווער ארויף און ווער אראפ, ווינקען מיט די הענט אינמיטן זאל מיט א אימפעט, ווידער אנדערע ארעם טרעגער וועלן זיך סתם דרייען שמייכלען צום ציבור, טיילן סאדע, בארואיגן אנגעצויגענע מאסן, העלפן פריוואטע עלטערע אידן וכדומה.
עס איז א שאד צו האבן טענות אויף די שטופער – עקסנים, פארוואס זיי קענען זיך נישט אויפירן ווי די אנדערע מילדע עסקנים, און זיי זענען נישט אזוי טעטיג ביים טיי אווענד און ביים העלפן אידן פריוואט, און ווי אויך קען מען נישט האבן טענות אויך די גוטע הערצער – עסקנים, פארוואס זיי קומען נישט שטופן דעם עולם וואס איז זיך צוזאמען געלאפן אין פראנט פון די אויבן אן ביי די מסיבה,
ווייל דא ליגט דאך דערינטער א תהום אפטיילונג צווישן די צוויי, דער כת הראשונה זענען דאך בעצם גוטע מענטשן וואס דאס עסקנות איז בלויז א תוצאה פון זייער גוטסקייט, איז דאך נישט זייער טבע צו שטופן די מאסן, אבער שאפן געלט און העלפן מענטשן פריוואט יא, ווידער דער כת השני זיי זענען דאך בלויז בעלות ליב האבער און עסקנות איז א פלאץ ווי מ'קען טרינקען אביסל בעלות מיט א גרויסן גלעזל, דערפאר איז ער בעיקר טעטיג אין אזעלכע פלעצער ווי ער זעטיגט זיך אן מיט רעדל פירעריי.
"עסקנים ווערן געבעטן צו גיין ביים לינקן זייט פונעם זאל פלאצירן דעם עולם ס'הערשט דארט א גרויסע געדרענג"
ווער לויפט אהין?, כת השני, ווייל מ'דארף שטופן מענטשן,
"עסקנים ווערן געבעטן צו גיין צום רעכטן טיר פון די קאך אויסצוטיילן ניסלעך און סאדע"
ווער לויפט אהין? כת הראשון, ווייל מ'קען העלפן מענטשן,
גענוג קלאר?
דאס איז נאר באופן כללי, די צוויי מיני עסקנים וואס ווערט באמת צוטיילט אין אסאך חלקים, ווייל אסאך עסקנים זענען קאמבאנירט פון ביידע, ער האט 50 פראצענט גוטסקייט, און 50 פראצענט אהבת הבעלות, ממילא טויג ער אויף ביידע ער קען טאנצן אויף ביידע חתונות, ווידער ביי מאנכע עסקנים איז דאס נישט צוטיילט אויף'ן פונקטליכן וואג פון 50 – 50, נאר 25 – 75, ארויף צו אראפ, דעריבער איז שווער צו געבן א כלל וועלכע עסקן איז אין וועלכע קאטעגאריע, און קיינער זאל נישט פראבירן צו מעסטן זיינע באקאנטע עסקנים אין כת הראשון אדער כת השני, ווייל אפשר פארמאגט ער אביסל פון ביידע, מיר האבן נאר אנגעכאפט די עקסטרעמע דיפערענס צווישן די צוויי מיני עסקנים.
עס קען אויך זיין איינער וואס האט אנגעהויבן מיט 100 פראצענט גוטסקייט אבער ווי נאר ער איז אריין געקומען אין די עסקנות פעלד האט ער אנגעהויבן צו שפירן אויך דעם טעם פון בעלות און רעדל פירן, ס'געשעהט אז במשך די צייט האט זיך זיין עסקנות אויסגעשטעלט צו זיין 60 פראצענט גוטסקייט און 40 פראצענט בעלות, ווען ער האט באמת אנגעהויבן בלויז מיט גוטסקייט,
די זעלבע זאך פארקערט, עס איז דא עסקנים וואס האבן אנגעהויבן בלויז מיט א ציל צו שאפן איבער אנדערע און פירן א רעדל, אבער ברוב הימים זייענדיג פארמישט מיט עסקנות מיט מענטשן, שפירט ער שוין דעם גוטן טעם פון א טובה טון א איד, און כהיום האט שוין זיין אהבה צו בעלות נאכגעלאזט צו אפאר פראצענט גוטסקייט.
עס קומט אבער צו נאך א קאטעגאריע פון עסקנים, דאס זענען די שטאטישע טאטע'ס, ווי אנדערע רופן דאס אן שטאטישע פאליטישאנס, דא ווערט שוין די טרייב קראפט פון ווערן א שטאטישע טאטע צוטיילט אויף עטליכע אופנים.
1) א גוטע מענטש ווי פריער געשמיסט, ער האט ליב צו טון טובה'ס, און כדי צו טון טובה'ס פאר מענטשן פראבירט ער צו העלפן מענטשן אויך ביי די שטאטישע אינסטאנצן.
2) בעלות ליב האבער ווי פריער געשמיסט, ער זיכט צו פירן א רעדל, און ווי איז דען דא נאך אזא גוט פלאץ ווי צו פירן א רעדל ווי צו זיין א שטאטישע טאטע.
3) א קליינע מח, א בעבי'שע טיפ, ער האט ליב פאליס קאר'ס מיט לעלאו'ס....
4) כבוד זיכער, סתם צו באקומען כבוד ביים היימישן ציבור געלונגט אים נישט אזוי, געלט האט ער נישט, לערנען קען ער אויך נישט, אבער אלץ שטאטישע טאטע באקומט ער כבוד, ער איז גוט מיט פאלאטישאנ'ס מ'קלאטשט פאר אים ביי דינער, כבוד!
5) געלט, אז מ'איז נאנט צום אוצר שמעקט מען געלט, און צומאל ברענגט די ריח פון געלט דאס געלט אליין, ווייל אז מ'איז אין גוטן מיט די ריכטיגע חברה קען מען שיין פארדינען.
דא איז אויך שייך די זעלבע זאך, נישט פשט אז דער עסקן – שטאטישע טאטע נומ. 1 איז דווקא אריין אין שטאטישע עסקנות צוליב די סיבה פון נומ. 1 גוטסקייט אדער נומ. 3 צו האבן לייטס אויפן דאך, ס'קען זיין אביסל צוליב דעם און אביסל צוליב דעם, יעדער ווערט געמאסטן לויט זיין פראצענט, אבער הצד השוה שבהם אז איינע פון די אויבן דערמאנטע סיבות טרייבט אים צו ווערן א עסקן - שטאטישע טאטע.
יעצט לאמיר אריין גיין אין די עסקנות וועלט אליין,
מיר וואלטן געראטן אז קיין שום מענטש אויף דער וועלט זאל נישט זיין א אומזיסטע עסקן אנע געלט, ווי אויבן געשמיסט קומט זיך פאר א עסקן שלא על מנת לקבל פרס א "יפרא לכל גופם" אויפן שבת'דיגע נוסח,
ווייל ווען א מענטש האט א טענה אויף א באצאלטע ארבעטער וועט דער באצאלטע מענטש זיך נישט צופיל צוקראצן, ווייל ער ווייסט אז דאס איז דאך זיין דשאב און אז ער באקומט באצאלט דארף ער דאס עסן מיט אלע פרייזן און טענות פון מענטשן איז אויך אין כלל,
ווידער ווען איינער האט טענות צו א עסקן, וועט דאס באדערן פארן עסקן זייער שטארק, איך בין דאך א עסקן לשם שמים אן קיין געהאלט, און יענער האט נאך טענות???, ממילא ווערט מען זייער שנעל פעד אפ פון עסקנות און מ'ווערט דאס פארקערטע, נישט נאר מ'טוט נישט קיין עסקנות, נאר מ'איז ממש בועט אין עסקנות אפי' ווען מ'האט א געלעגנהייט צו טון א זאך אימזיסט וועט מען מער נישט וועלן טון ווייל די שלעכטע טעם פון די טענות שפירט זיך נאך גוט אין זיינע ביינער,
הגם עס בעקפייערט צוריק פארן עסקן ווייל מענטשן וועלן יעצט קענען אנצייגן זעסטו ער איז נישט קיין ריכטיגע עסקן, קוק אים אן היינט ער ארבעט נאר פאר געלט, ער מיינט נאר זיך, קומט אויס אז אפי' נאך דעמאטס ביים אנהייבן האט ער נאר געמיינט זיין אייגענע אינטערעסע והא ראי' קוק אים אן היינט סוף מעשה מחשבה תחילה,
ממילא וואלט מיר געראטן אז קיינער זאל נישט אנהייבן צו טון עסקנות אימזיסט ווייל דער סוף איז נישט גוט, חוץ אז ער וועט זיך האלטן גענוג שטארק קעגן אלע טענות האבער און זיך נישט צו טון מאכן מתחילה ועד סוף.
נישט נאר דאס, נאר אפי' ווען א מענטש האט א באשטומטע ארבעט פאר געהעריגע געהאלט, און ער וויל צולייגן פון זיך אליין עפעס א עסקנות צו די ארבעט, למשל א ארבעטער אין א פארבריק אויף א ניטינג מאשין, ער באמערקט אז די לעקטער אין וועיר הויז איז צובראכן, און ער וויל באקומען א נאמען פאר א גוטע ארבעטער טוט ער עסקנות, אנשטאט צו לאזן רופן א עלעקטערישן זאל קומען פיקסן די לעקטער און דער בעל בית וועט מוז צאלן פאר די ארבעט 3 הונדערט דאללאר, ווערט ער געטריי ווי א עסקן אומבאצאלט און פארעכט אליין די לעקטער, אזא עסקנות קען זיך אויסלאזן נישט צום גוטן,
איינס, דער בעה"ב וועט אפשר נישט וויסן געהעריג אז ער האט אים א טובה געטון און אויב וועט ער שפעטער האבן טענות צום ארבעטער אויף סיי וואס, וועט דער ארבטער ווערן גאר טיף באליידיגט קוק אים אן דער כפוי טובה דא בין איך אים אזוי געטריי איך שפאר אים איין א לעקטערישן און דא שרייט ער אויף מיר? דאס צאלט ער מיר צוריק?, אין די צייט וואס דער בעל הבית ווייסט אפי' נישט אז ער האט אים געטון אזא טובה,
צוויי, דער בעה"ב קען גאר האבן א טענה צו וואס ער האט נישט אויסגעפירט א געוויסע ארבעט און וועט נישט אנעמען זיין תירוץ אז ער האט אים אין יענע מינוט א טובה געטון און פאראכטן די לעקטער, זאגנדיג איך האב דיך דען געבעטן?
אזא פנים האט זייער אסאך מאל עסקנות לטובת הציבור ווען א מענטש פראבירט צו טון עפעס גוט'ס און ווערט נישט געשעצט ביים המון עם, נאר גאר פארקערט מ'האט א טענה אז אין די זעלבע צייט האט ער געקענט אויפטון עפעס וויכטיגער.
ווען א עסקן באקומט נישט באצאלט איז דאך א פשטות אז א מענטש פילט זיך באקוועם צו האבן א טענה קעגן דעם עסקן ווייל יענער נעמט דאך נישט קיין געלט, ווי א עסקן געט מיר איבער אז שטייענדיג ראש השנה ביינאכט אויף א באנק אינמיטן מאכן סדר צווישן די רייע'ס וואס גייען זאגן לשנה טובה צום רבי'ן, האט איין שורה טענות, צו וואס לאזטו יענע שורה גיין קודם, דער עסקן ענפערט יענעם בצחות ווייל זיי האבן באצאלט און עטץ נישט, מיינענדיג צו שיקן א מעסעדש צום טענות האבער אז איך שטיי דא גענצליך אימזיסט צו מאכן סדר דעריבער ביטע האב נישט קיין טענות אויף מיר,
האב איך אבער ארויס גענומען א סוד וואס איז באהאלטן צווישן זיינע ווערטער, דהיינו, אז ווען דער עסקן זאגט בדרך הלצה יענע שורה באצאלט מיר, מיינט דאס צו זאגן אז ווען יענע שורה וואלט טאקע באצאלט איז א דבר פשוט אז מ'האט נישט קיין טענות, בשלמא ווען קיינער באצאלט נישט בין איך דאך די זעלבע יחסן ווי יענער, קען מען האבן א טענה, אבער אז איינער באצאלט נו איז פשוט אז דער וואס צאלט האט א דין קדימה, דערפאר קומט אויס אז יעדע מענטש שפירט א דין קדימה ביים אומזיסטע עסקן אז יענער זאל אים טון זיין טובה, ווייל ער איז פונקט אזוי מיוחס ווי יענער, און ער האט א ריכטיגע טענה, דעריבער צוריק צו פריער, עסקנים ביטע נעמט'ס געלט!!!
עסקנות איז א זאך וואס איז כמעט נישט סטאביל, דערפאר ווערט דאס נישט ריכטיג געשעצט, עס האט נישט קיין באשטומטע ארבעט וואס מ'קען אנצייגן דאס און דאס איז זיין ארבעט, ווייל יעדעס מאל איז די עסקנות עפעס אנדערשט, און אומסטאבילע ארבעט איז בדרך כלל נישט קיין מוצלח'דיגע מערכה, ווי אויך האט נישט קיין עסקנות א משלח, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז געווענדליך ווען איינער טוט עפעס א ארבעט קומט ער בשליחות פון איינעם אדער בשליחות פון א צוועק אויסצופירן א געוויסע ארבעט, און דערפאר האט ער בעקינג פאר זיין ארבעט, סיי ער אליין שפירט זיך פארזיכערט מיט וואס ער טוט, און סיי זיין משלח שטייט איבער זיין ארבעט אונטער זיין רוקן, ווידער א עסקן טוט דאך געווענדליך זאכן אויף די אייגענע האנט, איז תרתי לגריעותא איינס ער אליין איז נישט זיכער מיט זיך, צוויי ער האט נישט קיין בעקינג פאר זיין ארבעט, וואס אויב ער האנקערט זיך אן מיט שוועריקייטן איז נישטא ווער ס'בעקט אים,
הגם דאס איז נישט קיין באשטומע כלל פאר יעדע מין עסקנות, ווייל זייער אסאך עסקנים ארבעטן צומאל אונטער א גרעסערע עסקן, אבער אפי' דאן איז דער גרויסער עסקן דער וואס ארבעט אויף די אייגענע האנט, און האט נישט קיין משלח.
איינע פון די זאכן וואס צוברעכט א עסקן איז זיינע הצלחות פון 75 פראצענט, לאמיר דאס מסביר זיין, ווען א עסקן איז מצליח 100 פראצענט, איז דאס די גרעסטע סוקסעס וואס איז מעגליך, למשל ער ברענגט אריין א נייעם עושר וואס לאזט זיך קאסטן די גאנצע נר למאור פארן מוסד אויף 6 חדשים, איז דאס א מחי' ס'איז אים ווערט אלע געלטער מ'דארף אים אפי' נישט באצאלן פאר זיין עסקנות ווייל די 100 פראצענטיגע הצלחה אליין איז אלעס ווערד, ווידער א עסקנות וואס ענדיגט זיך מיט א דורכפאל, דאס מיינט א קליינע הצלחה פון 50 פראצענט און אראפ, איז אויך נישט געפערליך ווייל דער עסקן מאכט זיך דעם חשבון פשוט דאס מאל איז עס נישט געלונגען פונקט ווי עס געלונגט נישט פאר אסאך אנדערע מענטשן אנדערע זאכן, און אנדערע מענטשן פארשטייען אויך אז ער איז נישט קיין מלאך.
די פראבלעם ווערט נאר ווען מ'איז יא מצליח, נאר מ'איז מצליח אויף 75 פראצענט, דער עסקן שפירט אז ס'איז נישט קיין דורכפאל, ער האט גאנץ פיין מצליח געוועהן, אבער דער המון עם קוקט עס נישט אן אזוי, זיי קוקן עס אן היות ער איז א עסקן, פאר וואס קען ער נישט טון א זאך בשלימות, מ'האט גאר טענות, וואס אט די טענות איז נאך אסאך ערגער, ווייל דער עסקן שפירט איך האב דאך יא אויפגעטון וויאזוי מעג מען האבן טענות?, בשלמא ווען איך טו גארנישט פארשטייט ער אז מ'קען האבן טענות, אבער דא האב איך מצליח געוועהן אמת נישט אויף 100 פראצענט נאר 75 פראצענט, און פארדעם? מעג מען שוין האבן טענות, צו ווייסן זיי דען נישט אז איך האב אריין געלייגט אין דעי עסקנות שעות און וואכן.
מיר האבן זיך באגעגנט מיט אסאך עסקנים וואס זענען אראפ פון טיש, און זענען היינט אויסגעטריקנט פון עסקנות, און מ'קען צושרייבן אז כמעט די גרעסטע סיבות פון זייער צוריק געצויגנקייט איז פון די 75 פראצענטיגע הצלחות, אדער די לאנג טערם הצלחות, א עסקנות וואס איז געטון געווארן אויף א צייט שפעטער און בשעת מעשה פארשטייט מען נישט און מ'זעהט נישט וואס זיי האבן אויפגעטון, און ווערן אראפגעריסן פאר זייער נישט ארבעטן, אין די צייט וואס זיי מיט זייערע עסקנות'דיגע גלעזער זעהן א קלארע הצלחה אינעם עתיד, דאס צוברעכט א עסקן אויף טויזנט שטיקלעך.
קומט מען ווידער צוריק צום שורש הדבר אז אלעס דרייט זיך ארום דעם ווייל ער איז געוועהן א וואלאנטיר, וואלט ער ווען גענומען געלט, וואלט אים נישט געבאדערט די טענות, נאר היות ער ארבעט אימזיסט איז ער סענסעטיוו צו די טענות פון אנדערע, ממילא רופן מיר אויס נאכאמאל עסקנים $$$$$$ פליז......
קענסט ליינען סימבאל'ס? נאדיר נאך $$$$$$$$$$$$ אפשר אייראפעישע €€€€€€€€€€€€, איצט ווייסטו שוין וואס א עסקן דארף טון?
צום שלוס גיבן מיר איבער א סימן צו דערקענען ווער ס'איז א אמת'ע עסקן און ווער נישט, ס'איז דא א ווארט פונעם ראדעמישלא רב זצ"ל (שפתי מהר"ש), יהי כבוד חבירך חביב עליך כשלך, ווען דיין חבר טוט אויף פאר כבוד שמים זאל עס זיין חביב פונקט ווי ער אליין האט אויפגעטון פאר כבוד שמים ווייל דאן איז א סימן אז ער האט דעם כבוד שמים געמיינט ערנסט ע"כ,
אט די זעלבע איז שייך לגבי עסקנות, ווען א עסקן וואס איז אין עסקנות שוין עטליכע יאר האט הנאה אז עס קומען אריין נייע עסקנים און פרייט זיך צו זיי און זיי מחזק, כאטש ער זעהט ווי די נייע עסקנים זענען מער מצליח ווי אים איז ער צופרידן מיט זיי, איז א סימן אז ער האט געמיינט די עסקנות אמת'דיג, והא ראי' ער האט הנאה אז נאך מענטשן טוען אויף,
ווידער אויב דער עסקן פון עטליכע יאר קען נישט אראפ שלינגען אז נייע עסקנים זענען סוקסעספול, סיי ער רייסט זיי אראפ, ער שטעלט פיסלעך, צו ער איז זיך נישט משתתף מיט זיי, איז א סימן אז זיין עסקנות איז נאר געוועהן לשם פירן א רעדל, און נישט אויף אויפצוטון, והא ראי' אים באדערט אז א אנדערע טוט אויך, ס'איז אפשר אביסל שארף אבער אמת.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה