וואס טוט זיך ווען דער גאסט גייט אוועק?.... (ראש השנה)
אין א ביזי זונטאג מיטאג, מיט די מיידלעך אינדערהיים, רופט מיך אן א חבר אויפן טעלעפאן אז ער וויל ארויף קומען צו מיר אויף א באזוך, אפשר דורך רעדן א ביזנעס, ווער ווייסט, די הויז קוקט דאך אויס..... רחמנא לצלן...., שריים פון מלוה מלכה, דער טשולענט טאפ איז נאכנישט אויסגעוואשן, די סינק איז פיל מיט געשיר, די גאנצע האל איז פיל מיט לעגאס, די גאנצע דיינוג רום איז פיל מיט קליקס, קינדערישע שיך'ן צוווארפן, די פידשאמעס פון צופרי אויפן פלאר, און די מעדישקס פון די מיידלעך מיט האלבע אנגעשריבענע בלעטער צושפרייט איבער די גאנצע דירה....
אוי באשעפער!!! וואס טוט מען דא....
מיין חבר קומט דאך אהער אין 2 שעה ארום, אקעי 2 שעה, נישט געפערליך, מ'נעמט זיך צו די עבודה, מ'שפאנט איין דאס גאנצע הויז געזונט, די קליינע הייבן אויף די קליק'ס מיט די לעגא'ס, די גרויסע רוימען אויף, מ'שוויצט מ'פיצט, ענדליך דער הויז גלאנצט,
דער זייגער קלאפט אויף 2'עה, דינג דאנג... דער בעל געט א קלינג, מיין חבר שטייט ביי די טיר, איך פיר אים אריין אין מיין נארוואס אויפגערוימטע דירה, און מ'זעצט זיך אראפ דורך רעדן דעם וויכטיגן שמיס, נאך אפאר מינוט זעה איך טאקע אז ס'איז טאקע וויכטיג, מ'האט דורך גערעדט עטליכע גאר גוטע ענינים וואס קען זיין שטארק בייהילפיג אינעם צוקומפט, ביים סוף שמיס האמיר באשלאסן אז מ'דארף זיך טרעפן נאכאמאל, ווען?, וועמיר זעהן, קאל מיך, מ'וועט אפשמיסן....
2 וואכן שפעטער אין א זונטאג מיטאג, דער חבר רופט נאכאמאל, נא! חבר מיינער? איך קען אריבער קומען אין צוויי שעה ארום, יא אוודאי פארוואשע נישט, (איי דער הויז קוקט דאך אויס ווי נאך א באמבע, כ'העמיך א עצה געבן), איך לייג אראפ דער טעלעפאן, איך טראכט נישט קיין סאך, איך גיי צו צום סינק איך הייב אויף אלע שמיצע דישעס, איך לייג עס ארונטער אינעם קעבינעט אונטערן סינק, איך נעם א בעזעם, איך קער אויף אלע קליקס – לעגאס.... א קער אריין אונטער דעם בעט אין קינדער שטוב...., די וועש געב איך א קער אריין אין וואקינג קלאזעט...., די קרעיאנס א קער אריין אין וואשרום..., און דער הויז איז שיין....., מ'קען שוין אריין לאזן מענטשן,
מיין חבר קומט אן ס'איז א מחי', מ'שמיסט מ'פארברענגט, מ'ארלעדיגט און ער גייט אהיים.....
ער איז אפשר אהיים, אבער וואס טוט זיך ביי מיר אינדערהיים????.....
עך, איך עקל מיך פון מיר אליין, איך נעם צוריק ארויס די שמיציגע דישעס פון אונטער די סינק, איך קער ארויס די קליקס פון אונטער די בעט, און אלעס איז צוריק צום אלטן.....
פונקט אזוי קוקן מיר אויס מיט די הכנות ליו"ט.....
א איד וואס גרייט זיך צו עטליכע טעג אדער וואכן פאר ר"ה, ער טוט תשובה, וואשט זיך אפ, גרייט צו דעם הויז – מענטש צום יום הדין, ער האט א ריינע שיינע אויפנאמע פארן גרויסן טאג,
דער אנדערע טייל מענטשן וואס גרייט זיך נישט צו, מיט פונקטליכע אפרוימינגען, נאר פון אויבנאויף געט מען אלעס א פארפאק אין די ווינקלען, אז פון אויבן קוקט אויס ארויס שיין, ווי מ'זאגט פון אויבן פיץ אונטן שמיץ, די האבן אויך א שיין פנים יו"ט,
אמת בשעת ווען די גאסט איז דא, ווען דער יום הדין איז דא, זעהן אויס אלע אייניג, יעדער איז מיטן טלית איינגעהילט און מ'בעט פאר א ניי יאר לטובה ולברכה, און אלע קוקן אויס אויסגערייניגט צום יום הדין,
דער חילוק כאפט נאר..... ווען דער גאסט גייט ארויס....., דער יום הדין ענדיגט זיך......
דער וואס האט אלעס געהעריג אפגעוואשן פון פריער האט איצט א זויבערע הויז, א זויבערע נשמה,
אבער דער וואס האט נאר פארפאקט פון אויבנאויף, דער וועט זיך איצט מוזן ספראווענען מיט די שמיציגע געשיר, אך... ס'כאפט א איבל ווען מ'נעמט ארויס פון אונטערן סינק פארקלעבטע סחורה...., גיי שטעל דיך יעצט וואשן געשיר, וואשן פלעקן פון עבירות....,
ענדערשט וואשן פריער, ווי איידער שפעטער....
ווייל וואשן מוז יעדער....
ווי זאגט דער אפטה רב? והי' עקב תשמעון, צום סוף וועסטו דאך מוזן תשובה טון, טו שוין תשובה, צו וואס ווארטן....

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה