טאג ביך פון מגיד שיעור
האסט ליב דעם קעפל?...., (מסתמא יא ווייל ווען נישט וואלסטו נישט אריין געקומען אהער),
דו וואלסט געהאט חשק מ'זאל אביסל צולייגן דיין מגי"ש, בעיקר פון שנת.... זייענדיג אלט 16 יאר, וואס דער מגי"ש פון יענעם יאר ר'.............. שליט"א, איז דיר ספעציעל געגאנגען אויף די נערוון, נישט אזוי?.... ווארט נאר ווארט וועמיר אים צולייגן.....
מגידי שיעורים, ווערן צוטיילט אין צוויי קאטאראגיעס,
א פארמיטאג מגי"ש, דאס מיינט א מגי"ש פאר שיעור עיין,
און א נאכמיטאג מגי"ש, וואס דאס מיינט געווענדליך שיעור פשוט אדער שו"ע,
עס איז מערקעוועדיג אז ס'האט זיך אזוי אויסגעשטעלט, אז פארן שיעור עיין מגי"ש האט מען מער דרך ארץ און רעספעקט ווי דער נאכמיטאג מגי"ש, כאטש ס'קען זיך מאכן אז דער נאכמיטאג מגי"ש זאלן זיין מער ת"ח ויר"ש ובר הכי ווי דער פארמיטאג מגי"ש, נאר דער גאנצע סיבה פארוואס ער איז געווארן א מגי"ש נאר נאכמיטאג, איז ווייל ער האט נישט אזא ברייטן כח ההסבר ווי דער שיעור עיין מגי"ש, און נאך דערצו איז ער אביסל אזא פארשלאפענע טיפ, אנדערשט ווי דער מגי"ש פון שיעור עיון, וואס איז סיי פריש און לעבעדיג, און סיי ער האט א כח ההסבר, אזש ווען ער איז מסביר דעם ר"ן, רינט די שמאלץ.
און בדרך כלל, האט דער מגי"ש פון שיעור עיין מער השפעה, ער דארף נישט צו סאך טרייבן די בחורים, ער געט נאר א ווינק, און מ'האט דרך ארץ, ער געט א היס און ס'ווערט שטיל אין כיתה, און ווען ער זאגט אז יענקל מיט משה זענען א גוטע חברותא, לערנען זיי צוזאמען, צו מ'וויל צו נישט, (די פריינדשאפט פון יענקל מיט משה, טאקע דער משה וואס מיינט אז יענקל האט גוט חתונה געהאט, האט זיך נאך אנגעהויבן אין די ישיבה....),
און ווען ער זאגט א סטעיטמענט איז דאס געזאגט, ווי א בחור קען שפעטער נאכזאגן, איך האב אליין געהערט פון ר' זעליג (דער מגי"ש פון שיעור עיין) אז דער נחלת משה האט נישט געלערנט טיף..., וואס דאס מיינט אוודאי אז דער ר' זעליג איז פוסק אחרון, און טאמער דער ר' זעליג דריקט זיך אויס אויף עפעס א זייטיגע ענין, איז זיינס א ווארט קודש קדשים, אז ר' זעליג האט ממש אליין געזאגט (מפורש יוצא מפי...) אז (למשל) די וויזניצער טישן זענען נישט אינטרעסאנט...., קויפט מען דאס און מ'פארקויפט דאס פאר גוט געלט.
ווען דער תלמוד גייט ארויס פון די ישיבה, און ער האט חתונה ב"ה, ווייסט ער אלץ נאכצוזאגן פון זיין רבי'ן דער מגי"ש ערעב זעליג, און ווען ער ווערט עלטער און האט שוין אליין גרויסע קינדער, דריקט ער זיך אויס פון צייט צו צייט, וועלנדיג זאגן עפעס אן ערוואקסן ווארט פאר זיינע קינדער, און אין די זעלבע צייט אויך ווייזן אז ער איז נאך מער ערוואקסן, זאגט ער.... הע.. וואס ווייסט עטץ.... קליינע טאָטער'ס, מיין מגי"ש רעב זעליג פלעגט זאגן אין די ישיבה, אז א בחור ביז די אכצן האט נישט דעם אייגענעם שכל...
אבער ווי אנדערשט איז דער נאכמיטאג מגי"ש, וואס בדרך כלל איז ער דער ציל ברעט, פאר די בחור'ישע עקשאן, און שטיקלעך, חוזק'עריי, און לאכן הונטערוויילעכטס, וואס אפילו יארן שפעטער ווען חבירים פון די ישיבה טרעפן זיך צוזאם, און מ'רעדט זכרונות, וועט מען זיך דערמאנען קאמישע עפיזאדן פונעם נאכמיטאג מגי"ש, וועט דאס אויסריפן צווישן זיי א פיינעם גלעכטער,
געדענקסטע נאך טובי'?, ווען ער געהאט צו טון מיטן נאכמיטאג מגי"ש ר' בעריש..... הא הא הא, אלעס לאכט, דער ר' בעריש איז געוועהן אזא איינגערעטער חכם... ער פלעגט אלץ זאגן (דא מאכט איינער נאך דעם ר' בעריש'נס קול מיט אקצענט....) בחורים.... וואס וועט זיין דער תכלית....., אזוי וואקסט מען דאך אויף בארשטן בינדער'ס.... (אלעס לאכט....)
דער נאכמיטאג מגי"ש, איז נישט קיין חילוק צו ער איז א ת"ח, צו א יר"ש, צו אפי' א גוטע מגי"ש, ס'וועט אים כמעט נישט געלונגען צוזאם צו האלטן די קלאס, פארוואס?,
עס איז דא אסאך סיבות, קודם די פשוט'ע סיבה ווייל ס'איז נאכמיטאג..., און נאכמיטאג איז נישט פארמיטאג, און די טבע איז אז נאכמיטאג איז דער עולם אביסל.... (אויב דאס הייסט אביסל) צולאזט,
שנית, דער נאכמיטאג מגי"ש איז פארט נישט דער פארמיטאג מגי"ש, דער בחור מאכט ביי זיך א קלארן חשבון, דער נאכמיטאג מגי"ש האט מען אויסגעקליבן נאכמיטאג, נאר דערפאר ווייל עס איז נישט אזוי פעאיג ווי דער פארמיטאג מגי"ש, קומט אויס אז ער איז א צווייטע קלאס מגי"ש, האב איך דאך שוין א רעכט אים אראפ צו קוקן, חוזק מאכן, נישט פאלגן וכו' וכו',
שלישית דער לימוד פונעם נאכמיטאג איז דאך נישט אזוי שטארק און איז נישט מחייב דעם בחור ווי דער פארמיטאג לימוד, דער בחור שפירט אז פארמיטאג – שיעור עיין דאס איז דער עיקר לימוד, אבער דער שיעור פשוט אדער שו"ע איז נישט אזוי וויכטיג, און אז דער לימוד איז נישט אזוי וויכטיג, איז דער מגי"ש פון דעם נישט וויכטיגן לימוד, אויך נישט אזוי וויכטיג..., נו! לאמיר א חוזק טאן....
***
דאס איז דער דרויסנדיגע קוק אויפן מגי"ש'ס וועלט, וויאזוי מ'שאצט דאס אפ פון דרויסן, איצט לאמיר א קוק טון פון די אנדערע זייט מחיצה,
דער מגי"ש זעלבסט באקומט גאנץ א קנאפע געהאלט, א פארמיטאג מגי"ש איז דער וויעדשעס נישט באשטומט, ווייל ס'ווענט זיך לויט יענעם'ס ווערד, א מגי"ש וואס זיין נאמען אליין ברענגט כבוד פאר די ישיבה, אז די בחורים רייסן זיך אריין צו קומען בלויז וועגן דעם מגי"ש, ער זיצט אויף א גרעסערע געהאלט ווי א מגי"ש וואס איז בלויז א גוטע שיעור זאגער וואס האט זיך זיין פרייז, א מגי"ש וואס איז סיי א מגי"ש און סיי א משפיע האט אויך א באזונדערע פרייז.
משא"כ א נאכמיטאג מגי"ש איז די געהאלט בערך 450$ און ארויף, וואס איז אויך נישט פונקטליך יעדע וואך, עס קען זיך אמאל פארציען עטליכע וואכן ביז די מלוה מלכה אדער דעם ראפעל וואס די ישיבה מאכט, און דאן באקומט ער געצאלט אויף צוריק,
ר"ח געלט ווי ביי א מלמד איז אויך נישטא ביי קיין מגי"ש, די סיבה דערפון איז דערווייל נאכנישט קלאר, אפשר וויבאלד עס ווערט געברענגט אז די מנהג איז, ליתן מעות להמלמד בכל ר"ח, וואס אגב דאס האט אמאל געמיינט ווי היינט שכר לימוד, אבער דער מגי"ש איז דאך נישט בגדר מלמד במילא קומט זיך אים נישט קיין ר"ח געלט,
חנוכה געלט, איז למחצה שליש ולרביע, פורים דאס שוין יא, דארטן שיקן שוין יא אלע עלטערן משלוח מנות און אן ענוועלאפ (א פולע), וואס די תלמודים ברענגען צום מגי"ש ביום הפורים, און צומאל באגלייט מיט א פעסטן פורים חוזק'עריי....,
איין בענעפיט איז יא פארהאן ביי א מגי"ש וואס איז נישטא ביי קיין מלמד, דאס איז חתונה מאכן, ווען א מגי"ש דארף חתונה מאכן, זענען די בחורים די תלמודים זיך ממש מחי', ס'איז דא עקשאן, מ'מאכט א הגרלה אויף א כוס של אלי', א נסיעה אויף ליזענסק, אדער מ'גייט סתם אזוי נאך געלט, און דאס ברענגט אריין אפאר אלפים, פארן מגי"ש חתונה צו מאכן.
בעצם פירן א קלאס איז פיל שווערער פאר א מגי"ש ווי פאר א מלמד, פשוט א מלמד קען געבן א פאטש, א מגי"ש נישט, א מלמד האט צו טון מיט קליינע סחורה, וואס ער קען דערשרעקן אין א רגע, דער מלמד קען זאגן ווער ס'איז נישט שטיל, גיס איך אריין זייף אין זיין מויל...., און אלע קינדער ציטערן אוועק, מ'דמיון'ט שוין ווי ביטער דער טעם פון זייף איז..., א מגי"ש קען דאס נישט זאגן, ווען ער דארף שטיל מאכן א קלאס און האלטן געשפאנט, דארף ער זיין א מומחה.
א מגי"ש, האט נאך א זאך אין קלאס וואס א מלמד האט נישט, דאס איז שלאפן ביי שיעור...., אין חדר איז נישטא אזא זאך ווי שלאפן ביים פארלערנען, אויב א יונגל שלאפט איין, רופט דער מלמד אהיים די עלטערן, זיי זאלן זעהן קעיר נעמען אז יענקי זאל נישט איין שלאפן אין חדר, דאס מיינט ער זאל גיין שלאפן פרי כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן..., א מגי"ש קען פארלערנען ווען עטליכע בחורים כאפן א פעסטן דרימל, יעדער מיט זיין פאטענט אז דער מגי"ש זאל נישט באמערקן, איינער הייבט אויף די גמ' כאילו ער קוט אריין אזוי זייטיג, פון איין זייט פארשטעלט די גמ' פארן מגי"ש ער זאל אים נישט קענען זעהן, און ביז דערוויל כאפט ער א דרימל, א צווייטע כאפט זיך אן דעם שטערן כאילו ער טראכט אריין אין די שווערע גמ', אין בינו לבינו מאכט ער צו די אויגן און פליט אוועק, און א דריטער שעמט זיך ניטאמאל צו שלאפן אפן, און צומאל אויך א כראפע געבן, וואס דאם איז שוין בושות....
א מגי"ש דארף זיך געהעריג פאָרקוקן דעם שיעור, גאר אנדערשט ווי א מלמד וואס קען שוין די פסוקים חומש אויסעווייניג, און אלו מציאות מיט לולב הגזול קען ער שוין גוט פון די פארגאנגענע יארן, אפי' אז ער געדענקט נישט אזוי גוט, אבער א פערטל עמוד גמ' קען ער געדענקען מיט א קליינע חזרה, ביי די גרויסע קלאסן ח' ט' פאדערט זיך שוין יא אביסל מער הכנה,
אבער א מגי"ש דארף האבן פולשטענדיגע הכנה, א פארמיטאג מגי"ש דארף האבן גאר שטארקע הכנה, פארצולערנען א שיעור מיט לומדות, און א נאכמיטאג מגי"ש דארף אויך האבן הכנה לויטן שיעור וואס ער גיבט איבער, און ווי ביטער און געזאלצן ווערט ווען שוין נאך די גרויסע הכנה, קומט דער מגי"ש אריין צו שיעור, און דערוילעם חלום'ט...., ס'אינישטא מיט וועמען צו גיין צום טיש, און אסאך מאל נאך פארשטן די תלמודים מה יום יומים, ווערט ער געוואר אז נעכטן איז געוועהן א יומא דפגרא (נישט א וועלטליכע יומא דפגרא נאר א לאקאלע), און דער עולם איז מיד, וואס זאל ער יעצט טון צו מאכן די גמ'?, ווערט ער סתם א חוזק, לערנט ער ווייטער פאר, און קיינער האלט נישט מיט...,
דאס איז בנוגע לערנען, אויסער לערנען דארף א מגי"ש האבן אביסל שכל (מער ווי אביסל), וויאזוי צו האנדלען מיטן אומסטאבילן באשעפעניש וואס הייסט "בחור", א בחור איז א בריאה וואס וואקסט, דהיינו עס טוישן זיך גאר שטארק די הארמאנען במשך די בחורישע יארן, ממילא באקומט דער בחור פארשידענע עקסטרעמע גיסטעס עליות און ירידות, (פונקט ווי ביי די נשים צדקניות וועס עס טוישן זיך די הארמאנען ווערן זיי מורא'דיג עמאציאנאל און סענסעטיוו, בעיקר ווען זיי טוישן זיך פון א מעוברת צו א מנקת, אין די צייט פון קימפעט, וואס דאן טוישן זיך אלע הארמאנען אויפאמאל, זענען זייערע גוסטעס גאר געפארפול פאר אונז ארימע מענער....) ס'איז זייער מצוי ביי א בחור צו זיין איין טאג א מלאך און איין טאג א גלח, און דער מגי"ש קען נישט פארשטיין, נעכטן האט ער אויסגעהערט, געלערנט בהתמדה, געדאוונט פיין, און היינט איז ער דאון, ער הערט נישט אויס, שטערט אנדערע חברותא'ס צו לערנען, דאווענט נאר יוצא צו זיין, וואס טוט מען אין אזא פאל?...., פארדעם איז ער דער מגי"ש צו האנדלען אזאנע סיטואציעס,
אינעם וואונדעליכן ספר איש חמודות ווי עס ווערט געשילדערט קורות ימי חייו פונעם חכימא דיהודאה ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל, שטייט דארט אינעם סדר השנה ביי יו"ט חנוכה, אז די ערשטע נאכט חנוכה האט ער אליין געצינדן חנוכה לעכט, ווייל ער האט נישט געוואלט מ'זאל ווארפן האנטוכער האט ער אליין געצינדן דעם ערשטן נאכט כדי די אנדערע נעכט זאל שוין אזוי בלייבן אז מ'ווארפט נישט, אבער... אויב בחורים האבן יא געווארפן האנטוכער האט ער גארנישט געזאגט, ווייל ער פלעגט זאגן "א גוטע ראש ישיבה דארף קענען אמאל צומאכן זיין אויג"...., דאס איז דער שליסל צו אסאך הצלחה, דער מגי"ש דארף קענען אמאל צומאכן זיין אויג..., ער מוז נישט אלעס זעהן...
אליבא דאמת ווען איך האב געטראכט צו שרייבן דעם ארטיקל, האב איך געפרעגט מיינס א חבר וואס איז שוין אין די ישיבה ליין עטליכע יאר, אזא פראגע,
לאמיר זאגן דו דארפסט געבן א אינטערוויא פאר סיי וועלכע אויסגאבע, וואס וואלט געוועהן דיין מעסעדש וואס דו וואלסט איבער געגעבן פאר די וועלט אלס מגי"ש שוין עטליכע יאר בנוגע בחורים אין ישיבה?
מיין חבר האט געטראכט און געזאגט, איך וואלט געזאגט אז כמעט יעדע בחור האלט אז דער מגי"ש פארשטייט אים נישט, דער מגי"ש איז נישט אין זיין שיך, און דאס וואס דער מגי"ש זאגט אדער באפעלט איז סתם אזוי מטעם תקנת הישיבה, אן א געפיל און אן צו פארשטיין וואס עס איז באמת אין די הארץ פון אונז בחורים, עד כאן תוכן דבריו.
אם כנים הדברים, ווערט דאס שטארק פארוויקלט, ווייל וואס נאר א מגי"ש באפעלט, האט דער בחור טענות, אפשר פארקערט אפשר אזוי אפשר אזי, דער דרך הטבע פון א בחור איז נישט צו פאלגן גלייך ווי א שעפסל, מוז דער מגי"ש זיין גאר פיפיג און דורכגעטריבן צו מאכן אז זיינס א באפעל זאל אויסגעפירט ווערן געהעריג,
בנוסף צו דעם איז דער גוטער מגי"ש דער אדרעס, פאר די בחורים וואס האבן זיך זייערע גוסטעס, זיך אויסצורעדן פאר אים, א גוטע מגי"ש קען און האט א צוגאנג וויאזוי אויסצוהערן און אויסצורעדן די גוסטע בחורים, וואס ווערט אנגערופן בלשוניהם של בחורים, ער געט חיזוק....
די פאקט איז אז היינטיגע צייטן ווען א בחור וואס האט סיי וועלכע פראבלעם באקומט זיין פראבלעם א צו נאמען, אמאל האט מען געוויסט אז א בחור האט א יצה"ר, און צו דעם יצה"ר האט ער ווייניג עקספיריענס אין לעבן, בנוסף צו דעם אז ער איז נאך בכלל שוואך אויסגעבויעט, דעריבער האט דער מגי"ש געהאט גאנץ א גרינג פעלד וויאזוי צו רעדן צום בחור, און אים צו שטארקן אין זיינע שוואכקייטן,
היינט אבער איז די מעשה גאר אנדערשט, יעדע פראבלעם באקומט אזא צו נאמען, דער בחור איז דאון, ער האט בי פי סי דיסארדער, עי די דשי דיסארדער, מיט פארשינדע נעמען מנעמען שונים, יעצט פון ווי זאל דער מגי"ש וויסן וויאזוי מ'רעדט מיט א בחור וואס ליידט אויף בי פי זי....?, אויב רעדט ער שוין יא מיט דעם בחור אפאר ווערטער וואס ער קלערט אז ס'איז וויכטיג, קען ער באקומען א פאן קאול פונעם טערעפיסט, וואס ער שייגעצט אן דעם מגי"ש, אזוי רעדט מען צו בחור וואס ליידט אויף בי פי זי?...., דער אומוויסנדער לאנג יעריגער מגי"ש, ווערט ממש פארלוירן, און ס'געשעהט אז בעפאר ער געט זיינע באקאנטע חיזוק רייד מיט א ווארעמע גלעט אויף די פלייצע פאר א בחור, איז ער מלא ספיקות זאל איך זאגן אדער נישט זאגן, און וואס וועלן זיין די תוצאות?.
און אויב לערנט זיך שוין יא דער מגי"ש אביסל פיסכעלאגיע, ווערט ער אפגעפרעגט ביי אסאך עלטערן און באקאנטע, די גייסט מיר נאך די גוי'שע ביכער?, ווער איז נייגעריג וואס זיי האבן צו פארקויפן, א נייע משוגעת, אזוי ווי מ'הערט טאקע צווישן זייער אסאך מענטשן, פארוואס פלוצלינג האבן אלע בחורים פראבלעם, וואס איז געשעהן היינטיגע צייטן?, אמאל האט מען נישט געוויסט פון די אלע קרענק און די אלע נעמען, אלא מאי די פיסכילאגן זענען די גורם זיי מאכן משוגע דעם עולם, און אונזער נארישע מגי"ש האט זיך גאר צוגעכאפט דערצו, ווערט דאך דער מגי"ש צוריסן אין צוויי, פון איין זייט כאפט ער פון די טערעפיסטן אז ער מוז פארשטיין וויאזוי צו האנדלען מיט בי פי סי, און פון די אנדערע זייט כאפט ער פונעם היימישן ציבור אז ער זאל מיר דא נישט ווערן א פיסכעלאג, און בלייבן ווייטער א מרביץ תורה ווי אינדערהיים אין טאשנאד.
עס מוז צוגעגעבן ווערן נאך א וויכטיגע פינטעלע, איבער די בריאה און די מציאות פונעם בחור, וואס מאנכע האבן געזאגט אז ווען דער הערוך וואלט געטייטשט דאס ווארט בחור וואלט דער טייטש געוועהן, בחור - מין חי' הדר בישיבה,
איך גיי שרייבן גאנץ אומבאטעמטע פאקטן וואס איז כמעט נישט באוויסט פאר מענטשן, אבער דאס איז קראנט און באשטעטיגט דורך אסאך מגי"ש און מרביצי תורה,
א גוטע בחור לערנט נישט מער ווי 6 שעה א טאג...., יא יא נישט מער, אן די שיעורים וואס מ'לערנט פאָר, א שעה פארטאגס, א שעה ביים חזר'ן נאכן שיעור, א שעה נאכמיטאג, א שעה ביינאכט, לייג צו צו יעדע שעה בערך 15 מינוט וואס דער מתמיד לערנט אן אויפהער,
א בחור איז אויך אייביג זאט, און אייביג אויסגערוט, דאס עסן אין אלע ישיבות זענען ברייט, דערוואגן זאל זיך א קעכער נישט צו שטעלן פאר די בחורים זייערע געברויכן, א בחור שלאפט אויך געהעריג, און אויב דאכט זיך אים אז ער איז מיד שלאפט ער גלייך ביים שיעור, אדער לייגט ער אראפ דעם קאפ ביים חזר'ן, והמחמירים יוצאים ידי שניהם,
קומט אויס אזוי, דעם בחור'ס גוף איז מסודר, אויסגרוהט, אנגעזעטיגט, מיט א ליידיגן קאפ, בשלמא, א בחור זאל לערנען בהתמדה ווי אין אסאך ישיבה גדולה'ס 3 א האלב שעה פארמיטאג, און 3 א האלב שעה נאמיטאג, מיט א גוטע אנדערהאלבן שעה ביינאכט, וואלט מיט עפעס געוועהן פיל זיין קאפ, אבער דער פאקט איז אז אין אונזערע ישיבות האבן די בחורים מורא'דיג אסאך צייט, און א ליידיגן קאפ, עס איז באמת נישט קיין ווינדער פארוואס בחורים טרעפן אויס אזעלכע מאדנע התנהגות'ער, עס איז פשוט איינס מיט איינס, א אויסגערוטער זאטער גוף מיט א ליידיגן קאפ מיט צייט צו טראכטן = היינטיגע בחור....,
יעצט א ווארט צום מגי"ש, טאקע דערפאר, ווייל דער בחור האט אזא מין סקעדשול, איז דיין תפקיד אנצופילן זיין קאפ, נישט נאר מיט בבא קמא, און הל' שבת, נאר אנדערע זאכן אויך, שיינע ידיעות, תולדותיהם של צדיקים, נוסחאות התפלה, מנהגים של ישראל וכדומה, ווייל די לומדות פון פרק מרובה, דאס וועט דער בחור נישט איבער געבן פון זיינע קינדער, אבער די ידיעות, די חביבות המצות, די חסידישע ספרים וכדומה דאס וועט ער יא איבער געבן פאר זיינע קינדער,
א דוגמא, מגי' זיין ספרים, וואלט לענ"ד געוועהן דאס בעסטע פלאץ ביי בחורים, סיי ס'איז ביליג, סיי זיי האבן צייט, און סיי זיי וועלן זוכן באמת טעותים, נוסח בחור, ווי מ'קען יענעם כאפן ביי א טעות...., אפשר פירט מען איין אז די סופרים, וואס דארפן מגי' זיין ספרים תפילין ומזוזות, זאלן דאס איבער געבן אין ישיבות, עס איז ברור אז ווען א כיתה פון 25 פאר בחורישע אויגן קוקן אויף א פרשה, וועט נאך זייער פסק כשר נישט מעגליך זיין פסול..., (און גלייכצייטיג לערנען הל' סתם)
און צום שלוס, וואס דאס וועט יעדער מודה זיין בפה אחת, אז מענטשן זענען גאנץ פיינע מבינים אויף זייערע מגי"ש, מיט גאנץ א שארפן שמעק, און אויב איז ער נישט קיין מבין אלץ בחור וועט ער זיין א מבין אלץ אינגערמאן, יעדע בחור און שפעטער אלץ אינגערמאן, קען קלאר עדות זאגן וועלכע מגי"ש איז דערביי און ווער נישט, ווער ס'האט דאס געמיינט ערנסט און ווער ס'איז סתם א בלאפער, יעדער פון אונז קען זאגן מיט א בליק אויף צוריק, אפילו אויף מגי"ש וועמען מ'האט בשעת מעשה נישט אזוי ליב געהאט, אבער נאך אפאר יאר קען מען זאגן, פארפאלן ר' ברוך לייב איז א ערליכע איד, אדער א ערנסטע ת"ח, אפשר צו פירן א קלאס טויג ער נישט, אבער ס'איז דא וואס צו שאצן און ארויף קוקן,
און מ'קען פונקט אזוי זאגן פארקערט, ר' זרח איז א בלאפער א צבוע'ק, ער האלט נישט דערביי איין מינוט, צו דעם קומט צו א היפשע שנאה, ווי איינער זאגט, מיר האט ער פארקויפט און געטרייבערט צו זיינע מעשות און ער אליין איז גארנישט דערביי, דעריבער איז די ווארט צום מגי"ש איין זאך, דו מוזסט זיין אמת'דיג דערביי, אבער מיט אן אמת, ס'וועט נישט העלפן די אלע מאסקעס וואס דו לייגסט ארויף,
פארוואס האבן רוב מגי"ש דענדראפס אויפן רעקל, ווייס איך נישט...
און פארוואס רוב מגי"ש וועמען איך האב געקענט, האבן ליב רויע צוויבל פאר פרישטאג, ווייס איך אויך נישט.....
הוספה:
שוין ביים שרייבן דעם ארטיקל האב איך געהאלטן אז די צוהערער – ליינער, וועלן נישט אראפ שלינגען די פאקט וואס איז באזיצט אויף קלארע הוכחות אז בחורים אין ישיבות לערנען נישט קיין גאנצע זעקס שעה, שוין נאכדעם וואס איך האב גערעדט מיט עטליכע מגי"ש פארן שרייבן דעם ארטיקל, האב איך דעם שבת אפיר גענומען א בחור, א תלמוד פון איינע פון די חשוב'ע ישיבות אין ב"פ, און געפרעגט בתמימות צו ער קען מיר איבער געבן דעם סדר היום אין ישיבה, אט דאס איז דער סדר היום ירא הקהל וישפוט.
פארטאגס, מ'וועקט 5:30,
6:30 סדר הלימוד
7:30 חסידישע ספרים (מ'טיילט קאפיס פון ספרי חסידות)
8:00 שחרית
9:00 חומש רש"י
9:30 ביז 10:15 פרישטאג
10:15 – 12:00 שיעור
12:00 – 1:30 חזרה
1:30 – 3:30 לאנטש
3:30 מנחה
3:50 בערך ביז 6:15 לימוד שו"ע,
צוטיילט האלב איז שיעור, און האלב איז חזרה,
6:15 – 7:15 סאפער
7:15 – 9:00 שיעור פשוט,
9:00 מעריב,
10:00 זמן שינה
יעצט לאמיר דאס צונעמען, לאמיר נעמען א בחור וואס לערנט גוט אן קיין טרייבעריי, לערנט ער אזוי (אן די שיעורים)
1 שעה פארטאגס, אויב לייגט מען צו דעם שיעור ספרי חסידות מיט חומש רש"י פארן און נאכן דאווענען, איז דאס נאך א האלבע שעה, ווייל ביז מ'הייבט אן און ביז מ'ענדיגט פאלט אוועק אסאך, האמיר סך הכל פארטאג'ס ביז פרישטאג, 1 און האלב שעה.
10:15 – 12:00 שיעור
12:00 – 1:30 חזרה
חזרה נאכן שיעור איז לכתחילה נאר 1 און האלב שעה, וואס אפילו דער זריז וואס לויפט אריין אין ביהמ"ד תיכף נאכן שיעור און חזר'ט בלי הפסק, לערנט ער נאר 1 און האלב שעה, און וויפיל פראצענט אין ישיבה זענען אזוי?, דער אמת איז אז רוב בחורים, שפאצירן שטאַט פונעם שיעור ביז די חזרה ביז מ'זעצט זיך לערנען פאלט אוועק 15 – 20 מינוט, סך הכל האמיר דא שיינערהייט פארן מתמיד נאך אנדערהאלבן שעה, מיט פארטאגס איז דאס שוין דריי שעה.
3:50 בערך (נאך מנחה) ביז 6:15 לימוד שו"ע,

פון נאך מנחה ביז מ'גייט אריין פארלערנען און יעדער טרעפט זיך זיין שו"ע נעמט אפאר מינוט, איז כמעט ברור אז מ'הייבט נישט אן פארצולערנען פאר 4:00, דער שיעור בערך א שעה, חזרה איז 1 שעה מיט 15 מינוט פארן זריז וואס לויפט נאכן שיעור אין ביהמ"ד בלי הפסק ביז 6:15, און בלויז 1 שעה פארן גוטן בחור נאר ער איז נישט דער זריז וואס לויפט פון שיעור צום חזרה, סך הכל מיט פריערדיגע 3 שעה האמיר נאך א שעה, איז שוין 4 שעה.
7:15 – 9:00 שיעור פשוט,
9:00 מעריב,
דאס איז נאך 1 שעה מיט 45 מינוט פאר א מתמיד עצום וואס צום סוף טאג ניצט ער גוט אויס די גאנצע צייט פון 7:15 ביז 9:00, סך הכל מיט פריער איז 5 שעה מיט 45 מינוט.
איז מיין חשבון אזוי שלעכט?
ועוד, פרעג יעדן מגי"ש די פאקטן, וויפיל בחורים האלטן מיט דעם שיעור פון אנפאנג ביזן סוף?, אפשר 10 פון 26 בחורים, צוריק צו אונזער ביאור, א בחור אין די ישיבה לערנט נישט קיין 6 שעה, און האט אסאך ליידיג צייט, וכו' וכו' וכו',
ואידך פרישא זיל גמור....
ואני את נפשי הצלתי

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה