יום חמישי, 29 באפריל 2010

א טאטע חודש תשרי ערשטע טייל

א טאטע חודש תשרי א' / ט.ב. שאץ מאץ

במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה, מוצאי נאך דעם שבת ארטיקל איז געקומען דעם פארלאנג פון עטליכע ליינערס צו שרייבן די זעלבע טעמע וואס איז נוגע חודש תשרי, נקודות און פונקטן וואס קענען זיין נוצבאר פאר טאטעס אין חודש תשרי.

דער מציאות ווייזט אז חודש תשרי טאקע אין די זמנים פון ירח האיתנים ווען אלעס איז אנגעצויגן, קען א טאטע משפיע זיין פאר זיינע קינדער אסאך מער ווי אייביג הן לטוב והן לרעה ח"ו, לטוב איז דאך פשוט אריין צו ברענגען א חשקות אין מצות ומעש"ט, און לרעה קען זיין ווען מ'איז אנגעצויגן אויף די קינדער און מ'גיבט דאס ארויס אויף א שלעכטן אופן קען דאס משפיע זיין אויף שלעכט, ווי מיר וועלן דאס מסביר זיין מער בארוכות,

מיר ווילן אנפאנגען מיט ר"ה, נאכער א באזונדערע ארטיקל וועגן יו"כ און סוכות,
די הכנה לר"ה דארף זיין מיט די מחזורים פאר די קינדער וואס דאווענען שוין, דורך גיין מיט זיי דעם מחזור וואס זיי זאלן יא זאגן און וואס נישט, געבן א שטיקל השגה וויאזוי ס'גייט צו דאס דאווענען, ווי מ'זאגט און ווי מ'זינגט, מ'דארף זיי געבן צו זינגען און צו זאגן...., ווי אויך די באדייט פון די וויכטיגע פיוטים, למשל לקל עורך דין, ונתנה תוקף, אבינו מלכינו, וכדומה.

יעדער פארשטייט אז א טאטע איז אנגעצויגן חודש תשרי, די פרעשור איז אין די לופטן בגשמיות וברחניות, בגשמיות פשוט ווייל דער סדר היום איז אנדערשט, ס'איז דא א לאנגע דאווענען, מ'עסט די סעודה שפעט, און ס'איז דא אסאך חיובים און ווען א מענטשן האט אויפן קאפ זאכן וואס ער "מוז" טון ווערט ער אנגעצויגן און נישט רואיג, וברוחניות דריקט אויפן מח דעם אימת הדין, טיף אין הארץ איז דא א היפשע פחד מה יולד יום, ווער ווייסט וואס מ'שרייבט אים פאר אין דעם יום הדין והנורא דאס הארץ פלאטערט, און ווען א מענטש איז אונטער פרעשור קען ער טון זאכן וואס ער טוט נישט נארמאל, דעריבער דארף זיין א זהירות יתירה לגבי א טאטע פאר זיינע קינדער,

א קינד טאר נישט שפירן אז זיין טאטע איז סתם נערוועז, קינדער זענען זייער גוט מרגיש צו דעם טאטנס אנגעצויגנקייט איז מחמת אימת הדין צו סתם פרעשור, ווייל ווען א טאטע שרייט אויף א קינד זיי שטיל דארט!!! ווייסט דאס קינד אז דאס איז סתם א ווילדע געשריי, ווידער אז דער טאטע שרייט ששששש! קינדער היינט מוז מען זיין וואויל ווייל אלע מצות לייגט מען היינט אויפן וואגשאל!!!, שפירט דאס קינד אז דער טאטע ציטערט פונעם יום הדין, (דאס איז נאר א משל, די נקודה פארשטייט איר מתסמא גוט) אוודאי פאר מענטשן וואס האבן באמת א פחד הדין איז דאס נישט שווער זיך ארויס צו געבן אזוי, ווידער אז ס'איז נאר דא די אייגענע פרעשור מוז מען ארבעטן אויף זיך אז די פרעשור זאל זיך נישט אויסגיסן אויף די קינדער.

דאס גייט אריין אינעם גדר פון "מפסידי החינוך" איך זעה עס אויף זייער אסאך יונגעלייט וואס האבן נישט קיין געדולד צו דעם חודש תשרי נאר צוליב די אומזיסטע דרוק וואס זיי האבן באקומען אין די קינדער יארן פון זייערע טאטעס, ס'איז באמת א ווייטאג צו הערן פון יונגעלייט וואס זאגן אזא אומבאטעמ'טע סעיטמענט "איך וויל איינשלאפן א' סליחות און אויפשטיין מוצאי שמחת תורה", נעבאך..... אנשטאט אויפצועסן יעדע מינוט פון אזא זיסע חודש מיט א ברייטן אפעטיט, האט מען נישט קיין געדולד צו די גאנצע מעשה, פארוואס זאל מען אזוי מחנך זיין די קינדער?.

לאמיר אייך אריין פירן אין א שטוב מוצאי יו"כ ביים אויספאסטן, דער טאטע אזא 55 יעריגע איד, עסט אביסל האניג לעקאך און קוקט אריין שטילערהייט אין זיין יו"כ מחזור און איז מעיין אין א תורה אויף בראש השנה יכתבון, דער זון א 15 יעריגע בחור פערצופאל א פיין בחור א כלי, ער קוקט יעצט אריין אין א ליקוט פון שיינע תורות אויף סוכות און צוקייט א שטיקל קאקאש קעיק און טרינקט צו א קאווע, דער זון בליקט ארויס צו טאטן און זעהט ווי ער קוקט זיך אזוי אין זיין מחזור וואס איז אויפגעמישט "בראש השנה יכתבון" פרעגט ער דעם טאטן, טאטי? די קענסט נאך אפי' קוקן אין דעם מחזור?, ס'איז דאך שוין מוצאי יו"כ מ'איז שוין פארטיג מיט ביידע מחזורים, גענוג געוועהן אלעס האט דאך א שיעור...., דער טאטי קוקט אים אן מיט אזא מינע קען זיין מיין זון האט אפשר רעכט, ער ווייסט אים אפי' נישט וואס צו ענפערן.

יעצט לאמיר פארשטיין וואס איז באמת די חילוק פונעם טאטן מיטן זון, זייער פשוט, דער טאטע שפירט די הייליגע טעג א נאנטקייט מיטן באשעפער, אים איז גוט יעדע מינוט פון דאווענען, ווייל ער שפירט אזא אהבה און אזא נאנטשאפט צו אבינו שבשמים, דעריבער אפי' ווען דער יו"כ איז פארביי בענקט ער זיך נאך די גוטע זיסע מינוטין און דאס מאכט אז ער קוקט אפי' ביים אויספאסטן א טייטש אין זיין יו"כ מחזור מיט אזא בענקעניש, ווידער דער זון כאטש וואס ער איז א פיין בחור אבער ער האט נאכנישט דעגרייכט צו די מדריגה פון שפירן אז יעדע מינוט פון דאווענען איז א אוצר פון אהבה צום בוכ"ע, פארדעם פרייט ער זיך אז דער טאג איז שוין פארביי, כאטש וואס ער דאוונט פיין און ערליך, אבער אז ס'איז שוין פארטיג בענקט ער זיך מער נישט צוריק.

דאס איז די נקודה וואס א טאטע דארף טראכטן חודש תשרי, ואני קרבת אלקים לי טוב, ס'איז מיר באמת גוט יעדע מינוט פון חודש תשרי ווען מיר אידן בנים למקום טוען מצות ד' און מ'גיבט אוועק שעות לתפלה, ווייל אין די מינוטין פון תפלה שמועסן מיר זיך אויס מיטן ק'ל חי ווי א קינד צו זיין טאטן, אז מ'האט אזא כוונה ווערט די זייטיגע פרעשור פארמינערט און מ'קוקט מיט א אנדערע בליק אויף דעם ר"ה, מ'ווערט רואיגער, און אז מ'איז רואיגער קען מען שוין רעדן צו קינדער, די קינדער אליין פארשטייען זייער גוט וואס דאס מיינט מ'פארשרייבט יעדן איינעם אין א בוך ווער ס'וועט מצליח זיין היינטיגע יאר און ווער חלילה נישט.

ר"ה ביינאכט
די ערשטע נאכט ר"ה איז א וויכטיגע פרק פאר די קינדער, הן דאס וואונטשן לשנה טובה, ווי אויך די זיסע קארטלעך וואס ליגט אונטער די חלה דעקל, דא פאדערט זיך אסאך עטענשאן יעדעס קינד לויט זיין עלטער, גלייך נאך קידוש קען זיך דער טאטע ארום שפילן מיט די לשנה טובה קארטלעך, די סימנים איז א מס' פאר זיך, דער טאטע זאל קענען מסביר זיין וואס דאס מיינט א זיסע יאר, עפל אין האניג (אונז האמיר א מאמר עפל אין האניג במדור מדי שבת בשבתו – ידיעות התורה) מ'קען ביים עפל מרחיב הדיבור זיין מיט שיינע ענינים,

מ'עסט א קאפ פון א פיש ווייל מיר זאלן זיין א קאפ, וואס מיינט דאס א קאפ, מ'קען מסביר זיין אז יעצט אין גלות זעמיר נישט קיין קאפ, יעדע גוי קען טון מיט אונז וואס ער וויל, אבער בימות המשיח וועלן אידן זיין די קאפ פון די וועלט, און די גרויסע היינטיגע גוים וועלן זיין אונזערע משרתים, יא דער פרעזידענט וועט וואשן אונזערע פלאר'ס...., די זעלבע קען מען שאפן ביאורים און ממתקים אויף אלע אנדערע סימנים וואס קען זיין לפי דעת די קינדער.

שטייט פון צדיקים אז אין מס' ר"ה איז דא 4 פרקים אין יו"ט ר"ה איז פארהאן 4 סעודות, ס'איז א סגולה פאר א גוט יאר צו לערנען ביי יעדע סעודה איין פרק משניות, ווער ס'האט אביסל גרעסערע אדער פארשטענדליכע קינדער קען נעמען א משנה צוויי און מסביר זיין, ווי למשל דעם אופן וויאזוי מ'האט מודיע געוועהן אמאליגע צייטן בזמן שבית המקדש הי' קיים פאר אלע שטעט אז מ'האט מחדש געוועהן דעם חודש, אדער וויאזוי די עדות זענען געקומען זאגן אז זיי האבן געזעהן א לבנה, מ'קען מסביר זיין וויאזוי די לבנה ארבעט יעדע חודש ווערט ער פארשווינדן אויף א האלבע טאג וכו' וכו',

ראש השנה בייטאג
דא וואלט איך מקדים געוועהן א וויכטיגע הקדמה, אז כאטש אגאנץ יאר ברענגט מען קינדער אין שול אין סיי וועלכן עלטער, פארוואשע נישט, זאל זיך די בעל הבית'ע אביסל אויסרוען, אבער ר"ה איז בהחלט נישט אזוי, (זאלן זיך אלע ווייבער צוריק גיין קיין מצרים....) ר"ה טאר א קינד וואס דאוונט נישט געהעריג קומען אין שול. פארטיג, אן קיין טענה'רייען....., ווען די גדולי הפוסקים זענען אזויפיל מזהיר אויף נישט שטערן כוונות המתפללים איז דאס אויף ר"ה אסאך שטרענגער, א קינד וואס דאוונט נישט געהעריג שטערט די אנדערע מתפללים מיט זיין שפילן און ארום לויפן, די ווייבער זאלן מיר מוחל זיי מוזן נישט דאווענען, להלכה מוזן זיי אפי' נישט הערן קיין שופר בלאזן ס'איז א מצות עשה שהזמן גרמא, פיין גייסט הערן שופר בלאזן מסכים, אבער דאס איז קלאר אז בעבי סיטן איז זייער ארבעט היינט ר"ה אן קיין תירוצים, אפי' פאר די קינדער וואס גייען געווענדליך שבת אין שול, אבער ר"ה קען ער נישט זיין אין שול נאר אויב דאוונט ער כאטש א חלק פון דאווענען און קען איינזיצן שעות מיט געדולד, חוץ צו תקי"ש מטעם חינוך קען מען האלטן די קינדער אין שול און דערנאך אהיים שיקן.

ליתר שאת לאמיר מעתיק זיין דעם לשון פון מטה אפרים (סי' תקפ"ט סי' ד') כיון שהקטנים פטורים אין להביא לביהכ"נ תנוקת בעת תקי"ש שקרוב שיבלבלו דעת השומעים ואם אי אפשא להניחם בבית יקחו הנשים בביהכ"נ שלהם כיון שהנשים פטורים מן הדין ומ"מ אותם קטנים שהגיע לחינוך מצוה להביאם ולאיים עליהם שיטו אוזן לקול שופר כדי לחנכם במצות, עכ"ל:
דאס איז שוין תקי"ש א מצות עשה דאורייתא, תפלה זענען די קינדער און ווייבער אסאך ווייניגער מחיוב.

העי וואסי געשעהן מיט דעם שאץ? ער איז אביסל ארויס פון די ליניע דא, איך וועל מיך מסביר זיין, אגאנץ יאר איז אויך א קילקול אז מ'ברענגט קינדער אין שול, ס'איז ניגוד הפוסקים וההלכה, אבער מ'מוז פארשווייגן וואס זאל מען טון מ'קען נישט קעגן שטיין די רחמנות פאר די אשת חיל, און מ'נעמט די קינדער בעבי סיטן אין שול, כאטש וואס ס'איז לגמרי נישט אויסגעהאלטן ס'איז גורם אזי קינדער וואקסן אויף מיט אזא קוק אויפן שול ווי ס'איז א שפיל פלאץ און א פארברענג ארט,
עס האט מיר פארציילט ר' הערשל קאהן ני"ו (פון רופא חולים) אז אלס קינד איז ער געוועהן א היפש ביסל לעבעדיג (ס'קוקט נישט אויס אויף אים היינט אלס זעלטענע באזעסענע רואיגע געשטעל....), און ער איז ארום געלאפן אין די ווינע שול כדרכם של קינדער, דער ווינער רב ר' יונתן שטייף זצ"ל, האט אים אפיר גענומען און ארויף געטראגן צום ארון קודש און געוויזן קוק זעהסט דא איז די ארון קודש פון די הייליגע ס"ת, דאס איז א הייליגע שול, דא איז נישט קיין פלאץ ארום צו לויפן, פארשטייט זיך אזא הנהגה איז עושה רושם אויף א קינד,

ס'איז גענוג ביטער מיט אונזער ציבור אז מ'שפירט נישט קדושת ביהמ"ד אגאנץ יאר, א דירעקטע תוצאה פון ברענגען די קינדער אין שול ווען זיי דאווענען נאך נישט, (איי פארוואס שרייב איך נישט אפן מ'זאל זיי נישט ברענגען אגאנץ יאר, וועט דאך עולם מיך אראפ רייסן אזויווי ביי די פלעסטיק טישטוכער) אבער די הייליגע טעג ווען ס'מוז קומען א מעסעדש פאר די קינדער אז די תפלות פון די הייליגע טעג איז א העכערע זאך ווי סתם א תפלה, זיי דארפן וויסן און שפירן אז דאס איז נישט קיין געווענדליכע שבת ויו"ט נאר מיט אפאר שטונדן לענגער, איז בהכרח אז מ'מוז מאכן אזא החלטה נישט צו ברענגען אין שול קיין קינדער וואס דאווענען נישט.
(אקעי...... צו דיר רעד איך נישט, דו דאוונסט דאך סייווי אין א גרויסע שול ווי דו האסט נישט קיין זיץ פארן קליינעם)

איך געדענק ווען איך בין געוועהן א קינד האט מיר מיין טאטע ארויס געשיקט נאך אשרי העם יודעי תרועה זיך צו גיין שפילן, (אונזער שול האט געהאט א הויף), און מיר געווינקען איך זאל צוריק קומען שפעטער, איך בין טאקע צוריק געקומען שפעטער מיין טאטע האט מיר געהייסן זאגן די גרויסע אויתיות ונתנה תוקף, ותשובה ותפלה וצדקה , וכו', (מסתמא האט ער געוויסט אז איך וועל זיין שטיל אין שול אליין...)

קינדער האבן ליב צו הערן טעמי המצות, א טעם פארוואס מ'שרייט המלך, א טעם פארוואס מ'האט א קיטל, די 10 טעמים פון תקי"ש, ועוד, פארשטייט זיך אז די טעמים זענען געמאכט געווארן צו זאגן ביי די הכנה למצוה, צו ביי די סעודה אדער בעפאר יו"ט,

די קינדער וואס זענען שוין יא אין שול און דער טאטע האט אנגעצייכנט וואס ער דארף זאגן און וואס נישט, דארף האבן אביסל באשעפטיגונג אויך בשעת ווען ער זאגט נישט, צו פעקלעך צועסן וכדומה (נארמאלע זאכן נישט קיין געפאטשקעטע נאש) א קינד וואס איז הונגעריג איז נערוועז און אומגעדולדיג, ביי פויזע זאלן די קינדער געהעריג עסן, נישט סתם כאפן א שטיקל קעיק, נאר א עסן עפעס וואס זעטיגט, אזא עסן וואס דאס קינד עסט געווענדליך פאר לאנטש.

ווידער די קינדער וואס בלייבן אינדערהיים און קענען נאר אביסל דאווענען, דארפן וויסן וואס זיי דארפן זאגן, ווי אויך דארף מען שאפן פאר די קינדער וואס בלייבן אינדערהיים היפש באשעפטיגונג, צו נייע ליין ביכער, אדער געימס וכדומה אז זיי זאלן לאזן די מאמע צו די בעבי סיטער במנוחה דאווענען אביסל, און זיי אליין זאלן נישט קריכן אויף די גראדע ווענט פאר ליידיגיין.

קינדער וואס דאווענען שוין דאס גאנצע שמו"ע און האבן נישט קיין כח צו שטיין דעם לאנגן מוסף ר"ה זאלן ענדערשט זיך אראפ זעצן און ווארטן אויף תקי"ש ביי די ברכות פון מלכיות זכרונות שופרות, ווי איידער אפצוכאפן שמו"ע אויפאמאל אין נאכער זיך אראפ זעצן, ווייל שופר דארף זיין דוקא ביי מלכיות זכרונות שופרות נאך די ברכה, און אפי' אזא קינד וואס דאוונט אסאך קען מען נאכגעבן נישט צו זאגן יעדן יוצר ופיוט, למשל די פיוטים צווישן כתר וכדומה, ער זאל וויסן אז ער מוז נישט, זייער אסאך קינדער ווען זיי ווייסן אז זיי מוזן נישט זאגן וועלן זיי ענדערשט יא זאגן ווי איידער ווען ער ווייסט אז ער "מוז" זאגן, א חיוב טוט זיך שווערער ווי א רצון כידוע לי"ח.

ס'איז באמת דא אסאך מער וואס צו רעדן, מיין שרייבן איז נאר א בחי' פון תן לחכם ויחכם עוד, איך בין נאר די הקדמה, יעדער קען זיך אליין'ס טראכטן וועלכע חלק און פעולה ס'איז גוט לטובת זיינע קינדער במשך חודש תשרי, דער עיקר איז אז ס'דארף זיין מחשבה, ווייל רוב פעולות און נישט גוטע שריט גשעהט ווען מ'האט נישט קיין מחשבה, אז מ'לייגט צו מחשבה וועלכע שריט צו טון אז ס'זאל זיין גוט כלפי די קינדער איז שוין א שריט לטובה.

מיר האפן ממשיך צו זיין נאך אן ארטיקל איבער יו"כ וסוכות אי"ה, אז די צייט וועט ערמעגליכן


באקומען אין אישי א האלבע שעה נאכן ארויף לייגן דעם ארטיקל
הערות און הוספות,
א' נאטורליכע אנגעצויגנקייט שאט נישט, עס איז געזונט פארן קינד צו וויסן אז דאס לעבן איז אמאל אנגעצויגן, בפרט מכח יראת שמים,
ב' ער"ה סליחות הנקרא זכור ברית בכלל נישט דערמאנט
ג' לשנה טובה ווינטשן פאר ערליכע אידן, אור עלטערן, וכו' וויאזוי דאס דארף קארדאנירט ווערן מיט די קינדער, און די הבנה וואס מען דארף זיי געבען דערין,
הוספה א' בכלל נישט דערמאנט די באטאג סעודת ר"ה, און דער נאכמיטאג, כד הוינא טליא, האט מיין טאטע זז"ג נישט געלאזט שפילן פארוויילן ר"ה אויף א צולאזטן אופן, איך בין געווארן אביסל עלטער האט ער מיך בדרכי נועם געטשעלענדזשט צו זאגן אסאך תהלים, און פארשטיין געגעבן אז ר"ה שפילט מען נישט, שלאפט מען נישט, באזוכט מען נישט וכו',
לעבענ'ס וויכטיג בכלל פאר א יום טוב, מיט יונגלעך פון 9-10 ומעלה לערנען הל' החג אינווייניג אביסל פאר יו"ט, עס גיט זיי א רעספעקט פארן יו"ט (עס איז א זאך וואס האט א הלכות), פארן שו"ע (דארט איז דער מקור פון אלס וואס מען טוט), און פאר זיך אליין (איך טוה נישט ווי א בהמה ווייל יעדע טוט), ביז מען קומט צו א פאוינט אז א קינד אז בעיסיק הלכות מוזן געקאווערט ווערן פאר יעדען זמן מסויים.בכל אופן יישר כח, כוח"ט

ע"כ הודעה פרטי מהרוצה בעילום שמו

א', איז גערעכט 100 פראצענט, און דאס האב איך טאקע געזאגט, די אנגעצויגנקייט זאל זיין א אמת'ע נישט קיין פאלשע, עיין בדברינו למעלה.

ב', ערה ר"ה זכור ברית, וואס איז שייך צו רעדן, פון וועלכע עלטער מ'שטייט שוין אויף פארטאג'ס?, אדער סתם פונעם עצומו של יום?, כ'ווייס נישט וואס ער מיינט דא....

ג', אה דאס איז טאקע א שטארקע מערכה, ווען מ'גייט צו די זיידעס באבעס, אריין געבן אביסל רעספעקט פארן דור הקודם אפי' מ'האט יונגע זיידעס, דאך האבן זיי געזעהן מער ערליכע אידן ווי אונז, אין מטה אפרים שטייט אז מ'וואונטשט זיך ביי זקנים לשנה טובה, איז משמע אז יעדע עלטערע איד האט א כח און קען וואונטשן, און יעדע קען אריין לייגן הבנה אין זיינע זכות אבות,

צום הוספה א', וועגן די בייטאג סעודה גראדע האב איך יא בארירט די בייטאג סעודה מיטן שרייבן וועגן משניות מס' ר"ה, אבער ער האט דא א שטארקע נקודה, קינדער דארפן וויסן אז ר"ה איז נישט קיין סתם פיקניק, כי קדוש היום לאדונינו, מ'באָרדערט נישט ארום היינט, מ'איז נישט צולאזט, יעדע בריאה איז היינט אונטער פחד ואימה ומאימת הדין נפשי תבחיל, מ'שפאצירט נישט ארום אין די גאסן ווי חוה"מ נאכמיטאג, און דא איז טאקע דער מקום ארונטער צו רייסן (ווייטער רייסט ער....) די מנהג בורות פון שפאצירן איש ואשתו מיט אלע קינדער און רינדער צו תשליך יו"ט ר"ה נאכמיטאג, ר"ה איז יעדע מינוט טייער, יעדע מינוט ברענט, אפי' דער בריסקער רב זצ"ל וואס פלעגט אייביג זיצן מיט א ספר אבער ר"ה האט ער ניטאמאל געוואלט זאגן תורה, נאר גלייך נאך די סעודה געלאפן אין ביהמ"ד און געזאגט תהלים, יונגערמאן ווילסט גיין צו תשליך הארצן גערן, כאפ די קינדער לויף (מוזט נישט לויפן דוקא...) צום וואסער זאג די תפלות און תחינות (ווי ס'שטייט אין די אלטע מחזורים דיזע תפלה זאגט מען מיט גרויסע כוונה....) און צוריק אין ביהמ"ד צום תהלים, וואס איז דעי שפאצירעכטס דא?

פונקט אזויווי יעדער פארשטייט אז ר"ה מאכט אויס יעדן דיבור, און מ'לייגט אפי' א דגוש אויף די סימנים מיט די יהי רצון'ס, פונקט אזוי דארף ער וויסן צו לייגן א דגוש אויף זיינע דברים בטלים...., אויב נישט פאר דיר כאטש פאר דיינע קינדער, זאלן זיי וויסן אז ר"ה רעדט מען נישט ארום ווי סתם א טאג, און אז מ'שרייבט שוין דערמאנט ער מיך אז מיין טאטע פלעגט טאקע קאנטראלירן די נאש ר"ה און אוודאי יו"כ מ'האט נישט געגעסן סתם נאש אין די וועלט אריין, אלעס איז געוועהן מיט א חשבון.

דאס וואס ער שרייבט אז ס'איז לעבנס וויכטיג צו לערנען הלכות החג, דא שטויס איך מיר אן אין א פראבלעם, היות די מלמדים אין חדר פראבירן צו לערנען אלעס, ממילא ווי נאר איך הייב אן צו רעדן וועגן הלכות זאגן זיי די חברה אז זיי ווייסן שוין אלעס דער רבי האט דאס שוין געזאגט אין חדר, אפי' ס'איז אוודאי פארהאן זאכן וואס דער רבי האט נישט געזאגט, ווייס איך דאך נישט וועלכע זאכן ער האט פארפאסט, (ווי יענער בדחן וואס האט געזאגט, זאגטס מיר וועלכע דשאק עטס האט'ס נאך נישט געהערט און דאס וועל איך ענק זאגן....), דעריבער איז שווער צו געבן א כלל וויאזוי מ'רעדט וועגן הלכות, וואס יא, ווי מיר האבן געשריבן אויבן איז אינטרעסאנט פאר קינדער טעמי המצוה דא קען מען שוין אריין ווארפן די הלכות דרך אגב'דיג,

דאס איז א טאטע דארף לערנען די הלכות מאן דכר שמי'????....
.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה