שטום שפראך
סטאפ! מ'זעמיר נישט טויב, און נישט שטום, ווי קומט אהער שטום שפראך?
הייסט די ווילסט מיר זאגן אז די ביסט נישט שטום, קום אהער, לאמיר דיר באזיכן אין ביהמ"ד, נאך ברוך שאמר.... אוי ביסטו שטום...
און נאך ברוך שאמר, באניצט מען זיך שוין איינמאל מיט שטום שפראך.....
יעדער האט שוין מסתמא באמערקט, אז א איד ווען ער רעדט, רעדט ער מיט די הענט, און להבדיל א גוי בלייבן זיינע הענט אויפן פלאץ, משא"כ אידן ווען זיי זענען עפעס מסביר איז דאס מער מיטן הענט שפראך, איינער מער אין איינער ווייניגער, איך האב געהאט א מגי"ש אין ישיבה, ווען ער האט פארגעלערנט הל' שבת הל' בישול, האט ער ממש מיט די אייגענע הענט אריין געלייגט א קוגל אין די טשאלענט אריין...,
ברוב הימים, איז שוין געווארן אזעלכע איינגעגעסענע סימנים, וואס בלויז צווישן אידן ווייסט מען דעם אפטייטש, (אפשר דער שבת גוי אויך... ווייל בדרך כלל ניצט מען דעם גוי אינמיטן דאווענען),
לאמיר אביסל פראבירן זיך צו נעמען צו דעם היימישן שטום שפראך, (דאכט זיך מיר איך האב שוין געזעהן אמאל א באשרייבונג וועגן דעם אין א אויסגאבע, אבער איך געדענק נישט יעצט ווער און וואס)
אז א איד וויל זאגן עפעס וועגן זיין טאטע, מאכט ער מיט די הענט אין די הייעך, ווי מ'ווייזט אן אויף איינעם וואס איז געוואקסן הויעך, זייענדיג מרמז מיין טאטע... נו נא...., כאטש וואס גראדע איז זיין טאטע א קליינוויקסיגע....
אז מ'וויל עפעס זאגן – מרמז זיין, וועגן דעם רב פונעם ביהמ"ד, אדער זאגן עפעס וועגן זיין זיידע, ווייזט מען אויפן בארד, דער רב - זייידע, דער לאנגע בארד... נו נא...., כאטש וואס דער רב – זיידע האט גראדע נישט אזא לאנגע בארד..., דאך וועט יעדער וויסן אז ער רעדט פונעם רב אדער זיידע.
מיין זון, ווייזט מען מיט די האנט ווי אויף אזא קליין קינד, כאטש וואס דער זון איז א הויכע בחור...
א ברודער: איז שוין א מחלוקת הפוסקים, מאנכע ווייזן ביי די אקסלען, ווי איינער זאגט מיינס גלייכן און הויך געוויקס, און מאנכע ווייזן מיט די צוויי אצבעות איינס מכיוון קעגן צווייטן, מיין ברודער נו נא..., וואס אט די סימן מיט די צוויי אבצעות קען אויך מיינען א גוטע חבר, אדער אז איך בין אין גוטן מיט יענעם,
צו דעם אלעם, איז דא א שליסל ווארט וואס גייט צו אלעם, דא איז עה, עהע, עה מיינט ניין, אזא שטארקע עה, און עהע מיינט יא, עעההעע,
קומט אויס אזוי, ווען איינער וויל זאגן עפעס וועגן זיין מאמע, ווייזט ער דאך מיט די הענט אין די הייעך ווי יענער איז א הויכע, פארשטייט גלייך דער חבר, אז מ'רעדט פון זיין טאטן, פרעגט ער דיין טאטע? זאגט ער עה – (ניין), פרעגט יענער דיין מאמע?, זאגט ער עהע – (יא)...., מיט עה עהע קען ווערן געפירט גאנץ א וויכטיגע שמיס, אפי' אויפן טעלעפאן בשעת'ן דאווענען,
האלא: נו נו
די האלסט אינמיטן דאווענען?, עהע,
זאל איך דיר צירוק רופן אין 5 מינוט? עה,
אין א האלבע שעה? עהע,
די גייסט נאך רעדן היינט צו בערל?, עיעעעיייעעע (איך ווייס נישט)
און וואס טוט זיך וועגן דעם נייעם אפיס, האסטו עפעס געטון? עה
געזעהן האסטו עס שוין יא?, עהע,
אקעי איך רוף דיך אין א האלבע שעה, נו נו, (גוט...)
ווען איינער וויל פארן, איז דאך פשוט אז ער מאכט צו די הענט כאילו ער דרייווט דעם דרייווער אהער און אהין, כאטש וואס אויפן ראוד ווען ער דרייווט אזוי ווי ער ווייזט אהער און אהין, מאכט ער א עקסידענט..., און כאטש וואס ווי ווייט איך קען אים, כאפט ער קיינמאל נישט אן דעם דרייווער מיט ביידע הענט, אבער צום שטום שפראך, מוז מען אזוי טון.
אז מ'גרייט זיך צום פליען, דרייט מען איבער די הענט פלאך צוזאמען גענומען אלע פינגער'ס, אין מ'הייבט דאס אויף שנעל, ווי א פליגער פארט,
היינט: מיינט די אצבע אויף אראפ, ווי מ'ווייזט אויף איינעם זאל גיין אין דער ערד....
מארגן: נעמט מען דעם אצבע, און מ'דרייט דאס, ווי איינער וואס דרייט א קייטל אויפן פינגער, ווען די פינגער דרייט זיך דעם זייגער וועג, מיינט דאס מארגן, און ווען דער פינגער דרייט זיך צוריק צו וועג'ס מיינט דאס נעכטן...
אלע פינעף פינגער'ס צוזאמען, ווי ביי בורא מאורי האש, נאר אביסל שפיציגער, מיינט ווארט א מינוט, (מער איינגעפירט ביי די בני א"י, ווען זיין זאגן ררחחגע... רגע)
צום געלט גייער, איז אויך פארהאן שפראך,
א שניט אויפן פינגער, מיינט געמיר צוריק א האלבן דאלער, דעם באקאנטן סימן פון רופן איינעם פון דערווייטן (אדער ווי די רבי'ס טוען אין חדר ווען זיי רופן ארויס א יונגל) קום נאר אהער..., איז גולטיג פאר געלט גייער - גיב מיר צוריק רעשט, פון א דאלער אז מ'דארך צוריק 75 צענט, קען מען ווייזן דריי פינגער'ס וואס דאס מיינט דריי קוואדער'ס, כאטש דער געלט גייער גיבט עטליכע דיימס אויך...., א קלאפ אויפן טאש, דאס מיינט כ'האב נישט קיין געלט, (כאטש וואס צומאל קען אפקלינגען א ווידער קול פון קליין געלט...)
א קלאפ אויפן האנט, דארטן ווי ס'ליגן די האנט זייגער'ס, מיינט ס'איז שפעט, אפילו אויב אין דעם שול גייט נישט קיינער מיט קיין האנט זייגער,
א ווינק מיט די האנט, ווי מ'געט א פעטשל פאר א קינד, מיינט, בעל תפלה קענסט אנהייבן...,
צזואמען קלאטשן די הענט, קען מיינען, נאכן הערן א שלעכטע בשורה אוי וויי, אבער אינמיטן ווארמען דאווענען קען עס מיינען אז דער דאווענער ווערט יעצט צופייערט.
כמו כן, עטליכע קלאטשעס, מיינט אז ס'איז שעפט, אבער אינמיטן ווארמען דאווענען קען עס מיינען אז דער דאווענער ווערט יעצט צופייערט.
אז ס'איז הייס אדער קאלט, איז גאנץ פשוט'ע סימנים, דאס איז פונקט ווי ווען ס'איז עכט הייס און עכט קאלט און מ'קען רעדן, אז ס'איז קאלט ציט מען זיך צוזאם די ביינער, און ס'איז הייס ווייזט מען אז מ'שוויצט.
א דריי מיטן גראבן פינגער ווי ביי פרעגט די גמ', מיינט לערנען, און מיט נאך א צוגעלייגטע סימן קען עס מיינען, מ'גייט באלד לערנען, כ'האב פריער געלערנט, יענער קען גוט לערנען וכו' וכו',
דעם אצבע פון מויל און ארויס אהין און צוריק, מיינט אז איך וויל רעדן מיט דיר, איין דריי מיטן פינגער צום קאפ, ווי ווען מ'ווייזט אויף איינעם ער איז א משוגענער, מיינט אהא איך פארשטיי שוין....,
אז מ'וויל זאגן – מרמז זיין אז מ'וויל יענען רופן אויפן טעלעפאן - סעלפאן, מאכט מען אזוי ווי מ'האלט דעם טרייבל און די האנט (די אמאליגע טריייבלעך..), כאטש וואס היינט האט יעדער א בלוי טוט, און אפי' די סעלפאן'ס כאפט מען אן מיט מער אפענע הענט ווי די היים טעלעפאנען, ווייל רובם ככולם זענען אזוי ברייטליך...
אז מ'וויל זאגן עפעס שמעקט נישט גוט דא, לייגט מען ארויף די הענט אויף די נאז, און מ'דריקט דאס מיט די ערשטע 2 פינגער'ס,
אבער אנכאפנדיג די נאז אינאיינעם מיט א קני ווי ביי מודים, דאס מיינט שוין מקוה, ביסט געוועהן אין מקוה, יענער איז נאך אין מקוה, גיי אין מקוה....
ווען מען וויל איינעם גריסן און מ'קען נישט רעדן, געט מען א הייב די האנט, אין דאס מיינט א גוטן...
מאנכע גריסן ווי אין די מיליטער, מ'סאלטירט מיטן האנט אויפן שטערן...
ווייזן מיט די ציגערעטל-פינגער אויפן מויל מיינט אז משנארט א ציגערעטל...
דריען מיטן האנט אויפן בויך, ווענדט זיך ווי דער חמר שטייט איין, אויב ער איז הונגעריג, מיינט דאס ער איז הונגעריג, אויב ער איז זאט, מיינט דאס אז ס'עסן איז געוועהן א מחי', און אזא פאל דארף מען זיך באניצן מיט עה... עהע... הנ"ל...
ארויף גיין סטעפס, איז שאקלען מיט די צוויי פינגער'ס, ווי מ'קיצלט א בעבי...,
אלע פינעף פינגער'ס העכרן קאפ צו שאקלען, מיינט אז ס'רענגט אינדרויסן...
A1, איז דאך פשוט אז מ'שטעקט ארויס דעם גראבן פינגער אויף ארויף, ווייל דאס ווייזט מען אפילו ווען מ'קען אויסרעדן, נאר אינמיטן דאווענען קען דאס ווערן אויסגעטייטשט אז דער בעל תפלה איז מעכטיג, אדער אז דו האסט געזאגט א גוט'ס...., (פארשטייט זיך אז דער זאגער קען נאך אויסרעדן און דו נישט...)
וואס נאך סימינים?....
אדרבה, לייגט'ס צו די שטום שפראך, וואס ס'איז נאר מעגליך...

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה