די הונגעריגע הינט !!!!! פסח
האסט שוין א טיקעט???
דו האסט יא???
פרעגן זיך צוויי באקאנטע איינער דעם צווייטן 2 חדשים בעפאר דעם יערליכן קאנווענשאן און צוזאמקומפט פון אלע וויכטיגע מענטשן פונעם לאנד, ווי יאר יערליך איז איינגעפירט אז יעדע אפציעלע מענטש אין לאנד באקומט א איינלאדענונג צו ערשיינען צום גרויסן יערליכן באנקעט וואס קומט פאר אינעם גרעסטן קעניגליכע זאל אינעם הויפט שטאט,
א גרויסע מאלצייט ווערט געווענדליך סערווירט יענע נאכט, נאך דעם שווער פארנומענע טאג ווען עס ווערט באהאנדלט די וויכטיגע פונקטן וואס אלע אנוועזנדע האבן מיט וואס אהיים צו גיין, דער יערליכע צוזאמקופט דינט אלץ שטארקע חיזוק און מוט פארן קעניג פערזענדליך און זיינע באדינער, ווי אויך אלע מינסטארן און וויכטיגע מענטשן געניסן פון דעם פארברענג און די שטארקע קשרים באגלייט אויף אגאנץ יאר,
איין יאר אזוי ווי יעדעס יאר זענען זיך צוזאמען געפארן א ריזן ציבור ווי אלע יארן, אלעס האט געקלאפט ווי א זייגער, מ'האלט שוין נאכן רעדן און הערן די וויכטיגע רעדע'ס יעצט דארף פארקומען די גרויסארטיגע מאלצייט, די מוזיק שפילט שוין, די זינגער'ס זינגען, אט דארף'ן אריין מאשירן די סארווירער'ס מיט די אויסגעביגלטע העמעדער און שווארצע שניפסלעך, אריין צו ברענגען די קעניגליכע מאלצייטן און דעליקאטן, אבער ווי באקאנט און ווער עס ווייסט און קען דעם אויסשטעל פונעם קעניגליכן זאל, ווייסט אויך צו זאגן אז צווישן די קאך ווי עס ווערט געקאכט די אלע עסנווארג און צווישן דעם זאל איז דא א שטיקל הויף, דאס האט מען אזוי געבויעט מיט פיל יארן צוריק צוליב זיכערהייט סיבות, אינדרויסן אין הויף זענען פארהאן פארשידענע בעלי חיים וואס גיבן אכט אז קיין אומגעוואונטשענע עלעמענטן זאלן זיך נישט דערוואגן נאנט צו קומען צום פאלאץ,
האט אזוי פאסירט אז די סארווירער'ס האבן יענס יאר דורך שפאצירט דעם שטיקל מהלך פון די קאך ביזן זאל מיט די עסן אין די האנט, צום ערשט איז געגאנגען די סארווירער וואס האט געטראגן אלע מיני ברויטן, אונטער אים דער סארווירער פון די פארשפייזן און גרינצייגן, אונטער אים די סארווירער מיט די געגרייטע פלייש'ן אויף די טעצער, און אונטער אים די סארווירער מיט אלע מיני טרינקען און משקאות,
דער ערשטער גייט אדורך דעם הויף ווי אלע בעלי חיים זענען שוין געוועהן געוואוינט צו זעהן דעם יוניפארם פון די סארווירער דעריבער האבן זיי נישט געבילט און געשריגן, אזוי אויך ביי די גרינצייגן, אבער! ווי נאר דער סארווירער פון די פלייש איז ארויס פון קאך האבן די הינט גלייך דערשמעקט דעם גערוך פון די פלייש, זענען זיי צוגעלאפן מיט א ווילדקייט און אראפ געשליידערט די טעצער און צוביסן און צוריסן דאס פלייש ווילדערהייט אזויווי חי'ס עסן - דורס ואוכל.
דער באדינער אונטער אים וואס האט געטראגן די טרינקען און משקאות איז אבער נישט געשטעפעט געווארן ווייל די משקאות האבן נישט ארויס געגעבן אזא שטארקע ריח, די הויף איז ביז א קורצע צייט פארואנדלט געווארן אין א מיסט אפפאל פעלד ווי ביינער און איבערבלייבעניש איז געווהן צוווארפן איבערן גאנצן הויף.
איצט לאמיר אריין גיין אין זאל ווי עס זיצן אלע וויכטיגע מענטשן פון לאנד, יעדער האט שוין ברויט, גרינצווייג, און טרינקען, אבער העיקר חסד מן הספר דאס פלייש אינישטא, איינער בליקט אויפן צווייטן מיט פרעגעדיגע בליקן וואס איז געשעהן היי יאר, מ'קוקט יעדע וויילע אויפן טיר אפשר דאך וועלן די סארווירער זיך מרחם זיין און אריין ברענגען דאס פלייש, אבער אין קול ואין עונה, פאר עטליכע האט זיך אפי' געדאכט אז מ'הערט עפעס קולות פון הויף ווי קולות פון בילעריי אבער קיינער האט נישט צוזאמען געשטעלט אז דאס האט צו טון איינס מיטן צווייטן.
אבער פלוצלינג עפנט זיך די טיר מיט א שנעלקייט, און א גאנצע גרופע סארווירער מיט זייער אויסגעפיצטע מונדיר גייען צו מיט געמאסטענע טריט צום מייעסטעיט דער קעניג אליין, און מיט א הויך קול (כדי די גאנצע זאל מיט אלע אירע אנוועזנדע זאלן הערן) הייבן זיי אן אראפ צולייגן די געשעניש וואס האט פאסירט אינדרויסן,
אדוני המלך! מיר האבן פראבירט צו צושטעלן ווי יאר יערליך די גרויסע סעודה מיט פליישן ומטעמים כדי די סעודה זאל זיין מיט כבוד און פראכט, ווי מ'קען טאקע זעהן איז אנגעקומען צום זאל עטליכע עסן אבער די עיקר עסן דאס פלייש האבן די הינט אינדרויסן צוכאפט און צופליקט, און אנגעקומען אהער אין זאל איז נאר די ברויט מיט טרינקען,
אדוני המלך! מיר האבן איין טענה, די הינט ובעלי חיים אינדרויסן איז דאך די פריוואטע אייגנטום פונעם קעניג, זאל זיי דער קעניג באשטראפן כדת וכראוי פארן צושטערן אזא שיינע סעודה!!!
הנמשל מובן:
כלל ישראל פלעגט זיך אמאל צוזאמען קומען יעדעס יאר בחג הפסח עולה רגל זיין אינעם קעניגליכן שטאט אינעם קעניגליכן פלאץ בעיה"ק ירושלים אין בית המקדש, נאך די גרויסע און הייליגע אמירת הלל ערב פסח האט מען געמאכט א סעודה א סדר נאכט מיטן קרבן פסח און קרבן חגיגה, געזאגט הלל, געזינגען שירות ותשבחות, ווי אנדערשט האט זיך געזאגט הלל און געגעסן מצות ווען דער קרבן פסח איז געוועהן אויפן טיש, און אוודאי מיט אזא הייליגקייט האט מען מיטגענומען השפעות רוחני אויף אגאנץ יאר,
כהיום יום נעבאך, דאס בית המקדש איז נישטא, קיין קרבנות זיכער נישט, באו גוים בנחלתיך און צושטערט דאס הייליגקייט, וואס איז דען געבליבן פונעם גאנצן סדר נאכט?, בלויז מצה מיט וויין, אן קיין שום קרבן, אפשר אביסל גרינצייג אויך די כרפס מיט די חרוסת, מ'זיצט טאקע מיט קעניגליכע קליידער ביים סדר, מ'זינגט ניגוני הגאולה, אבער מ'ווארט מ'קוקט מ'האפט אפשר דאך ברענגט מען אריין דאס פלייש דעם הייליגן קרבן פסח, מ'קוקט צו די טיר אפשר קומט שוין אלי' הנביא אונז אויסלייזן, אבער נעבאך אין קול ואין עונה, ס'איז נישטא קיין פלייש נישטא קיין סעודה, די הונט די גוים האבן אונז דא פארטריבן און צוגענומען אונזער הייליגקייט.
ס'איז נישטא קיין ברירה מ'בענטש ברכת המזון נאך אזא האלבע סעודה און מיט א געבראכן געמיט טרעט מען צו צום בוכ"ע און מ'שרייט אויס מיט א הויעך קול, "שפוך חמתך אל הגיום" באשעפער באשטראף די גוים, אט די הונט זיי זענען דאך דיינע באשעפענישן זיי האבן דאך דיין נחת רוח צושטערט קומט זיך זיי זיכער א עונש, ווייל "כי אכל את יעקב ואת נוהו השמו" די הינט האבן אויפגעגעסן אונזער סעודה.....
מיוסד עפי""ד המנחת אלעזר בהגדת שער יששכר
איצט די זעלבע געדאנק, אויפן גראם,
(די סימנים זענען שוין באקאנט)
-- 1'טע פאל,
"2'טע פאל,
*הויכע פאל,
(ניגון יודע בגיום)
--ס'איז אמאל געוועהן א מלך אין א ווייטן לאנד,
פלעגט מאכן יעדעס יאר א סעודה פאר זיינע פריינד,
ס'פלעגן קומען געסט פון איבעראל,
מיט צו האלט די סעודה אין קעניגליכע זאל,
-איינמאל ווען דער קעניג איז שוין אין זאל געזעסן,
מ'האט געווארט מ'זאל אריין ברענגען דאס עסן,
די באדינערס האבן געדארפט ברענגען קעניגליכע מאכלים לרוב,
זיי האבן געדארפט אדורך גיין דעם קעניגליכע הויף,
"אינדרויסן אין הויף זענען געוועהן אפאר הונגעריגע הונט,
זיי האבן דערשמעקט דאס עסן זענען זיי צוגעלאפן געשווינד,
אויף די באדינערס זענען זיי ארויף געקראכן, אוי אוי אוי
אויף געגעסן דאס פלייש און די טעלערס צובראכן,
"צום זאל איז נאר אנגעקומען די ברויט אין די טרינקען,
אלע משרתים זענען אין טרויער געוועהן פארזינקען,
און געוויינט אדוני המלך מיר האבן געוואלט מאכן א סעודה א גרויסן,
אבער דער עיקר עסן האבן געגעסן די הונט אינרויסן,
*אבער אדוני המלך אונז האמיר נאר איין טענה,
אזוי ווי די חיות זענען דאך דיינע,
זיי האבן דאך דיין נחת געטין צושטערן,
ממילא דארפן זיי באשטראפט ווערן,
(זינגען לעצטע פאל)
--געהאט האמיר א ביהמ"ק וואס האט געשיינט און געלאכטן,
און קרבנות האט מען דארטן געשאכטן,
עולה רגל געוועהן לירושלים עירך,
שלש פעמים בשנה יראה כל זכירך,
"און ווען ס'פלעגט קומען פסח ביינאכט,
יעדער יוד האט קרבן פסח מיט א חגיגה געמאכט,
מ'האט געזאגט הלל אין גאנץ ירושלים,
געלויבט דעם באשעפער אויף די ניסים פון מצרים,
"אבער בעוה"ר נאכן חורבן,
מ'קען שוין נישט מקריב זיין קיין שום קרבן,
זייט מיר זענען פון דארטן געווארן פארטריבן, אוי אוי אוי
נאר מצה מיט וויין איז פונעם סדר געבליבן,
*פארדעם נאכן סדר מ'איז צובראכן ווען מ'קיקט זיך אזוי-אום,
שרייט מען שפוך חמתך אל הגוים,
רבש"ע באשטראף די גוים וואס האבן אונז פארטריבן אין דעי זהמה,
כי אכל את יעקב ואת נוהו השמו,
אט דאס זאגט דער פסוק, הצלנו מיד כלב, יחידתי,

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה