וואס באדייט צו זיין א ש"ץ – יום כיפור
קודם א הארציגן דאנק, פאר די אלע תגובות וואס האבן מגיב געוועהן אויף מיין ר"ה'דיגן ארטיקל, און פאר די אלע וואס האבן בלויז געקוקט און הנאה געהאט, ישר חילם ועוד חזון,
באמת ווען איך האב געשריבן יענעם ארטיקל האב איך געמיינט אז פון אויבן אויף האב איך אלעס געדעקט, ביז דערווייל האב איך אין אכט גענומען אז מיר האבן אינגאנצן נישט בארירט די נושא פון יו"כ, כאטש רוב תפלות זענען די זעלבע אויסגעשטעלט עכ"ז איז דאך דא פארהאן זאכן וואס זענען אנדערשט יו"כ ווי ר"ה.
לאמיר טאקע פראבירן צו דעקן אלעס פון יו"כ עד שידינו מגעת, וואס איז שייך צום עולם און אויך צום בעל תפלה זעלבסט, מיט ידיעות כללית ופרטיות בעניני דאווענען אין יום הקדוש.
ראשית, יו"כ איז דאך ידוע לכל אז מען..... פאסט, ממילא איז שוין אלעס אנדערשט פון ר"ה, בכלל איז כדאי צו וויסן אז כאטש עס איז א מצוה צו עסן ערב יו"כ, דאך איז אבער דער כלל אז ווען מ'עסט זיך אן צו שטארק איז שווערער צו פאסטן, מ'דארף וויסן וואס און וויאזוי צו עסן, מ'דארף עסן פרוכט ווי מעלוינע, טרויבן, טרינקען וואסער, זופ און פלייש, נישט קיין סטארטש, אדער געזאלצענע מאכלים, פאר כניסת היום איז נישט קיין ענין אז דער בויך זאל פלאצן..., (אפשר 9 שלינג וואסער ביי די מזוזה יא...) אבער דאס איז נאר סתם גערעדט, לאמיר נישט פארקריכן פונעם ענין.
כל נדרי
אין רוב שול'ן ווערט געזאגט א דרשה פאר כל נדרי מעורר צו זיין דעם ציבור לתשובה, אויב די דרשה איז מעורר גאר שטארקע בכיות, קען דאס זיין א שטיקל שטער פארן בעל תפלה, ווייל ס'עפענען זיך די קוואלן פון טרערן און ס'רינט די נאז אויך, דאס קען אים אנלייגן, לעומת זה טענה'ן אנדערע מבינים אז גאר פארקערט, מיטן וויינען רייניגט מען זיך אויס פון אלע אנגעלייגטע מעקבים, נו וואשע זאל מען טון, יא וויינען אדער נישט וויינען?....
איך מיין אז אויב ס'קומט צו וויינען זאל מען יא וויינען אנע צוריקהאלט, ממה נפשך האלסט אז מ'דארף יעצט וויינען, וויין, אויב מיינסטו אז מיטן יעצטיגן וויינען וועט דיר ווערן אנגעלייגט, דארפטו דאך הערשט וויינען.....
אין אמתן גערעדט, קען אסאך וויינען מיט טרערן אויסגיסעריי ברענעגן אביסל א אויסגעטריקנקייט, אבער, נישט געזארגט אז מ'לאזט א אמת'ע טרער צום באשעפער, ווערט מען אליינס אויך נישט פארלאזט....
דער חזן הייבט אן אור זרוע לצדיק, (און מאנכע שול'ן זאגט דאס דווקא דער שיינע איד וואס זאגט די דרשה) אין טייל קהילות זאגט מען אור זרוע לצדיק און אויך דער פסוק פלגי מים ירדו עיני חזן וקהל עטליכע מאל חוזר חלילה, ביז מען גייט ארום דעם באלעמער און צוריק אויפן פלאץ, פאר א חזן זעלבסט איז דאס גאנץ א שווערע מערכה צו שפאצירן מיטן ס"ת ארום און ארום, ווען דער עולם שטופט זיך שטארק לעבן אים און אויף אים, וואס הייסט? יעדער וויל זיך איבער בעטן מיט די תורה, (א מזל אז מ'האט נישט קיין שיך ווייל ווען נישט כאפט דער חזן אפאר שטויסן ער זאל האבן צו געדענקען), אלס א הכנה צו כל נדרי קען דער חזן כאפן אפאר קיש'עס אין די הענט, אבער פיל זיך נישט בגדול'דיג די קיש'עס אין די הענט קומען בדרך כלל נאר פון די קליינע קינדער, זיי זענען נישט קיין חסידים פון דיר....
מ'קומט אן צום עמוד, גיבט מען איבער דעם ספר פאר די פני הקהילה, ווי 2 קהילה לייט (בדרך כלל דיינים אדער עלטערע אידן) שטייען צו די צוויי זייטן פונעם חזן און מ'זאגט, על דעת המקום ועל דעת הקהל וכו' 3 מאל, דערנאך היייבט מען אן כל נדרי,
יעדער קינד וויייסט אז כל נדרי איז די העכסטע מאמענט פונעם יאר, בלויז דעם נאמען פון "כל נדרי ביינאכט" ברענגט א ציטער, יעדער איד וויל זיין אין שול כל נדרי אנשים נשים וטף, עלטערע אידן קומען אפי' מיט מסי"נ, אפי' נשים צדקניות וואס האבן נאך קליינע קינדער אינדערהיים מאכן זיכער אז צו כל נדרי זאל מען זיין אין שול, (ביי מעריב גייען זיי שוין אהיים), פארוואס?, ווייל אזוי איז עס שוין 100'טער יארן.
יעצט שטעלט זיך דער חזן צו זאגן כל נדרי, פשוט פשט פון כל נדרי איז התרת נדרים, אבער עס האט אויך א העכערע באדייט מ'איז זיך מתיר פון אלע שלעכטע כוחות כיל"ח, כל נדרי ווערט געזאגט אין 3 טענער, מ'הייבט אן א שטילע טאן, דאס צווייטע איז אביסל העכער, דאס דריטע איז שוין גאר הויך, דער אריינפיר צו כל נדרי איז אזא אהא הא אהא הא, דאס איז באמת דעם נוסח וואס מ'הערט פון רוב חזנים אויף כל נדרי אליין, למשל יאסאלע אדער קווארטין ועוד, ווען זיי הייבן אן גלייך כל, נדרי, ואסרי, ושבועי, וחרמי, וקונמי, דערנאך הייבן זיי אן צו זינגען אהא אה הא הא אהא, אט דעי פאל פון כל נדרי ביז וקונמי ווערט געזאגט אלס א אריינפיר צו כל נדרי אין רוב מקומות, אינטרעסאנט איז אז אויפן טעיפ פון כל נדרי אצל מרן מהריט"ב מסאטמאר זי"ע, הערט מען ווי דער רבי זאגט דעם אריינפיר צו כל נדרי א פאל וואס איז כמעט די זעלבע אהאהא וואס די וועלט זאגט פאר המלך.
ושבועתנה לא שבועות....., צום דריטן מאל, ונסלח לכל עדת, אין סאטמאר האט מען געזאגט דעם זעלבן ניגון ווי זכרינו לחיים אויף ונסלח, און דער אלטער רבי זי"ע האט געזאגט 2 מאל לכל עדת, אני הקטן זינג אויף ונסלח דעם ניגון אבינו מלכינו חנינו וענינו עשה עשה עשה, שהחיינו זאגט דעם ציבור צוזאמען מיטן חזן אבער דער חזן איז מאריך אביסל מער און דער עולם ענפערט אמן, נאך שהחיינו לייגט מען צוריק די ס"ת, (במטה אפרים כת' שמחזירים אחר ברכו)
אהאהא הא הא הא הא, ברכו, מיט מעריב איז די זעלבע ווי ר"ה, ס'קומט צו א ברוך שם - בקול רם, אנשטאט תקעו זאגט מען כי ביום הזה יכפר, שמו"ע, מ'קלאפט על חטא מיט א פרישקייט (איך זאג פרישקייט ווייל ביי שמו"ע פון מוסף אדער מנחה קלאפט זיך שוין נישט דער על חטא אזוי פריש, משום לימוד זכות קען מען זאגן אז ביי מוסף נאך'ן זיך מתוודה זיין עטליכע מאל איז שוין זיכער דא א מחילה וסליחה, און יעצט גיי קלאפ על חטא אויף חטאים וואס זענען שוין נמחל געווארן, דעריבער זעהט מען אלץ אז ביי הויכע שמו"ע מוסף און ביי מנחה האט מען שוין נישט קיין געדולד צום על חטא), מ'טרעט אויס און ס'הייבט זיך אן א פרישע סעריע.
די קאמבאנאציע פון יו"כ ביינאכט איז זייער אינטרעסאנט און אייגנארטיג, מ'זינגט, מ'זאגט, מ'סליחות'ט, מ'הייבט אן מיטן יעלה, דער נוסח פון יעלה איז פארשידנארטיג, אין סאטמאר זאגט מען די זעלבע ווי גשם טל מקובל פון ר"ר הערש פון רימאנאוו זי"ע, דאכט זיך אין ספינקא זאגט מען אויך דער נוסח פון יעלה די זעלבע ווי זייער נוסח אויף גשם וטל, אין לובאוויטש זינגט מען דעם באקאנטן ניגון, (וואס איז אויך דער אידישן ניגון וואס אברהם פריד זינגט עס, מ'קען עס הערן אויף די ספירה טעיפ פון שירה, א טאטע ביסטו גאר א געטרייער, דיין ליבשאפט צו אונז איז דאך אין לשער, נאך מער פון דעם, זאגט דער הייליגע בעל שם...) אין די אמאליגע שול'ן איז געוועהן אזא נוסח אויף יעלה וואס האט זיך אנגעהויבן שטיל און מיטן יעדן יעלה איז דאס געווארן העכער און העכער ביז צו די העכסטע, דערפאר ווען איינער שרייט זאגט מען "וואס מאכסטו אזעלכע יעלה'ס"......, דאס קומט פון אט די יעלה'ס וואס מ'האט אזוי געשריגן.....
שומע תפלה..... וסלחת לענינו כי רב הוא, דרכך אלקינו זאגט מען חזן וקהל, מרן מהריט"ב מסאטמאר זי"ע פלעגט זינגען דרכך אלקינו מיטן ניגון וואס ער פלעגט זינגען אויף מסוד חכמים, דערנאך היייבט זיך א סעריע פון סליחות מיטן סליחות'דיגן געשריי ושם נאמר, ויקרא בשם השם, עס זענען דא דריי שטיקלעך וואס מ'זינגט, און אין צווישן די שטיקלעך זאגט מען ק'ל מלך בנוסח סליחות, בשעת זינגען זיצט רוב ציבור און ביי ק'ל מלך שטעלט מען זיך אויף, כאטש אין אסאך מקומות שטייט מען אלץ בשעת ווען דער ארון קודש איז אפן וואס לפי זה קומט אויס אז זיי שטייען כמעט רוב נאכט, ווייל ביי די שטיקלעך וואס מ'זינגט איז דאך אפן דעם ארום קודש.
עס זענען דא דריי שטיקלעך וואס מ'זינגט, די ערשטע איז סלח נא, דאס צווייטע איז אמנם כן, דאס דריטע איז כי הנה כחומר, און רוב קהילות ווערט דאס געזינגען מיט שטארק ווארעמע ניגונים ווי עס פאסט זיך פאר אזא נאכט ווי יו"כ, איך וואלט אפשר געשריבן מיינע ניגונים נאר איך קען זיי נישט אנצייכענען ווייל עס האט נישט קיין נאמען, אמנם כן זינג איך דעם ראדעשיצער ניגון וואס אסאך זינגען אויף גא'ט פון אברהם.
נאך כי הנה כחומר הייבט זיך אן סליחות געהעריג זכור רחמיך, שמע קולינו, אשמנו, על חטא, אבינו מלכינו, נאך אבינו מלכינו זאגט מען לדוד מזמור, שוין געשריבן ר"ה אז לדוד מזמור איז בנוסח שיר המעלות ממעמקים, נאך עלינו זינגט מען אדון עולם, מ'זאגט די פיר קאפיטלעך תהלים, און שיר היחוד.
שיר היחוד דארף ווען א באזונדערע קאפיטל, וויאזוי דאס גייט צו, ווען און וויאזוי דאס ווערט געזאגט, בדרך כלל זיכט מען אפיר א גוטע עברי זאגער, ס'איז אבער א שאד אז רוב ציבור כאפט נישט וואס דא גייט פאר, ס'איז דאך באמת מורא'דיגע שיינע ווערטער שבחים פונעם באשעפער וואס מ'האט ספעציעל אויסגעקליבן די הייליגסטע נאכט פון יאר צו זאגן די גרויסע שבחים, און ביז דערוויל לייגט מען נישט צו קאפ, מ'כאפט דאס אפ מ'וויל זיך זעהן פארטיג, איך בין נישט מקטרג ח"ו, ס'איז נישט קיין עבירה ווען מ'זאגט דאס נישט, ס'איז אבער א שאד פאר אונז אליין אז מיר פארפאסן אזא געהויבענע זאך.
גוט יו"ט גוט יו"ט,
צום שלוס פון די נאכט פון יו"כ מוז איך דערמאנען וואס דער בעל חובת התלמודים שרייבט אין איינע פון זיינע ספרים, אז ווען א איד האט א שווערע זמן זאל ער ניצן זיין כח הדמיון, פונקט ווי דער ר"ר אלימלך שרייבט אין צעטל קטן יצייר במחשבתו כאילו ס'ברענט א פייער וכו', זאל זיך א מענטש מצייר זיין במחשבתו אין א נידריגע זמן, כאילו ס'איז כל נדרי ביינאכט און דער גאנצער עולם איז איינגעהילט אין טלית וקיטל, ס'וועט אים זיכער ברענגען א התעוררות, בדרך אגב האט דער יש"מ משה געזאגט כל נדרי ביינאכט מורי ורבותי אט אזוי ווי מיר שטייען יעצט מיטן טלית אין קיטל פונקט אזוי לייגט מען אוועק א מענטש לאחר מאה ועשרים און פונקט אזוי מיטן טלית אינעם קיטל וועט ער אפגעבן דין וחשבון...... איי א פחד.
בעלי תפלות דארפן שלאפן יו"כ ביינאכט, אזוי שטייט בפי' אין רמ"א ווייל אז נישט איז די קול נישט מסודר, די עיר קאנדשין זאל נישט זיין צו שטארק, לעומת זה זאל נישט זיין צו הייס אין שטוב מ'זאל זיך נישט אויסטריקענען.
שחרית ליו"כ
אלץ א ש"ץ וואס האט שוין געדאווענט כמעט אלע תפלות אין יאר, וואלט איך געזאגט אז די שווערסטע תפלה פון יאר איז שחרית יו"כ, שווערער ווי סיי וועלכע תפלה, קודם ביי שחרית שרייט מען אסאך, עטליכע שטיקלעך זענען בטעם העליון, שיר המעלות, אימך נשאתי, לקל עורך דין, אבינו מלכינו, ועוד, דאס זענען זאכן וואס ווערט געזאגט מיט א הויעך קול, משא"כ ביי מוסף איז נישט דא אזויפיל שרייעדיגע שטיקלעך, בנוסף צו דעם וואס דער שחרית פון יו"כ איז לענגער ווי אלע תפלות, די עבודה פון מוסף איז טאקע לאנג אבער ס'פארט, ווי מיר וועלן שפעטער שרייבן, קומט נאך צו אז יו"כ צופרי האט נאך דער ציבור נישט משלים געוועהן מיטן תענית, דער גוף פירט נאך א שטיקל מלחמה דער עולם איז נישט אזוי דערביי, דארף דער חזן זיין דער וואס שלעפט און וועקט אויף דעם עולם, משא"כ ביי מוסף איז שוין דער עולם אין טו איט, מ'איז שוין דערונען אינעם דאווענען דער גוף האט שוין מסכים געוועהן צום תענית, דער עולם איז שוין מער לעבעדיגער.
וואס איז אנדערשט שחרית יו"כ פון שחרית ר"ה, קודם ס'איז לענגער, למשל דער ניגון ופיוט "אמרו לאלקים" אנטהאלט גאנצע 22 שטיקלעך פאר די כ"ב אותיות, ביי מוסף איז נאר דא האלב ביז אות י', צו צופאסן א ניגון פאר 22 שטיקלעך איז גאנץ א שווערע מערכה, דערנאך זאגט מען און מ'זאגט פיוטים עד אין סוף, ס'קומט אויך צו חמול, עוד יזכרו לנו וכו' וכו', נאך יעלה ויבוא זאגט מען זכור, שמע קולינו, אשמנו, על חטא ווי נעכטן.
עס דארף צוגעגעבן ווערן א וויכטיגע הוספה וואס איז נוגע סיי ר"ה און סיי יו"כ, עס איז פארהאן אזא נוסח וואס מיר וועלן עס געבן א נאמען "מקימי נוסח", דהיינו, אז רוב וועלט זאגט ביי הלל מקימי מעפר דל איז דער ווארט מקימי אזא אנהייב, מקייייימי, (ווי א קאר וואס סטארט זיך), אט דער מקימי תנועה איז וויכטיג צו געדענקען ווייל עס קומט אריין אין פארשידענע פלעצער, מ'זעהט אזוי אויך ביי די גרויסע חזנים ווי יאסעלע אדער קווארטין, וויאזוי זיי ניצן דעי תנועה, למשל יאסעלע זאגט הלוך וקראת, הייבט ער אן הלוך וקראת מיט אזא אנהיייב וואס איז פונקט ווי דער מקימי תנועה, כמו כן הייבט אן קווארטן זיין כה אמר ד', די זעלבע אנהייב ווי דער מקימי תנועה, כלפי מה דברים אמורים, ווייל עס איז ווכטיג צו וויסן אז עטליכע פלעצער אין שמו"ע איז דער מקימי ממש א הכרח, למשל ותתן לנו, דארף דער ותתן לנו זיין אזא אריינפיר מיטן מקימי תנועה, ווי אויך טוען אסאך בעלי תפלות זאגן אזוי ביי יעלה ויבוא נאך ביום הכיפורים הזה, זאגט מען "זכרינו" מיט דעם מקימי תנועה, סוף שמו"ע ביי ועל כולם, איז אויך דער ועל כולם אזא אנהייב און א אנדריי צו דעם וכתוב לחיים טובים, דעריבער דארף דער ועל כולם אויך זיין מיט דעם מקימי תנועה, מ'קען אין דעם אסאך מאריך זיין נאר איך ווייס נישט וויפיל מענטשן פארשטייען וואס איך מיין, דעריבער בין איך יוצא מיט דעם נאר אויפן שפיץ גאפל.
קריאת התורה:
יעצט איז די צייט פארן חזן צו שמעקן בשמים..... ווייל בשעת'ן דאווענען קען ער נישט מפסיק זיין צו מאכן א בורא מיני בשמים....., מ'ליינט מיט התעוררות די עבודת יו"כ פון פרשת אחרי, די פסוקים פון פרש אחרי וועקט אויף דעם עולם און מאכט די הכנה צו די עבודה ביי מוסף,
יו"כ איז אויך דא הזכרות נשמות, זאל דעם באשעפער העלפן מיר זאלן אלע מוזן ארויס גיין צו יזכור ביז די הונדערט יאר....., (איך זאג הונדערט ווייל אז דער טאטע לעבט ביז 120, מוז בע"כ זיין עפעס יארן אינצווישן....) אמן.
מוסף יו"כ
איז א זמן פון גרויס התעוררות, די שטילע שמו"ע נעמט נישט אזוי לאנג ווי ר"ה, מ'בלאזט נישט 3 מאל, ס'איז נישט אזוי לאנג (נאך א מזל, אינמיטן א תענית, ווער האט כוח צו שטיין אזוי לאנג, חוץ דער בעל תפלה), ס'איז דא עטליכע שיינע פיוטים ביז אמרו לאלקים, ונתנה תוקף ווי ראש השנה, כתר, כתר יו"כ האט א באזונדערע באדייט ווייל כידוע זאגט מען יו"כ 4 מאל כתר, דאס איז ממליך דעם באשעפער מיטן כתר אין יו"כ כיל"ח, פון כתר ביז עלינו גייט אלעס ווי ר"ה, ווי אויך הי' עם פיפיות און אוחילה לק'ל.
עבודת יו"כ, ביי גרויסע רבי'ס איז געוועהן איינגעפירט אז דער עולם האט אנגעפאנגען אתה כוננת געזאגט ביז וכך הי' אומר, און הערשט דערנאך האט דער חזן אנגעהויבן פון אנהייב אתה כוננת, פארשטייט זיך אז א רבי דאווענט האט דאס א ווערד און ס'איז טייער יעדעס ווארט וואס ער זאגט, אבער א חזן, אפי' ער זאגט גוט, איז נישט כדאי ער זאל אנהייבן פון אנהייב אתה כוננת, ווייל דער עולם האט דאך עס הערשט יעצט געזאגט, וואס ביסטו דא מחדש, דעריבער איז כדאי אנצוהייבן אינמיטן דעם צווייטן שטיקל תכנת כל אלה ווי מ'רעדט שוין פונעם עבודה זעלבט, וכך הי' אומר איז די וודוי פון בית המקדש דאס דארף געזאגט ווערן מיט גרויס התעוררות.
והכהנים והעם, איז דא א מקובל'דיגע נוסח כמעט אין רוב מקומות זאגט מען די זעלבע, איינער דרייט אהער אדער אהין, אבער דער יסוד איז די זעלבע איבעראל ביי אלע אשכנזים, וכך הי' מונה אחת ואחת, האט מען געזאגט אין גאר אסאך מקומות מיטן ניגון פון לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער, (כ'האב געזעהן אין ס' פון ר' שמעלקא טויבנפעלד ז"ל א טעם צו וואס מ'האט אויסגעקליבן דוקא דעי ניגון פון לאמיר דערציילן פאר אחת ואחת עיי"ש), אזוי זאגט מען די עבודה שיין במתינות, ביז ובכן מה נהדר הי' כהן גדול, דארטן ווי עס קומען זיך צוזאמען נוסח ספרד און נוסח אשכנז, פון דארטן איז דער מנהג אז מ'פליט מ'הייבט זיך אן צו יאגן, פארוואס? וואס הייסט פארוואס זעהסט נישט אז ס'איז שפעט? מ'דארף דאך ענדיגן צום זמן.....
מנחה
איז דער מנהג אז מ'יאגט זיך, א זכר צו די וואס האבן געיאגט דעם כהן וואס איז ארויס געגאנגען פון ביהמ"ק מיטן שעיר לעזאזל, די קריאה זאגט מען שנעל, מ'זאגט מפטיר יונה, ס'איז באמת א שיינע מעשה, ס'איז כדאי צו זאגן מיט ישוב הדעת.
נעילה
יעצט איז די קלימאקס פונעם טאג, פונעם יאר, די טירן מאכן זיך שוין באלד צו, לאמיר אריין כאפן וואס מער אין די לעצטע מינוטן, דער גאנצע נוסח הערט זיך אזוי ווי איינער וואס וויל נאך כאפן עפעס די לעצטע מינוט, דער נעילה'דיגן נוסח איז ווי געשמיסט זייער ענדליך צום גשם טל נוסח, ס'איז לייכט זיך צו פארמישן, דער נוסח הייבט זיך אן ביי קדיש, און עס גייט ווייטער די זעלבע נוסח די ערשטע 2 ברכות פון שמו"ע ביז מחי' המתים ובתוכם אויך די פיוטים אינצווישן אלעס איז די זעלבע נוסח, נאך כתר הייבט זיך אן געהעריגע נוסח שמו"ע מיט סליחות, צום סוף פון די סליחות מאכט מען אזא חזרה פון די סליחות, זכור ברית, ישראל נושע, יחביאינו צל ידו, מיט ד' ד', אוי אוי אוי טאטע שתשים דמעתינו בנאדך להיות....., מ'ענדינגט שמו"ע מ'זאגט אבינו מלכינו, שמע ישראל, ד' הוא אלקים זיבן מאל (מ'ציילט מיט די פינגער), און מ'לאזט זיך ארויס אין א פרייליכן טאנצן יתגדל ויתקדש שמי' רבה, מיט א פרייליך הארץ פיל מיט זיכערקייט אז מ'האט געפועל'ט א גוט יאר.
תקועה....... טוווווווו.........., זאל מען שוין אזוי הערן דעם שופר של משיח מיט שמחה....
זאג נאר דו, צו וואס כאפסטו אזוי דעם מעריב?, קענסט נישט אויסהאלטן דעם תענית נאך איין מינוט?....

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה