יום רביעי, 14 באפריל 2010

דער באדייט פון שאץ – יום טוב

דער באדייט פון שאץ – יום טוב

די קופקע ווערט שוין קלענער......., וואסי?

שבת'דיגע שאצים, זענען נאך אפשר געוועהן אפאר בלענים, אבער יו"ט, זענען שוין דא עטוואס ווייניגער שאצים,
אבער נייגעריגע מענטש זענען נאך געבליבן דא, יא?,
שויןזאל זיין אזוי! לאמיר אריין קריכן אין די פאקטן אפשר פארט, אפשר דאך, אולי יחוס, וועט שאץ מאץ באקומען קאפעטישאן, ס'וועלן זיך פארמערן די ספסלי הש"ץ... אפילו אום יום טוב.

פון מערבית, וויל איך נישט רעדן, מעריב אין יו"ט איז גלייך, צו אייז-קרים סערווירט אין א בראנפן גלעזל, פאר מ'הייבט אן, איז מען שוין פערטיג, חוץ, די ערשטע טעג פסח, ווי ס'איז דא א הלל, דארט איז שוין יא געהעריג אייז קרים אין א קאון..., פארשטייט זיך, נאר אוב דער שיינע איד פון ביהמ"ד, כאפט נישט צו דעם הלל, וואס דאס איז שוין ממש א איסור פון לא תחסום שור בדישו, ווי מ'כאפט ארויס דאס ביסן פון מויל, מ'שטייט שוין ביים עמוד און..... פיץ אוועק ביי הלל, שוין בעסער נישט אנצוהייבן....

איין נקודה פון מערבית וויל איך יא בארירן, דאס איז דער אריינפיר צו ברכו, יעדער פרעגט, וואס איז דער סימן צו געדענקען דעם אריינפיר, היות מ'קען נישט זינגען אויף פאפיר וועל איך געבן צוויי סימנים,

1) יו"ט פאנגט זיך אן מיט אזא אהא הא הא, ווי איינער וואס זאגט אינמיטן א שמיס, ווען ער כאפט עפעס מיט התפעלות, אההא יעצט כאפ איך שוין (נישט בנוחתא נאר פון אוינטן ארויף) "אה" איז אונטן און דער "הא" איז גאר אויבן, זינגט אלע מיט.... (יום טוב'דיגע) אה הא, הא הא הא האהאהא האהאה, ס'שטימט?....

2) ווען מ'געט ווען פאר איינעם אראפ צו שרייבן דעם יוט'דיגן אהא, וויאזוי וואלט יענער דאס אפגעשריבן? (נישט מיט קיין נאטן נאר מיט היימישע געשרייבעכטס), אין מיינע אויגן וואלט מען דאס געשריבן, אזוי ווי מ'זעהט אויפן סטאק מארקעט קאמפיאטער, די סטאק'ס פארן ארויף אין אראפ ווי בערג, אדער ווי ביים הארץ דאקטער, ווערט אנגעצייכנט אויף א מאשין, די הארט ביט'ס ארויף און אראפ ווי בערג און טאלן, ווי רש"י זאגט אלץ כזה:

אבער ימים נוראים, שריבט מען דעם אהא הא איבער די ברייט, כזה:

דוק ותשכח, ס'איז אפשר מאדנע סימנים, אבער צום זכרון איז עס הפליא.

שחרית יום טוב

איך וואלט מיר ערלויבט צו זאגן, אז אויב איינער האט די מעגליכקייט, זאל ער בכלל נישט אנעמען שחרית דעם ערשטן טאג יו"ט, דהיינו יום א' פסח, יום א' שבועות, יום א' סוכות, (ארץ ישראל'דיגע ליינער קענען שוין אוועק גיין פון דא....),
פארוואס? האמיר שוין געזאגט אז דאווענען האט צו טון מיט פיסכעלאגיע, יעצט לאמיר צולייגן די דריי זמנים,

יום א' פסח: איז נאך דא א מוסף מיט טל, 50 פראצענט עולם, איז שוין נערוועז שחרית, ווייל ס'איז דא א לאנגע מוסף, צוגאב איז מען מיד פונעם סדר, רוב מענטשן שלאפן נישט ערב פסח, ממילא איז מען מיד ביי ערשטן סדר, היינט צופרו איז מען נישט אויסגעשלאפן, און ס'איז נאך דא א פרעשור פונעם צווייטן סדר, אז מ'דארף שלאפן נאכמיטאג, צו זיין אויסגערוט ביים צווייטן סדר, כדי די גרויסע מענטשן זאלן נישט איינשלאפן... , אשר על כן דו חזן, מוטשע נישט צופיל...

יום א' שבועות: געהערט צו א שיינע איד, וואס זינגט אהבה רבה, און אפי' אויב נישט, זענען אסאך מענטש נערוועז אז דאס דאוואנען וועט נעמען לענגער היינט, ווייל מ'ליינט אקדמות, (מיד פון תיקון ליל שבועות) און די טשיז קעיק רינגט א בעל...

יום א' סוכות: זענען זייער אסאך מענטשן אויפגעשטאנען צום נץ, שוין געטרינקען 3 קאוועס, דער מאגן זינגט..., דערצו איז היינט דעם ערשטן טאג מיט די ד' מינים ביי הלל, מ'איז נאכניש צוגעוואוינט צום שלעפעריי פונעם טלית-לולב-גלעזער-גארטל-סידור, און דערצו דער חזן צצצצצצציט....

אויב מ'קען, דעם ערשטן טאג יו"ט, זאל מען ווייזן פארן גבאי'ן פונעם שול, מיט שטום שפראך (די ערשטע 2 פינגער ביים שפיץ פון האלז), אז מען איז הייזעריק,
משא"כ דער 2'טע טאג, אה! איז ממש א נחת, דער עמוד שמייכלט צו מיר, (ארץ ישראל איד שעלט...) און אויך דער עולם האט נישט קיין פראבלעמען היינט... (שאציגע תאוות...)

יום ב' פסח: די ערשטע טעג זענען שוין דריי פערטל דורך, די פרעשור פון די סדרים איז אראפ, די גניבה שטיק פון אפיקומן'ס איז פאראיבער, יעצט לאמיר הערן וואס דער חזן האט צו פארקויפן,

יום ב' שבועות: פיין געשלאפן דעי נאכט, פיין געגעסן אויך, נישטא קיין עקסטערע הוספות צום דאווענען, איצטער שאץ לעבן! יאלא! לאמיר הערן עפעס,

יום ב' סוכות: אלעס איז מסודר, נישטא וואס צו טון היינט, דער לולב און אתרוג איז אקעי, פארוואשע זאל מען דען נישט הערן א ש"ץ?

דער פסוקי דזמרא בעל תפלה ענדיגט: וכל קרבי את שם קדשו, שאץ גייט צו, (געט א קליינע היס) אההההאאא האאאאקיייייל בתעצומוווהויהויהויהוית עזך....
שרעק דיך נישט ווען נאר א קליינע ציבור זינגט מיט, ווייל יו"ט קומט דער עולם אביסל שפעטער אין שול, רוב עולם האלט נאך ביי הללוקה אדער פריער, זינג ווייטער, על כסא רם ונישאאאאאאאאאאאא, אה אהאה האהא האה אהאהאהאהאה, שוכן עד מרום וקדוש אוי יו יו שמו, אהאהאה וכתוב, רננו צדיקים באהאהדוישעם אהאהאהאה לישרים נאווא תהלה.
בפי ישרים, זינג עפעס פרייליך, מער אזא אנפאנג פון א מארטש, אדער די תנועה וואס די דעהשע אייניקלעך ניצן אויף שבע ברכות, שוש, תשיש, ותגל העקרה, אוי יו יויויו, זינגט דעס אויף בפי ישרים, תתרומם, אוי יויוי...

ישתבח געהעריג, (עי' הלכות שאץ לשבת), קל מלך, אין פוילן אין גאליציע זינגט מען קל מלך, זיי מסדר א ניגון, וואס זאל שטימען ק'ל מלך מיט קדיש, אבער ברכו איז יא צוריק צום געהעריגן נוסח,

ווען יו"ט געפאלט אינדערוואכן זאגט מען דאס..., וואס?, המאיר לארץ....., תתברך זינגט מען, אסאך פלעצער זינגט מען אויך את שם , און אזוי ווייטער, ווי יעדן שבת, (פאר מער דעטאלן קוקט און ארטיקל וואס באדייט צו זיין א ש"ץ),
פאר ד' אליכם אמת, איז ראטזאם זיך אויסצודרייען כאפן א בליק אויפן ציבור, ווייל פון ווען די ביסט צוגעגאנגען הק'ל בתעצומות ביז יעצט, האט זיך דער עולם געדאפלט, יו"ט קומט דער עולם אין שול שפעט, און צו זעהן א גרעסערע עולם, געט צו מער טעם און מוהט פארן ש"ץ, מטעם המובן.

שמו"ע

דעם צווייטן טאג יו"ט איז אייביג דא יוצרות, כ'האף אז דו האסט געהאט א גוטן עברי רבי'ן, ווייל אויסצולאזן הויך יוצרות מיט א גראבע גרייז, איז נישט פון די געשמאקסטע זאכן, (ס'איז נישט קיין גליטש אויף לי עוו., אבער קיין המוציא מיט האניג אויך נישט), ממקומך, זינגט מען יו"ט איבעראל.

יעצט צום ענין פון זינגען, יו"ט איז דא א אויסוואל צו זינגען גאר אסאך, ק'ל מלך, את שם, ממקומך, הללו, פתחי לי, אז די האסט ליב אליין צו זינגען, נעם איינס, אדער צוויי שטיקלעך וואס די זינגסט אליין, אפילו א ניגון וואס דער עולם קען נישט, אז דו האלסט ס'איז שיין, זינג עס, אבער נישט אלע שטיקלעך זינג אליין, ווייל דעמאטץ ווערט דער עולם אומגעדילדיג, דער שליסל איז איין ווארט, דער סוקסעס פון א גוטע בעל תפלה, איז גוטע ניגונים, נישט דיין שטומע, נישט דיין נוסח, נישט דיינע חידושים, דער עולם האט ליב צו זינגען, זיך אפיר גוטע ניגונים, דער עולם האט זיך ליב אויסצוגעבן,
טראכט אריין, ווען דו ביסט דער מתפלל, און א חזן זינגט עפעס א געשמאקע ניגון אויף ממקומך, די זינגסט זיך גוט אויס, וויאזוי שפירסטו זיך ביי ימלוך, א מחי', די געדענקסטע נישט דעם חזן'ס דריי ביי אז בקול, אמת?, אבער דעם בייפאל פון צוזאמען שטעלן דעם ניגון אויף ממקומך געפעלט דיר יא, אזוי זאלסטו טון אויך ווען די ביסט ביים עמוד,

ימלוך ד' לעולם..... לדור ודויויויויויההההויהויהויר הללוקהההההה,

אתה קודש... הקהייהייהיייהייל הקאָאָאָאָאָאָדוש (יו"ט'דיגע נוסח, ס'שמעקט פון דיכענען....)

ברך אתה ד'.... (ס'איז בעסער צו הייבן דעם טאון ביי די לעצטע ברכה) המברך את עמו ישראייייל בַשאָאָאָאָאָאָלום.

הלל

אוי! ס'ווערט מיר זויער אין מויל, ווען איך טראכט פון הלל, וואאאס? ביסט משוגע? פונקט דא ביי הלל?, יעצט איז דאך דער קלימאקס?, יא יא! טאקע דא ביים קלימאקס, טאקע דא ביי הלל, איז די גרעסטע פראבלעם, ס'איז די שווערסטע פלאץ צו שטעלן צופרידן דעם גאנצן ציבור, און אפי' נאר רוב ציבור, לאמיר צונעמען דעם הלל אויף קליינגעלט.
דאס גאנצע דאווענען יו"ט, גייט נארמאל ביי יעדן מענטש, מ'זאגט מ'זינגט פארוואס נישט, אבער ביי הלל ווערט יעדער נתעלה מיט 10 סטעפס העכער, און מיט 10 מדריגות למעלה, איז די שאלה פון ווי הייבן זיך אן די 10 סטעפס, און ווי ענדיגן זיך די 10 סטעפס, ס'איז דא אידן וואס ביי הלל וויל ער זיין דער רבי זיכרוינעבראכע אליין, און אויב דער חזן זאגט אנדערשט, ווערט ער צומישט, ממש דער חזן שטערט אים זיין התעוררות, פארהאן מענטשן (א גרויסע פראצענט פונעם ציבור) וואס ביי הלל חאזאנ'עסט ער ארום, ער שרייט בקול רעש גדול, און געט זיך אויס, ער וויל אבער אויך, אז דער חזן זאל טון דאס זעלבע, פארהאן מענטשן (אויך א גרויסע פראצענט) וואס ווען דער חזן ווארפט אריין עפעס אזא זינגעדיגע תנועה, געפעלט עס אים זייער שטארק, און ס'געט אים א גוטע מאָד און א עונג יו"ט, לעומת זה ביי די אנדערע טייל אידן, אז דער חזן הייבט אן, (בניגון נחנו – יאסאלע) יוסף ד' עליכם, עליכם, ועל בניכם.... (כ'האב געבעטן נישט מיטזינגען פליז) דאס ברענגט ארויף בייז בלוט ביי אסאך מתפללים.

יעצט איז די פראגע וואס דארף דער חזן טון, זאל ער זאגן ווי דער רבי זיכרוינעבראכע? ווערט דאך דער אנדערע חלק עולם נעוועז, זאל ער חזן'צן אדער זינגען, ווערט דאך דער חלק עולם נערוועז, (ווען מ'רעדט פון נערוועזעטעט ביי הלל, איז דאס אויף גאר א הויכע ציפער, ווייל ווי געזאגט איז מען דאן 10 סטעפס העכער), נו! וואשע זאהאהאל מען מאכן?... איז געבליבן מ'זאל מאכן אן א אסיפה... איז געבליבן מ'זאל מאאאאכן אן א אסיפה....

און דער אסיפה האט באשלאסן...., באשלאסן...., באשלאסן...., באשלאסן...., מ'דארף גיין אויפן דרך הממוצע, דאס מיינט אזוי, די אלע רבי זיכערוינעבראכע אידן, דאווענען געווענדליך אין אזא שול, ווי דו קענסט נישט זיין דער בעל תפלה...., און די פאר פארצייטישע אידן וואס דאווענען יא אין דיין שול, זענען בלויז א מיעוטא דמיעוטא, בלייבט דאך נאר איבער די אנדערע צוויי, די חזנות ליב האבער, און די זינגען ליב האבער, דארף מען פאר זיי זאגן (נישו ח"ו פאר זיי, פארן באשעפער) שיין דעם נוסח, מיט שיינע קוועטשן און דריידלעך, און אביסל, אבער ממש אביסל, אריין ווארפן, עפעס א לידעלע, אבער נישט חלילה זאל זיך הערן ווי ער זינגט א ניגון, נאר אויסציען די תנועה ווי א נוסח, אז נישט וועסטו הערן קאמפליענען, וואס זינגט ער מיר דא ביי הלל, א נייע מין געזינגעכטס..., (איך בין נאר א אחרון, מ'מעג מחולק זיין מיט מיר).

הללו את ד' כל גוים, זינג א לעבעדיג'ס אז דער עולם זאל זיין אין די לופטן, מ'זאל זיך ממש איינהאלטן פון ארויס גיין אין א טאנץ, אויב ס'איז א רעגולער ניגון פון 4 פעלער, דהיינו א ניגון וואס האט א ערשטע פאל, 2' טע פאל, הויכע פאל, און צוריק צום 2'טן פאל, דארף דאס זיין מסודר אזוי, הללו מיט הודו = ערשטן און 2טן פאל, יאמר נא ישראל = הויכע פאל, יאמרו נא בית אהרן = נאכאמאל הויכע פאל, און יאמרו נא יראי ד' = צוריק צום 2'טן פאל.

פתחי לי, קומט א לענגערע, שטאטע, ווארעמע, ניגון, דער עולם זאל זיך אויסגעבן, איך וואלט נישט געראטן פאר א ש"ץ, צו זינגען פתחי לי אליינס, פשוט ווייל מ'האלט שוין צום סוף דאווענען, און דער קול איז שוין אביסל אפגעמוטשעט, ווייז נישט קיין קונצן יעצט, (חוץ אז די ווילסט הייסן א עמוד קינצלער, געדענק אויך אז די קענסט אבער באקומען א צו נאמען עמוד גליטשער...), א ניגון אויף פתחי לי, דארף זיין עטוואס לענגער ווי סתם א לכה דודי ניגון, ווייל מ'דארף זאגן אסאך, פתחי לי, אודך, אבן, מאת ד', און זה היום, און ביים ערשטן אנא ד', דארפסטו שוין האלטן דעם ערשטן מאל דעם הויכן פאל, בדרך כלל, הכל לפי הניגון והפעלער,

מלך מהלל בתשבחות,

ס'איז גארנישט..... ס'איז נארמאל אז מ'שוויצט נאך אזא דאווענען......

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה