יום שני, 12 באפריל 2010

א טאטע ביים סדר טיש

א טאטע ביים סדר טיש / ט.ב. שאץ מאץ

פארווארט
איך האב לגמרי נישט געפלאנט צו שרייבן נאך א טאג ביך בעפאר חג הפסח זייענדיג שטארק פארנומען מיט די הכנות וצרכי החג, איך האב געקלערט ביי מיר אז מיין "מצה בעקעריי טאג ביך" וועט זיין גענוג און נאך פאר די ליינער ביז איבער פסח, אבער למעשה רבו עלי חבירי, די חבירים האבן מיר געבעטן איז זאל שרייבן איבער די טעמע פון "א טאטע ביים סדר טיש", וועל איך מיר פראבירן זיך מצמצם זיין און שרייבן עטוואס וואס איז נוגע צום ציבור איבער דעם ענין, אפי' מיט די טרדות החג לתועלת הענין,

כאטש וואס דער חת"ס האט שוין בשעתו געשריבן אין די טעג פון פאר פסח אז די נשים צדקניות האבן אים פארטריבן פון ספרים שטוב און ער האט נישט די ספרים אין באזיץ, ווייזט אויס אז אין יענע צייטן איז נאכנישט געוועהן די טעכנעלאגיע פון א לעפטאפ און א קיבארד מ'זאל קענען שרייבן, נאכקוקן, מחדש זיין, אפי' אן ספרים און א ספרים שטוב, ווייל מיטן לעפטאפ קען מען זיצן אפי' אויף די סטעפס און שרייבן אן קיין פראבלעם.

ובזה החלי
פאקטיש זענען דא רוב שרייבער'ס פון די מער יונגערע ציבור וואס שטייען נאך גאנץ פריש אין לעבן, און צו אט די יונגעלייט ווילן מיר ווידמען דעם ארטיקל, געווענדליך גייען איגעלייט פסח ביים סדר נאכט פראווענען ביי די עלטערן אין שטוב, איין סדר ביים טאטן און איין סדר ביים שווער, ס'איז גאנץ שווער צו מאכן די החלטה אז מ'גייט אליין אנהייבן צו פירן א סדר,
ראשית, ס'איז דא א עיכוב מצד די עלטערן, ווייל די מידל - עידש אידן האבן ליב צו האבן א "גרויסן" סדר טיש, זיי האבן ליב ס'זאל זיך טון, זיי האבן ליב צו פירן א סדר פאר אסאך מענטש (הגם איך פארשטיי נישט די תאווה ווייזט אויס איך בין נאכנישט גענוג אלט) ממילא זענען זיי אביסל מעקב די קינדער פון פירן אליין,
שנית, ס'איז זייער שווער פאר אינגערמאן אליין צו מאכן א החלטה אז יא, ער איז דער פאסיגע טאטע צו פירן א סדר פאר זיינע קינדער, ער פראבירט זיך צו צושטעלן צו זיין טאטן, ער האלט ביי זיך אז ס'איז עפעס נישט, מיין טאטנ'ס סדר איז דאך ברייט און גרויסארטיג מיט קינדער און איידעמער סביב לשלחנו, און איך וועל מיר זיצן דא אזוי קליינטשיק מיט 3-4 קינדער, ס'איז עפעס צו שטיל פאר א סדר,
שלישית, א אינגערמאן טראכט ביי זיך אז ער איז נישט גענוג פעאיג אראפ צו געבן א סדר נאכט, פון קדש ביז נרצה, מיט א סיפור יצי"מ פאר די קינדער, איך ווייס בכלל נישט וויאזוי מ'עסט דאס, וואס זאגט מען יא און וואס זאגט מען נישט, וואס טינקט מען, וואס עסט מען, וואס זינגט מען, ס'איז צו א גרויסע פרעשור צו נעמען אלעס אויפאמאל.

דעריבער זענען דא זייער אסאך יונגעלייט וואס האלטן זיך צוריק פון פירן אליינס א סדר, איך וויל אבער מחזק זיין אינגעלייט (כאילו איך בין א אלטע איד...) זאלן יא אליינס פירן א סדר, קודם כל ס'איז א ענין פון למען תספר באזני "בנך" וואס דאס איז א חיוב און א מצות עשה מן התורה צו פארציילן פאר די קינדער, און ווען מ'גייט צום טאטן'ס / שווער'ס סדר איז נישטא אזוי די מעגליכקייט דאס מקיים צו זיין, און נאכדעם איז א אייגענע סדר א שטארקע זאך וואס בויעט אויף א קשר פון די ווייב און קינדער מיטן טאטן, און די קשר האלט אן אגאנץ יאר, (ווי צדיקים פלעגן זאגן א סדר אויף אגאנץ יאר),

און מ'טאר נישט טראכטן אז מ'איז נישט ראוי דערצו ס'פאסט נישט צו מיר ווי קום איך קליינע שמויגער צו פירן א סדר, ווייל דאס קומט נישט פונעם גוטן צד, ווייל בשעת'ן טון עפעס שלא כהוגן טראכט מען נישט ווי פאסט דאס פאר מיר צו טון אזא זאך, דארטן לאזט דער בחור אלעס טון, דא ווערט מען עפעס אזא עניו, אויף דעם זאגט שוין די אורחות צדיקים אז ס'איז ענווה פסולה.

איי וועט מען פרעגן וויאזוי עסט מען דאס?, זייער גוט געפרעגט, פארדעם ביסטו דא אויפן גוטן פלאץ, מיר וועלן פראבירן אביסל מרחיב הדיבור זיין (בקיצור, ווייל מיט אן ארוכות ווערט ווען דעם ארטיקל 100 טויזנט קערעקטערס) אז דער עולם זאל אפשר קענען ארויס נעמען אפאר פונקטן.

איינע פון די עיכובים וואס האלטן צוריק פון נישט וועלן פירן א סדר, איז די גשמיות'דיגע חלק, דהיינו אז צום סדר טיש דארף מען האבן אסאך צוגעהערן, א היסב בעט, א קערה, א כוס של אלי', כוסות פאר אלע קינדער, ועוד,
אמת, א שיינע סדר טיש איז טאקע אנגעפילט מיט אלע מיני זילבערוווארג באגלייט אפי' מיט א ורחץ האנטוך, אזויווי ביי דיין טאטן / שווער, (אדער אזוי ווי אויפן פיקטשער פונעם גורל פון א סדר טיש וואס מ'האט געקויפט פאר פסח) אבער געדענק אפי' זייער סדר טיש איז נישט אייביג געוועהן אזוי ווי ס'איז היינט ס'האט זיך אנגעהויבן צוביסלעך, הייב דו אויך אן צוביסלעך, יעדעס יאר קויף איין זאך, דאס ערשטע יאר קויף כוסות פאר די קינדער, יא די קינדער, די גאנצע סדר איז נאר פאר זיי, יעדעס קינד זאלן האבן א כוס, מ'מוז נישט האבן קיין קערה דאס ערשטע מאל מ'קען זיך באגניגן מיט א טעלער ארויף געלייגט אלע סימינים, מ'מוז נישט האבן דאס ערשטע יאר א היסב בעט, מ'קען זיך אויסציען אויף צוויי בענקלעך מיט א קישן, (ביי דיין טאטן האסטו סייווי נישט מער), מיין אייגענע מיינונג איז אז מ'זאל נישט כאפן און קויפן אלעס דאס ערשטע יאר, ווייל אויב מ'מיינט אז מ'מוז האבן אלעס דאס ערשטע יאר וואס אין פאקט קען מען דאך נישט באצאלן סיי א קערה סיי א כוס של אלי', וואס געשעהעט, מ'קויפט אלעס אבער נאר ביליגע אדער סילווער פליעטעט, און א עכטע קויפט מען שוין נישט, שפירט מען זיך יעדעס יאר זייער ארעם, משא"כ אז מ'קויפט יעדעס יאר איין זאך, דאן קויפט מען שוין עכטע זילבערנע, וועט מען איין יאר קויפן א קערה, נעקסטע יאר א כוס של אלי', נעקסטע יאר א שיסל וכו' וכו', ביז אפאר יאר האט מען א פולע סדר טיש מיט עכטע כלים וואס דאן וועט מען זיך שוין פילן ווי א עכטע מלך, אויסער דעם וואס דער התחדשות פון די יערליכע נייע זאך ברענגט א שמחה.
הגה: זאגט דער מחבר: וכן אני נוהג....

ס'איז באמת "נישט" שווער צו פירן א סדר, מ'דארף אביסל קענען די הלכות ומנהגים און אלעס איז מסודר, קודם די הלכות צו לערנען איז סתם אזוי דא א חיוב צו לערנען פאר יעדע יו"ט, אבער פסח איז דא אזויפיל חבורים מיט הלכות פסוקות, (לעצטנס האב איך געזעהן א דיקע ספר "חג המצות" ס'איז זייער א גוטע חיבור פאר די חלק ההלכה מיט די מנהגים ער שרייבט גוט און ברענגט צוזאם א וועלט, אויבן איז דא די הלכות פסוקות אונטן איז די די הגהות, אז מ'לערנט דאס האט מען ארויס דאס גאנצע ענין), ס'איז דא אין אלע בתי מדרשים שיעור כללי'ס אויף ליל הסדר, מ'קען אפי' קויפן א טעיפ פון הלכות ליל הסדר, איינמאל מ'קען די פשוט'ע מנהגים, דארף מען זיך פארקוקן די הגדה, (נישט קיין תורות) פשוט פשט, זעהן ווי מ'קען רעדן און אויסרעדן די מעשה פון סיפור יצי"מ, אבער דאס איז קלאר אז צום סדר דארף מען זיך פארקוקן.

עס איז ראטזאם צו רעדן צו די קינדער פאר קידוש, ווען יעדער האט שוין א פלאץ מיט א בעכער מיט א הגדה, און גענוג פלאץ אויפן טיש סיי פאר די הגדה און סיי פארן בעכער, ס'איז כדאי צו מאכן די קינדער פילן וויכטיג, אז די קינדער זענען היינט ווי טאטע'ס, פסח ביינאכט ווערט יעדע'ס קינד ווי א טאטע, ער האט א אייגענע בעכער, ער מאכט אפי' אליין קידוש, (ממילא דארף זיי זיך אויפירן פסח ביינאכט ווי גרויסע טאטע'ס נישט ווי פיצי בעבי'ס) אויב קען דאס קינד עברי זאל מען אריין קוקן אין די הגדה, אויב נישט זאל מען מיט זאגן מיט טאטי וויפיל מ'קען (אזויווי המלאך הגואל ביי חתן כל הנערים)

קדש
ווען דער טאטע קומט אהיים......
מנהג אבותי וכן נוהגין במה מקומות אז די סימנים זאגן נאר די קינדער ביז די בר מצוה, משא"כ די קשיות זאגן יא אלע קינדער ביז צו די חתונה, און ביי אונז הייבט מען אן פונעם קלענסטן (וואס רעדט שוין) און ארויף פשוט ווייל ווי קלענער איז אלץ וויכטיגער ער זאל זאגן פריער, קדש ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול..., ווען מ'גיסט אן די כוסות איז נישט כדאי אנצופילן די קינדער'ס כוסות עד כדי אריבערגיסעכטץ ווייל ס'גיסט זיך סייוויי, וואס יא, אנגרייט אסאך נעפקינס... אויפן טיש ס'זאל זיין גרייט צו ווישן,
מ'הייבט אן מיטן יו"ט'דיגן קידוש,
סברי מרנן ברוך אתה ד' אלקינו מלך העולאאאאהההאם, בורא פרי הגפן, דא זאל זיך דער טאטע אביסל מתבונן זיין אשר בחר בנו מכל עם, יא טאקע דיר, מ'האט דיך אויסגעקליבן פון אלע גוים ורוממתנו מכל לשון, זיי נישט געקלאפט דו מיינסט חלילה ביסט סתם א איבריגע ראד אין די גרויסע וועלט, ניין, ביסט דערוועלט געווארן וקדשנו במצותיו, מאך הויעך קידוש לעבעדיג מיט א ברען, אז די קינדער זאלן דאס געדענקען אין די ביינער, (איי יעדע וואך כאפסטו אפ קידוש..., מאכט נישט אויס מ'קען אלץ אנהייבן, ביסט דאך נישט די זעלבע פון אייביג, האסט דאך א קיטל, ביסט א נייע בריאה, מיט א התחדשות...) אוי שהחיינו וקיימנו, והגענו לזמן הזה,

מ'טרינקט אויס דעם כוס אנגעלאנט, לאן דיך אן דאס מערסטע וואס מעגליך (נישט סתם א קליינע בייג אויף לינקס, נאר א געזונטע לאן אן אזוי אז אלע קינדער זאלן דאס גוט זעהן)

ורחץ
מ'וואשט זיך די הענט.... "נישט" על נט"י,
דער "נישט" זאל זיין ניכר, דהיינו אז ווען מ'וואשט זיך זאל מען נאכן וואשן ווינקען עפעס מיט די הענט מיט אזא נא נא! און נישט אויסרעדן אזויווי ביי געהעריגע על נט"י, אזוי אז די קינדער זאלן זעהן אז בעצם איז דאס א געהעריגע וואשעריי נאר מ'מאכט "נישט" קיין על נט"י.

כרפס
שטיקעלע רעטעך, וכו' זאלץ וואסער,
פאר קליינע קינדער איז שווער מסביר זיין וואס ס'מיינט פטר'ן די מרור, אבער פון כתה ה' אין העכער קענען שוין פארשטיין וואס דאס מיינט פטר'ן מרור, ווייל מ'עסט מרור אינמיטן די סעודה כדי מ'זאל נישט מוזן מאכן א ברכה אינמיטן די סעודה נאכך המוציא מאכט מען איצט בורא פרי האדמה, אויב ניצט מען פאטעטאס פאר כרפס, מ'זעהט אז איינער פון די קליינווארג איז הונגעריג, מעג מען געבן מער ווי א כזית צו שטילן דאס הונגער.

יחץ
מ'נעמט.... די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פאר אפיקומן,
דאס ווארט אפיקומן ווערט געזאגט מיט אזא עקסטאז, און מיט אזא נייגעריגע בליק פרעגנדיג ווי גייט מען לייגן דעם עתיד להיות נגנב, ווען מ'צוברעכט דעם יחץ זאל מען דאס צוברעכן לעין כול, (מנהג מקובלים צו מאכן דעם אפיקומן ווי א אות ו'), ווען מ'האט שוין אפגעבראכן די מצה כדי צו מאכן אינטרעסאנט קען מען פרעגן די קינדער זייער מיינונג וואס זיי האלטן איבער וועלכע העלפט איז טאקע גרעסער, דעי אדער דעי, מ'גייט לויט רוב דיעות ביים טיש און ווי זיי זאגן וועלכעס איז גרעסער לייגט מען אריין אין אפיקומן זעקל, און גלייכצייטיג זאגן אז מ'לאזט איבער א שטיקל צובראכענע מצה ווייל א ארימע מענטש עסט נאר שטיקלעך, ער עסט נישט קין גאנצע ברויט, און לזכר ווייל אידן אין מצרים זענען געוועהן ארעם און זיי האבן נאר געהאט צובראכענע שטיקלעך עסט מען היינט צובראכענע מצות,

אסאך אידן פירן זיך (מגן אברהם תע"ג ס"ק כ"ב) צו לייגן דעם אפיקומן אויפן אקסל און גיין ד' אמות ווייזן פאר די קינדער אז אזוי זענען אידן ארויס פון מצרים, מקיים צו זיין דעם כאילו הוא יצא ממצרים בפועל ממש,
דעם אפיקומן לייגט מען אונטערן קישן, ס'איז דא א מנהג צו לייגן צווישן צוויי קישענע'ס (בשער יששכר יש טעם לזה) און פון דא הייבט זיך אן די פאן, דאס בעסטע איז אז איינער כאפט און אלע זאלן בעטן זייערע פארלאנגען, אזוי ווערט נישט קיין געשלעג, ווי אויך זאל די מאמע האלטן א אויג ווי מ'לייגט די אפיקומן, ווייל ס'איז דא קינדער וואס טרעפן אויס באהעלטענישן וואס איז נישט אזוי פאסיג פארן אפיקומן, צו אין די חמץ'יגע קלאזעט אדער גאר אין ביה"כ..., דאס בעסטע איז אז די כאפעריי זאל פארקומען וואס פריער אזוי אז די קינדער זאלן זיין רואיג ומיושב בשעת די הגדה.

מגיד
פון הא לחמא עניא ביז גאר ישראל
הא לחמא עניא, דער טאטע זאל זאגן און טייטשן אויף אידיש, אויב איר האט דער מנהג צו זאגן דעם זוהר פון פקודא בתר דא אז מ'האט קליינע קינדער איז ראטזאם מ'זאל דאס זאגן בעפאר דעם סדר נישט יעצט פאר הא לחמא עניא ווייל דאס איז א שטארקע הפסק פאר זיי, און ס'מאכט זיי לאנג ווייליג, מ'קען אבער איבערזאגן דעם תוכן פונעם זוה"ק פאר די קינדער, אז דער באשעפער מיט די מלאכים פון אויבן קומען אראפ פסח ביינאכט זעהן ווי שיין משה'לע און יענקעלע פרעגן די קשיות און הערן זיך צו די מעשה פון מצרים און זעהן ווי אונז עסן מיר די הייליגע מצות,

מוזגין כוס שני וכאן הבן שואל מה נשתנה,
יעדער פרעגט, מ'דארף האבן געדולד, היות זייער אסאך ווערטער זענען די זעלבע און מ'קען ווערן צומישט איז כדאי אז דער טאטע זאל צוהעלפן (דער חיד"א זאגט את פתח לו, דאס קינד וויל זאגן דו העלף אים נאר צו, את פתח לו עפן זיין מויל....) למשל, שבכל הלילות איז דא ביי אלע 4 קשיות, ממילא ווען דאס קינד זאגט אלע נעכט פון אגאנץ יאר, דארף דער טאטע צו העלפן וואס קומט נעקסט אנו אוכלים צו אין אנו מטבילין, די זעלבע איז ביי הלילה הזה, וואס שטייט ביי אלע פיר קשיות, ווען דאס קינד זאגט הלילה הזה די נאכט פון פסח, דארף דער טאטע זאגן כלו מצה, אדער מרור, צו שתי פעמים,

אז קינדער לאכן, ווערט נישט נערוועז, האלט דיך רואיג, דאס געלעכטער וועט נאכלאזן, ס'איז נארמאל פאר קינדער צו כאפן א לאך, פון חז"ל שטייט מחלקין כליות ואגוזים, ביי מיר איז דאס א שטארקע קפידה איך האב גרייט ניסלעך מיט קראכער'ס (בכלל איז א ניסל אסאך אינטרעסאנטער ווען מ'קראכט אים אויף, אז מ'עפנט אים אויף מיט אזא זעץ האט דער ניסל גאר א אנדערע טעם) ווען א קינד פרעגט שיין די קשיות באקומט ער אפאר ניסלעך מיט א קראכער ער קען קראכן ניסלעך (פשוט כדי ער זאל עסן עפעס און זיין געדולדיג שפעטער) טאטי! איך דארף נאך ניסלעך..., באלד נאך די מכות וועט מען באקומען נאך...,

טאטע לעבן איך האב דיר געפרעגט פיר קשיות זיי מוחל ענפער מיר א תי',

דער טאטע חזר'ט איבער די פיר קשיות מיט די נוסח פון די הגדה, און הייבט אן: די תירוץ איז:
עבדים היינו....,
אויב מ'זאגט די הגדה מיט טייטש האט מען האלב וועגס יוצא געוועהן די מצוה פון סיפור יצ"מ, ס'איז יא אבער כדאי פון צייט צו צייט זיך אפצושטעלן מפסיק זיין מיט הסברים, ענדערשט ווי די גאנצע סיפור אויף איין מאל, די פאקט איז אז אפי' די בעסטע מלמד האט א פראבלעם צו רעדן לאנג אז די קינדער זאלן מיטהאלטן מתחילה ועד סוף, ער מוז האבן גאר אסאך דראמאטיע אז די קינדער זאלן אים אויסהערן א לעגערע וויילע, ממילא איך מער כדאי צו זאגן קטעים, א שטיקל דא א שטיקל דארט, אריין פלעכטן און אויסרעדן בשעת'ן זאגן די הגדה, ווייל דאס וועל זיי ענדערשט אויסהערן, ווי אויך די לאנגע געזאגעכט'ס וועט נישט זיין לאנג ווייליג, ווייל יעדער פאר מינוט קומט עפעס אינטרעסאנט.

מ'זעהט טאקע אז די עצם הגדה איז אויסגעשטעלט אזעלכע קורצע שטריכן פון סיפור יצ"מ, ויענונו, ויתנו עלינו עבודה קשה, צו אפי' די מכות, דם, צפרדע, איינציגע ווערטער וואס זאגט שוין אסאך, אזוי אויך דארף מען זיך מצמצם זיין צו זאגן קורצע שטריכן פון די מעשה, אז א קינד וויל זאגן תורות, זאל ער ענדערשט זאגן ביי די בייטאג סעודות, אדער ביי שולחן עורך, מ'דארף מער דגוש לייגן אויפן עצם הסיפור, ס'איז דאך א דאורייתא, און די צייט איז נישט מספיק פאר קיין תורות, מ'טאר נישט פארגעסן פונעם עיקר, די עיקר איז די סיפור און די מצוות הלילה, ווי מצה, מרור, אפיקומן, ד' כוסות,

אילו לא הוציא הקב"ה הרי אנו ובנינינו, אונז וואלט מיר נאך אפי' היינט!! געוועהן אין מצרים, ווען נישט די נס פון פסח, שטעלט'ס ענק פאר וויאזוי אונז וואלט מיר אויסגעזעהן אין מצרים אן א תורה, אן קיין גארנישט...

כנגד ארבעה בנים דברה תורה
דא קען זיך דער טאטע צוברייטערן רעדן בגנות הרשעים, ווי גוט ס'איז פארן ת"ח וואס לערנט תורה, ער ווייסט וואס מ'דארף צו טון, ער קען קען גאנץ הל' פסח ביז אין מפטירין (די לעצטע הלכה) ער פארהערט זיך ער קען אלעס, דער רשע נעבאך מ'האקט אים אויס די ציין, מ'לאזט אים אפי' נישט עסן דעם קרבן פסח, פארוואס? ווייל ער איז נישט נאר א רשע פאר זיך נאר ער שטערט אנדערע פון טון מצות וכו' וכו', דא קען יעדע טאטע אריין לייגן וויפיל ס'גייט, ס'איז א קבלה אז פסח ביינאכט זענען די הערצער פון די קינדער אפן, אפי' ס'דאכט זיך אז זיי הערן נישט עכ"ז די נשמה הערט!

מתחילה עובדי ע"ז הי' אבותינו
קינדער! ווער ווייסט? וואס איז געוועהן דער תרח?, דא קען מען זיך צוברייטערן איבער די גאנצע געשטקע הענדלעריי, וואס אברהם אבינו האט צוהאקט, אריין אין קאלעך אויוון, ארויס לעבעדיג, האט שוין יעדער געזעהן אז אלע געטשקעס זענען גארנישט ווערד,
און ממשיך זיין דעם השתלשלות הדברים, דער באשעפער געזאגט פאר אברהם אז אידן וועלן זיין אין מצרים, יצחק געבוירן אויף די עלטער, געהאט 2 קינדער יעקב און עשו, מ'קען רעדן בגנות עשו ער איז געוועהן א באם נישט געהאלטן ביים לערנען זיך געדרייט אין די גאסן, יעקב אבינו איז געוועהן א צדיק, אבער א קלוגע צדיק, אויסגעכאפט די בכורה, און מסכים געוועהן צו גיין אין גלות מצרים,
ויעקב ובניו ירדו מצרים,

והוא שעמדה
מ'קען לייגן דא א דגוש איבער גלות בזמן הזה, וויסן אז מיר זענען אין גלות צווישן גוים, אפשר מיר שפירן דאס נישט אזוי שטארק, אבער נאך היינט איז דא מדינות ווי מ'פייניגט אידן, אין איראן, (אפשר יאפאן), און אפי' במחשבה איז דא אויך דאהי זייער אסאך גוים וואס טראכטן ווי מ'קען עפעס שלעכט'ס טון פאר די אידן, אבער,
והקב"ה מצלינו מידם,

צא ולמד מה בקש לבן
דער לבן דער פאפער ווער געדענקט נאך וואס לבן האט געטון מיט יעקב?
ער איז שולדיג אין אלעם, ער האט פארדרייט מיט פאפעריי רחל מיט לאה, (ביי די חתונה האט מען געזינגען האליי האליי ליי ליי) איז ראובן געווארן די בכור, יעקב האט אבער געוואלט אז יוסף זאל זיין דער בכור, האבן די שבטים אים מקנא געוועהן, האבן זיי פארקויפט יוסף ביז קיין מצרים, וואס דאס האט גורם געוועהן גלות מצרים, (חיד"א) כאטש מיר האלטן נישט פון זאגן תורות אבער דאס איז ממש א חלק פון פשט, וואס איז אויך אינטרעסאנט פאר די קינדער, ווייל יעדע'ס קינד ווייסט צו זאגן פון דעם לבן דער פאפער...

ויהי שם לגו מלמד שהי' ישרא'ל מציונים שם,
מיט שם לשון מלבוש, די יסוד פון כלל ישראל בכל הדורות, מ'קען רעדן פון דעם.

ורב כמה שנאמר רבבה כצמח השדה
די מדר' אז אידישע מאמע'ס האבן געלייגט זייערע קינדער אין פעלד און דער באשעפער האט זיי געפיטערט מיט האניג און מילך, צום סוף האבן זיי אליין דערקענט זייערע הייזער בדרך נס כידוע, אויך א גוטע טעמע וואס ציט די אינטרעסע פון קינדער.

וירעו אתנו... עבודה קשה
מ'קען געבן א משל ווי די גוי'טע פאר פסח האט געארבעט שווער, אזוי האבן אידן געדארפט ארבעטן אין גוי'שע הייזער,

ויענינו
אידן האבן געמאכט קאנסטראקשן, געבויעט פיתום רעמסס... מיט פרך, פה - רך קודם באצאלט און דערנאך געצווינגען, און געשלאגן מכות אויב מ'האט נישט געארבעט

ונצעק אל ד' אלקינו
כאטש אידן האבן נאכנישט געהאט קיין סידור קיין תהלים, האט מען געשריגן בכל לשון, אפי' אויף אידיש, כביכול פארשטייט יעדע שפראך, אז א איד האט א פראבלעם קען מען רעדן צום באשעפער אזויווי מ'רעדט צו א טאטן, אויף אידיש.

ואת עמלינו אלו הבנים
אריין געווארפן די קינדער אין וואסער, א שטארקע דראמאטיע פאר קינדער,

לחצינו זו הדחק
זיי האבן געלייגט פרעשור צו ענדיגן שנעל, ס'איז געוועהן א לחץ, קליינע דירות צוזאמען געשטופט, לחצינו מ'האט געזעהן ווי אנדערע ארבעטן, טאטע, זיידע, מאמע, באבע, ברודער, שוועסטער, דאס האט צוגעגעבן זייער אסאך צום צער.

ויוצאינו לא ע"י מלאך
דער באשעפער אליין איז ארום אין מצרים קוקן וועלכע הויז האט בלוט, און אריבער געשפרינגען, ווי ס'האט געפעלט בלוט איז כביכול אריין אין געהרגעט, לא ע"י שרף, דער באשעפער אליין האט אזוי ליב אידן אז ער האט דאס געוואלט טון אליין,

אלו עשר מכות
דא קען שוין יעדער זיך צולאזן וויפיל מ'וויל, גיסן טראפן, ויש טעם בזה ווייל ביי יעדע מכה זענען געפאלן נאך מצרים, זיי זענען געווארן פוחת והולך ממילא מאכט מען דעם בעכער אויך פוחת והולך.

נאך די מכות, בעת מ'זאגט שיטת ר' אליער ר' יוסי ר' עקיבא, אויב זעהט מען א קינד איז הונגעריג קען מען אים געבן א ניסל אדער אפי' א שטיקל מצה פאר גאר קליינע קינדער.

כמה מעלות טובות וכו',

רבן גמליאל הי' אומר כל שלא אמר שלש דברים אלו לא יצא יד"ח בפסח, ואלו הן
פסח מצה מרור,
דא איז דא א קפידה אז די קינדער זאלן ארויס זאגן די דריי ווערטער, פסח, מצה, ומרור,
דערנאך צולייגן די טעמי הדברים מצה זו שאנו אוכלים על שום מה, מרור זו על שום מה, ווען מ'כאפט אן די מצה און די מרור זאל מען דאס אזוי אנכאפן און אויפהייבן אז יעדער זאל דאס באמערקן, נישט יוצא זיין מיט א קליינע ווייז מיט די פינגער מצה זו, נאר ממש ארויס נעמען און ווייזן פאר די גאנצע משפחה, קינדער עטץ זעהט'ס? "מצה זו" דעי מצה, און ביי מרור די זעלבע זאך כאפ אן דעם מרור (קענסט אפי' היייסן א קינד שמעקן די ציפעדיגע כריין זאל ער זאגן צו ס'ציפט טאקע) על שום מה שמררו את חייהם....

בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו
ס'איז אביסל שווער זיך מצייר צו זיין, אבער מ'דארף דאס מערסטע פראבירן אויסצומשל'ען דעם כאילו הי' יצא, כאילו אונז האלט מיר אינמיטן ארבעט און מ'הערט היינט דעם שופר של משיח, אזוי האבן מיר אויסגעזעהן בשעת יצי"מ, אפשר געבן א משל פון די יאפאנע בחורים וואס זיצן נעבאך אין תפיסה וויאזוי וואלט זיי געפילט ווען מ'נעמט זיי ארויס פון דארט, אט אזוי דארף מיר פילן.

פאר הלל קען מען מאכן א קורצע הקדמה וואס שטייט אין מדרש, אז יענע נאכט די לעצטע נאכט אין מצרים, ווען אידן האבן געגעסן דעם קרבן פסח, און געוויסט אז ס'קומט שוין די ישועה, אינמיטן די נאכט איז פרעה ארום געלאפן מיט די פידזאמע'ס זוכן משה, ווי איז משה, ער איז דא, ער איז דארט, פרעה איז געוועהן קהל'ס נער אלע קינדער האבן געמאכט פורים פון אים...., ענדליך האט ער דעגרייכט צו משה רבינו'ס הויז, און מיט איין קול האט ער געשריגן משה! און אלע אידן! ענק זענען באפרייט!, ווי נאר משה האט געהערט די בשורה האט ער אנגעהויבן זאגן אט די פסוקים,
הללוקה הללו עבדי ד', מיר זענען מער נישט עבדי פרעה נאר די עבדי ד',

דעריבער לאמיר זאגן הללוקה הללו עבדי ד'...,

(ס'איז משמע אז הלל דארף געזאגט ווערן על הכוס דהיינו מ'דארף אנכאפן דעם כוס בשעת הלל, כ'האב אבער נישט געטראפן קיין מקור דערויף, ביי מיין שווער איז דא אזא קפידה אז יעדער כאפט אן דעם כוס (נישט מ'הייבט עס אויף נאר מ'כאפט עס בלויז אן) און מ'זאגט הלל אזוי אויך ביים בענטשן על הכוס, אבער ביי אנדערע האב איך דאס נישט געזעהן, אדרבה אז איינער האט א מקור זאל ער ברענגען, על הכוס קען אבער מיינען פונקט ווי מצה וואס איז עונים "עליו" דברים הרבה, דהיינו וווען די מצה איז אויפן טיש, אזוי אויך "על הכוס" קען מיינען ווען דער כוס איז אויפן טיש.

אם הבנים שמחה הללוקה, בצאת ישראל ממצרים בית יעקב..., חלמוש למעינו מים
מ'זאגט די ברוך פון אשר גאלנו מיר גרויס כוונה און שמחה, ביז גאל ישראל, דאס איז שוין דער באקאנטע גאל ישראל אויף וואס די קינדער קוקן ארויס נאך ביי מגיד....

רחצה מוציא מצה
ס'איז כדאי צו מאכן זיכער אז די קינדער זאלן האבן מצות בעפאר מ'וואשט זיך, יעדער זאל האבן זיין זעקל, אז מ'האט שוין אביסל גרעסערע קינדער זאל מען פארלייגן דעם שיעור, לכתחילה אביסל מער ווי א האלבע מצה איז צוויי כזיתים, (איך ווייס נישט פארוואס אבער אגאנץ פסח האקט יעדער מצה וויפיל ס'גייט און דא ביים מצות עשה דאורייתא מאכן די ווייבער קונצן ס'איז צופיל, מ'קען נישט עסן אזוי סאך מצה, גיי ווייס, ס'איז מסתמא מעשה יצר)

נאך רחצה מאכט מען אזא הויכע על נט"י, אז ס'זאל זיך הערן דעם "יא" על נט"י, מוציא, מצה, עסן אנגעלאנט מיט אלע כוחות, ס'זאל זיין ווי מער אויפאלנד אין די אויגן פון די קינדער, אז מ'קען זאל מען זיך ממש אויסציען בפישוט ידים ורגלים, אז די קליינע זאלן זאגן טאטי שלאפט... עס עסט ווען ער שלאפט....
וויאזוי צו געבן מוצאי'ס פון לחם משנה איז דא עטליכע מנהגים, דאס בעסטע איז כמנהג סיגוט וכן בהרבה מקומות אז יעדער באקומט א זעקל מיט מצה פון פריער, נאכן טאטנ'ס המוציא מיט אכילת מצה, באקומט יעדער קליינע שטיקלעך פון די לחם משנה און דער טאטע נעמט זיך עסן די כזיתים,

עס דארף געזאגט ווערן אז די כזיתים זענען זייער האקל, מענטשן זענען צומאל מחמיר וואס סופו איז א קולא, ווייל אז מ'עסט זיך אן מיט צופיל מצה, ווערט דער אפיקומן אכילה גסה וואס דאן איז מען נישט יוצא, דער אפיקומן דארף זיין נאכל על השובע נישט ווען מ'איז אנגעפאקט.

מרור
די קינדער האבן ליב צו זעהן ווי דער טאטע מוטשעט זיך ארום מיט די שארפע מרור, ס'בלייבט א זיסן רושם אין זייער מוח, אויב די מרור איז נישט גענוג שארף מעג מען סתם אזוי געבן עטליכע היסן ס'זאל לכה"פ אויסזעהן ווי שארף....,

דרך אגב אויב ס'איז טאקע שארף קען מען טרינקען ווארעם וואסער דאס נעמט אוועק די גאר שטארקע שארפקייט, און חלילה צו אטעמען מיטן מויל אריין ווייל דאן גייט אריין דאס שארפקייט אין די לינגען און מ'היסט עד הסוף, אויב זעהט מען אז ס'ציפט צו שטארק, דארף מען געבן א צו אריין פון די נאז און ארויס בלאזן פון די מויל ארויס,

כורך
מ'וויקלט איין....
דעם כורך גייט מיט 2 כזיתים, כזית מצה, כזית מרור, דא דארף מען נישט מחמיר זיין אויף צו גרויסע שיעורים, ווייל מ'דארף דאס אראפ שלינגען אויפאמאל.

שולחן עורך
מ'עסט און מ'טרינקט...., מ'עסט אייער
ווי געשמיסט אין אונזער ארטיקל "אידישע תאוות" האט דער איי פסח ביינאכט א באזונדערע טעם, מיט די זאלץ וואסער ארויף געשמירט, (טייל פוסקים זאגן מ'זאל נישט טינקען די איי אין זאלץ וואסער ווייל מ'זאגט דאך אז ס'איז נאר דא שתי פעמים מטבילין, נישט דריי)
מ'זאל זעהן די קינדער זאלן עסן געהעריג א סעודה לכבוד יו"ט, אליינ'ס דארף מען האלטן חשבון נישט צו עסן צופיל ס'זאל נישט זיין דער אפיקומן קיין אכילה גסה.

צפון
מ'נעמט אפיר....
ס'איז שוין שפעט ס'איז שוין באלד ביי חצות, אויב זעהט מען די זייגער איז פאראויס, זאל מען שוין ביי אנפאנג שולחן עורך, ווילאנג מ'ברענגט אריין דאס עסן מאכן אלע חשבונות ווער ס'בעט וואס, און זיך פאר'חשבון'ען מיט די קינדער וואס יא און וואס נישט, וואס מ'קויפט חול המועד און וואס מ'קויפט שבועות, און אפיר זוכן דעם אפיקומן גנב, כדי אז שפעטער ווען מ'יאגט זיך זאל מען נישט מוזן זיין ביזי מיט די אלע ענינים,

נאכן אכילת אפיקומן, טאר מען שוין נישט עסן, אבער טרינקען וואסער יא, (ס'איז טאקע ראטזאם צו טרינקען ווי מער וואסער, ווייל די כזיתים טריקענען אויס דעם קערפער, און אויך די וויין טריקנט אויס, ממילא אז מ'טרינקט גענוג וואסער איז מען דעם נעקסטן צופרי א נארמאלע מענטש)

ברך
מ'בענטש מלה במלה, די קינדער זאלן מיטזאגן ווארט ביי ווארט, די ברכת המזון פון פסח ביינאכט איז גאר גרויס און הייליג עס שטייט אין די ספרים אז די ברכהמ"ז פון פסח ביינאכט איז די העכסטע בהמ"ז פון אגאנץ יאר, אויסער דעם איז דאך פסח א זמן מסוגל לפרנסה, ווי אויך ברכת המזון איז מסוגל לפרנסה, און וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?.....

נאכן בענטשן גיסט מען אן דעם כוס של אלי', און מ'קען שיקן אלע קינדער צום טיר עפענען און מקבל פנים זיין אלי' הנביא, ס'ליגט דאך אזויפיל אמונה און תקוה ביים עפענען דעם טיר פאר אלי' הנביא וואס מ'זעהט אים בכלל נישט מיט די פליישיגע אויגן ס'איז נאר די אמונה אז ער קומט אין אידישע הייזער, זאלן טאקע אלע קינדער האבן א חלק אין דעם,

אוי אוי שפוך חמתך אל הגיום
די באדייט פון שפוך חמתך ביטע ליינט מיין ארטיקל (וואס טוט מען מיט די הונגעריגע הונט)

הלל
פון דא און ווייטער זאגט שוין יעדער לויט זיין טאטנ'ס מנהג, איינער זאגט, איינער זינגט, די גאנץ קליינע שלאפן שוין, און די גרעסערע קען מען רופן זיצן אויף'ן היסב בעט, (ס'איז דאך א גאנצע גדולה) און צוזאמען שיין זאגן הלל מיט די פזמונים און שטיקלעך ביז חד גדיא.....

חסל סידור פסח, מעג מען מאכן א רקידה'לע, פארוואשע נישט?, לעבעדיג, זך שוכן מעונה.... אוי פדיום לציון, פדיום לציון, ברנה,

לשנה הבא בירושלים, לשנה הבא בירושלים, לשנה הבא בירושלים

נאכן סדר עפ"י דינא דשו"ע בלייבט מען אויף עד שיחטפנה שינה, און מ'איז עוסק ביצ"מ, לערנען מדרשים, מפרשים, ועוד.

דער הייליגע גר"א האט געמאכט א חשבון וויפיל מצות א איד איז מקיים פסח ביינאכט, און דער חשבון איז אויסגעקומען צו עטליכע הונדערט מצוות.

****

חודש ניסן תש"ע לפ"ק

צו רעדן איבער אלע פרטים פונעם סדר נאכט איז כמעט נישט די צייט מספיק, אלע ספרים זענען פיל מיט מאמרי קודש ווי יעדע ספר לפי קדושתו ובחינתו לייגט אריין כוחות אין דעם ליל התקדש החג, אבער מיר פראבירן זיך צו האלטן צו א קו צו א ליניע וואס איז נוגע נאר פאר א טאטן ביים סדר,

איך האב שוין געשריבן ווען דעם אין מיין שבת ארטיקל אבער פסח איז עס מער נוגע, ס'איז דא טאטע'ס וואס גרייטן זיך שטארק צו מיט א הכנה דרבה מיט זעק סחורה וואס זיי ווילן איבער געבן פאר די קינדער, פשוט מקיים צו זיין די מ"ע פון למען תספר בשלימות, עכ"ז דארף מען געדענקען אז מ'קען עס נישט איבער טרייבן, מ'קען נישט צו שטארק איבער געוועהן (אין ענגליש הייסט דאס אווער דאואינג) דער רצון איז אזוי שטארק פון וועלן פארקויפן די קינדער וואס מער מדרשים און מעשיות אבער נישט אלץ זענען די קינדער כלים צו דעם, און דער טאטע קען צובראכן ווערן ווען ער זעהט אז זיינע ווערטער דעגרייכן נישט צום ריכטיגן מקום,

ראשית נישט אלעס וואס מ'ווייסט און וואס מ'האט נאר אמאל געזעהן און געלערנט פאר פסח מוז געזאגט ווערן ביים סדר, מ'קען זיך קלויבן עטליכע זאכן וואס מ'וויל זאגן, ענדערשט ווייניג נאר גוט, ווי איידער אסאך און נישט גוט, די בעסטע עצה איז זיך אליינס אריין שטעלן אין די קינדער'ס מצב, פראבירן זיך צו דערמאנען ווען מ'איז אליינס געוועהן א קינד וועלכע זאך ער געדענקט גוט פון זיין חדר רבי אדער זיין פאטער וואס זיי האבן אראפ געלייגט בטוב טעם ודעת אזש ער געדענקט דאס נאך ביז היינט, אויב איז עס דיר געוועהן אזוי אינטרעסאנט ווען דו ביסט געוועהן א קינד, איז עס זיכער אינטרעסאנט פאר דיין קינד ווען ער איז יעצט א קינד,

עטליכע האבן מיר געפרעגט אין אישי וועלכע ספר וועלכע הגדה איז גוט זיך פארצוקוקן אויפן סדר פאר קינדער, מיין תי' איז אז לכתחילה דארף מען קענען דעם למען תספר פון הרב וואלף בראווער שליט"א, אבער ער איז בארוכות און מ'דארף קלויבן וועלכע נקודה מ'וויל נאכזאגן פון דארט, ס'איז אבער דא א הגדה מיט נאמען "הגדה ואגדתא" דער הגדה איז א ליקוט פון א וועלט מיט מדרשים ועניני הסיפור בעצם (נישט קיין תורות פשוט די מעשה) און דאס ליגט ביי די ווערטער פון די הגדה, דהיינו בשעת ווען מ'זאגט די הגדה קען מען אריין פלעכטן די חלקים פון די מעשה פון מצרים, ער געט די איידיע ווי מ'קען דאס פארציילן און וואס מ'קען דערציילן, (על כל פנים אני הקטן האב שטארק הנאה פון דעם ספר)

א פראבלעם מאכט זיך אויך ווען א טאטע פארמאגט קינדער אין אלע עלטער'ס בלע"ה, מ'קען נישט רעדן אייניגע שפראך צו יעדן, די שפראך וואס מ'ניצט פאר קליינע כתה א' יונגלעך קען מען נישט ניצן פאר כתה ח' אדער גאר ישיבה קטנה בחורים, דא דארף דער טאטע האבן דעם משקל ווי צו זאגן וואס, צומאל ווערן די גרעסערע מער אומגעדולדיג ווען דער טאטע רעדט צו די קליינע חברה אויף בעבי שפראך, קודם פאר די גרויסע זאל מען צושטעלן אזעלכע הגדות וואס אויב האט ער נישט קיין געדולד אויסצוהערן די קליינע שפראך קען ער זיך איינקוקן אין די אייגענע הגדה....,
שנית דארף דער טאטע מקדים זיין ביי עבדים היינו אפי' כלנו חכמים כלנו נבונים מצוה עלינו לספר, פאקטיש זעמיר אלע געוועהן אין זעלבן פעקל, פארן מצרי איז נישט געוועהן קיין חילוק צו דו ביסט אלט 5 יאר צו דו ביסט אלט 13 יאר, ער האט ביידע נישט געשוינט און אלע האבן געליטן אייניג, אפי' גאנץ יונגע קינדער האבן געמוזט ארבעטן שווער, און גאנץ קליינע קינדער זענען גענומען געווארן צו די שחיטה, ממילא אז הוצאנו ממצרים איז מצוה עלינו לספר נישט קיין חילוק אויף וועלכן שטייגער און אויף וועלכן שפראך, מ'מוז דערציילן די נסים וואס איז נוגע פאר יעדן אין אלע עידשעס....

שלישית דארף דער טאטע זאגן פאר די גרעסערע קינדער אז די מעשה פון יציאת מצרים איז נישט ווי סתם א מעשה וואס מ'דערציילט פון א צדיק און נאר ווען ס'איז אינטרעסאנט הערט מען דאס אויס (דאס איז נישט קיין מעשה טעיפ פון פישל שעכטער וואס נאכדעם וואס מ'הערט שוין דעם טעיפ 3 מאל ווארפט מען דאס אוועק) דא ליגט א געוואלדיגע קודשה אין די מעשה, דאס רידערט אויף אלע הימלען בשמים, די מלאכים קומען צו גיין, (כמבואר בזוה"ק פ' בא פקודא בתר דא) דאס איז א סיפור פון אמונה וקדושה אויסער א ריכטיגע מצות עשה מן התורה פון למען תספר ברענגט דאס אמונה אויף אגאנץ יאר, גרעסערע קינדער וואס הערן אזעלכע ווערטער וועלן אטאמאטיש זיצן מיט געדולד ווען דער טאטע וועט רעדן צו די קליינע קינדער,

רביעית איז דא חלקים וואס זענען אינטרעסאנט פאר ביידע, פאר גרעסערע קינדער קען מען זאגן אז זיי זאלן זיך מצייר זיין ווי זיי אליין ווערן אויפגעוועקט פרי פארטאג'ס און ארויס געשלעפט אויפן פעלד צו אקערן און זייען, שניידן און שוויצן אונטער די הייסע זון, און וויפיל מאל האט מען געכאפט ביטערע שלעק פון די מצרים, בשעת יצ"מ זאגט די מדרש אז א ריזיגע פראצענט אידן זענען געוועהן בעלי מומים, איינעם האט געפעלט א פינגער, א האנט, צובראכענע פיס, אויגן, ציינער, צוהאקט און צוביילט, מיט טיפע סימנים פון די שווערע פייניגונג, ביז מתן תורה איז יעדער געווארן אויסגעהיילט, אזא נקודה איז נוגע בעיקר פאר גרעסערע קינדער,

ווי אויך אזא נקודה אז מ'האט נישט געהאט קיין כח הדיבור ווי זיך אויסצורעדן די פראבלעמען, געווענדליך ווען א מענשט האט א צרה קען ער נעמען א תהלים, ער קען גיין צו א גוטן איד זיך אויסצורעדן זיינע פראבלעמען, ער קען נעמען א גמ' זיך אויסליפטערן און פארגעסן פון זיינע צרות, ווידער אין מצרים איז נישט געוועהן קיין רבי קיין גוטער איד, ס'איז נישט געוועהן קיין תורה, ס'איז נישט געוועהן קיין סידור, כאטש אסאך אידן האבן מקיים געוועהן דעם ונצעק אל ד' אלקינו, פשוט געשריגן אוי אוי אוי טאטע זיסע העלף, אבער פיל אידן זענען נעבאך געוועהן אזוי בשפל המצב אז זיי האבן דאס אויך נישט געקענט, סגר עליהם המדבר דאס מויל איז זיי געוועהן פארשפארט..., קינדער עטץ ווייסט וואס דאס מיינט מ'האט א צרה און מ'האט נישט אפי' פארוועמען צו רעדן???...

איין אייציגע זאך האבן קינדער געהאט אין מצרים, די מסורה פון זיידעס און באבעס און דער באשעפער האט צוגעזאגט פארן עלטער עלטער עלטער זיידן ר' אברהם אבינו אז ער גייט אונז ארויס נעמען פון מצרים ביד חזקה, יעדן פרייטאג צונאכט'ס זענען די אידן זיך צוזאמען געקומען און מ'האט זיך געטרייסט מיט די איין אייציגע זאך אז ס'איז דא אזא קבלה אז מ'וועט נאך סוף כל סוף אויסגעלייזט ווערן, אידן האבן געלעבט מיט די פלעני פשוט'ע אמונה פון קבלת אבות אז יא דאס וועט זיין דער גוטע סוף, איר מיינט אז יעדער האט געגלייבט? נע... רוב מענטשן האבן נישט געוואלט גלייבן, 5 מאל מער מענטשן האבן נישט געגלייבט ווי די פאר געציילטע ערליכע אידן וואס האבן יא געגלייבט, וואס איז געשעהן צום סוף? ס'איז געקומען די ששת ימי אפילה און זיי (די נישט גלייבער'ס) זענען אויסגעשטארבן און געבליבן זענען נאר די פאר ערליכע אידן... זיי האבן געזעהן מיט די אויגן ווי זייער דם שונא פרעה אליין שטייט ביים טויער פון מצרים און יאגט ארויס די אידן פון מצרים,

פונקט אזוי קינדער וועט זיין ווען משיח וועט קומען, נאר די פאר ערליכע אידן וואס האבן זיך געהאלטן אין גלות מיט די אמונה פשוטה וואס גלייבן אז סוף כל סוף וועט נאך קומען דעם גוטן טאג והשיב לב בנים על אבותם, חלילה פאר די אידן וואס גלייבן נישט... ווער ווייסט וואס וועט זיין דער סוף מיט זיי...
(אוי ווי בינעך דא? ס'איז דאך נאר ז' ניסן, נו! תלמוד לומר ביום ההוא בשעה שיש מצה ומרור....)

בקיצור ס'איז דא אסאך ענינים וואס איז שוה לכל נפש פאר אלע קינדער און סיי וועלכע עלטער, די טעמע פון זאגן תורות האב איך שוין געשריבן, ס'איז נישט פארן טאטן און נישט פאר די קינדער, הן דער טאטע זאל זיך נישט פארלייגן אויף תורה זאגן, נאר אויסניצן די צייט פאר די עצם סיפור, חוץ א ווארט וואס איז התעוררות און ס'איז מעורר דעם זמן, ווי למשל צדיקים זאגן ס'איז א סדר אויף אגאנץ יאר, אבער מגודל קדושת הלילה וואס איז פשוט א טרייב קראפט ממשיך צו זיין דעם סדר, אויך נישט די קינדער זאלן זאגן תורות ס'איז א טאג וואס זיי דארפן הערן און נישט זאגן, ביי די סעודה איז אפשר א זמן וואס מ'קען געבן צייט פאר די קינדער צו זאגן איין תורה אדער צוויי,

ס'איז א אלטע טעמע אבער איך שפיר אז מ'דארף אנרירן די נקודה, דאס איז דער "חצות", מעיקרא דדינא אזוי שטייט אין שו"ע (סי' תע"ז) ויהא זהיר לאכלו קודם חצות, ווייל ס'איז א זכר לקרבן פסח, ס'איז אבער דא מענטשן וואס מאכן דעם חצות פאר א בייטש און זענען עובר עטליכע איסורים מיטן תי' חצות, קודם איז מען נישט מקיים געהעריג דעם סיפור יצי"מ מכח דעם געיעג, שנית ווערט צומאל בטל סעודת יו"ט, ועוד צומאל מצער זיין א ווייב (איר באשולדיגן אז נאר צוליב איר האט מען געשפעטיגט) וד"ל,
אמת אין חלק ההלכה האט דער חצות א שטארקע יסוד, ס'איז דא אפי' א לשון פון פרי מגדים אז מ'זאל אפי' אויסלאזן חלקים הגדה כדי צו קענען עסן אפיקומן פאר חצות,
אויך שטייט אין דרשות חת"ס אז ואכלתם אותו בחפזון א רמז אז מ'זאל מאריך זיין בסיפור יצ"מ און און עסן די סעודה שנעל א רמז צו יענעם בחפזון פון יצי"מ, (כאטש וואס אין מנהגי חת"ס גופא שטייט אז דער חת"ס אליין האט נישט מקפיד געוועהן אויף אפיקומן חצות, אפשר האט דער דרשות חת"ס אנגעדייט אויפן עלות)

עכ"ז א שטוב מיט קליינע קינדער איז שווער צו קאנטראלירן צו זיין פונקטליך ביי חצות מיטן אפיקומן, צומאל איז די מאמע פארנומען מיט א פיצל'ס אדער א זייטיגע פראבלעם, אוודאי לכתחילה איז דאס א וויכטיגע זאך, אבער אויב מ'זעהט אז מ'קען נישט יש להם על מה שיסמוכו, (עי' שו"ת מנח"א סי' נ"ה, אז ס'איז נאר א מנהג, וכן בשו"ת מנחת יצחק חלק ט' סי' מ"ח)

ועוד אויב איז מען טאקע אזוי מפקיד אויף חצות אז מ'וועט פארדעם מנהג טון פארשידענע נישט גוטע שריט, להוי ידוע אז גלייך נאך די ווערטער פון שו"ע ויהא זהיר לאכול קודם חצות זאגט דער רמ"א (וואס מיר בני אשכנז פסק'נען) ויקדים עצמו שגם ההלל יקרא קודם חצות, אויב ביסטו אזוי מקפיד אויף אפיקומן פאר חצות ביטע זיי אויך מקפיד אויף דעם רמ"א פון הלל ווייל ביידע הלכות האבן כמעט דעם זעלבן תוקף.

אינעם ערשטן חלק ארטיקל האבן זיך מאנכע אפגערעדט אז מיר האבן מקצר געוועהן ביים צווייטן העלפט סדר, הגם ס'איז נישטא קיין סאך וואס צו רעדן, ווייל יעדער זינגט זיך זיינע ניגונים מיט זיינע נוסחאות מבית אבא, עכ"ז איז כדאי זיך אביסך פארקוקן בערך צו וויסן וואס מ'רעדט (ווער עס האט אביסל גרעסערע קינדער) צו זאגן בערך אויפן שפיץ גאפל וואס מ'זאגט דא,

הלל, איז דאך פשוט אז דאס זענען קאפיטלעך תהלים וואס דוד המלך האט מייסד געוועהן צו זאגן פאר הלל והודאה, הלל הגדול איז די אלע חסדים פון בריאת העולם ביז ווען אידן זענען אריין קיין ארץ ישראל, און די לעצטע פיר קטעים זענען נוגע פאר א איד טאג טעגליך, שבשפלינו זכר לנו, דער באשעפער געדענקט אונז אין אוזנער שפלות, נותן לחם לכל בשר מיר האבן צו עסן וכו', נשמת כל חי איז דער תפלה וואס יעדער איד זאגט שבת און בעת שמחה ווען א איד שפירט זיך שולדיג פארן באשעפער,

נאכן פערדן כוס, חסל סידור פסח (מ'מעג זיך ארויס לאזן מיט א רקידה לשנה הבא בירושלים מיט א האפענונג אז בניסן עתידין להגאל נאך היינט נאכט הערט מען דעם שופר של משיח) ויהי בחצי הלילה מיטן פיוט ואמרתם זבח פסח, פארציילן אין קורצן אז דא רעדט מען פון אלע נסים וואס איז געשעהן די נאכט פון פסח און די נסים וואס איז געשעהן אינעם טאג פון פסח, כי לו נאה כי לו יאה איז שבחים פונעם באשעפער מ'זאגט זיבן מאל "לך" קעגן די זיבן הימלען היות פסח ביינאכט זענען אפן אלע הימלען און אלע מלאכים זינגען צוזאמען מיט די אידן שירה,

אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב, איי וויפיל טרערן האבן אונזערע אבות און אונזערע צדיקים פארגאסן ביי דעם פיוט, (מיין פאטער זז"ג ביי דעם פיוט וויינט ער כמים הפוגות....) ווען נאך ווי אזא נאכט פון פסח בעט זיך א תפלה הוא יבנה ביתו בקרוב ק'ל בנה קלה בנה..... זיצנדיג ביים סדר טיש אין אמעריקא אנשטאט צו זיצן אין א דירה'לע אין ירושלים סמוך ונראה צום פינת יקרת דער הר הבית ומשכן ד', אוי בעט זיך דעם ק'ל בנה...

אחד מי יודע, פארציילן מיר די מעלות פון כלל ישראל וואס מיר פארמאגן, מ'זאגט נאך פונעם מיטעלע בעלזא רב זי"ע (איך האב עס נישט געפינען אינעם ילקוט אמרי קודש אבער כך שמעתי) אז א עושר געווענדליך האט נישט ליב צו ווייזן זיין עשירות, אבער בעת א שמחה ווען ער איז גוט אויפגעלייגט דאן ווייזט ער זיין פארמעגן פאר זיינע באקאנטע, כלל ישראל האט אזא אוצר, אבות, אמהות, חמשה חומשי תורה, משניות, שבטים, י"ג מדות, אגאנץ יאר באהאלטן מיר אונזער אוצר, פסח ביינאכט איז דער זמן וואס מיר מאכן א שמחה און מיר זענען גוט אויפגעלייגט אה היינט קענען מיר ווייזן אונזער פארמעגן.... שפתים ישק, אזא געדאנק הייבט דעם געפיל פאר די קינדער צו די תורה ומצות,

חד גדיא חד גדיא!!!!
וועלכע קינד ס'איז נאך אויף דא ווערט יעצט לעבעדיג, א טעמע וואס קינדער האבן ליב, א קעצעלע עסט אויף א ציג, א הונט בייסט, א שטעקן שלאגט, פייער וואסער... ס'לעבט זיך...

כ'האב געזעהן בשם איינע פון די צדיקים אז חד גדיא איז א לחש קעגן א עין הרע, היות די מלאכים קוקן מיט קנאה ווי כלל ישראל רעכט אפ א סדר זאגט מען א לחש קעגן די עין הרע ס'זאל נישט שאטן זייער בייז אויג, טייערע חבירים אויב זענעט איר זוכה צו זיצן ביים סדר טיש מיט לעכטיגע קינדער סביב לשלחנך ווען מ'האלט שוין ביי חד גדיא, גיבט איין מינוט א שבח והודאה אז דו האסט זוכה געוועהן דערצו שהחיינו וקיימנו לזמן און כן תחיינו ותקיימנו, ווייל נישט יעדער האט די זכי', און איבער יאר אין ירושלים עיה"ק במהרה,

כל טוב גוט יו"ט

תגובה 1:

  1. וואלט אפשר כדי געווען צוצולייגן די צוגעקומענע מאמרים

    השבמחק