א טאטע אין חודש ניסן / ט.ב. שאץ מאץ
החודש הזה לכם ראש חדשים, א חידוש פון התחדשות, א חודש וואס אלעס איז כל כלו התחדשות, די לופט, די וועטער, די פסח'דיגע הויז, דער מענטש, דאס עסן, די הלכות, אלעס ארום בלאזט דעם זעלבן לופט און דעם זעלבן רוח פון חודש ניסן החודש אשר ישועות בו מקיפות, דער התחדשות פון תקופות העולם, תקופת השנה, תקופת החמה, אלעס מיט א פרישקייט,
מיר זענען נישטא צו רעדן דרשות במקום הרב ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א אדער צו האלטן ברייטע מוסר שמועסן, מיר דארפן זיך סך הכל האלטן צו א גראדן קו און צו א מהלך בדברים וואס איז נוגע פאר אונז אלעמען און זיך צוזאמען אויסשמועסן איבער דעם חודש ניסן וואס אונז טאטעס קענען זיך מוסיף זיין און מחדש זיין בימי החידוש און דעם לעכטיגן הייליגן זיסן חודש ניסן.
יש אומרים בניסן ויש אומרים בתשרי נברא העולם, קען זיך טייטשן בניסן און בתשרי קען מען בויען א "עולם" מלא, נברא העולם - מ'קען בויען גאנצע וועלטן און אויפטון ביי זיך אינדערהיים און ביי די קינדער א וועלט, פונקט ווי מיר האבן שוין ארויס געברענגט אין אונזער מאמר לחודש תשרי אז טאקע ווייל דער חודש איז אזא אנגעצויגענע און אזא פארנומענע איז דא די מעגליכקייט אויפצוהייבן דעם טעם פון די מצות ד' און דעם טעם פון ימים טובים עד למעלה אין די אויגן פון די קינדער, און די זעלבע איז שייך פארקערט מ'קען גורם זיין דאס פארקערטע, מיט די נישט גוטע הנהגה אין די אנגעצויגענע זמנים קען גורם זיין אז די קינדער וואקסן אויף מיט א שנאה צו די מצות און צו די ימים טובים, מ'זעהט דאס בפירוש אויף יונגעלייט וואס וואקסן אויף, עס זענען טאקע דא מאנכע מיט א שטארקע חביבת היו"ט והמצוה און מאנכע מיט א אומגעדולד און א קאלטקייט צו די גאנצע זאך, על אף וואס זייערע עלטערן זענען פיינע וואוילע אידן, נאר פשוט זיי האבן דאס נישט אראפ געגעבן אויפן ריכטיגן אופן און גורם געוועהן א אנגעצויגנקייט מיט א אייגן געמאכטע צוגעלייגטע פרעשור וואס האט גורם געוועהן אז די קינדער זאלן דאס נישט ליב האבן,
א אינגערמאן האט מיר פארציילט אז ער זעהט בחוש אז די הנהגה פון זיינע עלטערן האט גורם געוועהן צו זיין אייגענע הנהגה אפי' מיט יארן שפעטער, כאטש וואס ער קומט פון א שטוב וואס די ימים טובים זענען אפגעראכטן געווארן מיט א שטארקע ווארמקייט און די חביבת המצוה איז געוועהן אויפן גרויסן אופן, עכ"ז איז דא לעכער וואס איז געבליבן עד היום, למשל זיין מאמע האט א שוואכקייט פאר חמץ אויף א געפערליכן אופן, דאס פסח'דיג מאכן האט זיך אנגעהויבן א וואך בעפאר ר"ח אדר, און פון דאן איז כסדר געוועהן א פרעשור באגלייט מיט קולות, שאקל דיך אפ, גיי נישט, שטיי נישט, עס נישט, טרינק נישט, ווער רעדט נאך חודש ניסן זעלבסט איז דער מצב געוועהן משוגע, זייענדיג א בין הזמנים בחור ווען האט ער געגעסן פרישטאג אינדערהיים האט ער געמוזט עסן איינגעבויגן אויף א פאפיר ווי ערב פסח שחל בשבת, ווען אונטער די קאך טיש איז געוועהן א פלעסטיק טישטוך, און נאכן אפ עסן איז ער אויפגעשטאנען און ער האט זיך נישט געטארט רירן פון פלאץ ביז ווילאנג זיין מאמע האט אים אפגעוועקיומט מיט א וועקיום קלינער פון קאפ ביז פיס..... און הערשט דערנאך האט ער געמעגט שטעלן א טריט.....
דאס האט גורם געוועהן אז ווען ס'קומט צו פסח'דיג מאכן באקומט דער יונגערמאן ממש קאשמארן אז ער קען עס פשוט נישט הענדלען, ער וויל נישט העלפן זיין ב"ב, ער וויל זיך ארויסדרייען מיטן פארקויפן רוב הויז אין חמץ, און צומאל שאפט ער זיך היתרים מיט קלות'ער וואס פאסט אפי' נישט פאר אים, אין די זעלבע צייט וואס צו די מצות מצוה און די אנדערע מצות החג ווייזט ער ארויס א שטארקע אהבה און ער טוט דאס מיט שטארקע הידורים און חומרות,
דאס איז קלאר אז די איבער געטריבענע הנהגות זענען גורם צו נישט גוטע תוצאות, נישט ח"ו אז איינער מאכט אוועק די אלע פסח חומרות, אדרבה מ'האט אין אלע דורות מחמיר געוועהן אויף פסח און וכל המרבה הרי זה משובח, אבער דאס איז קלאר אז ס'מוז זיין במדה ובמשקל, ווי מיר גייען דאס מסביר זיין בארוכות, (ווייטער מיט אן ארוכות....)
פסח'דיג מאכן
דאס פארשטייט יעדער איינער אז אויב א קינד מאכט א לאך אין די וואנט איז דא א מקום זיך צו רעגן און ווערן ברוגז, כאטש וואס דער לאך קען גאנץ שנעל פאראכטן ווערן, פרעגט זיך די שאלה אויב איז מען טאקע אזוי מקפיד אויף א לאך אין די וואנט וואס טוט זיך אבער מיט א לאך אין א הארץ פון א קינד מיט א אומזיסטע שריי, קען דאס אויך אזוי שנעל פאראכטן ווערן און אויסגעגלעט ווערן פונקט ווי פריער?.... נישט אזוי זיכער,
יעדער פארשטייט אז ס'איז אנגעצויגענע טעג, און מ'דארף אנקומען אסאך, אבער פאר מ'געט א שריי אן א קינד דארף מען טראכטן צו מ'מאכט נישט א לאך אין זיין נפש, אפי' ווען מ'שרייט יא, מ'האלט אז מ'דארף שרייען, זאל מען שרייען אויפן עצם זאך, נישט אויפן קינד, למשל (יעצט שרייט מען... יא?..) מוישי חמץ!!!! געוואלד!!! ס'איז שוין פסח'דיג דא!!!!, נישט שרייען מוישי ווי איז דיין שכל?, דו זעסט נישט?, קענסט נישט אכט געבן?,
נאכמאל, מ'מעג שרייען, אבער זאל כאטש דער שריי קומען אויפן עצם הדבר נישט אויפן קינד, ווייל דאן גייט עס אריין בנפשו אז חמץ איז "חמץ" נישט אז ער איז א גולם וואס קען נישט אכט געבן.
א חשוב'ע רב האט מיר געזאגט אז זיין טאטע האט אים אנגעשריגן זייענדיג א פיצל קינד פון קוים 2- 3 יאר ווען ער האט צוגערירט א לעקטער שבת קודש, "שבת קודש", מיט א קליין פעטשל, מער האט ער נישט צוגערירט א לעקטער אפי' בשוגג, היינט איז א וועלט וואס מ'שוינט די קינדער, שוין לאז אים אפ א קליינע בעבי וואס ווילסטע פון אים ער וועט שוין עלטער ווערן...., ניין, ווייל א קינד אפי' קליינערהייט אויב שרייסטו אויף אים ווען ער רירט צו דיין שטריימל זאלסטו שרייען פונקט אזוי ווען ער רירט צו א מוקצע זאך אויך....
ר' משה בלוי ז"ל פון ירושלים איז געוועהן אין די שטאט וויען ביי א עושר אינדערהיים ווען א קינד האט צוגערירט א קריסטאל גלאז און דער טאטע א עושר האט געשריגן אויפן קינד ער זאל דאס אפלאזן, האט ר' משה געפרעגט מיט זיין אויסשפראך, ווארום שרייסטו? עס איז קיין עבירה ניט.... א פחד פון א מאמר, שריי אויפן קינד, אבער פאר אן עבירה, נישט פאר קיין אנדער זאך.... אוי ווי ווייט זענען מיר פון דעם!!!
אקעי ווי בין איך דא פארקראכן פונעם ענין..... לאמיר צוריק דרייען די טעמע, עס איז דא א וואונדערבארע טעיפ א שיעור פון הרב הלל וויינבערגער שליט"א – סערדעהעל פאר נשים וועגן פסח'דיג מאכן, ווי ער איז מסביר וואס איז הלכות און וואס איז חומרות, וואס מ'מוז און וואס מ'מוז נישט, ווייל ליידער האבן זיך די ווייבער געמאכט א אייגענע שו"ע מיט אייגענע הלכות און דאס ווערט באגלייט מיט א ריזיגן פרעשור און די תוצאות זענען ווי אויבן דערמאנט אז יעדער ליידט, דער מאן, די קינדער, און דער גאנצע רוח אין שטוב ווערט פארוואנדלט אין א איבריגע אנגעצויגנקייט, אסאך מענטשן זאגן עדות אז דער גאנצע הכנות לפסח האט זיך געטוישט אין שטוב נאכדעם ווען זייערע ווייבער האט געהערט דעם שיעור,
מאכט נישט קיין טעות כאילו מיר ווילן עפעס רעליסן דעם פרעשור פון ימים טובים און זיך וועלן לאזן וואוילגיין דורך פארן אין א האטעל אויף שבת הגדול, ניין, פרעשור פון א יו"ט איז געזונט, און ס'איז הייליג, איך האב פונקט געזאגט פאר א אינגערמאן אז פאר א מענטש איז באשערט א געוויסע מאס לחץ און פרעשור במשך דעם גאנצן יאר, אויב נעמט מען עס פונעם יו"ט און פון די מצות מעשיות איז גוט, ווידער אז מ'וויל זיך באפרייען פון דעם מוז מען אים צולייגן זייטיגע פרעשור פון אנדערע ענינים (פרנסה וכדומה...) הייב נישט די אויגן... ס'איז א אפענע משנה, המקבל עול תורה מבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ..... און פארקערט אויך, עיי"ש במפרשים.
איינע פון די שטארקע פרעשור'ס זענען די לאנגע ליסטע מיט ארבעט וואס שטייען אויפן קאפ און ס'דארף געטון ווערן ביז פסח, צודעם האמיר דאך א אלטע עצה פון מאכן א ליסטע פון אלע זאכן וואס דארף געטון ווערן, און מאכן א טשעק נאך יעדע זאך וואס מ'האט געטון, איצט אז מ'האט שוין א ליסטע איז דאס אוודאי א שטארקע מיטל אריין צוברענגען די קינדער אין די ארבעט אריין, ווייל אויב שטייט אויף די ליסטע אז מ'דארף וואשן די טויס און יענקי האט דאס געטון, שרייבט מען אויף אין די זייט אז אט די מלאכה איז געטון געווארן דורך אונזער חשוב'ע כתה ה' יונגל יענקי.... ווען קינדער ווייסן אז זייער נאמען ווערט געשריבן אויפן צעטל ווערט דאס א רייץ צו טון נאך און נאך,
לאכטס נישט! מ'קען אפי' שרייבן אויף די אנדערע ארבעט טאטי און מאמי, צב"ש, די אויבערשטע קאך קעבינעט – מאמי, דער טול באקס – טאטי..., איינס ס'געט אפי' פאר זיך אליינס א חיזוק, און צוויי אז די קינדער זעהן כתוב וחתום אז די מאמע ארבעט שווער, זיי ליינען דעם צעטל און ס'איז אויתיות מחכימת און דאס געט א געפיל צו וועלן זיין א שותף דערון אדער כאטש צו שעצן די ארבעט.
אפי' קינדער קענען נישט טון בשלימות זייער ארבעט דאך זאל מען זיי אונטער שטיצן אז זיי זאלן טון, שפריץ, וואש, קער, פאק אוועק, אפי' נאך למחצה שליש ולרביע, וואס יונגער מ'הייבט אן זיי אויסצולערנען אלץ גרינגער ווערט דאס נשרש צו נעמען א חלק אין די ארבעט, שטייצעך נישט מיט דרוק, נאר מיט ווי געזאגט א אויסצייכענונג און א באנוס אז זיי קענען העלפן,
פארשטייט זיך אז מ'קען נישט הייסן א 14 יעריגע בחור זאל נעמען א שמאטע און קראצן אייזענע פיסלעך פון א בעט, אין די צייט וואס אגאנץ יאר האט ער נישט די מעגליכקייט אפי' צו האלטן א שמאטע אין די הענט, מ'דארף האבן שכל און אויסטיילן די ארבעט לפי די מעגליכקייטן פון די קינדער, יונגלעך זענען מער געאייגנט צו מאכן ספרים, טעיפ'ס, טאשן, טראגן ברענגען, וכדומה, ווידער מיידלעך זענען מער געאייגנט פאר ווייבערישע היים ארבעט, ווי וואשן, רייבן, צוזאמען לייגן וועש, וכדומה.
דער אומבאטעמ'טע פאקט איז, וואס די מלמדים (פון די קליינע קלאסן) גיבן איבער, אז אין די וואך פון פאר פסח איז נישטא צו וועמען צו רעדן, די קינדער זענען נישטא, (ער רעדט נישט פונעם פאקט אז יעדעס קינד פון חדר קומט אן א אויסנאם צו ער פילט גוט צו נישט איש בל יעדר קיינער פעלט נישט) מ'זעהט פשוט ווי די קינדער קומען אין חדר פארלאזט, נישט געמאכטע פיאות, הונגעריג, צופארן, נישט דאהי, א מלמד פון קינדערגארטען זאגט אז אים האט מען אויסגעלערנט אז קדש - ורחץ / מה נשתנה מוז מען אויסלערנען לכה"פ 2 – 3 וואכן פאר פסח, ווייל אין די לעצטע וואך איז נישטא מיט וועמען צו ארבעטן זייער קאפ איז פארמאכט...., נאך איין מזל ס'קומט א סדר נאכט וואס איז אביסל מכפר ביי די קינדער אויף די שווערע ערב פסח טעג.
בין הזמנים
פיל איז שוין געשריבן געווארן וועגן דעם בין הזמנים, איך ווייס נישט צו דא איז דער ריכטיגן מקום אבער (איך האב שוין ערגעץ ווי געשריבן וועגן דעם) אז ס'טוט מיר וויי שרייב איך עס דא, אולי וועט דאס איינער איבער געבן פאר די ריכטיגע מענטשן און ס'וועט קומען לידי תיקון קצת,
געווענדליך ווען מ'מאכט א אסיפת הורים מיט א אסיפת חינוך קומען זיך צוזאמען די עלטערן די טאטעס פון די בחורים, און מ'שטעלט פאר א באגאבטן פעסטן ראש ישיבה וואס מיט זיין כח הדיבור איז מעורר די עלטערן בעניני חינוך, ובתוך הדברים קען דער ראש ישיבה אויסשרייען "דער בין הזמנים" זאלן טאטעס וויסן וויפיל בחורים זענען שוין צורגרינד געגאנגען אין א בין הזמנים רחמנא לצלן! מ'דארף האלטן טויזנט אויגן מיט סייעתא דשמיא.... וכו' וכו',
האלא האלא... א רגע, וואס ווילסטע? וואס שרייסטו אויף די טאטעס וואס ארבעטן שווער אגאנצן טאג?, ער קען עפעס טון צום בין הזמנים?, ער איז דאך ביי די ארבעט פון צופרי ביז ביינאכט, ער קען דען האלטן א אויג אויף זיין בחור? ווער מאכט דען דעם בין הזמנים? דער ראש ישיבה אליין, אויב אזוי מאך נישט קיין בין הזמנים, וואס פארפירסטו אזוי, בכלל ווי איז דער שכל פארוואס דארף דער טאטע אריין גיין אין די ארבעט יעדן טאג אפי' ביום בדיקת חמץ און צומאל ערב פסח אויך, און דער מגי"ש דארף האבן 2 חדשים וויקאציע? אין די צייט וואס די טאטעס באצאלן געהעריג פאר ניסן און תשרי שכר לימוד....
פיין, איך פארשטיי אז א געהעריגן סדר איז נישט נארמאל איינצופירן בין הזמנים, אבער א לויזע ווירטשאפט פארוואשע נישט, זאלן די בחורים קומען צום דאווענען אדער נאכן דאווענען, בערך 12 עסן פרישטאג – לאנטש אין ישיבה, ווייל אינדערהיים איז פאר פסח שווער צו פיטערן בחורים מיט פרישטאג און זיי מאכן חמץ'יג דעם גאנצן ארום, מ'זאל לערנען אביסל לייכטערע לימודים, פארלערנען שיינע ענינים מעניני דיומא, און בערך 4'ע 5'ע 6'ע זאלן די בחורים אהיים גיין, איז עס דען אזוי שלעכט?, אבער גיי פיקס די וועלט, דאס איז די גזירה און פארטיג.
וואס יא, אויב איז שוין די גזירה אזוי לאמיר דאס אויסארבעטן דאס בעסטע וואס איז שייך, געווענדליך ווערן די בין הזמנים בחורים צום ערשט צוריבן מיט די מאמעס וואס פארשטייען לגמרי נישט דעם קאנצעפט פון א בחור וואס ליפטערט זיך אויס בין הזמנים, ער דרייט זיך אהין און צוריק און עפנט אויף די טעפ אויפן געז רענטש און וויל אז די מאמע זאל אים צושטעלן אזא פרישטאג ווי אין ישיבה... ווען די מאמעס געדולד פלאצט שוין פון דעם בחור וואס דרייט זיך אונטער די פיס רופט זי דעם טאטן ער זאל זיך אנעמען און קעיר נעמען פון דעם "בחור" און דאן ווערט דאס נאך ערגער...
נו וואס קען מען טון, דאס ערשטע זאך איז איינשטעלן א סדר חק ולא יעבור, לייגן א צעטל אויפן פרידישער פון א סדר למשל "סדר בין הזמנים" פרישטאג פון 9 ביז 10:30 (עה אזוי פרי? אקעי פון 10:30 ביז 11:30), לאנטש פון 2 ביז 3, סאפער פון 7 ביז 8:30 (ס'איז נאר א משל), דאס וועט געבן א הכרח פון א שטיקל סדר פארן בחור אז ער מוז זיך צושטעלן צו א געוויסע צייט און צו א געוויסע זייגער, ווייל אז נישט ברענגט דאס געפערליכע נערוועזיקייטן פאר די מאמע היינט עסט ער פרישטאג 10'ע מארגן 12'ע היינט איז סאפער 52 ע און מארגן 9:30 און ס'מוז זיין צוגעשטעלט אויפן פלאץ, דאס מאכט א צומישעניש און ס'איז גורם דאס ערשטע צורייבענישן מיט די עלטערן, קינדער מעגן פארשטיין אז דא איז נישט קיין רעסטאראנט ווי מ'עסט ווען מ'וויל, א זמן איז א זמן.
דערנאך דארף זיין א ליסטע אויף די וואנט א רייע מיט ארבעט וואס דארפן געטון ווערן, און זאגן פארן קינד קענסט דיר אויסקלויבן א ארבעט פון די ליסטע, און ווי אויבן געזאגט מעג מען צושרייבן נעשה ע"י הב' החשוב שלמה - תלמוד ישיבת מאורי האש - לכבוד יו"ט...., ער האט אויך ליב כבוד...
דאס איז קלאר אז אין די צייט וואס מ'דארף עסן, מוז זיין צוגעשטעלט פאר די קינדער צו עסן געהעריג, אפגעזעהן צו ס'איז בין הזמנים צו ס'איז פאר פסח, דער ערשטע קערל פון מכשולות מאכט זיך ווען קינדער זענען הונגעריג און מ'זוכט זיך צו עסן אין די גראסערי'ס, רעסטאראנטן, פיצא געשעפטן, עסן צו דער זעט איז דער רעסעפי פאר רואיגע קינדער און א רואיגע אטמאספערע אין שטוב.
הכנות לפסח
אויב איז געזאגט געווארן הכנה ליו"ט פאר סתם א יו"ט מיטן לערנען איז הכנות לפסח ממש מדינא דגמרא וואס מ'לערנט ארויס פון פסוקי התורה, שלושים יום קודם החג שאלין ודורשין, מ'דארף לערנען די הלכות, די ענינים, אליין, און מיט די קינדער, ס'איז דא היינט א שפע פון גוטע ספרים, ליקוטים והלכות, וואס מ'קען מיט דעם ארויס נעמען תמצית הלכות איבער צו געבן פאר די קינדער, (אליין וואלט מען מן הדין געדארפט געהעריג לערנען הל' פסח מיט נושא כלים אבער פאר די קינדער איז דא דער ענין פון לעולם ישנה בדרך קצרה)
הלכות איז גולטיג זאכן וואס זענען נוגע פאר קינדער, אביסל ביעור חמץ, און בעיקר ליל הסדר, די שיעורים פון די כוסות, די מצות, די מרוך – כרוך, וויפיל מ'דארף עסן / שלונגען, סדר הקערה, און סתם שיינע ענינים ווערטער מפי סופרים וספרים וואס איז נוגע צו די טעג פון פסח, אפי' מגודל קדושת ליל הסדר, ווייל פאקטיש איז נישטא קיין צייט ביים סדר אליין צו רעדן פון דער עצם נאכט וואס דאס באדייט מחמת דעם וואס די צייט איז קורץ און מ'דארף מקיין זיין דעם עצם סיפור יצ"מ, דארף מען דאס אנגרייטן פון פריער און אז מ'שמירט די רעדער פריער איז שוין פסח ביינאכט אליין פיל גרינגער צו רעדן.
שבת הגדול
יעדער ווייסט אז שבת הגדול עסט מען אין די קאך... (ס'איז שוין דא נעבאך היינט א גרויסן טייל מענטשן וואס ווייסן נאר אז שבת הגדול פארט מען אין האטעל...) איך וואלט געזאגט אז כאטש מ'קען זיך ערגעץ פלאצירן אין א שול אדער אין א זאל, זאל מען ענדערשט עסן אינדערהיים טאקע אין די קאך, איבער געבויגן אויף א זעקל אדער אויף א טעלער און נאכזיכן די ברעקלעך, פארפאלן ס'האט א אידישע חן, ס'קען נישט קיין שלעכטס ארויס קומען, אונז קוק מיר זיך אליין אן דעם שבת הגדול פון אונזערע קינדער יארן האט געהאט א אייגנארטיגע חן, אמת מ'האט נאר באקומען א קליינע שטיקל חלה אריין אין מויל אריין, אבער ס'האט אונז גארנישט געפעלט, וואס איז שלעכט אז די קינדער זיצן צוקוועטש ארום דעם קאך טיש און איין וואך וועט מען נישט טינקען חלה אין דיפ?, נאר מ'עסט א קארגע כזית, די קינדער גייען נישט ארויס לתרבות רעה פון דעם...., (היי יאר האט א דין ווי שבת ערב פסח ווייל ערב פסח איז מאנטאג ממילא רעדן מיר נישט אריין ווי און וויאזוי מ'זאל עסן שבת הגדול)
מ'דארף געדענקען אז פסח איז א זמן חרותינו פרעגן דאך שוין אלע דרשנים וואס פארא מין חירות איז דאס אז מ'קען נישט עסן גארנישט און ס'איז דא אזויפיל גבולים און גרעניצן ארום און ארום, זאגן די ספרים אז אט דאס איז טאקע דער חרות, ווייל ווען משיח וועט קומען וועט דאך דאס זיין א חלק פונעם לעבן, גיי נישט, טרעט נישט, דער איז א ראשון לטומאה, ער איז א טבול יום, דער כלי דארף מען טובל'ן, דאס איז תרומה, דאס איז קדשים, א ים מיט גבולים פון אלע זייטן, פסח איז דער הכנה צו די גאולה העתידה, א איד וואס האט שכל און פארשטייט דער זעהט אז דאס איז גארנישט קיין גבולים דאס איז א הרחבה, דאס איז חרות, ס'איז התקרבות צום בוכ"ע מיט נאך אסאך שטריקן מער ווי א גאנץ יאר.
מנהג העולם אז ס'איז דא א שבת הגדול דרשה, איך פארשטיי אז איר האלט זיך זייער קלוג און איר האלט אז רוב רבנים רעדן נישט זאכן וואס זענען אייך נוגע, און איר ווילט ענדערשט אליין לערנען שבת הגדול, עכ"ז איז א שטארקע זאך מכח חינוך צו גיין צו סיי וועלכע דרשה, ס'ווייזט הכנעה, ס'ווייזט א משמעת צו תורה און צו א דעת תורה, אפי' דער רב זאגט נאר א דרוש מיט הלכות וואס איר ווייסט שוין פון לאנג, ס'איז א מנהג קדוש פון אלע דורות און ס'איז אינגאנצן נישט קיין מקום צו זיין א אויבער חכם אדער א פורש מן הציבור,
ימים שלפני הפסח
אויב איז מען נוהג צו כשר'ן חלקים פון די קאך (אין פאל מ'איז נישט אויסגעשטאט מיט א גאנצע פסח קאך) אפי' ס'קען זיין א סכנה אז קינדער דרייען זיך אונטער די פיס ווען מ'ארבעט מיט הייס וואסער דאך איז גוט אז זיי זאלן שטיין פון די צייט און מיטהאלטן דעם עצם כשר'ן, חוץ וואס ס'איז סתם אזוי אינטרעסאנטליך פאר קינדער ווען מ'גיסט וואסער פון אלע זייטן און ס'לעבט זיך איז דאס א גוטן חינוך, (אז דער טאטע וויל זיין א בעל מוסר קען ער ראגירן אז דער גיהנום איז אסאך הייסער ווי דער גליעדיגע שטיין.....)
ס'איז א שיינע מנהג אליין צו גיין באקן מצות און מיטנעמען די קינדער, אפגערעדט אז קינדער האבן זעלטענע התפעלות צו זעהן ווי מצות ווערן געבאקן לעבעדיג בחוש (טאטעס האבן אויך ליב צו זעהן, עי' אונזער מאמר א שפאציר אין מצה בעקעריי) בשעת ווען מ'איז מסביר פאר די קינדער דעם מהלך פונעם בעקעריי קען מען אויך בארייכערן זייערע ידיעות פון די הלכות, פארוואס מוז מען צומאכן דעם פענסטער פון די וואסער שטובל ווייל קיין שטויב פון מעיל זאל נישט אריין, מ'טוישן דעם פאפיר יעדע 18 מינוט, מ'לעכערט די מצה, וכו', אלע הנהגות וואס ווערט געטון אין בעקעריי,
ווען א טאטע גייט פארקויפן דעם חמץ פארן גוי ביים רב, מענטשן מיינע ס'איז א גאנצע סוד, קיינער טאר נישט אונטער הערן, וואס פארקויפסטו דען דארט חמץ'יגע קעבינעטס מיט א פלאש בראנפן...? נעם מיט דיין גרויסן יונגל זאל ער זעהן דעם הלך ילך, מ'הייבט א גארטל, מ'שרייבט אונטער, מ'צייכנט אן די מכירה, זאל ער זעהן וויאזוי דאס ארבעט, (זאל ער כאטש זעהן וויאזוי מ'מאכט ביזנעס מיט א גוי.....) ס'איז א גוטע בליק אין חינוך.
אייגענע פסח פראדוקטן
אין פיל הייזער מאכט מען פיל אייגענע פסח פראדוקטן צוליב דעם מנהג אז פסח מישט מען זיך נישט, ווי אייגענע מאסט, אייגענע טרינקען, וכו', ס'איז זייער א געשמאקע זאך ווען מ'קען איינגשפאנען די גאנצע משפחה אין די ארבעט ניטש מאכן שפעט ביינאכט באישון לילה ווען יעדער שלאפט שוין, קינדער האבן דאס ליב און ס'ברענגט א אהבה צום יו"ט, אני כשלעצמי בין זיך נוהג צו מאכן אייגענע מאסט, מיינע קינדער חלום'ען דערפון אגאנץ יאר, איך קלויב אויס איין נאכט ווען אלע קינדער האבן זיך אפגעבאדן און זענען זויבער מיט פידשאמעס (נישט די בגדים וואס זיין האבן געגעסן חמץ) און יעדער נעמט א חלק אין אראפ ציפן די טרויבן פון די שטרענגלעך, מ'שווענקט עס, אריין אין בלענדער.... ס'איז יו"ט אויף טיש און אויף בענק, מ'קען זיך פארשטעלן דעם זיסן טעם ווען א קינד טרינקט יו"ט א גלעזל וואס ער האט אליין געארבעט דערויף.
סתם אזוי צו שיילן עפל, פאטעיטאס, קראכן ניסלעך, קוועטשן לעמאנס אדער אראנדשן, איז זאכן וואס קינדער קענען טון, ביי מין טאטן אינדערהיים האט מען כשר געמאכט דעם האמער און ארום גענומען מיט א שמאטע, און אזוי געהאקט אויף די ניסלעך, (ס'איז פשוט גרינגער צו האקן ניסלעך מיט א האמער ווי מיט א ניסן קראכער, איר ווייסט נישט ווי שטארק א קינד האט ליב צו געבן א זעץ אויפן ניסל און די שאלעכט צושפרייט זיך.... בפרט יונגלעך וואס זענען מער ווילד און דארפן זיך אויסגעבן מיט א ניסן קראכעריי...
בדיקת חמץ – וערב פסח
מנהג ביי ערליכע אידן צו גיין שעפן מים שלנו, כאטש א קטן קען נישט שעפן מים שלנו, אבער בדורינו אלה וואס איז כמעט נישט מעגליך פאר א גרויסן טייל ציבור צו נעמען א טייל אין די מצות מצוה ערב פסח, צוליב די מצב פון די בעקערייען וואס ווילן צושטעלן פארן גאנצן עולם ערב פסח מצות, און ווען מ'לאזט ווען יעדן איינעם אריין ארבעטן איז נישט מעגליך אז ס'זאל ארויס קומען גענוג סעט'ס פאר יעדן, איז שוין אזוי איינגעפירט אין רוב מקומות אז מ'קויפט א קארטל און מ'פיקט אויף מצות ערב פסח, הגם ס'פארלירן רוב חשובות פון די מצות מצוה, ווייל דער עיקר ענין איז זכר לקרבן פסח ווען ישראל במעמדם אידן זענען אריין אין בית המקדש און צוזאמען געזאגט הלל, בשעת די כהנים האבן געשחט'ן דעם קרבן פסח, לזכר דעם באקט מען ערב פסח אחר חצות מצות בחבורה מיט הלל, היינט גיבט מען דאס איבער פאר אפאר ספרדיש אדער רוסישע פרענקען אדער גאר בית רחל מיידלעך זיי זאלן זאגן הלל און מיר זאל דאס עסן.... כ'ווייס נישט, איך פיקס נישט די וועלט אבער קיין טעם האט עס נישט, א טעם האט א מצה וואס מ'ווייסט מ'האט אליין געטון עפעס דערצו, מ'האט אליינס געזאגט הלל דערויף, אפי' ס'זעהט אויס ווי א המן טאש אדער א האלבע מגן דוד'ל... די עגות מצות וואס די אידן האבן געטראגן אויף די פלייצע בצאתם ממצרים האט נישט שענער אויסגעזעהן...., (אפגערעדט אז איז יסוד יוסף שטייט זייער הארב אז א אשה נ.... זאל נישט צורירן צו די מצות מצוה ואכמ"ל)
וואס יא, דאס איז זיכער אז צו מים שלנו איז דא א מעגליכקייט צו גיין, מ'זעהט ביי אלע צדיקים אז ביי מים שלנו האט מען געמאכט א שטארקן עסק, טייל צדיקים האבן געטאנצן מיט גרויס שמחה, נעם די פאר מינוט כאפ די קינדער און גיי אריבער צו מים שלנו, ווייז ארויס א שטיקל אינטערעסע צו די מצות מצוה, זינג דיך אונטער א לידל ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה... און זאג ארויס ביים דריקן דעם וואסער פייפ "לשם מצות מצוה"....
מ'קומט אהיים נאך מעריב עפ"י הלכה דארף מען זיך אהיים יאגן לבדיקה, דא געט מען ארויס די ארבעט פאר די ווייב מיט די קינדער זאלן זיך נעמען צום באהעלטעניש פון די 10 ברעקלעך, פאר די קינדער איז דאס א געים כמוצא שלל רב זיי באהאלטן און דער טאטע מוז דאס אויפזיכן..., צו וועט אין טאקע געלונגען צו טרעפן אלע ברעקלעך?....., מ'דארף אנזאגן נישט צו מאכן צו שטארקע און שווערע באהאלטענישן ווייל ס'קען מאכן פראבלעמען ביים זיכן,
די 10 ברעקלעך זענען שוין באהאלטן, קען מען שוין אנפאנגען די בדיקה, ביים ברכה זאל די גאנצע משפחה שטיין ארום (נאכדעם וואס דער טאטע וואשט זיך די הענט כמבואר בהלכה) און מ'מאכט א ברכה הויעך אויפן קול על ביעור חמץ!!!, איצטערט הייבט זיך אן דעם זוכעניש, אז מ'קען מיטנעמען א קינד צו צוויי זאלן באגלייטן און צוהעלפן אונטער קריכן אויפהייבן און אונטערהייבן, האלטן דעם זעקל דעם לעפל / פעדער, ווי מער זיי אריין צו שפלעפן אין די בדיקה איז בעסער,
ביינאכט נאך די בדיקה מאכט זיך אלץ ארבעט אין שטוב און די קינדער וואס האבן סייווי נישט קיין חדר בלייבן אויף ביז שפעט איז ראטזאם אז מ'זאל זעהן די קינדער זאלן זיך נישט לייגן צו שפעט, ווייל דאן ווערט א קייט פון מידעקייט וואס קען אויסקלאפן צומארגנס ביים סדר נאכט, כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן,
ערב פסח
ערב פסח שטייט מען אויף פרי או מ'יאגט זיך (פרעג נישט פארוואס אזוי איז דער מנהג) ס'איז כדאי מיטצוברענגען די קינדער שהגיע לחינוך אין ביהמ"ד זיי זאלן זעהן די סיום של בכורים, א סיום ווייזט אויף חשקות והתמדת התורה, ס'איז טאקע א מנהג אז מ'עסט חמץ אבער די קינדער מוזן דאס נישט טון, זיי זאלן שטיין ווייט פון דעם, ווייל זיי פארשטייען נישט און זיי קענען גלייך נאכן עסן חמץ אריין שפאצירן צום פסח קאך אין טאפ אריין.
שריפת חמץ
דא איז א מקום ווי די קינדער שפירן זיך אינדערהיים, מ'קען זיך שפילן מיט פייער לכתחילה...., דאך חמרא סכנתא מאיסורא, קינדער מעגן וויסן אז חמץ איז דער יצה"ר און מ'ווארפט אריין דעם יצה"ר אין פייער, (דער טאטע מוז אינזינען האבן כל חמירא פשוטו כמשמעו אז מ'איז מפקיר דעם גאנצן חמץ נישט ער איז מפקיר דעם יצה"ר ווייל אויב האט ער אינזינען דעם יצה"ר האט ער נישט יוצא געוועהן... דער לשון אין משנה ברורה איז מ'זאל נישט זאגן כל חמירא ווי א תחינה נאר וויסן פי' המילות) דא ליידיגט מען זיך אויס די טאשן און די מאנדשעטן פון די הויזן, ווי אויך אכט געבן אויף זיך און אויף די קינדער נישט צו טרעטן אויף חמץ וואס געפינט זיך ארום די שריפה, ווייל מיט דעי שיך גייט מען אריין צוריק אין א פסח'יגע הויז,
ערב פסח איז דא אסאך זאכן צו ערלעדיגן דאס בעסטע איז ווי געזאגט מאכן א ליסטע און זיך מסדר זיין וואס צו טון און ווי מ'האלט, שטייצעך טרעפן צייט צו כאפן א דרימל פאר זיך און אוודאי די קינדער, מ'איז מקיים אזויפיל מצות עשה'ס אין איין נאכט פארוואס זאל מען נישט האבן א קלארן מח צו דעם,
מ'דארף זעהן די קינדער זאלן עסן געהעריג, מכח די בהלה און די טרדות הזמן פארזעהט מען דעם פאקט אז די קינדער עסן נישט, ערב פסח איז טאקע א זמן וואס מ'קען נישט עסן פיל זאכן חמץ נישט, און פון פסח אויך נישט אלעס, דאך זאל מען זעהן צו געבן צו עסן געהעריג, עכ"פ מאכן א אויסוואל היות דער מח זאגט אז מ'איז הונגעריג ס'איז נישטא צו עסן (וואס דאס איז דרך אגב די עיקר הונגער פסח נישט אז מ'איז בעצם הונגעריג נאר די מח זאגט אז מ'קען נישט אלעס עסן דאס מאכט מענטשן זיין הונגעריג) מ'לייגט פאר א אויסוואל קינדער מ'קען האבן, אוואקאדא, אייער, קעז, פאטעטא, וכו', ס'איז דא פון אלע מינים, ווען קינדער הערן דא מאכט דאס פילן אז ס'איז טאקע דא און ס'גיבט דעם מעסעדש פארן מח אז מ'דארף נישט הונגערן.
נאך חצות איז אסור בעשית מלאכה, ווען עס פירט זיך צו גיין באקן מצות אויב נעמט ער מיט די קינדער זאל מען אכט געבן ביים אהיים קומען מ'זאל לאזן די שיך אינדרויסן פון הויז, פאקטיש האט אט די שיך געטרעטן געהעריג אויף טייג וואס איז יעצט חמץ, און דא איז דער הויז פסח'דיג האיך שיתקיימו שניהם, די באקוועמסטע איז אז מ'טוט אויס די שיך אינדרויסן און מ'לייגט דאס אריין אין א בעג און מ'שליידערט עס אריין אין א חמצ'יגע מקום ווי ס'ווערט פארקויפט פארן גוי,
ווען מ'פירט אליין א סדר, איז דא פיל מער וואס צו טון, אנצוגרייטן דעם סדר טיש מבעוד יום, ס'איז דא א מנהג אז מ'זאל אליין צוגרייטן דעם סדר טיש מצוה בו יותר מבשלוחו, אנגעהויבן פון קדש, כוסות פאר אלע קינדער, כרפס, מרור, כרוך, ביצה, חרוסת, זרוע, איך שטעל מיך אפ מיט דעם זרוע, (איך האב צו ווייניג זאכן אראפ געריסן אין דעם ארטיקל.....) היינט קען מען באקומען אזעלכע פארטיגע זרוע'ס פון בוטשער אפגעבראטן גרייט צום קערה, אזוי קאמערשול אן א ברעקל טעם, איך געדענק אלס קינד ווען מיין טאטע זז"ג האט גענומען דעם זורע אריין געשטאכן א גאפל און געשטאנען איבערן פייער אפצובראטן, און מיט אזא בענקעניש געזאגט אז אזוי פלעגט מען אפצובראטן דעם קרבן פסח..., מיר האבן געקוקט אויף דעם זרוע מיט גאר אנדערע אויגן, איך האב עס נאכגעטון און איך אליין האב געשפירט אזויפיל טעם אין דעם בראטן דעם זרוע אז איך וויל פשוט מזכה זיין דעם ציבור מיט דעם טעם, און איך זאג ענק ס'איז כדאי, ותו לא.
אויב מ'גייט צום טאטן / שווער אויפן סדר, זאל מען זיך מסדר זיין אלעס וואס מ'נעמט מיט, די קינדער'ישע הגדות (ס'איז דא קינדער וואס ווען זיי האבן נישט זייער הגדה איז זייער גאנצע סדר צושטערט) קינדער'ישע חאלטן / בעקטישעס / ביבס, בעיקר צולייגן קאפ מבעוד יום ס'זאל נישט פעלן גארנישט וואס מ'דארף, נישט אז פארן סדר זאל מען אין די אנגעצויגענע מינוטין זוכן די זאכן וואס מ'דארף.
וואס איז נוגע פאר א טאטע ביים סדר בעצם, האבן מיר שוין געשריבן פאר א יאר.
בנוגע די אכט טעג יו"ט איז דא פיל צו רעדן אבער דאס וועל מיר אפשר לאזן פאר א צווייטן מאל,
ביז דערווייל האט'ס מיר אלע א שמחת יו"ט, און א כשר'ן פסח,
מיר זאלן זוכה זיין ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים נאך היי יאר,
הק' שאץ ומאץ דמתא
פה 25100 קערעקטערס אייוועלט עוו.

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה