וואס באדייט צו זיין א שאץ – ש"ץ שבת
ברשות, (נישט יעצט האבעך גענומען נאכאמאל רשות, נע! ווען כ'האמען איינגעסיינט!) די מנהלים, העמער ענטפערן פאר די וואס האבן געפרעגט וואס ס'מיינט צו זיי א שאץ. (אכטונג, דעיס איז נאר פאר ווער ס'וויל וויסן, ווער ס'האט געפרעגט פאר נייגעריקייט, זאל נישט צוהערן,)
ששששששששששששששששש.... ס'זאל זיין שטיל! אקעי! כ'וועל רעדן דא אין די קארנער, און ווער ס'וויל הערן זאל אהער קומען.
אקעי! זיין א חזן אין א שול, בעל תפלה אין ביהמ"ד, איז נישט קיין שווערע זאך, דעריבער איז מיר אלץ א וואונדער, פאוואס פעלן אייביג בעלי תפלה'ס אין שול? גבאים מוטשענען זיך יעדע וואך ביז מ'טרעפט א בעל תפלה, זמירות קען כמעט יעדער איינער זינגען ביי זיך אינדערהיים, חוץ ממש 10 פראצענט וואס פליען מיט די טענער עולים ויורדים בו, ווי א איד זאגט מיר, מיין שווער, א בעל מחדש אין נגינה! יעדע וואך מאכט ער א אנדערע ניגון אויף כל מקדש....וד"ל. נאר וואָדען? עס פעלט רגילות און דעם שטופ צו צוגיין צום עמוד, דעריבער אפעלירן מיר צו אלע קרעטשמע זיצער'ס, אויב דאווענט איר אין א קליינע ביהמ"ד, שטעלט אייך אמאל צו צום עמוד, און מיט די צייט וועט איר און אנדערע הנאה האבן פון אייער דאווענען.

אבער קודם אפאר הדרכות און הלכות שאץ-ש"ץ: ראשית מוזט איר וויסן און קענען דעם ציבור פאר וועמען איר דאווענט, וואס זיי גלייכן יא און וואס זיי גלייכן נישט, מ'קען נישט זינגען ממקומך דארט ווי מ'זינגט נישט, און מ'קען נישט זאגן דארט ווי מ'זינגט,
און ווען מ'זינגט יא, דע לפני מי אתה עומד פאר וועלכן קרייז זינגסטו, שטעלצענק פאר, קומסט אריין אין א ביהמ"ד פול מיט יודן, אבער נישט פלעינע יודן, נאר יודן וואס טובל'ן זיך פיר מאל א טאג, אבער אין שאוער, איין מאל א יאר! יודן וואס לערנען חסידישע ספרים פארן דאווענען, בקיצור, א באנדע שבח'ס בכל פרטיה ודק... און דו הייבסט אן זינגען ק-ל אדון מיט א ניגון, וואס ווען די רעבעזיכרונעבראכע פלעיגטעס הערן, פלעגטערזעך בייזערן! (למשל, איי די גי די גי דם דם, פוי!) וואסא פנים וועטעס טראגן? די יודן, זייערע קושקעס דערהייבן דאס נישט! כ'מיין אז דו ווילסט דוקה, קענסטע זינגען, איי די די די דיי דא דאם, אזוי ווי די רעבע, פלעכט זינגען אין די כּאף יארן.

אז א דאווענען זאל געפעלן פארן ציבור, דארף מען אביסל פארשטיין פיסכעלאגיע, (ווער ס'פארשטייט נישט, צ'האמער שוין דא א פיסכילאג!) דהיינו, אז א בעל תפלה זאגט למשל הלל, ער חזאנעצט ארום, לפי זיין געשמאק, דעיס איז נאו פראבלעם, קענסט חזנעצען וויפיל די ווילסט, אבער אויב די לעצטע פאר ווערטער "אם הבנים שמחה הללוקה" זאגט'סטע שנעל, ביסטע א מחי'דיגע בעל תפלה וואס ציט נישט, משא"כ א בעל תפלה וואס דאווענט שנעל אבער די לעצטע פאר ווערטער ציט ער אוי אוי "אאאאאאם הבנים שממממממממממחה ההההההההללוקה, דאן ווערט דערוילעם גערעגט, דער בעל תפלה גייט ממש אויף די נערוון, פאווא? ווייל ווען דער עולם גרייט זיך שוין צו זאגן ווייטער בצאת ישראל זאלסטו אים נישט אויפהאלטן, פארשטאנען?
שנית:
א בעל תפלה מעסט מען ממש נאר ביי אפאר פלעצער, נישט די גאנצע דאווענען. למשל, ביי קבלת שבת, מעסט מען דעם ושמרו, און בייטאג, דעם נאקדישך.
קבלת שבת:
געדענק אז דער עולם איז מיד ביי קבלת שבת, דער נייער דור לייגט זיך נישט צו פרייטאג נאכמיטאג, פון לכו נרננה ביז קול ד' יחולל אילות, הערט נישט קיינער, די קענסט זאגן וואס די ווילסט, ביי קול ד' יחולל מיסטו האבן עטוואס א נוסח, לכה דודי דארף מען זינגען א שטאטע ניגון, א ווארעמע ניגון לכבוד שבת, די בעלי תפלות אויבער חכמים, זינגען אויף לכה דודי א מארטש, פאם פא פאם, להוי ידוע, עס באלאנגט נישט א מארטש אויף לכה דודי, אמת ס'איז געוועהן מקומות, ווי אין פוילן גאליציע, ווי מ'האט יא געזינגען א מארטש לכה דודי, אבער ווי געזאגט דארפסטו קענען דיין ציבור.
לא תבושו, זינג א ניגון וואס איז פרייליך און דער עולם קען, למשל, טיראלאליי ראלאליי, ס'איז זייער א שלעכטע געפיל פאר א מתפלל ווען ער דרייט זיך אויס צו באו בשלום, און קלאטשן מיט די הענט, צו א ניגון וואס ער קען נישט,
יעצט ווייטער, צדיק כתמר יייאייפעראךךךךך, זאג וויאזוי די ווילסט, אבער געדענק די לעצטע פאר ווערטער, שנעל! "צורי ולא עולתה בו...."
מקוהוהוהוילוית מים... דא, מעג מען שוין יא ציען ביי די לעצטע ווערטער "לאורך ימים", ווייל דער עולם דארף נישט אנהייבן נאך א שטיקל, נאר די בעל תפלה זאגט קדיש, כאפסט? פיין קעפל! (אין אסאך שול'ן זאגן יתומים קדיש, שטייט פון צדיקים אז אט דער קדיש איז דאס העכסטע קדיש פון א אגאנצע וואך וואס די נשמות האבן א באזונדערע עלי' בג"ע)

מעריב:
ביי מעריב נישט ציען אין ערגעץ, עיצה טובה! אויב מ'דערזעהט זיך אויף א הויכע טאן ביי מעריב, נאך קר"ש ביי ד' אלקיכם אמת קען מען אנהייבן א נידריגע טאון, און קיינער מערקט נישט, ושמור צאוויוויתיינו....... און ושמרו בני ישראאוואייל... דארט, ווארט דער עולם צו הערן עפעס, דעריבער אויב טויגסטו הרי טוב, און געדענק אז אלעס האט א שיעור, אויב טויגסטו נישט, זאג נארמאל ווייל א דורכפאל ביי ושמרו, איז ווי א גליטש אויף לי עוו.....
נאך שמו"ע, ויכלו, מגן אבות... זאל מען פליען ווי שנעל מ'קען, מינומום, זעכציק מינוט, כ'מיין מייל א שעה... ווייל די רויטע לעמפל, פון פיש מיט חריין, בליטשקעט יעדן אין קאפ, יעדער וויל שוין שאשקענען די טאמעיטא דיפ, און מ'האט נישט קיין נערוון צו גארנישט,
ונאמר והי' ד' למלך על כל הארץ וגו' שמעיכאד,
שכוח, שכוח, פיין געדאוונט, ממש א עונג שבת,
שחרית:
שחרית צו דאווענען איז גאנץ א שווערע מערכה, קודם דאס שווערסטע שטיקל ישתבח איז פון אנפאנג, ווען דער קול איז נאך פארשלאפן, דעריבער אויב ווייסטו אז די גייסט דאווענען שחרית, שטיי אויף מיט א האלבע שעה פריער ווי יעדן שבת, כדי דער קול זאל שוין זיין אויף די רעלסן, ובמקהלות וכו' מיט ישתבח איז פארהאן 2 נוסחאות אדער די אנגארישע אדער די גאליציאנע, די אוגארישע איז באקאנט (מיר קענען נישט זינגען דא אין קרעטשמע) די גאליציאנע נוסח הייבט זיך אן פונקט ווי ושמרו, ובמקהלות רבבות – ושמרו בני ישראל, עמך בית ישראל – את השבת, ביטע נישט צוזאמען מישן די צוויי נוסחאות,
קדיש ברכו- אין ערוך לך ד' אלקינו בעולם הזזזזזזזזה, אכטונג בעלי תפלות! מאכט'ס גרייט א ניגון פאר אין ערוך לך, ווייל ביים קבלת שבת ווילאנג דער עולם זאגט אנא בכוח קען מען טראכן א ניגון אויף לכה דודי, אבער דא ביי שחרית, גלייך נאך לתחיית המתים דארף מען אנפאנגען ק'ל אדון בנשימה אחת, זינג א געשמאקע וואלס-מארטש, נישט קיין שטאטע כל מקדש ניגון ווי שומרי וכדומה, עס באלאנגט נישט א שטאטע ניגון פאר ק'ל אדון, עס איז גלייך ווי ווען מ'זינגט מי בן שיח ווען דער חתן קומט אריין אין זאל צו די חתונה מיטן בענקל אין דער הייעך... עיצה טובה! אויב דער קול איז פארשלאפן, (מ'האט דאס געשפירט ביי ישתבח) נוץ אויס די געלעגנהייט, זינג מיט ק'ל אדון און ווארעם אן דיין שטימע, זיי מסדר די פעלער אויפן ניגון, למשל ק'ל אדון ערשטע פאל, המתגאה נאכאמאל 1'טע פאל, טובים 2'טע פאל, מלאים זיו און פאר וכבוד הויכע פאל, שבח צוריק צום 2'טן פאל הכל לפי הניגון וה'פעלער,
כולם אהובים, וכלם מקבלים עליהם עעוווווווהההההווווול, והאופנים, קען מען דרייען וויפיל מ'וויל, געדענקען די לעצע 2-3 ווערטער זאגן שנעל כנ"ל, אור חדש – יוצר המאורות, פון אהבה רבה ביז שמו"ע איז נישטא ווי צו דרייען, מ'דארף זיין בלויז ווי א וואכדיגע בעל תפלה מיט א שבת'דיגע נוסח, אויסלאזן זולתיך סלה, אחד מהם לא נותר, גאאאאאאאל ישראל, שששששששששששש........
שמו"ע שבת'דיגע נוסח, צום באמערקן איז דא א חילוק צווישן מחי' המתים שחרית און מחי' המתים מוסף, זייער אסאך בעלי תפלות מאכן דעם טעות, שחרית זאגט מען ברך אאאאתה ד' און מחי' המתים זאגט מען אויף אראפ, כדי ס'זאל שטומען מיטן נקדישך, אבער ביי מוסף זאגט מען מחי' מתים אויף ארויף (איך האב נישט קיין טראפן דא) ווי מיט א געשריי מחי' המתים, כדי ס'זאל שטומען מיטן כתר, נקדישך, דא דארפסטו זיך האלטן אין די ראמען ווייל יעדער הערט גוט, בערך ווי ביינאכט ביי ושמרו, אבער מער אויסגערוהט און דער ווייבער שול איז אפן... ממקומך דארט ווי מ'זינגט נעם א גוטן ניגון, די בעסטע אויסוואל איז א ניגון וואס דער עולם קען נאר בערך, א ניגון וואס קיינער קען נישט איז נישט בא'טעמט, חוץ אז די האסט אזא אויסטערלישע שיינע שטומע אזש ס'צונעמט די הערצער, דאן מעגט "איר" (מיט אזא שטומע קומט זיך א "איר") זינגען אליין א ניגון וואס קיינער קען נישט, א ניגון וואס דער עולם קען נאר האלב וועגס קומט אויס זייער שיין, דער עולם זינגט נאר מיט שטילערהייט, און די קענסט זיך ארויס הערן פונעם ציבור, אויב זאגט מען ממקומך, קען מען חזן'סן וויפיל מ'וויל ביז ועינינו תראנה, נאך ועינינו תראנה טאר מען נישט ציען, ווייל ווען מ'ציט כדבר האאאאאמור בשירי עזך עעעעעעעל ידי דוד, ווערט דער עולם מורא'דיג נערוועז, (געדענק רוב מחלוקת ביי ככל ישראל האט אויסגעבראכן שבת צופרי ווען דער עולם איז הונגעריג, דוק ותשכח) ימלוך,
אתה קדוש, שמו"ע נארמאל, מ'נעמט ארויס די ס"ת, חזן האלט ס"ת אין דער הענט, מ'דארף זאגן שמע ישרא'ל, עס איז ראטזאם צו זאגן שמע ישרא' - אחד אלקינו מיטן פנים צום עמוד נישט מיטן פנים צום ציבור, ווייל עס מאכט אביסל נערוועז פארן בעת תפלה, ווען קינד און קייט שטייט לעבן בעל תפלה און קוקט אריין אין מויל, איבערהויפט אז ביים עמוד איז דא א אפענע סידור ומשום כבוד הציבור זאג שמע ישרא'ל אינעווייניג, גדלו לד' אתי ונרוממה שמו יחדיו,
ש'כוח ש'כוח ש'כוח פיין געדאווענט, כ'האף אז מיט אט די ארטיקל וועלן ווערן מער בעלי תפלות, איך זאל נישט זיין דער אייציגע שאץ-ש"ץ דא, נעקסטן ארטיקל וועט זיין אי"ה וויאזוי צו זיין א מאץ-מו"ץ
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה