טאג ביך פון הארדוועיר סטאר
דער נאמען טאג ביך איז אפשר נישט אזוי צוגעפאסט, ווייל דער הארדוועיר געשעפט איז נישט דווקא בייטאג - טאג ביך, עס קען זיך אמאל אריין ציען ביז אין די שפעטע נאכט שעות אויך, ממילא וואלט מען ווען אפשר געדארפט קעפל'ען, טאג און נאכט ביך פונעם הארוועיר געשעפט, אבער כיוון דאידחי אידחי.
א הארדוועיר געשעפט, איז בעסיק א כל בו, ווי מען טרעפט סיי וועלכע אייטעם וואס געפינט זיך אין א הויז, חוץ עסן און אפליינסעס, (אין מאנכע הארוועיר סטאר'ס קען מען געפינען אפליינסעס אויך), ווען איינער דארף א סקרוא, אדער א שרויף, א האָק, א צווענגל, א טעיפ מעדזשער, א דשילעט וכדומה, איז דאך פשוט אז נאר אין א הארדוועיר קען מען דאס געפינען, די חידוש איז, אז עפעס אנדערשט אויך, צו דאס איז מייזן כאפער'ס, אדער ספרעי פעינט, און וואס נישט,
און ווייל א הארדוועיר פארמאגט טויזנטער אייטעמ'ס, (יא טויזנטער) מוז דער אייגנטומער אדער ארבעטער, שטארק האלטן קאפ אויף טויזנטער זאכן בלי שום גוזמא, אנדערשט ווי אין א גראסערי, וואס ווערט איינגעטיילט אין 5 קאטעגאריעס, בעקערי, גראסערי, פרוכט, נאש, פרידידשער – פריזער, וואס דעריבער איז אין פאקט, אז דער גראסערי שעלפס ווערן געטוישט יעדע וואך, חוץ די זייפן וואס ווער נישט אזוי אפט געטוישט, אבער אלע אנדערע זאכן ווערט זייער אפט געטוישט, פשוט פארדעם ווייל די קאסטומער'ס זעלבסט קויפן אט די אלע אייטעמ'ס יעדע וואך, און אז ס'גייט אראפ וועכנטליך גייט דאס ארויף וועכנטליך און די שעלפס טוישן זיך ווענכנטליך, מ'קען דאס זעהן אין די לעצטע וואך פון קאנטרי, און די לאקאלע קאנטרי גראסערי'ס וואס נעמען שוין נישט קיין פרישע ארדער'ס די לעצטע וואך פונעם זומער, און ממש אין איין וואך ווערן די שעלפס ליידיג, דאס איז דערפאר ווייל א גראסערי איז א וועכנטליכע טויש, דעריבער איז פיל גרינגער צו האלטן חשבון וואס מ'האט יא און וואס מ'האט נישט ווייל ס'איז א וועכנטליכע שעלף טוישינג, און צוגאב צו דעם וואס היינטיגע צייט שפאצירן זיך ארום די סעליעס לייט אליין'ס אין גראסערי, זיי שאצן אליינס אפ אויפן שעלף וואס און וויפיל דער גראסערי דארף, און צומאל פילן זיי אליינס אן די שעלפס.
אנדערשט איז אבער דער הארדוועיר, וואס טוישט זיינע שעלפס אפשר איין מאל א האלבע יאר צו מער, לאמיר שוין זאגן אז ער איז א ביזי סטאר, וויפיל הענגער'ס פארקויפט ער א וואך?, און וויפיל נעגל וואסער סעט'ס פארקויפט ער א חודש?, וויפיל האמערס און סקרא דריווער'ס גייט א יאר, און וויפיל גרויסע טעפ פון 16 קווארט פארקויפט מען אין א סיזען, אבער ער מוז דאס האבן אין סטאר, ווייל אז נישט איז ער נישט קיין הארדוועיר, אויב אזוי איז כמעט נישט מעגליך צו האלטן חשבון, וואס מ'דארף יא און וואס מ'דארף נישט, פון ווי זאל ער געדענקען למשל אז פון די קאווע גלעזלעך איז שוין מער נישטא, ווען דאס לעצטע מאל וואס ער האט דאס באשטעלט איז געוועהן פאר 2 יאר צוריק, און דערפאר זעהט מען טאקע זייער אסאך מאל מ'זיכט אין א הארדוועיר סטאר א געוויסע זאך, און ווען מ'געפינט עס נישט, האט דער הארדוועיר אייגנטומער גלייך דער אנטווארט, אז מ'דארף באשטעלן נאך, ס'וועט זיין נעקסטע וואך, א זאך וואס מ'הערט נישט כמעט אין קיין אנדערע מין געשעפט.
דאס איז אלעס באופן כללי פון אזא אבזערוואציע פון אויבן אויף, אבער אז מ'גייט אריין טיפער אביסל, זעהט מען אז די קאסטומער סערוויס איז דא אין הארדוועיר פיל מער קאמפליצירט ווי אין אלע אנדערע סטאר'ס, ווייל מענטשן קומען אריין און בעטן פאר א היים פראדוקט וואס ער ניצט דאס שוין פאר יארן, און רופט עס אן מיט א געוויסן צו נאמען, פון וואנעט זאל דער געשעפט'ס מאן וויסן פון וואס ער רעדט, למשל א קאסטומער קומט אריין און פרעגט....
איר האט אפשר דעי זאך וואס מ'לייגט ארויף אויפן סינק? יא, די זאך וואס מ'לייגט אזוי ארויף...
פון וואס רעדט ער? וועלכע זאך?.....
איר מיינט אפשר א שמאטע וואס מ'ניצט פסח?
ניין, דעי זאך, נו?
איר מיינט אפשר א פילטער?, א איזי פילטער פאר די ווערעם
ניין, דעי זאך וואס מ'לייגט ארויף אויפן סינק
איר מיינט אפשר אזא פסח'יגע פלעסטיק סינק?
ניין, ביסטו א מבין, מ'לייגט עס אזוי אריין אין סינק אינעווייניג,
אה! איר מיינט א זייער וואס לאזט נישט אריין שמיץ אין די סינק,
ניין, דעס וואס מ'גיסט אריין אין די סינק
ענדליך ווייסער שוין אז "דער זאך" איז עפעס וואס מ'גיסט...
וועלכע זאך מיינט איר וואס מ'גיסט?
דעי זאך וואס מ'גיסט אריין און ס'שטאפט אויף דעם סינק,
א נערוון שפיל, פאר א נארישע קעמיקל....
ווען איינער קומט אריין אין פרעגט דעם הארדוועיר ארבעטער, איר האט אפשר דעי שווארצע ספאנדשעס?, דער ארבטער קוקט אים אן ווי משוגע, שווארצע ספאנדשעס?, תם מה אומר מה זאת...., יענער איז מסביר מיט אלע הסברים אז ער מיינט אזא שווארצע ספאנדש וואס מ'קען רייבן טעפ, אה ער כאפט שוין, ער מיינט סטיל וואל...., נאר ביי יענעם אינדערהיים רופן דאס די קינדער שווארצע ספאנדשעס ומאז ועד עתה הייסט דאס ביי זיי אינדערהיים שווארצע ספאנדשעס...., גיי ווייס,
און אויב דער הארדוועיר ארבעטער האט נישט קיין געדולד צו אזעלכע מינערוויכטיגע זאכן, דאן הייסט ער א ארבעטער וואס געט ער נישט קיין סערוויס,
ביי א הארדוועיר סטאר הערט מען טאקע אלץ די אפשאצונג מער ווי אין אנדערע געשעפטן וועגן די סערוויס, ביי א גראסערי צו ביי א בעקעריי הערט מען קיינמאל נישט רעדן צו יענער געט סערוויס צו נישט, מ'רעדט אפשר צו מ'דארף שטיין לאנג אין די ליין צו נישט, אבער סערוויס, איז כמעט נישט שייך, א קלאדינג סטאר איז דאך פשוט דער מציאות פון א קלאדינג סטאר איז איינס מיט סערוויס, ווייל ער סערווירט און מעסט אן קליידונג אויף מענטשן, ממילא איז נישט שייך צו זאגן ער געט סערוויס ווייל קלאדיג איז טייטש סערוויס אין אנדערע ווערטער, אבער הארוועיר איז יא שייך די טעמע פון סערוויס, ווייל ווען א מענטש גייט אריין אין הארדוועיר סטאר ווייס ער נישט פונקטליך וואס ער דארף, אבער ער מוז דאך צושטאפן זיין מויזן לאך, ער מוז אויפהענגען א פיקטשער פרעים, דא מוז ער אנקומען צו עצות פונעם הארדוועיר אייגנטומער, לייג דעס און לאז עס אויסטריקענען וכו' וכו', דעי הוק איז גוט פאר קליינע פאר גרויסע פרעימ'ס וכו', ער מוז געבן עצות און אויפקומען מיט איידיעס המכונה סערוויס.
פאר פסח ווערט דער הארדוועיר סטאר פארוואנדלט אין א יאר מארק, ער איז אפן ארום די זייגער, מ'שטופט זיך אריין און ארויס אין הארדוועיר בערך ווי אין מקוה נאך תיקון ליל שבועות, פארוואס איז דאס אזוי?..., צו וואס ווערט אזא אנלויף, קומט'ס לאמיר אייך מסביר זיין.
ווייל דאס איז הכל מודים אז יעדער איד וואס רגליו עמדו על הר סיני, מוז קויפן יאר יערליך פאר פסח די פאלגענדע אייטעמס,
שמאטעס פאר די סינק,
הארטע קארד בארד,
סקאטש טעיפ,
פלעסטיק קאנטער טאפ'ס,
א נייע בעזעם און מאפ, ועוד,
און דאס ווערט געווענדליך געקויפט ממש הארט פאר פסח, יעצט לאמיר נעמען אזא שטאט ווי וויליאמסבורג, וויפיל הארדוועיר געשעפטן זענען דא אין די גאנצע שטאט, ווילהעם, אסא, טיב טוב, סעגעדין, און האז ענד האום, דאס איז 5 געשעפטן פאר א גאנצע שטאט ווי עס וואוינען אריבער 10 טויזענד משפחות, נו לאמיר מאכן א חשבון 10 טויזענט מענטשן גייען אריין אין 5 געשעפטן אין איין וואך, האיך יכנס כל הפשתן הזה?, דאס בערך 2 טויזענט מענטשן פער סטאר,
און דאס איז ממש די קלענסטע חשבון וואס מיר האבן געמאכט, ווייל מיר האבן אויסגערעכנט נאר 5 זאכן וואס יעדער "מוז" קויפן יאר יערליך, קומט אבער צו זאכן וואס נישט יעדער קויפט, אבער א גרויסע פראצענט קויפט דאס יא, למשל ליידיגע פלעסטיק באטלעך מיט דעקלעך פאר מאסט, דשוס, וכדומה, און סתם דערזעהט מען זיך אלץ אפאר טעג פאר פסח מיט זאכן וואס מ'דארף פונעם הארדוועיר, צ.ב.ש. א נייע שארפע מעסער, א שבת בלעך, א קעסל, א מיקסער, א געוויסע סייז טאפ וואס מ'האט שוין לאנג געפלאנט צו קויפן, ס'איז לא ימלט אז ס'זאל זיך מאכן איינער וואס דארף נישט גארנישט פונעם הארדוועיר פאר פסח אויסער די מינימום,
קומט מען ווייטער צוריק צום אלטן חשבון 10 טויזנט מענטשן גייען איינקויפן אין 5 סטאר'ס, דאס איז פראצעטואל 2 טויזענד מענטשן פאר איין סטאר אין ווייניגער ווי איין וואך, דאס איז ממש עק וועלט, מ'קען דאך באקומען א קאפ וויי בלויז צו זעהן 1000 מענטשן א טאג, האנדלען מיט זיי על אחת כמה וכמה, האנדלען מיט זיי אין אנגעצויגענע מאמענטן בן בנו של ק"ו, (לאמיר נאר א קוק טון אונטער זייער רעדשיסטער אפשר וועט מען דארט טרעפן די ליידיגע טיילענאל באטלעך.....)
וועלן דאך מאנכע זאגן אז איך פיר מיך ווי א חסיד און איך צייל יענעס טאש, ניין, איך רעד לגריעותא נישט לטבותא, יעדער פארשטייט אז ווי אין יעדע ביזנעס איז דא א סיזען, אבער איך רעד אבער אז די סיזען זעלבסט איז פארוקט ביז צו קאפ וויי...
דאס איז פסח, וואס טוט זיך סוכות?,
די הארוועיער סטאר'ס זענען שוין קלוג געווארן במשך די יארן, מ'לייגט שוין ארויס לכתחילה די לאנגע שרויפן וואס מ'ניצט פאר די רעגולער סוכות, מיט וואשעט'ס און נאטס וכל המסתעף, מוז אבער דער סטאר זיין אויסגעשטאט מיט טול'ס וכל הדומה, ווייל סוכות איז דער סיזען ווען די בין הזמנים בחורים הייבן אן ליב צו באקומען טול'ס, א דרילער, א דשיק סאו, און סתם צווענגלעך און האמער'ס, דא דארף שוין דער אייגנטומער זיין א מבין אין טול'ס, מסביר צו זיין פארן קליינעם שתי שערות'ניק וועלכע דשיק סאו ס'לוינט זיך פאר סתם שניידן און וועלעכ'ס לוינט צו מאכן א לעקטריק סיין אדער א קרוין.
דערנאך קומט צו, נוי סוכה, קליינע באלב'ס, פלערעסנט, שטריקן, סטעיפלער'ס, טישן, בענק, בעטן, דאס פארנעמט אזויפיל פלאץ אז מ'קען נישט אפי' אדורך גיין לעבן דעם הארוועיר אפי' ווען מ'וויל נישט אריין גיין,
איצט לאמיר צוריק גיין צום אלטן חשבון, יעדער איינוואוינער אין די שטאט "מוז" עפעס קויפן פון הארדוועיר פאר סוכות, הייבט זיך אן א חשבון 10 טויזענט מענטשן אין 5 סטארס אין איין וואך = קאפ וויי.
יעצט זאל זיך דער פרישע יונגערמאן אדער בין הזמנים בחור אפשטעלן א מינוט, פאר ער גייט אריין אין הארדוועיר סטאר אין א בין הזמנים'דיגן דינסטאג אויפדערנאכט, נאכדעם וואס ער האט שוין געכאפט א שינת צהרים, און געגעסן סאפער, געדאווענט מנחה מעריב, און באשלאסן אז היינט נאכט איז א גוטע צייט צו בויען די סוכה, יעצט דארף ער נאר אריין גיין אין הארדעיר קויפן אפאר זאכן, פארשטייט זיך אז דער אייגנטומער דארף האבן געדולד אויסצוהערן זיין נייעם פאטענט וואס ער האסט אויסגע'חלום'ט צוזאמען צו שטעלן זיין שלאק, שוין נאכדעם וואס ער האט מסביר געוועהן האסטיג מיט די הענט און די פיס וויאזוי ס'גייט זיך הייבן און לאנדן זיין פעסטן שלאק, דארף ער נאר אזא געדרייטע סקרא און א על מיט נאך אזא 2 רעדלעך, און אויך א עצה און א הדרכה וויאזוי מ'קען דאס טאקע מוציא זיין מכח אל הפועל....
דער איינגטומער דארף האבן געדולד, דיר אויסהערן, דיר סערווירן, דיר מייעץ זיין, און דיך נישט אראפ לאזן א פראסק פארן גיין אויף די נערווען 9 אזייגער ביינאכט ווען ער האט שוין היינט געזעהן 1000 מענטשן...., און די פלא איז, אז ער האט יא געדולד...., ער הערט אויס, ער סערווירט, ער איז מייעץ, און לאזט נישט אראפ קיין פראסק...., פאר א אייטעם וואס קאסט 2 דאללאר, און דער קונה בעט אויך ביים קויפן אז אויב ס'ארבעט זיך נישט אויס וויל ער עס קענען צוריק ברענגען,
איך וואלט געשריבן נאך, נאר איך יאג מיך צום הארדוועיר קויפן אייניגע צוגעהערן פאר מיין סוכה....

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה