אז מ'האט צו באצאלן דעם חוב קען מען פארציילן דעם סוד - פורים
פון איין שאפינג אייל צום צוויטן שטופט ער זיין שאפינג קערידש און פילט אן סחורה וויפיל ס'גייט, ווי זיין שטייגער איז חודש'ליך גייט אונזער ר' משה איינמאל חודש אריבער צום גרויסן געשעפט פון זיין'ס א ידיד און מאכט א גרויסן ארדער וואס פון דעם איז דא בשפע אגאנצע חודש, די היינטיגע חודש איז נישט אנדערשט ווי אלע אנדערע חדשים ווען ר' משה דרייט זיך אין געשעפט און דער וואגן ווערט פולער פון מינוט צו מינוט אויפגעהויפנט און אנגעפילט ביזן ברעג,
ער שטייט שוין אין די רייע צו באצאלן, די וועגלעך רוקן זיך שטאטליך ביז ער דערזעהט זיך שוין פארנט פונעם אטאמאטישן רעכנער וואס סקענט אריין אלע אייטעמס וואס ער האט זיך איינגעקויפט, און דא דערזעהט ער דעם געשעפסט מאן אליין יענקל זיין אלטע ידיד פון די ישיבה ווי ער רעכנט אים זיין גאנצן ארדער, אזוי במשך דעם צונויף רעכענען אלע זאכן פרעגט זיך יענקל דער געשעפסט מאן און ר' משה דער קונה ענפערט הויעך אין קלאר,
וויפיל שטיק האסטו פון די גרינע? 15,
פון די רויטע? 25, פיין, געגאנגען ווייטער,
אפשר געסטו מיר א הנחה אויף דעם זעקל? מ'הייבט זיך אן צו טענה'ן איבער פארשידענע פרייזן, ביז מ'קומט אן צו א עמק השוה,
דער וואגן ווערט שוין אויסגעלערט צוביסלעך, און אויפן מאשין ווערן די נומער'ן אלץ העכער און העכער, ענדליך מ'קומט שוין צו א סך הכל, דער געשעפסטמאן דרייט אויס דעם סקרין פאר זיין חבר דער קונה, ווייזנדיג דעם סך הכל מיט אזא סימנא טבא אהער מיטן געלט אדער מיטן קארטל...,
דא בייגט זיך צו דער קונה צום בעל בית און זאגט אים א סוד אין די אויערן מיין ליבע חבר איך האב נישט איצט קיין געלט, שרייב אויף דעם חשבון אויף מיין קאנטע ווען איך וועל האבן וועל איך דיר באצאלן,
אט די לעצטע פאר ווערטער ווערט שוין נישט געזאגט מיטן זעלבן הויכן קול ווי פריער ווען מ'האט זיך געטענה'ט איבערן פרייז, ווייל ווען מ'זאגט אז מ'האט נישט – אין לי, זאגט מען עס נישט אזוי פעסט ווי אלע אנדערע דברים שבין איש לחבירו.
****
די הייליגע טעג ראש השנה יום כיפור מ'שטעלט זיך זאגן אבינו מלכינו, מ'פאקט זיך אן דעם וואגן מיט סחורה, מלא ידינו, זכרינו בזכרון טוב, מלא אסמינו שבע, כתבינו בספר פרנסה וכלכלה, שלח רפואה שלימה, פתח שערי שמים, אלעס ווערט געזאגט מיט אזא הויך קול, מ'שרייט, מ'בעט מיט א שאגה וצעקה,
ווידער דאס לעצטע אבינו מלכינו זאגט מען שטיל, ווייל דארט זאגן מען "חנינו וענינו כי אין בנו מעשים", הייליגע טאטע אונז זאג מיר דא א שרעקליכע סוד, אונז האמיר נישט צו באצאלן, כי אין בנו מעשים, לייג עס ארויף אויף אונזער חשבון....
המשל והנמשל מיוסד עפ"י המגיד מלובין בס"ס אהל יעקב
דאס איז טאקע ר"ה און יו"כ וואס איז נאר יום הכפורים מיט כ' הדמיון, וואס טוט זיך בעצם יום הפורים אליין?, דא איז שוין די מעשה גאר אנדערשט, פורים איז א זמן וואס נכנס יין יצא סוד...., מ'קען שוין אויסזאגן דעם סוד הויעך, מ'קען זאגן הויעך טאטע דער חוב איז טאקע גרויס אבער באצאלן איז שווער, לייג עס ארויף אויף אונזער חשבון, מיר וועלן עס באצאלן צוביסלעך,
פארוואס טאקע קען מען פורים יא פארציילן דעם סוד?
משום מעשה שהי', וואס האט פארציילט דער הייליגע קאלוב'ער זי"ע פאר די הקפות, א הונגעריגע צוגיינער איז אריין אין א גאסט הויז און זיך געלאזט סערווירן מאכלים פרישע און גוטע, ווען ס'איז געקומען צו באצאלן האט ער געזאגט אין לי, איז געווארן א בהלה וואס הייסט דו האסט נישט, מ'וועט דיך אנשלאגן, איינשפארן, געבן מכות, עפעס א מין גניבה דאס,
זאגט דער צוגיינער און נאכדעם?... וואס וועסטו האבן פון מיר שלאגן, איינשפארן, געבן מכות, וועט דיר דאס געלט צוריק קומען?, אלא מאי, איך האב אן עצה, איך וועל מיך נעמען זינגען און טאנצן דא שיין און לעבעדיג, דער עולם וועט אריין קומען אהער, וועלן דאך זיין מער קאסטומער'ס וועסטו פארדינען שיין, וכך הוי,
האט דער היייגע קאלובער געזאגט אונז זעמיר אזויפיל שולדיג פאר כביכול מ'האמיר נישט צו באצאלן, רבוש"ע אז דו וועסט אונז שלאגן, אדער מעניש זיין וואס וועסטו האבן פון דעם, אונז קעמיר שיין זינגען און טאנצן, אפשר אזוי וועט מען אויסצאלן דעם חוב,
עד כאן המעשה פונעם קאלובער זי"ע,
פורים איז דער זמן וואס מ'קען אזוי באצאלן דעם חוב, מ'זינגט און מ'טאנצט און מ'לויבט דעם באשעפער אזוי קען מען אפצאלן עטוואס חובות, פארדעם איז נכנס יין יצא סוד, ס'קומט ארויס דער סוד טאקע דער זעלבע סוד פון ר"ה יו"כ וואס מ'זאגט שטילערהייט חנינו וענינו כי אין בנו מעשים אז מ'האמיר נישט צו באצאלן די חובות, טאקע דאס באצאלט מען אין פורים מיטן וועג פונעם קאלוב'ער אז מ'זינגט און טאנצט,
לפי זה איז מובן וואס חז"ל זאגן די פלא'דיגע גמ', חייב איניש לביסומא בפריא, "חייב איניש", א מענטש איז אזויפיל שולדיג פארן באשעפער, אזויפיל חובות, וויאזוי באצאלט מען דאס אלעס?, איז דא איין עצה, לבסומי בפוריא, צו זיין פרייליך אין פורים,
(נלקט מספר ויחן ש"ם – 'שאץ 'מאץ)
איצט די זעלבע געדאנק אויפן גראם
(ניגון אבינו מלכינו עשה)
--צו פארשטיין דעם היינטיגן טאג אויף דעם אופן,
א מענטש איז אמאל אריין אין א געשעפט איינקויפן,
דער מוכר האט זיין סחורה, געטון צייגן,
פארשידענע סחורות געטון אויסלייגן,
--דער קונה האט אנגעהויבן טענה'ן איבער'ן פרייז,
און דער מוכר ענפערט צוריק בטוב טעם ודעת,
אזוי ווערט א גערודער, יעדער וויל זיינע כוחות ווייזן,
און דער קונה וויל אראפ קלאפן די פרייזן,
--ענדליך מ'גלייכט זיך אויס אויף א פרייז באשטימט,
דער קונה נעמט צוזאם די סחורה צום מוכר ער קומט,
איך וויל דיר שטלערהייט' א סוד אויסזאגן,
איך נעם די סחורה אויף בארג ווייל געלט טו איך נישט פארמאגן,
"אין די היי' טעג ווען מ'בעט צום בורא נפשות,
מ'זאגט אבינו מלכינו מיט אלע בקשות,
אבער די לעצטע אבינו מלכינו זאגט מען שטילערהייט לפני ד' אלקים,
חנינו וענינו כי אין בנו מעשים,
"אבער יו"ט פורים דער גרויסער כח ס'האט,
נכנס יין יצא סוד,
כי אין בנו מעשים איז מען הויעך מגלה,
און מיט דעם אלעם איז דער באשעפער אונזער בקשות ממלא,
"און מ'בעט עשה עשה עשה,
רבש"ע עשה,
עשה עמנו צדקה וחסד כי אין בנו מעשים,
--וויאזוי טוט מען די חובות באצאלן,
הייליגע טאטע כסף מנלן,
אז מ'זינגט שירה כהמון גליו,
אזוי ווי ס'האט געזאגט דער היי' צדיק פון קאלוב,
--פארן טאנצן הקפות פארציילט א ציגיינער איז אריין אין א גאסט הויז,
געגעסען נישט געהאט צו באצאלן דער בעה"ב לאזט אים נישט ארויס,
זאגט ער איך האב א עיצה, איך וועל זיך נעמען זינגען,
מענטשן וועלן הערן וועלן זיי אהער אריין דרינגען,
"אזוי ארום וועסטו פארדינען מער,
סתם מיר צו באשטראפן איז נישט כדאי געב א קלער,
האט דער היי' קאלובער אויסגעפירט, רבש"ע מ'זעמיר דיר שולדיג אזוי סאך,
אבער באצאלן מ'קענען נישט מ'זעמיר צו שוואך,
"פארדעם לאמיר זינגען און טאנצן הקפות,
און אזוי באצאלן מיט הוספות,
מיטן זינגען ביז גאר, איז זיכער קלאר,
אז מ'קען באצאלן די חובות פון אגאנץ יאר
"חייב איניש א מענטש איז גאר אסאך חייב,
וויאזוי קען ער באצאלן מ'איז משים אל הלֵב,
אבער לבסומא בפריא מ'קען זיין פרייליך מיט וויין מיט זמירות,
אזוי וועל מיר באצאלן אלע חובות בברירות,
"עשה עשה עשה,
אם לא עכשיו אימתי,
סז'אל מקיום ווערן יעדע בשקה פון אבינו מלכינו,
והושיעינו,

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה