טאג ביך פון מוכר ספרים
ראשית דבר:
זאת למודעי אז דער ספרים געשעפט איז נישט נאר א מקום ווי מ'פארברענגט די צייט אין א זמן וואס מ'וויל זיך אביסל אויסלופטערן נאך א שווערן טאג, נאר עס איז אויך א פלאץ ווי עס ווערט פארקויפט און געקויפט ספרים און אידישע ארטיקלען....
א ספרים געשעפט איז אזא מין פלאץ ווי מ'מוז נישט עפ"י הכרח אריין גיין במשך א גאנץ יאר, אנדערשט ווי א גראסערי וואס מוז וועכנטליך געמאכט ווערן א ארדער, אדער א הארוועיר ווי מיר האבן שוין אמאל באריכטעט אין א באזונדערע ארטיקל, דארט קומט יא אויס לכה"פ צוויי מאל א יאר אז מ'מוז אריין גיין אין הארדוועיר דאס איז פאר פסח און פאר סוכות, אבער א ספרים געשעפט מוז מען נישט אריין גיין במשך אגאנץ יאר א מענטש קען האבן אלע ספרים וואס ער דארף ער האט מחזורים סליחות קינות ודומה ביי זיך אין באזיץ און עס פעלט אים נישט אויס אריין צוגיין אין ספרים געשעפט,
נאר ס'קען זיך דאך מאכן אז א מענטש זאל יא דארפן אריין גיין אהין דאס איז נאר ווען ער דארף א ספר אדער דאס גלייכן, נו אז מ'מוז נישט אריין גיין איז דאך נישט קיין הכרח צו וויסן וואס דארטן גייט פאר, משום הכי האמיר טאקע נישט אויסגעקליבן דעם סדר היום פונעם מוכר ספרים צום ערשט, טאקע דערפאר ווייל דאס איז נישט די ערשטע אויף סיי וועלכע מענטשנ'ס סדר היום, מיר האבן געהאלטן אז א טאג ביך פון חזן, שמש, מקוה איד, הארדוועיר, זינגער, מגי"ש, מלמד, קליינע רבי'לע, קומט פריער, ווייל דאס איז טעגליך און מ'טרעפט זיי אן מער אפט.
אבער לכל זמן ולכל חפץ תחת השמים, צו יעדן קומט אן זיין צייט, יעצט איז די צייט פון אריין שפאצירן אין א ספרים געשעפט כאפן א קורצן בליק וויאזוי דאס גייט צו, און גלייכצייטיג כאפן אויך א בליק איבער די אנדערע זייט וואנט, ווי נישט יעדער דעגרייכט אהין.
קונים אין ספרים געשעפט ווערן צוטיילט אין דריי קאטאגאריעס,
1) חובבי ספרים, מענטשן וואס האבן ליב ספרים, אט די מענטשן פארברענגען אין ספרים געשעפט אפאר מאל א וואך אויב נישט יעדן טאג, וואס זייער וויילן אין ספרים געשעפט פארנעמט א ערנסטע חלק אין זייער סדר היום, אט די חובבי ספרים, האבן ליב צו זעהן די נייע ספרים, מ'איז מעיין, מ'שמיסט איבער מיט די ארומיגע חובבי ספרים בנוגע די ספרים וכל המסתעף.
2) א מענטש, אינגל / מיידל / בחור/ כולל יונגערמאן, וואס דארפן א באשטומטע ספר לצורך הלימוד, אט דעי קונים זענען בדרך כלל אריין און ארויס, ער זאגט וואס ער דארף, ער דארף א תהלים מיט גרויסע אותיות דפוס מאשקאוויטש, אדער א משניות משנת יודא אויף מס' יומא, ער קויפט באצאלט אין גייט זיך ווייטער.
3) מתנות קויפער, מענטשן וואס קומען נישט צו אפט אין געשעפט זיי קענען נישט אזוי גוט די ספרים מארק, אבער איצט מוזן זיי קויפן א מתנה, ווי א בר מצוה, אדער טאטע פאר קינד, מאן פאר ווייב, רבי צו תלמוד, וכהנה, אט דעי קונים פארברענגען אביסל מער אין ספרים געשעפט, ווייל זיי ווייסן נישט פונקטליך וואס זיי ווילן, און דער מוכר דארף זיי סערווירן וואס צו קויפן און וואס צו נעמען און וועלעכ'ס ס'איז פאסיג.
לאמיר זיך קודם נעמען צו די דריי מיני קונים, כת הראשון די חובבי ספרים, די זענען באמת א ביין אין האלז פאר די מוכרים, ווי א ביין וואס מ'קען נישט אראפ שלינגען און נישט אויסשפייען, סוף כל סוף זענען זיי גאנץ גוטע קאסטומער'ס ווייל ווי געזאגט זענען זיי די חובבי ספרים, אבער לעומת זה זענען זיי אביסל נערווירנדיג, ווייל זיי פארברענגען אסאך צייט אין געשעפט אין גייען אביסל אויף די נערוון, סיי מיט זייערע שמיסן און סיי מיט זייערע קשיות והערות,
אז דער חובב ספר האט א טענה אויף א מחבר היתכן ער האט אזוי געדריקט דעם ספר אזוי פאצעריש און אזא נארישע פאנט מיט אזא נארישע מפתח, דער חובב ספר ווערט גערעגט און גיסט אויס זיינע טענות אויפן מוכר ספרים, צודרייטער דער...., געט שוין יא ארויס א ספר, מאכט ער א האלבע ארבעט, זאגט נאר הרב חובב ספר, צו ווייסט איר אז איך פארקויף נאר ספרים און נישט מחבר ספרים?....
כת השני – די לימודים קויפער, א מחי', א ברכה אויף זייער קאפ, קויף א גמ', קויף א שו"ע, צורייס עס וואס שנעלער און קויף נאך איינס, זאג דיין רבי – מגי"ש א דאנק אין מיין (מוכר ספרים'ס) נאמען, פארן זאגן פאר די תלמודים פונקטליך וועלכע ספר מ'דארף וועלכע משניות פון וועלכע דריק, און אויב האט מען נישט אין סטאק אט די דריק ביטע זאג פאר די תלמודים אז צו נעמען א ענדליכע איז נישט ביהרוג ואל יעבור.
כת השלישי – די מתנה קויפער, דא דארף שוין דער מוכר ספרים זיין ווי א אתרוג סוחר, צו ליינען יענעמס נאז און צו פארשטיין מיט וועמען מ'האט דא צו טון, ווער קויפט א מתנה פאר וועם, ווען דער עושר קויפט פאר זיין מחותן, אדער דער עושר פאר זיין נעפיו'ס בר מצוה, רוקט ער אים אריין א גרויסן ברייטן סעט ירושלמי, ווייל ירושלמי'ס ווערן גאנץ ווייניג פארקויפט במשך דעם יאר עס ליגן דארט אויבן 3 פארשטויבטע באקסעס, יעצט איז א גינסטיגע צייט פטור צו ווערן פון איין סעט, דער עושר אידאך נישט קיין ווייסעך ווער, ער דארף בעיקר אנקומען צום בר מצוה מיט א "גרויסע" מתנה....
אדער דארף דער אומוויסנדער יונגערמאן וואס קויפט א בר מצוה מתנה האבן בעיקר א שיינע סעט, רוקט מען אים אריין א סעט וואס האט שיינע דעקלעך און ס'איז א מחי', עפעס א סעט תשובות ספרים וואס דער בר מצוה בחור וועט אין זיין לעבן נישט ניצן, ס'האט אבער שיינע גאלדענע קריצן, און ס'קוקט אויס און לייגט זיך שיין אין ספרים שאנק.
אבער ווען דער מוכר זעהט אז ער האט צו טון מיט א יודע ספר, שלאגט ער אים נאר פאר ספרים וואס זענען כלומר'שט צו טאקע פאסיג פאר א בחור, איר זעהט דארט דעם סעט מקח טוב, דאס קויפן היינט אלע בר מצוה בחורים, דער יודע ספר כאפט א בליק ער זעהט טאקע אז ס'איז געשמאקע גרינגע ענינים קויפט ער אים אפ, מ'פאקט אים ארום מיט קאלירטע פאפיר און מ'איז גרייט צו די בר מצוה.
ווי אויך דארף דער מוכר האבן היפש שכל און געפיל, פשוט צו פארשטיין ווען מ'וויל קויפן פאר א כלה אדער ווייב פאר סיי וועלכע געפילישע מאמענט, אויסצוקלויבן עפעס וואס זאל טאקע זיין אין פלאץ און דינען דעם ציל פון די מתנה, פארשטיין ווען מ'גיבט א לעדערנע הפרשת חלה, און ווען מ'גיבט א נייע סידור, און ווען מ'גיבט א חלה דעקל אדער לעכט צינדער.
דער פאקט איז אז דאהי אין אמעריקא איז ספרים אליינ'ס נישט קיין ביזנעס, (אין א"י לעבט דער עולם מער מיט ספרים סיי ס'איז ביליגער און סיי מ'האט צייט און מ'האט הנאה פון נייע ספרים) דאהי האט דער עולם קליינע דירות ס'אינישטא קיין פלאץ פאר צופיל ספרים, און אפי' די אידן מיט גרויסע דירות ניצן נישט צופיל די ספרים אינדערהיים מקוצר רוח ומעבודה קשה, ממילא זענען די כת הראשונה די חובבי ספרים ווייניג אין מספר, דעריבער איז נישטא קיין מקום ווי צו פארדינען קיין געלט בלויז פון ספרים אליין, מוזן בעל כרחך די ספרים געשעפטן אריין נעמען אנדערע אידישע ארטיקלען וואס עס איז פארהאן א מקום צו פארדינען געלט, למשל אידישע טעיפס – געימ'ס – טוי'ס וכדומה.
לאמיר נעמען אזא שטאט ווי וויליאמסבורג, עס זענען דא עטליכע ספרים געשעפטן מיר וועלן עס צוטיילן אין צוויי קאטעגאריעס, אלטע און נייע, אלטע זענען, בית הספר, איינהארן, הצלחה, און די נייע זענען, אוצר, תלפיות, מאורות, יעצט לאמיר כאפן א בליק וואס איז די חילוק צווישן זיי, די אלטע קען מען אנרופן ספרים געשעפטן, און די נייע קען מען מער אנרופן דשודעיקא געשעפטן, ווייל די אלטע האבן פאקטיש א ריזיגע אויסוואל פון ספרים בכל המקצועות, ספרים וואס קענען שוין ליגן אין געשעפט עטליכע יאר, ביז פונקט יעצט האסטו געהערט פון אזא מין ספר וואס דאן לויפסטו עס קויפן און ס'איז דא בנמצא טאקע נאר אין די אלטע געשעפטן, אמת זיי האבן אויך עטוואס דשודעיקא אויך אבער דער עיקר קוואנטום איז ספרים.
משא"כ די נייע וואס מיר רופן אן דשודעיקא, זיי האבן אנגעהויבן ביים עפענען זייער געשעפט מיט זאכן נאר ווי מ'קען פארדינען, סתם זיך אנפילן דעם געשעפט מיט ספרים איז פאר זיי נישט געוועהן כדאי, וואס יא, מ'פילט אן דעם געשעפט מיט דשודעיקא און אויך א סטאק פון מתנות, דהיינו בר מצוה מתנות וואס דאס שליסט איין ספרים סעט'ס, ווי צ.ב.ש בני יששכר'ס תפארת שלמה'ס ישמח ישראל'ס נועם מגדים'ס וכו' וכו', גרויסע און קליינע, ווי אויך די ספרים וואס ווערן געלערנט אין חדרים ישיבות כוללים גמרות משניות שו"ע'ס, און פון יעצט אין ווייטער אויך אלע נייע ספרים וואס קומען ארויס פון דריק נעמט ער אויך אפאר שטיק, ווייל יעצט איז ער שוין א שטיקל מוכר ספרים, בקיצור אין אנדערע ווערטער ער נעמט נאר אריין אין געשעפט זאכן וואס זענען דא א מקום צו פארדינען, משא"כ א ספרים געשעפט מקדמת דנא ער האט אלע ספרים און ער מוז האבן אלע ספרים ווייל אז נישט איז ער נישט קיין ספרים געשעפט.
יעצט צוריק צו פריער, די חובבי ספרים כת הראשון, האבן ליב אריין צו גיין דוקא אין די ספרים געשעפטן, משא"כ די אנדערע צוויי די מתנות קויפער און די לימודים קויפער'ס, די קענען אריין גיין סיי ווי, ווייל ביידע סיי ספרים און סיי דשודעיקא געשעפטן רעדט צו זיי.
פארדעם איז טאקע באקוועמער פאר די עזרת נשים אריין צו גיין אין די דשודעיקא געשעפטן ענדערשט ווי אין א ספרים געשעפט, א אשה אין א ספרים געשעפט פילט זיך פונקט ווי א זכר אין טרימינג סטאר, אמת ס'מאכט זיך אמאל פאר איינער פון אונז אז מ'דארף אריין גיין אין א טרימינג סטאר קויפן עפעס פאר זיך אדער פארן ווייב צו קנעפלעך צו סנעפ'ס וכדומה, דאך איז עס אבער גאר שטארק אומבאקוועם מ'פילט זיך זייער פרעמד ס'איז פיל מיט ווייבער און מ'וויל זיך זעהן אינדרויסן ווי פריער, פונקט אזוי שפירט זיך א אשה וואס קומט אריין אין ספרים געשעפט וואס איז פיל מיט די מענטשן – חובבי ספרים וואס דרייען זיך ארום איבער די נייע ספרים ווי א בינען שטאק, דארף זי יעצט בעטן הויעך דעם מוכר ספרים 2 נייע קאפלעך און 3 טלית קטן'ס, זי וויל זיך אויך זעהן וואס פריער אינדרויסן, אבער אין א דשודעיקא דארטן פילן זיך די ווייבער מער באקוועם, ווייל סוף כל סוף דרייען זיך דארטן מער די מתנות קויפער ווי געשמיסט.
(איי למאי נפקא מינא ווי די ווייבער דרייען זיך?, סתם צו וויסן, לידוע בעלמא, ווייל די ציל פון אונזערע ארטילקען איז מ'זאל שפירן און וויסן די אנדערע זייט מטבע, וויסן וויאזוי יענער פילט און יענער טראכט, פונקט ווי איך טראכט אלץ אין די ערב סוכות טעג ווי אומבא'טעם'ט די ווייבער שפירן זיך ווען זיי דארפן זיך אדורך שטופן לי עוו. צווישן די אלע ד' מינים סוחרים, לאך איך זיי אויס הא הא הא.... (ס'איז דא דריי פינטלעך) פונקט אזוי שפיר איך זונטאג נאכמיטאג ווען אלע קערידשעס בלאקירן די גאס און פאר א מאנספערזאן איז אומבאקוועם אדורך צו גיין אז ער מוז גיין אויפן גאדער, יעצט איינמאל זאלן זיי וויסן וואס דאס מיינט גיין אויפן גאדער...., היינו הך, פונקט אזויווי מיר איז אומבאקוועם צו גיין אין טרימינג סטאר, אזוי איז איר אומבאקוועם צו גיין אין ספרים סטאר.)
צוריק אין ספרים געשעפט, דאס איז הכל מודים אז דער מוכר ספרים מוז האבן א ברייטע ידיעה אין ספרים ותולדותיהם און דערצו זיין א היפשע שטיקל יודע ספר, ווייל אז איינער פרעגט אים וועלכע ספר איז גוט אויף מס' פסחים, דארף ער וויסן וועלכע ספר אים פארצושלאגן, און אז איינער פרעגט וועלכע ספר איז די בעסטע אויף מוקצה, זאל ער וויסן וואס צו ענפערן, גלייך צייטיג דארף ער קענען די ספרי התולדות, כדי ווען איינער קומט אריין און בעט עפעס א מעשה ביכל מיט סיי וועלכע ענין דארך ער וויסן וואס פארצושלאגן, דאס איז באופן כללי.
באופן פרטי דארף דער מוכר ספרים פערזענדליך אדורך טון די נייע ספרים, ווייל ווען זיינע חובבי ספרים קומען אריין זאל ער גלייך וויסן אנצוטראגן די סחורה, וויסן גלייך צו זאגן ערעב איד כבוד הרב?, איר האט געזעהן דעם נייעם ספר וואס הרב געשעלניק פון א"י האט ארויסגעגעבן?, א נייע ספר אויף הל' טבילת כלים, פשששש א שיינע ארבעט, קוקט'ס עס אן...., ער ווייסט אפי' מוסיף צו זיין אזא נננעעעע.. ס'איז סאך בעסער פון זיין ערשטע ספר....
פארשטייט זיך אז אפי' צווישן די חובבי ספרים זענען פארהאן עטליכע מיני קאטעגאריעס, ס'איז דא וואס האבן ליב אלע מיני הלכה ספרים, ס'איז דא וואס קויפן נאר אלע מעשיות ותולדות, ס'איז דא וואס קויפן אלע ספרי אגדה ודרוש וחסידות, ווידער אנדערע קויפן אלע מיני ליטווישע מאמרים, מוז דער מוכר ספרים וויסן וועלכע'ס אנצוטראגן פאר וועמען, און גלייכצייטיג וויסן די מעלות פונעם נייעם ספר, איר זעהט דעם נייעם בת עין?, א מחי'..., איר געדענקט דעם אלטן דריק?, ס'איז געוועהן ממש א חורבן פיל מיט טעותים, קוקט אהער ממש ס'לערנט זיך פון זיך אליין און נאכדערצו מיט אזא פעסטן מפתח...., ס'איז ממש נישט מעגליך איבער צו לאזן דעם נייעם ספר, מ'קויפט דאס אפ בכסף מלא.
נישט נאר ידיעות התורה, נאר אפי' ידיעות אין מעשה ביכער דארף דער מוכר ספרים וויסן, ווען א שרייבער גיבט ארויס א נייע מלחמה ביך, דארף ער האבן מבינות, אה דעי ביכל איז זייער באלערנד, ער שרייבט מורא'דיג זיינע מלחמה יארן און פון קראקא ער איז אפי' געוועהן א דאראמסקע חסיד...., אפי' א פיקטיווע מעשה ביכל פון פיקציע, ווען איינער וויל קויפן א פיקציע פאר איינער וואס קען נישט יעצט ליינען עפעס אנדערשט, דארף דער מוכר ספרים וויסן וועלכעס איז שרעקעדיג און וועלעכ'ס איז סתם גוט,
(איך זאג אויף פיקציע ביכער אז דאס איז פאר איינער וואס קען נישט ליינען עפעס אנדערשט, ווייל א נארמאלע מענטש ברויך נישט צו ליינען דעי שטותים פון שפיאנען און עף בי איי, ס'איז הבל הבלים און זיי מאכן בלויז משוגע אונזערע מאדס און גוסטעס, סוף כל סוף מאכט דער ביכל מורא'דיג נייגעריג מ'קען דאס נישט ליינען צוטיילט אין א וואך יעדן טאג א צווייטן קאפיטל, נאר מ'מוז דאס ליינען אין איין צו, זיי עטווערטייזן דאך אפי' אזוי "איר וועט נישט אראפ לייגן דעם ביכל פון דער האנט ביזן ענדיגן", דאס איז מיר נישט קיין עסק, איך קויף נישט א ביכל וואס זאל מיך קאנטראלירן און בעל הבית'ווען איבער מיר, מיך מאכן טרויעריג און העפי און בלייבן וואך א האלבע נאכט נישט אראפ צו לייגן דעם ביכל פון די הענט, וואס יא, איך ווייס פון פאקט אז זייער אסאך מענטשן אין שווערע סוטיאציעס צו אין שפיטעלער אדער אין ענדליכע מצבים זענען זיך ממש מחי' מיט אט דעי מיני ביכער, ממילא אשריהם אז זיי געבן חומר פארן היימישן ציבור אויף אידישע שפראך כדי נישט צו ליינען גוי'שע ביכער, אבער א נארמאלע מענטש מיט נארמאלע אומשטענדן האט נישט וואס צו ליינע קיין פיקציע ביכער, העי! ווער נישט גערעגט..., איך זאג בלויז מיין מיינונג, דו מעגסט מחולק זיין מיט מיר..... דו קענט ליינען וויפיל פיקציע דו ווילסט, און ווערן דערשראקן און געשפאנט פונעם גאן שיסער צו אייער קאפ ווען דער פארשוין סטראשעט מיטן לעבן, אבער אין די לעצטע מינוט ווערט ער געראטעוועט....)
צו ווייסט איר אז איין שאנק אין ספרים געשעפט ווערט געטוישט קאמפלעט יעדע שטיק צייט?... דאס איז דער שאנק פון די עניני דיומא אפטיילונג, חודש תשרי איז דא דארט ספרים אויף ר"ה יו"כ סוכות, אנפאנג ווינטער ליידיגט מען אויס יענעם שאנק, מ'פארפאקט די סחורה אויפן בוידעם, און מ'נעמט ארויס די חנוכה סטאק, מ'לייגט ארויס אלע ספרים אויף חנוכה, נאך חנוכה פאקט מען דאס אוועק אויף לשנה הבא, און מ'נעמט ארויס די ספרים אויף שובבים וד' פרשיות, פורים ודומה לו, פאר פסח מאכט מען עטוואס מער פלאץ, ווייל די מספר פון הגדות איז עד אין שיעור ועד אין קיץ, און מענטשן קויפן טאקע יעדעס יאר ספרים אויף פסח, (אני הקטן איז זיך אויך אזוי נוהג צו קויפן יעדעס יאר א נייע הגדה, נישט מכח חומרא ווייל כ'האב מורא אז די אלטע איז חמציג געווארן, נאר איך האב ליב יעדעס יאר צו לערנען א נייע פירוש אויף די הגדה במשך גאנץ פסח, ווייל די אנדערע סתם ספרים זענען ביי מיר חמציג), זומער לייגט מען ארויס די ספרים אויף מס' אבות, און די פסח'יגע ווערן פארפאקט.
דאס איז סתם פיזישע ארבעט, וואס מוז געטון ווערן דורך די מוכרי ספרים אליין, ס'איז נישט ווי אין א גראסערי ווי ס'איז דא באשטומטע גוים וואס פאקן אויס די סחורה, און לייגן אוועק די אנדערע סחורה, ווייל דארט ווערט דאך דאס געטון כסדר, אבער דא אין ספרים געשעפט וויבאלד דאס ווערט געטון בלויז עטליכע מאל אין יאר, ממילא קען מען נישט האלטן א באשטומטע מענטש פארן ארויס פאקן די סיזען ספרים, מוזן דאס געטון ווערן דורך די איידעלע הענט פונעם יודע ספר – מוכר ספרים.
סך הכל שטיי מיר שוין ביים טיר פונעם ספרים געשעפט אויפן וועג ארויס, זעמיר דא מיט ליידיגע הענט אדער האמיר זיך עפעס איינגעהאנדלט דא?....
אויב יא, וואס?......................
*****
איצט לאמיר צולייגן א שטיקל הוספה וואס א ידיד האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אישית, אז איך האב פארגעסן פון נאך א קאטעגאריע, דהיינו אז צו די אויבן דערמאנע קאטאגאריעס קומט צו א פערדע, דאס איז די קינדער – בחורים ליינער....
אזוי ווי עס קומען דאך ארויס כסדר פרישע ביכער, אבער נישט יעדער האט די מעגליכקייט צו זיין אפ טו דעיט מיט יעדן בוק וואס קומט ארויס, אבער היות דער נייגער איז זיך שטארק מתגבר, און מ'מוז וויסן די נייע מעשה ביכל, ריקט מען זיך אריין אין ספרים געשעפט און מ'הייבט אן אזוי צו ליינען 2 – 3 קאפיטלעך ביז ווילאנג דער מוכר ספרים באמערקט, דאן פארמאכט מען דאס ביכל און מ'קומט צוריק מארגן ליינען ווי מ'האלט, אזוי במשך א וואך צוויי איז דער ביכל אפגעליינט...
אט די קינדער מעשה ביכל ליינער זענען ממש א אבן נגף פארן מוכר ספרים, ער מוז צומאל פירן קריג מיט זיי, ווייל אז נישט וועלן די טאטע'ס האבן טענות היתכן ער לאזט אים בכלל אפזיצן אין זיין געשעפט עטליכע שעה, ווידער דעם אויבן דערמאנטע חילוק פון ספרים ביז דשודעיקא וועט דא אויך חל זיין, דהיינו אז אין א ספרים געשעפט איז פיל גרינגער צו ליינען א ביכל, מ'געט זיך א ריק אריין אין א קארנער מ'מאכט זיך ווי מ'קוקט אריין אין א ספר אין מ'שלינגט איין אפאר קאפיטלען פונעם מעשה ביכל, און דער מוכר ספרים מערקט נישט אזוי שנעל אז ער ליינט א מעשה ביכל, משא"כ אין א דשודעיקא געשעפט איז מער אפן ס'איז נישטא אזעלכע ווינקלען ווי מ'קען ליינען א מעשה ביכל ממילא ווערט מען שנעלער באמערקט....
בקיצור ווילסט ליינען א מעשה ביכל, גיי אין קארנער.....,
ווילסט ליינען שאץ מאץ קום אין קרעטשמע....

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה