סדר היום - גבאי אין שול
פונקט צום גבאי'ן האסטו זיך גענומען? ... זייער פיין, כ'ווארט שוין קוים אויף די נעקסטע וואלן, כ'זאל מיר אפרעכענען מיטן גבאי'ן, ער קומט זיך מיר דא אין שול, דרייט זיך ארום ווי אזא "וויכטיג מאכער", מאכט זיך ווי א "שאץ מאץ", ווי ביי זיך אין "קרעמל", ווי "מאשקע" אין קרעטשמע, ווער האט אים געשטעלט?... ער איז סתם א שמערל....
גאנץ באקאנטע טענות, נישט אזוי?, דאס הערט מען כסדר צווישן די מתפללים, ווי מענטשן רעדן זיך אלץ אפ אויף די גבאים פון זייערע שול'ן, לאמיר טאקע אריין קריכן אינעם עולם הגבאות, און דורך נעמען אלע צדדים, מטוב ועד רעה, איז דאס טאקע אזוי צו נישט, האבן די טענות א האפט אדער נישט.
ראשית דבר:
א גבאי אין ביהמ"ד, איז בכלל נישט קיין באצאלטע ארבעט, ער איז בלויז ערוועלט געווארן, אדער אויפגענומען געווארן אלץ גבאי, מכח זיינע פעיגקייטן, און כשרונות וואס איז געאייגנט צו זיין א גבאי אין שול,
איך וואלט מיך ערלויבט צו זאגן, אז ווען נישט גבאות האט עטוואס מכובד'יגע חלקים, וואס אייניגע מענטשן קוקן דאס אן מכובד'יג, וואלט נישט קיין שום ברי' ונברא, געוואלט זיין א גבאי אין ביהמ"ד, אפשר א גוזמא? אפשר נישט.....
פשוט צו האנדלען מיט מענטשן איז א שווער עסק, ווי א מלמד פון חדר האט זיך אויסגעדריקט, אז קעיר נעמען פון 30 אינגלעך אין קלאס, איז נישט אזוי שווער, ווי צו האנדלען מיט 30 טאטע'ס און מאמעס, דאס איז פשוט דילן מיט מענטשן אין סיי וועלכן מצב, מוז דער גבאי פשוט האנדלען מיט מענטשן, און פארשידענע מצבים,
ווער רעדט נאך שבת צופרי...., די היסטאריע ווייזט, אז רוב מחלוקה'לעך ביי כלל ישראל, האט אויסגעבראכן שבת צופרי, ווען דער עולם איז הונגעריג, די וועלט זאגט, אז מ'שעלט עמלק'ן ואתה עיף ויגע, וואסי, עמלק האט געטשעפעט אידן וואס זענען הונגעריג און מיד, די זענען א סכנה צו טשעפענען, און דו שייגעץ עמלק, ואתה עיף ויגע, האסט געשטעפעט מיט אונז דעמאטץ, דעריבער תמחה את זכר עמלק...
בנוסף צו דעם וויל דאך יעדער מענטש אין ביהמ"ד, טראגן א שיין פנים, צו פאר שידוכים, צו סתם אזוי הייסן א איש מכובד, דעריבער לייגט ער א שטארקע דגוש דוקא אין ביהמ"ד, ווי זיינע ידידים זענען, ער זאל הייסט ארויפגעקוקט, וואס דאס קלאפט אויס דאס מערסטע ביי די גאטונג מענטשן וואס זענען אינדערהיים אין טיש סטריט..., און ווערן נישט נתכבד אינדערהיים, אדער ביי די ארבעט, דארף זיך אונזער גבאי פלאגן מיט אים צו מאכן א איש מכובד, און אפשר ווערט דאס געמאכט אויפן חשבון פון אנדערע, ווען אנדערע קרומען מיטן נאז, אז יענער ווערט א איש מכובד, זיי ווייסן דאך יא וואס פארא סחורה דער איז..., און אפילו ווען עס גייט יא כשורה, אפשר איז דער מקבל הכבוד נישט צופרידן מיט די מאס כבוד וואס דער גבאי שטעלט אים צו.
דער גבאי דארפן מיטשפילן מיט אלע גוסטע'ס פון אלע מענטשן, אז איד איז זיך מוחל די עבירות, זאגנדיג רבש"ע ביסטו מיר מוחל די עבירות הרי טוב, אז נישט בין איך מיר אליין מוחל...., דער מוחל געווארענער איז שוין מקפיד אויף נייע זאכן, אמאל האט ער נאר מקפיד געוועהן אויב די קאווע איז נישט גוט, היינט איז ער שוין מקפיד אז צוויי אלטע בחורים רעדן ביי קדיש, און היתכן דער גבאי לאזט דאס צו, און דער גבאי פארשטייט זיך טאר אים נישט זאגן, זאג נאר! נישט צו לאנג צוריק ביסטו אויך געוועהן אויף דעם באנק, פליז שריי נישט...., (דער גבאי טראכט ביי זיך, ווען דו האסט געזינדיגט האסטו מיר נישט גערופן מיטצוהאלטן, ווען די טיסט תשובה רוף מיר אויך נישט....)
קודם האט דער גבאי א אויפגאבע, פון צושיקן בעלי תפלות, ווילאנג ער טרעפט א בעל תפלה איז א גיהנום פאר זיך, אין די לעצטערע צייטן איז עפעס געווארן א בושה, צו זיין א בעל תפלה, און קיינער וויל נישט הייסן איינער וואס האט ליב דעם ברעטל, און ווידער די גוטע בעלי תפלות האבן א שגעון, אז זיי גייען נאר צו ווען מ'מאכט זיי משוגע און מ'בעט זיך צו זיי מיט תחנונים, הערשט דאן לאזט ער זיך איבער בעטן און גייט צו, און דער גבאי האט א פונקליכע מעסטל צו וויסן וויפיל מאל ער דארף בעטן, און ווען איר ווערט מרוצה, האט ער דען כח דערצו יעדע וואך, דאס איז גענוג אמאל א יובל,
דארף דער גבאי שטיין און זיך בעטן ביים ציבור, נו! אפשר גייסטו צו צו שחרית?,
ניין, נעקסטע וואך,
כ'בין יעצט הייזעריק,
נעכטן בין איך געוועהן פארקילט, ושערי תירוצים לא ננעלו, ס'האט אמאל געזאגט א גדול, אז ס'איז נישטא קיין גרעסערע יהורא, פון נישט וועלן צו גיין אלס מחזי כיהרה,
דערנאך איז דא טייל מענטשן, וואס האבן א פראבלעם מיטן פאלגן, דהיינו אז דער גבאי הייסט אים צוגיין, און ער גייט טאקע צו, הייסט דאס אז איך בין עפעס זיין נער, ער הייסט און איך פאלג ווי א שעפס, און צו דעם עלעמענט, מוז דער גבאי צוגיין כיטרע, נישט חלילה אז ער באפעלט אים, נאר ער זאגט אים אזוי בלשון נסתר אז דעם שבת איז דאך זיינס, במילא איז גאר דער גבאי דער וואס פאלגט דער בעל תפלה, דא ווערט שוין דער גבאי א שטיקל סאשעל ווארקער, מיט פיסכעלאגיע (דאס באלאנגט באמת צום ארטיקל וויאזוי צו זיין א שץ, אבער ס'פיט אריין דא אויך).
שיקט ער שוין ענדליך צו, משה, ווערט יענקל ברוגז, ער ציט דאך געפערליך דאס דאווענען, פינקט משה האסטו געמיזט צושיקן, שיקט ער צו בערל, ווערט חיים ברוגז, אזא שנעלע בעל תפלה שיקסטו צו, מ'קען דאך נישט מיטהאלטן דאס דאווענען מיט אים, לאמיר אפשר צושיקן זרח, ער איז פונקט אינדערמיט, נישט צו שנעל און נישט צו שטאט, טויג ווייטער נישט, דער זרח איז אפשר א גוטע בעל תפלה, אבער אין פערזענדליך לעבן איז ער א שטיקל פגע, ער ריקט זיך אלץ אזוי צו צום שמיס זייער אומגעשמאק, און רופט זיך אן זיינע אומקלוגע רייד, במילא האט אים דער ציבור נישט אזוי ליב, אמת, אין א אנדערע שול ווי מ'קען נישט דעם זרח, וואלט זרח געוועהן א ריזיגע בעל תפלה, אבער דא אין ביהמ"ד קען דאך אים יעדער, ער איז אזא נאסע פגע, אז אפילו דאס דאווענען הערט זיך פגע'דיגע,
נו! וואס זאל דער גבאי טון, בלייבן אן א בעל תפלה? אויך נישט קיין אפציע, מוז מען צושיקן איינער פון די דריי,
אדער משה דער שטאטע בעל תפלה,
אדער בערל דער שנעלער בעל תפלה,
אדער זרח דער פגע,
יעדע וואך א אנדערע, און יעדע וואך וועט א אנדערע האבן טענות, און ס'בלייבט ביי טענות, אדרבה איר האט א בעסערע עיצה? דער עולם זאל זיין צופרידן סיי פון די תפלות, און סיי פון די בעל תפלות?, אנע טענות?....
האט איר שוין אמאל געטראכט? אין א ווינטער'דיגע שבת נאכמיטאג, מ'שטייט אויף נאך א קורצע שלאף, נישט טויט נישט לעבעדיג, מ'לויפט צו מנחה און ש"ש אין שול, מ'האלט שוין ביים ארויס נעמען די ס"ת, און אמאל שפעטער, דער בעל תפלה האט שוין דעם טלית אנגעטון, ווער האט זיך געזארגט ס'זאל זיין א בעל תפלה צו מנחה?, טאקע שבת נאכמיטאג אין די קורצע נאכמיטאג'ס, דער גבאי,
פאר א יו"ט ווען איר זענט אזוי פארנומען מיט די צרכי החג, איז דער גבאי פונקט אזוי פארנומען מיט די אייגענע צרכי החג, מיט דעם אלעם קומט צו אסאך ארבעט לטובת דעם ביהמ"ד, און דער גבאי טוט דאס גערן, אויסארבעטן די זמני התפלה, די כיבודים, די שיעורים, רופן רבנים זאלן קומען פארלענען, וועלכע טעמעס די דרשנים זאלן רעדן, לאזן דריקן מודעות בעניני החג וזמני התפלות, צומאל רופן בעלי תפלות פון די פרעמד, ווייל ווי געשמיסט, איז דאס כמעט די בעסטע אפציע, אז דער עולם זאל זיין צופרידן מיט די בעלי תפלות, מ'קען דאך נישט דעם פרעמדן בעל תפלה, צו ער איז א פגע צו נישט, מ'ווייסט נישט ער ער ציט צו נישט, און אז איינער האט טענות צו וואס ער האט גערופן דעם שטאטע / שנעלע בעל תפלה, קען ער ענפערן כ'האב נישט געוויסט, ער איז דאך א פרעמדער, אויסער דעם וואס די טענות האבער, קענען נישט מחליט זיין ביזן סוף דאווענען, צו דער איז טאקע געוועהן שטאט אדער שנעל, בשלמא בערל אדער משה, ווייסט מען שוין גראד ביים ערשטן ווארט, ווייל מ'קען דאך זיי, אבער דער פרעמדער ווייסט מען נאך נישט, דעריבער וואלטן מיר פארגעשלאגן אלע גבאים, ביטע נאר רופן בעלי תפלות פון די פרעמד, והכל על מכונו יבא בשלום.
ווער רעדט נאך ווען דער שול האט א שיינעם איד, רב אדער רבי, דארף דער גבאי זעהן אז אויסערן ביהמ"ד מיטן ציבור, זאל אלעס זיין למען כבוד התורה, ולכבוד בית אבא, די עליות דארף מען געבן פאר די נדיבים וואס גיבן געלט צו קענען גיין צו די"ת/קאורט ר"ל, וואס דער רב פונעם ביהמ"ד פירט אקעגן דער שכן, וואס וויל אים נישט פארקויפן זיין לאט, און מפטיר געבן פארן פראסטן זיצער פון מעריב זייט פונעם שול, ווייל ער גייט אפשר מדנב זיין דעם נייעם בלעמער, וואס פאר דעי עלי' כאפט דער גבאי פסקים, און מוז שטיל זיין למען כבוד הרב, בנוסף אויב דער רב – רבי פון שול, פירט א רבי'שע ווירטשאפט, דארף דער גבאי, זעהן די שלחן הטהור'ס וואס דער רבי פראוועט, זאל זיין על צד היותר טוב, מכבד זיין מענטשן, זעהן דער עולם זאל מיטזינגען,
ש"ש דארף דער גבאי מכבד זיין זינגען, ברוך ק'ל עליון, אודה, ידיד נפש, וכו', און פארשידענע מקומות איז דער רבי זעלבסט מכבד די ניגונים, דארף אבער דער גבאי זעהן ס'זאל זיין גרייט א ניגון, ווייל נישט אלץ ווען דער רבי איז מכבד א ניגון, מיינט דאס אז יענער איז א בעל מנגן,
עליות אליין איז א מס' פאר זיך, ווי קען א קליינער קאפ בכלל אריין רעדן, ווען צוויי מענטשן קריגן זיך איבער מפטיר, מיט פעלזן פעסטע טענות, יענקל זאגט כ'האב יארצייט און חזקה יעדעס יאר צו האבן מפטיר, איציק זאגט מיין משה'לע גייט בר מצוה האבן אפאר וואכן ארום אין קעמפ, און יעצט איז די לעצטע שבת פאר קעמפ, מוז ער עולה זיין מפטיר, ווייל זיין מאמע גייט נישט קענען זעהן ווי איר קיואט בחור איז עולה, איציק צוברייטערט זיינע טענות נאכמער, אז יארצייט איז דאך יעדעס יאר, אבער בר מצוה איז דאך נאר איינמאל אין לעבן, זאל יענקל גיין ערגעץ אנדערשט עולה זיין מפטיר, מיין משה'לע מוז עולה זיין דוקא דא, ווייל פון די ווייבער שול איז דא א גוטע וויאו אראפ, צו זעהן אונזער זיסע בחור איז עולה, יענקל זאגט ווייטאגליך אז דער ביהמ"ד האט א זכי' אז א איד ווי איך איז עולה לעילו נשמת מיין טאטע זיכרוינבראכע, א איד וואס האט נישט פארפעלט קיין פארטאג'ס, א איד וואס האט נישט געהיסט הויעך, און ווען מ'רעדט פון עילו נשמת אזא איד דארף מען ניצן שכל אביסל, יעצט זאל אונזער גבאי'לע זיך אריין מישן דא?, זיך מאכן שונאים אויף אגאנץ לעבן?...
בכלל וואלט געוועהן ראטזאם א גבאי זאל דורך לערנען די הלכות קריאת התורה, וועמען מ'דארף געבן א עלי' להלכה, ווער ס'האט א דין קדימה, א חתן, א בר מצוה, א יארצייט, א שיינע איד, נישט וואס דער עולם האלט אז ס'האט א דין קדימה, האט באמת א דין קדימה, גבאי לעבן! ביסט א גבאי, זיי א גבאי מיט אלע פארבן, און זיי פעסט מיט דיינע פרינציפן עפ"י תורה, זאג פאר דעם וואס שרייט הויעך, אזוי שטייט אין שו"ע....
ווען עס קומען געסט אין שול, צו א שמחה אדער סיי וועלכע סיבה, איז טאקע די אויפגאבע פונעם גבאי'ן צו זעצן און מכבד זיין די געסט, אבער דו אלץ גבאי, די קענסט דאך גוט די פלעצער ווי ס'איז פיל און ווי נישט, זעץ דעם גאסט דארטן ווי ס'איז געווענדליך ליידיג, נישט אז דער בעה"ב פון דעם זיץ וואס קומט אן צו נשמת, זאל קומען און טרעפן א מאן דהו זיצן אויף זיין פלאץ, און ער וועט אים אזוי מרמז זיין לייגנדיג דעם שטריימל אהין וכדומה, אז דאס איז זיין פלאץ, וועט דאך דער גאסט פארשטיין אויפן ווינק און אוודאי אויפשטיין, ס'וועט נישט זיין באקוועם פאר ביידע, דעריבער אז מ'זעצט אים לכתחילה אויף א ליידיגע זיץ איז בעסער.
ווען א גאסט קומט אין ביהמ"ד, איז ער בכלל נישט קיין חיוב עולה צו זיין, ס'איז אפשר א שיינע זאך צו געבן אן עלי' פאר א גאסט, אבער ביים מי שבירך קוק אין נישט אריין אין די אויגן, מיט אזא בליק נא! וויפיל גייסטו שנדרן, אפשר האט ער נישט, און אפשר האט ער יא, נאר ער וויל זיך נישט מחייב זיין פאר א אפענע ס"ת ווי א נדר, אין צייט וואס ער איז א פרעמדע דא אין שול, און ווייסט נישט וויאזוי דאס צו באצאלן און פארוועמען, דו גבאי, זאלסט זאגן צוה לברכם, און אז ער זאגט ער וויל געבן, הכל רווח.
א גבאי קען אויך דינען אלץ א ארגענעזירער פאר מסיבות, קודם די יערליכע מלוה מלכה, וואס דעקט דעם ווינטער'דיגן בודשעט, דארף דער גבאי אנפירן די מסיבה, שאפן רעדנער'ס, חלות, פיש, רופן מענטשן, שרייבן רעסיט'ס, (און פארשידענע מקומות טוט דאס דער רב אליין, ועי' בסדר היום פון קליינע רב – רבי'לע).
אמאל מאכט קהל א שבע ברכות, פארן רב, פארן ראש הקהל, פאר א וויכטיגע פערזאן, דארף דער גבאי, זיין אביסל אין אינטערטעימענט, טראכן וועמען מ'קען רופן צו די שבע ברכות, זאל מאכן א גוטע אטמאספערע, רופן א שפילער, א בדחן, א מעשה דערציילער לכבוד מוצאי שבת, און טאמער יענער וועפט אביסל, אוי כאפט אריין דער גבאי...
יעצט לאמיר אריין קומען אין ביהמ"ד אין א יו"ט צופרי, דער אפציעלע זמן שחרית איז 10 אזייגער, דער ערשטע פאר אידן, די יאגעדיגע, (די יזכור אידן) די וואס דאווענען אינדערוואכן 6:30, די זענען שוין גרייט, און ווינקען פארן גבאי'ן נא! בעל תפלה, ס'אידעך שוין 10 אזייגער, א זמן איז א זמן, דער גבאי טראכט אבער, אז איך וועל יעצט אנהייבן, באלד קומען אריין די אנדערע חלק ציבור, און ווערן בייז, ווי האט מען זיך געיאגט, ס'אידעך יו"ט היינט, גייט דער גבאי אינצווישן און שיקט צו דעם פסוקי דזמרא בעלי תפלה אויף 15 מינוט שפעטער,
מיינט איר אז דאן איז אלעס מסודר, אבאוואס, ס'איז דא נאך א היפשע חלק ציבור וואס די סעודת יו"ט שלעפט זיי אריין ביז גאר שפעט, אדער די הכנות צום דאווענען ווערט פארשלעפט, דיע וועלן נאך אלץ האבן טענות, ווי יאגט מען זיך דא, וואס בדרך כלל זענען אט די אידן, סיי די וואס פארברענגען מיטן סעודת יו"ט, און סיי די וואס וואס מאכן לאנגע הכנות, אביסל פרום געשטומט, מילא ווילן זיי דאווענען מיט מנין געהעריג, אדער וועלן זיי פארפירן מ'זאל ווארטן אויף זיי, אדער וועלן זיי פראבירן צו מאכן נאך א מנין, וואס דאס איז א גרויסע שטער פאר א ביהמ"ד, און דאס איז איינער פון די אויפגאבעס פונעם גבאי'ן נישט צו לאזן אנדערע מנינים, ווערן שוין נאך מענטשן ברוגז אויפן גבאי'ן.
בקיצור האמיר א לאנגע ליסטע פון מענטשן וואס ווערן ברוגז,
די שנעלע דאווענער'ס,
די שטאטע דאווענער'ס,
די קלוגע וואס האבן פיינט פגעים,
אדער די וואס קענען נישט סובל זיין בעלי תפלות וואס האבן ליב דעם ברעטל,
די וואס ווילן א עלי',
די דרשנים וואס ווילן רעדן,
די דרשנים וואס האבן גערעדט, נאר די אויסהערער זענען געוועהן ווייניג,
די וואס ווילן דאווענען פרי,
די שפעט דאווענער'ס,
די בעל תפלות וואס ווערן נישט צוגעשיקט,
די בעלי תפלות וואס ווערן צופיל צוגעשיקט,
און ווער נישט?....
איז נישט קיין חידוש אז מ'וויל דעם גבאי'ן אנידערשטעלן ביי די קומענדיגע וואלן.....
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה