מיין קאנטרי?..... דאס בעסטע....
א גרויסע קאנטרי ביהמ"ד וואס איז סטאנצירט אין א צענטער, ווערט אטאמאטיש א צענטער פאר כל מיני מענטשן פון כל מיני קאלירן שיכטן און קרייזן, וואס טרעפן זיך צוזאמען ביי איין גלאז קאווע און מ'שמיסט....
וואס שמיסט מען?, וועגן די באנגעלאו קאלאני, יעדער פראבירט מסביר זיין די חסרון פון זיין קאנטרי פאר א מעלה,
שטייען 10 – 12 מענטשן אין א קופקע און מ'שמיסט געמיטלעך, און פלאי פלאים, יעדע חסרון ווערט אויסגעשמיסט און נתברר פאר א מעלה, לייגט'ס צו דעם אויער און הערט'ס אויס דעם שמיס.
ראובן: ביי אונז איז מורא'דיג גוט, ס'איז אויסגעשטעלט אלע באנגעלאו'ס ווי א ח', סאו ווען איך קום ארויס פון מיין באנגעלאו זעה איך גלייך יעדן ווער ס'איז אינדערויסן און ווער נישט, כ'האב אפילו נישט קיין ביימער וואס בלאקט מיר, די ביימער זענען אין די בעק פון די באנגעלאוי'ס אזוי אז איך דארף א שאטן גיי איך אין די בעק.
שמעון: ביי אונז זענען די באנגעלאוי'ס אזוי צוזאמען צוויי שורות, סאו מיין באנגעלאו איז נישט ווייט פון מיין שכן קעגן איבער, מיין ווייב האט עס ליב, ווייל ווען איך פאר אריין אגאנצע וואך איז זי נישט לאנלי.
לוי:אונז איז די גאנצע קאלאני אויף א בארג, סאו ווען ס'רעגנט ווערט גלייך טריקן, די וואסער רינט אראפ, ס'איז קיינמאל נישט מאראסטיג,
יהודה: איך האב מורא'דיג הנאה אז איך בין נישט אין פלוני'ס קאלאני, מיין קאלאני איז אביסל ווייט פון די סטאר'ס, איך האב ליב צו וויסן ווען איך בין אין קאנטרי בין איך דא, נישט איך בין יעדע מינוט אין די סטאר'ס, און ווען מ'פארט פארט מען, איך האב נישט ליב צו מיקסן די צוויי זאכן.
יששכר: מיין קאלאני איז זייער גוט, ס'איז לעבן אלע סטאר'ס ממש מ'קען גיין צופיס, אזוי אז מיין ווייב וויל עפעס איינקויפן, איז אלעס דא אויפן פלאץ, זי קען גיין אליין איך דארף נישט דרייוון, איך זיץ מיך רואיג אין קאנטרי און פארטיג.
זבולין: ביי אונז איז דא זייער א גרויסע קראוד, בערך 150 באנגעלאויס, ס'איז מורא'דיג גוט, ס'איז אייביג דא מיט וועמען צו רעדן, ס'לעבט זיך אייביג, און מ'טרעפט אייביג א קופקע אין סיי וועלכע טעמע, און ס'איז אפילו פרייוועט, ווייל אין א גרויסע קאנטרי האלט מען נישט קאפ אויף יעדן איינעם, ביי מיין חבר'ס קאנטרי איז אזא קליינע קאנטרי יעדער קען זיך, ס'איז אזא טשאלענט מ'ווייסט פונקטליך וואס טיט זיך ביי יעדן.
דן: ביי אונז איז קוים דא 30 באנגעלאויס, ממש א מחי', כ'האב נישט קיין פראבלעם מיט קיינעם, קוים דרייסיג מענטשן, ס'איז שטיל ס'איז רואיג, קיינער מוטשעט נישט, איך קום ארויס סוף וואך, כ'וויל נישט טרעפן קיינעם, ביי מיין חבר טוט זיך אלץ אויף טיש און אויף בענק, משוגע צודרייט 150 מענטשן אין קאנטרי?, ס'איז דאך פונקט ווי אין שטאט.
נפתלי: אונזער קאנטרי איז ממש אויפן מעין ראוד, ס'איז זייער באקוועם, מ'קומט ארויס ביינאכט, כ'דארף נישט דרייוון אין די טונקעלע שמאלע גאסן, אויף די מעין ראוד איז אייביג ליכטיג, סאו איך האב נישט מורא ביינאכט צו דריוון ווען איך בין מיד.
גד: אונזער קאנטרי איז אויף אזא שטילע געסל, ס'איז ממש א מחי', כ'דארף נישט מורא האבן אויב מיין אינגל גייט ארויס, ס'פארט דארט דורך א קאר קוים איינמאל א יובל, ביי מיין חבר ציטערעט מען יעדע מינוט צו א קינד איז נישט ארויס געלאפן אויפן מעין ראוד, די געיט מוז זיין פארשפארט 24 שעה ווי א תפיסה.
אשר: די מענידשער ביי אונז איז א גוי, א אלטע באטשי, כ'געב אים א צענער ער טוט מיר וואס איך דארף, ווען איך האב נאר עפעס צובראכן אין באנגעלאו, פיקסט ער מיר דאס אין נאו טיים.
יוסף: ביי אונז איז דא א מענדישער א היימישע אינגערמאן, א נחת צו דילן מיט אים, ער פארשטייט וואס מיינט א משפחה מיט קינדער, ער האט דאך אליין א משפחה, אז מ'דארף צולייגן נאך א סינק, ווער נאך ווי א היימישע אינגערמאן פארשטייט, כ'האב א חבר וואס דער מענידשער דארט איז א גוי, ער מאכט אזעלכע צרות, אז מ'לאזט אן דעם געז רענטש גאנץ שבת ווערט ער משוגע, אז מ'גיסט צופיל נעגל וואסער רעגט ער זיך.
בנימין: כ'האמיך א פריוואט הייזל לעבן קעמפ שישו ושמחו....., ס'איז א נחת, ממש דעי וועלט אין יענע וועלט, כ'האב דעם קעמפ לעבן מיר ווען איך דארף מנין - מקוה גיי איך אהין, און איך זיץ מיך אינדרויסן פון קעמפ ס'איז ווערט אלע געלטער,
מנשה: איך פאר נישט גאנץ זומער, איך פאר נאר עטליכע וואכן אין קעמפ שישו ושמחו, מ'געט צועסן דריי מאל א טאג, מיין ווייב דארף נישט קאכן, ס'איז דא אסאך קאמפעני ס'איז זייער גוט, כ'האב א חבר, ער האט א הויז לעבן דעם קעמפ, ער מוטשעט זיך געפערליך אפ, ער דארף נעבאך אליין קאכן, קאמפעני האט ער נישט ווייל ער איז אינדרויסן פון קעמפ, סאו זיין ווייב קומט קיינמאל נישט צו די סורקיל.
אפרים: מיין קאנטרי איז דאס בעסטע, איך בלייב אין שטאט...., די גאסן ליידיגן זיך אויס, אין ביהמ"ד איז רואיג, שא שטיל די גאסן, פרייטאג איז די מקוה נארמאל, איין זאך פעלט מיר טאקע, די מאסקיטאס..., כ'האב שוין געבעטן א חבר זאל מיר ברענגען אפאר שטיק אין א באטל, אזוי זאל איך האבן עכט קאנטרי...., מיינע קינדער האבן פאן אין חדר און נאך חדר אויך, שבת איז נאך אסאך בעסער, ביי אונז אין שול שטעלט מען זיך דאווענען שפעטער, נאכמיטאג שפאציר איך אין די גאסן, ס'איז א מחי',
נו? וועלכעס איז די בעסטע?......
וואס הייסט וועלכע.....
מיין קאנטרי......................

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה