קען א ווינטער בוים צייגן???.... ט"ו בשבט
קינדער!!!!, רופט אויס דער מלמד אין כתה ה' אין א זונטאג צופרו, היות מ'האלט מיר שוין באלד חודש אדר, די קאלטע וועטער האט שוין אביסל נאכגעלאזט און די קינדער זענען שוין אביסל פורים'דיג געשטומט, וויל איך דעי וואך מאכן א חזרה, און ווער עס וועט גוט קענען די גאנצע 2 און האלב בלאט גמ' פון אלו מציאות אויסעווייניג קלאר, וועט קענען מיט פארן אויף א טרופ צו א שיינע פארק.
די קינדער האבן זיך גענומען מיט גרויס פלייס, גע'חזר'ט, געפרעגט, פארהערט, געקענט, געלערנט פארטאג'ס אין ביהמ"ד אויף 3 קאווע'ס, אלעס מיטן ציל אבי צו נעמען א טייל אינעם טרופ צו די פארק, צום פארהער ברענגט מען א מנהל פון ערגעץ אנדערשט ס'זאל אויסקוקן די פארהער מער שרעקעדיג ווי ס'איז טאקע.
ענדליך קומט שוין אן די צווייטע וואך מאנטאג, היינט איז דער יום המיוחס וואס מ'גייט פארן אויף א טרופ צום פארק, די קינדער קומען אן פרי אין חדר יעדער אנגעלאדנט מיט פעקלעך נאש און דרינק'ס צוגעגרייט צום טרופ, און... ויסעו, מ'לאזט זיך ארויס אויף די יארכע, מ'פארט מיטן געלן באס, און דאס מאל האט מען אויס געקליבן די נסיעה זאל זיין צו א בוטעניקל גארדן אזא פארק ווי עס וואקסן אסאך שיינע ביימער, און מ'כאפט א שפאציר....
פערצופאל איז די וועטער נישט קאלט, אבער די ביימער אליין זענען נאקעט, נישטא קיין בלעטער קיין פרוכט אלס איז ליידיג, זילש, די מלמד מיט זיין ברייטן כח ההסבר און אלס גרויסע וויסנשאפט קענער שטייט ער אינמיטן פארק און שילדערט פאר די קינדער וואס איז די מטרה פון יעדן בוים, קינדער דעס איז א עפל בוים וואס וואקסט איבעראל אין כמעט יעדע קאנטרי איז דא עפל ביימער, קינדער עטץ זעהט'ס דארט דעי אינטרעסאנטע בוים מיט קרומע צווייגן, יא דאס איז א פייגן בוים, נעבן דעם איז דא א באקסער בוים יא אזא בוים ווי ר' חנינא בן דוסא האט געהאט, קינדער דארט ביי די עק קען מען זעהן א קליינע בוים דאס איז א פיטש בוים וואס ווען מ'נעמט א צווייג פון א פיטש בוים קען מען וויסן ווי ס'איז דא א קוואל, (פון ווי ווייסט דער מלמד אלע אינפארמאציע, זייער פשוט, ער קוקט אויפן טאוול געשריבן אויף ענגליש און ליינט דאס איבער אויף יודיש...)
דער טרופ איז אפשר גאנץ א געלונגענע, די מעשה איז נאר אז די אלע הסברים פונעם מלמד זענען גענצליך איבריג, צו קלערט דער מלמד אז קינדער פון כתה ה' ווייסן א חילוק פון איין בוים ביזן צווייטן יעצט אינמיטן ווינטער ווען דער בוים איז ליידיג און נאקעט פון בלעטער און פרוכט?, קלאר אז נישט, ס'וועט אים נישט העלפן די אלע הסברים און דרשות, ווייל אינמיטן ווינטער האבן אלע ביימער איין פנים אלע קוקן אויס אייניג, אלעס איז נאקעט און אייזיק באשנייט.
ווי אנדערשט איז אבער ווען דער טרופ וואלט פארגעקומען טיף אינמיטן זומער, דער מלמד וואלט אפי' נישט געדארפט רעדן א ווארט, די קינדער וואלט בלויז אנגעקוקט די ביימער מיט זייערע שארפע חושים, אין די ערשטע רגע ווען זיי וועלן זען די בלעטער און פרוכט וועלן זיי אויסשרייען מיט עקסטאז, רבי!!! קוק דארט, עכטע פייגן, עכטע אראנדש'ן...., ס'וואקסט עכט אויף א בוים....
אט אזוי קוקט אויס די חינוך פון עלטערן צו קינדער, סתם א איד באהאלט זיין אינדענטעטי, אויסערליך דערקענט מען נישט קיין סאך וואס איז דער תוכן און די פנימיות פון א מענטש, זאגט אבער דער פסוק ואדם כעץ השדה, א מענטש איז גלייך צו א בוים, אינמיטן ווינטער ווען ער האט נישט קיין פירות און קיין בלעטער וועט מען נישט דערקענען קיין סאך פון וועלכן קאטעגאריע בוים ער געהערט, אבער ווען מ'זעהט זומער זיינע פירות ווייסט מען דורך די פירות וועלכע בוים איז וואס, די פירות דאס זענען זיינע קינדער וואס דער טאטע איז מחנך, דא קען מען שוין גוט דערקענען אויף וועלכן וועג דער טאטע צילט, ווען ער האט קינדער איז ער שוין גלייך צו א בוים אינמיטן זומער וואס די פירות אליין זאגן שוין עדות ווער ס'איז דער בוים.
(מיוסד עפ"י ס' אוצר המשלים פ' שופטים)
אט דאס איז די כוונה פון חמשה עשר בשבט, ווען אינמיטן טיפן ווינטער וואקסן נישט קיין פרוכט אויף די ביימער עס קען זיך דאכטן פאר מענטשן אז די פרוכט ביימער מיט די אילני סרק זענען גאר אייניג, פארדעם ברענגט מען פירות צום חמשה עשר טיש, און מ'ווייזט אן קוק אויף די פירות, דאס זענען געוואקסן טאקע פון די ביימער וואס דו קלערסט אז ס'איז גאר טריקן, פון די פירות וועסטו דערקענען ווער איז דער בוים, דער טאטע האט א פליכט מחנך צו זיין זיינע קינדער אויפן שענסטן וועג, ווייל די פירות וועלן צייגן ווער דער בוים איז, וועסטו מחנך זיין די קינדער אויפן גוטן וועג וועט מען זאגן אז דער טאטע דער בוים איז חשוב, און אויב פארקערט וועט מען זאגן אז דער טאטע איז פון די אילני סרק.... (בל' יודיש ליידיגע ביימער)
אויב אזוי קען אפשר זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס חמשה עשר בשבט איז דער זמן וואס מ'בעט אויף א שיינע אתרוג, כידוע מחז"ל איז דער אתרוג מער חשוב פון אלע פירות ווייל ס'איז טעם עצו ופריו שוה, טעם עצו ופריו שוה מיינט, אז דער בוים מיט די פרי האבן דעם זעלבן טעם, אט אזוי איז א טאטע וואס איז מחנך זיינע קינדער ע"ד התורה, דער טאטע דער בוים און זיין קינד די פרי ביידע פארמאגן דעם זעלבן טעם עס איז נישטא קיין אינטערשייד צווישן זיי, ווייל ביידע פירן זיך אויפן גוטן וועגן.
דאס איז א שטיקל מחשבה'לע לכבוד חמשה עשר בשבט,
איצט אויפן גראם כמעט די זעלבע געדאנק מיט די זעלבע פשט,
(ניגון אילן אילן)
א מלמד איז ארויס אויפן פעלד,
לעבן די ביימער זיך אפגעשטעלט,
אינמיטן ווינטער מיט די גרויסע קעלט,
די ביימער האבן נישט קיין בלעטער,
אויך נישט קיין פירות געט-ער,
אלעס פאלט אראפ אין דעם קאלטן וועטער,
(2'טע פאל)
דער מלמד איז מסביר וועלכע בוים ס'איז,
דעס איז פון עפעלעך און ניס,
דעס איז א פייגן בוים אזוי שיין,
פארשטייט זיך אויפן ליידיגן בוים קען מען גארנישט פארשטיין,
(2'טע פאל)
ס'קומט אבער זומער די פירות וואקסן אין יענעם מאמענט,
יעדער בוים ווערט גוט דערקענט,
אויף יעדן בוים זאגן עדות די פירות,
אויפן בוים אליין ווי טייער-איז,
(הויכע פאל)
אט די זעלבע זאך, פונקט ווי א בוים גלייך,
ואדם כעץ השדה,
פונקט ווי א בוים, איז א מענטש בכל יום,
מיט זיינע קינדער בהדדי,
אוי שכל נטיעות שנוטעים ממך,
זאגן עדות אויפן טאטן יעדע שעה,
אז די פרי איז גוט איז א סימן,
אז פון א גוטן בוים זיי טוען ארויס קומען,
יהיו כמותך,
(הויכע פאל)
אלא אלא אֶלְא אֶלְא, אלא יהי רצון,
און מ'בעט א תפלה א ספעציעלע, פונעם בורא דער ק'ל עליון,
שכל נטיעות אלע אונזערע נטיעות,
נאר פון די תורה האבן א חִיות,
צום עץ חיים למחזיקים,
שטענדיג זיין צו דעם דבוקים,
תורה ומצות מיט אלע חוקים,
מ'זאל קענען זאגן:
פירותיך מתוקים, צלך נאה,
דער טאטע דער בוים מיט אלע דיקדוקים,
האט אויפן פרי א השפעה,
אמת המים, עוברת תחתיך,
תורה ויראת שמים,
כי הוא חייך ואורך ימיך,

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה