וואס באדייט צו זיין א ש"ץ – ימים נוראים
דעם שבת איז מברכים חודש אלול!!!
אט לייג מיר פאָר א אלול – תשרי ארטיקל, היות ס'איז אביסל א לענגערע ארטיקל, לייג מיר דאס ארויף גענוג פרי, אז מ'זאל קענען דורך טון די אלע ענינים ביז די הייליגע טעג,
ביסטו א בעל תפלה די הייליגע טעג?
אויב יא, וואס זיכסטו דא אין די טעג נאך חמשה באב אויפן אינטערנעט?...
א איד איז אמאל אריין געקומען צום קאצקער רבי'ן, זאגנדיג אז ער דארף איבער קוקן דעם מחזור זיך פאָרקוקן די תפלות פון די הייליגע טעג, זאגט אים דער קאצקער רבי, דער מחזור איז די זעלבע היי יאר ווי פאראיאר, קוק דיך אליין איבער צו דו ביסט דער זעלבע ווי פאראיאר...
לעומת זה שטייט אין אור לשמים פ' נצבים, למען הקים היות לעם, למען, מיינט די בעלי תפלות מלשון מענה לשון, אז די בעלי תפלות די הייליגע טעג דארפן זיין בשמחה ועיי"ש.
נו וואשע זאל מען טון, זאל מען זיך ארום דרייען ווי א ליטוואק אין אֶלָאָאָל, אדער ווי א אויבערלענדער אין די דריי וואכן?, דאס זיכער נישט, זיך דרייען אויפן אינטערנעט טויג ווייטער נישט, וואס יא? אפשר ליינען אן ארטיקל פון שאץ מאץ איבער דאווענען די הייליגע טעג, וועט מען סיי חזר'ן דעם מחזור און ס'וועט אפשר גורם זיין שמחה, אזוי ארום וועט מען מקיים זיין סיי וואס דער אור לשמים זאגט אז מ'דארף זיין בשמחה, און סיי האבן א שטיקל ידועה אינעם מחזור לר"ה.
יעצט צום הקדמה, דעם פאלגענדן ארטיקל איז לאו דוקא געאייגנט פאר בעלי תפלות, ס'קען נוגע זיין פאר יעדן איד, ווייל אין די הייליגע טעג איז יעדער איד א בעל תפלה, אויסער דעם וואס ער פארברענגט אסאך אין תפלה, ווערט אבער דער עמך איד פארוואנדלט אין א בעל תפלה פשוטו כמשמעו, ער העלפט ארויס דעם בעל תפלה אגאנצן דאווענען, ער זינגט מיט ווי מ'דארף און ווי מ'דארף נישט, יעדער מתפלל שפירט זיך באקוועם מיט צו זאגן מיטן בעל תפלה ושמך נורא על כל מההההה שבראת, אדער מיט צו ברומען ועל מכויייייינך והיייייכלך...., כ'רעד שוין נישט ווי מ'דארף טאקע מיט זינגען, אלע אהא אהאאאא'ס.....
אויב איז דא צווישן די קרעשטמע ליינער'ס א בעל תפלה די הייליגע טעג, וואלט איך אים געראטן זיך איינצוהאנלען א טעיפ וואס "קענטארס וואלד" האט ארויס געגעבן, דאס איז געוועהן א קאנפרענץ פאר בעלי תפלות די הייליגע טעג, און דארטן האבן אויפגעטרעטן, א בעל נוסח, א דאקטער, און א וואויס טיטשער, מיט זייער זאכליכע און נוצבארע נקודות וואס איז נוגע פאר א בעל תפלה די הייליגע טעג,
וואס איז יא נוגע פאר יעדן צו וויסן איז פשוט דעם נוסח,
וואס באדייט דאס ווארט נוסח?,
נוסח מיינט נישט ווי מ'קען לייגן א שיינעם קוועטש, און ווי מ'קען אריין ריקן א שיינעם לידעלע אינעם דאווענען, כאטש וואס אסאך צוהערער וועלן זאגן פאר אזא איינעם, ער האט דאך אזא שיינעם נוסח און זאגט דאך אזוי גוט, זאגט אבער דער שאץ שרייבער, ולא נכון הוא,
נוסח מיינט פירוש המילות, דער נוסח איז אזויווי די טעמי הקרא, אפצושטעלן און אויסצוטייטשן די ווערטער, יעדער פארשטייט אז גפרית ומלח שרפה כל ארצה מיט א מנח זרקא זינגט ממש אראפ דעם פשט, צו ויחץ מיט א אזלא גרש, איז ויחץ צוטיילט, און יעדן אתנחתא איז א הפסקה, אזוי אויך דארף דינען דער נוסח התפלה סיי פאר פשט, און סיי פאר הפסקות, נישט צו זאגן ישמיד תהילת, ד' ידבר, פי ויברך...
א פשוט'ע דוגמא פאר משמעות, איז דעם יו"ט'דיגן נוסח, אתה בחרתנו מכל העמים, (זינגט'ס אלע מיט) אהבת אותָנו, ורצית בנו, לאמיר איזינען האבן פי' המלות פשוט דער באשעפער האט אונז ליב אהבת אותנו און וויל אונז, יעצט נאכמאל לאמיר זינגען צוזאמען דעם יו"ט'דיגן נוסח, אהבת אותנו ורצית בנו...., ס'האט דאך גאר א צווייטן באגריף דער נוסח, ממש ס'טייטשט די ווערטער, דאס מיינט אז נוסח איז פירוש המילות, אויב איז אזוי געזאגט סתם א יו"ט, די הייליגע טעג ווען יעדער איד איז כל כולו תפלה מ'דאוונט אויס 2 דיקע מחזורים על אחת כמה וכמה, ס'איז א כ"ש אז דער נוסח דארף זיין דער משמעות.
עס איז כדאי צו וויסן, אז דער אלגעמיינע אשכנז'ישע נוסח וואס איז מקובל ביי אונז, איז א נוסח קדוש מדורי דורות ביזן מהרי"ל זיכער, און אפשר נאך פריער, אבער, עס איז אויך א שטיקל טעות צו זאגן אויף סיי וועלכע נוסח וואס מ'הערט, אז דאס איז די וועלט'ס נוסח, ווייל די הייליגע טעג איז נישטא קיין וועלט'ס נוסח, כאטש וואס סתם שבת ויו"ט איז יא דא דער וועלט'ס נוסח, אבער די הייליגע טעג נישט, מיר וועלן דאס מסביר זיין זייער לאגיש און פארשטענדליך.
שבת, דאווענט יעדע בעל תפלה וויאזוי ער וויל, שבת איז דאך 52 מאל א יאר, איינמאל אין זיבן טעג, און טאקע ווייל שב"ק איז אזוי אפט ערלויבט זיך יעדע בעל תפלה צו זאגן און צו דרייען דעם נוסח ווי אים שמעקט, ער קען דאך דעם נוסח גוט ער ווייסט ווי צוריק צו קומען, איז אים באקוועם אוועק צו קנייטשן אוועק פארן און צוריק צו קומען, ס'קומט אים אויס צו דאווענען עטליכע מאל א יאר דרייט ער מיטן נוסח וויאזוי ער וויל, כאטש וואס אלע נוסחאות ענדלען איינער צום צווייטן און קומען אן צום סוף צו די זעלבע אויספיר, אדער דער מרחק פון די דריידלעך איז שטארק,
יו"ט, וואס איז נישט אזוי אפט, זענען שוין רוב בעלי תפלות נישט אזוי באקוועם צו טוישן אדער אוועק צו דרייען פונעם ארגונעלן נוסח, ווייל ער דאווענט נישט אזוי אפט אין יאר, דערפאר בלייבט ער מיטן ארגונעלן נוסח וואס ער געדענקט פונעם פאריגן יו"ט, פארדעם וועט מען זעהן אז רוב יו"ט'דיגע בעלי תפלות זאגן כמעט די זעלבע נוסח, און רוב בעלי תפלות ציטערן אוועק צו קנייטשן, ווייל ווער ווייסט ווי ער גייט אנקומען, (חוץ גאר גרויסע אויבער חכמים אדער גאר גרויסע בעלי תפלות וואס חזר'ן זייערע קנייטשן עטליכע חדשים פאר יו"ט)
די הייליגע טעג, דא איז שוין די מעשה גאר אנדערשט, אמת ס'איז געוועהן אמאל א ארגונעלע נוסח מקדמת דנא, אבער ווייל די הייליגע טעג איז נאר איין מאל א יאר, און דער דער נוסח אנטהאלט גאר אסאך שטיקלעך, ווי אויך רבי'ס פלעגן דאווענען פארן עמוד, האט מען נישט געדענקט דעם נוסח בכל פרטי' ודיקדוקי' פון איין יאר צום צווייטן, אדער פון איין שטאט צום צווייטן, איז געשעהן אזוי, אז יעדע בעל תפלה האט זיך אראפ געזעצט פאר די הייליגע טעג און גע'חזרט דעם נוסח לויט זיין החלטה און זיין זכרון, פאדעם זעהט מען טאקע אז ביי די הייליגע טעג זענען פארהאן 100'טער נוסחאות בלי גוזמא, כאטש איינער וואס פארשטייט זעהט אז די שורש איז איינס, אבער דאך איז דאס גאר ווייט איינער פון צווייטן, אין יעדן הויף אין יעדן חסידות איז דער נוסח אנדערשט,
א קלארע ראי' איז דער ר"ה'דיגע ישתבח, כאטש וואס דער נוסח און די תנועות זענען איבעראל די זעלבע, דאך וועט יעדע בעל תפלה אנדערשט זעצן די ווערטער, אנדערשט ווי סתם יוט'דיגע שמו"ע ווי יעדע בעל תפלה זאגט די זעלבע,
ממילא איז נישט שייך צו זאגן אויף איין געוויסע נוסח אז דאס איז דער וועלט'ס נוסח, למשל אז ס'איז דא פיר טעיפס פון ר' דוד בוים ז"ל נוסח לר"ה ויו"כ, איז דאס בערך די יעקישע נוסח לויט זיין החלטה, אפי' ער זאגט פונקטליך, זאגט ער פונקטלעך נאך א חזן וואס יענער האט אפגעמאכט אז אזוי איז דער נוסח און אזוי דארף מען צו קוועטשן.
וואס איז אבער געשעהן היינט צו טאג איז נאך א שטאפל אראפציר און ערגער, אמת ביז היינט זענען געוועהן 100'טער נוסחאות, אבער דער בעל נוסח איינער פון דעי 100'טער האט זיך געהאלטן צו זיין נוסח מרישא ועד גמירא, למשל דער דינוב'ער צו דער קאלובער נוסח האט זיך געזאגט פון אנפאנג ביזן סוף, היינט איז אבער א צימישטע וועלט, בא סנחרב ובלבל את כל העולם, ס'איז דא טעיפס, דער עולם לויפט ארום הערן בעלי תפלות, איז געשעהן אז די נייע דור בעלי תפלות מאכן א סאלאט, איין שטיקל ווי דינוב איין שטיקל ווי קאלוב, איין שטיקל ווי דער בעל תפלה איין שטיק ווי יענער חזן, מ'ווערט ממש צומישט, ס'איז שוין געווארן א זעלטענע מציאות צו הערן א בעל תפלה וואס האלט זיך צו זיין ארגונעלע נוסח אגאנצן דאווענען וואס ער האט געהערט אדער מקבל געוועהן, זאל איך יעצט גיין קלאגן אויפן ירידות הדורות?, דאס לאז איך פאר די רבנים ומוכיחים....
א מערקוועדיגע זאך זעהט מען לגבי נוסחאות די הייליגע טעג, אז א נוסח איז ווי א עדיקשאן, טאקע דערפאר ווייל יעדע איד און יעדע מתפלל ווערט די הייליגע טעג פארוואנדלט אין א שטיקל בעל תפלה, ס'ווערט אים זייער שווער זיך אוועק צו רייסן פון א נוסח פון וואס ער איז צוגעוואוינט, ר"ה צופרי וועט מען זעהן זייער א אינטרעסאנט בילד, מענטשן און שיירא'ס גייען פון איין עק שטאט צו צווייטן, למשל א איד וואס וואוינט אויף סאוט ניין סט. וועט גיין דאווענען קיין ראטלעדש צום אודווארי ביהמ"ד, ווייל יארן לאנג ווען ער האט נאך געוואוינט אין יענעם געגנט האט ער געדאווענט אין אודווארי און ער האט זיך צוגעוואוינט צום אדווארי נוסח, ממילא אויב הערט ער נישט דעם אדווארי נוסח ר"ה איז אים דער יו"ט צושטערט, ער שפירט ממש אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין...., כמו כן איז מיט אלע אנדערע שול'ן, יעדער שול האט ר"ה מתפללים וואס דאווענען נישט דארט אגאנץ יאר נאר צוליב דעם בעל תפלה און דער נוסח התפלה, און פארקערט אויך, ס'איז דא שול'ן וואס ליידיגן זיך אויס די הייליגע טעג צוליב די בעלי תפלות....
אויב אזוי אז רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האט עפעס א קשר צו זיין נוסח, איז כדאי ארום צו שמיסן וועגן דער אלגעמיינע נוסח וואס איז יא די זעלבע איבעראל,
לאמיר אנהייבן ביי די קדישים, עס זענען דא 4 קדישים,
1) קדיש פון מעריב נאך תקעו בחודש,
2) קדיש פון שחרית נאך ישתבח – פאר שיר המעלות ממעמקים,
3) קדיש פון פאר מוסף – נאך אשרי – און אויך דער קדיש פאר סליחות,
4) קדיש פאר נעילה,
און מ'קען צולייגן א פיפטע קדיש, דאס איז דער קדיש פאר גשם – טל, וואס איז משמע פונעם ניגון המקובל מהרה"ק סנגירון של ישראל מבארדיטשוב זי"ע, רבש"ע לאמיר מאכן א בייט, וואס לאזט זיך אויס, אבער איך לוי יצחק בן שרה סאשא זאגט... יתגדל ויתקדש שמי' רבה.... א הא האהאהא אה הא איי איי איי, דאס איז דער קדיש פון פאר גשם, אדער איז עס דער קדיש פון נעילה וואס ענדלט זייער אינעם גשם קדיש.
אויף די אלע דערמאנטע קדישים, זענען דא חוקרים וואס זאגן, אז דאס איז באמת געוועהן איין קדיש נאר עס איז צוטיילט געווארן אין אפאר סארט, עס קען מעגליך זיין, ווייל מ'זעהט אז דאס איז אויסגעשטעלט די זעלבע, עכ"פ פיר פון די פינעף האבן זיכער די זעלבע ענדליכקייטן, ווייל די פעלער זענען די זעלבע אויסגעשטעלט אז מ'זאגט איבער די זעלבע נוסח פיר מאל, און ס'הייבט זיך אן ביי די זעלבע ווערטער, סיי ביי קדיש פון מעריב, שחרית, נעילה, גשם,
יתגדל ויתקדש, הייבט זיך אן דער נוסח מ'זינגט בעלמא די ברא...,
בחייכון הייבט זיך נאכמאל, מ'זינגט די איבריגע ווערטער ביז ואמרו אמן,
יתברך וישתבח הייבט זיך אן דער נוסח נאכאמאל ביז ויתנשא, מ'זינגט ביז דקודשא בריך הוא,
לעילא הייבט זיך אן נאכמאל מ'זינגט ביז ואמרו אמן,
יעצט אז מ'פארשטייט שוין וויאזוי דער קדיש ארבעט, איז שוין פיל גרינגער מיט צו זינגען מיטן בעל תפלה,
אינטרעסאנט איז כאטש וואס די נוסחאות זענען פארשינדארטיג, דאך איז דא זאכן וואס איז איבעראל די זעלבע, אויסער די אויבנדערמאנטע קדישים, איז דא דער נוסח פון "המלך", יושב.. איי איי איי איי איי אהאהאהאהאהאה....., אהאהאהא שוכן עד... מרום וקדוש שמויויויוי... איי איי איי איי אהאהאהאהאה, דא זענען די ווערטער געזעצט איבעראל די זעלבע, סיי ביי חסידים און סיי ביי אשכנזים, קען טאקע זיין אז ווייל דער נוסח איז אזוי שטארק, גלייך נאכן דראמאטישן "המלך", האט מען דאס מער געדענקט במשך הדורות, און ס'איז נישט פארגעסן געווארן פון יאר צו יאר, דערפאר זאגן אלע די זעלבע וועג.
די ערשטע ברכה פון שמו"ע, ווי אויך מלך עוזר, ונאמן אתה להחיות מתים, איז כמעט ביי מקומות די זעלבע, נוסח ברסלב איז מער ענדליך צו נוסח אשכנז, נוסח וויזניץ איז אבער גאר אייגנארטיג,
יראתי בפצותי, ווי אויך אוחילה לק'ל, איז אין אלע מקומות די זעלבע,
כל נדרי, והכהנים, איז איבראל כמעט די זעלבע,
יעצט לאמיר פראבירן דורך צו גיין דעם נוסח לר"ה מהיכל ועד כלה, עד שידינו מגעת אויפן פאפיר, און דערנאך אייניגע נקודות פאר בעלי תפלות פערזענדליך, מ'זאל אבער אין קענטעניס נעמען אז קענען דעם נוסח לר"ה איז וויכטיג פאר יעדן איד און פאר יעדן מתפלל, דאס דאווענען האט באזונדערע משמעות און א עקסטערע טעם ווען מ'קען דעם נוסח, עס זאגן עדות פיל אידן וואס האבן געדאווענען אין א גרויסע שול ווי מ'האט נישט געהערט געהעריג דעם בעל תפלה, און נאכן טוישן צו אנדערע שול'ן אפילו צו א גרויסע שול נאר דארט ווי מ'הערט דעם בעל תפלה, האט דער גאנצע מחזור לר"ה האט באקומען א אנדערע צורה אין זייערע אויגן,
מערבית
דער מעריב נוסח לר"ה איז אביסל ענדליך צום יו"ט'יגן נאר מיט מער פחד ואימה, עס איז דא א טעות אין פיל הויפן און שול'ן אז מ'זינגט ביי יעדן שטיקל ביי מעריב לר"ה, פון ווי דער טעות קומט ווייסעך נישט, אפשר ווייל אין פיל מקומות האבן די רבי'ס אליין געדאווענט און מיט רבי'שע תפלות ווערן פארענפערט אסאך קשיות, אויב יא זינגען, דארף מען ווען זינגען נאר פאר המעריב ערבים, גאל ישראל, און הפורש, ווייל דאס זינגען האט צו טון מיט די כוונות ביי די שימות הק', כדי ס'זאל זיין צייט צו מכוון זיין די שימות פון די ברכה האט מען מתקן געוועהן צו זינגען און דאן האט דעם ש"ץ מכוון געוועהן די נויטיגע כוונות, דעריבער האט מען מתחילה מתקן געוועהן צו זינגען נאר ביי די ברכות, המעריב ערבים, גאל ישראל, און הפורש, אין טייל מקומות ביי אוהב עמו ישראל אויך, און נישט ביי ואמונה, און מי כמוך,
קדיש נאך תקעו בחודש האט דער זעלבע נוסח ווי מעריב,
(פארוואס דעם ערשטן שמו"ע ר"ה ביינאכט ווערט יעדער אזוי אנגעצינדן אז מ'זאגט די שטילע שמו"ע ממש אויפן קול, ווייסעך נישט, און ס'איז מיר טאקע מבלבל יעדעס יאר....)
לדוד מזמור, רוב וועלט זאגט דעם נוסח פון שיר המעלות ממעמקים,
אין סיגוט - סאטמאר האט מען געזאגט דעם נוסח פון אתה הראת לדעת,
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלטר לחיים....
(ס'איז פיל גרינגער צו זאגן פאר עטליכע אידן צוזאמען תכתבו ותחתמו, פשוט דאס מויל טוט וויי צו זאגן אזויפיל מאל תכתב ותחתם לאלטר לחיים, ספעציעל ווען איך האב אזויפיל באקאנטע סיי פונעם מיין גאנץ יעריגע דינסט אלץ שאץ וכ"ש ר"ה, און סיי פון מיין גאנץ יעריגע דינסט אלץ מאץ... )
שחרית
דער אנגענומע נוסח אויף פסוקי דזמרא, האט אזא ר"ה'דיג שמעק, וואס מ'ניצט אויך שפעטער ביי שחרית ביי ישתבח און ברכת יוצר, עס איז כדאי אנצומערקן אז דער אויסלאז פונעם פסוקי דזמרא נוסח, ווי דער געשריי מלך מהולל בתשבחות, ווי אויך סוף שירה "ושמו אחד", עונים באימה ואומרים "ביראה", דאס איז דער זעלבע אויסלאז אין אסאך פלעצער ווי ביי מגן "אברהם", מחי' "המתים", (דאס איז די זעלבע ווי ביי שירה אחד ושמו אחד, יוצר המאורות),
(אויב רעדט מען שוין פון דאווענען ר"ה, איז כדאי צו מזכה צו זיין דעם ציבור וואס אסאך צדיקים וגאונים פלעגן מעורר זיין, אז במשך די הייליגע טעג ווען מענטשן ווערן אזוי נתעורר מיטן דאווענען מאכט זיך אז מ'פארשלעפט זיך מיטן קר"ש, און מ'שטעלט זיך נישט שמו"ע מיטן ציבור, אויב ס'איז נישט אויסגעהאלטן אגאנץ יאר, ר"ה על אחת כמה וכמה, ווייל צו דאווענען אליין ר"ה איז ממש א סכנה, ר"ה טאר מען זיך נישט ארויס שטעקן באזינדער ווייל אז יא איז מען אים דן באזינדער, וואס קיינער וויל נישט זיין ר"ה אונטער פערזענדליכע פארהערונגען, דעריבער איז אלץ גוט צו זיין צוזאמען מיטן ציבור, צווישן א ציבור קען מען זיך אלץ באהאלטן)
הויכע שמו"ע
די ערשטע ברכה איז ווי געשמיסט כמעט איבעראל די זעלבע, דאס מאריך זיין בנגינה ביי יעדעס ווארט איז עפ"י קבלה, כדי צו האבן צייט מכוון זיין די כוונות, ווייל ביי די ערשטע ברכה איז דא מער כוונות ביי יעדעס ווארט באזונדער, א בעל מקובל וואס פארשטייט אויך צו נגינה האט מיר געזאגט, אז די תנועות זענען ממש מכיוון לויט די כוונות למשל ק'ל עליון אדער ומביא גואל, דא מאכט מען דאך אפאר געדרייטע שלשלת'ן, דאס איז געדרייט ממש לויט די כוונות, (דא האב איך אים געמוזט גלייבן אויפן ווארט).
יראתי בפצותי און ווייטער מלך עוזר האט אויך איבעראל די זעלבע נוסח, סיי ביי חסידים און סיי אשכנזים, אויסער דעם די גאנצע הויכע שמו"ע מיט אלע נוסחאות איז נאר נוגע פארן בעל תפלה זעלבסט, ווי מ'זינגט און ווי מ'זאגט,
מוסף
אין די גרויסע שול'ן דאווענען די רבי'ס, אדער אויסגערופענע בעלי תפלות, ס'איז באמת דא אסאך וואס צו רעדן וועגן מוסף, אבער ס'איז ארוכה מארץ מדה, און יעדע'ס ווארט איז דא 100'טער גירסאות, ממילא דאס וועלן מיר לאזן פאר יעדן איינעם לויט זיין מסורה,
אין זדוטשוב – ספינקא – טאהש – האט מען נאר געזאגט די גרויסע ווערטער..., מ'האט אסאך אויסגעלאזט, אין וויזניץ זאגט מען אלעס וואס שטייט אין מחזור, אין סאטמאר חצי חצי, און גור זאגט מען ממש גארנישט, וואס איז יא וויכטיג פאר ציבור, איז מיטזינגען, ווייל ווען מ'זינגט מיטן בעל תפלה האט דער בעל תפלה א געלעגנהייט צו אטעמען און צו כאפן זיין אטעם, בעיקר צום סוף פון יעדע שטיקל ווי מ'זינגטדעם באקאנטן אה אהאהאהאהאהאהא אוי יו יו, דאס איז ממש די סאמע וויכטיגסטע פאר א בעל תפלה, ווייל אין יענע מינוט קען ער כאפן א טיפן אטעם, און אפילו אראפ לאזן זיין טאון צום נעקסטן שטיקל.
רעדנדיג וועגן באקוועמליכקייט פאר בעלי תפלות, דארפן די מתפללים וגבאי ביהמ"ד זעהן ס'זאל זיין באקוועם פארן בעל תפלה, דעם עמוד זאל זיין א נארמאלע שטארקע עמוד וואס מ'קען זיך אנלאנדען בין פסקא לפסקא, סוף כל סוף שטייט דער חזן 2 שמו"ע'ס אויף די פיס, נישט אנלייגן צופיל לעכט ביים עמוד, ווייל ס'מאכט הייס און שטיקעדיג און דאס שטערט דעם בעל תפלה, ווי אויך איז דא אין אסאך פלעצער עקסטערע שיינע לעקטער'ס לעבן עמוד וואס געט ארויס א שטארקע היץ, דאס איז גורם אז דער בעל תפלה ווערט אויסגעטריקנט, און אויסגעטריקנקייט איז א גרויסע שטער פאר א חזן, לטובת דעם חזן זאל מען זעהן אז ר"ה זאלן די עקסטערע לעקטער'ס ביים עמוד נישט ברענען, ווי אויך זאל דער עיר קאנדישאן נישט בלאזן דירעקט אויפן חזן, ווייל ער שוויצט ביים דאווענען און קען זיך פארקילן אין איין מינוט פון א שטארקע עיר קאנדישאן בלאז.
ס'איז אינטרעסאנט וויאזוי ס'האט זיך אויסגעשטעלט אין די הויפן, ווי עס ווערט דער קלימאקס, רוב וועלט האלט אז דער קלימאקס פונעם דאווענען איז דער ונתנה תוקף, די ווייבער וויינען אויף ר' אמנון וואס מ'האט אזוי ברוטאל צושניטן... (אויף דעם שרייבט שוין דער יושר דברי אמת אז כאטש אידן ווערן באמת נתעורר ביי ונתנה תוקף, אבער די וויכטיגסטע איז צו האבן די כוונה ביי פסוקי דזמרא און שמו"ע עיי"ש) לעומת זה אין נאדבורנה פלעגט מען פון ובכן לך תעלה קדושה פאר ונתנה תוקף ביז ואתה הוא מלך חי וקים אפמאלן און זאגן ממש בנשימה אחת ווי די עשרת בני, ווייל מ'האט נישט געוואלט רעדן פונעם טויט מי יחי' מי ימות וכו', ביי זיי איז געוועהן דער קלימאקס כתר וכול מאמינים און די פיוטים ביי יוצר אור, אין קאסאן איז וכול מאמינים אזא ברען אזוי ווי ביי אנדערע קהילות לקל עורך דין מיט קולי קולות, אין ספינקא איז געוועהן הי' עם פפיות פון די העכסטע מאמענטן, אין די ראפשיצער הויפן איז אין קצבה געוועהן די קלימאקס,
וואס נאך איז שייך פארן ציבור לגבי דעם בעל תפלה?, פשוט באצאלן, ער ארבעט גאנץ שווער ביים דאווענען, יעדער פארשטייט אז א זינגער אדער א גראמער ביי א חתונה צאלט מען לכל הפחות 1000$, ווילאנג ארבעטן זיי, פון 2 ביז 4 שעה, ער קען טרינקען אינדערמיט, ער קען זיך אפרוען אינדערמיט, א בעל תפלה די הייליגע טעג ארבעט לכה"פ 3 – 4 שעה, אין אסאך שווערערע אומשטענדן ווי זיי, נו פארוואס זאל מען אים נישט באצאלן כדת וכראוי,
אויסער דעם איז א ענין פארן בעל תפלה צו נעמען געלט, ווייל דאס איז זיין לימוד זכות, אויב וועט מען האבן טענות אויף יענע וועלט, דאס הייסט א בעל תפלה? אזוי האסטו זיך אויפגעפירט?, וועט מען כאטש האבן א תירוץ, געלט, וואס טוט מען נישט פאר אפאר טאלער.
יעצט אפאר נקודות פארן ש"ץ אליין
צום ערשטן נעם דיר א שול זיי זיך קובע מקום צו דאווענען דארט יאר יערליך, נישט לויפן איין יאר דא און איין יאר דארט, די בעלי תפלות וואס לויפן ארום זענען נישט מצליח, עס איז גאר פשוט, ווייל עס נעמט א שטיק צייט ביז די מתפללים געוואוינען זיך צו צום נוסח, נאך א יאר צוויי קענען זיי שוין דיין נוסח, פילן זיי זיך באקוועם מיט דיר, אזוי אויך ווען די לייגסט צו א חידוש ווייסן זיי דאס אפצושאצן ווייל זיי געדענקען דיין נוסח פון פארגאנגענע יארן, ס'איז כמעט נישט מעגליך א בעל תפלה די ערשטע יאר זאל באמת אויסנעמען ביי די צוהערער אזוי ווי ער וויל, אז די מתפללים זאלן פארשטיין זיין דאווענען אינגאנצן, במילא לויף נישט ארום, (אה געלט, געלט איז עפעס אנדערשט...)
כלפי דעם נוסח, פראביר נישט צו כאפן און נאכזאגן אלעס וואס דו האסט נאר אמאל געהערט, האלט דיך צו איין נוסח, נישט איין שטיקל פון דעם און איין שטיקל פון יענעם, אמת ס'איז דא אסאך שיינע זאכן צווישן בעלי תפלות, אבער דו מוזט דען זיין אלע חזנים אויף אמאל?, ס'וועט אויסזעהן, ווי א באשעפניש וואס האט געוואלט האבן אלע מעלות, האט ער געהאט פליגלען ווי א פייגל, א נאז ווי א עלעפאנט, שכל ווי א מענטש, א וויידל ווי א מאנקי, כח ווי א לייב, פליק ווי א טייגער....., ס'אידאך נישט נארמאל.....,
זיי מסודר פון פאר יו"ט דיין נוסח מיט די ניגונים, אויב אינמיטן דאווענען איז דיר שווער זיך צו דערמאנען די ניגונים, נעם א חבר א מתפלל פון ביהמ"ד וואס קען אביסל זינגען אדער ער געדענקט גוט ניגונים, ער זאל אנהייבן די ניגונים, (אסאך בעלי תפלות טוען אזוי און ס'איז זייער רואיג פאר זיי), בשעת ווען מ'זינגט, מוזסטו נישט מיטזינגען (אויב ס'איז דא ווער ס'זינגט מיט....) לאז דיין קול במנוחה אביסל,
עס איז ראטזאם אריין צו זאגן דעם נוסח אין א טעיפ, הער דיך אליין איבער, זעה צו ס'איז נתקבל על הלב, כאטש פאר דיר אליין,
וואס זענען די פראבלעמען און עיקובים כלפי בעלי תפלות די הייליגע טעג?
1) די סעזאן פון יאר ר"ה און יו"כ איז ווען ס'טוישן זיך די וועטער'ס, וואס דאן איז זייער עלול צו ווערן פארקילט, שינו הטבע והו....
2) נערוועזקייט מאכט א מענטש'נס מוסקלען אנגעצויגן, און ווען די מוסקלען זענען שטייף גליטש זיך נישט די שטומע, אנגעצויגנקייט קומט פון צוויי זאכן, איינס מ'איז אנגעצויגן אז דאס דאווענען זאל געלונגען, צוויי די פחד ואימת הדין מאכן אנגעצויגן, עצות קעגן אנגעצויגנקייט האמיר נישט, אבער אז מ'ווייסט אז מ'איז נערוועז איז שוין גוט,
3) זייער אסאך בעלי תפלות האבן טאקע פיינע שטומעס, אבער במשך דעם גאנצן יאר ניצן זיי נאר די שטומע פאר א קורצע וויילע, זינגען א שטיקל, דאווענען פארן עמוד שבת, אבער ר"ה, דא ניצט מען דאך דעם קול פאר אפאר שעה און איין צו, צו דעם זענען מיינסטענס בעלי תפלות נישט צוגעוואוינט, און דערפאר ווערן זיי אפגעשוואכט און אביסל קראצעדיג / הייזעריק צום סוף דאווענען אדער נאך ר"ה, פאר אזא איינער איז די עיצה, פון פאר יו"ט איינצוגעוואוינען די שטומע צו ניצן פאר אביסל מער און לענגער, אבער במדה ומשקל, ווייל צופיל טויג אויך נישט ווי פאלגענד.
4) אסאך בעלי תפלות לייגן אריין גרויסע כוחות אין הכנה, און ווילן אויספראבירן זייערע כוחות ווי ווייט זיי דעגרייכן, און דעריבער עטליכע טעג פאר יו"ט וועלן זיי זינגען פון פאראויס מיט אלע כוחות ארויפציען טענער זעהן ווי ווייט און ווי הויעך זיי קענען גיין, וואס דאס וועט זיי שטארק אפ מוטשענען די שטומע, משל למה הדבר דומה, מ'נעמט א לויפער וואס לויפט א מאראטן, אפי' ער קען טאקע לויפן שנעל און וועט זיין פון די ערשטע געווינער, אבער איין טאג נאכן לויפן וועט ער נישט קענען לויפן נאכאמאל, אזוי אויך א בעל תפלה וואס דאווענט איז גלייך ווי ער לויפט א מאראטאן, און אז מ'לויפט א טאג פריער קען מען נישט לויפן נאכאמאל, ומובן מאיליו, אז אזא איינער טאר זיך נישט איבער שרייען פאר יו"ט.
5) אסאך בעלי תפלות האבן פראבלעמען מיט די סעודת יו"ט, דאס עסן שטערט זיי פון דאווענען, אט דיע, דארפן וויסן ווי איין און ווי אויס, ווייל היינטיגע צייטן איז כמעט צו יעדע נישט גוטע מאכל דא א מאכל במקום.
א בעל תפלה דארף זיין רואיג און באקוועם, אמת דו האסט א בעקיטשע, טלית, קיטל, א ירושה גארטל, וואס איז גורם צו שוויצן, שטעל איין די בגדים זאלן זיין באקוועם, ווי למשל א בעקיטשע אן ליינינג, א ברייטע קיטל, דער קיטל זאל נישט זיין טייט און צוגעפרעסט ווייל דאס דריקט אויפן מענטש און דאס שטערט דעם מוח, ס'קומט אבער צו נאך א פראבלעם וויבאלד מ'איז פריש אפגעשוירן פון ערב ר"ה און דאס קאפל גליטשט..., קריכן אריין די פיאות אין די אויגן און דאס שטערט און מאכט נערוועז געפערליך...., צום דעם איז אויך דא א עצה, דאס געהעריגע שווארצע קאפל איבער צו דרייען.... ווייל די סאמעט אויפן אפגעשוירענע קאפ האלט זיך פעסט, יא די טלית גליטשט אבער דער קאפל איז גראד, (וואס? גייסט מיט א ווייסע?...., כ'האב נישט קיין עצה פאר ווייסע קאפלעך...)
א בעל שחרית, מעג טרינקען א קאווע צופרי נאכן אויפשטיין, (און נאכן זאגן ברכות התורה ערליך ווי עס פאסט פאר אזא הייליגן טאג ווי ר"ה), פארן דאווענען ממש, זאל מען טרינקען א גלאז הייס וואסער, וואסער אליין אן גארנישט אבער נישט ברענעדיג הייס,
א בעל מוסף, זאל נישט קידוש מאכן, עס לוינט נישט, עס דרייט סתם דער מאגן, עס הרג'עט די שטומע, (ווייל סוף כך סוף וואס עסט ער, וויין – גרעיפ דשוס איז נישט גוט פאר די שטומע, און קעיק אויך נישט, אז ער האט די מעגליכקייט צו עסן א הייס שטיקל פאטעיטא קוגל וואלט געוועהן גאנץ גוט, אבער גיי עס א שטיקל קוגל פאר תקועת שופר.... ממש א רעבתנות) א קאווע איז אויך נישט גוט, די עצה איז יוצא זיין קידוש פון איינעם (לפי פסקו של המחנת אלעזר אין צריך לעשות קידוש לפני תקיעות שופר) און טרינקען נאר א גלעזל הייס וואסער, דאס וועט אים טראגן גאנץ מוסף, איינער וואס איז א חלוש, זאל ענדערשט צופאסן וויטאמינען פון פאר יו"ט וואס געט כח ווי איידער קידוש מאכן.
מ'מוז נישט ווייזן קונצן אגאנצן דאווענען, איינער וואס קינצלט ארום אגאנצן דאווענען, און זאגט יעדע סקונדע חידושים, איז ווי א קעיק וואס איז צו שטארק קרימיג, אדער א שטיקל חלה מיט גאר אסאך האניג...., לייג א דגוש אויף עטליכע פלעצער ותו לא, דאס איבריגע זאג שיין דעם נוסח, אל תהי' חכם הרבה, (א חזן איז א נער...)
דעם לעצטן פערטל דאווענען באווייזן נישט קיין קונצן, סוף כל סוף איז דיין קול שוין אפגעשוואכט פונעם דאווענען, יעצט איז נישט די צייט פון באווייזן גבורות, אפי' ס'איז א גוטס...
לעמות זה, דארף זיך נישט א בעל תפלה איינהאלטן, א בעל תפלה די הייליגע טעג מעג זיך צושרייען, און מעג זיך התלהבות'ן הויעך, און מעג זיך אפילו צווויינען, פארקערט ווען א בעל תפלה געט זיך ארויס איז דאס שטארק מעורר דעם ציבור, אבער נאר ווען ס'איז באמת אזוי, זאג נישט קיין פאלשע אוי'ס, ווייל הערצער שפירן א אמת'ע קרעכט'ס, טראכט ביי דיר אז דו ביסט דער שליח ציבור פון אסאך צובראכענע אידן (מ'דארף נישט אויפזיכן די צובראכענע אידן קוק נאר אויף דיינע שכנים וועסטו זעהט אז יעדער האט זיין פעקל), וואס האפן און בעטן אז דער ניי יאר זאל זיין בעסער ווי די פארגאנגענע יאר, אויב ווילסטו זיך אויסוויינען ביים עמוד אבער די ביסט נישט באקוועם צו וויינען ווען דער ציבור הערט, נעם אזא שטיקל ווי הי' עם פפיות בשעת ווען דער עולם זינגט, וויין דיך אויס, אוי גשים מול ארון הקודש באימה .....לב שופכים... כמים,
ביסט א שליח ציבור? לערן כאטש די פירוש המילות, ווייס וואס דו זאגסט, והעיקר, ווי א צדיק האט אמאל געזאגט פאר א בעל תפלה, געדענק אגאנץ יאר אז דו ביסט א בעל תפלה די הייליגע טעג.
צום שלוס, לאמיר פארציילן וואס א עלטערע בעל תפלה האט מיר געזאגט, ווען איך האב אים געפרעגט וויאזוי קען מען דאווענען יו"כ ווען מ'פאסט, דו האסט דען כח?, זאגט מיר דער בעל תפלה, יונגערמאן ווי אלט ביסטו?, ווען דו וועסט קומען אין מיינע יארן וועסטו זעהן אז דאווענען פאר עמוד גיבט כוח, מורי ורבותי, איך בין נאכנישט אין זיינע יארן, אבער....., כ'מוז מודה זיין דער עמוד גיבט כוח...., געמיר נאר א ברעטל...., און איך פאסט דיר אפ א דרייערל....
יה"ר שיתקבלו תפלתינו ברחמים וברצון, אמן,

*****
ש"ץ ימים נוראים - הוספות
ישר כח פון די אלע מגיבים ביז אהער, סיי די וואס זענען מגיב ברבים און סיי די וואס זענען נאר מגיב ביחיד (אישי),
פאר די אלע וואס האבן אפגעליינט דעם ארטיקל להוי ידוע אז דער ימים נוראים ארטיקל איז נאר א פלג גופא, דער "שאץ יו"כ" איז דער צווייטע טייל פון די ארטיקל ווייל דארטן האבן מיר עטליכע נקודות וואס דא שטייט נישט, עכ"ז מיט יעדעס יאר ווערט נתחדש עטליכע זאכן וואס איז כדאי אז ס'זאל פארשריבן ווערן,
ראשית, איז כמעט די וויכטיגסטע נקודה וואס א בעל תפלה דארף וויסן, וואס מיר האבן דאס שוין געשריבן אין אונזער שבת ארטיקל (שאץ שבת), א בעל תפלה מוז וויסן און קענען זיין ציבור "דע לפני מי אתה עומד" (אוודאי דארף ער וויסן לפני מי אתה עומד לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא מיר ניצן נאר די מליצה) א מענטש דארף וויסן און קענען זיין ציבור פאר וועמען ער דאווענט, וואס איז זייער געווענדליכע באשטומטע נוסח און וואס זיי ווילן הערן,
אויב איז דאס געזאגט געווארן אגאנץ יאר איז א כל שכן וק"ו די הייליגע טעג ווען מענטשן זענען געפערליך סענסעטיוו צום נוסח, ווי געשריבן לויפן מענטשן פון איין עק שטאט צו די אנדערע נאר צוליב זייער נוסח ובעל תפלה ווייל זיי שפירן אז אן דעם וועלן זיי נישט מכוון זיין ריכטיג און נישט מוציא שנתו זיין....
אזוי זאגט טאקע דער רמ"א (הל' יום כיפורים סי' תרי"ט) ואל ישנה האדם ממנהג העיר אפילו בניגונים או בפיוטים שאומרים שם (מהרי"ל), אין משנה ברורה בשם המג"א (שם) שטייט אז די טעם דערפון איז ווייל ס'שטערט די מתפללים זייער כוונה ווען מ'טוישן א נייע נוסח וניגון, ובמאמר המסגר קען מען מאכן א באזינדערע ארטיקל איבער דעם וואס דער רמ"א ברענגט דאס פונעם מהרי"ל, וואס דער מהרי"ל אליין איז געוועהן דער מסדר פון אלע נוסחאות ביי קהילת אשכנזים, וואס איז דער אמת'ע מקור פון אלע אונזערע נוסחאות וואס איז צוביסלעך נתשנה געווארן אין די מדינות מיט קליינע שיניום יעדער מיט זיינע קוועטשן אבער דער מקור איז דער זעלבע.
(דער פריעדיגע לובאוויטשע רבי מהריי"ץ נ"ע זאגט אין א שיחה (ליל שביעי של פסח תרצ"ח) אז אונזערע נוסחאות זענען מסודר געווארן דורך דער מהר"ל מפראג, אין א זמן פון א עת צרה האט דער מהר"ל געבעטן מ'זאל אין מגלה זיין משמים ניגונים ונוסחאי התפלה און מיט דעם מעורר רחמים זיין, ער ברענגט דארט פון זיין זיידן דער צמח צדק אז די אלע נוסחאי התפלה וואס דער מהר"ל האט מסדר געוועהן איז משירי הלוים וואס האבן געזינגען אין בית המקדש, און דעריבער איז געווועהן א שטארקע קפידה אויף די חזנים וואס זענען משנה פון די אנגענומענע נוסח התפלה עכת"ד, ס'איז מיר א שטארקע פלא וואס דער מהריי"ץ זאגט אז דער מהר"ל מפראג איז געוועהן דער מסדר הנוסחאות, כמדומה איז דא א שטיקל טעות ער מיינט מסתמא דער מהרי"ל נישט דער מהר"ל ווייל ביז דערווייל איז נישטא קיין שום מקור אז דער מהר"ל זאל זיין א בעל תפלה אדער א בעל נוסח וואס זאל איבערגעבן נוסחאות וצ"ב)
אין ספה"ק תולדות יעקב יוסף (תצא) שטייט בזה"ל המוסר השייך להמתפללין בימים נוראים ששגור בפיהם לומר שגם הניגון הוא מסיני לכך אין לשנותו והאמת הוא כך... עיי"ש, דאס מיינט אז אונזערע נוסחאות שטאמט פון "סיני", קומט אויס אזוי מ'טאר נישט משנה זיין מכח כמה טעמים,
הא', דאס איז א ענין מפי ספורים וספרים ווייל דער מקור איז מסיני,
הב', ווייל אז מ'איז משנה שטרעט מען די מתפללים זייער כוונה,
הג', קומט נאך צו א כוונה עצמי פון ארויסקומען נאכן דאווענען א גוטע בעל תפלה פון וועמען דער ציבור האט הנאה געהאט, ווייל דאס איז דאך וואס א נארמאלע בעל תפלה צילט, ער וויל נישט הייסן איינער וואס גארגלט זיך סתם אויס אויפן חשבון פונעם ציבור, ער וויל הייסן א בעל תפלה וואס איז א "שלוח" ציבור, נו מוז דאך זיין שלוח עושה שלוחותו, און אז ער וועט דאווענען לפי נפשו ורוחו און נישט לפי רוח המתפללים וועט ער נישט זיין קיין "שלוח" ציבור, נאר א אייגענע חזן...
דעריבער איז וויכטיג פאר א בעת תפלה צו האבן שכל און דעת און אריין לייגן אסאך קאפ און מח מבחין צו זיין, וואס מעג ער יא זאגן און וואס מעג ער נישט זאגן, צו וועט דער ציבור דערטראגן אזא מין קנייטש אדער אזא מין שינוי אינעם נוסח, צו נישט, יעדע בעל תפלה קען זאגן מעיד זיין ווען ער אליין זיצט אויף זיין פלאץ און הערט צו א צווייטן בעל תפלה כאטש וואס ער האט ליב צו הערן חידושים, דאך וועט עס אים שטערן אויב דער חזן (נישט ער נאר א צווייטער) דרייט אוועק א זייטיגע תנועה נישט לפי רוחו, פונקט אזוי דארף ער טראכטן אז א צווייטע קען טראכט בשעת ווען ער דרייט אוועק מיט זיינע קנייטשן, נאכמאל, נישט אז מ'טאר נישט אוועק קנייטשן, מ'מעג, נאר מ'דארף טראכט גוט וואס מ'טוט.
איך זעה עס יעדעס יאר מיט אנדערע בעלי תפלות (מתחילים וואס רעדן צו מיר) אז זיי קענען נישט מחליט זיין וועלכע נוסח איז גוט פאר זיי, די ערשטע קושיא וואס מ'פרעגט איז, וועלכע טעיפ איז גוט? וועמען זאל איך הערן? וועמענס נוסח זאל איך זאגן?,
מיין ענפער איז, קיין איין'ס נישט, איר ווייסט פארוואס?, ווייל ווי האלט מען יעצט ווען די פראגע ווערט געפרעגט, מ'האלט בערך א וואך צו צוויי וואכן פאר ר"ה, יעצט כדי נאך צו גיין און נאכפאלגן א נוסח איז נישט מעגליך אין צוויי וואכן נאכצוגיין דעם נוסח פון א טעיפ אז ס'זאל ווערן א רגילות און ס'זאל ארויס קומען נאטירלעך ביים עמוד, א נוסח פון ר"ה דארף פליסן ביים עמוד ר"ה ס'דארף זיין מושרש ווי די ספרים רופן אן "מושרש בטבע", ס'דארף ליגן אין אים ווי איין שטיק אז ער זאל דאס קענען זאגן אינמיטן חלום, פונקט ווי דו קענסט דעם שבת'דיגן ושמרו אין חלום, אזוי דארף מען קענען דעם ר"ה'דיגן נוסח ישר והפוך, אז נישט קומט עס נישט ארויס געהעריג.
ממילא קען מען נישט סתם נעמען א טעיפ און אויסהערן און זיך אזוי אויסלערנען דעם נוסח יעצט 2 וואכן פאר יו"ט, וואס יא?, אליין נעמען א מחזור און זיך נעמען דאווענען, דורך גיין מער ווייניגער וואס מ'קען יא, נאר די שטיקלעך וואס מ'זעהט אז מ'איז נישט קלאר דארט קען מען אנפרעגן אדער הערן א טעיפ, (חוץ המעשה וואס רוב טעיפ'ס אויף די מארקעט איז נישט צו די זאך.....)
איצט א נקודה וואס איז נוגע סיי פארן ציבור און סיי פארן שלוח ציבור, אסאך מענטשן ווילן גערן קענען דאווענען אויפן קול אין איין צו נאר זיי רעדן זיך אפ אז זיי ווערן שנעל הייזעריק, ראשית ע"ד מוסר שטייט א מעשה אין שיח זקנים (חלק א' דף ס') דומה לזה שטייט אין ילקוט מאורי אור, אז א בעל תפלה איז אמאל אריין צו ר' איציקל מסקווירא זי"ע זיך מזכיר זיין אז ער איז הייזעריק און דער צדיק זאל מתפלל זיין ער זאל נישט זיין הייזעריק, האט אים ר' איציקל גענפערט וואס איז דאס הייזעריק?, הייזעריק איז דאס ווארט ה – זרק, ס'איז דא ה' מוצאות הפה פינעף חלקים אינעם מויל אז מ'איז פוגם אין דעם ה' מ'רעדט דברים בטלים ווערט ה – זרק הייזעריק, ווידער אז מ'טוט תשובה איז מען נישט הייזעריק, האמיר דאך א פשוט'ע עצה נישט רעדן דברים בטלים....
אבער באמת דא שטעקט אויך א טעות, מענטשן מיינען אז ווען מ'איז הייזעריק רעדט מען נאר בלשון לוחשות (וויספערן בלע"ז) להוי ידוע אז דאס איז נאך פיל ערגער פאר די שטום בענדער ווי רעדן געהעריג הייזעריגערהייט, אבער ווען מ'איז שוין הייזעריק איז שוין שווער זיך צוריק צו כאפן, די עבודה איז מ'זאל לכתחילה נישט ווערן הייזעריג, מ'זאל זיך נישט אויסשטעלן צום עיר קאנדישאן, מ'זאל טרינקען ווי מער וואסער, מ'זאל שלאפן געהעריג, נישט עסן צופיל און אוודאי נישט קיין עסן וואס מאכט עסיד, און נישט דריקן די שטומע בשעתן דאווענען וואס איבער דעם דארף מען אביסל מער מרחיב הדיבור זיין.
לאמיר מקדים זיין א מעשה, ביים ציעשנוב'ע רב איז געוועהן א בעל תפלה ר' יעקב, איינמאל האט אים דער ציעשנוב'ע רב געפרעגט ר"ה צו ווייסטו אז היינט בלאזט מען שופר, דער שופר איז נישט קיין יחסן, עושר, אדער חכם, ער האט איין זאך יא, א קול, דאס זעלבע דארף א בעל תפלה טראכטן ער איז נישט דער בעל תפלה צוליב זיין יחוס אדער עשירות אדער צוליב זיין חכמה נאר בלויז צוליב זיין שטומע, דאס איז א מעשה עפ"י מוסר,
האמיר דאך א כלל אז אין מקרא יוצא מדי פשוטו, א מענטש דארף זיך צוגלייכן צו א שופר, א שופר בלאזט מיט א קול, וויאזוי, זאגן שוין חז"ל חכמה ואינו מלאכה, א גוטע בעל תוקע שטרענגט זיך נישט אן, ער בלאזט לופט און דאס קול פליט ארויס ווי פון זיך אליין, ווידער אז מ'שטופט לופט מיט די געוואלד אריין אינעם שופר קען זיין ס'וועט מאכן א קול אבער ס'ווועט זיך בלאזן זייער שווער, און דער קול שופר וועט זיך הערן שווער.
רבותי דאס איז דער סוד פון א שטומע! חכמה ואינו מלאכה מ'גיבט לופט און דאס קול פארט פון זיך אליין, הגם ס'איז שווער צו שרייבן פאר מענטשן וואס האבן נישט קיין ברייטע ידועה אין הלכות שטומע, אבער קליינע כללים איז גרינג צו כאפן, א מתפלל ווואס וויל קענען שרייען הויעך ביי ונתנה תוקף זאל נישט דריקן זיין שטומע ער זאל געבן ווי מער לופט וועט ער קענען שרייען העכער, ער זאל אריין לייגן דעם אות ה' נאך יעדע אות וועט עס אים לייכטער גיין,
למשל שבת צופרי ביי שחרית שוכן עד מורם וקדוש שמו, אריין לייגן ווי מער ה'ן וואס א ה' מיינט לופט,
כזה: שו(ה)כ(ה)ן, ע(ה)ד, מ(ה)רו(ה)ם וק(ה)דו(ה)ש שמ(ה)ו.....
דער סוד הה' (מ'לערנט שוין קבלה דא.....) איז גולטיג אייביג און איבעראל, און ס'איז א שטארקע הילף סיי פאר א מתפלל און סיי פאר א חזן,
(ועי' בזרע קודש תורת לערב יו"כ, בשם הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע אז ווען מ'איז בשמחה זאגט מען א פחת הַ ועיי"ש)
דער עיקר איז אז א בעל תפלה דארף זיין רואיג, די שטומע מוז נישט זיין 100 פראצענט, ס'איז נישט שבת אדער יו"ט ווי מ'דארף אראפ לייגן א ושמרו, אדער א הלל, ס'איז תפלת ימים נוראים ווי דער עולם דארף הארץ, ותו לא,
לסיומא דמילתא האב איך געזעהן אין מנהגי פראנקפורט חודש תשרי אות ט"ו שטייט דארט אז נאך שחרית זאגט מען אבינו מלכינו – קדיש תתקבל "והקהל קראו לו אח"כ ישר כח"...., דאס מיינט ווען דער ש"ץ ענדיגט זאגט מען אים, "ישר כח"....
ביסט א מבין?, ער פארשטייט נישט אויפן ווינק....
איך וועל עס מוזן זאגן אפן, ס'איז משמע פון דארט אז ווען דער "שאץ" ענדיגט זאגט מען אים "ישר כח"
איצט פארשטייסטו יא?.......
.
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה