יום שני, 12 באפריל 2010

וואס טוט מען צו דערפריייען דעם גאנצן ארום!!! פורים

וואס טוט מען צו דערפריייען דעם גאנצן ארום!!! פורים

משה'לע איז גאנץ א וואויל'ע בחור'ל, נאר ער האט זיך זיינע קליינע פראבלעמען וואס צושטערט זיין שיינקייט און זיינע אמת'ע מעלות, דער עיקר פראבלעם איז אז ער קען זיך נישט באהערשן און קען זיך נישט איינהאלטן אין זייער אסאך מצבים,

עקספערטן וואס פארשטייען אין חינוך האבן געזאגט פאר די עלטערן אז ער ליידט פון הייפער אקטיוו דיסארדער און דעריבער קען ער נישט איינזיצן, און דאס טרייבט אים זיך ארום צו קריגן און זיך צו שלאגן מיט זיינע ארומיגע, אסאך מחנכים האבן שוין לאנג געראטן די עלטערן זיי זאלן אוועק שיקן משה'לע אין א ספעציעלע ישיבה – היים, וואס ספעציעלירן זיך אין דיסיפלין און שטרענגע האנט וואס במשך הימים האבן זיי שוין זייער אסאך אויפגעטון מיט אסאך פראבלעמאטישע בחורים פון צובראכענע היימען.

אבער די עלטערן האבן זייער שווער אנגענומען דעם פאקט אז זיי וועלן מוזן אוועק שיקן זייער משה'לע, נאך דערצו אין אזא פלאץ ווי מ'שיקט קינדער פון צובראכענע היימען, דעריבער האבן זיי כסדר אפגעשטופט זייער החלטה אוועק צו שיקן משה'לע,
אבער, נאך א גרויסן פסח בין הזמנים האבן די עלטערן זיך דערזעהן מיט א גרויסן פראבלעם, אינדערהיים האט ער שוין מער נישט געקענט בלייבן, ווייל אלע געשוויסטער האבן זיך צופיל אנגעליטן פון אים במשך די חודש ניסן טעג, פארשטייט זיך די עלטערן האבן זיך אויך אנגעליטן זייער חלק, און מיט א שווער הארץ און צוקלאפטע געמיט האבן די עלטערן אפגעמאכט אז בלית ברירה מוז מען שיקן משה'לע אין אנשטאלט – ישיבה, וואס איז געאייגנט פאר אים מיט אלע צוגעהערן ווי אויך א דארמאטארי באגלייט מיט גאר א שטרענגע סדר היום,

ר"ח אייר האט משה'לע אריין געטרעטן אין דעם בנין אויסער די שטאט, פון די ערשטע מינוט איז אים שלעכט געווארן זענדיג די פנים'ער מיט וועמען ער וועט דארפן פארברענגען די קומענדיגע שטיק צייט, ער האט דאך גוט געוויסט ביי זיך אז באמת איז ער אין אסאך שטאפלען פיל מער ווי די אלע בחורים דא, נאר ער האט זיך זיינע קליינע פראבלעמען וואס ער דארף זיך ענדערן צום גוטן.

עס איז נישט דורך קיין נאכט וואס משה'לע זאל נישט וויינען אין בעט און לאזן הייסע טרערן אויף זיין קישן, זיין שטארקע בענקעניש אהיים האט זיך אפי' נישט אפגעשטעלט קיין רגע, ווידער זיינע עלטערן אליין זענען אויך אויסגעגאנגען פאר בענקעניש צו משה'לע, אבער די מומחים האבן זיי געראטן נישט אהיים צו נעמען משה'לע אפי' פאר א קורצע וויילע, אפי' נישט אנהאלטן קיין קאנטאקט דורך'ן טעלעפאן, ווייל נאר אזוי וועט ער זיך טוישן זיינע נאטורן, ער וועט זיך בייגן נאר דאן ווען ער וועט זיך זעהן אליינ'ס אויפן וואסער.

אזוי איז דורך געגאנגען א שטיק צייט און מ'האט שוין ענדליך געהערט עפעס גריסן אז משה'לע בעסערט זיך צוביסלעך, אבער די שטארקע בענקעדיגע געפילן פון די עלטערן צו משה'לע און פון משה'לע צו זיינע עלטערן האבן זיך נישט אפגעשטילט קיינמאל,

ביז די מומחים האבן געזאגט אז די צייט איז שוין רייף, און די עלטערן זאלן שיקן א שבת פעקל פאר משה'לע מיט א בריוו צו די זייט פון עטליכע ווערטער, מ'קען זיך פארשטעלן וויפיל געפיל די עלטערן האבן אריין געלייגט אין דעם שבת פעקל און מיט וויפיל געפיל זיי האבן געשריבן דעם בריוו, און ארויף געלייגט אויפן באס און אפגעשיקט צו די ישיבה – אנשטאלט ווי משה'לע איז שוין פלאצירט א לענגערע צייט.

משה'לע ווייס! משה'לע ווייס!, הערט זיך א קול אין ישיבה, א פעקל אין אפיס!!!...

משה'לע לויפט אראפ די טרעפ צום אפיס, ער לויפט אזוי שנעל אז ער היפט איבער עטליכע סטעפס אויפאמאל, ער פליט אריין אין אפיס, דער מנהל צייגט אים אויף א סאדע באקס צוגעקלעפט און אויפגעשריבן מיט א מעדשיק "משה'לע ווייס".

משה'לע טראגט ארויף די באקס צו זיין שטוב, ער מאכט דאס אויף און זעהט דארט 2 היימישע בילקע'ס, ער שמעקט די בילקעס יא ס'שמעקט פון זיין הויז, ער שמעקט נאך און נאך אזוי ווי א הונגעריגע איד יום כיפור ביי מוסף..., אך! שוין אזוי לאנג נישט געשמעקט די מאמע'ס היימישע חלות, ער זעהט דארט אויך א שטיקל היימישע קאקאש קעיק, ער טראכט נישט א מינוט און מיט א שנעלע בורא מיני מזונות דאס גאנצע אויפגעגעסן, אונטער די חלות און קעיק ליגט אפאר פעקלעך נאש, און אויף די פעקלעך נאש ליגט א בריוו....

ער מאכט אויף דעם בריוו און זעצט זיך אראפ אויפן בעט, ער דערקענט זיין טאטנ'ס שפיציגע שריפט מיט די שארפע ל' און די געדרייטע ק', דערונטער שרייבט זיין מאמע מיט איר מאמישע שריפט, אוי דער שריפט וואס פלעגט אים שרייבן אלע זיינע מצוה צעטלעך פון קינדערגאטען אן, ער ליינט איין מאל און נאכמאל, דער בריוו איז אים מחי' ווי (קאלט וואסער איז אפי' נישט קיין משל) ער וויל זיך נעמען טאנצן פאר שמחה אז ענדליך האט ער שוין א גריס פון זיין היים, אבער גיי טאנץ דא אינמיטן דארמעטארי אליין צווישן אזויפיל אפגעריסענע בחורים, ס'האט דאך נישט קיין טעם, אבער דאס הארץ גלוסט אים צו טאנצן.

אט פאלט אים ביי א ביליציגע בייפאל, ער בייגט ארויס דעם קאפ אין האל און שרייט!!!!, ווער ס'דארף נאש זאל קומען צו רום נומ. 25, פון אלע זייטן זענען זיך די נעבעכדיגע בחורים געקומען צו לויפן, אריין צו רום נומ. 25, דארט ווי אונזער משה'לע האט געהאט זיין שבת פעקל, ער רופט אויס יעדער זאל זיך טרעפן א פלאץ, איך האב באקומען נאש פון דערהיים איך וויל עס ענק פארטיילן, נאכן עסן גיי מיר כאפן א רקידה מסכים, גוט, ער טיילט פאר יעדן זיינע טשאקאלאדן, טושינג גאם מיט זאזא'ס, יעדער עסט און מ'ווערט פרייליך, ער צינט אן א טעיפ און אלעס זינגט מ'לאזט זיך ארויס א רקידה.... לא לא לא ליי ליי לאם!!!

אין די צייט וואס אלע בחורים טאנצן בלויז פאר זייער פארגעניגן צו עסן טשאקלאד מיט זאזא'ס, טאנצט אבער משה'לע פאר שמחה אז ער האט היינט באקומען א בריוו פון דערהיים, און זיין בענקעניש שטילט זיך מיט דעם בריוו, אויסערליך זעהט אויס ווי יעדער טאנצט אייניג, אבער אינעווייניג איז די מרחק פון זייער טאנץ גאר אנדערשט.

הנמשל מובן, אידישע קינדער האבן נעבאך געזינדיגט און די גזירה האט גוזר געוועהן צו ווערן פארטריבן אין גלות, צווישן פינסטערע גוים, דער יוד ווייסט גאנץ גוט אז ער איז פיל העכער פון אלע ע' אומות, ער דארף זיך נאר מתקן זיין אייניגע זאכן און דאן וועט קומען די גאולה עתידה ושבו בנים לגבולם אהיים צום טאטן.
פונקט ווי משה'לע האט געווייטאגט אזוי אויך ווייטאגט די נשמה אין גלות, ער שפירט די צער פון זיצן מיט אזעלכע שוואכע גוים, ווידער דער גוף איז גאנץ צופרידן צו זיצן על מי מנוחות אין גלות, למעשה זיצט מען אין גלות און מ'הערט נישט קיין גריסן פון טאטן און מאמען, נישטא קיין כרוזים נישטא קיין רוח הקודש, דאס בענקעניש שטילט זיך נישט אפ, אונזערע נשמות וויינען אויף אונזער קישענע'ס בכו תבכה בלילה.

ס'קומט אבער דער זמן פון יו"ט פורים, כביכול שיקט אונז א הארציגע בריוו דער אגרת הפורים די הייליגע מגילה, מיר ליינען דאס איינמאל און צוויי מאל, די נשמות ווילן זיך נעמען טאנצן פאר גרויס שמחה, אבער גיי טאנץ אליין ווען דער גוף איז ווי א טויטע מאשין וואס איז אפי' נישט מרגיש די שמחה און די קדושה פון די אגרת הפורים, וואס טוט מען?

ס'איז דא אן עצה, מ'ש'שקה'נט אן דעם גוף מיט אפאר כוסות יין מלא, ביז ער ווערט גוט לעבעדיג, דער גוף נעמט זיך טאנצן ער זינגט און שפרינגט ווייל דאס וויין טרייבט אים, אבער די נשמה פרייט זיך גאר מיט שמחה אמתית, לכן האט מען מתקן געוועהן פורים משתה ושמחה משלוח מנות, און מ'טרינקט דווקא וויין, ס'זאל זיין עד דלא ידע בין ארור המן דער גוף, לברוך מרדכי די נשמה.

מיוסד עפ"י התולדות יעקב יוסף פ' תבא

איצט כמעט די זעלבע געדאנק אויפן גראם

וסימנך:
--ערשטע פאל
"צווייטע פאל
(ניגון הבט משמים אדער ארשת שפתינו)
--בשפה ברורה ובנעימה,
חייב איניש לבסומא,
דוקא אין דעם זמן,
איז א ענין צו טרינקען וויין,
מיט א משל לאמיר דאס מסביר זיין,
--ס'איז געוועהן א מלך געוועהן זייער רייך,
מיט גאלד און זילבער גאר אסאך,
געהאט האט ער, איין איינציג קינד,
וואס איז געוועהן זיין געזונד,
ער האט זיך פארזינדיגט מיט א גרויסן זינד,
"מ'האט עהם פארשיקט אויף א ווייטן מקום,
זיך געדרייט דארט ברחובות ובשוקים,
צוזאמען מיט אנשים פשוטים,
וואס האבן כסדר פארברענגט מיט-אים,
פארלוירן זיין קעניגליכע גלאנץ מיט אלע תכשיטים,
"איין טאג איז דער טאטע געווארן באנומען,
געשיקט א בריוו ער זאל שוין אהיים קומען,
ער האט זיך געוואלט פרייען אלץ בן נאמן,
אבער געהאט גאר גרויסע פראבלעמען,
מיט וועם זאל ער זיך פרייען מיט וועמען,

--איז עהם בייגעפאלן גאר א גוטן פלאן,
ער וועט צו זאמען רופן די פויערן און זיי געבן וויין,
ער האט זיי טאקע צוזאמען גערופן,
און זיי זענען געווארן שטארק בגלופין,
און ער האט זיך געפרייט פון הארצן טיפן,
--זיי האבן זיך מיט די וויין געטין דערקוויקן,
אבער ער האט זיך געפרייט מיט דעם בריוו וואס מ'האט עהם געטין שיקן,
זיי האבן זיך טאקע אינאיינעם געפרייט,
אבער זייער שמחה איז געוועהן גאר א אנדערע באדייט,
דאס נמשל אודאי יעדער פארשטייט,
"דאס פארשטייט יעדער ביום חגינו,
ומפני חטאינו גלינו מארצינו,
פארטריבן געווארן אין א מדבר שממה,
אן קיין טרייסט און אן קיין נחמה,
און מ'ווארט שופר של משיח להשמע,
"איז אבער פארהאן איין גוטע טרייסט,
דער יו"ט פורים וואס יעדער ווייסט,
אז ימי הפורים לא נבטלים,
אפילו ביים תיקון השלום,
מיטן אגרת הפורים פרייען מיר זיך פאר'ן רבון עלם,
"אבער צו דעי שמחה פרייט זיך נאר די נשמה,
דער גוף פארשטייט נישט די שמחה גבוה ורמה,
די נשמה וויל זיך פרייען אויפן העכערן באגריף,
געט ער צו טרינקען פארן גוף,
און זעטיגט עהם אן מכל טוב,
"די נשמה פרייט זיך מיט דעם טאג דעם הייליגן,
און דער גוף פרייט זיך מיט גשמיות מיט וואס מ'טיט אים באטייליגן,
און מען פרייט זיך אינאיינעם אזוי,
זה בכה וזה בכה,
פארדעם געט מען פארן גוף תענוג אכול ושתו,


אט אזוי דערפרייט מען דעם גאנצן ארום!!!!
.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה