איי בלעם! בלעם......
נעבאך אזא מפלה....
א מפלה פאר בלעם, ממש ווי גאווענער שפיצער....
דער אלטער בלעם, נעבאך, אמאליגע צייטן האט זיך יעדער גערעכנט מיט זיינ'ס א ווארט, ביי יעדע געשעניש האט זיך א לאז געטון דער המון עם, צום שטעטל פתורה, הערן דעם וויכטיגן חוות דעת פונעם נביא בלעם,
דאס לעצטע מאל וואס דער נביא בלעם האט זיך געלאזט הערן, איז געוועהן בערך 38 יאר צוריק, ווען ס'האט זיך געהערט אין די וועלט מורא'דיגע קולות, עטליכע שעות נאכאנאנד, די גוים זענען ממש משוגע געווארן, געכאפט די הענט און פיס, געלאפן צום נביא, פלעגן מה זאת?, אפשר גייט קומען נאך א מבול?...
בלעם לאכט א גוטס, ער לאכט אויס זיינע פאנאטישע חסידים, וואס האבן מורא פון אפאר דינערן און בליצן, און בארואיג זיינע מענטש, עה ס'איז גארנישט, די אידן באקומען יעצט א תורה, און דאס איז א חלק פון די חגיגה, מ'האקט מ'קלאפט, ס'איז גארנישט..., ס'איז נישט קיין מבול, גייט'ס אהיים שלאפן....
אבער ווינדער איבער ווינדער, זייט יענעם טאג, זעהט מען מער נישט א נברא אריבער טרעטן זיין שוועל, אמאליגע צייטן האט דאס גאנצע שטעטל פתורה, געווירבלט מיט חסידי בלעם, מ'פלעגט זיי רופן די בילעם'יסטן, דאס גאנצע שטעטל האט געלעבט, אלע געשעפטן מיט די עקענאמיע איז געוועהן הויעך, עס האט זיך ממש געלוינט צו האבן א סטאר אין פתורה, ווייל די אלע בלעם'מיסטן, וואס זענען געקומען צום נביא זיך דורך רעדן וועגן זייערע חלומות, און בעטן א כישוף ישועה, האבן גלייכצייטיג איינגעקויפט אין פתורה,
אבער לעצטנ'ס איז געווארן א טויט שטילקייט אין שטעטל, דער נביא ארבעט עפעס נישט, מאנכע זאגן ער איז גאר אריין געפאלן אין דיפרעסיע, עד כדי כך אז ביי בלעם אין שטוב הונגערט מען ממש צו ברויט, ער רעדט כסדר פון מאכן געלט, (אם יתן לי מלא בית כסף וזהב), דאס גאנצע שטעטל פתורה איז כמעט אראפ פון די מאפע, די געשעפטן מאכן זיך צו איינס נאכן צווייטן, און בלעם זעלבסט דערמאנט זיך פון די אלטע גוטע צייטן, ווען יעדן טאג זענען געקומען מענטש נאך כישוף, און באצאלט געלט, איי מי יתן והי'.
אין א שיינעם טאג האט זיך צו בלעם'ס גרויסע ווינדער, אפגעשטעלט צוויי וועגענער (כלומר לימא'ס) מיט אפישל פליעטס, פון מואב און מדין, א דלעגאציע פון הויכע געשעצטע עלעמענטן, מיט א פערזענדליכע פארלאנג פון קעניג בלק, צו קומען שעלטן די אידן....., פשוט און גראד, שעלטן, די מיניסטארן האבן מרמז געוועהן אויפן דיפלאמאטישן אופן, אז ס'וועט זיך אים לוינען, און אנדערע ווערטער אז ער וועט שיין פארדינען דערביי, דער קעניג בלק האט מיט זיי מיטגעשיקט אייניגע קינדערישע כישוף שטיק, וואס ווער עס הייבט אן צו לערנען כישוף קען דאס פראטקצירן, כדי צו ווייזן אז ער איז אויך אין די כישוף ליין, (רש"י)
דער נביא איז געוועהן שיכור פאר גליק, דא זעהט ער נישט קיין מענטש פאר א רפואה, און דא קומען שוין עטליכע מענטשן מיט א דעלעגאציע, נישט סתם נאר פון די סאמע העכסטע דיפלאמאטן פון 2 מדינות, מיט געמישטע געפילן ער האט ממש נישט געהאט וואס צו ענפערן.
לרוב צערו זאגט ער זיי, זייט'ס מוחל, לייגט'ס ענק אנידער, שלאפט'ס דא, מארגן וועט מען מחליט זיין, צו מען גייט צו נישט, דא מוז מען באמערקן, אז אמאליגע צייטן ווען דער שטעטל איז געוועהן אויף א העכערע סטאנדארט, האט מען גערייניגט די גאסן, די הייזער, אבער אזויווי לעצטנ'ס איז אלעס געוועהן בתחתונה, זענען די גאסן און הייזער געוועהן שטארק נאכגעלאזט, די גאסן פול מיט מיסט, די בינען און מאסקיטאס האבן געטראפן א מקום ווי זיך צו דרייען, און דערפאר האבן די הויעך געשעצטע דיפלאמאטן נישט געקענט צומאכן א אויג יענע נאכט,
צופרי זענען זיי אויפגעשטאנען מיט מידע אויגן, צוביסן פון די נאכט קריכער'ס, בלעם האט דאך באקומען א באפעל פון אויבן אז ער זאל נישט גיין בשום אופן, האט ער זיך ארויס געדרייט אויף א דיפלאמאטישע אופן, כאילו דער פראבלעם איז מיט זיי, זאגנדיג אז זיין העכערע כח לאזט אים נישט פארן מיט אזעלכע קליינע שרים ווי זיי....., אפשר מיט גרעסערע דיפלאמאטן קען ער יא גיין.
די מדין'ישע דיפלאמאטן האבן גלייך באשלאסן אז דאס איז נישט קיין געשעפט פאר זיי, און גלייך געמאלדן פונעם אמבאסאדער אז פון זייער זייט, האקן זיי גענצליך אפ די באציאונגען מיט מואב, בנוגע דעם שעלטן פלאן, איבער די אידן פראבלעם, בכלל זענען מדין ומואב געוועהן שטארק אנגעשטרענגט איינער צום צווייטן, אבער דא האבן זיי געהאט א ב'שותף'סדיגע פראבלעם האבן זיי געמאכט דיפלאמאטישע פארהאנדלונגען,
דער מעלדונג פון די פאלאטישאן'ס האט דעגרייכט צו די אויערן פונעם קעניג בלק, אבער ער האט נישט אזוי שנעל אויפגעגעבן, און האט טאקע געשיקט גאר הויכע מיניסטארן קיין פתורה, זאלן איבער רעדן דעם נביא אז אפשר דאך זאל ער קומען לעזן דעם אידן פראבלעם, פאר סיי וועלכע פרייז, די מינסטארן האבן דעגרייכט דעם שטאט פתורה, שוין באלד ביים אנקומען איז די גאנצע שטאט געוועהן אויף רעדער, זענדיג די הויכע דיפלאמאטן, וואס קומען אהער צום נביא, אלע איינוואוינער האבן פראבירט צו זאגן א דמיון וואס די דיפלאמאטן פארהאנדלען מיט בלעם, איבעראל האט זיך געקופקעט, שוין לאנג נישט געוועהן אזוי לעבעדיג אינעם פארשלאפענעם שטעטל פתורה.
ווי פאריגע'ס מאל האט בלעם געבעטן זיי זאלן איבערשלאפן, און צופרי איז געקומען די לאנג ערווארטע ענטפער, אז דער נביא איז מסכים צו קומען, דער נביא האט נישט פארציילט אז ער איז געווארן באווארנט אז ער זאל נישט רעדן פון זיך אליין, נאר ער מוז רעדן בלויז וואס מ'וועט אים הייסן פון אויבן,
בלעם איז געוועהן אזוי צוהיצט און פריילעך, אזש ער האט נישט געקענט שלאפן יענע נאכט, שוין באלד פארטאג'ס איז ער אריין אין גאראדש צוגרייטן דעם אייזל, מיט וואס ער וועט פארן, די דיפלאמאטן שטייען אויף פון שלאף, נאך פאר וואס ווען ווי, יאגט זיי בלעם שנעל שנעל מ'דארף שוין גיין, אבער שוין, דא איז דער חרון אף געווארן שטארק איבער בלעם, פון הימל האט מען געהאט טענות צו בלעם, וואס איז די געיעג?, ווי אהין לויפסטו אזוי שנעל?
אונטערוועגנס ווייסן דאך אלע, דער נביא האט זיך פארשטעפעט מיט זיין אייזל, געשלאגן דעם אייזל ווי א מטורף, דאס האט שטארק אראפ געברענגט זיין אימעדש קעגן די דיפלאמאטן פון מואב, זיי האבן נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, צו וואס דער נביא שלאגט, און כאפט א שמיס מיטן אייזל, זיי האבן צווישן זיך געטראכט אז די אלע שמועות אז דער נביא איז אין דיפרעסיע, איז וואר.
(עי' אין אונזער פי' אויף פרקי אבות פרק ה', פי האתון, אז פון ששת ימי בראשית האט הקב"ה צוגעגרייט דעם פי האתון, צוריק צו האלטן בלעם רעדן שלעכט'ס, עיי"ש)
אנקומעדיג צום ציל, האבן שוין די דיפלאמאטן פארציילט פארן קעניג אז דער נביא איז אביסל... גאגא, ער האט זיך פארשטעפעט מיטן אייזל, ס'איז נישט אזוי איי איי יי...., אבער דער קעניג קימערט נישט, זיין ברענדיגן שנאה צום אידן פראבלעם פארדעקט אלעס, ער נעמט אויף דעם נביא מיט גרויס כבוד, און מיט דיפלאמאטיע האלט ער פאָר דעם נביא, צו וואס ער איז נישט געקומען פריער, ביים ערשטן מאל רופן, אבער דער נביא זאגט אז די העכערע כוחות לאזן נישט אלץ קומען, דאן האבן זיי זיך ארויס געלאזט אויף א געמיטליכע שפאציר, דער קעניג גיבט דעם נביא א גאנצע טור ארום די שטעט, ווי מ'קען זעהן א ביסל פון די אידישע הייזער, כאפן א בליק און האבן א השגה וואס דא טיצעך....
דא הייבט שוין דער נביא אן מיט זיינע שטיקעס, ער הייסט בויען מציבות, קרבנות, מ'שעכט, מ'פרעדיגט, מ'שעפשעט, מאכט העווייעס, פליט אין די הימלען, דער קעניג שטייט מיט אפענע אויגן, אנגעשפיצטע אויערן, די הענט פון אונטן, די פיס גלייך, די קאפ אויף ארויף, אט גייט שוין קומען די מעכטיגע געשעלטעכס....
איינס, צוויי, דריי....... מה אקוב.... כי מראש צורים.....
ס'איז ביטער דער מצב, אפשר איז דאס ווייל דער פלאץ טויג נישט דא, דא איז א פלאץ פון ברכות, לאמיר גיין עגעץ אנדערטש, שלאט דער קעניג פאר, דער נביא איז מסכים, ער איז אויך היבש צוחוש'ט פון די גוטע ברכות זיינע, מ'גייט ערגעץ אנדערשט פראבירט מיט די זעלבע שטיקעס, די זעלבע מעשה, ברכות אנשטאט קללות,
מה טובו אהליך יעקב....
דער נביא פראבירט זיך צו פארענטפערן, מיט תירוצים שונים ומשונים, אז ס'האט נישט מיט אים, דאס זענען די מזלות מיט די כוחות, און מ'שיקט אים פון הימל אט די ווערטער, ער אליין זאגט נישט גארנישט, און פארן קעניג אליין ווערט אויך קאלאמוטנע אויפן הארץ, ווייל וואס ער פראבירט צו טון גייט קאפויער, און אלעס גייט מיט קאפ אראפ, באין ברירה געזעגנט ער זיך פונעם נביא מיט א שווער הארץ, און מיט טרערן אין די אויגן, בעט אים דער קעניג א עצה צום אידן פראבלעם, אויב שעלטן נישט, וואס יא?,
דער נביא דער שונא ישראל להרע, ווייסט ווי צו לייגן א פאסטאקע, ווי מ'קען אנרייצן אידן מיט נסיונות, מיט ראיות אסורות, התבוללות, מלובש אין הנאת עוה"ז, דער נביא פארט אהיים מיט ליידיגע הענט, דער קעניג בלק איז אזוי אנגעווייטאגט, אז אפילו די שפעזן האט ער נישט געגעבן פאר בלעם...., עס איז מסתבר צו זאגן, אז בלעם האט געמוזט קויפן א נייע אייזל אהייים צו פארן, ווייל מיטן לאנג יעריגן גבאי-אייזל, האט ער זיך מיאוס צוקריגט אויפ וועג אהער, און געהאט א שווערע ווערטער אויסטויש.....
און ליידער מעשה שטן הצליח, ס'האט זיך נעבאך נישט גוט אויסגעלאזט, די שלעכטע עיצות פון בלעם, האט ליידער געווירקט, און בני ישראל זענען אריין געפאלן אין נעץ, פון בלעם, עד כדי כך, אז א נשיא האט זיך פארגליסט חתונה צו האבן מיט איינע פון זיי, ביז פנחס קנאה, האט מיט גרויס גבורה און העלדישקייט, אפגעשטילט דעם גרויסן פייער, און אפגעשטילט צווישן אידן דעם גרויסן עקסטאז, וואס זיי האבן געהאט צו די בנות מדין, און צוליב זיין קנאות האט ער משתיק געוועהן דעם חרון אף, און אידן האבן אויף געהערט צו שטארבן.
בלעם וואס איז שוין יעצט געוועהן אין א דאפלטע דיפרעסיע, בנוסף צו זיין אויסגעשפילטקייט פון פריער, איז יעצט געוועהן אסאך מער צובראכן, אז ער האט דא פארשפילט אזא גאלדענע געלעגנהייט, ווען ער האט געהאט די מעגליכקייט צו ווערן א עושר כל ימי חייו, האט אים דער מלך בלק פארשיקט מיט בזיונות, אבער לעצטנס באקומט ער שוין יא גוטע גריסן, די שטאטישע מידיא ברענגט נייעס, אז די אידן זענען געווארן אין גוטן מיט די שכנים, און ס'האט אויסגעבראכן א מגיפה צווישן די אידן, אז איבער 20 טויזנט אידן זענען געשטראבן ר"ל, בלעם איז געווארן משוגע פאר א וויילע, געשפרינגען אין די לופטן, ווי א מטורף, ענדליך זעהט מען שוין עפעס פירות און תוצאות פון זיינע וויסטע פלענער, אבער גלייך דערנאך פאלט ער צוריק מיט א צארן, פרעגנדיג צו זיך אליין (נאר צו זיך, קיין אנדרער איז נישט דארט געוועהן), פארוואס האט מען פארגעסן פון אים?, אים קומט דאך עפעס שכר פאר אזא עסק.
ער קלערט נישט קיין סאך, כאפט דעם אייזעלע (די נייע, ווייל מיטן אלטן האט ער שוין געהאט א שלעכטע עקספיריענס) מ'רייזט אפ קיין מואב, אפנעמען א מתנת יד, פאר די קלוגע עיצה, פון מכשיל זיין אידן, בלעם האט נישט געוויסט איז במשך הימים האבן זיך אפגעשפילט ענרסטע געשענישן דארט ביי די גרעניצן פון מדין – מואב, כלל ישראל האט ארויס געשיקט א מיליטער פון 12 טויזנט מאן, מיט כלי קודש, פירן קריג קעגן די מדינים, צוליב זייער שעדליכע אטאקעס אויף אידן, די אידן האבן מיט זייער הייליגן כח באזיגט איינס צוויי די מדינים, און גענומען א גרויסן רויב, מיט א גרויס פארמעגן,
אינמיטן קריג איז בלעם אנגעקומען, גלייך ביים אנקום האט ער שוין געזעהן אז ס'איז צרות, די איינוואוינער האבן אים געהייסן גיין צו די 5 קעניג זיך צו באשיצן לעבן זיי, ווי נאר בלעם קומט אן, זענען זיי ארויף געפאלן אויף בלעם, מיט א בהלה און פארלוירנקייט, וויינענדיג פאר עיצה, ווייל די בני ישראל זענען שוין זייער נאנט, ס'קוקט אויס ווי נאר א קורצע צייטן גייען זיי ווערן געכאפט, בלעם זאגט, נאו פראבלעם, יעדער כאפט זיך אן אין מיר, און זאגט..... אוקעס פאקעס טשירי בירי באם......,
און ויסעו, אלע קעניגן פליען אין די לופטן, ווי פויגל, די אידן ריקן זיך שוין נענטער, זיי זענען שוין אונטער די קעניג מיט בלעם, זיי קוקן ארויף און זעהן ווי די חברה פליען אין די ליפטן מיט די פייגל צוזאמען, וויאזוי ברענגט מען זיי אראפ?,
דער הייליגער כהן אלעזר נעמט ארויס דעם ציץ, מיטן שם דער קודש קדשים, מיט א שנעלע שאקל קעגן די אויגן פון די מלכים, ווי נאר די מלכים האבן געזעהן דעם הייליקייט, זענען זיי מיט א ווילדן שנעלקייט אראפ געפלויגן, פליענדיג אראפ האבן זייערע שווערדן זיך ארויס געריקט פון פלאץ, אזוי אז ביים טראסק אראפ האבן זיי זיך צושטאכן אינעם שווערד, און געפגר'ט,
איין איינציגער איז געבליבן לעבן, אפילו נאכן פאל, דאס איז דער נביא בלעם, דער ארכיטעקט פון די שלעכטע פלענער, ווי נאר ער איז אראפ געפאלן, האט מען גענומען א שווערד און דער'הרג'ט.....
כן יאבדו כל איביך ד'.......

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה