יום רביעי, 14 באפריל 2010

קען א לעקטער אויפטון ווען מ'איז הונגעריג?... חנוכה

קען א לעקטער אויפטון ווען מ'איז הונגעריג?... חנוכה

די קעלט רייסט, די ווינטן בלאזן, די פינגער'ס פרירן, פון הימל לאזט זיך אראפ עמער'ס מיט שניי, אין איינע פון די טיפע טבת נעכט שפאצירט זיך אונזער ר' יענקל אין די שניידיגע קעלט, צו יעדע פאר מינוט ציט ער זיך צוזאם זיין אויבעראק שטערקער זיך צו באשיצן פון די ביטערע קעלט,

ער האלט שוין אויפן וועג אהיים פון זיין לאנגע רייזע, זייענדיג ביים רבי'ן אויף יו"ט, עפ"י חשבון וואלט ער שוין לאנג געדארפט זיין אינדערהיים נאך עטליכע וואכן בעפאר די גרויסע קעלטן און שנייען, נאר עפ"י סיבה און נאך אסאך עיכובים איז ער שוין ענדליך דא מיט בלויז געציילטע מייל אוועק פון זיין שטעטל, ווי נאר ער וועט ארויס קומען פון דעם געדיכטן וואלד וועט ער שוין קענען זעהן פון דערווייטן די ווייסע דעכער פון זיין שטעטל,

למעשה פונקט אינעם לעצטן פאזע ווערט אים די וועג נאך אסאך שווערער ווי ביז איצט, ער טראכט מיט שרעק זענדיג ווי דער ווינט בלאזט גאנצע בערג מיט שניי, ווער ווייסט צו באלד ווערט ער באדעקט מיט א בארג שניי, און ווער וועט בכלל וויסן אים אויפצוזיכן דא אונטער דעם בארג שניי ביז פסח צייט ווען די שניי לאזט זיך אויף,

זיין הארץ איז פיל מיט אומעט און יאוש, די געזיכטער פון זיין דערשראקענע ווייב און קינדער קומען אים ארויף אין זכרון, זיינע אויגן זענען שוין פיל מיט שניי שטיקער קוים וואס ער זעהט א טריט אהינציר, און ווען שרעק האט שוין געטראפן א פלאץ אין הארץ פון אונזער ארימע ר' יענקל, האט ער זיך שוין אנגעהויבן צו שרעקן אויך פון די הונגעריגע וועלף, מיט וואס דער געדיכטע וואלד איז באשאנקען געווארן צו אסאך משפחות,

טריט נאך טריט זינקען זיינע פיס אין די פרישע שניי, לאזנדיג טיפע סימנים פון זיינע פיס טריט, אבער פון מינוט צו מינוט ווערן די פיס טריט פארשטאטערט און ווי אויך פארדעקט פון די פריש געפאלענע שניי, די שטארקע הונגער און דארשט באגלייט מיט שרעק לאזן נישט די שוואכע פיס זיך הייבן מיט א שנעלן טעמפא, עס קוקט אים שוין אויס ווי דער וועג איז ווי א אייביגקייט,

ער פראבירט זיך צו דמיון'ען ווי גוט ס'וועט זיין דאס ערשטע טריט אריין אין זיין ווארעמע שטוב, ווי עס ווארט אים אוודאי אפ א ווארעמע טיי, מיט פרישע קליידער, מיט די פרייליכע פנים'ער פון זיין הויז געזונט, דער דמיון העלפט אים צו אביסל צו פארשנעלערן זיינע טריט, אט דאכט זיך אים אז ער זעהט א ליכטיגקייט פון דערווייטן, ער קלערט ביי זיך, צו איז דען דער כח הדמיון אזוי גרויס אז מ'קען ממש זעהן פיזישע לעכטיקייט?, אבער ניין, וואס א מינוט ער גייט ווייטער זעהט ער ס'איז גארנישט קיין דמיון ס'איז באמת א קליינליכע שיין פון דערווייטן,

עס הייבט אים אן צו ווערן ווארעם אין די ביינער, זיין הונגער און דארשט לאזט נאך, זיין שרעק ווערט צובלאזן ווי א זייפן בלאז, פיל מיט גוטמוטיגקייט שפאנט ער געשווינד צום ציל פון די שיין.

טייערע ליינער, לאמיר אביסל אריין קריכן אין די געדאנקען פון ר' יענקל'ען,

צו העלפט אים די שיין וואס ער זעהט, פארגרינגען זיין הונגער?, אויסדריקלעך ניין,
צו העלפט אים די שיין וואס ער זעהט, צו ווערן אויס דארשטעריג?, אויסדריקלעך ניין,
צו העלפט אים די שיין וואס ער זעהט, צו ווערן אויס מיד?, אויסדירקלעך ניין,
צו העלפט אים די שיין וואס ער זעהט, אנצוווארעמען זיינע ביינער? אויסדריקלעך ניין,

נו אויב אזוי, פארוואס ווערט ער שוין יעצט ביים זעהן די שיין פון די ווייטע לעכטיגקייט, סיי זאט, סיי אויסגערוט און סיי ווארעם?, ס'איז דאך יעצט נישט ווארעם און נישט גארנישט, אלא מאי, די האף און די טרייסט פון זעהןן דעם שיין אינעם געדיכטן וואלד איז ווי צו זעהן דעם שיין פונעם ענד פונעם טונעל, און דאס איז אזוי שטארק אז דאס מאכט אים שוין זאט און ווארעם בלויז מיט שיין אליין.

איך גלייב, אז יעדער כאפט שוין גלייך ווי מיר צילן, מיר שטייען שוין עטליכע חדשים אין יאר תשס"ט, נאך דעם וואס יעדער איד האט געבעטן שמחה לארצך וששון לעירך ועריכת נר לבן ישי משיחך, אז ס'זאל שוין אויפשיינען אורו של משיח אור חדש על ציון תאיר, האפנדיג מוצאי די הייליגע טעג אז אורו של משיח שטייט שוין ביים שוועל, ווייל בן דוד בא במוצאי שביעית צום סוף שמיטה יאר, אלע סימנים ווייזן דאך אויף די גאולה, למעשה, דער ווינטער ריקט זיך אן די ווינטן פון וואל סטריט בלאזן אריין א קעלט אין די גאנצע עקענאמישע וועלט, די שניי לאזט זיך אראפ מיט צרות מצרות שונות, פון באמביי הערט זיך גאר שווערע און ווייטאגליגע בשורות וואס ציטערט אויף יעדנ'ס הארץ, עטליכע משפחות בלייבן יתומים אן א אנלאנער, יונגע קינדער ובתוכם א יונגע ישיבה בחור לאזט איבער די שטורעמישע וועלט, צו דארף מען דען אויסרעכנען די שווערע צרות בלויז פון ר"ה ביז יעצט חנוכה?....

וואס געשעהט, אונזער טריט ווערט שווער, אונזערע געמיטער ווערן געפאלן, מ'טראכט ווער ווייסט ווער איז נעקסט, ווי מ'קוקט זיך אום אויף וועלכן זייט מ'וויל, זעהט מען א אנגעווייטאגטע איד, מ'קען קיין שמועס נישט געבן, אויב רעדט מען פון סיי וועלכע צרה דארף מען זיך דעם קאפ דרייען זעהן צו איז נישט איינער פון די מיט שמוסער אזא איינער וואס האט נישט מיטגעמאכט איינער פון די פראבלעמען וואס ווערט געשמוסט,

כ"ד כסלו אויף דערנאכט, ווען דער זון נייגט זיך צום יום כ"ה, צינדן זיך אן די הייליגע חנוכה לעכטעלעך מיטאמאל ביי אלע פענסטער און טירן, ווי נאר מ'זעהט די לעטיגקייט שיינען, ווערט יעדנ'ס הארץ פרייליך און זאט מיט אמונה און שמחה די טריט הייבן זיך מיט א געזאנג חשוף זרעך קדשיך, פרעגט זיך די פראגע צו איז שוין די ישועה דא?, צו איז דען די פרנסה גוט?, צו האבן שוין די יתומים צוריק זייערע עלטערן?, ניין, וואס יא, דער שיין פון די מנורה איז דער סימן אז דער באשעפער פארלאזט אונז נישט, סוף כל סוף וועט אויפשיינען דער אור און מיר וועלן אלע געהאלפן ווערן אויפאמאל מיט יעדע ישועה, ס'וועט זיין אור חדש על ציון תאיר ונזכה כלנו במהרה לאורו,

מיט האפנדיגע הערצער הייבן מיר אונזער געמיט און מיר בעטן, מ'י ש'עשה נ'יסים (ר"ת שמן) לאבותינו וגאל אותם מעבדות לחירות, הוא יגאל אתנו בקרוב ויקבץ נדחינו מארבע כנפות הארץ, חבירים כל ישראל ונאמר אמן,

(מיוסד עפ"י השער יששכר מאמר ימי אורה אות צ"ח)

איצט דעם זעלבן רעיין אויפן גראם

(ניגון לעכטעלע לעכטעלע)

(ערשטע פאל)
אינמיטן די נאכט א איד שפאצירט,
די גרויסע ווינטן אין די ביינער ער שפירט,
פון די שטארקע קעלט ממש ער פרירט,
ער געט זיך אליינס א פרעג,
צו איז דען דא א סוף צו דעם וועג,
איך גיי שוין דא עטליכע וואכן און טעג,

(2'טע פאל)
די שנייען מאכן נישט גרינגער,
עס שפירט זיך א שטארקע דארשט און הונגער,
אזוי גייט ער טיף אינמיטן די טונקעלע וואלד,
ער גייט צוביסלעך שפאן נאך שפאן,
פון דערווייטן זעהט ער א קליינע שיין,
ער וועט פרייליך ס'איז אין שוין נישט קאלט,

(הויכע פאל)
ער זאגט:
"לעכטעלע לעכטעלע" דו שיינסט און ברענסט,
שיינען פאר מיר די קענסט,
אין טיפן וואלד ביסטו מיין איינציגע טרייסט,
ווי נאר איך קום צו דיר באלד,
וועט מיר שוין נישט זיין קאלט,
און דיין ווארעמע שטוב באקום איך א נייע גייסט,

(2'טע פאל)
שנעל איז ער אהין געלאפן,
א לעכטיגע שטוב דארט געטראפן,
געגעסן געטרינקען און געווארן זאט,
זיך אראפ געזעצט און אפגערוהט,
נאך אפאר שעה איז ער שוין נישט מיד,
די ליכטיגע שיין וועט ער געדענקען א לאנגע צייט,

***

(ערשטע פאל)
פון אנפאנג יאר ראש השנה,
יעדער איד בעט מיט כוונה,
צום נייען יאר אויפן וועג מ'לאזט זיך ארויס,
שמחה לארצך,
ועריכת נר לבן ישי משיחך,
באשעפער מיט דיין לעכטיגקייט לייז אונז אויס,

(2'טע פאל)
ס'קומט אבער די ווינטער נעכט,
די מצב ווערט פינסטער און שלעכט,
איבעראל א פינסטערנישט א חשכות,
וויפיל אידן ווערן נעבאך נענש,
פון טונקלקייט זיי זעהן - ניש,
אינדרויסן דרייט זיך דער מלאך המשחית,

(הויכע פאל)
ס'קומט אבער די נעכט פון חנוכה,
פירסומא ניסא אין די גאסן בשוקא,
מ'פארמערט א לעכטעלע יעדן טאג און טאג,
זאגט מען לעכטעלע לעכטעלע דו שיינסט און ברענסט,
שיינען פאר מיר דו קענסט,
ווייל דו ביסט די איינציגסט זאך וואס איך פארמאג,

(2'טע פאל)
אט די לעכט איז אונזער נחמה,
אז אפי' אין גלות אין דעם מדבר שממה,
זעהן דעם נר מצוה ואור תורה,
באשעפער באהאלטן דעם חושך, מפני אור,
שיק אונז דעם עני רוכב על החמור,
ויוצאינו מאפילה לאורה,

(ניגון אור חדש סקולעני)
אור חדש, יבנה המקדש,
על ציון תאיר,
ונזכה, ונחי',
נאך זוכה זיין זיין היי יאר,

אוי, אור חדש, מיט משיח'ן בראש,
ס'זאל לייכטן דיין מנורה,
ויאר לנו, כלנו,
במהרה במהרה לאורו,

אור חדש, ס'וועט זיין מתוק מדבש,
על ציון תאיר,
ונזכה, מ'בעט בכל פה,
זעהן דעם אור הבהיר,

אוי, אור חדש, תיקר שירת רש,
מיר בעטן ביים בורא,
ונזכה, ביום הזה,
במהרה במהרה לאורו,

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה