צום אלעם ערשטן איז א מלמד א נכסי ציבור, וואס יעדער בר בד רב דחד יומא, מעג און האט די רעכט צו זאגן, קאמפלעינען, חוזק מאכן, פארהאלטן, מוטשענען, קאמענטירן, און וואס נישט,
צ.ב.ש. דער מלמדל איז 9:30 אין ביהמ"ד דרייענדיג נערוועזערהייט זיין ר"ת'ס, קומט צו א מאן דהו מיט א פראגע "זאג נאר ס'איז נישטא קיין חדר היינט"?
דער מלמד'ל וויל צוריק פרעגן "זאג נאר ס'איז נישטא קיין בי ן' עיטש היינט"?
מוצאי יו"ט ווערט דער מלמד'ל דער ציל ברעט פון די נערווירעדיגע פראגע-הלצה-טשעפע- פון "צוריק אין חדר אריין"....
אבער פסח.... איז דער נחת צייט פונעם מלמד'ל ווען ער טרעפט אן די טאטע'ס און שול "אוי האט מיין אינגל שיין געזאגט מה נשתנה"
צווישן די שוועריקייטן איז אויך די אומבאטעמטע ביזיונות פון די צו נעמען וואס דער קינדערגארטען מלמד באקומט למשל בעבי רעבע ווישעווע רעבע וכדו',
גייענדיג און גאס מיט זיין משפחה, קען ער הערן פון א פארטש 4 שטאק ארויף, זיין חדר נאמען שרייען הויען ר-ע-ב-ע פ-ר-י-ד, ר-ע-ב-ע פ-ר-י-ד.... די ארומיגע קינדער פון יענע משפחה ווערן מיטגעשלעפט מיטן שטראם און ס'ווערט א כאר, ר-ע-ב-ע פ-ר-י-ד.... ר-ע-ב-ע פ-ר-י-ד.....
א מלמד דריקט זיך אויס פאר שאץ מאץ אז ער האט געטראפן א לעזונג זאגנדיג פאר די קינדער אין חדר אז ער הערט אפי' ווען מ'זאגט שטיל ר-ע-ב-ע פ-ר-י-ד .... ר-ע-ב-ע פ-ר-י-ד....
בקיצור לאמיר זיך נעמען צום העוווי סדר היום פונעם מלמד'ל אין קינדערגארטען...
ער בייווייזט זיך אין חדר 9:45 צום ליידיגן חדר, אפווארטנדיג די קינדער מיט א פרישקייט, די ערשטע פאר קינדער קומען אן מיט דיפעדי דאו פיאות,
רבי: גוט מארגן אלע קינדער...
רבי טוט אויס די קויט'ס, זעצט אראפ דעם עולם ביז דער גאנצע עולם איז שוין דא, אין די ערשטע 15 מינוט קען דער מלמד אויסניצן פאר זיינע וויכטיגע טעלעפאנען, ווען דער עולם איז שוין דא רופט מען אויס, בלשון הוה (דרך אגב אין קינדערגארטען גייט אלעס בלשון הוה, נישט בלשון עתיד אלע קינדער זאלן זיך אראפזעצן נאר בלשון הוה אלע קינדער זעצן זיך אראפ... אלע קינדער שטייען אויף... ואין משנים ממנהג אבותינו) אלע קינדער מאכן א טשו טשו טרעין און ויסעו, מ'הייבט אן זינגען די ניגון פונדער וואך למשל א טאג נאך פסח זינגט מען שוין אמר רבי עקיבא, אמר רעב אקיבע אשריכעם ישראל אשרייכעם אשרייכעם.... און אזוי מאשירט מען האנט אויף אקסל ביזן לאנטש רום, ביי פרישטאג טיילט דער מלמד אויס די ברויטלעך גיסט אויס די טעלער וועטשעבעל'ס אויפן טיש זאל נעמען ווער ס'וויל און יעצט... גייט מען אליין עסן פרישטאג.
מ'גרייט זיך אן מכל טוב, פשוט מי שטרח הוא יאכל און נא! מ'מאכט המוצאי מ'עסט און מ'שמיסט געמיטלעך מיט די אנדערע מלמדים, צו יעדער פאר מינוט שרייט'ס מען אויס צו די קינדער נא? הא! ווער זיצט נישט? איך זעה אלעס.... (יא? וואס זעהסטו? חיים האט שוין אראפ ביזדערווייל געשלעפט די טישטוך...)
מ'טיילט מילעך, עפל דזוס פאר די עלעדשי'ז (און אונזערע צייטן איז דאס נישט געוועהן עלערדשיז'ס בלויז 1 פון טויזנט האבן געהאט א ערלעדשי'ס)
מ'מאשירט צוריק און חדר דאס מאל א א ניגון פארוואס? ווער ס'פרעגט אויף מנהגים איז א אפיקרוס
מ'הייבט אן דאווענען מיט א לעבעדיקייט, רבי נעמט ארויס א שאכטל טשאלאד טשיפ'ס (יא די קליינע טשאקלאד טשיפס די פיצי) און רופט אויס ווער ס'דאוונט שיין באקומט איין שטאקלאד טשיפ, ווי אטאמאטיש צום קאמפיאטער קנעפל הייבט זיך די קוויטשעדיגע קולות "תורה צוה לנו משה....
נאכן דאווענען לייגט מען אראפ די סדרה פון די וואך, מיט אלע פארבן, אנהייבנדיג מיט די וועכענטליכע הקדמה פון וועלעעעכע סדרה גייט דעי וואך? אלע קינדער צוזאמען ווואאאאאארררררראאאא....
גאר דראמאטיש שילדערט דער רבי, ווי משה רבינו קומט אריין צו פרעה ווארנט מיטן 2'טן פינגער, "פרעה" (אלע קינדער ווארענען מיט) אז די לאזט נישט ארויס די אידן פון מצרים וועט קומען א מכה וואס הייסט כינים – לייז, ווער קען זאגן? כינים, לייז, די עילוים די שארפע קעפ פון די כתה זאגן שוין ביים ערשטן מאל כינים, לייז,
אוי איז דאס געוועהן א מכה אלע מצרים קראצן זיך א גאנצע טאג, רבי ווערט פארוואנדלט אין א מצרי (א מינוט צוריק איז ער געוועהן משה רבינו איצט איז ער א מצרי) ער נעמט זיך צו קראצן פון אלע זייטן אזש.. ס'קראצט אים עכט, ביז בלוט, און אזוי שילדרעט מען די סדרות, און מ'חזרט די שאלות וואס דארף אהיים גיין שבת צו די עלטערן, "מעג מען אויפוועקן א טאטע אדער א מאאאאמממממעעע???????
אלע קינדער צוזאמען נננננייייייייןןןןןןןן, וויפיל תורה'ס נעמט מען ארויס דעי וואך אין שוווווול? אלע קינדער צוזאמען, צצצצצווווויייייייי (וועלכע קינדערגארטן אינגל קומט שבת צופרו אין שול?......)
יעצט נעמט דער רבי אראפ די באקסעס לעגא'ס 1 באקס, 2 באקס, 3 באקס, גיסט דאס אויס אין סענטער פון חדר אלע קינדער לויפן צו צום בארג לעגא'ס און ס'הייבט זיך אן, מוישי מאכט א תפילין, יענקי מאכט א רעידיא, בערי א הויז, יואלי א קאר מיט א טרעין, יעדער וואס ער זעהט ביים טאטן אינדערהיים, ווען טאטעס זאלן וויסן וואס קינדער פארציילן פונדערהיים קען מען מאכן א באזונדערע טאג בוך "טאטעס אין בליק פון די קינדער".... דא האט דער מלמד זיין צייט צו טון די ארט'ס און קרעפס (א ביאור אויף דעם האמיר נישט דאס איז נישט געוועהן און אונזערע צייטן) די טעיפ ריקארדער שפילט וועלכע טעיפ? אה! ווי דער מלמד פארציילט די מעשה פון די סדרה אזוי ס'זאל אריין קריכן אין קאפ,
ווען מ'דארף קאלארן טייטלט מען אויס די קאלארינג בוקס מיט קרעיאנס און מ'קאלירט (דא איז דער מלמד מגלה סודות פון חדר, אז ביים קאלירן מוז שפילן א טעיפ פון שטאטע מוזיק אדער א שיינע מעשה נישט לעבעדיג ווייל דאן ווערן די קינדער צוהיצט און לעבעדיג אויפן פאפיר מיטן קרעיאן אינאיינעם, (און וואס טו איך יעצט?????)
א ווארט פונעם מלמד'ס דיקשאנערי "מיטשקע בעראטשקע" יענקי! דעס איז נישט שיין געקאלערט דעס איז מיטשקע בעראטשקע...
לאנטש איז ווי פרישטאג רבי טיילט ס'עסן פאר זיך אויך אביסל מיט א שמיסל מיט די קאלעגן נאכאמאל שרייעדיג יא יא איך זעה אלעס... כנ"ל
דאס טוילעט גיין איז א באזונדערע מערכה ואי אפשר להאריך בזה
נאך לאנטש גייט מען שוין באלד אהיים געט מען א חזר איבער די שאלות וועעעעלכע סדרה גייט דעי וואאאאאאך? וכו' וכו'
דא קומט א מערכה פון אנטון קאטס אום ווינטער לויט מיין ידוע נעמט דאס א האלבי שעה ד.מ אנדערהאלבן שעה בעפארן אונקומען אהיים רעכנט דאס נאך.... ווייל בערך 2:30 גייען קינדער ארויס פון זייער חדר און בערך 3:10 קומט אן די באס ביי מיין טיר פון ווי ווייסעך?, ווייל 3:12 קען איך באקומען א קאל אויפן סעל פונעם טראנספארטאציע מיניסטער אז מיין ווייב האט נישט אויף געפיקט מיין יונגל איז משמע אז בערך 3:10 קומט אן דער באס צו מיר אהיים, און דאס אנטון א קאויט פאר א יונגל ווייס איך פון עקספירעניס נעמט בערך 40 ביז 50 סעקונדן ווייל מיינע קינדער'ס קאויט'ס אנטון נעמט בערך אזוי לאנג, איצטערט האלט'ס קאפ א מלמד פון בערך 25 קינדער מוז נעמען 25 מאל 40-50 סעקונדן סך הכל= בערך 25 מינוט דוק ותשכח ותמצא נחת,
בלייבט נאר איבער איין פראגע ווער בינט ארויף די צעטעלעך פון אלע פארטיס-מסיבות- טיי-אווענט'ס וכדומה מיט א נאדל אויף מיין יונגל?
ס'קוקט אויס אז די חדר פארמאגט א מאשין וואס יעדעס קינד גייט דורך און באקומט אזא פאנשט אויפן קאויט מיט א צעטל אנדערשט לייגט זיך נישט אויפן שכל,
צום שלוס: ערנסט גערעדט: ווערט נישט דער קינדערגארטען מלמד ריכטיג געשעצט,
1) ער ארבעט אן א מלמדים שטיבל דהיינו אנדערע מלמדים פון גרעסערע כיתות קענען סיי ווען גיין אין מלמדים שטיבל זיך אויסליפטערן משא"כ א קינדערגארטען רבי איז א פארברעך אויב לאזט ער איבער די קינדער אליין,
2) באקומט ווייניגער געצאלט,
3) האט א נאמען פון א בעבי רבי ווער וויל זיך משדך זיין מיט א בעבי רבי?,
4) אייגענע סיפוק וואס העב איך אויפגעטון היינט אביסל גע'בעבי סיט? אפשר נישט? דאס איז אויך חשוב ווער ווייס?.......
ואידך פרישא זיל גמור

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה