יום שני, 12 באפריל 2010

ווי זענען די שדכנים???? ווי

ווי זענען די שדכנים???

זייער א באקאנטע פראגע וואס אסאך פרעגן, ווי זענען די שדכנים???...,
פארוואס קומען נישט צו קיין נייע שדכנים, און די אלטע שדכנים זענען סתם אזוי עפעס אויף וויקעישאן, אין אמת'ן אריין איז שוין זייער אסאך געשריבן געווארן איבער די טעמע, כמעט יעדע אויסגאבע וואס איך האב נאר אמאל געליינט האט שוין אמאל מייחד געוועהן א וויכטיגן ווינקל וועגן שידוכים און שדכנות, ווי עס זענען געפלויגן בריוו'ן הין און צוריק ווי די שדכנים רעדן זיך אפ אויף די עלטערן, און ווי די עלטערן רייסן גאר אראפ די שדכנים, מיט טענות אהין און אהער, אבער לפי ידיעתי איז דער ענין פון שדכנים נאך נישט געשריבן געווארן דורך שאץ מאץ, מיט זיין פוינט אוו וויאוי....

נא?, שטעלט זיך די פראגע אויף וועלכע זייט גייט זיך אונזער שאץ מאץ שטעלן, אויף די שדכנים'ס זייט אדער די עלטערן'ס זייט, גייט ער בכלל נעמען א שטעלונג?, אדער סתם אדורך טון די סוגיא און לאזן אנדערע מחליט זיין צו ער נעמט א שטעלונג, אויב איר האט ספיקות ביטע האלטן דעם אטעם ביזן סוף ארטיקל אפשר וועט איר אנטשיידן דעם ענפער, אבער דאס איז זיכער אז די טעמע איז א הייסע און א וויכטיגע,
כאטש וואס לויט מיין אינפארמאציע געפינען זיך נישט דא אין קרעטשמע אידן וואס טוען שידוכים מיט די קינדער, איז דאך אבער יעדער קרעטשמע איד א עתיד להיות לעשות שידוכים מיט זיינע קינדער, ממילא וועט ער מוזן אמאל צוקומען צו דעם אישו, און אפי' צו די יונגערע יונגעלייט איז אויך שטארק נוגע די טעמע, ווייל סוף כל סוף זענען זיי די דעה זאגער'ס און די אינפארמעישאן געבער'ס בשעת שידוכים, ממילא רעדט די טעמע פון שידוכים צו יעדן עלטער צוגלייך.

ווען מ'רעדט פון שידוכים ביים היימישן ציבור, מוז מען מקדים זיין אז ביי אונז חסידים איז דער מהלך גאר אנדערשט ווי אין די אנדערע חלק וועלט ווי די ישיבה'ישע ציבור ודומה להם, ביים ישיבה'ישן ציבור זענען די בחורים וואס זוכן די מיידלעך, ממילא דארפן זיך די מיידלעך זיך צושטעלן זיי זאלן געפעלן פארן צד הבחור, משא"כ ביי אונז זוכן די מיידלעך די בחורים ממילא דארף זיך דער צד הבחור צושטעלן צום צד המיידל, ווי כאפט דער חילוק?, דער חילוק ווערט זייער גרויס, ווייל דארטן ווי דער פארלאנג איז, דארט איז די מאנגל, ביי חסידים איז א מאנגל אין גוטע בחורים, ביי ישיבה'ישע איז א מאנגל און גוטע מיידלעך, ס'איז געווארן אזא מצב אז פונקט אזוי ווי ווען א חסיד האט א שטוב מיט בחורים איז ער פאר'צרה'ט און פאר'דאגה'ט, איז א ישיבה'שע משפחה מיט א שטוב מיט מיידלעך א צרה....

דער פראבלעם ווערט אבער ביי אונז נאך גרעסער, ווייל אז די בחורים זענען די וואס ווערן אויסגעקליבן און ס'ווערט דורך דעם א מאנגל פון גוטע בחורים, איז דער פראבלעם נאך מער, ווייל צו זיין א גוטע בחור איז אסאך שווערע'ר ווי צו זיין א גוטע מיידל, וואס דארף דען א מיידל טון צו זיין גוט?, מ'טוט זיך אן גוט, מ'שמייכלט צו יעדן מ'פראבירט זיך צו האלטן דעם גוטן נאמען, קיין גרויסע יצה"ר'ס איז נישטא ביי קיין מיידלעך, איז טאקע דא א גרויסע אויסוואל פון גוטע מיידלעך, (עכ"פ לויטן אפשאצונג),

משא"כ צו זיין א גוטע בחור איז זייער שווער, ער דארף אויפשטיין פארטאג'ס, דאווענען צייטליך, קענען גוט ביים פארהער, לערנען פלייסיג, און האבן גוטע מדות, בכלל איז אסאך לייכטער צו דערקענען א בחור'ס תוכן און א בחור'ס מדות אסאך מער ווי א מיידל, ווייל א בחור זעהט מען אין ביהמ"ד יעדן טאג וויאזוי ער דאווענט, און בשעת'ן דאווענען קען מען דערקענען צו ער איז א ירא שמים, מ'זעהט א בחור אין דארמעטארי צו ער פארטראגט זיך מיט זיינע חברים, מ'זעהט אים צו ער שטופט זיך ווילד אויף די פארענטשעס ביים רבי'נס טיש, דעם בחור'ס אינהאלט איז אסאך מער אויף שאו ווי די מיידל'ס, א מיידל קומט אריין אין איר ארבעט'ס פלאץ שפילט דעם שפיל כאילו זי איז א גוטסקייט, הערשט נאך די חתונה ווערט מען געוואר ווי שטארק זי קען אויפעסן א מאן...., ווי קען מען בכלל וויסן צו זי איז א ערליכע צו נישט, זי קומט נישט אין ביהמ"ד יעדן טאג, זי איז נישט אין דארמעטארי....

ממילא פאר וואס ווען ווי, איז א פראבלעם צו צופאסן שידוכים, ווייל די מיידל די מודברת איז דאך גוט אין די אויגן פון אסאך מענטשן, אבער דער בחור איז דאך נישט אזא גוטער בחור ווייל מ'זעהט זעהט אים כסדר, און דערפאר איז נישטא קיין אויסוואל, ממילא פארט עס נישט, איי ס'איז באמת יא א פּאָר ווייל די מיידל איז דאך באמת נישט בעסער פונעם בחור, זי איז איז דאך נאר בעסער למראות העין, דאס ווייסט מען נישט, און דאס קען מען דאך נישט ארויס זאגן און וויסן קלאר.

הייב מיר שוין אן מיט א לינקע פיס..., דער שדכן איז שוין יעצט מיט די ליסטע אין דער האנט נאך פארן אנטראגן א שידוך פאר מענטשן הונקעדיג, ער דארף די ווייניג גוטע בחורים צושטעלן פאר אסאך גוטע מיידלעך, נו ווער וויל זיין אין א ארבעט וואס איז הונקעדיג, פעלן דאך מענטשן וואס דארפן טון אזא ארבעט, הייבט זיך אן א פראגע צווישן מענטשן, "ווי זענען די שדכנים"???...

רוב עלטערן קענען באמת נישט זייערע קינדער, אפי' עלטערן וואס זענען געטריי און גיבן זיך אפ און זענען מחנך די קינדער מיט יגיעה און לייגן אריין אסאך צייט אין זייערע קינדער, און זענען ביי די מיינונג אז זיי קענען זייערע קינדער, דאך קענען זיי נישט וויסן וואס פאר א נאמען זייערע קינדער טראגן אין די גאס און וויאזוי מענטשן שאצן אפ זייערע קינדער, יעצט ווען עלטערן באשליסן אז ס'איז צייט צו טון א שידוך און מ'הייבט אם צו רעדן צום שדכן (די פאר געציילטע שדכנים וואס זענען יא אין דינסט, ווייל אונזער קעפל איז דאך ווי זענען די שדכנים?...), ווייסן די עלטערן באמת נישט וואס מ'וויל און וואס מ'זיכט, מ'מיינט אז דאס קינד איז אין סטעידש נומ. 8 און דעריבער שאצט מען אפ אז מ'דארף אזא און אזא שידוך, דער שדכן הערט אויס און לייגט זיך אריין דערון, פרעגט אינפארמאציע ביי מגי"ש ביי באקאנטע, באקומט א קלארן בילד פון דעם מדובר אז ער איז נישט סטעידש נומ. 8 נאר ער איז סטעידש נומ. 6,
יעצט זאל דער שדכן צוריק גיין זאגן פארן טאטן אנטשולדיגט דיין זון / טאכטער איז נישט אזוי ווי די זאגסט נאר זיי מוחל ציפ אראפ אביסל פון זיין קרוין, ווערן דאך די עלטערן באליידיגט, זיי הייבן אן צו טענה'ן דער שדכן איז א חי' א אום מענטש, ער זאגט מיר אז מיין יואל'י איז א עוורידש בחור און נישט קיין ספעשל בחור, נאר ווייל ער וויל אויספירן עפעס א שידוך און פאר זיין איגאו מאכט ער אוועק מיין יואלי, דא ווערט שוין דער שדכן הונקעדיג אויף ביידע פיס.

ווידער האט דער שדכן א עצה, ער זאגט נישט צוריק פארן טאטן אז זיין יואלי איז עוורידש, ער טראגט נאר אן א מיידל בת פלוני, ווייל לויט די אפשאצונג פונעם שדכן'ס אינפארמעישאן איז בת פלוני זייער פאסיג, די עלטערן ווי זיי הערן אז מ'טראגט אן אזא נאמען ווערן זיי באליידיגט אויפן שדכן אזעלכע גארביטש טראגט מען "מיך" אן, און מ'ווערט ברוגז אויפן שדכן, יעצט זאל זיך דער שדכן צוקריגן מיט זיינע גוטע פריינד?, גייט ער וואס שנעלער ארויס פון שדכנות ליין, און די פראגע פונעם קעפל ווערט גרעסער "ווי זענען די שדכנים"???.....

די זמן וואס א איד הייבט אן צו טון שידוכים מיט זיינע קינדער איז זייער סענסעטיוו, ער האט געהאלטן ביז די 39 יאר, אז מענטשן קוקן אים אן אלץ מכובד מדריגה נומ. 55, אבער ווי נאר ער זעהט ווער ס'וויל אים יא און ווער ס'וויל אין נישט, זעהט ער קלאר וויאזוי מענטשן קוקן אים אן, און ער איז גארנישט במדריגה מכובד נומ. 55 נאר קוים נומ. 40, ווערט ער אטאמאטיש צובראכן און סענסעטיוו, דעריבער וועט א מענטש טון אלעס אויף די וועלט אז די ערשטע פאר קינדער זאל ער טון גוטע שידוכים און אזוי באקומען א בילד פאר א איש מכובד, וואס דאס מיינט מכובד אויף ווייטער אגאנץ לעבן, און ווען א מענטש איז סענסעטיוו טוט ער פעולות וואס איז ארויס פון א גראדן ליין..., דערפאר זעהט מען מענטשן אין שול טוען פארשידענע זאכן וואס איז נישט צום פארשטיין, אבער ווען מ'זאל צולייגן אביסל דעת אז יענער איז אין די שידוכים סטעידש וועט מען אלעס פארשטיין.

דאס מוז מען וויסן אז ווען א איד דארף א שידוך טון, איז ער נישט אנדערשט פון א עני העומד בפתח, מיט א אויסגעשטרעקטע האנט וואס בעט זיך ברחמים גיב מיר א נתינה איך בין א גרויסע נצרך, אקארט די זעלבע איז א איד וואס דארף טון א שידוך, ער שטייט מיט אויסגעשטערקטע הענט און רופט אויס טייערע אידן רחמנים בני רחמנים טוט'ס מיר א טובה האט'ס רחמנות אויף מיר און נעם מיין קינד פאר א שידוך, נישט קיין חילוק צו ער האט געלט, צו זיינע קינדער זענען געלונגען, צו זיינע קינדער זענען שיין און געראטן און פיקט אפ, ער מוז אלץ אנקומען צו יענע'ס טובה, אז יענער זאל אים געבן דעם "יא" איך וויל נעמען דיין קינד פאר א איידעם / שנור, און אויב מוז מען אנקומען צו יענע'מס טובה ביסטו א נצרך....

און אז די ביסט א נצרך, איז יושר דו זאלסט זיך אויפירן ווי א נצרך.... (ס'טוט וויי?.... וואשע זאל מען טון צער גידול בנים....)
ביסט א נצרך אז דער שדכן זאל דיר אנטראגן א שידוך,
ביסט א נצרך אז די אנדערע צד זאל געבן זייער הסכמה,
ביסט א נצרך אז מענטשן זאלן געבן גוטע אינפארמעשאן,
און אויב ביסטו א נצרך אז דער שדכן זאל דיר אנטראגן א שידוך דארפסטו האבן דרך ארץ פארן שדכן, פונקט ווי דער עני האט דרך ארץ פארן עושר וואס שרייבט טשעק'ס פאר צדקה...., ס'איז קיין שום קונץ צו שרייען אויף א שדכן, נישט אזוי ארבעט ער בעסער פאר דיר.

ווען א שדכן רופט אן א מחותן (עתיד להיות מחותן) אנטראגן א שידוך, הייבט דער טאטע אן גלייך מיט זיינע קשיות, ווער ביסטו?, וויפיל שידוכים האסטו שוין אויסגעפירט אין דיין לעבן, ווער איז דיין טאטע, ווי אלט ביסטו, וועמענ'ס איידעס ביסטו, האסט נאך א פרנסה אין דער זייט, הייסט דאס דו הייבטס יעצט אן....., איך קען עפעס אזוי לאזן מיינע קינדער'ס שידוכים זאלן געפירט ווערן מיט אזא קליינע שנוק...., טייערע טאטע!!! א יוד טוט דיר א טובה און טראגט דיר אן א שידוך, צו וואס ווארספטו זיך ארום מיט אים, ביסטו דאך א נצרך, הער אויס וואס ער זאגט, גיב אים א געלעגנהייט צו טון זיין ארבעט אפשר טויג ער יא, אפשר איז ער א גוטע שלוח, יעדע לאנג יעריגע שדכן האט דאך אמאל אנגעפאנגען,
יעצט אז דער נייער שדכן באקומט אזא קבלת פנים, לייגט ער אראפ דעם טעלעפאן און הייבט אים נישט אויף אזוי שנעל, ווערט דער קעפל - קושיא צוריק בתוקפו "ווי זענען די שדכנים"???.....

ווען א איד האט געטון א שידוך מיט 30 יאר צוריק, וויפיל האט מען באצאלט פארן שדכן?, איר ווייסט וויפיל?, 1000$, וויפיל באצאלט מען היינט 30 יאר שפעטער, איר ווייסט וויפיל?, 1000$, שכר השדכנות איז נישט ארויף געגאנגען צוזאמען מיט די רענט, גראסערי, געז, לעקטער, טעלעפאן, אויסער דעם וואס ס'איז קלאר אז פאר 30 יאר צוריק איז גרינגער געוועהן צו טון שידוכים (ווי מיר וועלן נאך ברייטער שמועסן וועגן דעם) ווי היינט, און באצאלן צאלט מען די זעלבע פאר די שווערע ארבעט ווי פאר די גרינגע מיט די זעלבע 1000$, נו, צוריק צום קעפל (אלע אינאיינעם הויעך אויפן קול) "ווי זענען די שדכנים"???....

צוריק צו פריער אז ווען א איד הייבט אן צו רעדן וועגן שידוכים פון זיין קינד ווייסט ער נאכנישט וואס ער זיכט, אויב לאזט ער זיך רעדן, וועט אים דער שדכן זאגן וואס איז טאקע פאסיג פאר אים און פאר זיין קינד, (מ'רעדט דא פון ערנסטע שדכנים וואס מיינען לתועלת הענין צוזאמען צו פארן א חתן מיט א כלה וואס זענען פאסיג איינער צום צווייטן, נישט פון דעי שדכנים וואס זיכן צוזאמען צו שטעלן 2 באמבע נעמען אויפן לוח המודעות צעטל...) דער שדכן האט א עבודה רבה אויפצוקלערן דעם טאטן /מאמען, אז דער שידוך איז טאקע פאסיג פאר זייער קינד, איר ווייסט וויפיל מוח וואשונג קאסט???, איר ווייסט וויפיל מ'וואלט באצאלט אין די וועלט פאר אזא איינעם וואס קען איבער מאכן יענע'מס מוח?, נישט 1000$, נאר אפאר הונדערט טאלער א שעה....,

ענדליך דער שדכן האט קאנווינסט די עלטערן צו גיין א שטאפל ווייטער, מאכט זיך א צווייטע שדכן קומט אן און איז בכוח אריין צו טאנצן אינדערמיט און נעמט איבער דעם שידוך צום צווייטן פאזע, און פירט אים ביזן סוף, מ'באצאלט אים פול פרייז ווייל ער האט אויסגעפירט דעם שידוך, אבער דאך ווילן די מחותנים זיין מענטשן מ'דערמאנט זיך פונעם ערשטן שדכן מ'ווארפט אים אריין 2 הונדערט טאלער און מ'איז צופרידן, יעצט לאמיר טראכטן איין מינוט, וויאזוי דארף זיך דער ערשטע שדכן פילן?, פילט ער נישט ווי צוויי סענט?, איך בין געוועהן דער וואס האט האט יענע'ס מוח אויסגעוואשן זאל מסכים זיין צו דעם שידוך און דאס באצאלט מען מיר פאר חדשים ארבעט, נאך אזא מעשה באקומט ער אפעטיט צו ארבעטן ווייטער? צו נישט, יעצט ווער וויל מיטשרייען מיט מיר...., "ווי זענען די שדכנים"???....

אז מ'רעדט שוין וועגן דעם פראבלעם פון אויסכאפן שידוכים, דארף דערמאנט ווערן לגנאי די שדכנים וואס האבן אזא מנהג אז זיי קומען אן מיט א ליסטע, איינער וואס קען אביסל די שידוכים ליין ווייסט שוין בדרך כלל וועלכע משפחות גייט צו וועלכע, ממילא קומט דער שדכן נומבער איינס צום אבי הנערה, און ברענגט אים א ליסטע פון 10 בחורים, ער זאל זיך גיין נאכפרעגן אויף אלע 10 און לייגט זיך שלאפן, אבער ווען שדכן נומבער צוויי לייגט זיך אריין אין א שידוך וואס איז געוועהן איינע פון די 10 אויסגערכנטע ביי שדכן נומ. 1, און פירט דאס צו א שטאפל ווייטער, שפרינגט אריין שדכן נומ. 1 מיט א טענה איך האב דאס אנגעטראגן צום ערשט דערפאר מוז איך דאס ענדיגן און מאכן דאס געלט, אפגערעדט אז ס'איז נישט ריכטיג ס'איז א ענין פון עני המהפך בחררה, איז דאך משמע פון אזא מעשה אז מ'רעדט פון אפאר שדכנים, אויב אזוי איז שווער א מורא'דיגע קושיא, דו הייבסט אן צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין שדכנים, דא ברענגסטו מיר א גאנצע מעשה איין שדכן כאפט צו פונעם צווייטן, ס'טוט זיך א געכאפעכטס, ס'איז דא שדכנים פון וועמען צו כאפן וואס גייט דא פאר, אלא מאי (א דריי מיטן פינגער) דאס גופא איז דער פראבלעם, ווייל דער שדכן נומ. 2 וואס פון אים כאפט מען ארויס דעם שידוך ער ריקט זיך אין דער זייט, און צוביסלעך געט ער אויף, ווייל אז מ'כאפט שטייט ער אין דער זייט, ווערן דאך די שדכנים ווייניגער, ממילא איז שוין פארענפערט די הארבע קושיא וואס דער קעפל האט געפרעגט....., (נו? ווער ווייסט?....) "ווי זענען די שדכנים"???..., (דאס זאגט מען שוין בנוחתא אבער עכט איז עס א קושיא....)

די שידוכים סטעדש איז זייער אינטרעסאנט און ס'איז גאר קורץ, עס הייבט זיך אן ביי די 18 מיט אפאר חדשים און עס ענדיגט זיך ביי ניינצן און דריי פערטל, דאס מיינט אז ווען א טאטע צעגערט אביסל ער טראכט און באטראכט נאך און צווייפלט אביסל וועגן דעם שידוך, גייט ער אראפ פון טיש, ס'ווערט א פלעק, ווייל מענשטן הייבן שוין אן צו פרעגן וואס גייט פאר מיט דעם בחור צו וואס איז ער געווארן עלטער? אלא מאי ס'איז נישט גוט..., (ממש אזוי גייען די השערה'ס אויף מענטשן...) און ווי נאר דער בחור ווערט כמעט 20, גייט ער אראפ פון טיש די שדכנים הערן אויף צו רופן, דא ווערן שוין די עלטערן נערוועז און מ'טוט געאיילטע שריט, איין שריט איז צו רופן דעם שדכן און זאגן בזה"ל אז דו טרעפסט מיר א שידוך קריגסטו 5 אלפים, נו פאר פינעף אלפים לוינט זיך צו ארבעטן, דער שדכן ארבעט אויף קעס און אויף כלים ביז ער טרעפט א שידוך, און עכ"ז קען ער נישט טרעפן דאס בעסטע ווייל דער בחור איז שוין אביסל אלט (ווי אלט? וואס הייסט?, כמעט 20....)

ווידער איז דא א שריט וואס עלטערן טוען געאיילט, אז מ'כאפט פון וואס ס'איז דא יעצט אויפן טיש, מ'ווערט נערוועז אז דער בחור וועט בלייבן פארזעסן, געט מען א מאך א סך הכל ווער איז יעצט דא אויפן טיש, איני מיני אַה בַּא בָּא און מ'מאכט דעם ערשטן שידוך אין איילעניש אן גוט אדורך טראכט מיט שכל צו איז דאס א שידוך וואס קען אנהאלטן ביז די 120 יאר, וואס די קאנסעקווענסן זענען זייער נישט גוט, יעצט זאל אני הקטן שאץ מאץ גיין פאריכטן די וועלט, ניין, אבער דאס זענען די טריקענע פאקטן וואס דער מצב איז, ממילא ווערן די שדכנים צוריסן, פון איין זייט וויל ער טון די געהעריגע שידוכים משדך זיין די 18 אהאלב יעריגע, פון די אנדערע זייט האט ער די נערוועזע עלטערן וואס זאגן אים צו 5 אלפים און הלכה בידוע בישראל אז געלט רעדט, ווערט ער צוריסן אין צווייען, נו ווער וויל דען א צוריסענע פרנסה, דעריבער פרעגן די צורייסער'ס צוריסענערהייט "ווי זענען די שדכנים"???...

ס'איז זייער אינטרעסאנט די ירידת הדורות (מ'רעדט נישטא קיין שובבים תורות פון ירידת הדורות אין פרצות און רוחניות מ'רעדט פשוט פון דער ירידה אין עניני שידוכים) לאמיר נעמען אזא יוד ווי ר' שמחה (יעדער קען אים דא?, ר' שמחה פון בתוככי קרעטשמע, כ'האב אים נישט געפרעגט רשות צו איך מעג רעדן פון אים אבער איך גלייב אז לתועלת הענין וועט ער מיך לאזן ניצן זיין נאמען פאר א משל) למשל לאמיר אנעמען אז אונזער ר' שמחה איז שוין 63 יאר זיינע קינדער טוען שוין שידוכים מיט זיינע קינדער (ר' שמחה!!! ס'איז נאר א משל....) יעצט לאמיר זעהן וויאזוי איז ער אליין א חתן געווארן, וויאזוי איז צוגעגאנגען די שידוכים פון זיינע קינדער, און וויאזוי טוען זיינע קינדער שידוכים.

אין די כ' יארן האבן די מלחמה אידן געטון שידוכים, ר' יעקב פון מישקאלץ מיט ר' בערל פון בערעגסאז האבן געטון א שידוך, דער ר' יעקב האט נישט געוויסט די היסטאריע פון ר' בערל ווארום ער קומען פון מישאלץ און ער קומט פון בערעגסאז, און ביידע צדדים האבן נישט געהאט קיין צוריקהאלט פון טון דעם שידוך, און דער חתונה איז פארגעקומען אין גרענד פערעדייס (אנע זיידעס נעבאך) די מחותנים זענען געוועהן מלא שמחה נאך אזא מלחמה צו זעהן א נייע דור וכו' וכו', (דא לאז איך שוין די בדחנים רעדן פון די הרגישים....) בערך אזוי האט ר' שמחה זעלבסט חתונה געהאט.

דער דור ריקט זיך ר' שמחה איז ב"ה זוכה צו א שיינע משפחה, זיינע אייגענע קינדער וואקסן אונטער, מ'שטייט שוין אין שידוכים, מ'לאזט זיך ארויס אויפן מארק, אבער דא ווערט שוין די מעשה אביסל שווערער, מ'טראגט אים אן שידוכים פון מענטשן בערך פון זיין עלטער, די וואס זענען די ערשטע דורות געבוירן נאך די מלחמה, אט דעם ציבור קען ר' שמחה פון יונגווייז, ער ווייסט פונקטליך דער האט געלערנט אין בית התלמוד און דער האט געלערנט אין צעהלים, דער האט געהאט שווערע צייטן אלץ יונגערמאן, דער האט געהאט א האלד אפ אין געשעפט, ביקצור מ'קען זיך פון יונגערהייט, אנדערשט ווי זיין אייגענע שווער און טאטע וואס האבן זיך בלויז באקענט דאהי נאך די מלחמה, נישט וויסנדיג זייער בעקראונד, און אז מ'קען זיך גוט ווערט שוין אביסל שווערע'ר דעם רצון זיך משדך צו זיין מיט יענעם ווייל מ'ווייסט דאך אלע חסרונות...., אבער דאך מאכט מען די ריכטיגע החלטות און מ'טוט שידוכים מיט די קינדער, אבער לעומת זה זענען די זיידעס אינגאנצן נישט קיין מדובר, עלטערע אידן פון מישקאלץ און פון בערגסאז זענען בכלל נישט קיין רעדע אדער עיקובים ביים שידוך, און אזוי לויפן די יארן מ'ווערט פארוואנדלט פון א טאטע צו א זיידע, און א גוטע שעה.

דער נייע דור דאס איז שוין דער דריטער דור, די קינדער פון ר' שמחה הייבן אן יעצט אין אונזער תקופה צו טון שידוכים, ר' שמחה אליין ער איז זיך שוין נישט צופיל מטפל מיט די ענינים ווייל דאס זענען שוין די אייניקלעך, אבער גאר אסאך מאל פרעגן די קינדער זיין חוות דעת איבער משפחות און שידוכים, דא קומט אבער צו נאך אסאך מער ידיעות, ווייל ווען ר' שמחה אליין האט געטון שידוכים מיט זיינע קינדער, האט ער נאר געהאט א פראבלעם מיט די מחותנים וועמען ער האט געקענט אינגערהייט, אבער מיט די זיידעס האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם ווי געשמיסט זענען די אידן פון מישקאלץ און פון בערעגסאז נישט קיין עיקוב , אבער זיינע קינדער האבן שוין יא א פראבלעם מיט די זיידעס, אויסער דעם וואס זיי האבן דעם פראבלעם אז מ'קען די מחותנים פון זייער עידש, קען ער דאך די נייע זיידעס די 65 יעריגע וואס זענען די יעצטיגע זיידעס, מ'קען דאך יענד'נס היסטאריע, און אז מ'קען זיך צו גוט ברענגט דאס צו וויסן יעדנס חסרונות, וואס איז א שטארקע עיקוב צו טון שידוכים, ס'איז היינט א נארמאלע זאך א טאטע זאל זאגן אז דער חתן געפעלט מיר דער טאטע אויך אבער דער זיידעס ער איז דאך א שטיקל פויער ער מאכט מיר קידוש פארן ליינען יעדע וואך שבת..., צו אפי' דער זיידע איז א ערליכע וויל נישט דער ווייב ווייל זי קען דעם באב'ן פון קליידער געשעפט....

אויב דאס איז נישט גענוג איז געשעהן אין אונזערע צייטן עטליכע טיילונגען אינערהאלב די חסידות'ער, לאמיר זיין אויפריכטיג אין סיי וועלכע חסידות וואס האט זיך אפגעטיילט וויל נישט איין האלב זיך משדך זיין מיטן צווייטן האלב, לאמיר געבן א משל (רבותי נעמט'ס עס נישט פערסענאל ס'איז נאר א משל...) דער נאנאש'ער חסידות באשטייט פון 4 טויזנט מעמבער'ס, ס'איז נעבאך געשעהן א טיילונג צווישן צוויי קינדער, (מדין תורה אנע קאורט) איינער נעמט 60 פראצענט און איינער נעמט 40 פראצענט, דער זון וואס האט 60 פראצענט האט גענומען דעם נאמען נאנאש (ער האט דאך רוב) דער אנדערע זון וואס האט נאר 40 פראצענט, ער האט צוגעגעבן א נאמען און הייסט הודו-נאנאש, סך הכל האט דער נאנשער זון איבער 2 טויזנט מעמבער'ס, און דער הודו-נאנאשער זון האט אביסל ווייניגער ווי 2 טויזנט מעמבער'ס.

פארשטייט יעדער אז נאך אזא טיילונג ווערט א שטיקל קריזיס אין די שידוכים פעלד, ווייל אמאל זענען געוועהן 4 טויזנט משפחות וואס דאס האט געמיינט א גוטע פאר הונדערט משפחות פון יעדן קאטעגאריע, אפאר הונדערט פון די גאר פרומע, אפאר הונדערט פון די מעסיגע, אפאר הונדערט פון די בעת בתי'שע או מער בעסערע, אבער נאכן טיילונג און פון אפאר הונדערט פון יעדן קאטעגאריע געווארן צוטיילט אויף העלפט, ווערט דאך די אויסוואל קלענער, קומט נאך צו א פראבלעם אז אויב דער ציבור ווערט קלענער קען מען זיך נאך בעסער ווי פריער פארן טיילונג מ'איז דאך מער נאנט איינער צום צווייטן, וויל נאכן ריס אינעם חסידות איז די גאנצע קהילה מער פאראייניגט, און אז מ'איז צו נאנט וויל מען זיך נישט משדך זיין ווייל מ'קען זיך צו גוט, און מ'קען אלע חסרונות.

וועלן דאך זיין קלוגע מענטשן וואס זאגן איך וויל בלייבן נוטראל, איך וועל נישט נעמען קיין צד, אזוי וועל איך קענען גרינג שידוכים טון, איך וועל קענען נעמען פון דעי צד און פון דעי צד, איז אבער די מעשה פונקט פארקערט, ווייל דער נוטראלע מענטש קען נאר נעמען א מעסיגע מענטש, א נוטראלע מענטש קען נישט נעמען אן עקסטרעמע נאנאש'ער חסיד, און קען נישט נעמען קיין עקסטרעמע הודו-נאנאש'ער חסיד, ווייל אז ער איז נוטראל וויל ער נישט זיינע קינדער זאלן ווערן עקסטרעם, און האבן צוויי איידעמער איינער עקסטרעם אהער און איינער עקסטרעם אהין, מ'וועט זיך דאך רייסן שבת איבער זיין טיש..., זאל ער נעמען נאר א מעסיגע איז דאך זיכער נאר דא א קליינע אויסוואל, רוב עולם האט דאך א מיינונג.

השתא דאתינא להכא, אז ס'ווערט א פראבלעם וועגן די טיילונג אין די הויפן, שטעלט זיך א פראגע ווי שטייט איין דער שדכן אליין?, ער איז מער פארן נאנאש'ער אדער פארן הודו-נאנאש'ער?..., אויב דאווענט ער ביים נאנאש'ער וועט דאך דער הודו נאנאשער נישט וועלן ער זאל אים אנטראגן שידוכים ווייל ער מיינט דאך נישט ריכטיג זיין אינטרעס, ער איז דאך פון די אנדערע, פון די שקצים, ציט ער איין דעם פאסיק פארן שדכן, ווערט דאך דער שדכן אויסגעמאגערט, הייבט זיך אן צו מומרלען א טענה "ווי זענען די שדכנים"???....

אמאל זענען פארהאן שדכנים וואס ווייסן באמת נישט וואס זיי טוען, מ'האקט צוזאם טויט מיט רויט, און ס'ווערט א שידוך, אין פאקט אז די עלטערע שדכנים ווערן ממש קראנק ווען זיי זעהן צו די נייע שידוכים, ס'נעמט זיי טעג זיך צו בארואיגן אז יענקל פון מאנסי האט זיך משדך געוועהן מיט קליין פון קלעמענטי, ס'איז דאך ממש א הימל געשריי, עד כדי כך אז זיי שפירן אז זיי קענען נישט עקזעסטירן אינעם שדכנות פעלד, אויב קען געשעהן אזעלכע שידוכים פארגייט זיי דעם אפעטיט, וואס געשעהט די נייע שדכנים זענען דאך אום ערפארן, און די אלטע שדכנים זיצן מיט א פארגאנגענעם אפעטיט, דא פרעגן שוין די שדכנים אליין אונזער קעפל, "ווי זענען די שדכנים"???....

די עלטערע שדכנים באשולדיגן די נייע אומערפארענע שדכנים, אז זיי זענען שולדיג אין די מצב פון סעפערעישאן'ס ל"ע צווישן אונזער ציבור, ווייל זיי האבן מתחילה אן נישט געטארט צוזאמען שטעלן אזא שידוך, אפגערעדט אז אויב חלילה ס'געשעהט אזא אומגליק אז א פאר פאלק צושייד זיך ל"ע, איז די ערשטע אדרעס צו באשולדיגן איז דער שדכן, מיט די טענה דו האסט אונז פאר'נער'ט, האסט אונז פארקויפט ליגנט, יעצט שטעלט זיך ארויס דעם בילד, וואס פאר א סחורה ער / זי איז, זייער אסאך מאל נעמט דאס דער שדכן פערזענדליך, נאך א פסק פון א אנגעווייטאגטע מחותן אז ער איז שולדיג אויף יענעמס גט, וויל ער אפי' נישט אויפהייבן א טעלעפאן צו גיין ווייטער מיט זיין סדר היום, פרעגט מען שוין מיט א פשטות און צובראכנקייט "ווי זענען די שדכנים"???....,

איר ווייסט ווי זיי זענען? אונטער די באנק צוקוועטשט, אנשטאט די עלטערן זאלן זיך אליין באשולדיגן איבער זייער חינוך וויאזוי זיי האבן נישט אויסגעריסן די שלעכטע מדות פון זייער קינד, צו זיך אליין באשלודיגן פארוואס זיי האבן זיך אריין געשטעקט דעם נאז, אדער געהעצט די קינדער איינער קעגן צווייטן, באשולדיגט מען גאר דעם שדכן.

אבער אליבא דאמת איז צומאל דער שדכן טאקע שולדיג, צומאל האט ער פאהוילן פאקטן וואס קען ווען ראטעווען די גאנצע זאך, צומאל האט ער אפי' נישט צוגעלייגט קאפ אז דאס איז קיין פּאָר נישט, אין הכי נמי די משפחות מעטשן זייער שיין אויפן פאפיר, אבער דער חתן אליין האלט דאך נישט דערביי ביי וואס די כלה איז דערביי, אזויפיל שטעלט ער נישט צוזאמען איינס מיט איינס און ס'געשעהט נעבאך וואס ס'געשעהט.


און אזוי קען מען נאך מער מאריך זיין נאר דער פייל האלט שוין ביי איבער 22 טויזנט קערעקטער'ס וועל מיר בלייבן דא....
און יעצט לאמיר הערן פו ענק,

"ווי זענען די שדכנים"?????......


-----------------
ברוב שיר ושבח, זעה איך מיט שאציגע אויגן אז מיין שדכנים ארטיקל האט געמאכט העדליינס, און גאר אסאך ליינער
זענען אריין געקומען כאפן א בליק און עס איז אויך געוועהן די טעמע ביי אסאך מענטשן וואס האבן דאס באקומען צו די האנט, וואס פון דעם האב איך פארשטאנען אז די נחיצות הענין איז זייער גרויס.

אבער ווי געשמיסט האב איך נישט גענומען קיין שטעלונג און קיין מיינונג, נאר בלויז ארויס געברענגט די פשוט'ע פאקטן וואס דער מצב איז ביים היימישן ציבור בעניני שידוכים, כאטש וואס א חבר האט מיר מגלה אין אישית (ווער איז דער מעמבער דא אין אויך א שדכן?...., נו!!! גילו......) ער זאגט אז ער איז א שדכן אין ער האלט אז איך האב צו ווייניג געשריבן איבער די פאקט אז עלטערן שעצן נישט און גיבן דעם פילינג פאר שדכן כאילו זיי דארפן נישט דעם שדכן'ס טובה, און לפי דעתו האב איך נישט גענוג אראפ געריסן די עלטערן דערפאר, אבער ווי געזאגט האב איך נישט גענומען קיין שטעלונג און מיינונג נאר געזאגט פאקטן.

וואס איז יא מיין פערזענדליכע מיינונג (איינער איז דען נייגעריג אין מיין מיינונג?.... אבער אז די ליינסט מיך אפ יעצט מסתמא ביסטו יא נייגעריג) די מעשה איז אזוי, קיינער וויל נישט ארבעטן אימזיסט, מן הדין וואלט געדארפט זיין אז יעדער איד וואס האט א קינד אין די יארן, זאל אנרופן א שדכן און באשטעלן דעם שדכן זאל ארבעטן פאר אים, און געבן איינגאבע אפאר הונדערט דאללאר, און צוזאגן אז די איבריגע וועט נאכקומען ווען מ'וועט אויספירן און ענדיגן א שידוך, ער וועט אפי' באקומען א רעסיט פונעם שדכן.

דאס וועט העלפן פאר זייער אסאך אופנים,
ראשית, דער דרך הטבע איז ווען א מענטש קויפט עפעס וועט ער ליב האבן וואס ער קויפט און וועט אייביג פראבירן צו פארענפערן אז דאס וואס ער האט געקויפט איז גוט, ממילא אז ער האט אויסגעקליבן א שדכן וואס ער איז גרייט יענעם צו באצאלן וועט ער מוזן האלטן אז דער שדכן איז גוט און מיינט זיין טובה, וועט ער אים נישט אראפקוקן און נישט אוועק מאכן, און נישט געבן דעם געפיל אז איך דארף נישט זיינע טובות.

שנית, די שדכנים וועלן נישט אויסכאפן שידוכים, ווייל יעדער האט דאך א שדכן וועמען ער באצאלט געלט וואס זאל ארבעטן פאר אים.

שלישית, דער שדכן וועט באמת ארבעטן געטריי, ווייל ער האט שוין באקומען איינגאבע, און ער שפירט אז דער טאטע מיינט עס ערנסט.

רביעית, אז מ'צאלט איינגאבע איז יעדער שמויגער א מחותן, וועלן זיך פארמערן שדכנים פשוט נאר פאר די איינגאבע'ס, און אז ס'איז דא שדכנים איז דא שידוכים...., וועט מען שוין נישט מוזן פרעגן די הארבע שאלה "ווי זענען די שדכנים?....", איר ווייסט ווי זענען זענען?, די גאנצע פאליש איז פול מיט זיי....

חמישית, די פראבלעם אז שדכנים ארבעטן ענדערשט פאר די צוגעזאגטע פינעף אלפים וועט נישט זיין, ווייל אז מ'האט א איינגאבע פילט דער שדכן א חוב צו ארבעטן פאר דעם וואס האט איינגעצאלט, אסאך מער ווי צו ארבעטן פאר הבטחות.

שישית, עלטערן וועלן מער נישט באשולדיגן די שדכנים איבער א געטראפענעם פעלער ביים משודך, ווייל אז מ'האט אויסגעקליבן דעם שדכן פאר געלט האט מען דאך נישט קיין טענות, (א חזן וואס האט אויסגעלערנט חזנים צו דאווענען פלעגט זאגן די ערשטע כלל אין חזנות איז צו בעטן געלט, ווייל אין א שול ווי מ'צאלט פאר א חזן וועט דער עולם נישט האבן קיין טענות נאר פארקערט מ'וועט געבן סופארט פאר א זאך וואס מ'צאלט, דאס איז א כלל אין יעדע זאך בדוק ומנוסה),
שישית מיט ראשית זענען דומה אבער נישט אינגאנצן...

שביעית, די פראבלעם וואס די שדכנים טענה'ן אז מ'צאלט צו ווייניג און די פרייז איז נאך ווי פאר 30 יאר, וועט אויך זיין געלעזט ווייל אפי' די פרייז בלייבט די זעלבע ווי אמאל, קומט דאך אבער צו די געלט פון די איינגאבע וואס מ'לייגט אויס פון פריער.

שמינית, ס'זאל נאר מיין מיינונג יעדער מעג מחולק זיין.

תשיעית, די יעצטיגע תגובה מיט די אויבדערמאנטע ארטיקל אביער שדכנים האלט שוין ביי 25,400 קערקעטערס....

עשירית..... מיט א שׁין ימנית מיינט רייך....

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה