א זינגער פון א חתונה האט אויך א סדר היום
טאקע? כ'האב אלץ געמיינט אז די גרינגסטע ארבעט צווישן אידן איז זינגען, כ'פארשטיי מ'דארף קענען, מ'דארף האבן א שטומע, אבער סדר היום?..... ווי קומט איינס צום צווייטן....
יא, דער זינגער ביי חתונה האט אויך וואס צו טון, ער קומט טאקע אן צו די חתונה אנפאנג סעודה, מיטן טעשל אינדערהאנט אינהאלט די כלי מכשירים, מיט פיינע פרישע אויסגעביגלטע בעקעלעך, נעמט די מייק אינדערהאנט און זינגט, מיינט איר אז דאס איז בלויז זינגען אין א מייק טראלאלא לייליי?, ניין, עס איז דא אונטער דעם גאנץ אנדערע זאכן, וואס נישט אלע ווייסן.
ר' מיכאל שניצלער פלעגט זאגן א ווערטל, ווען מ'פלעגט אים פרעגן א פרייז, וויפיל ס'קאסט א חתונה, און ער פלעגט ענפערן 1000 דאללאר, (בימים ההם), דער רופער פרעגט, וואס? טויזענט דאללאר?, אזויפיל?, פלעגט ער ענפערן, וואס זאל דיר טון, 950$ קאסט עס מיר....., אמת, ס'איז א ווערטל, אבער ס'איז א גרויסע אמת אויך.
ראשית דבר, א שטומע זאל זיך האלטן פריש, דארף מען זיין אויסגערוהט, ס'איז נישט מיין אייגענע חידוש, אזוי שטייט בפי' אין רמ"א הל' יו"כ סי' תרי"ט, (גלייבט'ס מיר נישט, קוק'טס עס אליין נאך), אז א בעל תפלה וואס דאוונט יו"כ פארן עמוד, זאל נישט אויפזיין יו"כ ביינאכט, ווייל אז מ'איז מיד, ארבעט נישט די שטומע, און מ'ווערט הייזעריק.
איז אפשר לאמיר שאפן א דשאב פאר אונזער זינגער במשך אגאנצן טאג, און ביינאכט זאל ער האבן א סייד דשאב –זינגען, עולם רבותי! ס'ארבעט נישט, א שטומע גייט נישט, און פארט נישט, און גליטש נישט, נאר אויסגערוהטערהייט, בלייב מיר ביי די החלטה, אז דער זינגער קען נישט ארבעטן א פול טיים דשאב בייטאג, און אויך אויפזיין ביינאכט און זינגען ביז 1-12 אזייגער, דאס זינגען אליין, קען זיין נאר זיין די איינציגע פרנסה, (חוץ געווינען די לאטערי).
יעצט לאמיר צוגיין צום עצם ארבעט און סדר היום פונעם זינגער, א זינגער דארף קענען אלע ניגונים, אויב ער קען נישט דעם.... דיגי דיגי דיגי בירי בירי באם באם באם משיח, וואס איז 15 מינוט צוריק ארויס געקומען, פון א זינגער, לאמיר געבן א נאמען, שמאי קהתי פון רחובות, איז ער נישט גענוג אפטודעיט, די בחורים רעדן שוין מארגן ביי פרישטאג - לאנטש, אז דער זינגער פון נעכטן הונקעט עפעס אונטער, ער פלעגט אמאל זיין בעסער, וואס הייסט דאס ער קען נישט דעם נייעם דיגי דיגי דיגי.
מוז ער גיין קויפן יעדע נייע טעיפ, צו ער איז גוט צו נישט, אולי איז דא דארט א ניגון, וואס די בחורים פון "חוס ורחם ישיבה" האבן ליב, און נעכטן נאכט האט מען ביי איינעם פון די חבירים'ס חתונה, געזינגען דעם פיר עקיגן ניגון 15 מינוט און איין צו...,
און.... אפשר נישט יעדער ווייסט, אז טעיפ'ס קאסטן געלט, און צייט איז אויך געלט, צו הערן אלע ניגונים נעמט צייט, בפרט צו כאפן אפי' דעם קוועטש פונעם זינגער אויפן טעיפ, וואס פארט אזוי אף טאון, ווייל דוקא דארטן איז דער קלימאק'ס און דער שפיץ פונעם ניגון, ווי די יונגווארג פון 16 ביז 20 ווערן הייפער, און סטעמפלען דיך אפ אלץ דער גוטע זינגער, און א סטעמפל אלץ גוטע זינגער, מיינט.... ביזנעס און געלט.
יעצט אז מ'קען שוין די ניגונים, וואס וואקסן ארויס ווי ווילדע שוועמל, חדשים לבקרים אזויווי האר אויפן ספירה בארד, דארף מען דאס איבער חזר'ן, לויטן טאקט פון די מוזיק, ווייל אויב דער זינגער איז איין פיפטל סעקונדע שטאטער ווי די ביט פון די מוזיק, געשעהט א צעמישעניש, די שפיציגע שיך'ן קענען נישט געהעריג לאנדן אויפן פלאר, חזר'ן ניגונים נעמט....צייט, און נאכאמאל צייט איז..... געלט.
מ'קען שוין ב"ה אלע ניגונים, דארף מען דאס קאמבענירן צוזאמען מיט א שטומע, יעדע זינגער האט רבי, א רבי וואס לערנט אים די שטומע, מאנכע רופן דאס רבי, און מאנכע רופן דאס טיטשער, איך שיהי' גייט מען בקביעות, זיך שארפן די שטומע, צו וואס? ווייל אויך דיין שבת קודש מעסער, וואס שנייד בערך 10 צו 20 סלייסעס חלה א וואך, דאפסטו שארפן יעדע פאר וואכן, ק"ו א שטומע וואס ארבעט יעדע נאכט, מער ווי 15 סלייסעס חלה, דארף מען זיכער שארפן, און האלטן שיין און שארף און קלינגעדיג, אן קיין פגומה, אז מ'נעמט שוין דעם שבת קודש מעסער פאר א ראי', האמיר א בעסערע ראי', א חלף, דער שוחט ניצט דעם חלף א שעה, נאך א שעה אדער אפי' ווייניגער, געט דער שוחט נאכאמאל א שארף איבער דאס מעסער מיט זיין שארפער, כדי ס'זאל זיין גלאט אן קיין פגימה, א פגימה מיינט א קראץ, "א שטומע טאר אויך נישט האבן קיין קראץ"...., און לערנען די שטומע, קאסט...... צייט און..... געלט.
איצטער איז שוין דער זינגער א פארטיגער זינגער, ער קען שוין אלע ניגונים, ער שארפט זיך שוין די שטומע, ער האט שוין געמאכט חזרה לויט די טאקט, און יעצט.... דארף ער נאר האבן באשעטעלונגען, מ'דארף אים נאר רופן אויף חתונות,
דער טעלעפאן קלינגט ברררררררר,
העלא! איר זענט דער זינגער מר. שפיצער?,
ז: יא,
איר האט געזינגען פאריגע וואך ביי (נו? וויאזוי הייסטער) גרינבערג?, ז: יא,
אה! כ'העל אייך זאגן דעם אמת, איך האב אייך נישט אזוי ליב געהאט דארט, אבער מיין חתן זאגט איך זאל אייך נעמען, שוין זאל זיין אזוי, וויפיל נעמט איר?,
ז: פרייז איז אזויפיל און אזויפיל,
ביליגער גייט נישט?
ז: בדרך כלל נישט, דאס איז די פרייז וואס אלע זינגער'ס נעמען היינט,
גוט, שרייבט מעך אויף אויף יאנאווער 13,
ז: גוט, שיקט אריין א דיפאזיט, און אלעס איז ערלעדיגט,
צו וואס עפעס א דיפאזיט?, איר געט צוריק דיפאזיט'ס אויך.......
יעצט פאר וואס ווען ווי, קומט זיך נישט פארן זינגען א באנוס, נאר פארדעם פאון קאל אליין, כ'האב אייך נישט ליב.... געט מיר ביליגער...., פשוט צו האנדלען מיט מענטשן איז שווער, און וויפיל מאל רופט איין מחותן אים, און דער אנדערע מחותן באשטעלט א צווייטן זינגער, ערגעץ אינדערמיט ווערט מען אויסגעשפילט, און אמאל ווערט יענער ברוגז, אז דער זינגער וויל נישט צוריק געבן דעם דיפאזיט, אבער, גארנישט קומט נישט צו צום עצם חתונה אליין.
עטליכע וואכן פאר די חתונה, רופט אן דער מחותן, (שוין א מוחל געווארענער - זיך מוחל געוועהן די עבירות) מיט א בקשה ואזהרה, ובכן אז כ'האב אייך פשוט געוואלט זאגן אפן און קלאר, בשום אופן נישט זינגען די היינטיגע ניגונים, דעי גוי'שע ניגונים, איך ברויך דאס נישט ביי מיין חתונה, ס'נעמט אוועק דעם אידישן טעם....., ער איז אפשר גערעכט, אבער פליז, נעם ארויס דעם טעיפ פון דיין חתונה, וואס האט מען געזינגען דארט, אלע אראבישע פרענקישע ניגונים, וואס האט דעמאטץ געהייסן גוי'יש, נאר וואס?, דעמאטץ ביסטו געוועהן יונג, איז יענע ניגונים געוועהן נארמאל, היינט איז דיין חתן יונג, איז די היינטיגע ניגונים נארמאל, (איך געב נישט קיין גרין לייט צו זינגען אלע גוי'ישע ניגונים, איך זאג נאר אז מ'ווייסט ווער ס'מיינט עס ערנסט און ווער נישט),
א טאג דערויף, רופט אן דער חתן, און ווארנט אן דעם זינגער, אז די וועסט נישט זינגען די אלע ניגונים, (ער שיקט אים אריין א ליסטע) ווארן איך דיר, כ'האב אפאר חבירים וואס ווארטן אויף דעי חתונה, זיי גייען דיך טעסטן צו די ביסט גוט, אויב יא, נעמען זיי דיר אויף זייער חתונה, און אויב נישט..... איז נישט, ס'איז נישטא קיין רעדע פון א אויסוואל, מ'פאלגט שיינערהייט די בחורים, וואס זיי האבן ליב דאס געט מען, כאטש דער טאטע שרייט איך באצאל, טאטע לעבן! די באצאלסט נאר היינט, די בחורים באצאלן מארגן און איבער מארגן, גענוג קלאר?.
די חתונה רוקט זיך אן, דער זינגער האט זיך צוגעלייגט אפאר שעה, ווי געזאגט ארבעט די שטומע נאר אויסגערוהטערהייט, ער נעמט דעם מייק זיינעם, וואס דרך אגב דער געשעפט'ס מאן האט עס אים נישט געגעבן אומזיסט, הייבט אן אפאר שטאטע ניגונים, ווי נאר ער הייבט אן, דרייען זיך אויס עטליכע רוקנס, זעהן ווער ס'איז דער זינגער דא היינט נאכט, עס איז וויכטיג קלאר צו מאכן, אז כאטש די ספיקער'ס אין זאל זענען הויך, און די חוש השמיעה ארבעט נישט אזוי גוט ביי א חתונה, ווערט אבער נישט די חוש הריאה אפגעשוואכט, ווען די טוסט עפעס זעהט מען דאס געהעריג, כאטש מ'הערט דיך נישט רעדן, כלפי מה דברים אמורים, דער זינגער הייבט אן, זעהט ער ווי איין קאזן פרעגט דעם צווייטן קאזן אין אויער, ווייזנדיג מיטן פינגער צום זינגער, מיט א פראגע צייכן, כלומר ווער איז דאס? און יענער ענפערט אים צוריק אין אויער דעם נאמען, און דער ערשטער מאכט מיט די הענט אזוי מיט אזא ביטול, אה דער... ווי איינער זאגט ס'איז שוואכע מעשיות, להוי ידוע, אז דער זינגער זעהט דאס....., און ס'ברענגט נישט צו קיין אפעטיט....
די שווערסטע חלק פון א זינגער, וואלט איך געזאגט, זענען די פילע דיעות, און די דעה זאגער'ס ביים זינגען, אדרבה קוקט'ס אויפן זינגער בשעת א חתונה, און מערקט'ס וויפיל מאל מ'קומט אים זאגן דיעות און הערה'ס, ס'איז דא דיעות וואס איז נארמאל, אז דער עלטער זיידע טאנצט אויף וראה בנים, פארוואשע נישט, אז דער מחותן האט דווקא ליב וכל קרני רשעים, אויך נישט עק וועלט, אז דער רבי קומט אריין דארף מען זינגען קול רנה, נו ס'איז דאך כבוד התורה, און דערצו אז דער שליח איז א נארמאלע אינגערמאן, בשליחות פונעם מחותן אליין (דער מחותן וואס צאלט) איז אויך נאך פארהעלטנמעסיג, די מעשה גייט אבער אויף די געהירן, ווען סתם מענטשן, גבאים פון רבי'ס, קרובים, מידע פעטער'ס, לעבעדיגע בחורים, האקן אריין מיט באפעלן, מ'שפייט אריין אינעם אויער פונעם זינגער, זינגט שוין יודו לד', דער ראש ישיבה קען נישט טאנצן אן דעם, כ'רעד שוין נישט אז ווען דער ר"י טאנצט נעמט מען אים ארום מיט אזא חביבות, פון איין עק זאל ביזן צווייטן, און אויפן וועג איז מען מכבד דעם זינגער מיט די עלטערע אידן, מיט אפאר זעצעס, האסט יא אזוי ליב דיין ר"י, פ"וו ביסטו געוועהן היינט אן עזות פנים אין ישיבה? פלוצלינג דא ביי די חתונה האט מען אים אזוי ליב....
בנוסף צו דעם איז דער זינגער דער מאנקי אינדערמידל, איין מחותן וויל יא אביסל, לאמיר עס אנרופן היינטיגע ניגונים, אבער מיט א שיעור, דער 2'טע מחותן, איז די נייע ניגונים ביהרוג ואל יעבור, א ניגון וואס מ'האט געמאכט נאך תשכ"ח, ווען דער רבי איז נישט געזונט געוועהן טויג נישט, דער זינגער זינגט אבער יא א נייע ניגון, לויטן באפעל פונעם מחותן וואס צאלט, ווערט דער אנדערע מחותן גערעגט, און שרייט אויפן זינגער, ס'איז מיין חתונה דא, כ'לאז נישט זינגען דעי ניגונים, טייערע מחותן! גיי רעד צו דיין באליבטע מחותן, שריי אויף אים, דער זינגער טוט וואס מ'באשטעלט, נאך מער טייערע מחותן, נעכטן נאכט האט דיין ווייב די היינטיגע מחותנ'סטע גערופן דעם זינגער, ער זאל דייקא זינגען בן בג בג, מיט נאך אזאנע ניגונים, וואס שרייסטו אויפן זינגער, שריי אינדערהיים פון אונטערן טיש ארויס, נישט דא, און ווען מ'רעדט פון שרייען ביי א חתונה, מיינט דאס גאר הויעך, ווייל מ'שרייט דאך איבער די מוזיק.
גלייכצייטיג, א מעסעדש פאר אלע שיינע אידן, ס'געשעהט גארנישט ווען מ'טאנצט אויף א אנדערע ניגון, ווי דער זיידע זיכרוינעבראכע פלעגט צו טאנצן, אונז האמיר שוין בייגעוואוינט ליידער בנשק'לעך, וואס האבן ליידער יא משנה געוועהן, און געטאנצן אויף אנדערע ניגונים, און זיי האבן יא מוציא שנתו געוועהן בעוה"ר, אכטונג גבאים פון רבי'לעך, איר זענט שוין דא גאנצע 5 מינוט ביי די חתונה, אבער במשך די לעצטע שעה האט מען שוין געזינגען 8 מאל די זעקסטע הקפה ניגון, וואסארא פנים האט דער טעיפ, ווען מ'הערט דאס איבער און יעדע 4 מינוט זינגט מען דעם זעקסטע הקפה ניגון, ס'קוקט אויס ווי א פזמון, נאך יעדע 6 ניגונים קומט די זעקסטע, (מ'זעקסטע ועד זעקסטע לא קם כ'זעקסטע), ווערט'ס נישט באליידיגט פליז, און פארווארפט'ס נישט דעם זינגער פון אלע וועלטן, פארן נישט זינגען די זעקסטע הקפה ניגון, ער איז נישט קיין שונא, ער איז נישט קיין מתנגד.
מידע פעטערס! יעדער ווייס אז ענק זענען זייער מיד, מ'זעהט דאס אויף אייערע אויגן, אבער טרייב נישט דעם זינגער, טרייב דיין ברודער – שוואגער, און טרייבן מיינט נישט דווקא מיטן זאגן "ענדיג שוין", טרייבן קען מיינען קריטיקירן אויף יעדע שריט, און מאכן נערוועזע פאקסן פאר די אויגן פונעם זינגער, ווייל ווען איר מאכט חתונה וואלט איר נישט געטון אנדערטש ווי דער יעצטיגע מחותן, ממילא ס'איז א שאד זיך צו עסן דאס געזונט.
אויסגערוטע פעטער'ס – געשוויסטער – חברים! דער זינגער זעהט אז איר זענט זייער לעבעדיג און פרייליך, איר זענט באמת בשמחה אז דער חתן האט חתונה, דער זינגער איז אפשר אויך פרייליך, פארוואס נישט נאך א איד האט חתונה, אבער פארדעם מוז ער נאכנישט אליין טאנצן, מיטן מייק אינאיינעם אינעם רינג, ער קען זיין פרייליך אויף זיין פלאץ אויך, איר מוזט אים נישט אריין שלעפן מיט כוח, און אפי' דו האסט זייער ליב דעם נייעם ברוך שאמר ניגון, מיינט נאכנישט אז ער מ'מוז עס יעצט זינגען, און אפילו דער זינגער נעמט אן דיין פארשלאג פון זינגען חסדי ד', ווייל מ'גייט יעצט פיקסן א חבר, וואס איז אקארשט ארויס פון סענטרל בוקינג, נישט אלץ קען מען אריין פלעכטן דווקא דעי ניגון וואס דו ווילסט, יעדע ניגון האט א קאטעגאריע ווי ער באלאנגט, מעדשאר מיינער, 4 ביטס 5 ביטס, F פלעט G לאו...., (כ'רעד סתם קאודס כ'ווייס אליינס נישט וואס), ס'קען נישט אלץ אריין קומען דער ניגון, וואס מ'שרייט אריין אינעם אויער פונעם זינגער,
אפי' דער זינגער דערהערט יא דאס, מוז ער דאס איבער געבן פארן שפילער, און ס'קען נעמען א מינוט ביז דער שפילער כאפט פון וואס מ'רעדט, ווייל דאס איז דאך א ניגון ארויס פון די קאטעגאריע, ביטע ווערט נישט גערעגט אז ס'נעמט א מינוט, ביז מ'פאלגט דיין פארשלאג,
ווי אויך אז דער מחותן וואס צאלט, זאגט אז אין 10 מינוט זאל זיין לשנה הבא, זאלן די גערויטעלטע בעקעלעך (בחורים – חתנים) פארשטיין אז עפעס א ווארט האט דער מחותן דא היינט נאכט, די גייסט טאקע אהיים גיין נאכן טאנצן, אבער דער מחותן מיט די אנדערע בלייבן דא ביז.... 3'עה, און אמאל ביז 4'עה, ממילא מוז ער נישט פאלגן דעם בחור, בפרט אז מ'טאנצט שוין צוויי א האלב שעה,
לשנה הבא בירושלים..... לשנה הבא בירושלים..... בירווווושאאאאאאאללללללללללייייייייייייייייייייייייייים.......
אוי! די אויערן רייסן, די האלבע זאל קראצט זיך די אויערן, שיגענער דער שפילער, אזוי הויעך צו מאכן מוזיק, צודרייטער דער.... ס'ווערט דאך ערגער פון טאג צו טאג, דער זינגער ברענגט זיך אן גאנצע מאשינען פשוט צו לעכערן די אויערן, איר ווייסט אפשר וואס דא איז געוועהן פריער?, די בחורים האבן געזאגט אז מ'קען נישט טאנצן די מוזיק באכעט נישט גענוג, האט דער שפילער נישט געהאט קיין ברירה און ארויף גערוקט די סאנד, (מער וועגן א שפילער ביים סדר היום פונעם שפילער)
דעריבער האב נישט קיין טענות צו קיינעם....., גיי אין ישיבה טראג זיי צום דאקטער....
און צוריק צום קעפל,
א זינגער האט אויך א סדר היום?.....
ענפערט איר אליין................

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה