ווען ארבעט א בדחן? / סעריע טאג ביך פון שאץ מאץ
בריש הפתח:
ס'איז באמת שוין באהאנדלט געווארן עטליכע מאל צווישן די שפאלטענעס פון קרעטשמע, קליינע חלקים פון מצוה טאנץ און בדחנים, אבער צוזאמען לפונדק אחד איז נאכנישט באהאנדלט געווארן ביז דערווייל, דעריבער טוען מיר ווידמען דעם קומענדיגן ארטיקל אפצוהאנדלען די טעמע פון בדחנים פון אלע זייטן, וחפץ המייק והבדחנים בידינו תצליח,
סדר היום?..., שרייב ענדערשט סדר הלילה, אפשר גאר איז עס ביידע, סיי סדר היום און סיי סדר הלילה, לאמיר טאקע כאפן א שטיקל בליק אויף דעם צוהאקטן סדר היום פונעם בדחן, און כדרכי בקודש פנימה צו קוקן אבסיל אויך אויף די אנדערע זייט וואנט,
צום אלעס ערשטן מוז באטאנט ווערן אז בדחנות איז א פאך, דאס איז נישט קיין סתם ליידיגייעריי, יעדער פארשטייט אז ווען מ'לאזט שרייבן א פאום פון 15 שורות, וואס פאנגט זיך אן גאלדא בילא און ענדיגט זיך מזל טוב אמן, באצאלט מען פאר דעם 30 – 40 דאללאר, פארוואס אזויפיל ווען יענער שרייבט נאר 15 שורות ארויס פון די ערמל?, ווייל ס'איז א פאך..., ער קען, און דו קענסט נישט, ממילא וועסטו באצאלן, כמו כן איז בדחנות, ס'איז א פאך וואס ווייניג מענטשן קענען, והא ראי' אז ס'קומען צו ווייניג נייע בדחנים, וואס לעומת זה אין די זעלבע צייט וואקסן זינגער'ס און שפילער'ס ווי שוועמל נאך רעגן, ווייל בדחנות מוז מען קענען.
גוט, בדחנות איז א פאך, נו וואס?, וואס ווילסטו יעצט?...
כ'וויל אזויפיל אז אויב בדחנות איז א פאך זאלסטו רעספעקטירן דעם פאכמאן, און נישט נאר האבן דרך ארץ פארן בדחן אליין, נאר אויך דרך ארץ אפי' פארן ארטיקל וואס רעדט פון בדחנות, פארשטאנען?.... שא.... דרך ארץ!!!!
פון וואס באשטייט בדחנות?, און וואס זענען די אויפגאבעס פון א בדחן?, גלייבטס מיר רבותי די תירוץ איז גאר א שווערע, ווייל יעדער מענשט וויל עפעס אנדערשט הערן, ממילא אויב איז דא 100 טעג אין יאר וואס מ'קען חתונה מאכן (באלד וועלן מיר מאכן א חשבון) האט דער בדחן 100 אויפגאבעס פון 100 דזשאב'ס, פשוט צופרידן צו שטעלן די 100 מענטשן, און אלוועלטליך איז דאך שוין ידוע אז צופרידן שטעלן מענטשן איז גאר א שווערע עסק, על אחת כמה וכמה דא מיט בדחנות, לאמיר דאס טאקע פראבירן צו צולייגן.
אויב איז שווער צופרידן צו שטעלן מענטשן ווען מענטשן קויפן סיי וועלכע חפץ, איז ווען ס'קומט צו בדחנות ווערט דאס פיל מער קאמפליצירט, ווייל כבוד, איז די סענסעטיווסטע חלק פון א מענטש, יעדע מענטש ראגירט אנדערשט צו זיין כבוד, א מענטש טוט אלעס אויף דער וועלט צו ראטעווען אדער האלטן זיין כבוד אויפן פלאץ, און ווען ס'קומט דער זמן פון באקומען כבוד ווערן מענטשן אינגאנצן ארויס פון גלייכגעוויכט, איינער פגר'ט נאך כבוד, איינער ווערט רויט פון כבוד, איינער האט הנאה בלויז אביסל כבוד, איינער לויפט גאר ארויס און לויפט אוועק פון כבוד, שטייט דא דער בדחן מיט א לעפל כבוד און טיילט..., נו, פון ווי זאל ער וויסן וויפיל איז די מאס און וויפיל אריין צו גיסן, מיט וויפיל כבוד איז יענער צופרידן מיט וויפיל איז ער נאך הונגעריג, וואלט איך געזאגט אז אויסער די השלמה פון קענען גראמען און צוזאמען פארן ווערטער איין מיט שטיין, דארף דער בדחן זיין א שטיקל בעל רוח הקודש און קענען אויסשמעקן וויפיל איז דער שיעור פון יעדנ'ס כבוד, גאנץ א שווערע עבודה.... ניין?
דאס איז אויסערליך לגבי צופרידן צו שטעלן די מענטשהייט, יעצט לאמיר פארשטיין וואס דארף אלץ א בדחן קענען,
1) גראמען, פשוט וויסן וועלכע ווארט גראמט מיט וואס, דהיינו בשעת ווען ער גראמט זאל ער שוין וויסן ביים ערשטן ווארט וואס קומט נעקסט, אז בחור מיט זכר גראמט.
2) זינגען, א בדחן וואס קען נישט זינגען, קען היינט נישט עסזיסטירן, מ'מוז האבן די חוש הנגינה, פירן א ניגון ארויף און אראפ.
3) זאגן, פשוט זאגן גוטע געדאנקען אויפן גראם, ווען ער רופט אויף א זיידע צו א מחותן נאכזאגן עפעס א מעשה א משל א תורה לענין, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער זיין א רעדנער, נאר זאגן זיין רעדע אויפן גראם.
4) זאגן א ווערטל, א בדחן וואס זאגט נאר ערנסט האט מען נישט אזוי ליב.
5) שכל, יא שכל, מ'דארף האבן דעם קאפ אויפן פלאץ, וויסן ווי איין אין ווי אויס, א דוגמא, א חתונה וואס די עלטערן זענען ג'גט ל"ע, דארף דער בדחן האבן אסאך שכל וויאזוי מ'לויפט צווישן די טראפן נישט וויי צו טון קיין שום צד, און דאס איז אויך אין כלל גאר אסאך פראבלעמאטישע פעלער, און סתם אזוי וויסן ווי ער שטייט איין, צו וועלכע חסידות מ'געהערט וואס מ'מעגט דארט נאכזאגן און וואס נישט ואכמ"ל.
6) חן, פשוט חן, ס'איז דא זייער אסאך מענטש וואס טויגן גאנץ גוט צו די מלאכה, נאר פשוט זיי האבן נישט קיין חן, און דאס הרג'עט זיי אוועק.
בנוסף צו דעם וואס עס דארף געטון ווערן אפאר זאכן אויפאמאל, דהיינו אז בשעת ווען דער בדחן טוט זיין מלאכה, זינגט ער, גראמט ער, זאגט ער, און האלט קאפ אויפן ציבור'ס עטענשאן, דאס איז טייטש ער טראכט א גראם, ער טראכט וואס צו זאגן אויפן גראם, ער טראכט דער ניגון זאל שטומען מיטן גראם, און ווי אויך א פרעשור אז ס'זאל געפעלן פארן ציבור צו פארן באטרעפענדן מענטש וואס ווערט אויסגערופן, בקיצור 4 מוחות, אויב אזוי איז דען א ווינדער אז ס'קומען נישט צו קיין נייע בדחנים, ווייל ווען איינער וויל סתם זינגען, נעמט ער א מייק מיט א דילעי און זינגט, ער זינגט אפ יעדע נאכט די זעלבע ניגונים און גייט אהיים (און דערצו אויך פארן בענטשן) א שפילער איז שוין עטוואס מער, ער שלעפט שוין כלים ער בלייבט ביז שפעט ביינאכט ועוד, אבער דאך זינגט ער די זעלבע ניגונים כמעט יעדע נאכט, ער מוז נישט אויפקומען מיט נייע גראמען אויף זיידע – ביידע, מאמע – מסתמא.
יעצט לאמיר שוין טרעפן אזא איינער וואס איז פון קאמבאנירט פון 4 מוחות ער גראמט, זאגט, זינגט, בא'חנט, געשמאקע ווערטל זאגער, אז ער טויג שוין יא לאמיר אים אנרופן צו א חתונה, ר"ח אדר זאל קומען גראמען, (דאס אופן פון רופן וויאזוי דער פאן קאל גייט צו עי' במערכת זינגער האט אויך א סדר היום)
ווער מאכט חתונה ר"ח אדר, וואס הייסט ווער?, ווייסט נישט? משה ברוך גרינבערג מיט זלמן פעפערקארן, יא?, כ'האב גארנישט געוויסט, ווער איז דער משה ברוך גרינבערג, דארף מען גיין זאמלען אינפארמאציע, ער קאלט אן דעם משה ברוך'ן און זאגט אים אזוי בערך,
בדחן: העלא! יא, דא רעדט נפתלי גרינבום דער בדחן,
מחותן: דער וואס?....,
ב: דער בדחן דער גראמער,
מ: אה, דער גראמער, וואס ווילט איר?
ב: איך גיי דאך גראמען ביי אייער זון'ס חתונה,
מ: יא?, כ'האב גארנישט געוויסט,
ב: איך וואלט געוואלט האבן אביסל אינפארמאציע וועגן די משפחה,
מ: אינפארמאציע?, וועגן אונזער משפחה?, די קענסט נישט אונזער משפחה? ווי וואוינסטו?
ב: אין בארא פארק
מ: אה אין בארא פארק האמיר געהאט א קרוב ר' זעליג גרינבערג, האסט אים געקענט?,
ב: ניין
מ: אאאה א שאד, א שאד האסט אים נישט געגענקט, א טייערע איד געוועהן, פלעגט צו דאווענען אין סארוואש, אאאא טייערע איד געוועהן,
ב: איך הער, אבער איך דארף אינפארמאציע אויף "אייער" משפחה?
מ: אויף מיין משפחה, אויף וועמען?,
ב: אייער טאטע, אייער מאמע, אייער שווער, אייער שוויגער,
מ: גוט איז אזוי, אויף מיין שווער און שוויגער קענסטו רופן מיין שוואגער מיכל, ער טויג צו דעם דא האסטו זיין נומ., אויף מיין טאטע קענסטו פרעגן מיין ברודער בערל ער קען זיך אויס מיט דעי זאכן, און אויף מיר זאג נישט גארנישט איך דארף נישט די אלע זאכן, יא, חוץ מיין ווייב, יא איר זאלסטו זאגן הערסטו, וויפיל ס'גייט, איך מיין קניינע הרע, וואס זי טוט נישט פאר דעי קינדער, (די שלום בית איז דא מורא'דיג) ווייסט וואס נאך? רוף מיין זון מוישי, ער וועט דיר אויך קענען געבן אינפארמאציע,
ב: גוט איך גיי רופן,
יא, זאלסט אבער מאכן א גוטן דשאב
סך הכל רופט ער א מחותן און דער מחותן האלט אים אויף און ווייס נישט וואס ער וויל, און באקומט פון אים דריי גאר אנדערע נעמען וועמען צו רופן, און ביז ווילאנג ער קומט אן צו די דריי מענטשן געוואר צו ווערן אביסל אינפארמאצע זעהט ער די גרינע גאל, וואס יא, ער ווערט געוואר פונעם זון מוישי אז דער מחותן איז גארנישט אזא שונא פאר כבוד, ס'שמעקט אים גאנץ פיין ווען מ'באזינגט אים אז ער איז עפעס א שטיקל חפצא.
דאס איז נאר איין גאטונג מחותן וואס ס'אינטרעסירט אים נישט צופיל אבער אביסל יא, ווידער איז דא א מחותן וואס וויל און פארלאנגט ממש מיט תביעות, פונקטליך וואס מ'זאל זאגן אויף יעדן וועלכע שבחים, וואס טאר נישט פארמינערט ווערן בשום אופן, און פארשטייט זיך אז אויף זיך אליין יש הרבה שלוחים למקום ער שיקט שוין אונטער מענטשן זאלן אויפקלערן דעם בדחן ער זאל וויסן מיט וועמען מ'האט דא צוטון, דא רעדט מען פון א מחותן וואס זאגט אויס גאנץ תהלים יעדע חודש, נישט חלילה ער דארף כבוד ער וויל פשוט די קינדער זאלן הערן ווייל דאס איז חינוך...., און זיין משפחה כאטש וואס דער בדחן קען די גאנצע משפחה וואס זענען אויסגערופענע ליידיגייער'ס מיט פוסטע מוחות, מוז ער געצווינגענעהייט זאגן אז דער איז א גאון און דער איז א ידען און דער גאר א ירא שמים מרבים, ער האט אפי' נישט מיט וועמען צו לאכן אינדער זייט בשעת'ן זאגן די פעטע ליגנט'ס.....
ענדליך ער האט שוין אלעס די גאנצע אינפארמאציע וועמען צו באזינגען און וועמען צו באטיטלען, הייבט זיך אן א מערכה פון די ווייבער שול, ס'האט זיך עפעס אזוי אויסגעשטעלט אז די ווייבער האבן עפעס א שטארקע מיינונג ווען ס'קומט צום גראמען, זיי לייגן א שטארקן דגוש אז ווען מ'רופט אויס דעם אין יענעם, זאל דאס זיין כפי רצונם מיט ברייטע טיטלען, ווייל וואס דער בדחן זאגט איז תורת משה.
אינטרעסאנט פארוואס מענטשן קויפן זאכן וואס א בדחן זאגט פאר גרויס געלט ווייס איך נישט, למשל אז די משפחה קומט זיך צוזאם ביים זיידנ'ס יארצייט יאר יערליך, און ס'ווערט פארציילט יעדעס יאר די מעשה פונעם זיידן, אז פאר די מלחמה האט אים ר' ישעי'לע געזאגט יונגערמאן לערן מס' יומא, וכך הוה יעדן טאג האט ער געלערנט מס' יומא און ממש בשכר זאת ניצול געווארן פון טויט...., און באמת בשעת די יארצייט סעודה אליין קריכט די מעשה ארויס פון די נאז ווייל מ'הערט דאך אים יאר יערליך, אבער דא ביי די חתונה ווען דער בדחן זאגט עס אויפן גראם...
דער זיידע איז צו ר' ישעי'לע אריין,
נאך פאר די מלחמה אין יענע זמן,
ר' ישעי'לע האט אים געזאגט יונגערמאן,
זאלסט לערנען מס' יומא געגעבן א זאג,
כך הוה געלערנט יומא יעדן טאג,
און בשכר זאת ניצול געווארן פון דעם פלאג....
יעדער נעמט זיך ווישן די אויגן.... אוי דער גראמער רייסט שטיקער געפיל......, אזוי שיין אראפ געלייגט די מעשה..... פון זיידי'ן מיט ר' ישעי'לע.....
פארוואס ביים יארצייט סעודה איז זי נישט אינטרעסאנט און דא יא?...
דומה לזה האב איך געזעהן אמאל פורים, א גראמער האט זיך אביסל אנגעטרינקען און געוועהן ביי איינעם אין שטוב, געגראמט וואס ס'לאזט זיך אויפן מויל, ובתוך הדברים געוואונטשן פארן בעה"ב אויפן גראם ברכה והצלחה - פאר די גאנצע משפחה, ער וויל שוין אראפ פון בענקל קומט צו לויפן די מאמע, יו יו זאג נאך אביסל, וואונטש אויך אן פאר מיין יולי ער זאל א חתן ווערן, גוט, פארוואשע נישט, דער בדחן וואונטשט בדברים כהויתן - אי"ה נעקסטע יאר ווערט יואלי א חתן, די גאנצע משפחה קלאטשט יולי ווערט רויט, ס'איז א מחי'...., איין מינוט, דער בדחן איז א רבי?, צו וואס האט מען אים מזכיר געוועהן יואלי זאל א חתן ווערן?, נאר וואס, דער עולם האט אזא שוואכקייט אז ווען מ'פארציילט עפעס אויפן גראם איז דאס כאילו הלכה למשה מסיני, ובעיקר איז דאס אנגענומען אין די ווייבער שול.
מסכים זאל זיין אזוי, אבי איינער גלייבט דעם בדחן אז יענקל שטייט טאקע אויף פארטאג'ס, ווייל יענקל זעלבסט ווייסט גאנץ גוט ביי זיך אז ער האט א מנהג קבוע צו דאווענען כחצות אדער בחצות היום,
סתם א מענטש וואס האט טענות אויף א בדחן פארוואס ער האט נישט געזאגט גענוג, איז לדעתי א שטות, מיינסט ער ווייסט וואס ער זאגט, וואס ווערסטו באליידיגט אויפן בדחן, ווער באליידיגט אויפן מחותן וואס ער האט נישט אנערקענט אז דו ביסט א מגיד מישירים, ס'איז דא אפי' מענטשן וואס פראבירן אגאנץ יאר גוט צו ווערן מיטן בדחן, ווייל לעת מצוא ווען ער וועט האבן א חתונה מיט אים זאל ער אים שיין אויסרופן, אזוי אז די גאנצע ווייבער שול זאל הערן איינמאל פאר אלעמאל אז ער טיילט צדקה מיט א ברייטע האנט.
וואס טוט זיך אבער ווען איין מחותן וויל אזוי, און אייין מחותן וויל אזי, דא ווערט דער בדחן א באלי אינדערמיט, איין מחותן זאגט שנעלער, איין מחותן זאגט שטאטער, ער ווערט ממש צוריסן, ער רופט אויס דעם מחותן וואס וויל א לענג און א ברייט'ס א האלבע שטונדע, און דער אנדערע מחותן ברענט ווי א פאקל ווער איז נייגעריג צו דער שטיצט דער תורה סחורה ישיבה, ענדיג שוין און לאז דעם עולם פריי, לעומת זה אפי' דער מחותן וואס יאגט זיך, האט דאך אבער א חלק שני, ס'ווייב וויל יא מ'זאל זינגען און מאכן א בראטל פון זיי, יעצט גיי מיש דיך אריין אין יענעמ'ס שלום בית, וואס טוט מען דא?, אלא מאי מוז מען צוריק קומען צו פריער אז איינער פון די זאכן וואס א בדחן דארף האבן איז.... שכל, וויסן ווי איין און ווי אויס.
ס'וואלט זיך אבער געזאגט אז די שטערקסטע דגוש לייגן די בחורים, טאקע דער בחור וואס איז נעקסט, די ברודער פונעם חתן אדער די ברודער פון די כלה, ער האט שוין אויסגעהערט אסאך טעיפ'ס ער האט שוין פארטיגע איידיעס, וואס ווען ווי, ער שלאגט פאר פארן בדחן זאל אויסרופן דעם זיידן אויפן נייעם השבת פון שוועקי, כ'האב געהערט פלויני גראמט אויף דעם ס'איז מורא'דיג ניין?, זאג נאר בחור לעבן, וואס איז אזוי מורא'דיג?, דו מיינסט אז דיין זיידע פון טאשנאד קען דעם שוועקי ניגון?, לאמיר אנעמען אז דער בדחן גייט זינגען דעם ניגון ער ווייס דאך נישט וואס ער וויל פון זיי לעבן האבן, בשלמא ער רופט אויס דעם זיידן אויפן רבי זיכרוינעבראכע'ס כל מקדש ווערט דער זיידע עמאציענאל, ער דערמאנט זיך די גוטע יארן ביים רבי'ן, און מאכט מיט אזא ביטול איי וואס וויייסט עטץ יונגעלייט ס'איגעוועהן א וועלט אמאל...., אבער סתם א 2 טויזנט און 9 ניגון מאכט דאך נישט קיין סענס, יעצט גיי שלאג דיך מיט א פעסטע בחור, ער טראגט דיך מארגן ארום אין ישיבה אז דער בדחן בוקסבוים וועפט אריין אז מ'קען אים לייגן אין שֵמות, סאידאך נישט גוט, זיי זענען דאך די גאנצע הוגה דיעות ביי חתונות.
דער בדחן דארף וויסן אז היינט נאכט איז דער קלימאקס, כאטש וואס ער זעהט חתן כלה ומחותנים יעדע נאכט, אין קען אפי' זיין דריי נעכט אין א צו אין די זעלבע זאל מיט אנדערע מענטשן, איז אבער היינט נאכט דער קלימאקס וואס חתן כלה האבן איינמאל אין זייער לעבן חתונה, דער ארום זאל נישט שפירן אז דער בדחן איז קאמערשעל, נאר זיך פערסענעליזירן צו די היינטיגע שמחה כאילו לפניו לא הי' ואחריו לא יהי', אפי' דער בדחן ווייסט אז זיין משל מיטן וואלד איז סתם אויסגעזויגן פון פינגער ס'איז נישטא קיין וואלד מיט קיין נמשל אלעס איז דמיונות, אבער אויב איז דא נאר איין באבע וואס הערט אים צו, איז דא א וואלד און ס'איז דא א קעניג אלעס איז וואר...
נאכדעם קומט דער עצם אויפטרעטן, שוין נאכדעם וואס דער בדחן מוז זאמלען אינפארמאציע, און מוז זיך אביסל צוגרייטן וואס און ווען צו זאגן, מוז זיין אויסגעשלאפן און אויסגערוהט, מוז זיין פריש, ער קומט אריין צו די חתונה דער מחותן זאגט אים מיט א באפעל אז דאס ערשטע רופט מען אויס דער ראש ישיבה פונעם חתן, הרב גאלדבארג שליט"א, זאג נישט צו לאנג נאר ממש אפאר ווערטער ווייל דער ר"י יאגט זיך ער דארף נאך אהיים פארן, נו אז דער מחותן הייסט פאלגט מען, מ'הייבט אן מיט א חביבה - באגריסן דעם ראש ישיבה,....., נאך אייניגע ווערטער מיט פרייד, דער ראש ישיבה ער גייט ער גייט, דא קומט צורייסן דעם חתן'ס ברודער (ווייזט אויס ער לערנט יעצט ביי דעם ר"י), און שמייסט אריין א פסק אזוי רופט מעם אויס דעם ר"י?, דו ווייסט אז דער ר"י לייגט זיך נישט אין קיין בעט, דו ווייסט אז דער ר"י איז ממש א בעל רוח הקודש, אזוי כאפט מען אפ, ביזט נארמאל? ווי איז כבוד התורה...., קינד מיינס דיין טאטע האט דאך אזוי געהיייסן, וואס שרייסטו?,
ווער איז נעקסט, אה דא איז דא א פעטער היינט געקומען פון בראזיל, ערב זעליג ראזמאן רוף אים אויס שיין הערסט, נו געגאנגען, איין מינוט מחותן, וואס הייסט שיין?, זאל ער זאגן אז יענער איז א בעל צדקה?, אפשר נעמט ער גאר פון די שבת פעקעך, זאל ער זאגן ער איז א ת"ח אפשר ווייס ער נישט וויאזוי מ'עפנט אויף א ברכות גמ', וואסי דאס שיין?...., שיין און פיין, דארף דער בדחן אליין פארשטיין.
פארוואס באצאלט מען אזויפיל פאר א בדחן?
ראשית ס'איז נישט אזויפיל,
שנית ס'איז שווערע שעות אז מ'ארבעט ביינאכט ארבעט מען נישט בייטאג,
שלישית ער ארבעט בייטאג אויך, ווייל ווי געשמיסט מוז ער זיך צוגרייטן רעדן צום המון עם זאמלען אינפארמעישאן און צוגרייטן זיין סחורה,
איז טאקע דער בדחן א עושר?
לאמיר ארויס נעמען א לוח, וויפיל טעג בכלל קען דער בדחן גיין אויף חתונות, דאס איז שוין אזא איינער וואס נעמט אן 5 חתונות א וואך, וואס איז כמעט נישט מעגליך צו גיין שלאפן אגאנצע וואך יעדע נאכט 3'ע 4'ע פארטאג'ס, קודם לאמיר אנהייבן פון אנפאנג יאר, חודש תשרי קען מען אויסרייסן מיטן שורש ס'איז נישטא קיין חתונה פאר קיין רפואה, יעדן חודש איז נישטא קיין חתונות סוף חודש, דאס מיינט פון כ"ב לחודש ביז ר"ח דאס איז אכט טעג, יעצט יעדע חודש פון 30 טעג גייט אראפ 8 טעג פאר סוף חודש און 3 מאל צוויי טעג פאר פרייטאג צונאכט'ס און מוצאי שבת דאס איז נאך 6 טעג, האמיר שוין 14 טעג אראפ פון 30 דאס קומט אויס 16 טעג א חודש, וואס ווי פארשטענדליך א חודש מיט 15 חתונות הייסט מורא'דיג ביזי, פון די פילע חדשים האמיר חודש חשון כסלו טבת שבט אדר, און איין וואך ניסן, אייר נישט, סיון ביז שבועות נישט, תמוז נאר די ערשטע וואך, אב נישט, אלול ווענט זיך ווי א יאר ווען מ'קומט אהיים פון קאנטרי, סך הכל האמיר קוים קוים 90 טעג, וואס איז אויך נישט מעגליך צו נעמען אלע טעג, דעריבער טייערע חסיד אויב האסטו ליב צו ציילן יענע'ס טאש, נעם דאס אויך אין חשבון.
איצט לאמיר זיך נעמען צו די בדחנים אליין, עס איז קיין שום קונץ נישט צו נעמען א פאר'צרה'טע איד אין אים מאכן וויינען, וואס איז די חכמה?, קומט זיך אן א בדחן צו א מחותן וואס האט פארלוירן ל"ע א זון משה'לע אין א קאר עקסידענט מיט 8 יאר צוריק, און הייבט אן צו זינגען משה'לע מיין קינד, איך זעה דיך נישט אצינד, א טרער פון מיינע אויגן ס'רינט...., און דער גאנצער עולם וויינט..., מארגן קומט מען אין ביהמ"ד הערט מען שמיסן דער בדחן נעכטן האט אראפ געריסן די ווענט דער גאנצער עולם האט געקייכט פאר געוויין..., מ'הערט איבער די טעיפ'ס מ'קאפיט די סי די'ס איינער פארן צווייטן צו הערן דעם מורא'דיגן דשאב ווי יעדער וויינט, וואס איז די חכמה?....
אדרבה זאג אפאר חיזוק ווערטער, זיי מחי' זייערע הערצער נישט צוברעך די שוין צובראכענע הערצער....
ווי שטייט אז מ'מוז צוברעכן יתומים, אפשר איז דאס אן עבירה, ער איז סיי ווי צובראכן אז זיין טאטע / מאמע פעלט ביי זיין שמחה, דארף ער דען אז דער בדחן זאל אים דערמאנען אז ער איז א יתום?, דער בדחן זאל שרייען "טאטע אוי טאטע ווי ביסטו מיין טאטע", וואס איז די חכמה?, אדרבה זאג אים ווי גליקליך זיין טאטע פון ג"ע איז היינט מיט זיין גוטע התנהגות, וואס פארא זכי' דער חתן / כלה האט אז זייערע עלטערן זענען געוועהן אזעלכע פיינע מענטשן, און דאס ביסל וואס זיי האבן געקענט זאלן זיי גוט געדענקען, גיב זיי חיזוק נישט צוברעך זיי, און וויפיל מאל מאכט זיך אז דער טאטע צו דער מאמע פון דעם נפטר איז דא בין החיים ביי די חתונה אלץ זיידע צו אלץ באבע, ס'רייסט דאך שטיקער פון זייער הארץ אז זיי האבן פארלוירן א קינד אין בליענדע עלטער, גייט מען סתם אנע רחמנות שרייען טאטע אוי טאטע ווי ביסטו....., מעג מען דאס טון?
ווידער איז פארהאן א סברא פארקערט, ווי א יתום האט מיר אמאל געזאגט אז ס'איז זייער א גוטע פילינג פאר א יתום זיך אויסצווויינען, ממילא האט ער ליב ווען דער בדחן רייסט שטיקער פון אים, לפי קט שכלי איז דאס קליינע מוחות, ווילסט זיך אויסוויינען טו דאס אינדערהיים, נישט אינמיטן דיין חתונה אינעם פרייליכסטן טאג פון לעבן, לדעתי קומט דאס פון צומישעניש און פון נישט וויסן וואס מ'טוט ווען, דאס איז די זעלבע מהלך ווי תשעה באב מאכט מען לצנות און פורים זאגט ער תהלים מיט טרערן, מ'פארדרייט די יוצרות, ביים יארצייט סעודה ברענג א מקונן זאל מעורר זיין איבער דעם נפטר, צו מיט א ניגון צו מיט א געשריי טאטע ווי ביסטו?, און ביי די חתונה זיי פרייליך....
בכלל ווען מ'רופט אויס א מחותן, וויפיל אזייגער איז?, בערך צווישן 2'ע און 3'ע, ס'איז בכלל איינער נייגעריג צו דער מחותן שטיצט התאחדות אברכים?, דער עולם איז שוין קלוגער היינט, ווען איינער דארף כבוד נעמט ער עס אויף מער א בכבוד'יגן אופן, ווי דינגען א בדחן זאל 2'ע ביינאכט זאגן זיינע מעלות.
וואס יא, זאג זאכן וואס זענען נוגע פאר יעדן און זענען מחייב דעם מחותן, סוף כל סוף לעבט מען אין א וועלט פון הו הא, ס'איז א געיעג מ'שטעלט זיך נישט אפ טראכטן א רגע חובת האדם בעולמו, כמעט די איינציגסטע צייטן אין לעבן וואס מ'טראכט יא, אז ווען דער בדחן רופן אויס א מחותן און זאגט אים קלאר, אהובי ידידי מחותן דער באשעפער האט דיר געגעבן א מתנה א געזונט פיין קינד אנע פראבלעמען, מ'דארף זיך אפשטעלן איין מינוט טראכן על כל החסד וכו', ווייל סוף כל סוף איז נישט יעדער זוכה צו דעם, באגלייט מיט א טרעפליך ווארט אדער מעשה פון צדיקים, דער מחותן הערט דאס בשעת מעשה און ווערט נתעורר צו שבח והודאה, און מ'הערט שפעטער די טעיפס קען ווערן א התעוררות אפי' שפעטער.
מענטשן האבן נישט קלאר ארויס וואס איז די ציל פון דערמאנען זכות אבות, ממילא ווען א בדחן דערמאנט די זיידעס פון די משפחה מעלמא דקשוט, רופן דאס אסאך צוהערער דאס אן מיטן נאמען "הספידים", אבער ולא נכון הוא, דערמאנען זיידעס אויף א נארמאלע אופן ובתוכם אייניגע שטריכן פון זייער ערליך לעבן איז זייער א גלייכע זאך, ס'איז א שיינע זאך בשעת ווען די משפחה זיצט צוזאמען צו הערן ווער זענען די זיידעס געוועהן און זייערע מעשים טובים, ס'מאכט זייער אסאך אויס אין די המשכת הדורות, כמו כן האב איך געהערט פון רי"א מאסקאוויטש משאץ מאנסי שליט"א, אז א גרויסע גאון ות"ח מעדת ליטא האט אים געזאגט אז די שענסטע חלק פון א חסידישע שמחה וואס ס'האט אים געפאלן איז די מצוה טאנץ ווען די קינדער און אייניקלעך הערן ווי מ'זאגט שבחים אויפן זיידן דאס גיבט א שטארקע געפיל און הערצה צום פריעדיגן דור, פארשטייט זיך אויף א נארמאלע וועג נישט סתם הוילע בארימעריי.
און דער עיקר העיקרים אז דער בדחן זאל נישט פארגעסן זיין נאמען, ער הייסט א "בדחן" דאס איז מלשון ובדחו רבנן א לשון פון מאכן פרייליך, ער הייסט נישט קיין מקונן וואס מאכט טרויעריג און וויינען, דער פראבלעם הייבט זיך נישט אן ביי בדחנים אז זיי פארגעסן דעם ציל און ווערן פארוואנדלט פון בדחנים צו מקוננים, נאר דאס הייבט זיך אן ביי די בעלי בתים, זיי רופן א בדחן זאל זאגן טרויעריגע זאכן און זינגען ביטערע איכה ניגונים און גיבן ארויס א ארדער אז מ'זאל נישט זיין לעבעדיג נאר ערנסט, וואשע זאל דער בדחן טון ער מוז דאך אהיים ברענגען פרנסה, און דאס איז דער פארלאנג פון די קאסטומער'ס,
ולסיומא דמילתא, שוין נאכן שרייבן עטליכע סדר היום'ס ובתוכם א קליינע רב און רבי'לע, פרעגט זיך די קושיא וואס איז דער חילוק פון א בדחן אין א קליינע רב / רבי'לע???
זייער פשוט פון א בדחן לאכט מען אין פנים אריין,
פון א רבי'לע לאכט מען פון הונטערוויילעכץ....

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה