מלמד דערציילט: טאטעס אין די אויגן פון קינדער
שוין ביים ערשטן ארטיקל מיינע, האב איך פארשפראכן, צו שרייבן ווי אזוי קינדער קוקן אן די טאטע'ס, אין זייערע אויגן מיט זייערע קינדערישע בליק, און פארציילן דאס איבער אין חדר, אבער ס'איז מיר ארויס פון קאפ, אז איך דארף שרייבן אזא ארטיקל, כ'האב מיר הערשט יעצט געכאפט דערויף משום מעשה שהי',
וועלכע מעשה? כ'וועל ענק פארציילן דעם סוד, כ'האמיר געטראפן מיט מאשקע, יא! אונזער באקאנטע משאקע דער ראש הקהל, און רעדנדיג מיט אים, זעמיר דורך געגאנגען די קעמפ'ס און קאנטרי'ס פון אפסטעיט ניו יארק, וויפיל זכרונות און בענקעניש עס איז פארבלאנדשעט דא צוויישן די בערג און ביימער, גלייכצייטיג האט ער מיר פארציילט איבער זיין עמאציאנאלע באזוך אין א אינגל קעמפ, ווי ער האט פארברענגט אין די קינדער יארן, ווי אלעס איז נאר על מחנהו ועל דגלו ועל מכונו, יעדע שטיינדל און יעדע בוים, און אפי' יעדע גארביטש קען, ער דערמאנט זיך אפי' אין די קאקאש קעיק ווי מ'האט געטיילט, און מ'טיילט דאס נאך ביז היינט אויפן זעלבן פלאץ.....
אויב מישט מען זכרונות, מיש איך אויך הננו איך בין דא, האב איך מיר א מיש געטאן, אזא שנעלע מיש, 10 פעפער'ס אויפאמאל, צוריק צו 10 יאר, ווען איך בין נאך געוועהן א אינגע שנאק, און געזיכט יעדע צוויי מינוט א צווייטע דשאב, האבעך אנגענומען א מלמדות פאסטן אין א זומער קאנטרי, פאר כתה א', גאנץ א שווערע ארבעט, חזר'ן עברי, די קינדער זאלן נישט צוריק פאלן, ב"ה כ'האב מצליח געוועהן, די קינדער האבן שיין געזאגט עברי, פארציילן מעשיות, וכו' וכו', אבער כ'האב באשלאסן אז כתה א' איז צו א גרויסע אחריות,
איך דערמאן זיך איין זונטאג האט שטארק גערעגנט אין קאנטרי, סתם אזוי איז מיין כתה געוועהן אונטער די שאטן פון די ביימער, אבער ווען ס'רעגנט איז געוועהן א שטיבל אין די קאנטרי ביהמ"ד, ווי מ'האט געקענט אהין גיין, אבער זונטאג זיצט דארט דער עולם, איז נישטא ווי צו גיין, האמיר זיך ארויס געלאזט זיכן א פלאץ, ביז איינער פון די קינדער איז אויפגעקומען אז מ'קען גיין צו די מיידל'עכס דעי קעמפ, אומר ועושה מ'גייט אהין, אלע קינדער מיט רעגן קאוט'ס און שטיוול, און איך דער מלמד מיטן שירעם, און מ'מאשירט אהין, קיין ספרים האמיר נישט געהאט אין דעי קעמפ, האמיר געמוזט לערנען פון אויסעווייניג, קודם קען מען רעדן פון די סדרה, בערך א האלבע שעה, און נאכדעם ליינען די מצוה צעטלעך, דאס האב איך יא געהאט ביי די האנט, ווייל ס'איז געוועהן אין מיין טאש, דערנאך האמיר פראבירט צו הרג'נען צייט....
ס'האט מיר אויפגעבליצט א רעיין, און כ'האב אויסגערופן אזוי, איך גיי יעצט פרעגן א קשיא, אבער קיינער טאר נישט ענפערן הויעך, נאר קומען צו מיין פלאץ זאגן דער תירוץ, קינדער, ווער פון ענק וויל זיין א טאטע? זאל אויפהייבן די הענט, ווי א מאשין האבן זיך אלע הענט אויפגעהויבן שטייפערהייט,
פרעג איך ווייטער, פארוואס ווילן ענק זיין א טאטע?, קיינער זאל נישט ענפערן, איך וועל ארויס רופן אין מ'זאל מיר זאגן שטילערהייט, כ'האב ארויס גענומען א פאפיר אין געשריבן.....
מורי ורבותי! כ'האב נאך דעם פאפיר אין באזיץ, ס'איז אמת ויציב יעדעס ווארט וואס איך שרייב, די קינדער זענען געקומען איינס ביי איינס, יעדער זאגט עפעס אנדערשט פארוואס ער וויל זיין א טאטע, און איך שרייב די תשובות,
אברהמי: איך וויל דרייוון א קאר,
יצחק: איך וויל האבן אסאך שליסלעך,
יענקי: איך וויל בלאזן דעי רויעך וואס טאטעס בלאזן (רייכערן)
משה'לע: איך וויל מאכן הבדלה.... (זעהט אויס די מעניו פון הבדלה האט אים געפאלן, מ'טרינקט גרעיפ דשוס, מ'לעשט פייער, ס'איז קאליפול, ס'טוטזעך...)
אהר'לע: איך וויל פירן א שבת טיש...., זינגען מיט מיינע קינדער,
יוסי: איך וויל קענען שלאגן מיינע קינדער, און זיי זאלן מיך נישט קענען צוריק שלאגן...., (ס'איז 100 פראצענט אמת וואס יוסי האט מיר גענפערט, און איך האב פארשטאנען פון אים, אז ער שפירט אז ווען זיין טאטע שלאגט אים, איז דאס אנדערשט ווי ווען א חבר שלאגט אים נאר מיט דעם, אז ער קען נישט צוריק געבן זיין טאטן, און דעם חבר יא.....)
דודי: איך וויל האבן געלט, אזוי וועל איך קענען קויפן וואס איך וויל, (דודי דודי! די ווייסט נישט אז געלט איז נישט אלעס.....)
שימעי: איך וויל קענען שרייען אויף מיין מאמע.....
יושע'לע: איך וויל קענען גיין שלאפן שפעט....
יודא'לע: איך וויל קענען רעדן סודות אזוי ווי מיין טאטע רעדט...
נפתלי: איך דארף א שטריימל....
אשי: איך וויל קענען דאווענען נאר אביסל, אזוי ווי מיין טאטע, נישט אזויווי יעצט ווען איך מוז אגאנצע צייט דאווענען...
בנימין: איך וויל קענען טרינקען וויין פורים, און ווערן גוט שיכור....
חיים: איל וויל קענען טון וואס איך וויל, קיינער זאל מיר גארנישט הייסן טון....
יואלי: איך וויל ווערן א רבי אין חדר, קענען אנשלאגן די קינדער, (דאס איז שוין פערזענדליך געשטעפעט...)
בערי: איך וויל זיי א טאטע, ווייל שמחת תורה, וועל איך האלטן א עכטע תורה און טאנצן מיט דעם,
שלמה'י: איך וויל ווערן א רב, (א בעל השגה, סיי כבוד און סיי געלט....)
לייבי: איך וויל זיין א טאטע, ווען איך זעץ מיך אראפ זאל איך אויףהייבן מיין רעקל, און איינבייגן, אזויווי טאטע'ס מאכן,
מאיר: איך וויל זיין א סופר, וואס שרייבן מיט א פעדער פון א קאטשקע....
אלי': איך וויל האבן קינדער... (זייער פשוט, יעדער וויל, פרעג בוני עולם....)
אלעזר: איך וויל זיין דער חזן אין שול, (דו ווילסט? אסאך טאטעס ווילן אויך, פרעג דעם גבאי'ן אין שול)
שאולי (א גאסט פון קרית יואל פאר 2 וואכן): איך וויל זיין א פייער לעשער... (שאולי'ס תשובה איז ליגנט אבער גוט...)
עס זענען געוועהן אסאך פאזעטיווע ענפער'ס אויך, ווי למשל זיין א רבי פון חסידים, זיין א דיין, און סתם אזוי זיין א טאטע און זיין גרויס, פשוט הויעך געוואקסן, נישט יעדער טאטע זאל מיך פארשטעלן,
אכטונג טאטע'ס!, קינדער פארציילן אלעס וואס זיי זעהן און הערן אינדערהיים, ווען איך זאל קענען דערציילן וואס איך האבן געהערט פון די קינדער, וואלטן זיך די טאטעס באגראבן פאר בושה....
ר' י"ח גר"וו שליט"א ביי א שיעור לאבריכים האט פארציילט, אז א מלמד האט אים געזאגט, ווען ער האט געמאכט א שבת פארטי, איין אינגל איז געוועהן דער טאטע און געדארפט מאכן קידוש, דאס אינגל נעמט דעם בעכער און הייבט אן בזה"ל, "אוי האב איך געהאט א שווערע וואך" יום השישי.....
כ'האב געהערט פון א בדחן, ער האט פארציילט אז איין טאג זעהט ער זיין 2 יעריגע אינגל, נעמט די קליקס און מאכן דערפון אזא קעסטל איינס פאר די הענט און איינס פאר די קאפ ווי תפילין, לייגט דאס ארויף און קישט דאס אזוי מיט די האנט צום מויל, ער איז ממש ארויס פון התפעלות, ממש א קינד פון 2 יאר מיט אזעלכע השגות?, ער איז געלאפן צו א חַכַם, און פארציילט אים וואס זיין קינד טוט, דער חכם פרעגט אים אויס זיין סדר החיים, וואס ער טוט, ער ענפערט בדחנות ביז שפעט אין די נאכט, דער חכם זאגט מיט א שמייכל, זארג נישט דיין קינד איז א געהעריג קינד, זעה נאר צו דאווענען ווייניגער ביחידות אינדערהיים ווען דיין קינד זעהט........
קינדער דערציילן ווען טאטי האט געשריגן אויף מאמי, אדער פארקערט, זיי קענען זאגן אז כ'האב געהערט ווי טאטי און מאמי רעדן, אז זיי גייען קויפן א בעבי....
רבי! נעכטן האב איך געהערט ווי טאטי זאגט פאר מאמי, אז רבי פריעד איז א גרויסע בעבי...
רבי! טאטי טעקסט מיט זיין טעלעפאן אגאנצן טאג...
רבי! מיין טאטע האט די זעלבע געים אויף זיין טעלעפאן, ווי מיין טיים אוט...
רבי! אונז גיימיר מארגן פארן זעהן ווי מ'שפילט באל....
איר דארפט נאך????......
זאג נאר די האסט טאקע נישט געהאט 2 קינדעאר מיט די זעלבע נאמען
השבמחקאדער די מיט די זעלביגע נעמען האבען געהאט פאזעטיווע ענטפערס?