יום חמישי, 29 באפריל 2010

א טאטע חודש תשרי פערדע טייל

א טאטע חודש תשרי 4'דע טייל

מ'שטיי מיר אצינד חוה"מ סוכות צווישן די ערשטע טעג און די צווייטע טעג סוכות, איך ווייס נישט וויפיל מענטשן קומען אהער אן צו ליינען אין די חוה"מ טעג, פשוט ווייל מ'איז נישט אין די ימי המעשה מ'ליגט נישט אין די קאמפיאטער וועלט, ממילא גלייב איך אז נישט צופיל וועלן זיך אומגעקוקן אויף מיינע כתבי ידות על הקי בארד,
"בלעקבעריס" זאת נחמתי.... ווייל אפי' איינער איז נישט אין די ימי המעשה און ארבעט נישט אין אפיס מיטן קאמפיאטער וועט ער אויפן שווארץ בערי זעהן אז שאץ האט א חידוש..... וחברא וחברא אית לי' איבער צו געבן פאר די נישט בלעקבערי האבער'ס אז דער שרייבער שרייבט ווייטער ווי א טאטע'לע..... אפי' אין סאמע חול המועד....

ב"ה די ערשטע טעג זענען פאראיבער שיין און פיין, איצט דארף מען זיך גרייטן צו די צווייטע טעג, הושענא רבה, שמיני עצרת, און שמחת תורה, ווען מ'רעדט פון אזעלכע פארנומען 3 טעג, איז זייער שווער צו געבן כללים פאר גאנצן כלל, אין דער צייט וואס יעדער פירט זיך מיט זיינע מנהגים שונים לפי זיין מסורה און זיין חסידות און איינס איז ווייט פונעם אנדערען כרחוק מזרח ומערב, און ווען מ'דארף נאך אין די שטארק פארנומענע טעג זיין א טאטע פאר קינדער איז כמעט נישט מעגליך צו געבן קיין עצה כללית,
עכ"ז אי אפשר בלא כלום, עפעס מוז מען דאך יא, וועל מיר זיך מוזן מצמם זיין צו א קו און א מהלך.

הושענא רבה
הושענא רבה היייבט זיך באמת אן ביינאכט צו ביים קויפן די הושענות, בינדן מיט לולב בלעטער, ווי אויך ליינען משנה תורה (וואס איז נישט איינגעפירט אין אלע קרייזן) אבער תהלים בליל הושענא רבה איז א מנהג בכל תפוצות ישראל (ראי' לזה די באזונדערע יה"ר פון ליל הושענא רבה) ס'באדערט מיך ווען איך זעה אינגעלייט דרייען זיך ארויס פון תהלים זאגן הו"ר ביינאכט מיט א תי' אז מ'איז מיד, (נו וודאי איז ער מיד, נאכן בארדענען 4 טעג חוה"מ וואלט איך אויך געוועהן מיד) א פלא, דוקא דעי אידן וואס קענען בלייבן אויף ביז פארטאג'ס ווייל זיי ווילן אנהייבן תהלים הערשט נאך חצות זיי קענען זיין צוריק הו"ר צופרי צייטליך צום דאווענען, ווידער די וואס יאגן זיך אהיים פרי ביינאכט ווייל זיי זענען מיד זיי קענען זיך אויס נישט אויסרישן צום דאווענען צייטלעך....
איין מינוט ווי בין איך דא פארפארן.... לאמיר צוריק אריין גיין אין מס' הטאטע....
א טאטע וואס האט שוין א גרעסערע יונגל, דארף אים אויסלערנען הו"ר ביינאכט צו זאגן עטוואס תהלים, א ספר, א יום, 20 קאפיטלעך, עפעס תהלים.

הו"ר צופרי, היות ס'איז א היפש לענגערע דאווענען, זאל מען זיכער מאכן אז די קינדער עסן פארן דאווענען צו דער זעט, און רוב מקומות ווערט מען פארטיג הו"ר בערך 12 – 1 דאס דאווענען, ווידער אין סאטמאר ענדיגט מען גאר גאר שפעט, איז וויכטיג אז (א סאטמארע) זאל אלע צרכי יו"ט (וואס דער טאטע דארף טון) צוגרייטן פאר מ'גייט אין שול, למשל צוגרייטן די לעכט, די קינדער פענער / ס"ת, הקפות'לעך, ווייל אז נישט ווערט א בהלה פארן זמן אז השם ישמרינו (פארשטייט זיך אז מיט א נאטיץ צעטעל וואלט אלעס געוועהן מסודר, אבער חוה"מ שרייבן??, אפשר א נאטיץ אויפן סעל יש לצדד...)

מ'קען באלוינען די קינדער, אז די קינדער וועלן דאווענען שיין וועלן זיי קענען באקומען גלייך נאך הלל די רינגעלעך פונעם לולב... (איר וועט נישט גלייבן וואס פארא מציאה דאס איז פאר זיי....) און ווער ס'וועט זאגן שיין הושענות וועט אפשר קענען באקומען עפעס פון די ד' מינים נאכן דאווענען, אדער דעם אתרוג, (אפשר גאר דעם פיטום...) אדער דעם לולב (אפאר בלעטער, ווייל דאס איבריגע לייגט מען אוועק אויף שריפת חמץ) אדער די שמעקעדיגע הדסים... מ'זאגט נאך נישט אויס ווער ס'באקומט וואס.....
(איך בין זיך נוהג אייביג אז ווען איך בין מבטיח לייג איך אלס אריין א אפשר, ווייל אז נישט קען מען האבן טענות, האסט אליין געזאגט......)

שמיני עצרת שמחת תורה
כאטש וואס די צווייטע טעג סוכות פארברענגען אידן מיטן טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה, דארף מען אבער נעמען אין קענטעניס אז די קינדער נעמען א גרויסע טייל אין אזא יו"ט, אין אלע דורות ווי מ'מאכט נאר אויף א ספר, א מעשה ביכל, זעהט מען אז שמח"ת האט מען געמאכט א עסק מיט די קינדער,
קלענער שול'ן זענען בדרך כלל בעסער אויסגעשטעלט פאר קלענער קינדער ס'איז דא עקסטערע רינגען ווי די קינדער קענען זיך אויסטאנצן און זיך אויסהוצקען, ווי אויך איז א קלענער שול מער אזא משפחה די קינדער קענען זיך שוין גוט פון אגאנץ יאר און שמח"ת טאנצן מען זיך גוט אויס צוזאמען, אויך קען זיך דער טאטע אליין זיך לעבעדיג מאכן מיט די קינדער אין א קלענערע שול, און מ'קען אפי' ברענגען גאנץ קליינע קינדער זעהן ווי מ'טאנצט מיט די תורה.

ווידער א גרויסע שול וואס ווערט געפירט דורך רבי'שע הקפות, אפשר פאר גרעסערע קינדער איז דאס אינטרעסאנט, אבער א גרויסע פילע שול איז נישט אויסגעשטעלט פאר קליינע קינדער, און אפי' די גרעסערע קינדער וואס האבן א אינטרעסע אין די גרויסע הקפות איז דאס נאר מיט די חוש הראי' (אפשר מיט די הענט אויך, ווארום זיי פאטשן ווען דער רבי גיי פארביי נעבן זיי...) אבער פיזיש טאנצן זיי נישט, ס'איז קלאר אז אפי' גרעסערע יונגלעך האבן ליב הקפות ווי זיי קענען טאנצן אליין, ממילא לדעתינו מוז מען דאס אביסל אויסגראדן.

איז אזוי, שמיני עצרת איז בדרך כלל נישט מעגליך צו צוטיילן און טאנצן אויף ביידע חתונות, אדער מאכט מען גרויסע הקפות אדער קליינע הקפות, ווידער שמח"ת ביינאכט איז שוין יא מעגליך צו מאכן אלע ביידע ווייל בדרך כלל איז מען מאריך מיט די הקפות שמח"ת לענגער אדער מ'פאנגט אן שפעט ממילא איז דא א מעגליכקייט צו מאכן ביידע, מ'קען זיך קלויבן א שול סיי ווי (שמח"ת קען ען טאנצן איבעראל קיינער פרעגט נישט קיין קשיות) דארט ווי די קינדער זענען באקוועם (אדער דארט ווי ס'ווייב קען צוברענגען דאס קליינע) און מאכן זיכער אז די קינדער זאלן זיך אויסגעבן לכבוד התורה מיטן גאנצן ברען.

א קליינע נקודה פאר איינע וואס האט אויך מיידלעך אין שטוב, אז ס'איז כדאי צו טאנצן הקפות אין אזא שול ווי ס'איז דא א גוטע וויאו און מ'קען געהעריג אראפ קוקן פון די ווייבער שול צו די מענער שול, פאקטיש גייען נישט די מיידלעך אין שול סתם אזוי, אבער שמח"ת האבן זיי א עקסטערע הנאה אהיים צו קומען און זאגן זיי האבן געזעהן טאטי טאנצן מיט די תורה פון די ווייבער שול.... ווי אויך אויב האבן זיי געזעהן זייער ברודער יענקי טאנצן מיט א בעבי תורה... און טאטי האט אויפגעהויבן זייער בעבי לייבי און געטאנצן צוזאמען, (איך זאג אז א גוטע ווייבער שול איז וויכטיג פאר די טעכטער, ס'איז באמת וויכטיג פאר דאס ב"ב אויך זאל זי אויך קענען זעהן ווי אירע קיואוט יונגלעך טאנצן הקפות, אבער דאס האט דאך שוין נישט צו טון מיט א טאטע אין חודש תשרי.......).
(עטליכע יאר צוריק האבעך געטראפן ביי די הקפות א חבר פון ישיבה ער וואוינט ערגעץ אויסער די שטאט, איך פרעג אים ווי האסט דא אריין געבלאנדשעט? כ'האדיך שוין נישט געזעהן א גוטע פאר יאר, זאגט ער מיר אז ער איז דא אויף יו"ט אין שטאט און זיין פרוי האט אים געזאט ער זאל אהער קומען טאנצן מיט די קינדער ווייל דא איז דא א גוטע ווייבער שול אזוי וועט זי קענען גוט זעהן....)

קינדער האבן ליב פארשינדענע ערליי הקפות, דעריבער אז מ'ווידמענט א שטיק צייט ארום צו גיין זעהן אנדערע קהילות ווי מ'טאנצט איבעראל אנדערשט איז דאס שטארק קאלירפול פאר די קינדער, (קען זיין דו האסט נישט קיין געדולד, אדער אז דו האלסט אז דער רב פלוני איז א ליידיגייער... מאכט נישט אויס, די הקפות זענען שיין גיי אריין אהין מיט די קינדער.....)

דאס וויכטיגסטע זאך זיך צו פארשפארן עגמת נפש איז זיך אפצושמועסן מיטן ב"ב געהעריג 3 מאל (ווי חז"ל זאגן ביים עומר מעגל זה מעגל זה מעגל זה) קיין טעלעפאנען איז נישטא און מ'קען ווערן נערוועז אויף טויזנט, מאך זיכער ווען דו שמועסט אפ מיטן ווייב א פונקטליכע זמן א פונקטליכע פלאץ ווי מ'גייט זיך טרעפן ווי זי ברענגט דעם קליינעם צו די הקפות, מארסי ביי פען 8 אזייגער? מארסי ביי פען 8 אזייגער? מארסי ביי פען 8 אזייגער?..... אז נישט ווערט א מיספארשדענדעניש נאכן ווארטן א האלבע שעה קומט זי אן זי זאגט אז זי האט געמיינט 8:30 אדער פארקערט זי ווארט א האלבע שעה אומזיסט, אדער קומט זי אינגאנצן נישט ווייל זי ווארט אויף לי ביי פען אנשטאט מארסי ביי פען....,
הגם דאס האט באמת צו טון מיט שלום בית אבער די מציאות איז אז ווען מ'לייגט נישט קיין דגוש אויף אזא פונקטליכע אפשמועס ליידן צום סוף די קינדער דערפון... כידוע לי"ח.

שמחת תורה בייטאג
פאר די אלע וואס ליידן פון ערב שבת חנוכה דיסארדער... (עי' מיין ארטיקל ערב שבת חנוכה דיסארדער) שמח"ת בייטאג קומט דאס ארויס אויף א שטערקערע אופן..., ס'איז דא חיובים פאר זיך און פאר די קידנער, מ'דארף עולה זיין, ליינען אין הערן די קריאה פון 3 חתנים, כל הנערים, ס'טוט זיך...., די פרעשור ווערט זייער שטארק,
נא וואס טוט מען?, איך גלייב אז יעדער האט שוין מסתמא א אויסגעטרעטענע מהלך וואס און וויאזוי ער פירט זיך, אבער הכל מודים אז ס'מוז זיין א מהלך, מ'מוז האבן א פלאן וואס מ'גייט טון, וויאזוי, און ווי,

ווער ס'דאוונט לכתחילה אין א קלענערע שול דער האט דאך לגמרי נישט קיין פראבלעם, דא הייבט ער אן דא ענדיגט ער דא איז ער עולה דא זענען זיינע קינדער עולה, דא ברענגט מען דעם קליינעם צו כל הנערים, דא מאכט ער קידוש, דא הערט ער ליינען, און דא דאוונט ער מוסף, די פראבלעמען מאכן זיך נאר ביי דיע וואס דאווענען אין די גרויסע שולן און מ'צוהאקט דעם סדר אויף פיצלעך, די קינדער זענען עולה פארן דאווענען, ער דאוונט, ער מאכט קידוש, ער נעמט זיין קליינעם עולה זיין דעם כל הנערים, ער הערט ליינען הערשט נאכדעם טאנצט ער די הקפות, און דאוונט מוסף, הקיצור א צופארענעם סדר, לדעתי איז דאס נישט קיין עסק, הן ס'איז בעצם נישט מסודר, והן אז לפי הסודר והמחזור איז עס נישט מסודר, איך פארשטיי אז עולה זיין פארן דאווענען האט מען געמאכט כדי צו פארגרינגער'ן דעם טרעפיק, אבער איך טראכט אייביג צו מיר, וואס איז דאס דעס עולה זיין יעצט?, בשלמא נאכן דאווענען נאך די הקפות מ'איז עולה און מ'ליינט איבער און איבער, גוט אזוי איז דאך די נארמאלע סדר יעדן שבת ויו"ט אז נאך אתה הראת ליינט מען, נאר שמח"ת טאנצט מען הקפות פארן ליינען און ווען מ'ליינט שוין ליינט מען איבער, און יעצט בין "איך" עולה, אבער פארן דאווענען? וואסי יעצט?, סתם אזוי מ'ליינט מ'ליינט איבער און איבער איך פיל עפעס ס'מאכט נישט קיין סענס....

דאס ערשטע וואס מ'דארף צו וויסן ווער ס'האט קינדער אז שמח"ת בייטאג טאר מען נישט אויפשטיין שפעט, איך וואלט אראפ געשטעלט אזא סדר פאר איינעם וואס דאוונט אין א גרויסע שול, שטיי אויף צייטלעך, כאפ א שטילע מנין בערך 9:30 הייב אן שחרית, הלל, אתה הראת, 7 הקפות ארום דעם בלעמער, און ליינען עולה זיין זיך מיט די קינדער, מיטן כל הנערים אינאיינעם, (אויב מ'האט שוין א גרעסערע קינד קען מען אים שיקן אויפיקן דאס קליינע צו כל הנערים) הער דא חתן תורה, חתן בראשית, חתן מפטיר זאגן די הפטורה, נאך די הפטורה ביסטו פטור, ווילסטו קענסטו יעצט דאווענען מוסף אז נישט עוד היום גדול...., יעצט איז די זייגער בערך 11, קען מען מאכן קידוש רואיג מיט די קינדער, עסן עפעס א נארמאלע שטיקל עסן (קרויט לאז פאר שפעטער...) דו ביסט רואיג, די קינדער זענען רואיג, יעצט קען מען גיין צו די גרויסע הקפות, און דארטן זיך פלאצירן.

נאך די גרויסע הקפות קען מען דאווענען מוסף (אויב האט מען נישט געדאוונט פריער) און מ'קען עסן א סעודה געזונטערהייט (מיט קרויט), און זיין צוריק צייטלעך צו נעילת החג, נאכאמאל יעדער קען טון וואס ער וויל און וואס ער האט ליב, אבער ווי פריער געזאגט מוז מען זיין באשטומט וואס מ'וויל און וואס מ'גייט טון,

ווען מ'ווארפט נאש אין שול גרייט אן א בעד פאר דיין זון, ער זאל זיך אריין לייגן די סחורה אין בעג, קודם אז ער זאל האבן ווי צו האלטן די סחורה, ווייל אז נישט קען די בכיות זיין זייער גרויס אז ער האט שוין כמעט געהאט נאך דריי קענדיס און ס'איז ארויסגעפאלן פון זיין הענט...., און נאכדעם דארף ער א בעג אז ער זאל נישט עסן אלע זיסקייט אין איין טאג, זאג אים אז מ'קען דאס האלטן פאר די נעקסטע פאר וואכן צו עסן יעדן טאג איינס, איך ווער פשוט דיזי צו זעהן אזויפיל נאש און קענדיס מיט זאזא'ס אין איין קינד'ס האנט, אוועק נעמען קען איך נישט, אבער מדחה זיין קען מען, מ'קען אים קאנוויסן אז ער זאל דאס אנגרייטן אויפן עתיד, איינמאל א קינד איז מחליט אז נישט אלעס איז פאר היינט איז שוין גרינגער מעביר צו זיין די סחורה.....

במשך די יו"ט דארף מען בכלל זיין באמת בשמחה, (די גר"א האט געזאגט אז שמחת יו"ט איז די שווערסטע מצוה) און ווייזן פאר די קינדער אז מ'פרייט זיך מיט די תורה, מ'פרייט זיך אז מ'איז א איד, די זיסע ברכה וואס ווערט געזאגט טויזנטער מאל שמח"ת "אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו" דאס איז אונזער שמחה און יעצט איז די זמן וואס מיר גיבן דאס ארויס פון הארץ, ווי שלעכט גייט פאר א גוי וואס האט נישט קיין טעם פון זיין לעבן וכו' וכו'.....

ווען מ'רעדט פון אמת'ע שמחה, איז דא א קבלה פון היייליגן ר"ר מילך (דער קאמארנה ברענגט עס ועוד) אז די צווייטע טעג סוכות זאל מען נישט טרינקען קיין משקה המשכר ביז נאך די הקפות בייטאג צוליב וזר על יתערב בשמחתינו, הגם ס'איז באמת מסתמא א מנהג דורי דורות אז מ'טרינקט שמח"ת ווייל ווען נישט וואלט מען נישט מתקן געוועהן צו טוישן דעם דוכענען פון מוסף צו שחרית, אבער אלס א טאטע פון קינדער דארף מען האבן דעת, און מיטן טרינקען אלקעהאלישע געטראנקען קען מען פארלירן דעם דעת און די צורה פון א טאטן צו זיינע קינדער, וואס ווי פארשטענדליך אז א טאטע טרינקט זיך אן און צופירט זיך מיטן נכנס יין יצא סוד דאס איז עושה רושם אויף די קידנער זייער נישט גוט, ווילסט טרינקען זייער גערן, נאך די הקפות, אדאר אגאנץ יאר, בשעת די הקפות האב אמת'ע שמחה, דו זאלסט טאנצן, נישט די אלקעהאל זאל טאנצן אין דיר....

מוצאי שמחת תורה, איז א מנהג ישראל צו זאגן פאר די קינדער צוריק אין חדר אריין.........

א מקור ביטע?......

א גוט קוויטל

תגובה 1:

  1. Borgata Hotel Casino & Spa, Atlantic City - JT Hub
    Borgata Hotel Casino & Spa 전라남도 출장샵 · 김천 출장안마 Atlantic City's first 김해 출장안마 casino to bring 구미 출장마사지 in 고양 출장마사지 Atlantic City casino operators · Borgata will host a grand opening

    השבמחק