ער האט פיין חתונה געהאט!!!......?????
ער האט פיין חתונה געהאט? ...... ווער?............, ס'איז דא אזא זאך?.........
נע! ס'אינישטא אזא זאך......, נאר וואזשע דען?, מענטשן מיינען, אז יענער האט פיין חתונה געהאט, נו! אז מ'מיינט.... נער'ט מען זיך,
לאמיר אפיר נעמען א דוגמא,
משה שפאצירט אהיים דינסטאג נאכמיטאג, נאך א שווערן טאג ארבעט, שוויצט אוועק, די ביינער קראכן, די פיס שלעפן זיך, די אויגן קלעבן, דאס מויל אויסגעטריקנט, דער קאפ שווינדלט,
און אט שפאצירט ער אדרוך זיין חבר יענקל'ס הויז, ער זעהט, ווי יענקל זיין חבר, קומט ארויס פון זיין הויז, מיט די גלאטע בעקיטשע אנגעטון, וואסי?, זיין שווער מאכט היינט נאכט חתונה, יענקל גייט צו צום קאר, געט אזא קלאק לאק, עפנט אויף די פראנט טיר פאר ס'ווייב, און אט לויפן ארויס פון הויז גלייך צום קאר, 3 קליינע מיידעלעך, אנגעטון די זעלבע חתונה גאונ'ס, מיט מעטשינג באוס אין די האר, יענקל שטייט אזוי גליקליך און מאכט צו די טיר פונעם קאר, פאר די קינדער, און פארן ווייב, און ויסעו, מ'פארט צום חתונה האל....
משה שטייט אין די זייט און טראכט, פארפאלן, יענקל האט גוט חתונה געהאט, קוק ווי שיין, זיי גייען צו א חתונה, א שמייכל אויסגעגאסן אויף אלע פנים'ער, ממש מקנא צו זיין.....
אזוי מיינסטו?..... איז דאס טאקע אזוי?
לאמיר צוריק מישן דעם זייגער מיט 15 מינוט, און אריין שפאצירן צו יענקל אהיים.....
ווייב: יענקל! די ביסטו נישט נארמאל, יעדער איז שוין דארט, ס'איז שוין אזוי שפעט, אונז גיי מיר נישט זיין אין די פיקטשער'ס...
יענקל: דריי נישט קיין קאפ, פאריגעס מאל ביי יואלי'ס חתונה, האב איך מיר געיאגט ווי א נער ווי די האסט געהייסן, און כ'האב מיך געדרייט א דריי פערטל שעה אין זאל, און נישט געהאט מיט וועמען צו רעדן א ווארט,
ווייב: יא אבער מיין מאמע האט געזאגט אז יעדער זאל זיין דארט 6:30 צו די פיקטשער'ס....
(א געשריי)
ווייב: (קולות) יו אוי יו.... פייגי! קוק דיך אן!, דיין שיינע האר האסטו פארדרייט, (דאס וויבערישע קול ווערט העכער), יייייוווווו קוק דיך אן, מ'קען נישט אזוי גיין צו די חתונה, פייגי די ביסטו א בעבי?, קענסט נישט וואטשן?.....
יענקל: מיין טייערע פרוי! צו וואס שרייסטו אויף פייגי, זי איז דען שולדיג?....
ווייב: פארשטייסט יענקל? ביסט דא ווי א שיינער איד, אנגעקומען א מינוט צוריק, איך לויף שוין ארום אגאנצן טאג, געמאכט די האר פאר די מיידלעך, אויףגעפיקט די קליידער, געקויפט נייע שוך, און דו האסט נאך וואס אריין צו רעדן?......
יענקל: זאג נאר, איינער האט באצאלט פאר די אלע זאכן, ניין?, כ'האב פלענטי שווערע ארבעט געהאט היינט, ווען דער פארטריקאנער האט נישט געוואלט קאפערירן, אקעי?.
טרררררר.... טעלעפאן קליגט,
ווייב: יענקל! וועסטו זעהן ס'איז מיין מאמע, זי וויל וויסן ווי אונז זעמיר שוין,
יענקל לאכט...., זי הייבסט אויף דער טעלעפאן,
העלא!, יעס דיס איז פראם טעל קעמיוניקעשאן סערוויס......, מיר האבן געוואלט אפערן פרי "טי ווי" נעטווארק אין אייער הויז, צו זענט איר נייגעריג?.....
נאו נאו נאו...
א זעץ אראפ דער טעלעפאן, אזש א נס אז דער טרייבל האט זיך נישט צופלאצט,
נאך א נס דער טעלעפאן האט אפגעהאקט די טענה'ריי, ווייל ווען נישט וואלט זיי קיינמאל נישט אנגעקומען צו די חתונה, אזוי מיטן טעלעפאן רוף האבן זיי פארגעסן אז מ'האלט זיך אינמיטן טענה'ן.
ענדליך אלעס איז גרייט, יעדער איז שוין נערוועז אויפן העכסטן גראד, מ'דערשלעפט זיך צום טיר, ביז מ'דערזעהט זיך אונטן ביים קאר.....
פונקט ווען אונזער מידער משה שפאצירט אהיים,.....
פיין חתונה געהאט, אהא?........
*****
דוגמא 2
התעוררות אין ליזענסק
א חודש פאר כ"א אדר האבן די צוויי אויבנדערמאנטע חבירים, יענקל און משה, מחליט געוועהן אז היי יאר פארט מען קיין ליזענסק, ס'קומט אויס זייער גוט היי יאר, ווייל די יארצייט איז זונטאג נאך שבת, און מ'קען אוועק גיין פון דער ארבעט, ביידע לאנג יעריגע חבירים באשליסן, אז זיי כאפן זיך מיט די נסיעה היי יאר, די נסיעה הייבט זיך אן מיטוואך נאכמיטאג, מ'טרעפט זיך איר עיר פארט און ויסעו, מ'פליט.....
נאך א גאנצע נאכט פליען, דאנארשטאג, פארט מען ארום אויף מקומות, די התעוררות איז געוואלדיג, מ'פארגעסט פון די גאנצע וועלט, מ'טערפט זיך אין א אנדערע פלאנעט, מ'טרעט אויף ערד ווי אונזערע זיידעס האבן געטרעטן, פרייטאג, ביז 2'ע פארט מען ארום צו נאך פארשידענע מקומות, ענדליך פרייטאג נאכמיטאג קומט מען אן צום האטעל, ווי מ'גייט זיין אויף שבת,
משה זעצט זיך אראפ אין לאבי אויפן ווייכן פאטעל, נעמט אביסל מנוחה פונעם שפרינגעדיגן באס, אט זעהט ער זיין חבר יענקל דרייט זיך מיט א סעלפאן, ער רעדט אהיים צו זיין פרוי, כנהוג רעדט מען אויף א סעלפאן העכער ווי נארמאל, ער הערט אונטער דעם שמיס ווארט ביי ווארט.
וואסי נייעס?
יא פרעג נישט, זעמיר געפארן כמעט אגאנצע נאכט....
יא ס'געוועהן א גאנצע מעשה מיטן עסן, ס'איז געוועהן קאלט, יעדער איז געשטאנען אין די ליין צום מייקראוועיוו אנצוווארעמען ס'עסן....
די היינטיגע מקוה?, געפערליך... ס'איז כמעט געווואקסן גראז דארט....
קאלט דאהי? נע, נישט עכט....
וואס טוט עפעס בערי?.... יא?.. WOW.
אקעי ביי... וועמיר נאך רעדן, האפ טו סי יא.... יא.....
ביסט שבת ביי דיין מאמע? יא....
אויב טאני רופט וועגן דעם דשאב, זאג איך איך וועל רעדן מיט אים מאנטאג,
גוט, אקעי, בייי
א גוט שבת
משה טראכט אזא געמיטלעכע שמיס, קוק ווי פריינטליך און שיין ער רעדן צו איר,
פארפאלן יענקל האט פיין חתונה געהאט......
יא? פיין חתונה געהאט?.....
קען זיין....
לאמיר צוריק דרייען דעם זייגער מיט א האלבע שעה, יענקל הערט אויס זיינע וואויס מעיל'ס, אלע מעסעדשעס וואס מ'האט אים איבער געלאזט,
מעסעדש 1, האלאו יענקל, דאס איז בערל פון אפיס, איך פראבירט צו עפענען דעם פייל פון דיין אי מעיל, ס'גייט נישט, עני איידיע וואס איך קען טון פליז רופט צוריק....
מעסעדש 2, (פונעם ווייב) יענקי וואס טוט זיך, ווי ביסטו ערגעץ, פארוואס רופסט נישט אהיים, כ'האף אלעס איז אקעי, רוף מיך ביייי, (נאך גאנץ בחסד)
מעסעדש 3, (פונעם ווייב שוין אביסל שטרענגער) יענקי כ'האף אז די גייסט נאך צוריק רופן וואס פריער, פארשטייסט אליין אז דאס איז נישט קיין ווירשאפט, מ'פארט זיך אוועק און מ'רופט נישט אהיים, ביי
מעסעדש 4, (פונעם ווייב שוין גאר אנגעצויגן) יענקי! ווער האט דיך געהייסן בכלל פארן, ביסט נארמאל, מ'לאזט איבער אגאנצע משפחה, אלע קינדער וויינען מיר דא אויפן קאפ, און די פארסט דיך ארום אין די וועלט אריין, ווי קען מען זיין אזוי שלעכט, כ'בין געוועהן א נער כ'האדיר געלאזט פארן, איטס נאט רייט,
נאכן אויסהערן אלע מעסעדשעס אויף איין מאל, ערב שבת נאכמיטאג, נעמט מען די טעלעפאן און מ'רופט אהיים, זי האט שוין כמעט פארגעסן פון די קולות, און משה הערט צו דעם געמיטליכן שמיס....
פיין חתונה געהאט, הא?........
*****
דוגמא 3
ערב שבת מטות מסעי, משה קומט ארויס אין קאנטרי פון שטאט, ער לויפט אריבער קיין וואלמארט, קויפן א נייע מאפ, און א פלערעסנט באלב, ער לויפט אזוי מיט די צוויי זאכן צו באצאלן, מערקט ער זיין לאנגיעריגע חבר יענקל, מיטן פרוי, שטיפן א שאפינג קערידש, צווישן די אייל'ס, גאר געמיטלעך, און מ'פאקט אריין סחורה מזה ומזה, א רואיגן שמייכל אויסגעגאסן אויפן גאנצן ארום,
פארפאלן, כ'האב שוין לאנג געקלערט, יענקל האט גוט חתונה געהאט...
אזוי? טאקע? פיין חתונה געהאט?....
לאמיר צוריק דרייען דעם זייגער, מיט א אפאר שעה,
יענקל קומט ארויס פון שטאט אויסגעמוטשעט, נאך א שווערע וואך ארבעטן, נאכן דרייוון דאנארשטאג נאכמיטאג, אפשר געזעסן אין טרעפיק אויך, ער האפט אז ס'ווארט אים אפ א שיינעם קבלת פנים אין קאנטרי, אזש ער ווערט שוין יעצט פרייליך, ביז דערווייל, ער קומט אן אין קאנטרי, טרעט אריין אין באנגעלאו, דאס ווייב איז נישטא, דעם עיפוש גראך קומט אים אקעגן, ער לייגט אראפ זיין שמיץ וועש, קוקט זיך אים צו ס'איז דא עפעס צו עסן, ער מערקט אויפן טיש, שריים פון פיצא, וואס די קינדער האבן צוברעקלט, די קאך פלאר איז שמיציג, וועש אנגעווארפן, די סינק (וואס רינט אייביג אין קאנטרי) איז האלב פיל מיט א געדעכטע געמישעכט'ס, יענקל שפירט ער עקלט זיך פון זיך אליין,
ער גייט ארויס אינעם פארטש ער זעהט די רונדע ווייבער זיצן אונטערן בוים, ער ווייסט נישט צו זיין אשת מפחידי איז דארט צו נישט, (אלעס קוקט אויס די זעלבע אין קאנטרי מיט די זעלבע יוניפארם...) ענדליך זעהט ער זיין 3 יעריגע טאכטער פייגי,
אה! פייגי העלאו שלו' עליכם, טאטי האט דיך געברענגט א גוטע זאך, ווי איז מאמי? זי רעדט מיט אלע מאמע'ס דארט, ענפערט דאס קינד,
פייגי גיי זאג פאר מאמי אז טאטי איז דא,
דאס קינד לויפט מיט א אימפעט, שוין 20 פיס פאראויס הייבט זי אן צו שרייען,
מאמי! טאטי האט געזאגט אז ער איז דא....
דאס ווייב קומט צו גיין... (מיט א אומעט אויפן פנים)
יענקל א גוטן, האסט עפעס געוואלט וויכטיג,
יענקל: ניין, כ'האב נאר געוואלט זאגן אז איך בין שוין אנגעקומען,
ווייב: פארדעם האסט מיר געמוזט שיקן פייגי זאל אויסשרייען הויעך, אז די ביסט דא...
יענקל: גוט, דאס וועל מיר רעדן א אנדרעס מאל, זאג נאר עפעס סאפער האסטו?
ווייב: ניין, כ'האב געמיינט אז די גייסט עסן אין שטאט פאר די קומסט ארויס,
יענקל: (ווערט שוין אנגעצויגן) כ'מעג אפשר וויסן פארוואס די באנגעלאו זעהט אזוי אויס?
ווייב: (אויפן טעם העליון) די ווייסט ווי שווער איך ארבעט דא אגאנצע וואך? די ביסט נישטא, די זיצט זיך אינדערהיים אליין, די קינדער זענען צולאזט, היינט האב איך געהאט קאפוויי, כ'האב נישט געהאט קיין טעלענאל, נעכטן האט מענדי נישט געטראפן זיין שווים הויז, פרעג נישט וואס דא איז געוועהן, און די האסט נאך טענות?
יענקל: כ'האב נישט קיין טענות כ'האב פלעין געפרעגט?,
ווייב: ניין די האסט יא טענות, די ווילסט וויסן וועגן די שמיץ דא, און שוין,
יענקל: בקיצור וואס דארפסטו, טיילענאל, מיט א שווים הויזן פאר מענדי, גוט, מארגן צופרי גיימיר קיין וואל מארט, וועל מיר קויפן די צוויי זאכן, און שוין, יעצט קען איך האבן סאפער,
ווייב: בלאזט......... (כדרכם ווען זיי האבן נישט וואס צו זאגן בלאזט מען)
אבער קיין וואל מארט, איז מען געפארן מארגן פרייטאג, פונקט ווען אונזער משה גייט דורך מיט זיין מאפ און פלערעסנט באלב,
פיין חתונה געהאט?........
פרעג איך דיר משה.....

אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה